פומפדותא האט געשריבן:ניו סיטי האט געשריבן:א שטיקל אפדעיט אויף די בליענדע געגנט אין ניו סיטי:
עירוב:
ארום פורים צייט האט די וועד העירוב ד'מאנסי פארענדיגט די עירוב ארום ניו סיטי און עס מחבר געווען מיט די גרויסע מאנסי עירוב. די עירוב נעמט אריין גרויסע חלקים פון ניו סיטי, נעניועט און היללקרעסט וואס האבן נישט געהאט קיין עירוב ביז יעצט.
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ביי טראפיקעל שטורעם Issiah עטליכע חדשים צוריק איז די מאנסי עירוב געווארן פסול ווען א גרויסע בוים איז געפאלן אויף עלעקטריק ווייערס אויף Northbrook Rd. און עס איז נישט געווארן פארראכטן ביז מאנטאג, און ווען נישט די נייע חלק עירוב וואלט מאנסי נישט געהאט קיין עירוב אויף יענעם שבת.
גראסערי:
עס איז שוין אויך דא א גראסערי אין געגנט. די נייע גרויסע בינגע סופערמארקעט נעמט צווישן 2-4 מינוט מיט א קאר. דאס איז נענטער ווי אסאך מאנסי איינוואוינער וואוינען צו זייער נאנסטע גראסערי. (לדוגמא, פון Calvert אדער Francis ביז ראקלענד קאושער נעמט לכה''פ 5-6 מינוט מיט עוורידזש טרעפיק).
מנינים:
עס זענען שוין דא 2 מנינים פרייטאג ביינאכט אין ניו סיטי ביי מענטשן אינדערהיים (חוץ די ביהמ''ד אין ספרינג וואלי ווי מען דאווענט די אנדערע תפלות). בקרוב וועט בעז"ה אויך זיין א ביהמ"ד פאר אלע תפילות.
מיר האבן שוין לאנג נישט אפדעיטעד דא פשוט ווייל עס זענען נישט דא קיין הייזער אויפן מארקעט. יעדע הויז וואס קומט ארויף אויפן מארקעט ווערט שנעל פארכאפט. געוויסע הייזער גייען אריין אין קאנטראקט נאך איידער עס קומט ארויף אויפן מארקעט. (עס איז גראדע היינט ארויף געקומען א ליסטינג אויף א גאס ווי עס וואוינען שוין 4 היימישע משפחות און עס איז ערווארטעט צו ווערן שנעל פארכאפט).
די לעצטע וואך אליין זענען צוגעקומען 2 פרישע משפחות, און עס מופן אריין נאך 2 משפחות קומענדיגע וואך, צוויי. אלעס היימישע חסידי'שע משפחות מסלתה ומשמנה פון מאנסי.
הער איך אז די געגענט האט געהאט א אויסערגעווענדליכע הצלחה, און אז דאס פלאץ אין ביהמ"ד איז שוין צו ענג.
גערעכט. די איבער 40 משפחות פונעם אומגעגנט דאווענען אינעם זעלבן ביהמ''ד און עס איז שוין פול איבער די גרעניצן.
עס איז דא גרויסע פאטענציאל פאר איינער וואס וויל עפענען א ביהמ"ד אין די געגנט.