די חסידישע געגנט אין ניו סיטי בגלילות מאנסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:47 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
ניו סיטי האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וויפיל איז דער עווריטש פרייז פון א הויז? יערליכער שטייער?

א היי רענטש גייט פאר צווישן 450 און 500 טויזנט.
א קאלאניעל גייט פאר אביסל העכער.

טעקסעס זענען רעלאטיוו ביליג. צווישן 9 און 12 טויזנט. (עירמאנט איז א פשוטע היי רענטש 15-16 טויזנט)[/quot

גיב מיר א נאמען פון א גאס אינעם חסידישן געגענט, פאר זילו'ס וועגן.

איך האב געלייגט א לינק מיט די גענצע zillow געגנט צוויי תגובות צוריק. עס האט אלע הייזער וואס זענען יעצט אויפן מארקעט.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 11:08 am

יעצט באמערקט, ייש"כ

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:31 pm

גאנץ אלטע הייזער

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:32 pm

איז דעס נישט הילקרעסט געגענט ? איז דאס א אנדערע געגענט ?
וואס איז די אדרעס פון די נענטסטע שול ?

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:43 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:איז דעס נישט הילקרעסט געגענט ? איז דאס א אנדערע געגענט ?
וואס איז די אדרעס פון די נענטסטע שול ?

א געגנט ארויפציר. עס איז גאנץ א שטיקל מהלך אהין.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:54 pm

ניו סיטי האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:איז דעס נישט הילקרעסט געגענט ? איז דאס א אנדערע געגענט ?
וואס איז די אדרעס פון די נענטסטע שול ?

א געגנט ארויפציר. עס איז גאנץ א שטיקל מהלך אהין.

עטליכע הייזער פון די זיללא סערטש זעט יא אויס ווי הילקרעסט

יודעי דבר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2016 5:01 pm

תגובהדורך יודעי דבר » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:37 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:
ניו סיטי האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:איז דעס נישט הילקרעסט געגענט ? איז דאס א אנדערע געגענט ?
וואס איז די אדרעס פון די נענטסטע שול ?

א געגנט ארויפציר. עס איז גאנץ א שטיקל מהלך אהין.

עטליכע הייזער פון די זיללא סערטש זעט יא אויס ווי הילקרעסט


עס גרעניצט זיך מיט הילקרעסט, דער נענטסטער ביהמ"ד איז קאסאן אין הילקרעסט. בערך וועסט קלארקסטאון רד. איז דער גרעניץ צווישן הילקרעסט און ניו סיטי.

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:44 pm

יודעי דבר האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:
ניו סיטי האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:איז דעס נישט הילקרעסט געגענט ? איז דאס א אנדערע געגענט ?
וואס איז די אדרעס פון די נענטסטע שול ?

א געגנט ארויפציר. עס איז גאנץ א שטיקל מהלך אהין.

עטליכע הייזער פון די זיללא סערטש זעט יא אויס ווי הילקרעסט


עס גרעניצט זיך מיט הילקרעסט, דער נענטסטער ביהמ"ד איז קאסאן אין הילקרעסט. בערך וועסט קלארקסטאון רד. איז דער גרעניץ צווישן הילקרעסט און ניו סיטי.

אקעי וועל מיר עס אויסטשעקען אי"ה
וואס איז געווארן מיט די געגענט אין האווערסטרוי?

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:02 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:אקעי וועל מיר עס אויסטשעקען אי"ה
וואס איז געווארן מיט די געגענט אין האווערסטרוי?

העווערסטראו האט געפערליך הויכע טעקסעס. צווישן 15-18 טויזנט פאר א פשוטע היי רענטש.

יודעי דבר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2016 5:01 pm

תגובהדורך יודעי דבר » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:35 pm

איין אינטערעסאנטע נקודה בנוגע ניו סיטי איז, אז ווען מען כאפט א שפאציר אריבער, פונעם דערנעבנדיגן הילקרעסט קיין ניו סיטי, זעהט דאס אויס ווי צוויי עקסטערע מדינות, שענערע הייזער און פראפערטי'ס, איידלערע שכנים, א שטילערע אטמאספער, עס איז כמעט ווי זיין אויף וואקאציע א גאנץ יאר.
ב"ה קיין שום אלטראקאציעס מיט די גוי'אישע שכנים, פיל בעסער ווי אין אנדערע געגנטער ארום און ארום מאנסי.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג פאברואר 03, 2020 1:17 pm

געהערט אז א גרופע וויזניץ'ע חסידים מופן אהין בקרוב

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:39 pm

אור האט געשריבן:געהערט אז א גרופע וויזניץ'ע חסידים מופן אהין בקרוב

עס וואוינען שוין דא א באדייטענדע צאהל וויזניצע חסידים, און עס קומען טאקע נאך בקרוב.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:54 pm

האט נישט ראבינאוויטש אן איידעם ביי הרב שפיגעל פון מאנסי דארט א שול?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:58 pm

ממש אזוי האט געשריבן:האט נישט ראבינאוויטש אן איידעם ביי הרב שפיגעל פון מאנסי דארט א שול?

דאס איז אין אן אנדערע חלק פון ניו סיטי ביי עקזיט 11 פונעם פאליסעידס. דארט וואוינען בעיקר ליטווישע אידן.

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

פארוואס פונקט ניו סיטי?

תגובהדורך ניו סיטי » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:38 pm

דאס איז א שאלה וואס איך הער גאנץ אפט פון מיינע באקאנטע וואס הערן אז איך האב מיר געצויגן קיין ניו סיטי.
פארוואס פונקט ניו סיטי?
אז די גייסט שוין יא אין די גלילות, פארוואס גייסטו נישט קיין עירמאנט ווי די באקומסט אסאך א גרעסערע פראפערטי?
פארוואס נישט קיין טשעסטנאט רידזש ווי עס וואוינען שוין מער אידן, מיט מער חסידישע בתי מדרשים?
ניו העמפסטעד איז דאך אסאך נענטער צו מאנסי, און אויך איז עס אין די עירוב?

די תירוץ איז פילפאכיג. א חלק פון די מעלות פון די פלאץ האב איך שוין בעבר בארירט אין דעם אשכול, יעצט לאמיר עס דורכגיין בפרטות.

1. פרייזן
די פרייזן אין ניו סיטי זענען גאנץ סטאביל קעגן אנדערע גלילות. לדוגמא, א היי רענטש אין טשעסטנאט רידזש אדער ניו העמפסטעד גייט פאר ארום 525k (אין עוורידזש, עס ווענדזט זיך אין אסאך זאכן). אין ניו סיטי איז דא צו באקומען היי רענטשעס פאר 450-475k. ווען עס קומט צו קאלאניעלס איז שוין די חילוק אסאך גרעסער. א קאלאניעל אין עירמאנט אדער טשעסנאט רידזשט גיין פאר לכה''פ 650k ווען אין ניו סיטי צאלט מען צווישן 475 און 550k. די סיבה איז ווייל אין די חלק פון ניו סיטי איז דא א גרעסערע צאל קאלאניעלס קאנצעטרירט אין איין געגנט ווי עני אנדערע געגנט אין די גלילות.

2. טעקסעס
טעקסעס אין די חלק פון ניו סיטי זענען אויך היפש נידעריגער פון אנדערע געגנטער. מען צאלט דא אן עוורידזש פון צווישן 9 און 12 טויזנט. (אין טשעסטנאט צאלט מען צווישן 11 און 13 , אין עירמאנט צווישן 15 און 20! )

ווי שוין אמאל דערמאנט איז ניו סיטי אין טאון אוו קלארקסטאון, אבער אונזער געגנט איז נאך אין די איסט ראמאפא סקול דיסטריקט. עס קומט אויס אז מען צאלט סקול טעקס פאר איסט ראמאפא סקול דיסטריקט (וואס איז היפש ביליגער ווי די קלארקסטאון דיסטריקטס), און די טאון טעקס צאלט מען פאר קלארקסטאון וואס איז ביליגער ווי אין ראמאפא.

3. חברותא
אנדערש ווי ביי אנדערע גלילות פון מאנסי, האט זיך בעזר השם ארויסגעשטעלט אז צו דעם געגנט זענען געקומען נאר היימישע חסידישע משפחות. משפחות וואס זוכן נישט צו אנטלויפן פון זייער סביבה, נאר ווילן פשוט וואוינען אין א פריוואטע הויז אין א שטילע געגנט אין א היימישע אטמאספער. עס וואוינען דא משפחות פון אלע חסידישע קרייזן און מען קען רואיג לאזן די קינדער שפילן מיט די שכנים אהן זיין באזארגט וואסערע איינפלוס זיי וועלן האבן.

4. לאקאציע
די געגנט איז נישט אזוי ווייט פון די צענטער פון מאנסי, 7-8 מינוט ביז הצלחה גראסערי, כמעט וואס עס איז נישטא קיין טרעפיק (דורך די געסלעך אין ספרינג וואלי) 11 מינוט ביז סאטמאר, און 13 מינוט ביז וויזניץ.
די נייע בינגא געשעפט, און אזוי אויך קאסקטא, לאו'ס, טארגעט און נאך איז בלויז א 3-4 מינוט דרייוו.
אויך האט עס גרינגע צוטריט צו די גרויסע הייוועיס פונעם געגנט, ווי שוין דערמאנט אז צו גיין צו פאליסעידס עקזיט 10 נעמט צווישן 1-3 מינוט, וואס פון סענטער פון מאנסי נעמט עס ארום 15 מינוט.


עס איז דא נאך מעלות וואס איך וועל אי''ה מיט די צייט ארויסברענגן. בסך הכל האט די פלאץ אסאך צו אפפערן פאר א משפחה וואס זוכט צו וואוינען פרייוואט אין א היימישע סביבה. עס איז טאקע דא א גרויסע פארלאנג און רוב הייזער וואס קומען ארויף ווערן שנעל פארכאפט. און די קומענדיגע וואכן מופן אריין נאך עטליכע משפחות און עס דא א צאהל הייזער אונטער קאנטראקט.

אויב איינער וויל מער פרטים, אדער איינער וויל זיך מקשר זיין צו א בראקער וואס ספעציעלעזירט זיך אין די געגנט, זאל קומען אין אישי.

** איך בין נישט קיין בראוקער. איך שרייב נאר צו מיטטיילן פארן עולם איבער די געגנט.

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » פרייטאג פאברואר 28, 2020 12:52 pm

נעכטן האט נאך א משפחה זיך אריינגעצויגען אין א פריוואטע רחבות'דיגע הויז אין די 'חסידישע געגנט אין ניו סיטי'
ברוכים הבאים משפחת ציטראנבוים.

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » מוצ"ש פאברואר 29, 2020 11:45 pm

מען האט מיר געבעטן אין אישי ארויסצולייגן א מעפ פון די געגענט ווי די חסידישע משפחות וואוינען.

איר קענט זעהן די גרעניצן אויפן סקרינשאט.
און דא האט איר א לינק צו גוגל מעפס צו די צענטער פונעם געגנט:

https://maps.app.goo.gl/2dzV3zsSYfzC2wzS9
צוגעלייגטע
Polish_20200229_230811147.png
Polish_20200229_230811147.png (309.2 KiB) געזעהן 495 מאל

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 01, 2020 12:04 am

וואס איז די מציאה צו קויפן א אלטע כאטקעלע פאר קרוב צו 500 טויזענט מיט קרוב צו 10 טויזנט דולר טעקס יערליך ווען די קענסט קויפן א ברענד נוי גרויסע דירה און צענטער פון מאנסי פאר 600 טויזנט מיט ביליגער טעקס?

קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג מארטש 01, 2020 12:15 am

דברים אלו האט געשריבן:וואס איז די מציאה צו קויפן א אלטע כאטקעלע פאר קרוב צו 500 טויזענט מיט קרוב צו 10 טויזנט דולר טעקס יערליך ווען די קענסט קויפן א ברענד נוי גרויסע דירה און צענטער פון מאנסי פאר 600 טויזנט מיט ביליגער טעקס?


הויז - דירה, דאס איז די חילוק שווער מסביר צי זיין
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » זונטאג מארטש 01, 2020 12:31 am

דברים אלו האט געשריבן:וואס איז די מציאה צו קויפן א אלטע כאטקעלע פאר קרוב צו 500 טויזענט מיט קרוב צו 10 טויזנט דולר טעקס יערליך ווען די קענסט קויפן א ברענד נוי גרויסע דירה און צענטער פון מאנסי פאר 600 טויזנט מיט ביליגער טעקס?

1. ווי קאטאגאריש (ידנ) זאגט, א דירה איז נישט קיין פריוואטע הויז.
2. מאנסי איז היינט א שטאט, נישט קיין שטילע סובארב.
3. 'ברענד ניו' אין 'גרויסע דירה' איז א סתירה (אין מאנסי) איך האב געזעהן פלענטי נייע דירות די לעצטע 2 יאר, פאר 600,000 באקומט מען א קארגע 1800 סק. פוס מיט א האלבע פארקינג ספעיס.
4. א היי רענטש ווערט נישט פארעכנט ווי א כאטקעלע, אוודאי נישט א קאלאניעל וואס אסאך איינוואוינער דא האבן.

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 01, 2020 12:40 am

ניו סיטי האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:וואס איז די מציאה צו קויפן א אלטע כאטקעלע פאר קרוב צו 500 טויזענט מיט קרוב צו 10 טויזנט דולר טעקס יערליך ווען די קענסט קויפן א ברענד נוי גרויסע דירה און צענטער פון מאנסי פאר 600 טויזנט מיט ביליגער טעקס?

1. ווי קאטאגאריש (ידנ) זאגט, א דירה איז נישט קיין פריוואטע הויז.
2. מאנסי איז היינט א שטאט, נישט קיין שטילע סובארב.
3. 'ברענד ניו' אין 'גרויסע דירה' איז א סתירה (אין מאנסי) איך האב געזעהן פלענטי נייע דירות די לעצטע 2 יאר, פאר 600,000 באקומט מען א קארגע 1800 סק. פוס מיט א האלבע פארקינג ספעיס.
4. א היי רענטש ווערט נישט פארעכנט ווי א כאטקעלע, אוודאי נישט א קאלאניעל וואס אסאך איינוואוינער דא האבן.

איך קען דיר ווייזן עטליכע ברענד ניו דירות פון ארום 2500 פיס +א בוידעם + א בעיסמענט און סענטער פון היימישן געגנט פאר 600 טויזנט.

ניו סיטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 29, 2020 7:47 pm

תגובהדורך ניו סיטי » זונטאג מארטש 01, 2020 12:45 am

דברים אלו האט געשריבן:
ניו סיטי האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:וואס איז די מציאה צו קויפן א אלטע כאטקעלע פאר קרוב צו 500 טויזענט מיט קרוב צו 10 טויזנט דולר טעקס יערליך ווען די קענסט קויפן א ברענד נוי גרויסע דירה און צענטער פון מאנסי פאר 600 טויזנט מיט ביליגער טעקס?

1. ווי קאטאגאריש (ידנ) זאגט, א דירה איז נישט קיין פריוואטע הויז.
2. מאנסי איז היינט א שטאט, נישט קיין שטילע סובארב.
3. 'ברענד ניו' אין 'גרויסע דירה' איז א סתירה (אין מאנסי) איך האב געזעהן פלענטי נייע דירות די לעצטע 2 יאר, פאר 600,000 באקומט מען א קארגע 1800 סק. פוס מיט א האלבע פארקינג ספעיס.
4. א היי רענטש ווערט נישט פארעכנט ווי א כאטקעלע, אוודאי נישט א קאלאניעל וואס אסאך איינוואוינער דא האבן.

איך קען דיר ווייזן עטליכע ברענד ניו דירות פון ארום 2500 פיס +א בוידעם + א בעיסמענט און סענטער פון היימישן געגנט פאר 600 טויזנט.

אדרבה, לייג ארויס פאר די עולם צו זעהן.
איך מיין אז ניטאמאל אויף רידזש זענען דא אזעלכע פרייזן.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט