אינטערשטע שורה האט געשריבן:איינער האט מברר געווען צו דאס איז בכלל אמת.?
למאי נפקא מינה? ווילסט קויפן א הייזקע דארטן?
צו שפעקולירן ארום דעם מוז עס נישט זיין אמת!
וכן מקובלני: א מעשה מוז זיין אדער אמת אדער שיין, ווען עס איז ביידע איז עס א באנוס
צדיק'ל האט געשריבן:קעש האט געשריבן:וואס איך וויל אבער פארשטייו איז פארוואס די אלע נייע ישובים ווי למשל דאס union nj עס איז בכלל נישט ביליג די ריעל עסטעיט דארט .
מהאט שוין געהאט די טענות אויף linden nj וואס עס זענען בכלל נישט אזוי ביליג דארט סא פארוואס זאל מען לויפן אהין און שוויצען?! בויען א יושב קאסט דמים ודמים..
איי וועסטו זאגן אז ברוקלין איז אסאך טייערער אמת אבער דאס איז עס . אלעס איז שוי דא יארן לאנג...
אנדערש איז אבער ווען עס קומט צו לעיקוואד וואס אי א עיר ואם בישראל וואס דארט איז אלעס דא נאר מען בויט ארויס .. אדער אפילו בלומינגבורג ווי נאך א קרייז וואלט ווען געדארפט אהין קימען עס אויף לעבן..
קודם כל איז יוניאן גארנישט אזוי טייער והשנית וואס קאסט שוין אזויפיל ממון ודמים צו בויען א שטעטל יעדער קויפט א הייזקע פאר זיך און די מוסדות קען זיין א חלק פון די בארא פארקער מוסדות, ווידער לעיקוואוד פאר א פרומע חסידות איז דאס נישט קיין אפשין
אינטערשטע שורה האט געשריבן:איינער האט מברר געווען צו דאס איז בכלל אמת.?
יידישע קהילות האט געשריבן:קודם ריקן זיי אהין זייער ישי"ג און די Y נעמט עס איבער, דורך דעם וועט מען קענען אהבייבן בויען די ביהמ"ד הגדול.
ווי אויך די הנהלה מיטגלידער רמי"ם ומגישי"ם מאפן אהין.
גאלדענע פעדער האט געשריבן:די וואך מאנטיג גייט פארקומען א גרויסע אסיפה אין באבוב-45 איבער די נייע ישוב. DTF#
אגב איך הער זיי האבן ארויס געגעבן שיינע צעטלעך און מעלדונגען איבער די נייע ישוב אויב איינער האט עס ביטע עס דא ארויס לייגען יש״כ.
המעריב ערבים האט געשריבן:אופן צעטל שרייבען זיי ״נאך עטליכע ״יאר״ פון יגיעה און ״השקעה״.
קען איינער אריינקומען קלאר וויפעל ״יאר״ און וויפעל ״השקעה״ מהאט שוין דארט אריינגעלייגט
שמואל בארג האט געשריבן:המעריב ערבים האט געשריבן:אופן צעטל שרייבען זיי ״נאך עטליכע ״יאר״ פון יגיעה און ״השקעה״.
קען איינער אריינקומען קלאר וויפעל ״יאר״ און וויפעל ״השקעה״ מהאט שוין דארט אריינגעלייגט
פאר די אנשטרענגונג פון א האלבע תגובה מוז יעצט יענער ארייקומען "קלאר" וויפיל די השקעה איז געווען?!
יא אזא פראיעקט שארט זיך נישט ארויס פון ארבל.
יידישע קהילות האט געשריבן:איז דאס אמת אז דער באבווב-45 רב שליט"א גייט זיך אהינצוהען?
אט אזוי נישט די רבי. לויט ווי איך הער רעדט מען פון א זוהן אדער איידעם זאל זיך אהין ציען. העמיר קליגער ווערן איבער דעם מיט די צייט.חמרא טבא האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איז דאס אמת אז דער באבווב-45 רב שליט"א גייט זיך אהינצוהען?
רב אדער רבי?
דריידל האט געשריבן:בעל דעת האט געשריבן:איך טראכט אז סאטמאר תשל"ג ווען מען האט אנגעהויבן מיט קרית יואל, איז געווען קלענער ווי באבוב45 כהיום
ס'מסתמה געווען דאפלט פון באבוב 45 היינט. וויפול בחורים לערנען אין באבוב ישיבה, 200? איך מיין די ישיבה אין סענז סטריט האט געהאט דאפלט
ניין נאר פאר דער וואס האט זיך איין געשריבען. זיי האבן געמאכט א questionnaire צי מ׳איז גרייט צו זיין פון ערשטע 10 משפחות אדער ערשטע 50 אדער ערשטע 150. און נאר די וואס האבן זיך איין געשריבען קענען דארט זיין. פארשטייציך דערווייל ארבייטן זיי נאר מיט זייערע חסידים. אבער ס׳הייסט אז זיי ווילן אז אנדערע חסידות׳ן זאלן אויך דארט קומען וואוינען. העמיר זעהן מיט די צייט ווי אזוי די זאך אנטוויקעלט זיך.אסדר לסעודתא האט געשריבן:איז די אסיפה אפן פאר יעדעם?
גאלדענע פעדער האט געשריבן:א מחיה און א נחת צי זעהן ווי עהרליכע רבי׳ס און מנהגים פירן אן מיט נייע ישובים.
#נידער מיט די עסקנים
צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט