טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט, מאגנאליע דעלעוועיר.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט, מאגנאליע דעלעוועיר.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:19 pm

א קנאפע צוויי א האלב שעה רייזע פון ברוקלין - א מייל אראפ פון די סטעיט רט. 30 שטראסע אין די שטעטל מאגנאליע געפונען מיר א נייע דעוועלאפמענט מיטן נאמען טשעסטנאט רידזש. בערך האלב הייזער זענען שוין פארקויפט, אבער אט קומען מיר אריין צו א נייע גאס. דא שטייען שאוועל רעדי צענדליגער שפאגל נייע פריוואטע הייזער צום בויען פאר צוגענליכע פרייזן פון די מיטעלע 200'טער.

פראפערטי טעקס איז פון די קליינע דאגות. עס קאסט בערך אזויפיל ווי א דורכשניטליכע אויטא אינשורענס ביל אין ניו יארק. די לענדסקעיפ איז שיין רואיג, נישט בערגיג.
די טשעסנאט רידזש דעוועלאפמענט איז נאר איין דוגמא. ס'שפרודלען דא צענדליגער נייע דעוועלאפמענטס לענגאויס די צענדליגער טאון'ס פון צענטראל דעלעוועיר ביז דאונסטעיט. דאס באדייט אז ס'איז בכלל נישט אן אלטע געגנט וואס איז געווארן אויסגעשפילט און דערפאר איז דאס ביליג, נאר אפילו די עקזיסטירנדע הייזער ארום זענען שיין גרויס און הערליכע קאנדישאן, די בעסערע עלעמענט וואוינט דא. ס'איז א סעיף געגנט, מ'הערט כמעט נישט פון פארברעכן.  בכלל איז די נאטור דא פיל רואיגער ווי די רוישיגע ניו יארק. צו האבן א נערוועזע מאמענט ביים רעדל איז ווי א הארבע פארברעכן.

איינע פון די בענעפיטן וואס ציעט גלייך די אויפמערקזאמקייט, איז די גאר ביליגע פראפערטי טעקס, ווען פאר א 3000 סקווער פס. פאלאץ צאלט מען ארום $2500 הכל בכל.

דאס איז א הויז צו פארקויפן אין מאגנאליע.
https://www.zillow.com/homedetails/529- ... 7212_zpid/
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

פון 152 rodney

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:54 pm

3 hours
24 min.
182 mile
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך ינואר 22, 2020 5:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:00 pm

ווי ווייט איז דאס פון די נייע b&h ווערהאוז אין נ. זש.?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:01 pm

דריידל האט געשריבן:ווי ווייט איז דאס פון די נייע b&h ווערהאוז אין נ. זש.?

אקעי, ערגעץ פארסטו יעצט
אבער מוזט נישט צוקומען צו דעם ארום דארט איז דא אסאך גוטע זאכן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:03 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ווי ווייט איז דאס פון די נייע b&h ווערהאוז אין נ. זש.?

אקעי, ערגעץ פארסטו יעצט
אבער מוזט נישט צוקומען צו דעם ארום דארט איז דא אסאך גוטע זאכן

למשל?

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:05 pm

דריידל האט געשריבן:ווי ווייט איז דאס פון די נייע b&h ווערהאוז אין נ. זש.?

יעצט נאכגעקוקט צוויי שעה 117 מייל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:07 pm

דריידל האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ווי ווייט איז דאס פון די נייע b&h ווערהאוז אין נ. זש.?

אקעי, ערגעץ פארסטו יעצט
אבער מוזט נישט צוקומען צו דעם ארום דארט איז דא אסאך גוטע זאכן

למשל?

לייג אריין אין עני ריעל עסטעיט סייט new homes מיט א פופציג מייל רעדיוס ארום פלארענס נ.דזש. קוק וואס קומט ארויס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:13 pm

עניוועי פאלגט מיך אינגעלייט
אויב ווילט איר גיין סאוט, און איר ווילט גיין ביז ארום צוויי שעה אוועק פון ברוקלין
גייט אין די "גלילות" ניט אין סענטער פון פילאדעלפיע
פענסילוועניע איז גאנץ סימפאטיש צו אונז זיי אקאמאדירן די עמיש
בדרך כלל פרא ביזנעס פרא וואוקס און גענוג סימפאטיש צו געבן עפעס פראגראמען פאר מיניאריטעט א עכטע מיקס וואס מיר דארפן בדרך כלל
נידריג פראפערטי טעקס, און ריעל עסטעיט איז נישט צו טייער
אין פילי איז "אלעס" דא גוטע שפיטעלער, גוטע ערפארט, וכו' וכו'
פאלגט מיך אויב ס'ציעט אייך סאוט ארום צוויי שעה אוועק פון ניו יארק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:16 pm

דא איז די ליסטינג פון די טשעסטנאט רידזש דעוועלאפמענט זעלבסט:
https://www.zillow.com/community/chestn ... 7741_plid/

די גרעסטע הויז מאדעל איז געפרייזט ביי $339,000 מיט $1800 יערליך אין טעקסעס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:22 pm

lebediger berel האט געשריבן:עניוועי פאלגט מיך אינגעלייט
אויב ווילט איר גיין סאוט, און איר ווילט גיין ביז ארום צוויי שעה אוועק פון ברוקלין
גייט אין די "גלילות" ניט אין סענטער פון פילאדעלפיע
פענסילוועניע איז גאנץ סימפאטיש צו אונז זיי אקאמאדירן די עמיש
בדרך כלל פרא ביזנעס פרא וואוקס און גענוג סימפאטיש צו געבן עפעס פראגראמען פאר מיניאריטעט א עכטע מיקס וואס מיר דארפן בדרך כלל
נידריג פראפערטי טעקס, און ריעל עסטעיט איז נישט צו טייער
אין פילי איז "אלעס" דא גוטע שפיטעלער, גוטע ערפארט, וכו' וכו'
פאלגט מיך אויב ס'ציעט אייך סאוט ארום צוויי שעה אוועק פון ניו יארק

איך האב זייער אסאך שוין געקוקט אויף ניו דזשערזי ליסטינגס אין אלע זייטן. נישטא דארט כמעט א שיינע געגנט פאר עפארדעבל פרייזן. אדער א דארף. אדער א אויסגעשפילטע סיטי מיט אלטע הייזער ווי פארברעכן איז הויעך. ועל כולם הויעכע פראפערטי טעקס.

פענסילוועניע איז גאנץ גוט, הגם פילאדעלפיע אורבען עריע ציעט מיך נישט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:25 pm

פארדעם האבעך דאך געשריבן סובארבס פון פילי שוין פרובירט אסאך פופצן יאר צוריק קיין רעבלעזערקרויס נישט געועון יענע צייטן איר קענט נאך זוכן דא ווי כ'האב געהאט גאנצע שטעט פאר אונטער צוויי הונדערט אלפים א הייזל. היינט וואוינען דארט אונזערע בראדערס און זענען זיך מחי' מיר צאלן ווייטער וואו יאסי גאלדבערגערס גמליאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 5:51 pm

א אימעיל וואס איך האב באקומען

א גוטן ר' אליעזר.

אזויווי איר רעדט ארום וועגן אלטערנאטיוון וואו מ'קען וואוינען אינדרויסן פון ניו יארק, און איר זאגט איר זעט פלארידע אלס גאר א גוטע סטעיט, וואלט איך אייך געוואלט פארשלאגן א אנדערע סטעיט וואס לויט ווי איך זע עס האט עס גאר אסאך מעלות פאר'ן ציבור, און ס'איז אויך זייער רעאליסטיש, צוליב דעם וואס ס'איז נישט צו ווייט, אבער איר האט עס בכלל נישט דערמאנט.

פאר איר שפרינגט ארויף אז "ווייט פון וואס", דארפט איר אבער רעאליזירן אז אין מציאות וואוינט דער עולם דערווייל אין ניו יארק/ניו דזשערסי, און הגם איר פלאנט ארויסצושלעפן דעם עולם, גייט עס אבער נישט גיין פון איין טאג אויפ'ן צווייטן. ס'גייט זיך אין יעדן פאל אנהייבן מיט גאר א קליין הייפעלע אידן, וואס זייערע פארצווייגטע משפחות וואוינען אלע אין ניו יארק/ניו דזשערסי, און זיי גייען דארפן פארן אויף שמחות, שבתים וימים טובים, און אנדערע מאורעות.

פארן עטליכע שעה מיט א פליגער איז נישט עפעס וואס יעדנ'ס סדר היום אדער טאש ערלויבט, אין די מציאות איז אז די אלע וואס וואוינען אוט אוו טאון דארפן פון מאל צו מאל אריינקומען צום עולם.

ע"כ מיין איך אז א געגנט וואס איז אוט אוו סטעיט, אבער ס'איז בלויז 1.45 שעה פון לעיקוואוד, 2.25 שעה פון ברוקלין, 2.5 שעה פון מאנסי, 2.75 שעה פון קרית יואל, און בלויז קיין מאנטיסעלא וועט מען דארפן פארן 3.25 שעה, איז עס גאר א גוטע דעסטינאציע, און אויך גאר רעאליסטיש צו אייגנטליך קענען אדורכפירן.

און הער נאר הער, איך רעד פון א סטעיט וואס האט נישט קיין סעילס טעקס בכלל, ריעל עסטעיט פרייזן פער סקווער פוס זענען ביליגער ווי אין פלארידע, און פראפערטי טעקסעס לויט די ווערט פון די הויז זענען ווייניגער ווי האלב פון פלארידע!

ס'איז טאקע דא א סטעיט אינקאם טעקס דארט, אבער נישט אזוי הויעך ווי אין ניו יארק, און מיט די ביליגערע ריעל עסטעיט און שפאט ביליגע פראפערטי טעקסעס וואלטן מענטשן זיכער געבליבן מיט מער אין טאש ווי אין פלארידע נאך פאר די געלט וואס מ'שפארט זיך פאר סעילס טעקס.

(אויסער דעם דארפט איר אינאכט נעמען אז אינקאם טעקס צאלט נישט יעדער, און אפילו דאס וואס מ'צאלט גייט צוריק צום היימישן ציבור מיט ריבית פאר די אלע נויטבאטערפנדע וואס באקומען מער ווי אלע וואס צאלן געבן).

אלזא, מיין רעדע איז פון די סטעיט אוו דעלאוועיר, וועלכער איז גאר א קליינע געשמאקע סטעיט, אין דאס א ס'איז קליין איז נאך פון די גרעסטע מעלות.

לויט מיין מיינונג איז די וויכטיגסטע זאך אויף וואס מדארף פאוקעסן אין א סטעיט איז אז מיר זאלן האבן עפעס א כח, סוף כל סוף איז דער עולם צוגעבונדן אין גרויס טייל צו ניו יארק ווייל מ'האט שוין די קאנעקשאנ'ס, משא"כ ווען א קליינע הייפעלע קומען אן צו א סטעיט, ווער זאל זיי בכלל אנקוקן?

אבער אין אזא סטעיט ווי דעלאוועיר וואס האט א 22'סטל די מענטשן וואס פלארידע, קען א ישוב פון 300 משפחות האבן די זעלבע פאוער ווי א געגנט אין פלארידע גרעסער ווי קרית יואל והגלילות!

אפגערעדט אז ווען ס'איז אזוי נאנט איז אפילו גאר רעאליסטיש אז ביז אפאר יאר זאלן דארט וואוינען טויזענטער חסיד'ישע משפחות. און אויב דער גאנצער עולם וועט זיך אהין ציען קענען מיר דארט האבן בלי גוזמא א סטעיט מיט א רוב פון חסיד'ישע אידן! וואס איז עכט די איינציגסטע עצה צו זיין פארזיכערט אז א סטעיט פארט לויט אונזערע אינטערעסן בעל כרכם אויפ'ן לאנגן טערמין!

די סך הכל פארגלייך צו פלארידע אין קורצן:

פלארידע האט די 12'טע טייערסטע פראפערטי טעקס אין לאנד, דעלאוועיר האט די ביליגסטע נאך האוואיי, אלאבאמא, און לואיזיאנא!

פלארידע האט בערך 8% סעילס טעקס, דעלאוועיר האט 0%!

פלארידע איז צוואנציג שעה מיט א קאר, 2.75 מיט א פליגער פון ברוקלין, דעלאוועיר איז 2.25 שעה מיט א קאר!

אין פלארידע דארף מען 4,000 חסיד'ישע משפחות צו האבן 0.1% פון די ארטיגע באפעלקערונג, אין דעלאוועיר דארף מען בלויז 180!

איז עס דען א פארגלייך?

וועגן סקול טשויס האב איך נאכנישט געהעריג דורך געטוהן, אבער לויט וויפיל איך האב געזען זיקן דארט גאר א גרויסע פראצענט אין פריוואטע סקולס, סאו איך גלייב אז זיי שטעלן זיך צו, אבער איך דארף מאכן מער ריסערטש.

די וועטער איז זייער ענליך צו ניו יארק.

איך האב נישט יעצט מער צייט מאריך צו זיין, איך האב אויך נישט געענדיגט מיין ריסערטש, אדרבא איר קענט עס אויסטשעקן און האבן אייער אייגענע מיינוג דערויף, אבער צו מיר קוקט עס אויס ווערט אריינצוקוקן.

הצלחה.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:05 pm

די חידוש וואס איך זע אין דעלעוועיר איז, אז אלע געגנטער לויפן מער/ווינציגער אייניג. א גרויסע הויז אין א גוטע קאנדישאן אויף א האלבע ביז א גאנצע עיקער. ווי דו גייסט און שטייסט איז דא גאנצעטע געגנטער מיט הערליכע נייע אדער כמעט נייע הייזער. עס איז פון די שנעלסט וואקסענדע סטעיטס אין די לעצטע 20 יאר.

אנדערש ווי למשל ביי אונז אין ניו יארק אין די ארומיגע געגנטער וואס מען דארף אויסזוכן א פאסיגע געגנט און א פאסיגע היים, רוב הייזער זענען קליין און די גרויסע זענען אלט, פון די צייטן ווען נארמאלע פאמיליע גוים האבן נאך באזיצט ניו יארק... אדער איז די געגנט נישט פאסיג א.א.וו.

אין די קליינטשיגע דעלעוועיר האט איר ווארשיינליך פיל מער פאסיגע אפציעס ווי אין די גאנצע טריי סטעיט עריע!

פאר א באנוס, לייג אריין $15,000 פאר די ערשטע יאר פראפערטי טעקס און איר זענט טעקס פריי פאר 10 יאר!

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/

https://www.zillow.com/homedetails/44-S ... 6123_zpid/

https://www.zillow.com/homedetails/5-Cr ... 6447_zpid/
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:15 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:א אימעיל וואס איך האב באקומען

א גוטן ר' אליעזר.

......

וועגן סקול טשויס האב איך נאכנישט געהעריג דורך געטוהן, אבער לויט וויפיל איך האב געזען זיקן דארט גאר א גרויסע פראצענט אין פריוואטע סקולס, סאו איך גלייב אז זיי שטעלן זיך צו, אבער איך דארף מאכן מער ריסערטש.
אז מ'וועט צאלן בלויז 2 אלפים פראפערטי טעקס וועט מען נישט אזוי באוויינען די שכר לימוד פרייזן

די וועטער איז זייער ענליך צו ניו יארק.
עס איז לכאורה אפילו בעסער אין די ווינטער זינט עס איז מער דרום. אויף די אפיציעלע מאפע איז דעלעוועיר פון די דרום שטאטן

הצלחה.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:23 pm

נאך א מעלה האט דעלעוועיר אז סהאט געהאט א סענעטאר ווי אונזער אלעמען באקאנטען זשאו פון סקרענטאן אהההמממ כמיין זשאו ביידן פון די אוקריינא פאון קאל

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:32 pm

איך בין בעצם מיט זיידי אז פילי און ארום איז די זאך, אבער אויב ענק ווילן דווקא דעלעוועיר זאל זיין אזוי. אבער איין זאך דארף מען וויסן בויען דעלעווער פאר היימישע אידן איז בערך דאפלט די ארבייט ווי פילי והגלילות, נעמענדיג אין באטראכט אז עס דא דארט כשרס געהעריג און עס ווירבלען זיך אידן פון אלע קרייזן פון ישבישע ביז יאנג איזרעל פון ספרדים צו רוסקיס.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:33 pm

איך רעדט שוין נישט פון די חלק הפרנסה...

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:51 pm

להוי ידוע אז די פיללי סובארבס זענען בכלל נישט ביליג און בכלל נישט נידריג טעקסעס. הייזער זענען אין די 500k רעינדזש מיט 6-9 טויזנט פאר טעקסעס.

בכלל נישט קיין מציאה.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 7:42 am

נארט דעלעווער אליין איז א סובארב פון פילי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

כדי צו פארשטיין וואו כ'האב געשריגן מ'זאל גיין צוועלף יאר צוריק קוק דא!

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 7:52 am

https://www.google.com/maps/@39.8036372 ... authuser=0
די גאנצע שטאט וואס איר זעט האט מען געקענט האבן פאר אנ"ש דורכשניטליכע פרייז געקענט זיין 199 אלפים
ס'איז "אין די סובארבס פון פילי, ס'האט "אלעס" נעבן זיך סיי פון וויליאמגטאן סיי פון פילי (פופצן מינוט מיט א טרעין וואס סטאפט דארט)
די איינציגסטע זאך וואס איז נישט דא דארט איז געווען ווואטשערס וכדו'
די שטאט און די באנק האבן שוין געהאט אריין געלייגט הונדערט מעלאנעס אין אינפראסטראקטשור בימים ההם וואס איז געווען עוועליבעל פאר אומזינסט פאר די קויפערס
סאיז געווען א בחינה פון "קראתי ואין עונה" יעצט קען איך נישט קוקן אויף די בילדער ווייל סקומט מיר צו וויינען וואס מהאמיר פארפאסט
דער אמת איז אז אין אזא קליינע סטעיט ווי דעלעווער אויב דער עולם רוקט זיך אריין אין גענונג גרויסע נומערן און מ'האנדלט גענוג קלוג קענען "מיר" באשליסן איבער וואוטשערס אבער דאס איז מער הלכתא למשיחא בעו"ה ווייל די שאנסן מיר זאלן ארבעטן סטראטעגיש אינאיינעם זענען ליידער ביי נול אבער טעארעטיש איז עס גאר מעגליך
וואו איז רעבלעזער געווען מיט יאסי ווען מ'האט זיי די מערסטע געדארפט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 7:58 am

פעטער שמואל האט געשריבן:להוי ידוע אז די פיללי סובארבס זענען בכלל נישט ביליג און בכלל נישט נידריג טעקסעס. הייזער זענען אין די 500k רעינדזש מיט 6-9 טויזנט פאר טעקסעס.

בכלל נישט קיין מציאה.


ווענדט זיך פונקטליך וואו נאנט וואו ווייט, מ'קען בויען פאר ביליגער וכו'
אבער באקומסט עפעס - ביזט נעבען אלעס, גייסט אין נא מענס לענד גיי שוין אין מאנטיסעלא ענדערש
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 9:25 am

הלואי זאל עפעס ווערן , אבער מען קען גיין אין עקסטרינדע ישובים עטוואס ארויס פון מאמעס פארטוך און באקומען גאר גוטע דיעלס וואס יעדער קען זיך עפארדען, און די האסט אלע הצטרכות'ן, מיין חבר א אינגערמאן פון בארא פארק האט געמופט אין ליבערטי ווילעזש אין טאמס ריווער , קעגן איבער די ריווארוואד טשעיס דעוולעפמענט קאנדאס פאר $299 וואס מען האט גערעדט דא אפאר טעג צוריק, ער האט געמופט אויף א גאס מיט אביסעל ישיבישע/ליטווישע פאר אפאר חדשים צוריק, א הערליכע הויז פאר 420k ,א הויז וואס ער קען זיך אויסלעבן די יארן אי"ה מיט 2400 אויפגעפיקסטע סקווער פיס + 2 קאר גאראזש , מיט א הערליכע פול , הערליך איבערגעמאכט מיט א כשר'ע קיטשען, ער האט נישט געדארפט אריינלייגן קיין פעני, די טעקס איז $6500 , די הויז איז אלט 15 יאר , ער ענדיגט די חודש נאכן אראפלייגן קארגע 50 אלפים פון טאש $2300 נאך אלעם ! מיט א 10 טויזענט דאלאר ניו זשערסי גרענט פאר קלאזינג , ממש א זשוק , ער האט אלעס ביי די האנט , עטליכע שולן,מוסדות,אידישע סטארס, איין זאך ער פארט כעת אריין יעדן טאג קיין ברוקלין פאר זיין גוט באצאלטע זשאב , וואס מיינט עטס ? די פרייזן ריקן זיך ארויף, זייט אפאר חדשים צוריק ,ביז אפאר חדשים וועט ער האבן עטליכע מנינים חסידים אבער זיי גייען שוין ארויפצאלן .
די זעלבע איז אין די גלילות קרית יואל /מאנסי ,עס איז דא מענטשן וואס לויפן א טריט ווייטער און צאלן פעניס, דאס איז מעשים בכל יום ממש, נאר די טעקס איז עטוואס טייערער ווי טאמס ריווער געגענט כעת ,
און איינער וויל גיין נאך ביליגער ,בעסער געזאגט ממש אומזיסט ,קען ער גיין קיין מאנטיסעלא און קויפן א הויז זייער גרינג מיט סעקשען 8 (קענסט עכט און יעדע געגנט נאר דארט זענען רוב ציבור געגאנגען לכתחילה פארן אכטער ) און די הויז קאסט אים ממש גארנישט חודש'ליך און ממש גארנישט פון טאש עס צו קויפן , איי פרנסה ? ער ברויך נישט קיין גרויסע פרנסה, דאס לעבן קאסט אים ממש גארנישט , שכר לימוד אין וויזשניץ איז שפאט ביליג , און זה הא , ניין עס איז נישט גרינג אבער להוי ידיעה כאב גערעדט מיט אסאך אינגעלייט אין בלומינגבורג און אין מאנטיסעלא , וואס איז היפש די זעלבע קאנצעפט פון מענטשן נאר אנדערע חסידות'ן , זיי זענען העכסט צופרידענע מענטשן , זיי לעבן אמאליגע סטייל לעבן ,לעבן נישט פאר יענעם, זיי לעבן מיט די קינדער אין שטוב , זענען נארמאל אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער נישט נאר שבת , ארבעטען כפי הצורך און ענדיגן די חודש מיט מער רעשט אין טאש ווי אונז אלע, וועגן די לעבן קאסט אסאך ביליגער.

עניוועי פון מיין זייט זאל זיך אלעס אויסארבעטען ,און אז מען טוט ארבעט זיך אלעס אויס אי"ה

איך קלער שוין פון מאכן דעלעווער און פלארידע מארגעזש לייסענס....אבער קוקטס די היסטארי, דער עולם גייט שווער אויף נייע געגענטער ,אבער ברוך השם אז למעשה א סך הכל פון בערך 2500 משפחות האבן געמופט צו נייע און כמו נייע גלילות געגענטער פון שטאט אדער עקסטירענדע געגענטער , אבער די גאר פרישע געגענטער וואקסט שוואך למעשה און סאיז יצא שכרו בהפסידו איז מיין ארימע מיינונג, מיט די שווערע גאל פון אויפבויען נאר די מינומים אידישע אינפרעסטרוקטשער וואס מען ברויך , גלילות פון יעדע געגענט איז די בעסטע אפשען און די גרינגסטע אויפן טאש און אלעס ארום , כאב אויך אמאל געהאלטען אנדערש , אבער די מציאות פון די לעצטע פינעף יאר ווייזט אנדערש

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 10:38 am

איך טו רעזעווירן די 1.3 מיליאן דאלאר הויז פארן ראש הקהל.
https://www.zillow.com/homedetails/18-O ... 9985_zpid/

די הויז איז פארן רב שליט"א.
https://www.zillow.com/homedetails/90-H ... 6851_zpid/

דורן דרשה פאר די פרישע קאפל.
https://www.zillow.com/homedetails/44-A ... 1796_zpid/
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 11:32 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איך טו רעזעווירן די 1.3 מיליאן דאלאר הויז פארן ראש הקהל.
https://www.zillow.com/homedetails/18-O ... 9985_zpid/

די הויז איז פארן רב שליט"א.
https://www.zillow.com/homedetails/90-H ... 6851_zpid/

דורן דרשה פאר די פרישע קאפל.
https://www.zillow.com/homedetails/44-A ... 1796_zpid/

WOW די טעקסעס פאר די רב און ראש הקהל איז 1600,און די עסטימעד ZILLOW פעימענט איז.. $1243
און די דורן דרשה פאר די פרישע קאפל איז די טעקסעס א נישטיגע.. 775 $ און די עסטימעד ZILLOW פעימענט איז.. $605
לייג צו א ביהמ"ד און מקוה (מיט א טורןסטייל..) און די פרייז שיסט ארויף דריי מאל אזויפל.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 4:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:די חידוש וואס איך זע אין דעלעוועיר איז, אז אלע געגנטער לויפן מער/ווינציגער אייניג. א גרויסע הויז אין א גוטע קאנדישאן אויף א האלבע ביז א גאנצע עיקער. ווי דו גייסט און שטייסט איז דא גאנצעטע געגנטער מיט הערליכע נייע אדער כמעט נייע הייזער. עס איז פון די שנעלסט וואקסענדע סטעיטס אין די לעצטע 20 יאר.

אנדערש ווי למשל ביי אונז אין ניו יארק אין די ארומיגע געגנטער וואס מען דארף אויסזוכן א פאסיגע געגנט און א פאסיגע היים, רוב הייזער זענען קליין און די גרויסע זענען אלט, פון די צייטן ווען נארמאלע פאמיליע גוים האבן נאך באזיצט ניו יארק... אדער איז די געגנט נישט פאסיג א.א.וו.

אין די קליינטשיגע דעלעוועיר האט איר ווארשיינליך פיל מער פאסיגע אפציעס ווי אין די גאנצע טריי סטעיט עריע!

פאר א באנוס, לייג אריין $15,000 פאר די ערשטע יאר פראפערטי טעקס און איר זענט טעקס פריי פאר 10 יאר!

https://www.zillow.com/homedetails/480- ... 0320_zpid/

https://www.zillow.com/homedetails/44-S ... 6123_zpid/

https://www.zillow.com/homedetails/5-Cr ... 6447_zpid/

די ערשטע הויז אויפן ליסט איז שוין ניש עוועלעבל. דער אוינער קען נישט פארשטיין וואס איז דא געשען אז ער באקומט אזויפיל אפערס אין איין טאג.

כי ביתי בית תפילה. עראונד די קארנער א הערליכע ביהמ"ד החדש לתורה ולתפילה.
https://www.loopnet.com/Listing/3592-S- ... /17823405/
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט