בלאט 1 פון 7

וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע? קימט אריין שטימען

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 5:52 pm
דורך mosheyahoo
ווי באקאנט טיטזעך לעצטענס א שטארקע גערעדאכטס ביים היימישען עולם וועגן די געדאנק פין מופן קיין פלארידע. רעדענדיג צי מענטשען דא דארט קיקט אויס ווי דער עולם איז היפש אפען צי אזא געדאנק. וואלט געווען אינטערעסאנט טי הערן וואס דער ברייטער ציבור זאגט דערצי.
אויב שטימט איר יא. ביטע אויב מעגליך שרייבט אין קורצן ווי שטארק די יא איז. דהיינו אויב איר וואלט געווען פין די ערשטע etc.אין אויכעט אין קורצן די מעלות פין FL vs NY

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:04 pm
דורך mosheyahoo
געשטימט יא
איך וואלט געווען גרייט צי זיין פין די ערשטע 20

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:07 pm
דורך אפסטעיט איד
יא
אבער ברויך נאך פינעף און צוואנציג ביז פיפציג חסידישע משפחות
פשוט פאר מוסדות, קינדער און פרויען מיט וועם צו פארברענגען, מער פון דעם איז א פלאס אבער פעלט נישט אויס פארן לעבו

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:25 pm
דורך אליעזר קרויס
איך בין באמת גרייט צו מופן. איך קען זיין פון די ערשטע, אבער איך דארף זען קראנט אז עס זאל זיין דארט נאך לכה"פ 50 היימישע משפחות אין די ניער פיוטער. אזוי אויך אז עס זאל זיין דארט א שטארקע מנהיג רוחני, עס זאל נישט ווערן די פלאץ פאר שוואכערע אנטלויפערס.

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:29 pm
דורך ירנן
יא
אויב מען גייט צו אפארדעבל געגענט, ווייניג קריים

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:33 pm
דורך Kosher Travel
באמת גרייט. א מחי' די וועטער, א שפאציר ביים beach פארטאגס, גאר גיטע kosher restaurants, הערליכע שולן. אבער... מען קודם דארף מען א רבי מיט א חסידישע מוסדות!

מיז נישט זיין Miami. קען אויך זיין Orlando געגענט אדער אפילו Tampa FL.

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:41 pm
דורך איבערגעדרייטע בענקל
געשטימט ניין, נישט וויילַ איך האב נישטַ חשק צו גיין אהין, פארקערט עס שמעקט מיר גאנץ פיין זיך אהין צו ציען. אבער זייענדיג ריעליסטיש גלייב איך נישט אז איך וועל אמאל עכט וואוינען דארט.
אבער ווער עס ציעט זיך אהין וועל איך אים מקנא זיין, אוו ער וועט נאך אפשר אמאל מאכען געלטַ אויף מיר טאמער איך וועל אים פליפען זיין הויז און אפאר יאר פון יעצט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:42 pm
דורך שמואל אלצווייסער
איך בין יעצט דא אין פלארידע און איך וואלט דיפיניטלי געבליבן אויב איך קען... א מחיה דא

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:52 pm
דורך Kosher Travel
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך בין יעצט דא אין פלארידע און איך וואלט דיפיניטלי געבליבן אויב איך קען... א מחיה דא

היט אייך די אויגן...

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 6:56 pm
דורך nmi
mosheyahoo האט געשריבן:געשטימט יא
איך וואלט געווען גרייט צי זיין פין די ערשטע 20

טו לעיט. ס'וואוינען שוין דארט איבער 20 מענטשן...

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:14 pm
דורך יודל קליין
Kosher Travel האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך בין יעצט דא אין פלארידע און איך וואלט דיפיניטלי געבליבן אויב איך קען... א מחיה דא

היט אייך די אויגן...

די אויגן ברויך מען זיך היטן אין ניו יארק או אין אנדערע פלעצער איבער די וועלט אויך

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:15 pm
דורך אנע פשרות
ס'איז מבהיל על הרעיון וואס דא גייט פאר.

אונז האב מיר דא צו טוהן מיט א ציבור מיט וועמען מ'דארף זיך שלאגן מיט כח אז זיי זאלן זיך ארויסרירן א פערטל טריט ארויס פון ברוקלין, פליצלונג איז א האלבע דער עולם גרייט צו גיין ביז פלארידע...

פון וועם מאכן ענק ליצנות?

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:24 pm
דורך יודל קליין
איך קען נישט שטומען ווייל כאטשיג מיין ענטפער איז "יא" איך וואלט זיך ווען גערן געצויגן אהין, אבער היות איך בין ב"ה נישט קיין סינגל מענטש און איך ווייס אז ביי מיין ב"ב וועט בכלל נישט קומען אין באטראכט זיך אוועק צו צוען פון נעבן איר מאמע עמו"ש, ממילא האט דאס נישט קיין אמת'ע אויס זוכט צו פאסירן.

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:29 pm
דורך שאהן הענניטי
יודל קליין האט געשריבן:איך קען נישט שטומען ווייל כאטשיג מיין ענטפער איז "יא" איך וואלט זיך ווען גערן געצויגן אהין, אבער היות איך בין ב"ה נישט קיין סינגל מענטש און איך ווייס אז ביי מיין ב"ב וועט בכלל נישט קומען אין באטראכט זיך אוועק צו צוען פון נעבן איר מאמע עמו"ש, ממילא האט דאס נישט קיין אמת'ע אויס זוכט צו פאסירן.

Retweet

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:31 pm
דורך מים שלנו
פארשטייט זיך אז יעצט זאגט מיין פלגא דגופא אז זי וואלט דאס קאנסידערט, לאמיר זעהן עס זאל זיין חמישים צדיקים בתוך העיר און דענסמאל העמיר רעדן......

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:32 pm
דורך סארקאזי
מים שלנו האט געשריבן:פארשטייט זיך אז יעצט זאגט מיין פלגא דגופא אז זי וואלט דאס קאנסידערט, לאמיר זעהן עס זאל זיין חמישים צדיקים בתוך העיר און דענסמאל העמיר רעדן......

;l;p- איך העט געסעטעלט אויף דרייסיג

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:36 pm
דורך ישוב הדעת
געשטימט יא אויב עס וועט זיין סעיף גייסטיש

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:39 pm
דורך ישוב הדעת
בד״וו די אלע וואס זאגן אז זיי ווארטן פאר פופציג וועלן שנעל ארויפרוקען די נומער צו 150

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:44 pm
דורך nmi
מים שלנו האט געשריבן:פארשטייט זיך אז יעצט זאגט מיין פלגא דגופא אז זי וואלט דאס קאנסידערט, לאמיר זעהן עס זאל זיין חמישים צדיקים בתוך העיר און דענסמאל העמיר רעדן......

הייסט דו האסט 2 טעמים פארן זיך נישט אהין מופן. 1) משום בני ביתך. 2) משום חמישים צדיקים.

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:46 pm
דורך nmi
nmi האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:פארשטייט זיך אז יעצט זאגט מיין פלגא דגופא אז זי וואלט דאס קאנסידערט, לאמיר זעהן עס זאל זיין חמישים צדיקים בתוך העיר און דענסמאל העמיר רעדן......

הייסט דו האסט 2 טעמים פארן זיך נישט אהין מופן. 1) משום בני ביתך. 2) משום חמישים צדיקים.

אייש. כאב צאם געמישט ניקס. סאררי סאררי....

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:46 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
ישוב הדעת האט געשריבן:בד״וו די אלע וואס זאגן אז זיי ווארטן פאר פופציג וועלן שנעל ארויפרוקען די נומער צו 150

50 איז א רעלאטיװע נומבער (לעצטנס בײם הײמישן עולם) ס׳דארף אײביג זײן 50 רעלאטיװ צו װיפיל עס איז יעצט (לײן: דעמאלטס) דא..

(ארײן אין תורת היחסות אשכול)

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:52 pm
דורך מים שלנו
אוואדאי בשעת ביתי זאגט תירוצים זאג איך כ'בין גרייט שוין יעצט! וואס טיהט זיך אויב שטייט זי איין גאלדענע טאג אויף מיט א בייזע חלום אז זי וויל מופן מעבר לברוקלין דענסמאל איז זייער ביטער......

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 7:58 pm
דורך וואס טוט זיך
יא, אבער נאר פאר די ווינטער....

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 8:13 pm
דורך שמואל אלצווייסער
יודל קליין האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך בין יעצט דא אין פלארידע און איך וואלט דיפיניטלי געבליבן אויב איך קען... א מחיה דא

היט אייך די אויגן...

די אויגן ברויך מען זיך היטן אין ניו יארק או אין אנדערע פלעצער איבער די וועלט אויך

שכח פארן מעורר זיין! מ׳טוט עס ב״ה

אגב קאושער, איך האב געהאט נוצן פון די סייט. ישר כח!

געשריבן: דינסטאג ינואר 21, 2020 8:23 pm
דורך אדיר איום
מהאלט שוין קרוב צי פופציג מענטשען וואס וואלטן זיך געצויגן קיין פלארידע