וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע? קימט אריין שטימען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע?

יא
130
59%
ניין
92
41%
 
סך הכול שטימען: 222

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:01 pm

איך שטיי און איך שטוין.

זיצן מערערע מענטשן, קיין ערנסטע דעסיזשן אין לעבן האבן זיי נאכנישט געמאכט, די ד' מינים קויפט מען ביים שכן פון נעקסטן טיש און שוהל, די מקוה נוצט מען די וועלכע דער רבי זז"ג זאגט אז ס'כשר, די מצות קויפט מען אין די לאקאלע קהל'ישע בעקערי, און די קינדער שיקט מען אין די מוסדות פון די לאקאלע פארטיי. און וואס?! מ'גייט מופן קיין פלארידא... יא, דא א שטיקל אישו אז ס'זאל זיין היימישע מוסדות, אויך קען מען באשטיין אז ס'זאל זיין א מנהיג רוחני, און ליתר שאת לייגט מען צו א לחש אז מען וויל נישט די שוואכערע זאלן אהין אנקומען.

זאג, דו האסט אמאל אין דיין לעבן געטוהן עפעס וואס סאסייעטי האט געדארפט? כ'רעד נישט פון אויספירן א נישטיגע דמיון מיט א וויזיע צו רישעיפן סאסייעטי, און אויך נישט פון אראנזשירן א בוני עולם פארלאר מיטינג. כ'רעד פון פשוט ארויפשארצן די ארבל, גיין קלאפן פאר קוואדער נאך קוואדער, העלפן צוזאמשטעלן סטעף פאר א מוסד, ווער רעדט נאך פון דיעלן מיט קטנות'דיגע באקלאגערייען פון עלטערן און סטעף וועלכע פארנעמען אכציג פראצענט צייט פון א געטרייען מנהל המוסד, דאס און נאך און נאך. ווייסטו וואס? סתם פלאצירן פינף מענטשן אויף גוטע סטאבילע דזשאבס פאר האלב נארמאל באצאלט. האסט אמאל געטוהן אזוינס?! ער גייט מופן קיין פלארידא, ס'איז אלעס דא. ער דארף נאר דאס און ער קען באשטיין אויך יענס.

אבערוואס... ניטאמאל קען ער פועל'ן ביי זיין פלג גופא. יא, ער קען זאגן אז זי זאגט אז ווען פופציג מענטשן גייען גייט זי אויך. שאאר. גייען זיין פופציג מענטשן, גייט זי זאגן יענע איז צו פענצי, זי זאי יאנטשי, א דריטע איז סנאביש, א פערטע איז א נעבעך, א פערטע קען איך סתם אזוי נישט דערליידן, בקיצור, פופציג נ-א-ר-מ-א-ל-ע מענטשן. איך גיי גראד, ווהאטס די קוועסטשן. איך געדענק נאך ווען דזשערסי סיטי האט יעדער געזאגט אז ווי נאר ס'איז דא פופציג לויפט מען אהין אויף אלע פיר, בלומינגבורג גייט זיך פארקויפן דריי הונדערט פופציג הייזער אין א טאג. וואו זענען אלע יאכנעס יעצט? אה דזשערסי סיטי איז אנדערש?! בלומינגבורג איז עפעס נישט?! כ'געב דיר אין נאו טיים פינף הונדערט קאנקרעטע תירוצים אז פלארידא איז ממש נישט בכדי שיעשו, נאר קאנעטיקוט וואלט געווען פערפעקט.

פארמירן סיי וועלכע פאבליק סערוויס קערפערשאפט, אריינגערעכנט א אידישער ישוב און מוסדות, און אויפשטעלן סיי וועלכע ציבור'ישע אינסטיטוציע, אפילו אזוי פשוט ווי צב"ש א ביהמ"ד וואו דו מוזסט אריינלאזן אלע תושבים ווייל קיין אנדערע חסיד'ישע ביהמ"ד איז נישטא, איז פארבינדן מיט אבנארמאלע שוועריגקייטן. האסט אמאל פראבירט צו איינפירן דאס באקן מהודר'דיגע ערב פסח מצות אדער שחט'ן כפרות אין א נייע געגנט? האסט אמאל געקלערט וואספארא קאפווייטאג עס איז פאר מענטשן צו פראווען שמחות ווען זיי דארפן דעסיידן צווישן פארן מיט אלע קינדער און רינדער פראווען די שמחה אין ערי מולדתם, אדער איבערקערן א שטאט פאר אכסניות לאקאל, פשוט כדי די זיידעס [יא, כ'ווייס אז די שוואגערס און פעטערס וועלן זיך מוזן צוגעוואוינען, כ'רעד פון עלטערן און זיידעס] זאלן קענען דארט זיין?! קומען מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס א פרינציפ איז, פרעשור האבן זיי אין זייער לעבן נישט געהאט, און פארשטייען אז דאס און יענס איז לעולם גארנישט, און מ'דארף נאר בלא בלא בלא און ס'איז אלל דאן.

מענטשן מופן קיין קרית יואל און מאנסי און ברעכן רוקן און לענדן זיך צו צוגעוואוינען, צוגעוואוינען די ווייב און קינדער, און איינשטעלן די גאנצע לייפסטייל, אז מען איז נישט מער צווישן בעדפארד דיוויזשאן און מארסי פלאשינג, מענטשן דארפן זיך צופאסן צו נייע שכנים, דזשאבס, חברים - ביז א נייע בעסמעדריש וואו צו דאווענען, קומט מען אן מיט ראזע דמיונות אז דאס מופן קיין פלארידא איז פשוט א נאו ברעינער. גיוו מי עי ברעיק. נישטא קיינער וועלכער ווייסט וואס מיינט מופן, אלעס וואס מען רעדט איז פלעינע הייפ זיך צו בארואיגן דאס געוויסן פארוואס מען האט נאכנישט געמופט, אנגעפירט דורך אפאר אטענציע-הונגעריגע ווייזגייס וועלכע קענען רעדן גרויס אויף סאציאלע מידיא, אבער טוהן האלטן זיי ביי זילטש.

אפגערעדט פון דעם אז עס איז א פרעכע שקר אז דאס לעבן אין פלארידא פאר איינעם וועלכער האט א שטוב מיט קינדער איז סאך ביליגער ווי איינעם וועלכער וואוינט אין בלומינגבורג, מאנטיסעלא, און אפילו לעיקוואוד. רעכן אויס פענע און פאפיר - אויפשטעלן בתי מדרשים [ס'איז דא - אבער אויב מופן מענטשן ארויס מוז מען האבן נאך מער] און מקוואות [כנ"ל, אפגערעדט אז די מקוואות ווערן קוים באנוצט דורך די געסט וכמובן וואס מיינט אז מען מוז אויפשטעלן סאך מער, און סאך שנעלער - דאס קען נישט ווארטן], מוסדות, לאקעל טרעוול, טרעוול אריין אין ניו יארק ביי יעדע שמחה [אפילו נאר חתונות פון נאנטע פאמיליע], רעכן צו אלאוענס אויף ביז מען טרעפט און מען פאסט זיך צו צו א געהעריגע מסודר'דיגע דזשאב. און קום צוריק מיט א סך הכל.

ווייסטו וואס?! קום נישט צוריק, בלייב חלומ'ן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:04 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:די אלע וואס וואוינען נאך כהיום אין וויליאמסבורג, ב"פ און האבן נאכנישט ארויסגעמופט קיין בלומענבערג, לעיקוואוד אדער דשערסי סיטי, זאלן ביטע נישט אריינקומען שטומען דא, מיט זיי קען מען נישט גיין צום טיש, ביי זיי איזעס ווי טראמפ פלעגט שרייען talk only, no action

געוואלט זאגן די זעלבע, איינער וואס האט נאכנישט גענומען עפעס א טריט ארויס אין ניו יארק זעלבסט, מאכט סתם לצנות.

געשטימט ניין! איך האב מיר שוין ב''ה גערירט אין ניו יארק.

אגב, איך באוויין שוין לאנג פארוואס די שיף פונעם רבין זצ''ל און אלע אנדערע גדולים האט געמוזט אנקערען אין ניו יארק סיטי, עס וואלטעך פונקט אזוי געקענט אנקערן אין פלארידע און אויפבויען אידישקייט דארטן?! חבל!

שוין דא גאר א אלט ווארט, אז ווען כלל ישראל זאל וועגן וואוינען אין פלארידע וואלט די איסור קעגן באזוכן נוא יארק געווען אסאך הארבער ווי דער איסור צו גיין אויף פלארידע..

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:13 pm

צולייגער האט עס גענאגלט!
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:16 pm

דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טו מיר א טובה. די ת"ת דארט איז א געהעריגע מאדערנע חדר ווי עני חדר אין קווינס, פלעטבוש וכו'.
אראפגעלאזטע פאות, סיריעסלי? אפשר ווייל ס'איז צו קליין ארויפצולייגן אויפ'ן אויער. איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה און געזעהן א געהעריגע מאדערנע חדר ווי א חסידיש אינגל פיט נישט אריין


איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?


די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)


ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?



נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי.

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב גערעדט לייוו (מיינענדיג פנים אל פנים) מיט א טאטע און א קינד וואס האט געלערנט אין חב"ד און געטוישט צו YMB. איך האב געהאט מיט אים א שיינע שמועס פונקטליך די חילוקים פון חב"ד תורת אמת און YMB.

אפסטעיט איד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

תגובהדורך אפסטעיט איד » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:16 pm

צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.

זיצן מערערע מענטשן, קיין ערנסטע דעסיזשן אין לעבן האבן זיי נאכנישט געמאכט, די ד' מינים קויפט מען ביים שכן פון נעקסטן טיש און שוהל, די מקוה נוצט מען די וועלכע דער רבי זז"ג זאגט אז ס'כשר, די מצות קויפט מען אין די לאקאלע קהל'ישע בעקערי, און די קינדער שיקט מען אין די מוסדות פון די לאקאלע פארטיי. און וואס?! מ'גייט מופן קיין פלארידא... יא, דא א שטיקל אישו אז ס'זאל זיין היימישע מוסדות, אויך קען מען באשטיין אז ס'זאל זיין א מנהיג רוחני, און ליתר שאת לייגט מען צו א לחש אז מען וויל נישט די שוואכערע זאלן אהין אנקומען.

זאג, דו האסט אמאל אין דיין לעבן געטוהן עפעס וואס סאסייעטי האט געדארפט? כ'רעד נישט פון אויספירן א נישטיגע דמיון מיט א וויזיע צו רישעיפן סאסייעטי, און אויך נישט פון אראנזשירן א בוני עולם פארלאר מיטינג. כ'רעד פון פשוט ארויפשארצן די ארבל, גיין קלאפן פאר קוואדער נאך קוואדער, העלפן צוזאמשטעלן סטעף פאר א מוסד, ווער רעדט נאך פון דיעלן מיט קטנות'דיגע באקלאגערייען פון עלטערן און סטעף וועלכע פארנעמען אכציג פראצענט צייט פון א געטרייען מנהל המוסד, דאס און נאך און נאך. ווייסטו וואס? סתם פלאצירן פינף מענטשן אויף גוטע סטאבילע דזשאבס פאר האלב נארמאל באצאלט. האסט אמאל געטוהן אזוינס?! ער גייט מופן קיין פלארידא, ס'איז אלעס דא. ער דארף נאר דאס און ער קען באשטיין אויך יענס.

אבערוואס... ניטאמאל קען ער פועל'ן ביי זיין פלג גופא. יא, ער קען זאגן אז זי זאגט אז ווען פופציג מענטשן גייען גייט זי אויך. שאאר. גייען זיין פופציג מענטשן, גייט זי זאגן יענע איז צו פענצי, זי זאי יאנטשי, א דריטע איז סנאביש, א פערטע איז א נעבעך, א פערטע קען איך סתם אזוי נישט דערליידן, בקיצור, פופציג נ-א-ר-מ-א-ל-ע מענטשן. איך גיי גראד, ווהאטס די קוועסטשן. איך געדענק נאך ווען דזשערסי סיטי האט יעדער געזאגט אז ווי נאר ס'איז דא פופציג לויפט מען אהין אויף אלע פיר, בלומינגבורג גייט זיך פארקויפן דריי הונדערט פופציג הייזער אין א טאג. וואו זענען אלע יאכנעס יעצט? אה דזשערסי סיטי איז אנדערש?! בלומינגבורג איז עפעס נישט?! כ'געב דיר אין נאו טיים פינף הונדערט קאנקרעטע תירוצים אז פלארידא איז ממש נישט בכדי שיעשו, נאר קאנעטיקוט וואלט געווען פערפעקט.

פארמירן סיי וועלכע פאבליק סערוויס קערפערשאפט, אריינגערעכנט א אידישער ישוב און מוסדות, און אויפשטעלן סיי וועלכע ציבור'ישע אינסטיטוציע, אפילו אזוי פשוט ווי צב"ש א ביהמ"ד וואו דו מוזסט אריינלאזן אלע תושבים ווייל קיין אנדערע חסיד'ישע ביהמ"ד איז נישטא, איז פארבינדן מיט אבנארמאלע שוועריגקייטן. האסט אמאל פראבירט צו איינפירן דאס באקן מהודר'דיגע ערב פסח מצות אדער שחט'ן כפרות אין א נייע געגנט? האסט אמאל געקלערט וואספארא קאפווייטאג עס איז פאר מענטשן צו פראווען שמחות ווען זיי דארפן דעסיידן צווישן פארן מיט אלע קינדער און רינדער פראווען די שמחה אין ערי מולדתם, אדער איבערקערן א שטאט פאר אכסניות לאקאל, פשוט כדי די זיידעס [יא, כ'ווייס אז די שוואגערס און פעטערס וועלן זיך מוזן צוגעוואוינען, כ'רעד פון עלטערן און זיידעס] זאלן קענען דארט זיין?! קומען מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס א פרינציפ איז, פרעשור האבן זיי אין זייער לעבן נישט געהאט, און פארשטייען אז דאס און יענס איז לעולם גארנישט, און מ'דארף נאר בלא בלא בלא און ס'איז אלל דאן.

מענטשן מופן קיין קרית יואל און מאנסי און ברעכן רוקן און לענדן זיך צו צוגעוואוינען, צוגעוואוינען די ווייב און קינדער, און איינשטעלן די גאנצע לייפסטייל, אז מען איז נישט מער צווישן בעדפארד דיוויזשאן און מארסי פלאשינג, מענטשן דארפן זיך צופאסן צו נייע שכנים, דזשאבס, חברים - ביז א נייע בעסמעדריש וואו צו דאווענען, קומט מען אן מיט ראזע דמיונות אז דאס מופן קיין פלארידא איז פשוט א נאו ברעינער. גיוו מי עי ברעיק. נישטא קיינער וועלכער ווייסט וואס מיינט מופן, אלעס וואס מען רעדט איז פלעינע הייפ זיך צו בארואיגן דאס געוויסן פארוואס מען האט נאכנישט געמופט, אנגעפירט דורך אפאר אטענציע-הונגעריגע ווייזגייס וועלכע קענען רעדן גרויס אויף סאציאלע מידיא, אבער טוהן האלטן זיי ביי זילטש.

אפגערעדט פון דעם אז עס איז א פרעכע שקר אז דאס לעבן אין פלארידא פאר איינעם וועלכער האט א שטוב מיט קינדער איז סאך ביליגער ווי איינעם וועלכער וואוינט אין בלומינגבורג, מאנטיסעלא, און אפילו לעיקוואוד. רעכן אויס פענע און פאפיר - אויפשטעלן בתי מדרשים [ס'איז דא - אבער אויב מופן מענטשן ארויס מוז מען האבן נאך מער] און מקוואות [כנ"ל, אפגערעדט אז די מקוואות ווערן קוים באנוצט דורך די געסט וכמובן וואס מיינט אז מען מוז אויפשטעלן סאך מער, און סאך שנעלער - דאס קען נישט ווארטן], מוסדות, לאקעל טרעוול, טרעוול אריין אין ניו יארק ביי יעדע שמחה [אפילו נאר חתונות פון נאנטע פאמיליע], רעכן צו אלאוענס אויף ביז מען טרעפט און מען פאסט זיך צו צו א געהעריגע מסודר'דיגע דזשאב. און קום צוריק מיט א סך הכל.

ווייסטו וואס?! קום נישט צוריק, בלייב חלומ'ן.



טאטאל נישט גערעכט!!!!!

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:28 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?


די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)


ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?



נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי.

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב גערעדט לייוו (מיינענדיג פנים אל פנים) מיט א טאטע און א קינד וואס האט געלערנט אין חב"ד און געטוישט צו YMB. איך האב געהאט מיט אים א שיינע שמועס פונקטליך די חילוקים פון חב"ד תורת אמת און YMB.

אכן נודע הדבר, ווען די האסט מיר באפאלן "איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות" האב איך געהויבן הענט מיינענדיק איך רעדט מיט איינער וואס קען די געגענט דורך און אדורך. יעצט אז די שרייבסט אז נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי, זעה איך שוין אז איך האב דא צוטון מיט איינער וואס רעדט זאכן וואס ער האט נישט קיין אנונג.
זעה בייגעלייגטע מאפע
צוגעלייגטע
Screenshot_20200122-142708~2.png
Screenshot_20200122-142708~2.png (588.01 KiB) געזעהן 542 מאל

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:33 pm

צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.

זיצן מערערע מענטשן, קיין ערנסטע דעסיזשן אין לעבן האבן זיי נאכנישט געמאכט, די ד' מינים קויפט מען ביים שכן פון נעקסטן טיש און שוהל, די מקוה נוצט מען די וועלכע דער רבי זז"ג זאגט אז ס'כשר, די מצות קויפט מען אין די לאקאלע קהל'ישע בעקערי, און די קינדער שיקט מען אין די מוסדות פון די לאקאלע פארטיי. און וואס?! מ'גייט מופן קיין פלארידא... יא, דא א שטיקל אישו אז ס'זאל זיין היימישע מוסדות, אויך קען מען באשטיין אז ס'זאל זיין א מנהיג רוחני, און ליתר שאת לייגט מען צו א לחש אז מען וויל נישט די שוואכערע זאלן אהין אנקומען.

זאג, דו האסט אמאל אין דיין לעבן געטוהן עפעס וואס סאסייעטי האט געדארפט? כ'רעד נישט פון אויספירן א נישטיגע דמיון מיט א וויזיע צו רישעיפן סאסייעטי, און אויך נישט פון אראנזשירן א בוני עולם פארלאר מיטינג. כ'רעד פון פשוט ארויפשארצן די ארבל, גיין קלאפן פאר קוואדער נאך קוואדער, העלפן צוזאמשטעלן סטעף פאר א מוסד, ווער רעדט נאך פון דיעלן מיט קטנות'דיגע באקלאגערייען פון עלטערן און סטעף וועלכע פארנעמען אכציג פראצענט צייט פון א געטרייען מנהל המוסד, דאס און נאך און נאך. ווייסטו וואס? סתם פלאצירן פינף מענטשן אויף גוטע סטאבילע דזשאבס פאר האלב נארמאל באצאלט. האסט אמאל געטוהן אזוינס?! ער גייט מופן קיין פלארידא, ס'איז אלעס דא. ער דארף נאר דאס און ער קען באשטיין אויך יענס.

אבערוואס... ניטאמאל קען ער פועל'ן ביי זיין פלג גופא. יא, ער קען זאגן אז זי זאגט אז ווען פופציג מענטשן גייען גייט זי אויך. שאאר. גייען זיין פופציג מענטשן, גייט זי זאגן יענע איז צו פענצי, זי זאי יאנטשי, א דריטע איז סנאביש, א פערטע איז א נעבעך, א פערטע קען איך סתם אזוי נישט דערליידן, בקיצור, פופציג נ-א-ר-מ-א-ל-ע מענטשן. איך גיי גראד, ווהאטס די קוועסטשן. איך געדענק נאך ווען דזשערסי סיטי האט יעדער געזאגט אז ווי נאר ס'איז דא פופציג לויפט מען אהין אויף אלע פיר, בלומינגבורג גייט זיך פארקויפן דריי הונדערט פופציג הייזער אין א טאג. וואו זענען אלע יאכנעס יעצט? אה דזשערסי סיטי איז אנדערש?! בלומינגבורג איז עפעס נישט?! כ'געב דיר אין נאו טיים פינף הונדערט קאנקרעטע תירוצים אז פלארידא איז ממש נישט בכדי שיעשו, נאר קאנעטיקוט וואלט געווען פערפעקט.

פארמירן סיי וועלכע פאבליק סערוויס קערפערשאפט, אריינגערעכנט א אידישער ישוב און מוסדות, און אויפשטעלן סיי וועלכע ציבור'ישע אינסטיטוציע, אפילו אזוי פשוט ווי צב"ש א ביהמ"ד וואו דו מוזסט אריינלאזן אלע תושבים ווייל קיין אנדערע חסיד'ישע ביהמ"ד איז נישטא, איז פארבינדן מיט אבנארמאלע שוועריגקייטן. האסט אמאל פראבירט צו איינפירן דאס באקן מהודר'דיגע ערב פסח מצות אדער שחט'ן כפרות אין א נייע געגנט? האסט אמאל געקלערט וואספארא קאפווייטאג עס איז פאר מענטשן צו פראווען שמחות ווען זיי דארפן דעסיידן צווישן פארן מיט אלע קינדער און רינדער פראווען די שמחה אין ערי מולדתם, אדער איבערקערן א שטאט פאר אכסניות לאקאל, פשוט כדי די זיידעס [יא, כ'ווייס אז די שוואגערס און פעטערס וועלן זיך מוזן צוגעוואוינען, כ'רעד פון עלטערן און זיידעס] זאלן קענען דארט זיין?! קומען מענטשן וועלכע ווייסן נישט וואס א פרינציפ איז, פרעשור האבן זיי אין זייער לעבן נישט געהאט, און פארשטייען אז דאס און יענס איז לעולם גארנישט, און מ'דארף נאר בלא בלא בלא און ס'איז אלל דאן.

מענטשן מופן קיין קרית יואל און מאנסי און ברעכן רוקן און לענדן זיך צו צוגעוואוינען, צוגעוואוינען די ווייב און קינדער, און איינשטעלן די גאנצע לייפסטייל, אז מען איז נישט מער צווישן בעדפארד דיוויזשאן און מארסי פלאשינג, מענטשן דארפן זיך צופאסן צו נייע שכנים, דזשאבס, חברים - ביז א נייע בעסמעדריש וואו צו דאווענען, קומט מען אן מיט ראזע דמיונות אז דאס מופן קיין פלארידא איז פשוט א נאו ברעינער. גיוו מי עי ברעיק. נישטא קיינער וועלכער ווייסט וואס מיינט מופן, אלעס וואס מען רעדט איז פלעינע הייפ זיך צו בארואיגן דאס געוויסן פארוואס מען האט נאכנישט געמופט, אנגעפירט דורך אפאר אטענציע-הונגעריגע ווייזגייס וועלכע קענען רעדן גרויס אויף סאציאלע מידיא, אבער טוהן האלטן זיי ביי זילטש.

אפגערעדט פון דעם אז עס איז א פרעכע שקר אז דאס לעבן אין פלארידא פאר איינעם וועלכער האט א שטוב מיט קינדער איז סאך ביליגער ווי איינעם וועלכער וואוינט אין בלומינגבורג, מאנטיסעלא, און אפילו לעיקוואוד. רעכן אויס פענע און פאפיר - אויפשטעלן בתי מדרשים [ס'איז דא - אבער אויב מופן מענטשן ארויס מוז מען האבן נאך מער] און מקוואות [כנ"ל, אפגערעדט אז די מקוואות ווערן קוים באנוצט דורך די געסט וכמובן וואס מיינט אז מען מוז אויפשטעלן סאך מער, און סאך שנעלער - דאס קען נישט ווארטן], מוסדות, לאקעל טרעוול, טרעוול אריין אין ניו יארק ביי יעדע שמחה [אפילו נאר חתונות פון נאנטע פאמיליע], רעכן צו אלאוענס אויף ביז מען טרעפט און מען פאסט זיך צו צו א געהעריגע מסודר'דיגע דזשאב. און קום צוריק מיט א סך הכל.

ווייסטו וואס?! קום נישט צוריק, בלייב חלומ'ן.

איך פארשטיי נישט על מה יצא הקצב. מענטשן שמועסן אויס טאמער ס'איז א גוטע פלאץ צו וואינען און וואס ס'פעלט זיך אויס צוצושטעלן אז מענטשן זאלן וועלן אהין גיין. טאמער איינער וויל זיך מנדב זיין און זיך אפגעבן דערמיט איז פיין און טאמער נישט איז אויך פיין. קיינער פארלאנגט נישט גארנישט.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:37 pm

האסטו געזעהן קצף דא? איך האב פלעין אויסגעדרוקט וואונדער, וויאזוי מען דיסקוסירט אזא ברענעדיגע טעמע מיט אומרעלעוואנטע מעזשורעבלס.

שטעל זיך פאר צוויי אידן דיסקוסירן צו ס'לוינט יא אדער נישט צו טוהן דעם אדער יענעם שידוך, ווייל פלוני געט געווענליך מים חיים סאדע ביי זיינע שמחות, און איך גלייך באר מים.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:39 pm

איך האב נישט געשטימט. מעג איך אריין רעדן?

אבער אזוי ווי האב דארט א הייזקע מיט אן אפיס, וועל איך פירקלען אביסל.

מען דארף נעמען אין באטראכט אז די פרנסה לענדסקעיפ איז דארט גאר אנדערש. דהיינו, רובא דרובא באפעלקערונג זענען אדער פענסיאנירט, אדער האטעל און טוריזם ארבייטער.

פילע פרנסות איז דארט נישט שייך. ווי למשל: ווינטער קליידונג. אוטא באדי ריפעיר, פון ווינטער גליטשען. סנאו טייערס. סנאו רימאוועל. און פיל נאך.

די פרנסה לענדסקעיפ האט א ריפיל עפעקעט אפילו פאר די וואס זענען נישט דיירעקטלי אין די אינדאסטרי׳ס

דערווייל פלאן איך נישט צו מופן. איך גלייך נ.י. מיט אלע אירע פראבלעמען. איך בין נאך נישט געווען אין פלארידע פאר מער ווי צוויי נעכט אויפאמאל. מיר גייען נאר (דערווייל) לצורך פרנסה.

לאזט מיר וויסען אויב איר קומט קיין באקע-ראטאן. מיר וועלען אייך ווארעם ענטפאנגען און מקרב זיין.
לעצט פאראכטן דורך blue moon אום מיטוואך ינואר 22, 2020 2:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:43 pm

דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?


די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)


ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?



נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי.

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב גערעדט לייוו (מיינענדיג פנים אל פנים) מיט א טאטע און א קינד וואס האט געלערנט אין חב"ד און געטוישט צו YMB. איך האב געהאט מיט אים א שיינע שמועס פונקטליך די חילוקים פון חב"ד תורת אמת און YMB.

אכן נודע הדבר, ווען די האסט מיר באפאלן "איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות" האב איך געהויבן הענט מיינענדיק איך רעדט מיט איינער וואס קען די געגענט דורך און אדורך. יעצט אז די שרייבסט אז נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי, זעה איך שוין אז איך האב דא צוטון מיט איינער וואס רעדט זאכן וואס ער האט נישט קיין אנונג.
זעה בייגעלייגטע מאפע


די געגנט מיאמי ווערט אויך אנגערופן מיאמי ביטש און אויף דעם האב איך זיך באצויגן. און יא איך האב אויך געזאגט אויף ק"מ אז עס נעמט איבער א האלבע שעה צו פארן פון נ"מ צו די ביטש. אבער עס טויסט נישט די מציאות אז נ"מ און מיאמי זענען קאמינגעלט וואו מאנסי און ס"ו

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:46 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צולייגער האט עס גענאגלט!

גא"מ
אז מ'פרעגט מיר, באלאנגט דער אשכול אין פארברענגען...
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:48 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צולייגער האט עס גענאגלט!

דאס אלעס איז טאקע זייער שיין צולייגט לויט די איינגעסענע געדאנקן גאנג פון די ל"ט יארן, אז ס'דארף זיין צוגעשטעלט, ס'דארף זיין אסאך משפחות, די הנחה אז מיר קענען גארניש אליין. און זיך ווייטער פאטשן די וויליאסבורגער באכעלע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:55 pm

צום קעפל: ניין.

נישט צו שוואך מאכן אדער אוועק מאכן די וואס וואלטן יא.

מיין ענטפער איז אבער נאך אלטס ניין. איך זעה דא מענשטען שרייען אז מען טאר נישט זאגן ניין, פארוואס נישט?

ס׳איז שוין יעצט דא היינט צו טאגס לעבן די סיטי אסאך אפציעס ווי צו מויפן פאר ביליג. עד כדי כך אז איך וואלט מיך געטוירט צו זאגן אז די דירות קריזיס איז פאראיבער.

אוודאי אסאך מענשטען ווילן זיך נאך אלטס נישט ריקען, דאס מיינט אבער נישט קיין קריזיס. ווילאנג ס׳דא אסאך ביליגע אפציעס. ווער ס׳דארף הילף מיט אפציעס קען מיך קאנטעקטן אין אישי און איך וועל איהם בל׳נ עדווייזען ווען איך האב א איבריגע מיניט.

יעצט דער וואס זיכט תרוצים קען אוועק מאכן א יעדע אפציע וואס ס׳איז דא. אבער דאס איז שוין זיין שילד, נישט די שילד פון א קריזיס.

אשר ע״כ, וואלט איך געזאגט אזוי, אוודאי איז דא מענשטען וואס קענען טראכטען פון מויפן קיין פלארידע אזוי ווי דער עסקן הידעו המכונה רבי אליעזר קרויס.

איך האב א גוטע משל אויף דעם ס׳דא היינט ארום 50 היימישע יונגעלייט וואס זענען געגאנגען וואוינען אין באלטימאר ווייל די כולל דארט געבט א דירה בחינם און געלט און האבן גע׳חתם׳ט צו בלייבן דארט וואוינען כאטש פאר 5 יאר, נאך די 5 יאר וועט א יעדע יונגערמאן פון די גרופע האבן אי״ה (אויב ער פארפאטשקעט נישט די געלט...)האבן א גרויסע down payment און קענען קויפן א דירה בהרחבה. באלטימאר קען איך מדמה זיין אביסעל בדומה מיט די ווייטקייט צו פלארידע ס׳הייסט אינגאנצען אוועק געמאפט פון משפחה און גוטע פריינד.

פאר די סיבה אליין האלט איך נישט ביים גיין קיין פלארידע. אפי׳ לעקוואד איז זייער ווייט פון ווילימסבורג און אויכעט היפש ווייט פון בארא פארק, איז אבער איינער וואס מויפט קיין לעקוואד בפרט פון ווילימסבורג, הייסט פעסט אוועק געמויפט. איך וואלט עס אבער נאך אלטס קענסידערט, ווייל ס׳איז נאך אלטס נאר, ״למשל פון ווילימסבורג״ נאר 2 שעה ווייט און נישט אזוי ווייט ווי באלטימאר אדער פלארידע.

איך זאג גארנישט, נאר פאר די וואס שרייען אז מען טאר נישט זאגן אז איך וואלט נישט געמויפט קיין פלארידע, זאג איך, אז ס׳גארנישט ראנג צו זאגן אז איך וואלט נישט געוואלט מויפן קיין פלארידע, בפרט ווען ס׳דא שוין יעצט אזוי פוהל אפציעס דא לאקעל פאר זייער ביליג.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך ינואר 22, 2020 3:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 22, 2020 2:58 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צולייגער האט עס גענאגלט!

דאס אלעס איז טאקע זייער שיין צולייגט לויט די איינגעסענע געדאנקן גאנג פון די ל"ט יארן, אז ס'דארף זיין צוגעשטעלט, ס'דארף זיין אסאך משפחות, די הנחה אז מיר קענען גארניש אליין. און זיך ווייטער פאטשן די וויליאסבורגער באכעלע.

דאכצעך מיר אז ידידינו צולייגער האט שוין גענומען מער ווי איינמאל דעם וואנדער שטעקן
און רעדט פון עקספיריענס
כ'האב נאכנישט אינטערגעשריבן

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:01 pm

צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.



איך זאג דאס זעלבע. איך ווייס נישט צו מענטשן זענען נישט אמתדיג מיט זיך אליינס - אדער דמיונען זיי. איך קוק אן די אנקעטע ווערטלאז, ווייל עס קאסט גארנישט צו געבן א דריק "יא". די אנקעטע שפילט מער אראפ א שאלה פון "וואלט איר געוואלט מופן קיין פלרידא?"

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובהדורך ליבי ובשרי » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:03 pm

[quote="צולייגער"]איך שטיי און איך שטוין.



פון מענטשן [וואס רעדן] ווי אייך וויל מען אנטלויפן. דערפאר פארשטייט איר נישט.
מען זיכט נישט נאך א וויליאמסבורג.
און די בליענדע ישובים אין ארה"ק ושאר הקהילות בארה"ב יוכיחו אז אלץ איז אין קאפ.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:06 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.



איך זאג דאס זעלבע. איך ווייס נישט צו מענטשן זענען נישט אמתדיג מיט זיך אליינס - אדער דמיונען זיי. איך קוק אן די אנקעטע ווערטלאז, ווייל עס קאסט גארנישט צו געבן א דריק "יא". די אנקעטע שפילט מער אראפ א שאלה פון "וואלט איר געוואלט מופן קיין פלרידא?"

ריכטיגער, "וואלט איר געזאגט אז איר ווילט מופן קיין פלארידע?"
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:06 pm

צילייגער זייער גוט געזאגט !!! פאר מיר איז עס פשוט א דריעם...

מקץ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

תגובהדורך מקץ » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:06 pm

צולייגער וואס שטערסטו דעם עולם'ס חלומות ? גזל שינה איז עפעס א קלייניגקייט. לאז זיי אביסל דמיון'ען, בפרט אז דאס גאנצע עפערט וואס מדארף טון איז דרוקן יא אויף א אשכול אין אייוועלט, וואס קען זיין בעסער.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:08 pm

האלבע שיך האט געשריבן:יוששששש ווער איך עקסיידעט נאר צי ליינען דא, וואס העט אבער זיין אנע בינגא טישאססס?

איז נישט זייער מסוכן דארט די אלע האריקענס אין פארפלייצאנגען, שווערע שטארעמעס וכדומה...? סאך מער אפט ווי דא דאכצעך,

סיי ויזוי געוואט יא,

אויש א ערנסטע האריקיין קומט איינס אין א פאר יאר אפשר צען יאר
אירמע איז געווען א ערנסטע האריקיין אין מיאמי געגנט (הגם סהאט פארבייגעגאנגען אין נעבענדיקע וואסער)
און די ערסנטע האריקיין פארדעם איז מן הסתם וילמא וואס איז געווען מיט מער פון צען יאר פארדעם

און אפילו ווען עס קומט מ' גרייט זיך און מען מאכט זיכער מען איז אין א גוטע פלאץ און הכל עובר בשלום

מען טרייבט איבער און מען איז מגזם די גאנצע מעשה.

איך בין שוין געווען דא מערערע האריקיינז
ב"ה גארניט צו ווערען דערשראקען.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:08 pm

ליבי ובשרי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.



פון מענטשן [וואס רעדן] ווי אייך וויל מען אנטלויפן. דערפאר פארשטייט איר נישט.

מען זיכט נישט נאך א וויליאמסבורג.
און די בליענדע ישובים אין ארה"ק ושאר הקהילות בארה"ב יוכיחו אז אלץ איז אין קאפ.

דו פרואווסט נאר זיין פוינט...
די דערמאנטע איז אקטועל ביז די קומענדיגע מעלדונג.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:10 pm

אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)


ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?



נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי.

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב גערעדט לייוו (מיינענדיג פנים אל פנים) מיט א טאטע און א קינד וואס האט געלערנט אין חב"ד און געטוישט צו YMB. איך האב געהאט מיט אים א שיינע שמועס פונקטליך די חילוקים פון חב"ד תורת אמת און YMB.

אכן נודע הדבר, ווען די האסט מיר באפאלן "איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות" האב איך געהויבן הענט מיינענדיק איך רעדט מיט איינער וואס קען די געגענט דורך און אדורך. יעצט אז די שרייבסט אז נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי, זעה איך שוין אז איך האב דא צוטון מיט איינער וואס רעדט זאכן וואס ער האט נישט קיין אנונג.
זעה בייגעלייגטע מאפע


די געגנט מיאמי ווערט אויך אנגערופן מיאמי ביטש און אויף דעם האב איך זיך באצויגן. און יא איך האב אויך געזאגט אויף ק"מ אז עס נעמט איבער א האלבע שעה צו פארן פון נ"מ צו די ביטש. אבער עס טויסט נישט די מציאות אז נ"מ און מיאמי זענען קאמינגעלט וואו מאנסי און ס"ו

ביסטי אביסעלע צומישט. מיאמי דעיט איז די קאונטי און אין די קאנטי איז דא א געגענט (סיטי) וואס הייסט מיאמי - דארט איז נישט עכט דא קיין פרומע אידן. דערנאך איז דא אן אנדערע געגענט וואס הייסט מיאמי ביעטש - דארט גייט די היימישע עולם דעעש/קערעסטיער געגענט, און ס'איז דא דארט א גאנץ יעריגע ישוב מיט מוסדות. א האלבע שעה ארויפציר פון דארט איז דא נאך א געגענט וואס הייסט נארט מיאמי. אינצווישן מיאמי ביעטש און נארט מיאמי זענען דא מסתמא נאך צען געגענטער.
איך האף נאר אז אלעס וואס די זאגסט אויף ק"מ איז קראנטער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:28 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צולייגער האט עס גענאגלט!

דאס אלעס איז טאקע זייער שיין צולייגט לויט די איינגעסענע געדאנקן גאנג פון די ל"ט יארן, אז ס'דארף זיין צוגעשטעלט, ס'דארף זיין אסאך משפחות, די הנחה אז מיר קענען גארניש אליין. און זיך ווייטער פאטשן די וויליאסבורגער באכעלע.


כ'מוז דיר זאגן אז האסט מיר גורם געווען א שטארקע הנאה. איך האב ערנסט געהאלטן אז כ'בין דורכזיכטיג און יעדער קען מיר און מיינע ארומיגע.

איך פאטש שוין נישט די וויליאמסבורגע בייכעלע אזא צירקע דריי יאר, שוין אנטלאפן פון וומסב"ג ווי נאר כ'בין אויסגעואוקסן מיין חתן כלה דירה, און שוין געוואנדערט מער ווי איין מאל.

יא, כ'בין אויך געווען אינוואלווד אין מערערע עסקנות'ער לטובת ישובים מחוץ לעיר, און נישט ווייל כ'בין אן עסקנ'ישער טיפ - בכלל נישט, נאר פשוט ווייל דער נאטור פון די נייע ישובים איז אז אויב וויל מען עפעס האבן ברויך מען ארבעטן דערפאר, און מבשרי אחזה דאס וואס כ'האב געשריבן.

כ'בין שוין געווען אינוואלווד אין העלפן מענטשן מופן, אין פראבירן צו העלפן שאפן פאנדס און מסדר זיין קהלות און מוסדות, העלפן ארגאניזירן געשעפטן, סערוויסעס און וואס נישט. כ'קען זאגן בפה מלא, נישטא קיין גאנצע איין פראצענט מענטשן אין וויליאמסבורג וועלכע זענען גרייט צו טוהן די מינימום צו אויפשטעלן און סטאביליזירן עני נייע געגנט. כ'מיין אז יעדער וועלכער האט נאר פראבירט צו טוהן דערין וועט מודה זיין. אדרבה, פראוו מי ראונג מיט א קראנטע מקור.

וואס יא, דאס וואס דו באשולדיגסט "מיר" אין טראכטן לויט די ל"ט געדאנקענגאנג, איז געווען הילעריעס. כ'האב שטארק געלאכט... כ'גלויב נישט אז ס'איז דא איינער וועלכער קען מיר און זאגט אז כ'טראכט אזוי. צו כ'האלט אז רובי דרובי מענטשן טראכטן אזוי? הונדערט פראצענט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:41 pm

דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?



נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי.

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך האב גערעדט לייוו (מיינענדיג פנים אל פנים) מיט א טאטע און א קינד וואס האט געלערנט אין חב"ד און געטוישט צו YMB. איך האב געהאט מיט אים א שיינע שמועס פונקטליך די חילוקים פון חב"ד תורת אמת און YMB.

אכן נודע הדבר, ווען די האסט מיר באפאלן "איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות" האב איך געהויבן הענט מיינענדיק איך רעדט מיט איינער וואס קען די געגענט דורך און אדורך. יעצט אז די שרייבסט אז נארט מיאמי אין מיאמי ביטש איז וואו מאנסי און ספרינג וואלי, זעה איך שוין אז איך האב דא צוטון מיט איינער וואס רעדט זאכן וואס ער האט נישט קיין אנונג.
זעה בייגעלייגטע מאפע


די געגנט מיאמי ווערט אויך אנגערופן מיאמי ביטש און אויף דעם האב איך זיך באצויגן. און יא איך האב אויך געזאגט אויף ק"מ אז עס נעמט איבער א האלבע שעה צו פארן פון נ"מ צו די ביטש. אבער עס טויסט נישט די מציאות אז נ"מ און מיאמי זענען קאמינגעלט וואו מאנסי און ס"ו

ביסטי אביסעלע צומישט. מיאמי דעיט איז די קאונטי און אין די קאנטי איז דא א געגענט (סיטי) וואס הייסט מיאמי - דארט איז נישט עכט דא קיין פרומע אידן. דערנאך איז דא אן אנדערע געגענט וואס הייסט מיאמי ביעטש - דארט גייט די היימישע עולם דעעש/קערעסטיער געגענט, און ס'איז דא דארט א גאנץ יעריגע ישוב מיט מוסדות. א האלבע שעה ארויפציר פון דארט איז דא נאך א געגענט וואס הייסט נארט מיאמי. אינצווישן מיאמי ביעטש און נארט מיאמי זענען דא מסתמא נאך צען געגענטער.
איך האף נאר אז אלעס וואס די זאגסט אויף ק"מ איז קראנטער


איים פערפעקטלי קלעיר מיט וואס איך האב געזאגט - בכלל נישט צומישט. יא עס איז דא א.ג. עקסטערע געגענטער, אבער ווען דו גייסט ארום זעסטו אז דאס איז 1 גרויסע קאמינגעלט געגענט. און די קענסט טרעפן געשעפטן אין געגענטער וואס אדווערטייזן זייער אדרעסס אלס לאקעטעד אין מייאמי ביטש, אפילו זיי זענען נישט. נישט אלע פלעצער וואס זענען אין נ"מ איטענטעפייען זיך מיט נ"מ נאר שרייבן ליבערשט מיאמי. וואס אין אמת אריין מיין איך אז עס איז בכלל נישטא קיין מוסדות "אין" די געגענט וואס הייסט נ"מ.

דאס איז ממש וואו אזוי עס איז אין מאנסי -ס"וו עס איז אנדערע מוניסיפעלס אבער זענען פאקטיש זייער קאמינגעלד.

והעיקר אז עס איז דא פרומע ליטווישע מוסדות אין מיאמי.

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובהדורך ליבי ובשרי » מיטוואך ינואר 22, 2020 3:41 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ליבי ובשרי האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:איך שטיי און איך שטוין.



פון מענטשן [וואס רעדן] ווי אייך וויל מען אנטלויפן. דערפאר פארשטייט איר נישט.

מען זיכט נישט נאך א וויליאמסבורג.
און די בליענדע ישובים אין ארה"ק ושאר הקהילות בארה"ב יוכיחו אז אלץ איז אין קאפ.

דו פרואווסט נאר זיין פוינט...

אוודאי האט ער א שטארקע פאוינט אבער לאוו דוקא on the same page.......


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט