וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע? קימט אריין שטימען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט איר זיך געצויגן קיין פלארידע?

יא
145
60%
ניין
96
40%
 
סך הכול שטימען: 241

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג ינואר 21, 2020 8:24 pm

א פלאץ וואס איז ביליג מיט נידריגע קריים וואלט געווען אן אפשען, נישט פאר מיר ווייל איך בין אסטעבלישט דא מיט א ביזנעס אבער פאר מיינע קינדער וואלט עס געווען א געוואלדיגע איידיע

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג ינואר 21, 2020 8:29 pm

איים אלל אין... אבער שוין... מדארף גיטע מוסדות ענד איים גוד טו גוא... דאס פלארידע איז דאך אזא געשמאקע סטעיט, די וועטערס פשוט א מחי׳

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דינסטאג ינואר 21, 2020 9:12 pm

אלעס זעהט אויס געוואלדיג, איך האב שוין גראדע גערעדט דערפון יארן, אבער שוין לאנג מייאש געווען זעהענדיג אז ס'נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש, האב איך הנאה צו זעהן דער עולם איז ווארעם.
באמת איז נישט קיין קונץ יעצט, ס'פריזינג קאלט דא, מ'רעדט פון פלארידא ווערט דער עולם ווארעם... וואו זענט עט'ס געווען זוממער?

ביי מיר איז אזוי:
mosheyahoo האט געשריבן:געשטימט יא

אפסטעיט איד האט געשריבן:ברויך נאך פינעף און צוואנציג ביז פיפציג חסידישע משפחות
פשוט פאר מוסדות, קינדער און פרויען מיט וועם צו פארברענגען, מער פון דעם איז א פלאס אבער פעלט נישט אויס פארן לעבן

אליעזר קרויס האט געשריבן:עס זאל זיין דארט א שטארקע מנהיג רוחני, עס זאל נישט ווערן די פלאץ פאר שוואכערע אנטלויפערס.

ירנן האט געשריבן:גיין צו אפארדעבל געגענט, ווייניג קריים

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:מדארף גוטע מוסדות

מיין עיקר שאלה איז נאר כדלהלן
וואס טוט זיך האט געשריבן:אבער נאר פאר די ווינטער....

וויאזוי זענען די היצן דארט זוממער?

באמערק איך יעצט אז די שטימען האלטן שוין ביי 50, מ'קען זיך שוין אנהייבן פאקן פעקלעך

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:24 pm

געווען אמאל דארט אינמיטן די זומער, זיך נישט געהעריג אנגעשמירט, און באקומען א גראבע בליסטער.

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

תגובהדורך mosheyahoo » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:35 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:געווען אמאל דארט אינמיטן די זומער, זיך נישט געהעריג אנגעשמירט, און באקומען א גראבע בליסטער.

quot
די עוורידש וועטער אין ני אין די זימער איז די זעלבע ווי אין פלארידע. סא די זעלבע בליסטער האסטע געקענט באקימען דא אויך אויב ביזטע עקספאסד צי די זין

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:27 am

אין די תגובות זעט מען נאר די "יא" שטימען ווי זיי קומען אריין מיט קאנדישענס ווען און וויאזוי.

איך מיין אבער די ניין'ס האבן זיך נישט ערקלערט. פארוואס ניין? וויאזוי קענען קרוב צו פופציג חברה פשוט זאגן ניין פאר אזא גאלדענעם חלום? וואט עם איי מיסינג?

חוץ אויב די וואס זענען מסכים אבער די שטוב איז נישט, האבן געשטימט פאר ניין.

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מיטוואך ינואר 22, 2020 6:38 am

געשטימט פאר ניין.

צי זיין א פון די ערשטע צי בויען א נייע ישוב האט א טייערע פרייז למשל א תת מיט גיטע מלמדים דאס שאפט זיך נישט אזוי שנעל עס נעמט א שיינע פאר יאר איך האלט נישט ביים אדורך גיין דעם סטראגל, פלאס אנדערע סטראגלס וואס מען קען נאך יעצט נישט ווישעלייזן.

ענדערשט גיי איך אין א נייע געגענט וואס איז שוין יעצט דא ארום ניו יארק איך ווייס וואס די סטראגל איז אן קיין סורפרייזעס.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:16 am

ביודעי ומכירי קאמינא פון א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס וואוינט דארטן און ער איז העכסט צופרידן, ספעלט אים גארנישט, זיינע קינדער לערנען אין די נארט מיאמי ליטיווישע חדר, וואס אגב עס איז זייער א פרומער עולם, אסאך פון די קינדער גייען גאר מיט אראפגעלאזטע פיאות
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:54 am

סתם פאר אינטערסארקייט, אמאל אויפן וועג אהיים פון פלארידע האב'ך געטראפן א איד אויפן פליגער א פלארידע איינוווינער, זאגט ער מיר, ער פארט יעצט וויקאציע קיין ניו יארק, ווייל ס'ווערט אים עם נמאס צו לעבן א גאנץ יאר אן קיין חידוש מיט די כמעט זעלבע וועטערס, זאגט ער די ניו יארק'ע כאפן עס נישט אבער אזוי איז עס די פיר סיזיענס א יאר מאכט עס קאלערפול מיט התחדשות כסדר, סא ער וואונט דארט פאר ביזנעס, פארט ער עטליכע מאל קיין ניו יארק פאר וויקאציע...
'ומאתים לנוטרים את פריו'

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:04 am

איך וואלט ענדערט געמאכט ערגעץ ווי דארט א היימישע ביליגע וויקאציע קאנטרי מיט עטליכע הונדערט דירה'לך, ביהמ"ד ומקוה, צוויי שווים באסיין'ען, אזוי דא אין די קאטסקילס, אוועק פון די האהא אוועק פון די ביטשעס, ווי היימישע אידן (אינגעלייט אויך..) זאלן קענען האבן א דיסענט עפארדעבל וויקאציע.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אישון-בת-עין
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

תגובהדורך אישון-בת-עין » מיטוואך ינואר 22, 2020 8:26 am

דער עולם האלט פון די געדאנק.

עס קען זיין ווייל דא איז זיכער נישט קיין אפציע, דעריבער פאלט מען צו סיי וועלעכע פארשלאג. אדער ווייל דער עולם האלט טאקע אז דארט איז גן עדן התחתון

מיין שאלה איז, חוץ די וועטער וואס נאך זענען די מעלות דארט?

וויפל איז רענט און וויפל קאסט צו קויפן?
וואס קאסט דארט דאס לעבן?

די פלאץ איז בעצם מער אהערגעשטעלט פאר אונזער ציבור קעגן אנדערע נייע ישובים, בתי מדרשים און מקוואות איז דא דארטן גענוג, כשר׳ס איז אויך דא. אבער א תלמוד תורה דארף מען אהערשטעלן, און צו האבן א מסודר׳דיגע תלמוד תורה וועט שכ״ל מסתמא קאסטן מער פון וויפל מיר צאלן יעצט.

ווי אויך איז עס נישט ווי מופן אין ניו יארק פון איין פלאץ צום צווייטן און מ׳קען אנהאלטן א דזשאב/ביזנעס. מ׳דארף זיך ע״פ רוב מסדר זיין פון פריש

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:41 am

קרייסלער האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא פון א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס וואוינט דארטן און ער איז העכסט צופרידן, ספעלט אים גארנישט, זיינע קינדער לערנען אין די נארט מיאמי ליטיווישע חדר, וואס אגב עס איז זייער א פרומער עולם, אסאך פון די קינדער גייען גאר מיט אראפגעלאזטע פיאות

טו מיר א טובה. די ת"ת דארט איז א געהעריגע מאדערנע חדר ווי עני חדר אין קווינס, פלעטבוש וכו'.
אראפגעלאזטע פאות, סיריעסלי? אפשר ווייל ס'איז צו קליין ארויפצולייגן אויפ'ן אויער. איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה און געזעהן א געהעריגע מאדערנע חדר ווי א חסידיש אינגל פיט נישט אריין

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:54 am

דריידל האט געשריבן:

איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

דל גאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 3:05 pm

תגובהדורך דל גאה » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:14 am

אישון-בת-עין האט געשריבן:דער עולם האלט פון די געדאנק.

עס קען זיין ווייל דא איז זיכער נישט קיין אפציע, דעריבער פאלט מען צו סיי וועלעכע פארשלאג. אדער ווייל דער עולם האלט טאקע אז דארט איז גן עדן התחתון

מיין שאלה איז, חוץ די וועטער וואס נאך זענען די מעלות דארט?

וויפל איז רענט און וויפל קאסט צו קויפן?
וואס קאסט דארט דאס לעבן?

די פלאץ איז בעצם מער אהערגעשטעלט פאר אונזער ציבור קעגן אנדערע נייע ישובים, בתי מדרשים און מקוואות איז דא דארטן גענוג, כשר׳ס איז אויך דא. אבער א תלמוד תורה דארף מען אהערשטעלן, און צו האבן א מסודר׳דיגע תלמוד תורה וועט שכ״ל מסתמא קאסטן מער פון וויפל מיר צאלן יעצט.

ווי אויך איז עס נישט ווי מופן אין ניו יארק פון איין פלאץ צום צווייטן און מ׳קען אנהאלטן א דזשאב/ביזנעס. מ׳דארף זיך ע״פ רוב מסדר זיין פון פריש

To rent and buy is very cheap. Property tax is also very cheap. Very cheap income tax. Plus the laws are more Republican based . Money wise it's great for business living and laws I would definitely move there
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן

metsboy
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:48 am

פלארידע האט אסאך מעלות

1)נישט דא קיין אינקום טעקס, איינער וואס מאכט 100k א יאר שפארט זיך 10k.

2)זייער ביזנעס פרענטלי, ווייניק רעגולאציעס

3) ביליגע פראפרטי טעקס.

4) אינשורנס איז האלב דיי פרייז, סיי פאר קארס און פאר ביזנעסעס

5) גרויסע געשמאקע roads, סאך ווייניקער טרעפיק

6) וועטער

7) הייזער אסאך ביליגער

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:23 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא פון א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס וואוינט דארטן און ער איז העכסט צופרידן, ספעלט אים גארנישט, זיינע קינדער לערנען אין די נארט מיאמי ליטיווישע חדר, וואס אגב עס איז זייער א פרומער עולם, אסאך פון די קינדער גייען גאר מיט אראפגעלאזטע פיאות

טו מיר א טובה. די ת"ת דארט איז א געהעריגע מאדערנע חדר ווי עני חדר אין קווינס, פלעטבוש וכו'.
אראפגעלאזטע פאות, סיריעסלי? אפשר ווייל ס'איז צו קליין ארויפצולייגן אויפ'ן אויער. איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה און געזעהן א געהעריגע מאדערנע חדר ווי א חסידיש אינגל פיט נישט אריין

איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:24 am

מאתים האט געשריבן:סתם פאר אינטערסארקייט, אמאל אויפן וועג אהיים פון פלארידע האב'ך געטראפן א איד אויפן פליגער א פלארידע איינוווינער, זאגט ער מיר, ער פארט יעצט וויקאציע קיין ניו יארק, ווייל ס'ווערט אים עם נמאס צו לעבן א גאנץ יאר אן קיין חידוש מיט די כמעט זעלבע וועטערס, זאגט ער די ניו יארק'ע כאפן עס נישט אבער אזוי איז עס די פיר סיזיענס א יאר מאכט עס קאלערפול מיט התחדשות כסדר, סא ער וואונט דארט פאר ביזנעס, פארט ער עטליכע מאל קיין ניו יארק פאר וויקאציע...

שטארקע נקודה וואס דער עולם כאפט נישט

האלבע שיך
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:59 pm

תגובהדורך האלבע שיך » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:37 am

יוששששש ווער איך עקסיידעט נאר צי ליינען דא, וואס העט אבער זיין אנע בינגא טישאססס?

איז נישט זייער מסוכן דארט די אלע האריקענס אין פארפלייצאנגען, שווערע שטארעמעס וכדומה...? סאך מער אפט ווי דא דאכצעך,

סיי ויזוי געוואט יא,

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:40 am

דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא פון א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס וואוינט דארטן און ער איז העכסט צופרידן, ספעלט אים גארנישט, זיינע קינדער לערנען אין די נארט מיאמי ליטיווישע חדר, וואס אגב עס איז זייער א פרומער עולם, אסאך פון די קינדער גייען גאר מיט אראפגעלאזטע פיאות

טו מיר א טובה. די ת"ת דארט איז א געהעריגע מאדערנע חדר ווי עני חדר אין קווינס, פלעטבוש וכו'.
אראפגעלאזטע פאות, סיריעסלי? אפשר ווייל ס'איז צו קליין ארויפצולייגן אויפ'ן אויער. איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה און געזעהן א געהעריגע מאדערנע חדר ווי א חסידיש אינגל פיט נישט אריין

איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?

די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:54 am

אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:ביודעי ומכירי קאמינא פון א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס וואוינט דארטן און ער איז העכסט צופרידן, ספעלט אים גארנישט, זיינע קינדער לערנען אין די נארט מיאמי ליטיווישע חדר, וואס אגב עס איז זייער א פרומער עולם, אסאך פון די קינדער גייען גאר מיט אראפגעלאזטע פיאות

טו מיר א טובה. די ת"ת דארט איז א געהעריגע מאדערנע חדר ווי עני חדר אין קווינס, פלעטבוש וכו'.
אראפגעלאזטע פאות, סיריעסלי? אפשר ווייל ס'איז צו קליין ארויפצולייגן אויפ'ן אויער. איך האב דארט אמאל געדאווענט מנחה און געזעהן א געהעריגע מאדערנע חדר ווי א חסידיש אינגל פיט נישט אריין

איך ווייס נישט פארוואס די שרייסט ווען דו ווייסט פשוט נישט די מציאות.

עס זענען דא 3 מוסדות דארט. 1 חב"ד 2 תורת אמת (מאדערן) 3 פרומע ליטווישע (לעיקוואד סטייל).

חב"ד איז חסידיש - אבער מיט די מעלות און חסרונות פון חב"ד - און חסידיש אויף זייער שטייגער.

תורת אמת איז מאדערן - טאקע פונקט וואו עני חדר אין קווינס וכדומה

ליטוויש איז "זייער" א פרומע חדר - און סקול - אזוי וואו עני פרומע ליטווישע מוסד. און יא אסאך קינדער גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות.

איך בין געווען אין תורת אמת. פון נאך א ליטווישע חדר האב איך קיינמאל נישט געהערט. אפשר קענסטי שרייבן א נאמען, לאקאציע ווי דאס געפינט זיך?

די מוסד הייסט YMB (Yeshivah Miami beach)

ישיבה מיאמי ביעטש און ס'איז אין נארט מיאמי? מאכט נישט קיין סענס, אויך אויפ'ן געוועב איז נישטא קיין זכר דערפון. איך האב נאכגעקוקט אין די פלארידע אידישע דירעקטארי און אויך נישט געטראפן.
ביסטי אמאל דארט געווען אדער אפשר ביסטי פשוט פארמישט?

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך ינואר 22, 2020 12:51 pm

בינעך נייגריג ווען די אנקעטע וואלט ווען גענומען געווארן אינמיטן תמוז, וויפיל יא'ס ס'וואלט געווען?

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

יא!

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך ינואר 22, 2020 1:04 pm

איך חלום שוין יארן פון דעם. כהאב שוין אויסגעטשעקט אסאך געגנטער דארט. מיין שטוב איז שוין לאנג מסכים. אונז גיימיר אפאר מאל איאר אהון און גלייכן עס שטארק!.
לגבי ארבעט, אין די ליין וואס איך טו איז דארט זייער שטארק. אזוי אויך קאנסטראקשן איז ריזיג און אוואדאי מענטעינענס קאמפעניס, די עקאנעמי איז פיין.
נאר מוסדות איז די צוריקהאלט. ליבאוויטש האלט ביים עפענען נייע מוסדות אין איינע פון די מער פרומערע געגנטר. זיי האבן שוין איינס אין נארט מיאמי.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מיטוואך ינואר 22, 2020 1:19 pm

אנע פשרות האט געשריבן:ס'איז מבהיל על הרעיון וואס דא גייט פאר.

אונז האב מיר דא צו טוהן מיט א ציבור מיט וועמען מ'דארף זיך שלאגן מיט כח אז זיי זאלן זיך ארויסרירן א פערטל טריט ארויס פון ברוקלין, פליצלונג איז א האלבע דער עולם גרייט צו גיין ביז פלארידע...

פון וועם מאכן ענק ליצנות?

וואס פארשטייסטו נישט? קיין איין פון די געגענטער ארום ברוקלין צוט מיך נישט, טרעפיק, קאלט, מדארף פארן אריין צו ברוקלין נאך טרעפיק, שמוץ, קריים, נויס.
פלארידע האט נישט די פראבלעמען. קענסט האבן ממש א קעניגליכע פאלאץ ביים וואסער (נישט ביעטש) פאר אפאר הונדערט טויזענט דאללער. און בכלל אויב מאכט זיך אזא דראסטישע נייע געגענט וועט נישט מיטקומען אסאך פון די קולטורעלא נארמס פון ברוקלין האפענטליך ווייל סאיז א נייע וועלט.

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מיטוואך ינואר 22, 2020 1:34 pm

די אלע וואס וואוינען נאך כהיום אין וויליאמסבורג, ב"פ און האבן נאכנישט ארויסגעמופט קיין בלומענבערג, לעיקוואוד אדער דשערסי סיטי, זאלן ביטע נישט אריינקומען שטומען דא, מיט זיי קען מען נישט גיין צום טיש, ביי זיי איזעס ווי טראמפ פלעגט שרייען talk only, no action

פלארידע איז זייער געשמאק ווינטער, אבער פון פסח צייט און ווייטער איז דארט אין די גוטע ניינציגער און זייער יומיד, בכלל זומער כמעט יעדן טאג לאזט זיך אראפ א רעגן.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך ינואר 22, 2020 1:54 pm

הר גריזים האט געשריבן:די אלע וואס וואוינען נאך כהיום אין וויליאמסבורג, ב"פ און האבן נאכנישט ארויסגעמופט קיין בלומענבערג, לעיקוואוד אדער דשערסי סיטי, זאלן ביטע נישט אריינקומען שטומען דא, מיט זיי קען מען נישט גיין צום טיש, ביי זיי איזעס ווי טראמפ פלעגט שרייען talk only, no action

געוואלט זאגן די זעלבע, איינער וואס האט נאכנישט גענומען עפעס א טריט ארויס אין ניו יארק זעלבסט, מאכט סתם לצנות.

געשטימט ניין! איך האב מיר שוין ב''ה גערירט אין ניו יארק.

אגב, איך באוויין שוין לאנג פארוואס די שיף פונעם רבין זצ''ל און אלע אנדערע גדולים האט געמוזט אנקערען אין ניו יארק סיטי, עס וואלטעך פונקט אזוי געקענט אנקערן אין פלארידע און אויפבויען אידישקייט דארטן?! חבל!
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 31 געסט