חסידישע ישוב אין הילסייד, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

חסידישע ישוב אין הילסייד, ניו זשערסי

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 8:52 am

#כח היחיד ערשטער חסידישע אינגערמאן מופט קיין הילסייד


https://www.yiddish24.com/cat/38


די נחשון, וועלכער האט געקלויזט אויף א דירה אין הילסייד ניו דזשערזי, זייענדיג דארט סאמער ערשטער היימישער איינוואוינער

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 8:55 am

וואס איז שלעכט מיט לינדען?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 9:03 am


זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 9:06 am

כל הכבוד און חזק ואמץ. אבער פארוואס שוין נישט גיין צום דערנעבענדיגן לינדען? פרייזן און געגענט קוקן אויס זייער ענליך

*דער פעטער האט איבערגעהקאט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:39 am

פעטער שמואל האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט לינדען?

דאס מיינט #כח היחיד
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

חלה לכבוד שבת
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:50 am

פעטער שמואל האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט לינדען?
צוגעלייגטע
Screenshot_20191223-104755_Maps.jpg
Screenshot_20191223-104755_Maps.jpg (702.25 KiB) געזעהן 3215 מאל

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:54 am

פעטער שמואל האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט לינדען?

לכאורה וויל ער נישט זיין אנגעבינדן אין א קהילה.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:57 am

לפנות בוקר האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט לינדען?

לכאורה וויל ער נישט זיין אנגעבינדן אין א קהילה.

איך וואלט געראטן פון דא און ווייטער נישט שרייבן קיין לכאורה, ס'קען מאכן א סטיגמע נאכדעם און אונטערברעגען א ישוב על לא דבר.
יעדעס מאל איך זע פון א נייע ישוב כאפ איך א לחיים איך שפרינג פאר שמחה
נאכדעם ווייסט איר שוין פארוואס די אייניקלעך האבן זיך נעכטן געשושקעט צווישן זיך אז זיידי איז שיכור
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:05 am

מיט וועמען גייען זיך די קינדער שפילן נאך חדר ?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:08 am

אויב איינער קען מברר זיין וואס איז דער מצב מיט וואוטשערס אין הילסייד
זוי ווי דער שכן לינדען אדער זוי ווי דזשערזי סיטי, ? קען אויסמאכן ביי מענטשן וואס שכר לימוד איז שטארק אויפן רעדאר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:24 am

אין הילסייד איז דא א ישיבה, א צווייגל פון לעיקוואד ישיבה, אזוי אויך איז דא צענדליגע אידן וואס ארבעטן אין די געגענט
סאיז ממש נעבן עליזאביט וועלכע פארמאגט א כשר׳ע גראסערי און א פליישיגע רעסטאראונט פון א וויליאמסבורגער איד

צדיקים
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 2:23 pm

קרייסלער האט געשריבן:אין הילסייד איז דא א ישיבה, א צווייגל פון לעיקוואד ישיבה, אזוי אויך איז דא צענדליגע אידן וואס ארבעטן אין די געגענט
סאיז ממש נעבן עליזאביט וועלכע פארמאגט א כשר׳ע גראסערי און א פליישיגע רעסטאראונט פון א וויליאמסבורגער איד

לינדן איז אויך ממש נעבן עליזאביט וועכלע פארמאגט א כשר'ע גראסערי וכו'

לדעתי איז דאס גאר א קליגע שריט, זאל מען מופן וואס מער, און צוביסלעך, איבערפילן נאך שטעט מיט אידן (לאזן קלענערע ישובים פון ביז ארום 350 אידן אין א שטעטל, קען זיין גאר א שטארקע טובה פאר אלע איינוואוינער).

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 2:51 pm

צדיקים האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:אין הילסייד איז דא א ישיבה, א צווייגל פון לעיקוואד ישיבה, אזוי אויך איז דא צענדליגע אידן וואס ארבעטן אין די געגענט
סאיז ממש נעבן עליזאביט וועלכע פארמאגט א כשר׳ע גראסערי און א פליישיגע רעסטאראונט פון א וויליאמסבורגער איד

לינדן איז אויך ממש נעבן עליזאביט וועכלע פארמאגט א כשר'ע גראסערי וכו'

לדעתי איז דאס גאר א קליגע שריט, זאל מען מופן וואס מער, און צוביסלעך, איבערפילן נאך שטעט מיט אידן (לאזן קלענערע ישובים פון ביז ארום 350 אידן אין א שטעטל, קען זיין גאר א שטארקע טובה פאר אלע איינוואוינער).

די כשרע גראסערי נאנט צי הילסייד איז די זעלבע נאנט צי לינדען

יואלי קאכט
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:28 am

תגובהדורך יואלי קאכט » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 2:53 pm

ווי מער איז בעסער , דאס איז די איינציגסטע וועג אז אונזערע אייניקלעך זאלן זיך קענען עפפארדען אייגענע הייזער ווי א איד , לאו דוקא מותרות , נאר א הייזקעלע נישט צו הערן די שכן'ס שלום בית פראבלעמען אינמיטן די נאכט , זע איך יעצט אויף א סטעטוס פון א היימישע לעיקוואד בראקער ווי ער ווייזט ארום קורצע ווידיאס פון לעיקוואד דעוועלעפמענטס השם ישמרינו , 700 אדער 800 טויזענט עטטעטשט הייזער אן קיין גראז פארנט אדער עפעס פרייוועסי

קעש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 3:28 pm

תגובהדורך קעש » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 9:14 pm

חברה קריכט ארויס פין די באקסעס .. די אינגערמאן האט א הערליך הויז פאר א ביליגע פרייז הערט אויף מיט די איינרעדעניש דער אינגערמאן אי א נחשן . יעצט איז די צייט
אונז האב מיר אלע די פראבלעם יעדער ווארט אז די ראש הקהל זאל בויען וד"ל
כח היחיד קאמפיין!!!

ווער איז דאס
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 9:53 pm

ביטע נישט רעדען דא פין לינדען וכדומה
קוקט מיר אויס שוין א אידישע געגענט אין ברייטע גרויסע דירות
מיט שטח ארום אין זייער רואיגע געשמאק ענדלעך צי אפסטעיט
וואס לויפט די פרייזען אין טעקסעס דארט?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 9:59 pm

איז דא דארט א ישוב חוץ די ישיבה?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:09 pm

לינדען, הילסייד, עליזעבעט, היילענד פארק, עס איז אלעס איין גרויסע געגענט.
זייער קליג!!!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אשלג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:46 pm

הילסייד איז גאר א גוטע אפציע. כ'בין דארט געוועהן א שטיק צייט צוריק. כ'האב מיך געוואונדערט פארוואס ס'איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן זיך אהין צו ציען. ב"ה לא אלמן ישראל ס'איז נאך דא מיט וועם צו ג'יין צום טיש.

זאב שלייערמאן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:55 pm

תגובהדורך זאב שלייערמאן » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:00 am

וואס קאסט דארט א דירה און צו ברויך מען אריינלייגן אסאך געלט איבערצופיקסן?

חזקי פרידמאן
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:56 am

Bris Avrohom Center

910 Salem Ave, Hillside, NJ 07205
(908) 289-0770 https://g.co/kgs/zJLF6k


Congregation Adath Israel - Jewish Educational Center

1391 North Ave, Elizabeth, NJ 07208
(908) 354-7318 https://g.co/kgs/HU2z5E

די 2 היימשע שולן דארט

אשלג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 1:39 am

זאב שלייערמאן האט געשריבן:וואס קאסט דארט א דירה און צו ברויך מען אריינלייגן אסאך געלט איבערצופיקסן?
ס'איז דא פון ביידע, פערטיגע און וואס ברויך ארבעט. זיללא זאגט $181 Median list price / sq ft

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 1:47 am

אויסגעהערט די גאנצע אינטערוויו בלויז צו פארענטפערן די עלעפאנט אינעם רום, פארוואס נישט לינדן?
אלעס איז ענליך, פרייזן, אויסזען, לאקאציע וכו. די איינציגסטע חילוק אז דארט זענען יא דא חסידישע אידן און דארט נישט. נו פארוואס זאל איינער ענדערש גיין דארט?
אבער ער רעדט נישט דערפון.
אז מען קוקט דעם גרויסן בילד איז זיכער אז ווי מער מען שפרייט זיך אויס איז בעסער צו האלטן פרייזן. איך מיין פשוט צו פרעגן וואס די בענעפיט איז היינט פאר א יחיד.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

חקרן
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 2:32 am

לאחר בירור קצר בלי להיכנס לפרטים
היל סייד איז לפי ערך ביליגער פאר שענערע הייזער
ווי אויך מער א אויסווייל וד״ל
און טאקע הא גופא וויבאלד סאיז לפי ערך די זעלבע זאך איז איינער וואס לינדען שמעקט אים און ער דארף זיך ציען איז הילסייד א מקום מוכשר נאכדערצו וואס סאיז א
אידישע ישוב existing כדוגמת סטעטן איילענד (וואס דאס איז געווען איר הצלחה על אף סאיז נישט געווען קיין שטריימעל אידן)
ונא בזאת לגמור כל הדיון ספעלט נישט אויס
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:00 am

חקרן האט געשריבן:לאחר בירור קצר בלי להיכנס לפרטים
היל סייד איז לפי ערך ביליגער פאר שענערע הייזער
ווי אויך מער א אויסווייל וד״ל
און טאקע הא גופא וויבאלד סאיז לפי ערך די זעלבע זאך איז איינער וואס לינדען שמעקט אים און ער דארף זיך ציען איז הילסייד א מקום מוכשר נאכדערצו וואס סאיז א
אידישע ישוב existing כדוגמת סטעטן איילענד (וואס דאס איז געווען איר הצלחה על אף סאיז נישט געווען קיין שטריימעל אידן)
ונא בזאת לגמור כל הדיון ספעלט נישט אויס

עהםם איך פארשטיי באמת נישט די אלע וד"לס. מען רעדט פון אידן וואס ווילן מאכן א גאר וואגיגע באשלוס. פארוואס קען מען נישט זאגן געהעריג במה דברים אמורים.
דו זאגסט אז פרייזן און אויסוואל איז בעסער, איז דאך גוט. די פראגע איז צו עס איז טאקע אזא גרויסע חילוק אין פרייז אז עס זאל זיך לוינען.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט