אונזערע ברודער און שוועסטער אין דזש. ס. דארפן אונזער הילף! נישט ח"ו דאס פארקערטע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

אונזערע ברודער און שוועסטער אין דזש. ס. דארפן אונזער הילף! נישט ח"ו דאס פארקערטע

תגובהדורך משמש » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 1:23 pm

אחינו בני ישראל,
מיר זענען אלע אין שאק פון די ביטערע טראגעדיע נעכטן.
דאס איז כלל ישראל'ס אומגליק, נישט א לאקאלע דזש. ס. געשעעניש.
דאס האט געקענט פאסירן אין סיי וועלכע אידישע געגענט. די אידן וואס וויאוינען דארט זענען גארנישט שולדיג אין דעם!

די מציאות איז אז די לעצטע 4 יאר וואס מ'וואוינט דארט האט מען כמעט נישט געהערט אז א גוי זאל שפייען אויף א איד. די געגענט איז רעלאטיוו סעיף.

די לאקאלע איינוואוינער, אידישע טאטעס און מאמעס פונקט ווי אונז, גייען אריבער א שווערע תקופה עמאציאנאל, ווי אויך פון פראקטישן זין. עס איז נישטא קיין גראסערי פאר ברויט און מילך צו לייגן אויפן טיש.
מי כעמך ישראל מיט אזויפיל חסד ארגאניזאציעס און יחידים וואס פארשטייען צו העלפן אידן בעת צר להם.
לאמיר קעגנקומען די אידן מיט וואס מיר קענען!
נישט זיי מבין'ן, מעסטן און דזשאדזשן.

ווי ווייטאגליך איז געווען צו הערן אין ביהמ"ד מענטשן בארעדן די תושבים און טרייסלן זיך אפ פון די גאנצע זאך.
לאמיר זיי באטראכטן ווי בשר מבשרינו און זיי העלפן כאילו עס איז א דעוועלאפמענט אין ניי-וויליאמסבורג אדער מאנסי.

איך בין נישט פון די עסקנים, איך וואוין נישט דארט אבער איעדער פארשטייט אז זיי קענען נוצן מאראלישע און פיזישע (און פינאנציעלע) שטיצע.

לאמיר זעהן אז עס זאל זיין א לוי' מיט מאסן באטייליגטע צו שיקן א סיגנאל פון אחדות און סופורט פאר די אינגע אידישע קהילה.
לאמיר ווייזן פאר די גויאישע שכנים אז די קאמיויניטי האט א מאסיווע בעקינג פון טויזנטער אידן אין ניו יארק.

וה' הטוב יחוס על עמו ונשמע ונשבשר בשורות טובות
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 1:55 pm

כלל ישראל איז פאראייניגט, און מען דארף עס אויסניצען צום גוטן.

עס וואלט זייער כדאי געווען, ווען איינער פון די תושבים קען דא שרייבען וואספארע הילף זיי דארפן, און בל"נ אני כשלעצמי מיט נאך אפאר חבירים דא, וועלמיר פראבירען עס צוצושטעלן.

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:10 pm

i dont live there but i think they need volunteers to deliver groceries from other areas since the grocery is closed at least for another 12 hours
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:27 pm

עס קומען אריין שמועות בשם עסקנים פון יהדות החרדית אין גרעיטער ניו יארק אז אויף קומענדיגע שבת פרשת וישב הבעל"ט ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע שבת חיזוק פאר די תושבי זשערסי סיטי. צענדליגער געסט, קרובי משפחה און ידידים פון תושבי זשערסי סיטי, וועלן אי"ה פראווענען די שבת בתוככי העיר, און דערביי ארויסווייזען שטיצע פאר זייער קרובים און ידידים תושבי זשערסי סיטי.

אויף מוצאי שבת ווערט אי"ה געפלאנט א גרויסע מלווה מלכה צוזאמען מיט א סעודת הודאה, ווי עס וועט זיך באטייליגען הונדערטער געסט מכל רחבי ניו יארק.

ווי עס הייסט יעצט ווערט די שבת זשערסי סיטי געפלאנט אויף קומענדיגע וואך פרשת וישב ככלות השבעה פון די שרעקליכע טראגעדיע, דאס קומט אויס תיכף פאר חנוכה ווען עס איז די פאסיגע עת להודות, נישט די וואך פרשת וישלח ווען מען האלט נאך ביי די עת ספוד.

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 2:29 pm

וואס יעדער קען העלפן, איז צו מחזק זיין די קרוב צו הונדערט אידן וואס וואוינען דארט, און חלילה זיי נישט אראפרייסן. ווי עס קוקט אויס כעת האט די שיסעריי גארנישט געהאט מיט די גוי'אישע שכנים, מילא אזא זאך וואלט ווען געקענט פונקט אזוי פאסירן אין עני היימישע אידישע געגענט, און עסאיז שוין געשען, אויב געדענק איך גוט אין ירושלים אין הר נוף, און קען זיין און נאך אידישע געגענטער, נאר ווען מען וואוינט אין א עכטע אידישע שטאט, איז עס אין מיינד גרינגער אז עס וועט נישט נאכאמאל פאסירן, און מען ווערט נישט צובראכן.

סוי די אלע וואס מאכן חוזק, און שיקן ארום מעסעדזש'עס אז די הייזער אין דזשורזי סיטי פאלן די פרייזן, איז זייער נישט קיין ריכטיגע זאך לגבי די צושבי דזשורזי סיטי, און עס העלפט זיי נישט ארויס, נאר אדרבה, עס צוברעכט די מענטש.

סוי אויב די האסט א נאנטן אדער קרוב וואס וואוינט דארט, רוף עם, זיי עם מחזק, אז ער זאל דארט בלייבן. זאג עם אז די פלאץ איז נישט קין מקום סכנה. זאג עם אז עס וועט נאך ווערן בעז"ה א גרויסע שטאט. און אויב די קענסט עם דאס נישט זאגן, כאטש רייס עס נישט אראפ, און נעם נישט קיין חלק מיט די אלע וואס שיקן ארויס מעסעדזשעס וואס וועט שוואך מאכן די שטאט, וואס וועט בעז"ה אייין טאג זיין א עיר ואם בישראל

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:06 pm

מענטשן כאפן נישט אז 100משפחות מיינט קרוב צו 500 נפשות ,
יא עס וואוינען דארט בערך 500 אידישע קינדער כ"י
זיי האבן געהאט א שטיקל סעט בעק און מדארף זיי מחזק זיין
און שטיצן, נישט פארקערט

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:14 pm

100% פראצענט.

און די רעלעטיוו פאזעטיוו מיטגעפיל וואס מ'זעהט ביי די שכנים דארט, איז מערקוועדיג. איך ציטער צו ביי אונז 'אין די פארזיכערטע ווילאמסבורג' זענען די גוים אויך אזוי סימפאטיש. ס'שווער צו הערן אבער לאמיר זיך נישט פאפען!

די אידן דארט זענען נישט מער אין סכנה ווי אונז. קיין כי הוא זה. על כל פנים ס'נישט מער סכנה ווי מ'האט געוויסט א וואך צוריק.

האלט אייך שטארק ברידער. מ'זעהט דאך קלאר דעם אייבירשטען'ס האנט אפילו בתוך די הסתרה.

ועוד, דאס אז איין קדוש איז א איינוואוינער פון וומס''ב, זאגט עפעס פאר אונז אויך.

ידאגו כל החבורה.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11874
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:29 pm

נישטא עכט קיין סאך צו העלפן, אבער ארויסקומען צו די לוי' קען זיין א שטארקע חיזוק, און צייגן די באהערדע אז מ'האט א רוקנביין.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 5:46 pm

אשר בחר בנו האט געשריבן:כלל ישראל איז פאראייניגט, און מען דארף עס אויסניצען צום גוטן.

עס וואלט זייער כדאי געווען, ווען איינער פון די תושבים קען דא שרייבען וואספארע הילף זיי דארפן, און בל"נ אני כשלעצמי מיט נאך אפאר חבירים דא, וועלמיר פראבירען עס צוצושטעלן.

טאמער האסטי א משפחה אדער באקאנטע דארט, פאר אריבער באזיכן מוצאי שבת. גיב זיי די געפיל אז זיי וואינען נישט אין א פלאץ ווי מ'האט מורא ארויסצוגיין

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:36 pm

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:49 pm

לעניות דעתי איז דער גרויסער שבת נישט אין פלאץ.
כמה סיבות.
איינס פון די סיבות איז אז מ'דארף נישט אצינד ארויסשרייען צו די שכנים "מיר זענען דא!"
די שכנים זענען בעצם גארנישט שולדיג דא. אבער פונדעסטווען ווייסט יעדער גאנץ גוט אז די שכנים וואלט געקענט באשטיין אז 'זייער' שטעטל זאל זיין יידן-ריין. זיי האלטן גענוג שטארק אן די הלכה בידוע.
סא, קומען אויף א דעמאנסטראטיוון אופן איז נאר קאנטער-פראדאקטיוו.
ועוד כמה סיבות נוספות
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 6:59 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:לעניות דעתי איז דער גרויסער שבת נישט אין פלאץ.
כמה סיבות.
איינס פון די סיבות איז אז מ'דארף נישט אצינד ארויסשרייען צו די שכנים "מיר זענען דא!"
די שכנים זענען בעצם גארנישט שולדיג דא. אבער פונדעסטווען ווייסט יעדער גאנץ גוט אז די שכנים וואלט געקענט באשטיין אז 'זייער' שטעטל זאל זיין יידן-ריין. זיי האלטן גענוג שטארק אן די הלכה בידוע.
סא, קומען אויף א דעמאנסטראטיוון אופן איז נאר קאנטער-פראדאקטיוו.
ועוד כמה סיבות נוספות



you missed the whole point, this is a shabbos chizuk for the local heimisha community, nothing to do with the goiyisha neighbors
לעצט פאראכטן דורך א גאנץ יאר פרייליך אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 7:50 pm

יא יא. אבער א חיזוק וועלכע גייט ארויסשרייען צו יעדען מיר זענען שטארק און גרויס און פיהלצאליג, איז נישט קיין טובה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 8:04 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:יא יא. אבער א חיזוק וועלכע גייט ארויסשרייען צו יעדען מיר זענען שטארק און גרויס און פיהלצאליג, איז נישט קיין טובה.

ס'צייגט סופארט פאר די תושבים און יעדע גוי פארשטייט עס. ס'איז נישט קיין ראליס אויפן גאס, נאר חיזוק אין בית המדרש.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:26 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:.

סוי די אלע וואס מאכן חוזק, און שיקן ארום מעסעדזש'עס אז די הייזער אין דזשורזי סיטי פאלן די פרייזן, איז זייער נישט קיין ריכטיגע זאך לגבי די צושבי דזשורזי סיטי, און עס העלפט זיי נישט ארויס, נאר אדרבה, עס צוברעכט די מענטש.

איך ווייס נישט ווער דער ערפינדער פון דעם אזוי גערופענער וויץ אבער יענער ברויך זיין אן אויסגערופענער שטאקיגער מטורף! אזא וויץ צו מאכן "בשעת" די שיסעריי קומט פאר און מען צאפעלט צו הערן אז ס'יז נאר א שרעק גייט מען און מען מאכט אזוינע וויצן? וואו איז די פליסיגקייט פונעם מח???

די אכזריות דערפון איז הימל שרייענד, סיי כלפי די באטראפענע ל"ע און סיי כלפי די אייוואוינער, אנשטאט ארויסצייגן סימפאטיע טוט מען חוזק'ן און דערנידערן? שעים אן הים און אויף די אלע וואס האבן געמיינט אז ס'יז פאני און עס נאך געפארווערד! לא תעמוד על דם ריעך איז א טיטל אקעגן אזא אקט. ס'יז תשעה באב אין פולן זיהן פון ווארט ביי עטליכע משפחות און ביי אגאנצע ישוב און דער מאכט גאר חוזק פונעם עצם געשעעניש! וואו ווייט נידעריג ברויך מען זיין צו קענען טאהן אזוינס?!
נאט אייך א גרינע...


מחשב
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:57 pm

אט אזוי! און נאך פיל מער.

#צודרייטע בהמות
הוי מחשב...

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:06 am

יידישע קהילות האט געשריבן:לעניות דעתי איז דער גרויסער שבת נישט אין פלאץ.
כמה סיבות.
איינס פון די סיבות איז אז מ'דארף נישט אצינד ארויסשרייען צו די שכנים "מיר זענען דא!"
די שכנים זענען בעצם גארנישט שולדיג דא. אבער פונדעסטווען ווייסט יעדער גאנץ גוט אז די שכנים וואלט געקענט באשטיין אז 'זייער' שטעטל זאל זיין יידן-ריין. זיי האלטן גענוג שטארק אן די הלכה בידוע.
סא, קומען אויף א דעמאנסטראטיוון אופן איז נאר קאנטער-פראדאקטיוו.
ועוד כמה סיבות נוספות


איך וואלט אייך געראטן איר זאלט אויסהערן די אינטערוויו פון ר' משה יצחק איידליס די אדמיניסטרעיטאר פון די מוסדות.
די קהלה קען נוצן גאר אסאך דרינגענדע הילף סיי בממון און סיי מיט חיזוק אז די מאראל פןן די תושבים זאל נישט פאלן.

ווער עס האט אביסל אידיש געפיל זאל צום אלעם ערשטן מנדב זיין יותר מכפי יכולתו פאר די אפיציעלע קאמפיין לטובת די משפחה און די עמערדזשענסי הוצאות פון די קהילה.

https://www.charidy.com/jcvictims

לויט ווי ר משה יצחק זאגט איז דאס די אפיציעלע קאמפיין, וועלכע ווערט אנגעפירט דורך בעלי אחריות, בראשות אב"ד גרינוויל

ביטע נישט קאמאנטירן איידער מען הערט אויס די אינטערוויו אויף קמ 114

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:32 am

איז טאקע ארויסגעקומען א גרעסערע ציבור צו די לוי' אין זשורסי? סוף כל סוף איז די ביידע לויות געווען ממש אין די זעלבע צייט, און איך גלייב אז רוב וויליאמסבורגע איינוואוינער וואלטן ענדערש זיך געהאלטן לאקאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:12 am

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:i dont live there but i think they need volunteers to deliver groceries from other areas since the grocery is closed at least for another 12 hours

וואס צוועלף שעה?

עט ליעסט א וואך.
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

תגובהדורך נאר_דאס_נישט » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 1:13 am

געווען באריכטעט אז נדבן האט מתנדב געווען די נייע שבת'דיג סידי פאר אלע זשערסי סיטי קינדער?
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 12:16 pm

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:17 pm

פילט איר מיטלייד ? ביטע אידן בני רחמנים רופטס ענק אן ווארעם צו העלפען די קאמפיין מיטן נעמען טיעם פעיזשעס אפילו קליינע גאולס 
איינער וואס וויל נעמען א טיעם פעיזש פאר די קאמפיין פאר משה דוד פערענץ און די קהלה און תושבים זאל זיך ביטע מעלדען אין אישי אדער רופן
מרדכי שווארץ 
9292460471
אפילו א פעיזש פאר 100 דאלאר אדער 500 דאלאר ,יעדע דאלאר ציילט

דאס איז די ווייניגסטע וואס אונז קען מיר יעצט טין צו לינדען די שמערצען פונעם צובראכנעם טאטען און די קהלה

די קאמפיין גייט ווערן געטוישט מיט א גאול און מיט טיעם פעיזשעס אי"ה מוצאי שבת מיט א העפטיגע קאמפיין אינטערן הדרכה פונעם זשערסי סיטי רב מיט א וועד פון בעלי בתים

עס איז שוין דא ב"ה א פרישע לאקאציע פאר א גראסערי , פילע נדבנים קאנטראקטארס האבן זיך שוין אנגערופן צו בויען דאס געשעפט אז עס זאל גרייט פאר משה דוד פערענץ פאר נאך די שבעה און פאר די תושבים , עס ווערט נאך געזיכט א א עירקאנדישאן קאמפאני וואס וויל מנדב זיין די עירקאנדישאן/סטים פאר די נייע גראסערי
צוגעלייגטע
IMG-20191212-WA0030.jpg
IMG-20191212-WA0030.jpg (72.77 KiB) געזעהן 1016 מאל

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:34 pm

די לינק פונעם קאמפיין
https://www.charidy.com/jcvictims

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:45 pm

מי כעמך ישראל !

Toys 4 u

אפליפערענדיג א טראק מיט טויס פאר די קינדער פון זשערסי סיטי !

שכח ר' יוסי איצקאוויטש שכח

ממנו ילמדו
צוגעלייגטע
IMG-20191212-WA0162.jpg
IMG-20191212-WA0162.jpg (156.92 KiB) געזעהן 944 מאל
IMG-20191212-WA0160.jpg
IMG-20191212-WA0160.jpg (93.24 KiB) געזעהן 944 מאל
IMG-20191212-WA0161.jpg
IMG-20191212-WA0161.jpg (98.09 KiB) געזעהן 944 מאל
לעצט פאראכטן דורך ערליכער אום דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 2:49 pm

מי כעמך ישראל
דעלי פון KRM שיקט אפ שבת פעקלעך פאר תושבי זשערסי סיטי
https://www.dropbox.com/s/9ogc94a6a4i1a ... 3.mp4?dl=0


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט