ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג פאברואר 21, 2021 8:40 pm

טייערע ברודער! די אשכול איז געווידמעט בלויז פאר נייעס און אנטוויקלונגען פונעם נייעם אידישן ווילעזש, פאר טעגלאש און באנדאש דעבאטעס (וועלכע גייט סייווי געמעקט ווערן) ביטע גייט צו די אלגעמיינע אשכול פון יענע טעגלאש קהילה.

קרית באר שבע איז טעגלאש-ריין
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך Programming » זונטאג פאברואר 21, 2021 8:51 pm

די שייכות מיט טעגלאש איז גאנץ לויז, דוכט זיך אז אין די פעטיציע זענען פארטרעטן אידן פון ביידע טעגלאש'ער צדדים. אבער מען זעהט זיכער אז געוויסע באאמטע וואס זענען צוגעוואוינט צו דיעלן מיט גוי'אישע רעגירונגען אין די סביבה ווייסן נישט וויאזוי צו עסן די מעגליכקייט פון אידישע ווילעזשעס נעבן זיך, די פונקטליכע סיבה איז נישט קלאר און מען קען שפעקולירן אויף פארשידענע דירעקציע'ס.

ווען עס קומט צו זיין צופרידן פון די ווערטשאפט אינערהאלב די שטאט זעהט דאס אויס - עכ"פ אויף אייוועלט - אז דאס איז פארבינדן מיט די כפרות שלאגן לאקאציע, אבער דוכט זיך אז דערווייל עכ"פ איז דאס נישט די קעיס ווען עס קומט צו די נייע ווילעזש.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:02 pm

מיר ווילן בעטן און אויפפאדערן די ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס פירערשאפט, אז ווען ס'וועט קומען די 'גליקליכע מינוט', און דער ווילעדזש וועט ווערן א פאקט, זאל מען אינוועסטירן אין א מעכטיגן 'מייסטער פלאן'.

דער פלאן זאל קוקן פאראויס אויף די קומענדיגע צענדליגער יארן, רעכענען די ראוד'ס און הייזער, און 'בויען א שטאט' על כל המשתמע מכך.

מען ווייסט אז די היינטיגע שטעט וואס ווערן געבויעט, רעכנט מען פון פראנויס אויס די אלע טראפיק און אנדערע געברויכן, און מיט די הילף פון סופער קאמפיוטער'ס טוט מען פארזיכערן אז די פראבלעמען אין די איבערגעפולטע שטעט זאל זיך נישט איבערחזרן אין די פרישע.

געדענקט, מאכט זיכער צו עטאבלירן א 'קלוגע שטאט', עס איז דא היינט די נויטיגע מיטלען וויאזוי מען רעכנט דאס אלעס אויס.

Programming
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך Programming » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:16 pm

זייער א וויכטיגע נקודה. איר קענט יעצט דיזיינען א אידישע שטאט וועלכע זאל אינאכט נעמען אז רוב עולם זענען פיסגייער (פרויען, קינדער זענען שוין אליין 80 פראצענט פון די שטאט אויב נישט מער), און מען זאל בויען אקארדינגלי. צ.ב.ש. אוועק שטעלן אלע ציבור'ישע געביידעס (קאמערשאל דיסטריקט) אין צענטער פון די שטאט אזוי אז פון אלע עקן זאל מען קענען רעלאטיוו לייכט אנקומען אהין, די זעלבע זעהן עס זאל זיין שארט קאט'ס (די ראודס איז נישט עק וועלט אויב עס ווערט געבויט מער פריוואט, אידן פארדינען זיך צו וואוינען אויף שטילע דעד ענד'ס אן קיין טראפיק), אפילו אויב עס איז דא בערג איז דא וועגן צו מאנעוורירן אמווייניגסטנס די פיס גייער טראפיק צו מער גראדע שטחים און אויב עס פעלט אויס גראד מאכן בערג (מען קען אפילו אויסגראבן טונעלן ווי די באנען שינעס אויב עס איז ממש נישטא קיין עצה), אפשר לכתחילה אינסטאלירן אווער פעס העכער ביזי ראודס צו קענען קראסן, בקיצור די שטאט זאל מאכן סענס פון א פיס גייער פערספעקטיוו.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:21 pm

Programming האט געשריבן:זייער א וויכטיגע נקודה. איר קענט יעצט דיזיינען א אידישע שטאט וועלכע זאל אינאכט נעמען אז רוב עולם זענען פיסגייער (פרויען, קינדער זענען שוין אליין 80 פראצענט פון די שטאט אויב נישט מער), און מען זאל בויען אקארדינגלי. צ.ב.ש. אוועק שטעלן אלע ציבור'ישע געביידעס (קאמערשאל דיסטריקט) אין צענטער פון די שטאט אזוי אז פון אלע עקן זאל מען קענען רעלאטיוו לייכט אנקומען אהין, די זעלבע זעהן עס זאל זיין שארט קאט'ס (די ראודס איז נישט עק וועלט אויב עס ווערט געבויט מער פריוואט, אידן פארדינען זיך צו וואוינען אויף שטילע דעד ענד'ס אן קיין טראפיק), אפילו אויב עס איז דא בערג איז דא וועגן צו מאנעוורירן אמווייניגסטנס די פיס גייער טראפיק צו מער גראדע שטחים און אויב עס פעלט אויס גראד מאכן בערג (מען קען אפילו אויסגראבן טונעלן ווי די באנען שינעס אויב עס איז ממש נישטא קיין עצה), אפשר לכתחילה אינסטאלירן אווער פעס העכער ביזי ראודס צו קענען קראסן, בקיצור די שטאט זאל מאכן סענס פון א פיס גייער פערספעקטיוו.


-ברייטע ראוד'ס אין צענטער, עקסטערע דיסטריקטן פאר רעזידענשל און פאר קאמערשאל.

-מען זאל בויען נאר א געוויסע סכום דירות פער אקער לאנד,

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:30 pm

דער פיאניר פון חרדישן ישוב אין בלומינגראוו, זאגט אז ער האט א מאפע וויאזוי אין די נעקסטע יארן וועלן אין בלומינגראוו קענען וואוינען צענדליגער צענדליגער טויזענטער אידן בליעה''ר, אן קיין אווערדעוועלאפענט.

פארשטייט זיך אז מען מוז דאס גוט אפווארטן, און יעדער זעהט וויאזוי בלומינגראוו האט ממש אויפגעריסן, אין די עטליכע יאר האבן זיך הונדערטער פאמיליע'ס בליעה''ר אריינגעצויגן אין דעם ווילעדזש, און מען גרייט זיך צו פארגרעסערען און פארברייטערן דעם ישוב.

דאס זעלבע וועט געטון ווערן בעז''ה אויף די אנדערע זייט, אין סעווען ספרינג'ס. מען דארף זעהן בהשכל ובתבונה אויסרעכענען מעיקרא אז די 'אידישע שטאט' זאל זיין פלאנירט און אפגעווארט מיט די נויטיגע איינריכטונגען.

בונים עיר לשם אלוקי ישראל!

אפשר נישט
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 11:12 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך אפשר נישט » זונטאג פאברואר 21, 2021 9:58 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דער פיאניר פון חרדישן ישוב אין בלומינגראוו, זאגט אז ער האט א מאפע וויאזוי אין די נעקסטע יארן וועלן אין בלומינגראוו קענען וואוינען צענדליגער צענדליגער טויזענטער אידן בליעה''ר, אן קיין אווערדעוועלאפענט.

פארשטייט זיך אז מען מוז דאס גוט אפווארטן, און יעדער זעהט וויאזוי בלומינגראוו האט ממש אויפגעריסן, אין די עטליכע יאר האבן זיך הונדערטער פאמיליע'ס בליעה''ר אריינגעצויגן אין דעם ווילעדזש, און מען גרייט זיך צו פארגרעסערען און פארברייטערן דעם ישוב.

דאס זעלבע וועט געטון ווערן בעז''ה אויף די אנדערע זייט, אין סעווען ספרינג'ס. מען דארף זעהן בהשכל ובתבונה אויסרעכענען מעיקרא אז די 'אידישע שטאט' זאל זיין פלאנירט און אפגעווארט מיט די נויטיגע איינריכטונגען.

בונים עיר לשם אלוקי ישראל!

רבותי אין בלומינגראוו זענען ערוויילטע אין ווילעדזש אריינגעוועלט געווארן דורך יחדום מיטן חשבון עס זאל בלייבן א שטילע ווינקל, און סעווען ספרינג, יעדער וואס האט א לאט וויל מ'זאל קענען בויען לכה"פ ווי קרית יואל
יעדער קוקט אויף זיך, און יעדער איז גערעכט.

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג פאברואר 21, 2021 10:27 pm

אוודאי זאלן מען נישט לאזן בויען קיין פיר שטאקיגע הייזער, זיכער מאכן אז יעדע דירה האט א פארקינג אפילו די פלאץ אין די בעיסמענטס וואס ווערן עווענטועל אפיסעס אדער דירות. די קינדער זאלן האבן ווי צו שפילען אינדרויסן. מזאל נישט לאזן פארקן אויף די ראודס. מען זאל נישט לאזן בויען קיין פיצעלע דירות וואס איז נישט געמאכט צו וואוינען. נישט צו נאנט איין הויז צום צווייטן.
מען זאל זיך לערנען אויף די פארגאנגענע פראבלעמען
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 1:10 pm

[quote="שמואל בארג"]אביסעלע אפדעיטס איבער די אנגייענדע קאמף צווישן די 'סעווען ספרינגס' אייגענטומער מיט די 'מאנרא' און 'קרית יואל' פירערשאפט.

קודם א שטיקל חזרה.


צומארגנס איז טאקע געברענגט געווארן א 'פערטע ווערסיע'. דא איז הרב וואגשאל געוואויר געווארן פון א דורכפאל, דער טאון קלוירק האט אים צווויסן געטון, אז נאך איידער ער האט געהאט די מעגליכקייט אנצוקומען מיט די פרישע 'דריטע ווערסיע' פון צעטליך דעם נעכטיגן טאג, אביסל פאר צענע אינדערפרי דעם 28'סטן אין מערץ, האט דער קר"י ווילעדזש אדמינעסטראטאר געשיקט אן אימעיל צו די טאון סופערווייזער און אנדערע איינגעשטעלטע, בעטנדיג אז ער וויל אנעקסירן א שטיק לאנד אויף לארקין דרייוו וואס געהערט פאר די קר"י ווילעדזש און איז כעת אונטער די טאון אוו מאנרא יוריסדיקציע אן קיין פרטים. יעדע עטליכע שעה האט נאכגעפאלגט  קליינע אימעילס מיט נאך דעטאלן וואס ער וויל אנעקסירן, און א כסדר געבעטן אז ער וויל מ'זאל אים רעכענען דעם זייגער פון צופרי אלס דער צייט פון זיין פעטיציע, און אזוי האבן דין קדימה אויף דעם שטח אויב ס'וועט אריינקומען אנדערע בקשות, דאס האט געמיינט להוציא פון דעם 'סעווען ספרינגס פעטישאן' וואס האט געוואלט אויך ארייננעמען דעם שטח.

דאס האט געפירט צו א לעגאלע געראנגעל, ווער איז דער ערשטער דא, די קר"י אדמינעסטראטאר אדער די סעווען ספרינגס בעה"ב?

ס'איז אנגעקומען אין געריכט, און דער פסק איז געווען אז סעווען ספרינגס האט א דין קדימה, און געגעבן א רעכט פאר קר"י צו אפיעלן, וואס זיי האבן טאקע געטון, און שטייט נאך דערווייל.


אויב קענסט מער מזביר זיין וואס דעיס
אז נאך איידער ער האט געהאט די מעגליכקייט אנצוקומען מיט די פרישע 'דריטע ווערסיע' פון צעטליך דעם נעכטיגן טאג, אביסל פאר צענע אינדערפרי דעם 28'סטן אין מערץ, האט דער קר"י ווילעדזש אדמינעסטראטאר געשיקט אן אימעיל צו די טאון סופערווייזער און אנדערע איינגעשטעלטע, בעטנדיג אז ער וויל אנעקסירן א שטיק לאנד אויף לארקין דרייוו וואס געהערט פאר די קר"י ווילעדזש און איז כעת אונטער די טאון אוו מאנרא יוריסדיקציע אן קיין פרטים.

פארווואס האט דעיס פראלענגערט די ווערסיע
לויט ווי איך פארשטיי האט עס נישט קיין שים עפעקט סך הכל האבען זיי געבעטען לאז מיר ארויס פין די גאנצע עיסק
אויב יא זיי מזביר

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:10 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פארווואס האט דעיס פראלענגערט די ווערסיע

לויט ווי איך פארשטיי האט עס נישט קיין שים עפעקט סך הכל האבען זיי געבעטען לאז מיר ארויס פין די גאנצע עיסק


דער דאזיגער שטח איז א חלק פון די סעווען ספרינגס אפליקאציע, און ס'איז א קריטיש וויכטיגער ארט וויבאלד דאס איז מחבר די צוויי עקן פון די פארגעשלאגענע ווילעדזש.

די געזעץ זאגט אז מ'קען נישט נעמען אין באטראכט א נייע אפליקאציע ווילאנג די פריערדיגע איז מסודר, על כן אויב ווערט די באדן אנעקסירט קיין קר"י איז דער סעווען ספרינגס ווילעדזש אפליקאציע גארנישט ווערט.

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:14 pm

פון די גאנצע זאך דא קוקט מיר אויס אז די קרית יואל וויליזש וויל פשוט נישט אז זייער פראפערטי זאל אריינפאלן אינטער א צווייטע וויליזש, וואס דעמאלטס קענען זיי עס מער קיינמאל נישט ענעקסען צו זיך, און זיי בלייבן אייביג אנגעוויזן אויף יענעמס טובות. נישט אזוי?
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

Loyel
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:50 am

Re:

תגובהדורך Loyel » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:23 pm

סיז מסודר האט געשריבן:פון די גאנצע זאך דא קוקט מיר אויס אז די קרית יואל וויליזש וויל פשוט נישט אז זייער פראפערטי זאל אריינפאלן אינטער א צווייטע וויליזש, וואס דעמאלטס קענען זיי עס מער קיינמאל נישט ענעקסען צו זיך, און זיי בלייבן אייביג אנגעוויזן אויף יענעמס טובות. נישט אזוי?

ניין

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:24 pm

Loyel האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:פון די גאנצע זאך דא קוקט מיר אויס אז די קרית יואל וויליזש וויל פשוט נישט אז זייער פראפערטי זאל אריינפאלן אינטער א צווייטע וויליזש, וואס דעמאלטס קענען זיי עס מער קיינמאל נישט ענעקסען צו זיך, און זיי בלייבן אייביג אנגעוויזן אויף יענעמס טובות. נישט אזוי?

ניין

זיי מסביר
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:35 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פארווואס האט דעיס פראלענגערט די ווערסיע

לויט ווי איך פארשטיי האט עס נישט קיין שים עפעקט סך הכל האבען זיי געבעטען לאז מיר ארויס פין די גאנצע עיסק


דער דאזיגער שטח איז א חלק פון די סעווען ספרינגס אפליקאציע, און ס'איז א קריטיש וויכטיגער ארט וויבאלד דאס איז מחבר די צוויי עקן פון די פארגעשלאגענע ווילעדזש.

די געזעץ זאגט אז מ'קען נישט נעמען אין באטראכט א נייע אפליקאציע ווילאנג די פריערדיגע איז מסודר, על כן אויב ווערט די באדן אנעקסירט קיין קר"י איז דער סעווען ספרינגס ווילעדזש אפליקאציע גארנישט ווערט.

די ביסט זיכער אז עס איז גארנישט ווערט.
אויב איינער ענעקס מיין לאט קען איך נישט זאגען אז איך וויל נישט?
אין ער קען ווייטער מאכען א ווילידש אן מיין לאט ?

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re:

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:44 pm

סיז מסודר האט געשריבן:פון די גאנצע זאך דא קוקט מיר אויס אז די קרית יואל וויליזש וויל פשוט נישט אז זייער פראפערטי זאל אריינפאלן אינטער א צווייטע וויליזש, וואס דעמאלטס קענען זיי עס מער קיינמאל נישט ענעקסען צו זיך, און זיי בלייבן אייביג אנגעוויזן אויף יענעמס טובות. נישט אזוי?


איינס, וואס איז געווען ביז יעצט.
צוויי, א מונציפאליטעט קען זייער גרינג זיך אן עצה געבן אפילו ס'איז נישט אונטער זייער יוריסדיקציע.

די ריכטיגע הסבר איז קלאר פאר ווער עס טוט נאר אביסל אין דעם, ואכמ"ל.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:45 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:די ביסט זיכער אז עס איז גארנישט ווערט.
אויב איינער ענעקס מיין לאט קען איך נישט זאגען אז איך וויל נישט?
אין ער קען ווייטער מאכען א ווילידש אן מיין לאט ?


אויב עס ווערט אנעקסירט צו א ווילעדזש קענסטו נישט עפענען אן אייגענע אויף דעם זעלבן שטח.

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:49 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:פון די גאנצע זאך דא קוקט מיר אויס אז די קרית יואל וויליזש וויל פשוט נישט אז זייער פראפערטי זאל אריינפאלן אינטער א צווייטע וויליזש, וואס דעמאלטס קענען זיי עס מער קיינמאל נישט ענעקסען צו זיך, און זיי בלייבן אייביג אנגעוויזן אויף יענעמס טובות. נישט אזוי?


איינס, וואס איז געווען ביז יעצט.
צוויי, א מונציפאליטעט קען זייער גרינג זיך אן עצה געבן אפילו ס'איז נישט אונטער זייער יוריסדיקציע.

די ריכטיגע הסבר איז קלאר פאר ווער עס טוט נאר אביסל אין דעם, ואכמ"ל.

ווילאנג סאיז געווען ביי די טאון האט זיי נישט געשטערט פאר צוויי סיבות. איינס, ווייל זיי דיעלען גענוג מיט די טאון און זיי דארפן ביידע צוקומען צום צווייטן, ממילא האבן זיי נישט געהאט אזא פראבלעם. און צווייטנס והעיקר, ווילאנג סאיז געווען ביים טאון האבן זיי אלס געטראכט אז איין טאג ווען סגייט אויספעלן וועט מען עס ענעקסען, אבער יעצט זעען זיי אז מען פארלויפט זיי דעם וועג מוזן זיי יעצט טוהן וואס זיי קענען.

כמיין סאיז זייער פשוט פאר ווער סקוקט אן נגיעות
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:52 pm

א מונוסיפאליטי וואס האט א שטח אין אנדערע מונסיפאליטי האט געוויסע רעכטן מער פון אלגעמיינע בירגער פון יענע מוניוסעפאליטי ווען ס'קומט צו זאונינג

ווי למשל די ווילעזש אוו קעי זשעי האט די רוח החיים פארק אין טאון אוו מאנראו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:55 pm

מיר קענען די נושא זייער גוט ב"ה, און ס'איז זייער קלאר וואס דא טוט זיך, מ'קען נישט אלעס שרייבן, ובזה אשים קנצי למילין.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:57 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:די ביסט זיכער אז עס איז גארנישט ווערט.
אויב איינער ענעקס מיין לאט קען איך נישט זאגען אז איך וויל נישט?
אין ער קען ווייטער מאכען א ווילידש אן מיין לאט ?


אויב עס ווערט אנעקסירט צו א ווילעדזש קענסטו נישט עפענען אן אייגענע אויף דעם זעלבן שטח.


סא וואס איז די פראבלעים לאז ארויס די שטח אין גיי ווייטער
איך פארשטיי נישט פארוואס האט ער אריינגעלייגט די שטח אין די אפליקאציע
לאז עס ארויס
לעצט פאראכטן דורך עס וועט זיין גיט אום מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג פאברואר 22, 2021 4:58 pm

איבערמאכן די אפליקאציע אינגאנצן?

אוועטאר
סיז מסודר
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:00 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איבערמאכן די אפליקאציע אינגאנצן?

אפשר איז די וויליזש אף קעי זשעי גרייט צו מיטארבעטן אויב מנעמט ארויס זייער לאט, דעמאלט ווערט די גאנצע פראצעדור גרינגער און שנעלער
המצפה לישועת ד' במהרה
הק' מנחם האלבערשטאם
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:04 pm

די טאון קען (און וועט) אפווארפן די אנעקסעשאן פארלאנג פון kj וואס דאס מיינט א לאנג פארצויגענע קאמף אין געריכט, און ביז דעמאלסט גייט די נייע ווילעדזש אפליקאציע נישט ווערן אנגענומען
משא"כ א נייע ווילעדזש מוזן זיי באשטעטיגן אויב קומט מען נאך אלע געזעצן

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך פארפלאנטערט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:06 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איבערמאכן די אפליקאציע אינגאנצן?

אפשר איז די וויליזש אף קעי זשעי גרייט צו מיטארבעטן אויב מנעמט ארויס זייער לאט, דעמאלט ווערט די גאנצע פראצעדור גרינגער און שנעלער

ארויסנעמען זייער לאט מיינט אז מען קען נישט אריינעמען די שטחים וואס לויפט נאך די לאט פון kj

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

Re: ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס - מאנרא, נ.י.

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:09 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איבערמאכן די אפליקאציע אינגאנצן?

אפשר איז די וויליזש אף קעי זשעי גרייט צו מיטארבעטן אויב מנעמט ארויס זייער לאט, דעמאלט ווערט די גאנצע פראצעדור גרינגער און שנעלער

ארויסנעמען זייער לאט מיינט אז מען קען נישט אריינעמען די שטחים וואס לויפט נאך די לאט פון kj

זיי מזביר אויף א מאפ אויב מעגליך
ווען ענדיגט זיך די 10 יאר?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דאבעליו און 3 געסט