עושר אדיר האט געשריבן:אפסטעיט איד האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:האט מען נישט פארהאנדעלט הערליך און שיין מיט עמילי פון יונייטעד מאנרא?
איך שרייב דאס אונטערן איינדרוק פון די באריכטן אז עסקנים גייען אינדארסירן סקופיסן. וועלמירהאבן נאך איין ראי' איבערן כח פון פארהאנדלען.
די עסקנים וואס ווילען פארהאנדלען פאר אים קומט נאכדעם וואס ער האט זיך ארויס געשטעלט שטארק קעגן סעווען ספרינגס און בלומינג גראוו און דאס איז אויך זייער אינטערעסע.
נעכטן געזעהן אין היום היום אין קרית יואל א ווערטעל, אויב דו ווילסט יעדן צופרידנשטעלן, זיי נישט קיין אנפירער, פארקויף אייז-קריעם.... עס איז פשוט נישט מעגליך צופרידענצושטעלן יעדעם איינעם.
כלפי מה דברים אמורים? קרית יואל איז מיט 5 יאר צוריק געשטאנען אין א גאר שווערע מצב, פון איין זייט איז סקופיס געווען אין די גיסטע פון העצן און אנדרייען ביי די סטיעט וואס נאר שייך קעגן קרית יואל, אלע מינע געזעצען וועגן זאונינג, מאכן נייע ווילידזשעס[שוין דעמאלטס], אנעקסיעשאן, סוער סיסטעם, ועוד, מצד השני האט קיין שום בוי פראיעקט נישט געקענט האבן א אפראוועל צו בויען, און מהאט געזעהן א מוראדיגע פראבלעם אויפן עתיד, וואו וועלן אונזערע קינדער וואוינען? ממילא האט דער ווילידזש געמוזט מאכן א הסכם מיט די יונייטעד מאנרא, אינאיינעם מיט סקופיס, אז מיר ציען צוריק פון א גרויס חלק פון אנעקסיעשאן און מצד השני וועט מען פאראויס גיין מיט די קלענערע אנעקסיעשאן וואס וועהט צושאטעלן דירות בעז"ה פאר די 10 יאר.
אויב נישט דער הסכם וואלט מען בדרך הטבע נאך יעצט געזיצען אין געריכט, מיט שווערע געלטער פון שטייער צאלער פון קרית יואל, און תוצאותיו מי ישורני.
די אלפי תושבי קרית יואל האבן בענעפעטירט פון דעם און אפילו די גלילות תושבים האבו פארדינט אז די הייזער זענען נישט אזוי שטארק געשטיגן אין די גלילות וואס וואלט שוין היינט געהאלטן סאך העכער אויב וואלט געווארן א אמתע מאנגעל אין דירות אין קרית יואל.
עס טוט באמת וויי פאר יעדעם, אויף דעם אז מען האט נישט געקענט אנעקסירן סעווען ספרינגס וגגלילותי', ווייל עס וואלט ווען בדרך הטבע געווען א גרעסערע שפע פון דירות פאר ביליגער, און פארשטייט זיך די אידן וואס זיצען מיט פראפערטיס אין יענע געגענט וואלטן ענדליך עס געקענט איינקעשן, אבער ליידער איז דאס געווען די איינציגסטע אויסוואל לטובת רוב ציבור.
ווען הרב וואגשאהל שליט"א איז ארויפגעקומען מיט די פעטיציע פאר א ניי ווילידזש אויף סעווען ספרינגס, איז הגם יעדער קוקט ארויס דערויף, האט זיך דער ווילידזש געטראפן אין א ספאט, זיי האבן דאך צוגעזאגט אינעם הסכם אז זיי גייען נישט אנעקסירן די נעקסטע 10 יאר נאך באדן פונעם טואן, ממילא די ווילידזש מצידם הגם זיי האבן עס בפועל נישט געשטערט, האבן זיי געמוזט ארויסגעבן א "אפשאקלונג דאקומענט" אז דער ווילידזש טוט זיי נישט פארטרעטן אין עס האט גארנישט מיט זיי נאר דאס איז פרייוואטע יחידים.
ביטע האלטן דעם אשכול לופטיג איבער די נושא פון סעווען ספרינגס און אויס זענט איר נישט צופרידן פון די ווילידזש פירער, קענסטו לויפן און אפעלירן ביים ציבור זאל שטימען פאר דיר און אויב דאס וועט זיין די רצון פון רוב הציבור וועסטו ווערן דער ווילידזש פירער.