חסידישע יישוב אין פלארידע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מאנטאג יוני 17, 2019 8:34 am

פארוואס דווקא סטיקן צו מיאמי ?
פון ניו יארק אראפ איז דא עטלעכע סטעיטס ואס איז נישט אזוי הייס זומער און דאך א מעסיגע וועטער אין ווינטער.
ווי למשל א שטייגער ווי מירטל ביטש אין נארט קארליינע ווי זייער אסאך אידן פארן אינעם ווינטער וווי די וועטער איז אין די 60 אנשטאט 80, אזוי אויך אראפ ווירדזשינע אדער אפילו אויבן פלארידע וואס די היצן זומער איז נישט אזוי הייס אין יומעד ווי אין אין די נאורט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 17, 2019 8:53 am

אידיאט האט געשריבן:גראדע די גראסעריס זענען נישט אזוי טייער. אפשר א ביסל מער ווי ברוקלין פאר געציילטע אייטעמס אבער רוב זאכן וואס ממאכט דארט איז ביליגער. דעס איז זיכער אז סאיז סאך ביליגער ווי די גראסעריס אין אפסטעט אדער אפילו מאנרא

ס'איז טייערער ווי גראסעריס אין אפסטעיט. איך וואלט געזאגט בערך 50% מער ווי אין ברוקלין.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יוני 17, 2019 8:56 am

מאתים האט געשריבן:פארוואס דווקא סטיקן צו מיאמי ?
פון ניו יארק אראפ איז דא עטלעכע סטעיטס ואס איז נישט אזוי הייס זומער און דאך א מעסיגע וועטער אין ווינטער.
ווי למשל א שטייגער ווי מירטל ביטש אין נארט קארליינע ווי זייער אסאך אידן פארן אינעם ווינטער וווי די וועטער איז אין די 60 אנשטאט 80, אזוי אויך אראפ ווירדזשינע אדער אפילו אויבן פלארידע וואס די היצן זומער איז נישט אזוי הייס אין יומעד ווי אין אין די נאורט.

טאמער זענען דא לכה"פ 100 משפחות וואס ווילן גיין אינאיינעם, קען מען טאקע גיין כאטשיג ווי. אבער טאמער איז עס נישט אן ארגענאזירטע גרופ קען מען נישט אנהייבן אין א מדבר; זיד פלארידא איז שוין עטאבעלירט מיט מערערע אידישע אינסטיטוציעס און דעריבער איז עס א פאסיגע פלאץ צו נעמען אין באטראכט.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יוני 17, 2019 11:00 am

באקע ראטאן איז פיל שענער ווי נארט מיאמי, און האט א קהילה פון 700 ארטאדאקסישע אידן ווי אויך א כשערע גראסערי.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג יוני 17, 2019 7:14 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:באקע ראטאן איז פיל שענער ווי נארט מיאמי, און האט א קהילה פון 700 ארטאדאקסישע אידן ווי אויך א כשערע גראסערי.

100% גערעכט! עס וואוינען דארט הונדערטער פרומע אידן. נישט חסידים אבער פרום. עס איז דא צוויי גרויסע סופערמארקעטס און אפאר רעסטוראנטן. פון פלאטבוש מופן אהין אסאך יונגערלייט גראדע. איך וואלט אהין געמופט מארגן ווען עס איז דע מוסדות

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » מאנטאג יוני 17, 2019 7:26 pm

דריידל האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:גראדע די גראסעריס זענען נישט אזוי טייער. אפשר א ביסל מער ווי ברוקלין פאר געציילטע אייטעמס אבער רוב זאכן וואס ממאכט דארט איז ביליגער. דעס איז זיכער אז סאיז סאך ביליגער ווי די גראסעריס אין אפסטעט אדער אפילו מאנרא

ס'איז טייערער ווי גראסעריס אין אפסטעיט. איך וואלט געזאגט בערך 50% מער ווי אין ברוקלין.

אפשר רעדסט די פון מיאמי ביעטש.....איבאראל אנדערש איז אויסדריקליך נישט אזוי. איך האב שוין געקוקט כמה פעמים. איך בין דארט יעדע פאר חדשים

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יוני 18, 2019 12:23 am

ישוב הדעת האט געשריבן:באקע ראטאן איז פיל שענער ווי נארט מיאמי, און האט א קהילה פון 700 ארטאדאקסישע אידן ווי אויך א כשערע גראסערי.

רוב איינוואינער פון באקע זענען אידן אבער אסאך זענען פרייע, פארשטייט זיך

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג יוני 18, 2019 12:30 am

דריידל האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:באקע ראטאן איז פיל שענער ווי נארט מיאמי, און האט א קהילה פון 700 ארטאדאקסישע אידן ווי אויך א כשערע גראסערי.

רוב איינוואינער פון באקע זענען אידן אבער אסאך זענען פרייע, פארשטייט זיך


700 שומרי שבת לפי דעם רב

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יוני 18, 2019 12:35 am

אידיאט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:גראדע די גראסעריס זענען נישט אזוי טייער. אפשר א ביסל מער ווי ברוקלין פאר געציילטע אייטעמס אבער רוב זאכן וואס ממאכט דארט איז ביליגער. דעס איז זיכער אז סאיז סאך ביליגער ווי די גראסעריס אין אפסטעט אדער אפילו מאנרא

ס'איז טייערער ווי גראסעריס אין אפסטעיט. איך וואלט געזאגט בערך 50% מער ווי אין ברוקלין.

אפשר רעדסט די פון מיאמי ביעטש.....איבאראל אנדערש איז אויסדריקליך נישט אזוי. איך האב שוין געקוקט כמה פעמים. איך בין דארט יעדע פאר חדשים

מיאמי ביעטש איז גארנישט ביליגער ווי נארט מיאמי, עוואנטורע, האליוואד אדער באקע.

דא האסטי א וועבזייטל פון Kosher central market אין האליוואד און פון Mountain fruit אין פלעטבוש. פראביר צו טרעפן עפעס וואס איז מער ווי 50% טייערער.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט