חסידישע יישוב אין פלארידע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

חסידישע יישוב אין פלארידע

תגובהדורך אידיאט » זונטאג יוני 16, 2019 12:23 am

איך פאר אסאך קיין פלארידע און איך גלייך דאס פלאץ זייער שטארק.
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך יונגערלייט און יעדער פרעגט די זעלבע קשיא ״פארוואס ארבעט קיינער נישט אויף א יישוב אין פלארידע״? פרייזען פאר ריזן שטחים זענען שפאט ביליג, אפילו פארטיגע הייזער זענען אויך ביליג, נישטא קיין אינקאם טעקס, אפגערעדט אז די וועטערס זענען רוב טעג פון רוב יאר ממש א מחי׳, אא״ו סאיז דא זייער אסאך מעלות. די פאקט אז פלארידע וואקסט אויף הייון און נא יארק פאלט יעדעס יאר, זאגט אסאך.
איך וויל הערן וואס דער עולם דא האט צו זאגן. איז עס טובאר, וואס זענען די חסרונות.
דער עולם זאל אויך נעמען אין באטראכט אז אויב חלילה די רעגירונג גייט גיין פאראויס מיט גזירות החינוך, איז זייער מעגליך אז מוועט דארפן זיך אוועקציען פון נא יארק.
ע״כ בעט מען פונם חשובן עולם זיך צו לאזן הערן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יוני 16, 2019 12:29 am

גא"מ.
איך האב זייער ליעב פלארידא.
למשל, אין מיאמי ביטש, איז לא יאומן וויפיהל שטיבלעך און מנינים עס איז דא. כמעט איעדע קאנדאמינייום האט זיין אייגענע מנין, אז מען קען זיי ריפן "קאנדא-מנין".
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יוני 16, 2019 12:32 am

איך שוין די מענטשן וואס וועלן מוזן אוועקמופען ווען די היימישע עולם וועט אנקומען

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג יוני 16, 2019 12:44 am

אידיאט האט געשריבן:איך פאר אסאך קיין פלארידע און איך גלייך דאס פלאץ זייער שטארק.
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך יונגערלייט און יעדער פרעגט די זעלבע קשיא ״פארוואס ארבעט קיינער נישט אויף א יישוב אין פלארידע״? פרייזען פאר ריזן שטחים זענען שפאט ביליג, אפילו פארטיגע הייזער זענען אויך ביליג, נישטא קיין אינקאם טעקס, אפגערעדט אז די וועטערס זענען רוב טעג פון רוב יאר ממש א מחי׳, אא״ו סאיז דא זייער אסאך מעלות. די פאקט אז פלארידע וואקסט אויף הייון און נא יארק פאלט יעדעס יאר, זאגט אסאך.
איך וויל הערן וואס דער עולם דא האט צו זאגן. איז עס טובאר, וואס זענען די חסרונות.
דער עולם זאל אויך נעמען אין באטראכט אז אויב חלילה די רעגירונג גייט גיין פאראויס מיט גזירות החינוך, איז זייער מעגליך אז מוועט דארפן זיך אוועקציען פון נא יארק.
ע״כ בעט מען פונם חשובן עולם זיך צו לאזן הערן.


אומדערטרעגליכע היצן רוב יאר, פינקט גיט פאר וואקאציע אין יאנואר!

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג יוני 16, 2019 12:45 am

איך האב גערעדט צו איינער וואס וואינט דארט, האט ער זיך אפגערעדט אז די וועטער דארט שלעפט זייער אראפ די מענטש ווייל ס'איז אייביג אזוי הייס און ער בענקט זיך נאך די ניו יארק'ע קעלט.
באמת וואלט געווען א גוטע פלאן צו מאכן א חסיד'ישע ישוב דארט, ס'איז אבער א זאך וואס וועט זיך זייער שווער אויסארבעטן ווייל בעיקר אפעלירט עס צו די שוואכערע בינינו חוץ טאמער וועט זיין א משפיע רוחני וואס וועט אהינשלעפן אן ערענסטע עולם

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 16, 2019 12:47 am

פלארידא איז א ריזיגע סטעיט און נישט איבעראל איז אזוי ביליג. אין ניו יארק איז אויך דא גענוג פלעצער ווי עס איז זייער ביליג, אלבעני געגענט, באפעלאו, וכו. אויב קען מען שווערליך ארויסשלעפן מענטשן צוויי דריי שעה אוועק פון די סיטי איז אסאך שווערער צו גיין צו א אנדערע סטעיט.

פענסילוועניע האט אויך א שפע פון גאר ביליגע געגענטער, און איז אסאך אסאך נענטער צו ניו יארק.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יוני 16, 2019 12:52 am

אמת. ווי אויך איז דא גאר ביליגע געגענטער אין ניו זשערסי, א שטייגער ווי טרענטאן. אויך גאר הויעך די קריים ראטע...
דאס איז דאך אבער א פלארידע אשכול. ממילא פארוואס רעדן פון ניו זשערסי (אדער פענסילוועיניע, אדער טעקסעס, אדער נארט דעקאוטא).
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 16, 2019 12:56 am

וואסי די פראבלעם מיט "נארט מיאמי ביעטש"?? דארט איז די ביטש סאך בעסער אין רוחניות ווי מיאמי ביעטש אליין, אלעס איז זייער גוט דארט.

אבער די וועטער איז אומדערטרעגליך פאר נוי יארקער, מ'דארף יעדן טאג אין די זומער לייגן סאן סקרין נאר ארויסצוגיין אביסל, אז נישט כאפט מען ריזיגע בליסטערס.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג יוני 16, 2019 1:10 am

Kosher Travel האט געשריבן:אמת. ווי אויך איז דא גאר ביליגע געגענטער אין ניו זשערסי, א שטייגער ווי טרענטאן. אויך גאר הויעך די קריים ראטע...
דאס איז דאך אבער א פלארידע אשכול. ממילא פארוואס רעדן פון ניו זשערסי (אדער פענסילוועיניע, אדער טעקסעס, אדער נארט דעקאוטא).


האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, איך האב נישט געמיינט צו קאמפערען אנדערע געגענטער אדער זאגן אז עפעס איז שלעכט מיט פלארידע. דער פוה"א איז מער וויניגער געקומען מיט א קשיא פארוואס קיינער לייגט זיך נישט אריין צו ארבעטן פאר א נייע חסידישע געגענט און פלארידא ווי עס איז אזוי ביליג. אויף דעים ארויף איז לכאורה די תירוץ ווייל עס איז זייער א שווערע זאך ארויסצושלעפן די עולם אזוי ווייט.

אדרבא אויב איינער וועט זיך יא נעמען די מיה עס צו טוהן, אשרי לו ואשרי חלקו. עס איז זיכער א גוטע זאך אז די היימישע עולם איז נישט קאנצענטרירט נאר אין א קליינע געאגראפישע געגענט.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יוני 16, 2019 1:22 am

אין נארט מיאמי ביעטש איז זייער איידל די גאסן, און עס וואוינען שוין עטליכע חסידישע אינגערלייט. אגב איינער וואס וויל אנטלויפן איז פלארידע נישט די בעסטע אפשען ווייל ער וועט זיכער יעדע וואך טרעפן אן אנדערע פון זיינע פעטערס וכו'.
איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז דא עטליכע אידן דארט וואס זענען אריגינעל פון ניו יורק און ארבעטען צו עפענען א חסידישע מוסד. ווי אויך איז דא א זייער פרומע ליטווישע כולל.

אבער געב עס א 10-15 יאר וועט לכאורה פלארידע האבן א הונדערט היימישע גאנץ יעריגע איינוואוינער פון אונטער די פערציג.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג יוני 16, 2019 1:40 am

אין פאלם ביעטש האט זיך לעצטענס געהעריג עסטעבלישט א היימישע קאמיוניטי, מיט עלטערע באלעבאתים וואס וואוינען דארט כמעט א גאנץ יאר.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יוני 16, 2019 2:07 am

עלטערע אידן וואס מופן קיין פלארידע איז שוין דא גענוג און נאך פאר עטליכע יאר, די רעדע דא איז פון אינגע אינגעלייט וואס דארפן בעיקר א מוסד פאר די קינדער.
אגב אין פאלם ביעטש איז בידערווייל נאכנישט אזוי גוט צוגעשטעלט היימיש מיט א גרויסע אויסוואל, און עס איז בערך א שעה פון נארט מיאמי.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יוני 16, 2019 2:09 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:וואסי די פראבלעם מיט "נארט מיאמי ביעטש"?? דארט איז די ביטש סאך בעסער אין רוחניות ווי מיאמי ביעטש אליין, אלעס איז זייער גוט דארט.

אבער די וועטער איז אומדערטרעגליך פאר נוי יארקער, מ'דארף יעדן טאג אין די זומער לייגן סאן סקרין נאר ארויסצוגיין אביסל, אז נישט כאפט מען ריזיגע בליסטערס.


די גאנץ יעריגע איינוואוינערס קערפער ווערן שנעל צוגעוואוינט דערצו, און זיי דארפן נישט קיין סאן סקרין.

בועז
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » זונטאג יוני 16, 2019 3:18 am

בר דעת האט געשריבן:פלארידא איז א ריזיגע סטעיט און נישט איבעראל איז אזוי ביליג. אין ניו יארק איז אויך דא גענוג פלעצער ווי עס איז זייער ביליג, אלבעני געגענט, באפעלאו, וכו. אויב קען מען שווערליך ארויסשלעפן מענטשן צוויי דריי שעה אוועק פון די סיטי איז אסאך שווערער צו גיין צו א אנדערע סטעיט.

פענסילוועניע האט אויך א שפע פון גאר ביליגע געגענטער, און איז אסאך אסאך נענטער צו ניו יארק.



אוודאי איז דא ביליגע געגענטער איבעראל אין אמעריקע מרעדט דאך אבער פון א פלאץ ווי מדארף נישט אנהייבען פון אנפאנג, ווי סאיז שוין דא כשרות (חלב/פת ישראל פראדוקטען און רעסטאראנטען פלייש פון היימישע שחיטה) מקוואות, מנינים (מוסדות וואס איז יעצט דא דארט איז בית יעקב פלעטבוש סטייל ווי איך פארשטיי אדער חב"ד)


די עיקר מעלה פון נארט מיאמי איז, לכאורה, אז פלארידא האט לעצטענס איינגעפירט וואוטשערס (א זאך וואס דער רעפובליקאנער גאווערנאר דארט האט קאמפיינט אויף) ביז דריי הונדרעט פערצענט פאווערטי רעיט (מרעדט דא פון אינקאם בערך 150 טויזענט א יאר און מער פאר שטוב מיט פינעף זעקס קינדער)

די וואוטשערס צאלען בערך 8 אלפים א יאר וואס מקען מיט דעם גאר שיין צאלען מלמדים און טיטשערס

אזוי אויך זענען הייזער גאר ביליג דארט

פון די צוויי זאכען אליין (שכר לימוד ביז די 21 פאר קינדער און ביליגע דירות) קען אן עווערעזש יונגערמאן פון 8 קינדער זיך שפארען מער פון צען יאר וועיזשעס, ווייניג געזאגט

שטייצעך, זשאבס איז די מעין זאך, סאיז שווער פאר אונזער עולם צו טרעפען זשאבס אין די פרעמד

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » זונטאג יוני 16, 2019 9:40 am

איך האב זייער הנאה אייז דער עולם קומט שריין שטארק. מזאגט גוטע פונקטן לאמיר צוטיילן די זאך.
פארוואס נישט אפסטעט ני? איינס ווייל סאיז זייער קאלט רוב יאר, איך האב ענדערש ליב היץ ווי קעלט, צווייטענס, סאיז נישט דא די אינפערסטראקטשער. אין פלארידע איז דא גאנצטע רעדי געגענטער גרייט פאר אונז. אוואדאי רעדן מיר פון כשרע איידעלע געגענטער. נישט חלילה פון ביטש געגענטער.
איך האב באזוכט נארט מיאמי, ממש א מחי׳ עכט פרומע יונגערלייט סיי ליטוויש און חסידיש. כשרס איז דא צו באקומן זייער גרינג.
איך פערזענדליך גלייך זייער וויסות פאלם ביטש. דער פאקט אז אפאר הונדערט עכט היימישע אידן האבן אויפגעבויט א שטעטל אין אפאר יאר איז אמעזינג. סאיז דא א פאר דיוועלאפמענטס זייער נאנט צו זיי פאר שפאט ביליג. זיי בויען א הערליכע מקווה און שול. די גראסערי בעה״ב פון באקע רעטאן האט געזאגט אז ער איז גרייט צו עפענען נאך א לאקעשאן אין וועסט פאלם ביטש.
מיין פונקט איז, פלארידע האט אסאך היימישע אידן שוין, די וועטער איז פיין, סאיז ביליג צו קויפן, קאסט אוו ליווינג איז ביליגער, וואטשערס, כשרע עסן איז זייער גרינג אוועקצושטעלן דארט.
די שווערסטע זאך איז לכאורה מוסדות. ארבעט איז זייער גרינג דארט. זייער עקענאמיע איז סאך שטערקער ווי דאהי. קאסטראקשען איז ריזיג דארט. אלע מיני סערוויסעס פאר עלטערע מענטשן ווי למשל, האם קער, נארסינג, אד״ג איז נאך בעסער ווי דא.
די שאלה איז נאר ווי קען מען מעסטן די אינטערעסט פון מענטשן צו זען אויב סאיז דא אינטערסירטע. ווייל איך האב מענטשן וואס זענען גרייט צו אריין לייגען אסאך געלט אין דעם אויב סאיז דא א פארלאנג.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יוני 16, 2019 10:28 am

בקיצור איז די טשעלענדזשעס ווי פאלגענד:
מוסדות איז זייער שווער אויפצושטעלן אויף איינמאל אלע קלאסן, אלע נייע דעוועלעפמענטס אין טריי סטעיט געגענט יוכיח, ממילא בלייבט איבער די גרינגסטע מיטן עפענען א כולל פאר פרישע אינגערלייט און מיט די צייט וועט זיך עפענען מוסדות פון אונטען ארויף.
די פראבלעם איז נאר אז פרישע אינגעלייט חסידישע ווילן נישט גיין אזוי ווייט פון די עלטערן.
ווי אזוי איך קוק אן עס וועט זיך דעוועלעפאן פלארידע, היות עס האט אן אינפראסטרקטשער פאר א היימישע ציבור וועט זיך יעדע שטיק צייט מאכן א היימישע משפחה וואס וועט דארפן אהין מופן, צו אלץ געזונטהייט, פרנסה, עלטערן וכו' און מיט די צייט וועלן זיי מאכן א מוסד מיט נאטורליכע וואוקס אזוי ווי יעדע אוט אוו טאון קאמינויטי וואס בויעט זיך צוביסלעך אנדעם וואס עס ווערט א ווינט צו שיקן אהין אינגעלייט.
עס קען אויך זיין א טשענס אז פארמעגליכע אידן וואס האבן דארט הייזער און זיי האלטן אויס די קינדער זאלן אהינמופן פאר א גאנץ יאר און מיטנעמען איין אדער צוויי קינד, צו זיין נאנט צו זיי. רוב פון די אידן זענען שוין סיי ווי דארט א האלבע יאר.
לעצט פאראכטן דורך לעיקוואד אום זונטאג יוני 16, 2019 10:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג יוני 16, 2019 10:31 am

איך ווייס אז אין נארט מיאמי ביעטש איז דא עטליכע פארמעגליכע וואס ווילן שטארק עפענען א היימישע מוסד, די זעלבע וואס האבן געעפנט די ליטווישע פרומע כולל דארט.
הלוואי זאלן זיי מצליח זיין.

בועז
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » זונטאג יוני 16, 2019 10:46 am

הקיצור , אזוי ווי אלעמאל, זשאבס און מוסדות זענען די עיקר שטרויכלינגען

אנאנדער זאך וואס איז גאר וויכטיג איז א חשוב׳ער רב (א שטייגער ווי אדמו"ר מקאסוב צו רבי אברהם הערש וואזנער וכדומה) וואס איז רעספעקטירט אין פארשידענע קרייזען אז סזאל קענען קומען נארמאלע באזעצענע מענטשען אן מורא האבען אז די קהילה וועט אוועקגעשלעפט ווערען פון די נארמאלע רעלסען

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » זונטאג יוני 16, 2019 12:30 pm

נאך א מעלה פון מופן ווייט אוועק איז די פיר פרעשור. קיינעם גייט נישט אנגיין וואס גייט פאר אין נא יארק. יעדער וועט קענען טון וואס איז נארמאל פאר אים. די מוסדות וועלן אננעמען יעדן איינעם. הקיצור וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז מדארף טראכטן פון צרוקצוגיין צום אלטן היים וועג ווי יעדע שטעטל האט געהאט אפאר הונדערט משפחות און סאיז געווען פיין

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » זונטאג יוני 16, 2019 2:54 pm

מיין שאלה צום עולם איז, ווי הייבט מען אן? ווי קען מען וויסען וויפיל אינטערעסירטע איז דא? אדווערטייזמענט אין די פעפערס?

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג יוני 16, 2019 3:04 pm

עסן איז דאפעלט די פרייז דארטן

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג יוני 16, 2019 3:08 pm

Iphone האט געשריבן:עסן איז דאפעלט די פרייז דארטן

אמת ס'איז טייערער אבער נישט דאפעלט, און אויך נישט אלע עסען. פרוכט און וועזשטעבל איז נישט טייערער.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יוני 16, 2019 6:42 pm

דריידל האט געשריבן:
Iphone האט געשריבן:עסן איז דאפעלט די פרייז דארטן

אמת ס'איז טייערער אבער נישט דאפעלט, און אויך נישט אלע עסען. פרוכט און וועזשטעבל איז נישט טייערער.

פרוכט און ירקות איז גאר ביליג אין וואלמארט. מסתם, ווייל עס דארף נישט פארן אזוי לאנג פון די פארמס אין עקוועדאר, די קאריביען, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » זונטאג יוני 16, 2019 7:12 pm

Iphone האט געשריבן:עסן איז דאפעלט די פרייז דארטן

מיאמי ביעטש איז אפשר אביסל טייערער, נארט מיאמי איז געהעריגע פרייזן, און זיי דעליווערן גערן.

אידיאט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » זונטאג יוני 16, 2019 7:47 pm

גראדע די גראסעריס זענען נישט אזוי טייער. אפשר א ביסל מער ווי ברוקלין פאר געציילטע אייטעמס אבער רוב זאכן וואס ממאכט דארט איז ביליגער. דעס איז זיכער אז סאיז סאך ביליגער ווי די גראסעריס אין אפסטעט אדער אפילו מאנרא


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט