קרית ברסלב - הורליוויל ניו יארק Hurleyville NY

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 05, 2019 6:03 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט , איך זע אז די גלייכסט היסטאריע ,די ברך משה זי"ע האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל א האלבע יאר בערך , נישט יעדער ווייסט דאס ,
און דאס איז וואס אנדערע אדמורי"ם קענען נאך מאכן זייער גרינג טאמער זיי ווילן באמת אויפטין פאר זייערע חסידים ,און בכלל נישט אזוי שווער, לאמיר נישט פארקריכען פון ענין עס איז א האקעלע נושא ,לאמיר בלייבן רעדן ענדערשער פון היסטאריע


דער ברך משה פלעגט ארויסקומען אויף זומער פון פאר שבועות ביז נאך די קאנטרי סיזען, און אנדערע רבי'ס מופן זיך אדער פלאנען טאקע זיך ארויסצומופן ארויס צו זייער שטעטל אזוי ווי קאסאנע רבי למשל.
אבער נישט פאר יעדן איז דאס שייך, ווי למשל אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י וואס ער בויעט 2 שטעטלעך איינס אין בלומינגבורג און איינס אין לעקוואד, טאמער מופט ער זיך ארויס פאר זומער אין די נייע שטעטלעך, וועט אויסקומען אז יעדע פאר וואכן וועט ער זיין ערגעץ אנדערש, בלויז עטליכע וואכן אין וויליאמסבורג-קרית יואל, 5 וואכן אין לעקוואד, 5 וואכן אין בלומינגבורג, 5 וואכן אין סוואן לעיק וכו', וכמובן אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט.

ווער ברויך אין אלע געגנטער איינטיילן די וואוינארט?
בלויז 6 חדשים א יאר אוועקגיין פינעם שטוב און וואוינען אין איין פלאץ מיט די וואס האבן ארויסגעמופט.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 05, 2019 6:03 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווער עס האט א צד ספק אז דאס וואס ר יואל ראטה האט געמאכט א מהפכה פון חתונה תקנות האט געווירקט אז אפילו אין וויליאמסבורג שעמט זיך נישט א מענטש צו שפארן עטוואס פאר חתונה מאכן , לעבט אין א פאנטאזיע, רעדן און רעדן און טין ביי זיך , ארבעט אויף למעשה , די פאקט איז אז קאנטינענטעל און כתר ריזל האבן זייער אסאך ליידיגע דעיטס איבערן יאר און די פרדס זאלן ווארט מען א יאר צו קענען חתונה מאכן וואס איז אפאר יאר צוריק נישט געווען אז די זעלבע מחותנים זאלן זיך נישט שעמען , איז קלאר אז עס איז זיין קרעדיט אפילו די ביזט נישט מודה אדער די כאפסט נישט וויזוי סקיילאזשי ארבעט , דאס זעלבע וועט ברענגן דעם שטעטל און נאך אסאך מער

פרדס פיגא האט מען אייביג געדארפט ווארטן זייער לאנג צו באקומען א נארמאלע דאטום,
פרדס צבי נישט אזוי לאנג,
קאנטינענטאל האט ליידיגע דעיטס זינט פרדס האט געעפנט,
כתר ריזל האט מען קיינמאל נישט געדארפט ווארטן מער ווי נארמאל צו באקומען א נארמאלע דעיט,

קיין שייכות מיט ר' יואל ראטה'ס ביהמ''ד חתונות, און קיין שייכות מיט סייקאלעדשי און פאנטאזיעס.

דאנט געט מי ראנ,ג איך שעץ גאר שטארק די מהפיכה וואס ער מאכט הן ביי חתונות, והן ביי שטעטל,
אבער צו זאגן אז פרדס איז געווארן פול, און קאנטינענטאל וכתר צבי ליידיגער זינט זיינע חתונה תקנות שטאמט לכאורה פון אייער אייגענע פאנטאזיע, אדער ווישפול טינקינג אין בעסטן פאל.

שעפעלע טייערע קאנטינענטעל האט היי יאר און פאריאר א רעקארד פון ליידיגע דעיטס ווי קיינמאל ביפאר! און עס קומט צו א שיינע מספר יעדע יאר מער חתונות פער יאר!
איך געדענק ווען עס איז געווען א בושה חתונה צו מאכן אין פרדס , בדידי הוא עובדא ווען אסאך מענטשן האבן מיר געפרעגט מיט ווינדער פון אנפאנג ווי א משפחה מיטגליד מאכט דארט חתונה !

איך פערזענליך קען אפאר מענטשן וואס האבן געווארט כמעט 12 חדשים פאר די חתונה וועגן פרדס ,דאס פלעגט נישט זיין

איך ווייס נישט צו די האסט שוין חתונה געמאכט אדער די האסט שוין געהאלפן פון דיין אייגענע טאש חתונה מאכן דיינע קרובים מיט גרויסע סכומים , אבער א ריזיגע פארצענט מחותנים טראכט ביי זיך צו ער איז נארמאל פארן ספענדען 25 אלפים א נאכט ווען אפאר גאסן ארויפציר אין וויליאמסבורג נישט אין גוטאמאלע איז דא א מהלך פון חתונה מאכן פאר אומזיסט גענצליך אדער פאר 1000 דאלאר, יא ער קען נישט גיין אזוי עקסטרים ווי דארט אומזיסט ממש אבער ער וואלט עס ווען געטין ווען סאיז נישט פאני, דאס אז פרדס איז מעינסטרים איז קלאר אים צו פארדאנקען צו די ווילסט פעיסען ריעליטי צו נישט, סקיילאזשי איז טיפער ווי די מיינסט , און למעשה יעדע צווייטע מענטש וועט דיר מודה זיין אז טאמער איז דא אין סאטמאר א וועג חתונה צו מאכן ווי ר יואל ראטה אביסעל מער צוגעשטעלט וועט ער גיין דערמיט , און דעטס מיי פוינט!

"יעדער" וואס לעבט אויף פלאנט ערד וועט וויסן צו זאגן, אז חתונה מאכן אין פרדס איז א "לכתחילה שבלכתחילה" נאך "סאאאך" פאר ר' יואל ראטה האט גע'חלומ'ט פון חתונה תקנות, און דאס איז געקומען נאכדעם וואס שיינע באלעבאטישע אידן האבן אנגעהויבן חתונה מאכן דארט,
אנהויב האבן עס אסאך מענטשן אנגעקוקט אביסל נעבעכדיג, און דאס איז א נארמאלע זאך ביי יעדע נייע דורכברוך,
דאס וואס קאנטינענטאל איז ליידיגער די לעצטע צוויי יאר קומט אדאנק וואס כתר ריזל האט געעפנט זיינע זאלן, און מענטשען זעהן דאס ווי א אלטערנעטיוו צו קאנטינעטאל (דאס איז חוץ די פאקט וואס קאנטינענטאל האט שוין געהאט ליידיגע דעיטס נאך פאר כתר ריזל האט געעפנט),
אבער אז די פארשטייסט שוין די טיעפקייט פון סייקאלעדשי און די זאגסט מיט א זיכערקייט אז ס'געשען אדאנק ר' יואל ראטה וועל איך מיר נישט קריגן מיט אזא פארשטענדליכע מענטש ווי דיר.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יוני 05, 2019 6:04 pm

ווער איז דאס האט געשריבן:פין גאטומאלא האט איר פארגעסען
איך מיין אז סאיז אינטער 5k א הייזקעל אין שוין דא אפאר קליינע קהילות


שוין טאקע דא א פאליטיק?!
:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 05, 2019 6:09 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ווער איז דאס האט געשריבן:פין גאטומאלא האט איר פארגעסען
איך מיין אז סאיז אינטער 5k א הייזקעל אין שוין דא אפאר קליינע קהילות


שוין טאקע דא א פאליטיק?!
:lol: :lol: :lol:

די גרים קהילה
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 05, 2019 6:14 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט , איך זע אז די גלייכסט היסטאריע ,די ברך משה זי"ע האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל א האלבע יאר בערך , נישט יעדער ווייסט דאס ,
און דאס איז וואס אנדערע אדמורי"ם קענען נאך מאכן זייער גרינג טאמער זיי ווילן באמת אויפטין פאר זייערע חסידים ,און בכלל נישט אזוי שווער, לאמיר נישט פארקריכען פון ענין עס איז א האקעלע נושא ,לאמיר בלייבן רעדן ענדערשער פון היסטאריע


דער ברך משה פלעגט ארויסקומען אויף זומער פון פאר שבועות ביז נאך די קאנטרי סיזען, און אנדערע רבי'ס מופן זיך אדער פלאנען טאקע זיך ארויסצומופן ארויס צו זייער שטעטל אזוי ווי קאסאנע רבי למשל.
אבער נישט פאר יעדן איז דאס שייך, ווי למשל אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י וואס ער בויעט 2 שטעטלעך איינס אין בלומינגבורג און איינס אין לעקוואד, טאמער מופט ער זיך ארויס פאר זומער אין די נייע שטעטלעך, וועט אויסקומען אז יעדע פאר וואכן וועט ער זיין ערגעץ אנדערש, בלויז עטליכע וואכן אין וויליאמסבורג-קרית יואל, 5 וואכן אין לעקוואד, 5 וואכן אין בלומינגבורג, 5 וואכן אין סוואן לעיק וכו', וכמובן אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט.

די ברך משה פלעגט זיין דארט כאטשיג דריי וואכן פאר שבועות דאס הייסט א קנאפע 4 חדשים און צוויי חדשים אין מיאמי

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 6:15 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי זאג איך אייביג , דער עולם וועט עניוועי וואינען אין די מאונטענס וועגן ערגעץ אנדערש וועט נישט זיין מעגליך , היינט פארשטייט שוין דעס יעדער , סיי וועגן געלט און סיי וועגן פלאץ וועט מען אנקומען קיין די מאונטענס, די יודענטום וואקסט קע"ה , עס איז דא גענוג פאר יעדעם

אפשר צייכנס'טע אן א יאר ווען דיין חלום וועט פארווילקליכט ווערן?

פאר עס איז ארויפגעקימען די אלע אפשענס אין ניו דשערסי און גלילות'ן האב איך אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין די מאפע האט זיך היבש געטוישט.


היות איך ליין דיינע תגובות, ביזטו פון די מענטשן מיט א פאזיטיווע בליק אז דער עולם איז רייך מען האט געלט, מען לעבט א גוטן טאג ,עס איז גרינג צו מאכן געלט ,למעשה איז א ריזיגע פארצענט כלל ישראל ארים ווי די נאכט , און כלל ישראל וואקסט אויף הייווען , ווי די פרייזן שיסן ארויף מער און מער, און מענטשן זיכן ביליג , און די טשעינזש געשעט יעצט וואס איז נאכנישט געשען ביז יעצט , די פיער פרעשור איז עטוואס אוועק און מען שעמט זיך נישט צו גיין וואינען אויף א פלאץ וואס איז ביליג עמטליך, ווי מען זאגט מען רעדט פון א פרישע עפאכע וואס קומט אריין אן קיין גרויסע פראפאגאנדע צו גיין וואינען פאר ביליג ווי למשל לינדען איז א משל אבער דארט איז נישדא קיין מעסס פראדאקשען

.1 אין מאנטיסעלא וואינען 60 משפחות כהיום!
.2 גיבערס וואינען נאך 100 מיט נאך 92 דירות וואס קומען צו אי"ה אויב אלעס גייט כשורה אין די נעקסטע 18 חדשים
.260-3 דירות הארט נעבען גיבערס וואס האלט אט אט ביי ענדע עפפראווועלס
.4 מאנטיסעלא לעפלער דעוועלעפמענט 80 משפחות יעצט, פלאס נאך אפאר הונדערט און די פיוטשער
.4 150 משפחות אין בלומינגבורג
.5 יעצט די נייע קרית ברסלב
פלאס נאך אסאך דעוועפלמענטס אויפן וועגן

דאס זענען זאכן וואס זענען אויפן האריזאנט נישט קיין חלומות מער ,קיינער קען נישט זאגן נביאות, אבער 60 משפחות אפילו א חלק פארן אכטער אין מאנטיסעלא זאגט אסאך

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יוני 05, 2019 6:20 pm

ס'איז ניטאמאל קיין גאנצע 2 יאר (סיון תשע"ז) זייט די ערשטע חתונה באולם ראטה/היכל הקודש

ס'האט געדויערט א וויילע ביז די 2'טע 3'טע 4'טע אא"וו האבן נאכגעפאלגט

אבער דער וויל אונז פארקויפן די ברוקלין בריק - אז תשע"ט האבן שוין די חתונה זאלן געשפירט דעם עפעקט...

---

די וואס האבן שוין היי יאר חתונה געמאכט, האבן געבוקט די זאלן בשנת תשע"ח

זיי האבן געמאכט זייער דעסישן אין וועלכע זאל - אין דירעקטע רעזולטאט פון די פרישע ברעכענדע נייעס אז בקיץ תשע"ז און חורף תשע"ח האט איינער חתונה געמאכט אין שול

דמיון אלערט!


נ.ב. אזויפיל יא, ביי זיינע תלמידים האבן זיך די נומערן פון שול-חתונות געהעכערט.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 6:21 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט , איך זע אז די גלייכסט היסטאריע ,די ברך משה זי"ע האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל א האלבע יאר בערך , נישט יעדער ווייסט דאס ,
און דאס איז וואס אנדערע אדמורי"ם קענען נאך מאכן זייער גרינג טאמער זיי ווילן באמת אויפטין פאר זייערע חסידים ,און בכלל נישט אזוי שווער, לאמיר נישט פארקריכען פון ענין עס איז א האקעלע נושא ,לאמיר בלייבן רעדן ענדערשער פון היסטאריע


דער ברך משה פלעגט ארויסקומען אויף זומער פון פאר שבועות ביז נאך די קאנטרי סיזען, און אנדערע רבי'ס מופן זיך אדער פלאנען טאקע זיך ארויסצומופן ארויס צו זייער שטעטל אזוי ווי קאסאנע רבי למשל.
אבער נישט פאר יעדן איז דאס שייך, ווי למשל אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י וואס ער בויעט 2 שטעטלעך איינס אין בלומינגבורג און איינס אין לעקוואד, טאמער מופט ער זיך ארויס פאר זומער אין די נייע שטעטלעך, וועט אויסקומען אז יעדע פאר וואכן וועט ער זיין ערגעץ אנדערש, בלויז עטליכע וואכן אין וויליאמסבורג-קרית יואל, 5 וואכן אין לעקוואד, 5 וואכן אין בלומינגבורג, 5 וואכן אין סוואן לעיק וכו', וכמובן אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט.

אנטשולדיגט די ברך משה איז שוין געווען ל"ג בעומר אין קרית יואל מיט א פרישקייט ,און הארט נאך פסח איז ער שוין געקומען מיט א פרישקייט,פון נאך פסח ביז ראש השנה איז איבער 5 חדשים ! ביטע פרעגטס אייך נאך ביים עלטערן דור.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך יוני 05, 2019 6:25 pm

הלשון האט געשריבן:ס'איז ניטאמאל קיין גאנצע 2 יאר (סיון תשע"ז) זייט די ערשטע חתונה באולם ראטה/היכל הקודש

ס'האט געדויערט א וויילע ביז די 2'טע 3'טע 4'טע אא"וו האבן נאכגעפאלגט

אבער דער וויל אונז פארקויפן די ברוקלין בריק - אז תשע"ט האבן שוין די חתונה זאלן געשפירט דעם עפעקט...

---

די וואס האבן שוין היי יאר חתונה געמאכט, האבן געבוקט די זאלן בשנת תשע"ח

זיי האבן געמאכט זייער דעסישן אין וועלכע זאל - אין דירעקטע רעזולטאט פון די פרישע ברעכענדע נייעס אז בקיץ תשע"ז און חורף תשע"ח האט איינער חתונה געמאכט אין שול

דמיון אלערט!


נ.ב. אזויפיל יא, ביי זיינע תלמידים האבן זיך די נומערן פון שול-חתונות געהעכערט.


ובכגון דא נאמר: Please don't confuse me with facts, I've made up my mind already
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 6:26 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי זאג איך אייביג , דער עולם וועט עניוועי וואינען אין די מאונטענס וועגן ערגעץ אנדערש וועט נישט זיין מעגליך , היינט פארשטייט שוין דעס יעדער , סיי וועגן געלט און סיי וועגן פלאץ וועט מען אנקומען קיין די מאונטענס, די יודענטום וואקסט קע"ה , עס איז דא גענוג פאר יעדעם

אפשר צייכנס'טע אן א יאר ווען דיין חלום וועט פארווילקליכט ווערן?

פאר עס איז ארויפגעקימען די אלע אפשענס אין ניו דשערסי און גלילות'ן האב איך אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין די מאפע האט זיך היבש געטוישט.


מיין חלום איז שוין פארווירקלעכט ב"ה 60 משפחות מיט א בהמ"ד און א כולל מיט 3 מקוואות נאר אין מאנטיסעלא אליינס פאר א גאנצע יאר תושבים איז שוין דא

די חילוק איז אז ווען בלומינגבורג אדער זשערסי סיטי האט געהאט 60 משפחות האט מען איבערגעקערט א שטאט און געספענט שווערע געלטער פאר מארקעטינג וואס דאס איז נישדא אין מאנטיסעלא

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 05, 2019 6:28 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:ווי זאג איך אייביג , דער עולם וועט עניוועי וואינען אין די מאונטענס וועגן ערגעץ אנדערש וועט נישט זיין מעגליך , היינט פארשטייט שוין דעס יעדער , סיי וועגן געלט און סיי וועגן פלאץ וועט מען אנקומען קיין די מאונטענס, די יודענטום וואקסט קע"ה , עס איז דא גענוג פאר יעדעם

אפשר צייכנס'טע אן א יאר ווען דיין חלום וועט פארווילקליכט ווערן?

פאר עס איז ארויפגעקימען די אלע אפשענס אין ניו דשערסי און גלילות'ן האב איך אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין די מאפע האט זיך היבש געטוישט.


היות איך ליין דיינע תגובות, ביזטו פון די מענטשן מיט א פאזיטיווע בליק אז דער עולם איז רייך מען האט געלט, מען לעבט א גוטן טאג ,עס איז גרינג צו מאכן געלט ,למעשה איז א ריזיגע פארצענט כלל ישראל ארים ווי די נאכט , און כלל ישראל וואקסט אויף הייווען , ווי די פרייזן שיסן ארויף מער און מער, און מענטשן זיכן ביליג , און די טשעינזש געשעט יעצט וואס איז נאכנישט געשען ביז יעצט , די פיער פרעשור איז עטוואס אוועק און מען שעמט זיך נישט צו גיין וואינען אויף א פלאץ וואס איז ביליג עמטליך, ווי מען זאגט מען רעדט פון א פרישע עפאכע וואס קומט אריין אן קיין גרויסע פראפאגאנדע צו גיין וואינען פאר ביליג ווי למשל לינדען איז א משל אבער דארט איז נישדא קיין מעסס פראדאקשען

.1 אין מאנטיסעלא וואינען 60 משפחות כהיום!
.2 גיבערס וואינען נאך 100 מיט נאך 92 דירות וואס קומען צו אי"ה אויב אלעס גייט כשורה אין די נעקסטע 18 חדשים
.260-3 דירות הארט נעבען גיבערס וואס האלט אט אט ביי ענדע עפפראווועלס
.4 מאנטיסעלא לעפלער דעוועלעפמענט 80 משפחות יעצט, פלאס נאך אפאר הונדערט און די פיוטשער
.4 150 משפחות אין בלומינגבורג
.5 יעצט די נייע קרית ברסלב
פלאס נאך אסאך דעוועפלמענטס אויפן וועגן

דאס זענען זאכן וואס זענען אויפן האריזאנט נישט קיין חלומות מער ,קיינער קען נישט זאגן נביאות, אבער 60 משפחות אפילו א חלק פארן אכטער אין מאנטיסעלא זאגט אסאך

לפי חשבונך איז נישט אזוי רחוק פין "טויזענט" חסידישע איינוואוינער אין די קעטסקילס דאס איץ חוץ די פילע ליטווישע פאמיליעס וואס זענען שוין יארן דארט
עס איז קלאר ווען "טויזענט חסידישע" פאמיליעס וועלן דארט וואוינען וועט די קעטסקילס ווערן נעקסט נאך די גלילות עפאכע.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך יוני 05, 2019 6:30 pm

הלשון האט געשריבן:ס'איז ניטאמאל קיין גאנצע 2 יאר (סיון תשע"ז) זייט די ערשטע חתונה באולם ראטה/היכל הקודש

ס'האט געדויערט א וויילע ביז די 2'טע 3'טע 4'טע אא"וו האבן נאכגעפאלגט

אבער דער וויל אונז פארקויפן די ברוקלין בריק - אז תשע"ט האבן שוין די חתונה זאלן געשפירט דעם עפעקט...

---

די וואס האבן שוין היי יאר חתונה געמאכט, האבן געבוקט די זאלן בשנת תשע"ח

זיי האבן געמאכט זייער דעסישן אין וועלכע זאל - אין דירעקטע רעזולטאט פון די פרישע ברעכענדע נייעס אז בקיץ תשע"ז און חורף תשע"ח האט איינער חתונה געמאכט אין שול

דמיון אלערט!


נ.ב. אזויפיל יא, ביי זיינע תלמידים האבן זיך די נומערן פון שול-חתונות געהעכערט.


שריי נישט אזוי, יעדע חסיד מיינט אז אלעס געשעט וועגען זיין רעבין

ווען מען האט איבערגעבויט פרדס איז עס געווארן גראד ביזי

ווען אימפעריעל האט געסטאפט מאכן תקנות חתונות איז פרדס געווארן הייס אז מען מיז ווארטען כמעט א יאר, וויל עס איז שענער אין עס קאסט כאטשיק $7000 ווייניגער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 05, 2019 6:41 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט , איך זע אז די גלייכסט היסטאריע ,די ברך משה זי"ע האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל א האלבע יאר בערך , נישט יעדער ווייסט דאס ,
און דאס איז וואס אנדערע אדמורי"ם קענען נאך מאכן זייער גרינג טאמער זיי ווילן באמת אויפטין פאר זייערע חסידים ,און בכלל נישט אזוי שווער, לאמיר נישט פארקריכען פון ענין עס איז א האקעלע נושא ,לאמיר בלייבן רעדן ענדערשער פון היסטאריע


דער ברך משה פלעגט ארויסקומען אויף זומער פון פאר שבועות ביז נאך די קאנטרי סיזען, און אנדערע רבי'ס מופן זיך אדער פלאנען טאקע זיך ארויסצומופן ארויס צו זייער שטעטל אזוי ווי קאסאנע רבי למשל.
אבער נישט פאר יעדן איז דאס שייך, ווי למשל אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י וואס ער בויעט 2 שטעטלעך איינס אין בלומינגבורג און איינס אין לעקוואד, טאמער מופט ער זיך ארויס פאר זומער אין די נייע שטעטלעך, וועט אויסקומען אז יעדע פאר וואכן וועט ער זיין ערגעץ אנדערש, בלויז עטליכע וואכן אין וויליאמסבורג-קרית יואל, 5 וואכן אין לעקוואד, 5 וואכן אין בלומינגבורג, 5 וואכן אין סוואן לעיק וכו', וכמובן אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט.

אנטשולדיגט די ברך משה איז שוין געווען ל"ג בעומר אין קרית יואל מיט א פרישקייט ,און הארט נאך פסח איז ער שוין געקומען מיט א פרישקייט,פון נאך פסח ביז ראש השנה איז איבער 5 חדשים ! ביטע פרעגטס אייך נאך ביים עלטערן דור.

לאמיר פשוט סעטן די פאקטן, ביז תשנ"ה פלעגט דער ברך משה קומען קיין קרית יואל פון נאך פסח ביז נאך שבועות, דערנאך איז ער געווען אין שעראן ספרינגס כמעט די גאנצע צייט פון קעמפ, און דערנאך איז ער ט"ו באב-אלול צוריקגעקומען געזעגענען דעם עולם, דאס זיין אין קרית יואל פון נאך פסח ביז ראש השנה האט זיך אנגעהויבן ערשט תשנ"ה ווען מ'האט געבויט די גארטן.
א פאר יאר פריער, פלעגט ער נאך ארויסקומען יעדן דינסטאג קיין קרית יואל.
אבער איך ווייס נישט צו די פאקט האט געשלעפט מענטשן קיין קרית יואל, בימים ההם איז קרית יואל געווען א קליין ריין שטעטעלע, געווען וואס זענען געקומען צו זיין אוועק פון די גויאישע גאס, און געווען וואס זענען געקומען צו האבן א שיינע גארטן, געווען וואס האבן געפילט א זכי' צו וואוינען אין רבינ'ס שטעטל, און בימים ההם איז קרית יואל געווען כמעט א יחיד במינו מיט די מעלות, (אין א זייטיגע נאטיץ דעמאלטס איז געווען א שטיקל פער פרעשור צו מופן קיין מאנסי, ווער ס'געדענקט, ס'איז געווען אזא לעבל) היינט צוטאגס אז צו זיין אוועק פון די שטאט האסטו א אויסוואל מער פלעצער וויפיל פינגער מ'האט אויף די הענט, מאנסי איז אויסגעוואקסן ימה צפונה ונגבה, די מערהייט היימישע חסיד'ישער עולם מופט אדער מאנסי אדער קרית יואל, דערפאר זעהט מען נישט אין ערגעץ א אמת'ע שטארקע מאוומענט, ובפרט אז מ'איז אויך נישט גרייט צו סטראגלען קיין חבלי לידה, ממילא די הילף דערצו קען נאר זיין מיט א מנהיג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מיטוואך יוני 05, 2019 6:42 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:אנטשולדיגט די ברך משה איז שוין געווען ל"ג בעומר אין קרית יואל מיט א פרישקייט ,און הארט נאך פסח איז ער שוין געקומען מיט א פרישקייט,פון נאך פסח ביז ראש השנה איז איבער 5 חדשים ! ביטע פרעגטס אייך נאך ביים עלטערן דור.

אין מיינע צייטען איך רעד אין די מ' יארן איז ער געווען פין ל"ג בעומר ביז נאך שבועות נאכדעם פין נאך תשעה באב בין נאכן זימער, חוץ מזה איין שבת ווינטער וווען עס איז געווען די דינער, אזוי אויך ווען עס איז געווען א שמחה ווי א שבת שבע ברכות
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 6:45 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט , איך זע אז די גלייכסט היסטאריע ,די ברך משה זי"ע האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל א האלבע יאר בערך , נישט יעדער ווייסט דאס ,
און דאס איז וואס אנדערע אדמורי"ם קענען נאך מאכן זייער גרינג טאמער זיי ווילן באמת אויפטין פאר זייערע חסידים ,און בכלל נישט אזוי שווער, לאמיר נישט פארקריכען פון ענין עס איז א האקעלע נושא ,לאמיר בלייבן רעדן ענדערשער פון היסטאריע



אבער נישט פאר יעדן איז דאס שייך, ווי למשל אדמו"ר מסאטמאר מהרי"י וואס ער בויעט 2 שטעטלעך איינס אין בלומינגבורג און איינס אין לעקוואד, טאמער מופט ער זיך ארויס פאר זומער אין די נייע שטעטלעך, וועט אויסקומען אז יעדע פאר וואכן וועט ער זיין ערגעץ אנדערש, בלויז עטליכע וואכן אין וויליאמסבורג-קרית יואל, 5 וואכן אין לעקוואד, 5 וואכן אין בלומינגבורג, 5 וואכן אין סוואן לעיק וכו', וכמובן אז דאס איז נישט קיין מעגליכקייט.


נומבער איינס איך האב געשריבן קלאר אז איך ברענג עס אויף פאר היסטאריע פורפעסעס אנלי ,צווייטענס איך שרייב און רעדט צו מענטשן און מאך awareness צו מופן און נישט פיקסען קיין מענטשן אדער חס וחלילה אדמורי"ם אדער ראשי קהלה און זיכער נישט דא אויפן וועלטעל , דריטענס איך האב באמת נישט געמיינט קיין שום רבי בפרט וועגן עס גייט ארויף אויף יעדע אדמו"ר ,אבער אז די רעדטסט בפרט יו גאט די פוינט,און די ווארט נישט מעגליך איז א זשוק , טין פאר כלל ישראל איז טין און טין און נישט אויפטין ... און אז די רעדטסט שוין איז יענע אדמ"ר שוין נישט געווען פאריאר אין סוואן לעיק כמעט זומער... עניוועי נישט דאס איז געווען מיין פוינט

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך יוני 05, 2019 6:46 pm

וועלכע גאס פונקטליך איז דער שטעטל ? ווי וואינט דער יונגערמאן?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 6:49 pm

בעל דעת האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אנטשולדיגט די ברך משה איז שוין געווען ל"ג בעומר אין קרית יואל מיט א פרישקייט ,און הארט נאך פסח איז ער שוין געקומען מיט א פרישקייט,פון נאך פסח ביז ראש השנה איז איבער 5 חדשים ! ביטע פרעגטס אייך נאך ביים עלטערן דור.

אין מיינע צייטען איך רעד אין די מ' יארן איז ער געווען פין ל"ג בעומר ביז נאך שבועות נאכדעם פין נאך תשעה באב בין נאכן זימער, חוץ מזה איין שבת ווינטער וווען עס איז געווען די דינער, אזוי אויך ווען עס איז געווען א שמחה ווי א שבת שבע ברכות

דאס אליינס וואס די זאגסט איז אויך א שיין חלק פון יאר ! אז רביס וועלן דאס טין וועט עס זיין א שטיפ

און שפעטערדיגע יארן איז די ברך משה געווען מיט ווינטער אינקלודעט , 6 חדשים א יאר ! א האלבע יאר ממש , מענטשן ווייסן נישט און כאפן נישט אבער פארט א מציאות , אין די קרית יואלע האבן געשפירט אז זיי האבן א רבי אויפן מקום !
עס איז סתם גוט פאר היסטאריע

לינדען יוכיחו אז מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געזען דער קאסאנע רבי בכלל אין זייער לעבן ,לויפן אהין וועגן די פאקט אז מען פילט א אחריות פון א פירער א רב, און ער טוט למעשה בידים און ער טינקט זיך איין די הענט אין קאלט וואסער פאר אנדערע אידן וועגן , פארלאזט מען זיך אויף אים און מענטשן ווילן גיין אהין, אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס מענטשן לויפן דארט וואס האבן ניטאמאל געוויסט ביז א יאר צוריק אז אזא רב עקזעסטירט בכלל

אין לינדען איז נישדא קיין נייע דעוועפלמענט
נישט קיין מוסדות
נישט קיין כשר'ע געשעפטן
נישט קיין באקוועמע גרויסע בהמ"ד

איין זאך מענטשן זעען א רב וואס נעמט אחריות און שוויצט אוועק פאר דיר און א כשר'ע מקוה טהרה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך יוני 05, 2019 7:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שרייב-פעדער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 03, 2019 1:46 pm

תגובהדורך שרייב-פעדער » מיטוואך יוני 05, 2019 7:02 pm

א שאד די ויכוחים, א רבי וואס שיקט די חסידים ארויס סיי ווי, און ער גייט נישט אהין, האט בדרך כלל שוואכע שאנסן צו מצליח זיין. קיינער וועט נישט גיין נאר ווען מ'האט ממש נישט קיין ברירה. קיינער וויל נישט וואוינען ווייט פונעם רבי'ן. קיינער וויל נישט וואוינען ווייט פונעם ציבור. יעדע יו"ט דארפן זוכן אכסניות אריינצוקומען צום רבי'ן.
ווען דער רבי גייט אליינס ארויס וואוינען, איז דאס א ציאונגס קראפט פאר די חסידים, אפילו פאר ווער ס'האט שוין א דירה, איבערצולאזן די שטאט און קומען אהין. חוץ פון דעם וואס דאס ווייזט פאר די חסידים אז דער רבי זארגט פאר זיי, און ער אליינס איז אויך גרייט זיך צו מוטשענען כדי ס'זאל זיין א תועלת פארן ציבור.
וויזשניץ מאנסי יוכיח, דער רבי איז געווען מסודר אין וומס"ב מיט אלעס, א ביהמ"ד, מוסדות, ס'האט אים גארנישט געפעלט. ער האט זיך אויפגעהויבן איין שיינעם טאג און געגאנגען קיין מאנסי, און דער ציבור איז אים נאכגעגאנגען, אין וומס"ב האט זיך יארן לאנג נישט פארברייטערט די מוסדות, וויבאלד רוב יונגעלייט האבן זיך געצויגן קיין מאנסי נאך די חתונה.
וואס ס'האט פאסירט אין מאנסי דארף מען דאך נישט זאגן, ס'היינט א עיר ואם בישראל, וואו יעדער איד קען זיך טרעפן א באקוועמע ווינקל לויט זיין געשמאק, וואס מ'קען געבן כמעט די גאנצע קרעדיט פאר וויזשניצער רבי זצ"ל.
לעומת זה, ווען מ'האט געעפענט די שטעטל אין גיבערס, האט עס נישט געהאט קיין שום סיבה אהינצוגיין, און דער רבי אליינס האט נישט קיין סאך געשטיפט מענטשן זיך אהינצוציען. מ'קען זאגן פארשידענע סיבות און תירוצים, אבער ס'איז קלאר אז ווען דער רבי הייבט זיך אויף און ציהט זיך אהין, וואלטן די חסידים נאכגעקומען, און וויבאלד דאס האט נישט פאסירט, זענען די חסידים געבליבן אין מאנסי.
כהיום יום, ווען אין גיבערס איז דא א נייע רבי, איז טאקע פריש אויפגעקומען פלענער צו בויען דירות, ווייל ווער ס'איז א חסיד פון דעם רבי'ן, האט חשק צו וואוינען נאנט צום רבי'ן.
והדברים פשוטים וברורים.

קוקטס אן קראונהייטס, געוואוינט אמאל פילע טויזענטער אידן, אלעס איז זיך צולאפן, אבער די ליובאוויטשער זענען פארבליבן, ווייל דער רבי האט דארט געוואוינט. אנדערע וואס זייער רבי האט נישט געוואוינט דארט, האבן נישט געהאט קיין סיבה צו בלייבן. ווי נאר ס'שווער געווארן וועגן די שכנים, האבן זיי אפגעצויגן און געגאנגען ערגעץ אנדערש. וואלט דער באבובער רב ז"ל געבליבן אין קראונהייטס, וואלטן אלע זיינע חסידים בדרך כלל געבליבן דארט.
לאמיר פרובירן טראכטן אויב סקווירא רבי שליט"א, זאל מחליט זיין צו עפענען א נייע ישוב (דוכט זיך שוין געווען אזא פלאן), און ער בלייבט וואוינען ווי ביז יעצט, האט עס שוואכע שאנסן פאר הצלחה, מיט דעם וואס זיינע חסידים פאלגן אים אויס עד הסוף. אבער אויב ער הייבט זיך אליינס אויף און גייט אהין וואוינען, איז דאס א סיבה פאר יעדן חסיד אהינצוקומען.

לענינינו, איך ווייס נישט וויפיהל מענטשן יואל ראטה פארמאגט, און ס'נישט קיין נפק"מ צו איך האלט פון אים אדער נישט, אבער אזא שריט זיך אליינס אויפהייבן און גיין איז די איינציגסטע מיטל פאר סוקסעס.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.

דורעכגעטראכטער
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 25, 2013 12:08 am

תגובהדורך דורעכגעטראכטער » מיטוואך יוני 05, 2019 7:06 pm

כזעיה עדווערטייזט אהבה מעדיקעל איז דארט אפן שוין א גאנץ יאר און ליבערטי מיט זייערע אינדאר פול׳ס. כגלייב סוועלן צויקומען נאך ביזנעסער צויביסלעך אפן דארט די גאנצע יאר

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 05, 2019 7:07 pm

די אלע דוגמאות פון אמאל ווי שטעטלעך האבן נישט געמאכט קיין פארשריט איז נישט גילטיג אין דעם היינטיגן מציאות, ווי דאס אוועקמופן איז א הכרח נישט קיין בחירה.

אגב, איך בין נישט קיין ברסלב'ר אבער איך שעץ שטארק ר' יואל מיט זיין קהילה, א מקום ווי מ'דינט דעם אייבערשטען, און מ'איז נישט נושא פנים פאר קיין גבירים, זאל ער אוודאי מצליח זיין.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 7:08 pm

גוט געזאגט-שרייב פעדער

און די וויזשניץ'ע רבי'ס זענען בכלל א מוסטער וואס וועט אויפוועקן אנדערע אדמורים, זיי זענען קוים רבי'ס א יאר און זיי זענען אלע מסודר מיט בנינים נישט סתם, און סיי די וויליאמסבורג'ע רבי זיכט א מקום אינדרויסן פון שטאט פאר זיין ישיבה גדולה און א שטעטעל פאר זיינע חסידים, ווי זיי זענען שוין געזיצן למשל מיט די דעוועלעפערס פון בלומינגבורג און קוקן אויף אנדערע אפציעס , סיי גיבערס ארבעט שווער פאר נאך 92 דירות וואס די קהלה גייט פארקויפן , סיי די וויזשניץ בארא פארק רבי איז געגאנגען באזיכן זשערסי סיטי פאר א מעגליכקייט פאר א שטעטל פאר זיינע חסידים און די ירושלים רבי וואס טוט שוין למעשה אין לעיקוואד !

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יוני 05, 2019 7:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:איך בין מקנא אייער עולם הבא!!!!!!

אסאך שטעטלעך האבן זיך שוין געפענט די לעצטע שטיק צייט, אבער יעדעס איינציגע פון זיי ברויך גרויס סייעתא דשמיא עס זאל זיך אויסארבעטן און ווערן א שטאט.
דאס איז אבער די ערשטע מאל ווי ווייט איך ווייס, וואס א קהילה מיט איר משפיע אינאיינעם מאכן א דראסטישע שריט, און ציען זיך אריין דראדע אין א היבש ווייטע געגנט געאגראפיש, אבער איך זעה שוין די נאכווייען דערפון, עס איז ביי מיר בלתי ספק די ערשטע קערנדל פון די מושג אז א קהילה הייבט זיך עמטליך אויף מיט איר משפיע אינאיינעם, נישט די משפיע שיקט זיינע אינגע אינגעלייט אין הרי עררט און ער זיצט זיך על מי מנוחות אין וויליאמסבורג און הערט כסדר באריכטן פון זיינע געטרייע אינגעלייט וואס ער האט מצליח געווען זיי משלח צו זיין, איך מיין אז דא ברעכט זיך א מעכטיגע דורכברוך, אז דער משפיע גייט אהין דאס איז א היסטארישע געשעהניש וואס איך האלט אז די פירות דערפון גייט נישט געדויערן צו לאנג און עס גייט זיך איבערחזר'ן ביי אנדערע קהילות אויך.

ואל הקעטסקילס אשא עיני ואומר.

איך זעה שוין א באבוב שטעטל, קלויזענבורג, צאנז, בעלזא, מונקאטש, אין פיל נאך, די קעטסקילס גייט זיין די נייע וויליאמסבורג!!!

אשריך ר' יואל שליט''א, בלתי ספק אז די הצלחה פון די קעטסקילס האט זיך געוואנדן אינעם ערשטע משפיע וואס זאל מסכים זיין זיך ארויסציען! און די ווייטערדיגע הצלחה פון די געגנט וועט ווערן פארשריבן אויף אייער קאונטע, חזק חזק, איר ברענגט אריין א האפענונג פאר אלע וויליאמסבורגע געשטראנדעטע אידן אז הישועה קרובה לבוא, און אט אט מאכט מיין אייגענע משפיע די זעלבע געוואגטע שריט, און וועט מיטשלעפן מיין בני בית צו א רואיגערע לעבן על הרי הקעטסקילס.


אטא דאס איז וואס איך וויין שוין לאנג
קוק ווי אזוי די אמאליגע שטעטלעך האבן זיך געפענט
לאמיר אהייבן ביי סקווער די רבי איז געווען דארט ערשט און נאך דעם דער עולם
טאהש וואס ווער ס'ווייסט האט מען זיך געמיטשעט פאר מנין דארט די רבי איז געווען דארט ערשט
פאפא רב איז אוועק נאכן עפענען די שטעטל און די היינטיגע רב האט נישט אהין געמאפט קוקט עס טאקע אויס אזוי
די ליסט מיינעך שטימט ביי אלע
נייטרא קאשו

איין אויסנאם איז געווען קרית יואל

קומען היינט רבנים מען עפענט א שטעלט מאפטס אהין
ס'ארבעט נישט אזוי פינטעל!
אפי' לינדען האב שוין אויך נישט געגלייבט אז די רב פלאנט עכט אהין צי מאפן מען האט געהאלטן און איין שלעפן
זאל זיך איינע פון די גרויסע מנהיגים אויף שטעלן און מאפן אוי וועט די עולם לויפן

סתם אלץ היסטאריע, דאכט זיך מיר איינער האט שוין געהאקט, אבער הרה"ק מסאטמאר איז געווען אין קרית יואל פון די עשרה ראשונים, אין סקוירא, אויב כ'געדענק גוט האב איך געליינט אז ער האט יא געווארט אביסל לענגער ומי יבוא בסוד קדושים.
אויך האסטו פארגעסן וויזניץ מאנסי אויסצורעכענען צווישן די וואס זענען געפארן מיטן עולם
איך רעאגיר נישט אויף די תוכן הדברים אזוי ווי כפרוביר בכל הכוחות נישט צו שרייבן מער דא ווייל כ'האב שארף שארף אראפ געריסן מנהיגי קהלות קדושות ווי כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און כ'האב געטון נגד רצוני ווייל כ'האב באקומען א אויסברוך נאכן זען זאכן וואס האבן מיך אויפגעקאכט עד הסוף


אין מאנסי האבן שוין געוואוינט דארט ליטווישע פרומע אידן נאך פאר וויזניץ.
ר׳ מאטעלע זצ׳׳ל איז נאר ארויסגעקומען מיטברענגנדיג א חסידישער עולם.
בבחינת סאטמאר אין לעיקוואוד כהיום

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך יוני 05, 2019 7:15 pm

נאכאמאל

די סיבה פארוואס מאנסי והגלילות האט צובאקומען די לעצטע 5-10 יאר פילע הונדערטער איינוואוינער, איז ווייל א רבי האט אהין געמופט, אדער גאר צוליב וויזניצער רבי זצ"ל?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יוני 05, 2019 7:20 pm

הלשון האט געשריבן:נאכאמאל

די סיבה פארוואס מאנסי והגלילות האט צובאקומען די לעצטע 5-10 יאר פילע הונדערטער איינוואוינער, איז ווייל א רבי האט אהין געמופט, אדער גאר צוליב וויזניצער רבי זצ"ל?


די גרינדשטיין פון חסידים בכלל אין מאנסי האט וויזשניץ געמאכט יארן צוריק , איינמאל א שטאט איז חסידיש מופט שוין יעדער אהין , עיין ערך בעלז וואס איז געווען די ערשטע אין לעיקוואד וואס זענען געגאנגען שטארק , טאקע נישט מיט זייער רבי אבער פארט האבן זיי געשיקט דיינים און געבעקט ביי די קהלה עמטליך

דערנאך איז נאכגעקומען אין לעיקוואד נאך אסאך קהלות , און כעת האט שוין כמעט יעדע קהלה א בהמ"ד דארט אדער א געגענט

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך יוני 05, 2019 7:26 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:.1 אין מאנטיסעלא וואינען 60 משפחות כהיום!
.2 גיבערס וואינען נאך 100 מיט נאך 92 דירות וואס קומען צו אי"ה אויב אלעס גייט כשורה אין די נעקסטע 18 חדשים
.260-3 דירות הארט נעבען גיבערס וואס האלט אט אט ביי ענדע עפפראווועלס
.4 מאנטיסעלא לעפלער דעוועלעפמענט 80 משפחות יעצט, פלאס נאך אפאר הונדערט און די פיוטשער
.4 150 משפחות אין בלומינגבורג
.5 יעצט די נייע קרית ברסלב
פלאס נאך אסאך דעוועפלמענטס אויפן וועגן

דאס זענען זאכן וואס זענען אויפן האריזאנט נישט קיין חלומות מער ,קיינער קען נישט זאגן נביאות, אבער 60 משפחות אפילו א חלק פארן אכטער אין מאנטיסעלא זאגט אסאך

מיט 10,000 משפחות האט מען די גאנצע קאונטי אין טאש. סאיז זייער א קליינע קאונטי אין קאפ צאל 77,000 באשעפענישן א היבש חלק דערפון איז קינדער אינטער 18


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט