קרית ברסלב - הורליוויל ניו יארק Hurleyville NY

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:16 am

איך כאפ עפעס נישט. ר' יואל האט א דירעקטע ליין צו 'גאנץ כלל ישראל בכל קצוי תבל'? וויאזוי ארבעט עס?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:20 am

Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עפעס נישט. ר' יואל האט א דירעקטע ליין צו 'גאנץ כלל ישראל בכל קצוי תבל'? וויאזוי ארבעט עס?

זיינע קליפס ווערן געזען דורך טויזענטער טויזענטער אידן
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

Blooming
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » דאנארשטאג יוני 06, 2019 12:51 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עפעס נישט. ר' יואל האט א דירעקטע ליין צו 'גאנץ כלל ישראל בכל קצוי תבל'? וויאזוי ארבעט עס?

זיינע קליפס ווערן געזען דורך טויזענטער טויזענטער אידן



ער קען אנגערופען ווערן, "ראש ישיבה הדור" דעם דורס ראש ישיבה פארן פאקט אז טויזנטער אידען קוקען טעגליך זיינע דרשות,

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 06, 2019 1:55 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עפעס נישט. ר' יואל האט א דירעקטע ליין צו 'גאנץ כלל ישראל בכל קצוי תבל'? וויאזוי ארבעט עס?

זיינע קליפס ווערן געזען דורך טויזענטער טויזענטער אידן

אה, סאו ער זאגט עס ביי זיינע דרשות פונקט ווי הרב וואזנער. סך הכל גייט ארום קליפס פון אים און נישט פון אים.
פון באנאנע'ס ווערטער האב איך פארשטאנען אז הרב וואזנער זאגט עס נעבעך ביי זיינע שיעורים אין בעיסמענט בעת וואס ר' יואל רעדט בקביעות פאר גאנץ כלל ישראל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:22 pm

Blooming האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך כאפ עפעס נישט. ר' יואל האט א דירעקטע ליין צו 'גאנץ כלל ישראל בכל קצוי תבל'? וויאזוי ארבעט עס?

זיינע קליפס ווערן געזען דורך טויזענטער טויזענטער אידן



ער קען אנגערופען ווערן, "ראש ישיבה הדור" דעם דור'ס ראש ישיבה פארן פאקט אז טויזנטער אידען קוקען טעגליך זיינע דרשות,


WOW, זיין גאנצע ביהמי"ד און אלע זיינע 300 חסידים רופן אין אים באמת "דעם דור'ס ראש ישיבה"?! טאקע א דערגרייכנוג,

ביטע, די אשכול איז אין "ישוב העולם - דירות און ישובים" אפטיילנוג, נישט אין די "על הצדיקים" אפטיילנוג, יעדער דא ווייסט שוין וואס זיינע תלמידים האלטען פון אים, אויב וויל איר נישט אז אנדערע זאלן שרייבען די מיינוג פון די נישט תלמידים {מעגליך פאזאטיוו, איי דאנט קנאו, אבער איר האט נישט קיין גאראנטי דערויף...} איז ביטע האלט אייך צום נושא האשכול.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 06, 2019 2:54 pm

פרנס היום האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
עולם השקר האט געשריבן:
קאטאגאריש האט געשריבן:אלע שטעטליך ביז היינט האט מען געפענט פאר רוחניות אין דער נייער עולם איז געפארן מיט מסירות נפש לעשות רצון הצדיק, במילא האט דער צדיק געדארפט מאפען אז עס זאל זיך אויסארבעטען, קרית יואל זענען די חסידים געווען אזוי פארגלייבט אז א דאס האט ניטאמאל אויסגעפעלט

היינט מאפט מען פאר געלט,

אבער עס קומט אסאך קרעדיט פאר א רבי וואס געבט אוועק זיין מלוכה אין שטאט, אין נעמט דער וואנדער שטעקען לטובת זיינע חסידים


קיינער רעדט נישט פון אויפגעגעבן זיין מלוכה , סך הכל עפענען נאך א ברענטש , נעם למשל סאטמאר מהר"א וואס איז אויפגעסעט און וויליאמסבורג,קרית יואל אין און בארא פארק , זיי האבן געפענט אין מאנסי פאר זייערע מענטשן אין מאנסי ,אבער למעשה איז עס געווארן נאך א מקום ווי חסידי מהר"א קענען מופן גרינגערהייט און עס האבן טאקע אהינגעמופט א ריזן עולם פון שטאט די לעצטע פאר יאר און די מוסדות נעמט זיי אויף מיט ברייטע ארעמעס בדרך כלל אלע זייערע מענטשן פון וויליאמסבורג און בארא פארק גרינגערהייט


אין סקווער איז שוין לאאאאאנג נישט דא קיין פלאץ שיקט טאקע די רבי זיינע חסידים צו נייע געגענטער אויפצובויען. אמאל האט ער געשיקט א שיינע פאר יונגעלייט קיין מאנטריאל און היינט שיקט ער קיין סטעטן איילענד.

סאטמאר, פארוואס זאל איינער פון חסידי מהר׳׳א וועלן זיין אויף אן אנדער פלאץ ווי מאנרא ?
וה׳׳ה מחסידי מהרז׳׳ל פארוואס זאל ער אוועקמופן פון וומ׳׳ס ?
ראחמיסטריווקא פארוואס זאל ער אוועקמופן פון בארא פארק ?

די מאכסט אייגענע השערות ,
עס האבן געמופט בערך 200 משפחות פון שטאט פון חסידי מהר"א די לעצטע פאר יאר קיין מאנסי ,אויסער וואס רוב מופן קיין קרית יואל, איז דא א מספר חסידי מהר"א געמופט קיין זשערסי סיטי

חסידי מהרז"ל האט בערך 1000 משפחות אין קרית יואל און עס מופן יערליך ארויס א מספר פון זיינע חסידים פון שטאט קיין קרית יואל /מאנסי /זשערסי סיטי/לעיקוואד/בלומינגבורג

ראחמסריווקא האט חסידים אין א מוסד אין לעיקוואד , דאכט זיך די ערשטע עכט חסידישע מוסד אין לעיקוואד

סקווירא אויסער נישט האבן קיין פלאץ מער אין שטעטל ,האבן זיי א תקנה אז איינער וואס איז נישט א איידעם אין סקווירא קען נישט וואינען דארט , סאיז א אנדערע מעשה בכלל אבער סקווירר האט אריינגעלייגט שווערע געלטער אין עלענוויל אין א נייע שטעטל 15 יאר צוריק און ליידער האט עס מיאוס געפאלאפט , אבער אין מאנסי האט זיך סקווירא זייער שטארק געבויעט די לעצטע פאר יאר און אין סטעטען איילענד טאקע האבן זיי געפענט א שטיבעל און אויך אין מאנטיסעלא וואס זיי קוקן ארויס עס זאל ווערן א ישוב דארט וואס די סקווירא רבי בייגלייט


זעה איך האסטו מיר בכלל נישט פארשטאנען.
קיינער לייקנט נישט אז מען מופט אין גרויסן אפגעזען וועלכע חסיד מען איז.
(איך האב א סקווערע קאזין וואס האט לעצטנס געמופט קיין קרית יואל)
מיין פוינט איז געווען אז א סקווערער חסיד קען נישט וואוינען אין סקווער אפילו ווען ער וויל. אויטאמאטיש אז די יונגעלייט זענען נישט אויפן פלאץ ווי זיי ווילן זיין קען מען זיי שיקן ווי מען וויל און סקווערער רבי שיקט טאקע יונגעלייט צו געגנטער ווי ער אליין אדער זיינע יונגעלייט ווילן אויפבויען א געגנט. לעת עתה שיקט ער בדרך כלל קיין סטעטן איילענד.
א אנדער חסיד וואס האט אן אינטערעסע צו זיין נעבן זיין רבין און ער וואוינט שוין דארט ממילא האט נאך א סיבה צו בלייבן. דער סיבה האט נישט קיין סקווערער חסיד.

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דאנארשטאג יוני 06, 2019 4:34 pm

פרנס היום האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:גוט געזאגט-שרייב פעדער

און די וויזשניץ'ע רבי'ס זענען בכלל א מוסטער וואס וועט אויפוועקן אנדערע אדמורים, זיי זענען קוים רבי'ס א יאר און זיי זענען אלע מסודר מיט בנינים נישט סתם, און סיי די וויליאמסבורג'ע רבי זיכט א מקום אינדרויסן פון שטאט פאר זיין ישיבה גדולה און א שטעטעל פאר זיינע חסידים, ווי זיי זענען שוין געזיצן למשל מיט די דעוועלעפערס פון בלומינגבורג און קוקן אויף אנדערע אפציעס , סיי גיבערס ארבעט שווער פאר נאך 92 דירות וואס די קהלה גייט פארקויפן , סיי די וויזשניץ בארא פארק רבי איז געגאנגען באזיכן זשערסי סיטי פאר א מעגליכקייט פאר א שטעטל פאר זיינע חסידים און די ירושלים רבי וואס טוט שוין למעשה אין לעיקוואד !


האב איך געקלערט אזוי נאכן דאס ליינען , אז טאמער די אלע נייע סקולען'ע רבי'ס וועלן אויך עפענען פרישע געגענטער פאר אידן ווי צו קענען וואינען פאר ביליג וועט זיין וואיל פאר כלל ישראל אי"ה


למשל וויען וואלט אויך געקענט שיקן א צאל חסידים ערגעץ
טאהשע דיין אין בארא פארק וואלט אויך געקענט ארויסשלעפן א ציבור אידן
ספינקא רביים וואלטן געקענט עפענען געגנטער
קהילת צעהלים וואלט געקענט ארויסשלעפן א ציבור, ועוד ועוד

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:58 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:גוט געזאגט-שרייב פעדער

און די וויזשניץ'ע רבי'ס זענען בכלל א מוסטער וואס וועט אויפוועקן אנדערע אדמורים, זיי זענען קוים רבי'ס א יאר און זיי זענען אלע מסודר מיט בנינים נישט סתם, און סיי די וויליאמסבורג'ע רבי זיכט א מקום אינדרויסן פון שטאט פאר זיין ישיבה גדולה און א שטעטעל פאר זיינע חסידים, ווי זיי זענען שוין געזיצן למשל מיט די דעוועלעפערס פון בלומינגבורג און קוקן אויף אנדערע אפציעס , סיי גיבערס ארבעט שווער פאר נאך 92 דירות וואס די קהלה גייט פארקויפן , סיי די וויזשניץ בארא פארק רבי איז געגאנגען באזיכן זשערסי סיטי פאר א מעגליכקייט פאר א שטעטל פאר זיינע חסידים און די ירושלים רבי וואס טוט שוין למעשה אין לעיקוואד !


האב איך געקלערט אזוי נאכן דאס ליינען , אז טאמער די אלע נייע סקולען'ע רבי'ס וועלן אויך עפענען פרישע געגענטער פאר אידן ווי צו קענען וואינען פאר ביליג וועט זיין וואיל פאר כלל ישראל אי"ה


למשל וויען וואלט אויך געקענט שיקן א צאל חסידים ערגעץ
טאהשע דיין אין בארא פארק וואלט אויך געקענט ארויסשלעפן א ציבור אידן
ספינקא רביים וואלטן געקענט עפענען געגנטער
קהילת צעהלים וואלט געקענט ארויסשלעפן א ציבור, ועוד ועוד

אויך
פאפא
באבוב 45
באבוב 48
קלויזענבורג
ועוד ועוד

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יוני 11, 2019 12:40 am

כהאב געפענט דעם אשכול מיט גרויס עקסטאז.
דורך גליינט די זעקס בלעטער
און געוואויר געווארען ווי לאנג דער ברך משה האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל
מיט אנדערע זינלאזע שטותים.
קען איינער אריינקומען מיט עפעס נומערן בילדער פאקטען וכדומ'?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג יוני 11, 2019 12:49 am

סארקאזי האט געשריבן:כהאב געפענט דעם אשכול מיט גרויס עקסטאז.
דורך גליינט די זעקס בלעטער
און געוואויר געווארען ווי לאנג דער ברך משה האט זיך אויפגעהאלטען אין קרית יואל
מיט אנדערע זינלאזע שטותים.
קען איינער אריינקומען מיט עפעס נומערן בילדער פאקטען וכדומ'?

זעהט אויס אז ס'איז נישטא מער פרטים ווי די ערשטע תגובה
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » מיטוואך יוני 12, 2019 6:06 pm

למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 12, 2019 6:10 pm

איך האב נישט אדורך געליינט די אלע בלעטער. ס'איז למעשה דא הייזער פאר אונטער 100 אלפים?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך יוני 12, 2019 8:10 pm

TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

כלל ישראל האט זיך לעצטערע יארן אויפגעוועקט, מקען וואוינען און מופען אן דארפן טוישן זוינונגן, די געדאנק פון טוישן זוינונגן פאר היימישע צוועקן is sooo 2010..

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך יוני 12, 2019 11:23 pm

TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

פארוואס עפעס? וואס איז שלעכט אויב איעדע אידישע משפחה האט 3 עיקערס?
מען האט א הייזקעלע, א שטיקעלע shed פאר storage, א detached garage מיט א שחיטה בודקאלע. אזוי ווי אמהאל.
מען ברויך נישט טוישען קיין זאונינג, און אויך נישט קיין וועריענסעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:37 am

Kosher Travel האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

פארוואס עפעס? וואס איז שלעכט אויב איעדע אידישע משפחה האט 3 עיקערס?
מען האט א הייזקעלע, א שטיקעלע shed פאר storage, א detached garage מיט א שחיטה בודקאלע. אזוי ווי אמהאל.
מען ברויך נישט טוישען קיין זאונינג, און אויך נישט קיין וועריענסעס.

און וואו פונקטליך וועלן די משפחות קויפן ברויט מיט פינאט באטער? ביי א גראסערי א האלבע שעה אוועק? און וויאזוי וועלן זיי דארט אנקומען?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:04 am

Kosher Travel האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

פארוואס עפעס? וואס איז שלעכט אויב איעדע אידישע משפחה האט 3 עיקערס?
מען האט א הייזקעלע, א שטיקעלע shed פאר storage, א detached garage מיט א שחיטה בודקאלע. אזוי ווי אמהאל.
מען ברויך נישט טוישען קיין זאונינג, און אויך נישט קיין וועריענסעס.


עס וואלט ווען זייער גיט געווען, אויך א שפחה כנענית, מיט א סינק וואס רינט אראנזש זשוס
קענסט בויען דיין הויז אויף 10 עיקר, אבער פאר מענטשען וואס קענען נישט עפארדען, האף איך אז מען וועט טוישען די זאנינג,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:34 am

history האט קלאהר געוויזן אז ווען מען טוישט די זאונינג גייען פרייזן ארויף. ממילא...

דער סתם, עמך עולם, דערלייגט נאר ווען מען טוישט די זאונינג, ווייל די פרייזן גייער ארויף.
די quality of life גייט אראפ down the drain. מען באקומט קלענערע, פארשטופטע הייזער, פאר מער געלט.
למשל... אויף מיין קארנער איז געוועהן א סינגלע פאמיליע הויז אויף א פערטעל אקער לאנד. נו... ב"ה, מען האט גאמכט וועריענסעס און מען האט ארויפגעבועיט 6 דירות. א מחי'? אמת? ניין, נישט אמת. מען האט פארקויפט דירות פאר איבער אכט הונדערט און פופציג טויזענט!!! וועט איהר אוואדאי מיינען די שענסטע? עה, מיטאמאהל די סיידוואלק האט מען איבערגאמאכט! און ווען ראקלענד קאושער דעליווערט ארדערס, ווערט די גאנצע גאס אפגעשפארט! ווייל אין די דרייוועי פיט נאר אריין איין קאר.

איך רעדט שוין נישט פון די פאקט, אז מיהר האבן אינגאנצען פארלוירן די מה טובו אוהליך יעקב, שאין פתחותיהן מכוונות. אז ווען די נשים צדקניות זעצען זיך ארויס זיך אפרוען איז אין יוצא ואין בא.

משא"כ, אויב וועט מען ציורק גיין אין די אלטע מאנסי סטייל הייזער, וועט איעדער האבן זיין הייזקעלע, זיין מנוחת הנפש. מעג זיין ביליג, מעג זיין אלט. מען ברויך נישט בויען נייע שטעטעליך, נייע ישובים. מען ברויך רבנים, ווי דער ראש ישיבה שליט"א, זאלן זיין בראש פון א נייע קיבוץ אידן. מען קען דאס טוען אין ליבערטי, מאנטיסעלו, וכו'. און אוודאי, מען קען בויען נייע ישובים אויך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:37 am

מיט אזא זאונינג וועלן די נשים צדקניות און די קינדער זיך נישט דערווייגען ארויס צוטרעטן פון הויז פרייטאג צונאכטס אפילו ווען ס'איז זייער וויכטיג, בפרט אז די מאונטענס איז בערג און טאלן, און חוץ פון דעם, די בערן פארברענגן דארט גאנץ באקוועם.

מ'רעד פון א נארמאלע זאונינג ווי א הויז אויף א האלבע עיקער. און נישט איינס אויף דריי עיקער.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 13, 2019 1:06 pm

שוין... זענען מיהר שוין נישט אזוי ווייט און אונזער מיינונגען...

איך האב געשריבן ליבערטי, ני. יארק, ווייל דארט קענען מען קויפען גאר אסאך הייזער אויף א פערטעל אקער, און אביסעלע דערנעבן, איין הויז אויף דריי אקער לאנד. בקיצור, מען קען האבן ביידע, והבוחר יבחר, אהן דארפן בויען א נייע שטעטעל, נייע סוער, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
TAG
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך TAG » דאנארשטאג יוני 13, 2019 3:24 pm

ס'איז א חילוק פון ליבערטי (town of liberty) און די ווילידז ליבערטי (village of liberty) אין די ווילידז קען מען טאקע האבן פאר גאנץ ביליג הייזער אויף אן האלבע עיקער, עס זעט אויס אז די גאנצע ווילידז איז אויף סעיל. אבער אביסעל ארויס פון די ווילידז איז די זאוניניג איין הויז אויף 3 עיקער.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:13 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

פארוואס עפעס? וואס איז שלעכט אויב איעדע אידישע משפחה האט 3 עיקערס?
מען האט א הייזקעלע, א שטיקעלע shed פאר storage, א detached garage מיט א שחיטה בודקאלע. אזוי ווי אמהאל.
מען ברויך נישט טוישען קיין זאונינג, און אויך נישט קיין וועריענסעס.


אידישער לעבן איז נישט אויסגעשטעלט פאר דריי acre פאר א משפחה.

ע"פ רוב לעבן מיר נישט מיט איין קינד און צוויי כלבים, ב"ה מיר האבן קינדער וואס דארפן חברים צו שפילן, און גרעסערע קינדער דארפן אנקומען אין חדר/שולע, טאמער וואוינט מען ווען דען אין אזעלכע אויסגעשפרייטע פלעצער, וועסטו דארפן שפאצירן שבת א שיין מהלך נאר אנצוקומען צו א מנין מצומצם'דיגע שטיבל.
ועוד ועוד.

וואס יא? 3 משפחות אויף איין acre איז שוין גענוג גרויס צו קענען לעבן, און גענוג קליין אויף זיך צו קענען האלטען צוזאמען. והנלענ"ד כתבתי.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:36 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
TAG האט געשריבן:למעשה קיין סאך פרטים שטייט נישט אין דעם אשכול. ס'איז מסתבר אז זיי קויפן אפ הייזער און זיי בויען נישט אויף קיין געגענט. לכאורה ווילן זיי אז בעיקר אנ"ש זאלען דארט וואוינען.

עס קען זיין א טובה פאר כלל ישראל, אז די אידען זאלען באקומען מער מאכט אין די אינסטאנצן און מ'וועט קענען טוישען די שווערע זאונינג פון סאליווען קאונטי און נישט דארפן שתדלן פאר וועריענסעס און באצהל'ן דערפאר מיט'ן דארפן איבער בויען די סוער סיסטעמס אדער אנדערע איפרעסטראקטשער.

אין רוב געגענטער קען מען נאר בויען איין הייזקע אין 3 עיקער, חוץ אין די ווילידזעס, און פאר אידישע געזעלשאפט איז דאס זייער שווער.

פארוואס עפעס? וואס איז שלעכט אויב איעדע אידישע משפחה האט 3 עיקערס?
מען האט א הייזקעלע, א שטיקעלע shed פאר storage, א detached garage מיט א שחיטה בודקאלע. אזוי ווי אמהאל.
מען ברויך נישט טוישען קיין זאונינג, און אויך נישט קיין וועריענסעס.


אידישער לעבן איז נישט אויסגעשטעלט פאר דריי acre פאר א משפחה.

ע"פ רוב לעבן מיר נישט מיט איין קינד און צוויי כלבים, ב"ה מיר האבן קינדער וואס דארפן חברים צו שפילן, און גרעסערע קינדער דארפן אנקומען אין חדר/שולע, טאמער וואוינט מען ווען דען אין אזעלכע אויסגעשפרייטע פלעצער, וועסטו דארפן שפאצירן שבת א שיין מהלך נאר אנצוקומען צו א מנין מצומצם'דיגע שטיבל.
ועוד ועוד.

וואס יא? 3 משפחות אויף איין acre איז שוין גענוג גרויס צו קענען לעבן, און גענוג קליין אויף זיך צו קענען האלטען צוזאמען. והנלענ"ד כתבתי.


אפילו פיר אדער פיר א האלב הייזער אויף א עיקער קען זיין זייער שיין אויב עס איז געהעריג אויסגעשטעלט.
א סינגעל פאמיליע צוויי שטאקיגע הויז אויף א 80 ביי 120 לאט קען זיין הערליך שיין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 13, 2019 4:40 pm

ניין, מיהר האבן נישט צוויי כלבים. ממילא? איהר זאגט דאך אליינס אז די קינדער דארפן האבן ווי צי שפילן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:27 pm

בר דעת האט געשריבן:
אפילו פיר אדער פיר א האלב הייזער אויף א עיקער קען זיין זייער שיין אויב עס איז געהעריג אויסגעשטעלט.
א סינגעל פאמיליע צוויי שטאקיגע הויז אויף א 80 ביי 120 לאט קען זיין הערליך שיין.


ריכטיג. אבער צו דעם דארף מען שוין קענען טוישן זאונינג.


Kosher Travel האט געשריבן:ניין, מיהר האבן נישט צוויי כלבים. ממילא? איהר זאגט דאך אליינס אז די קינדער דארפן האבן ווי צי שפילן.


נישט נאר ווי, נאר אויך מיט וועמען.

וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז, אז צו גרויס איז בכלל נישט אינטרעסאנט, צו קליין אויך נישט.
איז דארף מען טוישן זאונינג.
נישט ווי איך האב פארשטאנען פון דיר אז מ'דארף נישט טוישן, ווייל מ'דארף יא.
ותו לא מידי.

בין איך אבער יעצט מוסיף, אז אפילו ווען מען טוישט זאונינג דארף מען האבן אביסל שכל, אז מיר זאלן חס ושלום נישט אויסקוקן ווי דיין שכן, וואס האט געבויעט 6 דירות.

זעה איך יעצט וואס דו שרייבסט אז:
Kosher Travel האט געשריבן: דארט קענען מען קויפען גאר אסאך הייזער אויף א פערטעל אקער, און אביסעלע דערנעבן, איין הויז אויף דריי אקער לאנד.


ממילא חוזרני בי. אבער יא. איך האלט ווייטער וואס איך האב געשריבן, און די האלט'ס אויך כמעט אזוי. והכל על מקומו יבוא בשלום ושלוה והשקט ובטח.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:43 pm

איהר שרייבט ווי א ברסלב'ער.
ועושה שלום במרומיו, הוא יעשה שלום עלינו.
איך מיין מיהר האלטן די זעלבע זאך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 2 געסט