איז דא א פארלאנג פאר א מאנסי אידישע Online Directory, א שטייגער ווי Yelp?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א פארלאנג פאר א מאנסי אידישע Online Directory, א שטייגער ווי Yelp?

יא, עס איז גאנץ וויכטיג, און איך וואלט זיך באנוצט דערמיט
17
43%
פארוואס נישט? מהיכי תיתי, עס קען זיין הילפיג דא און דארט
21
53%
אה, קיינמאהל נישט, עס פעלט נישט אויס, איך וועל עס קיינמאהל נישט נוצן
2
5%
 
סך הכול שטימען: 40

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

איז דא א פארלאנג פאר א מאנסי אידישע Online Directory, א שטייגער ווי Yelp?

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 04, 2019 5:42 pm

טייערע ידידים, חברי אייוועלט.
א וויילע צירוק, האב איך האב געארבייט שווער אויף א אידישע דירעקטארי פאר מאנסי בפרט, און ראקלענד קאונטי בכלל. עס איז געוועהן live פאר א קליינע צייט, אבער קיינמאהל נישט געוועהן בשלימות, ביז עס איז געגאנגן שלאפן (ווען איך האב נישט באצאלט צו באנייען די hosting.

עס איז מיהר אריין אין קאפ צו מאכן א נייע פולער online directory פאר Monsey און אומגעגענט. עס וועט זיין א פולער לאקאלא דירעקטארי, נאר פאר מאנסי און אומגעגענט, א שטייגער ווי Yelp. אבער פארשטייט זיך, אויף א ערליכע און איידעלע פארמאט.

עס וועט האבן א פאר גרעסער חלקים:

חלק א:
בתי מדרשים און מנינים. א שטייגער ווי godaven.com, אבער נאר פאר מאנסי און אומגעגענט. מען וועט קענען זעהן זמני התפילות, נוסח התפילה, רב הביהמ"ד, דירעקציעס, ועוד.

חלק ב:
Food and Dining. עס וועט האבן אלע כשר'ע רעסטוראנטען, סופערמארקעטס, take out ועוד. אלעס ארגאנאזירט לויט meat, dairy, parve, מיט די menus, רב המכשיר, כשר אינפארמאציע ווי ישן, פת ישראל, וכו'.

חלק ג:
Retail Shopping אריינגערעכט אלע געשעפטן אין מאנסי און אומגעגענט. קליידער, שיך, עלעקטראניקס, ועו'.

חלק ד:
ביזנעס טו ביזנעס.

חלק ה:
אלע מיני services and repairs פארן הויז. פלאמבערס, רופערס, עלעקטרישען, קארפעט קלינינג, וכו'.

חלק ו:
Real Estate אריינגערעכט א ליסטע פון real estate agents, ווי אויך הייזער פאר rent and sale.

בקיצור, א פולער אידישע Yelp.

מיין קשיא צו די חשובער חברים: איז דא א פארלאנג פאר דאס?

ביטע גיבט איבער אייער vote, ווי אויך אייער מיינונג, קריטיק, איידיעס, וכו'.

א גרויסן ישר כח פון פאראויס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דינסטאג יוני 04, 2019 6:17 pm

וויאזוי וועט זיך עס דעקו?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 04, 2019 7:20 pm

א גוטע ניק האט געשריבן:וויאזוי וועט זיך עס דעקו?

איך וועל זיך שוין אן עצה געבן אי"ה. איך וויל קודם וויסן אויב עס איז דא א פארלאנג פאר אזא באשעפעניש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יוני 04, 2019 7:47 pm

אז ס'איז נאר מאנסי בוזטו שטארק באגרעניצט אין הילף און אין באנוצער, אבער די איידיע איז גאנץ פיין.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג יוני 04, 2019 8:03 pm

האסט דערמאנט Yelp אפאר מאל, זייער פאפולעריטעט איז בעיקר צוליב די ריוויוס, וואס איך גלייב נישט אז די גייסט וועלן נאכמאכן און מטפל זיין דערמיט.

סתם א אנליין יעלא פעידזשעס איז נישט עפעס א מוראדיגע זאך היינט צוטאגס. ווען איינער זוכט למשל א שוסטער אין מאנסי קלאפט ער אריין ביי גוגעל shoe repair 10952 און באקומט אלע רעזולטאטן. די זעלבע זאך כמעט יעדע אינדאסטרי האט גוגעל אליינס אלע ביזנעס ליסטינגס. אפשר די חלק פון היימישע נישט אלגעמיינע געשעפטן אדער סערוויסעס, אתרוג סוחר, בדחן, שדכן מוהל, וכו. אבער איך מיין אז רוב מענטשן האבן אינדערהיים די אידישע דירעקטאריס.

בקיצור איך זעה נישט דיין ספעציעלע ניטש מארקעט ווי דו ווילסט אריינקומען, מיטן פלאן צו קענען מאכן געלט פון עדס וכו.

נאר מיין מיינונג

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג יוני 04, 2019 8:09 pm

גאר נוצבאר פאר פרישע איינוואוינער, (הגם דו גלייכסט זײ נישט אזוי...)

משהלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יוני 04, 2019 8:21 pm

גייסטו נעמען געלט פון געשעפטן אפצומעקן נעגאטיווע אינפארמאציע, און זיך אזוי דעקן, כמנהג העולם?

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג יוני 04, 2019 9:00 pm

קענסט אים?
https://exploremonsey.com/
כ'בין נישט זיכער פונקטליך וואס ער וויל אבער ס'איז גאנץ ענדליך (כ'קען אים גראדע פערסאנעלי)
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » דינסטאג יוני 04, 2019 9:01 pm

יעלפ איז בעיקר פאר עסן און טרונקן עסטאבלעשמענטס ביי גויים וואס האבן א ענדלאזע אויסוואל פון אלע מיני ניטשעס. ביי אידן ווייסט יעדער פון די עטליכע וואס איז דא און סנישט שייך צופיל צו זאגן. חוץ פון גוט און נישט גוט. וואס איז פראבלעמאטיש מצד הלכה און פראקטיק.
לעצט פאראכטן דורך מתון מתון אום מיטוואך יוני 05, 2019 2:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 04, 2019 9:27 pm

יענקעלע האט געשריבן:גאר נוצבאר פאר פרישע איינוואוינער, (הגם דו גלייכסט זײ נישט אזוי...)

איך גלייך זיי יא. איך גלייך נישט ווען זיי ווילען וואקען אויף יענעמס גראז, פייפען עלעף דרייסיג ביינאכט, אדער סתם זיין א נעכס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך יוני 05, 2019 12:30 am

איך האלט ס'איז גאנץ א גוטע איידיע, איז מיר נאר געווען אינטרעסאנט, וואס איז דיר דאס בייגעפאלן
ביז איך האב געזעהן דיין אונטערשריפט
Kosher Travel האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


האב איך שוין פארשטאנען, אז דו ווילסט אים איבערנעמען
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך יוני 05, 2019 4:03 pm

שמו האט געשריבן:איך האלט ס'איז גאנץ א גוטע איידיע, איז מיר נאר געווען אינטרעסאנט, וואס איז דיר דאס בייגעפאלן
ביז איך האב געזעהן דיין אונטערשריפט
Kosher Travel האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


האב איך שוין פארשטאנען, אז דו ווילסט אים איבערנעמען

איך האב גראדע נישט געוויסט פון די עקספלאור מאנסי סייט. איך מיז זאגן אז עס איז שיין, אבער ברויך ווערן בעסער אויפגעארבייט.
איך האב שוין געהאט א פילע וועבסייט וואס עס האט געארבייט. איך האב פשוט פארנאכגעלאזט צו באצאהלען די האסטינג און עס איז געוואראן פארמאכט. פרעג איך איצטער און די אשכול, אויב עס לוינט זיך אויפמאכן נאכאמאהל. פארשטייט זיך, אז איך פלאן עס גאר גיט אויפארבייטען מיט גיטע ליסטינגס, אלע שולען, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אור
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך יוני 05, 2019 4:31 pm

הרב טרעוול
אפשר לייגסטע ארויף דיין סייט דארט ווי די האלטסט, ירא הקהל וישפוט

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך יוני 05, 2019 4:36 pm



צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט