עצות ביים בויען עס זאל קאסטן 80 $ א סקווער פיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

עצות ביים בויען עס זאל קאסטן 80 $ א סקווער פיס

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 31, 2019 12:25 pm

איינער וואס קען זיך אויס האט מיר געזאגט אז עס איז מעגליך צי בויען פאר 80 $ א סקווער פיס
צי בויען אין אפסטעיט פאר די היימישע עולם לויט די היינטיגע סטאנדארד קאסט צווישן 120 און 150 א סקווער פיס, נאך פאר לוקסוס און עקסטערס
ס'איז דא א בילדער וואס האט שוין געבויט דירות פאר 80 דאלער א פיס, מען דארף פארקיקן אויף עטליכע סטענדארט' ס
וויאזוי מאכט ער עס
ער דיזיינט די פלען אז די דירה זאל זיין פיר עק נישט אריין ארויס
ער האט א מהלך ביי די פלען צי דארפן ניצן ווייניג צימענט
ער בויעט מיט פרעס וואד
ער מאכט נישט די טראדיציאנעלע סטים, נאר עס קומט פון די דאך, פון די עיר קאנדישן דאקס
ביי פלאמבינג דיזיינט ער די שטיבער אז מען זאל נישט דארפן ציען אזויפיל פייפס
סטיקער פלאר אין קאך
ביליגע ווינדא'ס
אא'' וו

מען דארף זיין גרייט זיך ציצימאכן די אויגן ביז מען ענדיגט בויען
עס איז הערליכע דירות באמת, אסאך רענטל דירות זענען סאך ערגער. אין עצי תמרים אין ק'' י האט מען געבויט עטוואס אזוי די 5 רומיגע

ווער עס האט איידיעס אין עצות עס זאל אויסקימען ביליג זאל אריינקומען

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 31, 2019 12:36 pm

לעניות דעתי נראה אז מ'קען אזוי בויען נאר פאר רענטלס ווייל קיינער וויל נישט קויפן א הויז ווען ער ווייסט אז ס'באשטייט פון פעפער און נאך יעדע פאר יאר וועט אים עס קאסטן אסאך מער פאר ליקס און טייערע ריפעיר כידוע ליודעי חן...

בד"וו רוב זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט האסט גארנישט מיט קיין סטענדערט. ס'האט מיט וואוינען מיט קעלט וואס שנייט אריין ווינטער פון די ביליגע ווינדאוס, נישט קיין אנגענעמע היץ פון די היטינג, וכו'
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מאי 31, 2019 12:38 pm

ס'איז ווערד יעדע פעני אריינצולייגען געהעריגע סטיעם (בעיסבאורד אדער רעדיעטער)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך וואלט דעבאטירט דעם קעפל, און דא ליגט די מיליאן דאללער פראגע

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 31, 2019 12:50 pm

דו האסט געגעבן א שיס ארויס עצות ס'זאל קאסטן נאר 80 א סקווער פיס, איך מוטשע זיך שוין מיט די נושא איבער צוואנציג יאר, (ס'ריקט זיך לויט אינפלאציע שטייטזעך)לעזערקרויס האט עס דערמאנט אין זיינע שמועסן.
און איך האלט עס איז א פראגע נישט קיין סאלושען, זאל מען בויען פאר אכציג, אדער הונדערט פופציג אדער ערגעץ אינדערמיט (מ'רעדט פון קאנסטראקשען נישט לאט אין אינפראסטרוקטשער, און מ'רעדט פון "עווערידזש" - קוםנישט מיט מיין פעטערס קאזין, און אפילו נישט פון דיר אליין, מ'רעדט פון עווערידזש און אז אלע וואס זענען אינוואלווד מאכן ריוח כמנהג המדינה, לאמיר זאגן געבויעט פאר גויים אין מידעלטאון)
די שאלה איז פשוט
אויב כ'געדענק גוט צאלט מען ארום (נאכאמאל עווערידזש) 500 דאללער א חודש מארגידזש פאר 100 אלפים הלואה
דאס מיינט אז פאר א צוויי טויזנט סקווער פיס דירה וועט מען צאלן ארום הונדערט אלפים מער ווען מ'לויפט פון 90 דאללער א סקווער פיס צו 140 דאללער א סקווער פיס, דאס קומט אויס אונטער צוואנציג דאללער א טאג זאגן מענטשן וועל איך לעבן סאך סאך מער בעל בתי'שער, ספעשל ווען מרעכנט אז מארגידזש צאלט מען דרייסיג יאר וואס איז שוין צוואנציג דאללער צוואנציג יאר ארום, (כ'געדענק נאך 30 יאר צוריק ווען כ'האב געמיינט אז נאר מיליאנערן קענען ווארפן הונדערטערס - מיין אייניקל דארף דאס געבן פורים פארן חדר היינט צוטאג)
איך ברענג נאר איין זייט פון די דעבאטע, מ'קען מרחיב זיין און מרחיב זיין פון אלע זייטן.
איין זאך איז קלאר, אז ווען איינער קען "נאר" קויפן ביליג אודאי איז עס בעסער פון גארנישט, אבער די שאלה איז אויך אפשר זאל ער שניידן פון די סקווער פיס פאר בעסערע קוואליטי? סאיז א אמת'דיגע האנעסט דעבאטע אז מען וויל דעבאטירן די "מעריטס" פון ביידע צדדים אן קיין קנאה שנאה און פאראורטייל!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 31, 2019 12:58 pm

איש האשכולות האט געשריבן:ס'איז ווערד יעדע פעני אריינצולייגען געהעריגע סטיעם (בעיסבאורד אדער רעדיעטער)

מ'קען דאס זאגן כמעט אויף יעדע אפגרעיד עקסטער, דער פראבלעם איז אז "אלע" אפגרעידס איז פאר זייער אסאך אירע צו טייער, און אויף יעדע זאך ווערט די שאלה וואס זאל איך מוותר זיין, און וויפיל מאכט שוין די איין זאך אויס.
אזויפיל וועל איך זאגן פון מיין אייגענע עקספיריענס
איך האב מורא'דיג הנאה געהאט פון יעדע זאך וואס כ'האב צוגעצאלט ביים בויען אונזער קאנדא אין בארא פארק צב"ש סענטרעל עיר קאנדישאן האט ער געבעטן עקסטער, אויך קעסט אייראן סטים, בעסערע האלץ אויפן פלאר, און סהאט געלוינט יעדע פעני, וואס כ'האב נישט געקענט אפארדן דעמאלטס באדערט מיך נאך יעצט, למשל כ'האב נישט קיין פארווע חלק אין קאך, אויך נישט געמאכט פלאמבינג פאר פסח קאך, ועוד, למעשה כ'האב שוין נישט געקענט עפארדן דעמאלטס מער, איך האב נישט געהאט קיין ברירה צוצולייגן צום מארגידזש סאיז געווען א פארטיגע דיעל.
במילא - ווער ס'קען זיך ערלויבן "פראקטישע" פארבעסערונגען, און אויב ס'גייט אויפן מארגידזש און ער קען זיך עס טאקע ערלויבן "בדרך כלל" איזעס א נאויברענער, פראבלעם איז יעדער וויל און ביינונז מוז דאך יעדער קענען טרייבט עס ארויף די פרייזן ביז מ'ברעכט אונטער.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג מאי 31, 2019 12:59 pm

בבל האט געשריבן:איינער וואס קען זיך אויס האט מיר געזאגט אז עס איז מעגליך צי בויען פאר 80 $ א סקווער פיס
צי בויען אין אפסטעיט פאר די היימישע עולם לויט די היינטיגע סטאנדארד קאסט צווישן 120 און 150 א סקווער פיס, נאך פאר לוקסוס און עקסטערס

טעקניקלי קען מען גנב'נען און בויען פאר ביליג
כדי ארויסצוקומען מיט א בעסערע פיקטשער דארף דאס ווערן צוטיילט און מערערע דיטעלס
עס איז דא סטראקטשער און עס איז דא אינטעריערס

ווען די צאלסט ממון ודמים פאר א דירה נעם אינאכט אז ווי די קאטס קארנערס פון וויכטיגע סטראקטשערל פארטס ווען די בויסט פאר דיר וועסטו אין די לאנג ראן ארויפצאלן, ווען די בויסט פאר יענעם איז עס גראב גניבה

איינגעבויגענע ביעמס צווישן שטאקן אין 15 יעריגע הייזער
פאנדעישאן קרעק ווייסטו וואס קאסט צו פאררעכטן
גראבע עלעקטריקעל וויעלעישאנס וואס קען זיין קאטאסטראפיש
נישט נארמאלע ספעיס פאר בוילער וויפיל וועט דיר קאסט צו טוישן א בוילער
ווינדאס וואס מאכן זיך נישט צו און מען צאלט סאר סטיעם
וינדאויס וואס זענען נישט גוט געסיעלט
די חילוק אין די עלעקטריק ביל פאר געז סטיעם און בלאזיגע סטיעם
וכו' וכו'
צונעם יעדע זאך וואס מען נוצט און פארשטיי וואס די שעכסט אפ מיטן קארגן

סטראקטעשער איז א קוואליטי אינטעריער וועט מען קענען מער קעטאגארייזן אלץ לוקסוס און כאטש די קוואליטי ביי אינטעריער איז אויך פאקטאר אבער איז עס ווייט א חילוק פון דארפן טוישן אויל קלאט און די קיטשען יעדע פינעף יאר - ווי צו דארפן פארעכטן פענסטערס אדער קרעק אין די פאנדעישאן
פאר די פורפעס פון די קשיא ועסטו קענען האבן געוויסע זאכן וואס מען קען ריקן צווישן סטראקטשער און אינטעריער קעטעגארי וואס איך האב געשריבן, אבער שכל דארף מען האבן

בערל האקט עלמיר דאפן צוריק קומען

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג מאי 31, 2019 1:09 pm

נאכען פארקויפען אלע דירות און מאכען ווייניג געלט וועט מען נאכשרייען די בילדער אלץ גנב פארן קאטען קארנערס

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 31, 2019 1:12 pm

יוד אלף האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:איינער וואס קען זיך אויס האט מיר געזאגט אז עס איז מעגליך צי בויען פאר 80 $ א סקווער פיס
צי בויען אין אפסטעיט פאר די היימישע עולם לויט די היינטיגע סטאנדארד קאסט צווישן 120 און 150 א סקווער פיס, נאך פאר לוקסוס און עקסטערס

טעקניקלי קען מען גנב'נען און בויען פאר ביליג
כדי ארויסצוקומען מיט א בעסערע פיקטשער דארף דאס ווערן צוטיילט און מערערע דיטעלס
עס איז דא סטראקטשער און עס איז דא אינטעריערס

ווען די צאלסט ממון ודמים פאר א דירה נעם אינאכט אז ווי די קאטס קארנערס פון וויכטיגע סטראקטשערל פארטס ווען די בויסט פאר דיר וועסטו אין די לאנג ראן ארויפצאלן, ווען די בויסט פאר יענעם איז עס גראב גניבה

איינגעבויגענע ביעמס צווישן שטאקן אין 15 יעריגע הייזער
פאנדעישאן קרעק ווייסטו וואס קאסט צו פאררעכטן
גראבע עלעקטריקעל וויעלעישאנס וואס קען זיין קאטאסטראפיש
נישט נארמאלע ספעיס פאר בוילער וויפיל וועט דיר קאסט צו טוישן א בוילער
ווינדאס וואס מאכן זיך נישט צו און מען צאלט סאר סטיעם
וינדאויס וואס זענען נישט גוט געסיעלט
די חילוק אין די עלעקטריק ביל פאר געז סטיעם און בלאזיגע סטיעם
וכו' וכו'
צונעם יעדע זאך וואס מען נוצט און פארשטיי וואס די שעכסט אפ מיטן קארגן

סטראקטעשער איז א קוואליטי אינטעריער וועט מען קענען מער קעטאגארייזן אלץ לוקסוס און כאטש די קוואליטי ביי אינטעריער איז אויך פאקטאר אבער איז עס ווייט א חילוק פון דארפן טוישן אויל קלאט און די קיטשען יעדע פינעף יאר - ווי צו דארפן פארעכטן פענסטערס אדער קרעק אין די פאנדעישאן
פאר די פורפעס פון די קשיא ועסטו קענען האבן געוויסע זאכן וואס מען קען ריקן צווישן סטראקטשער און אינטעריער קעטעגארי וואס איך האב געשריבן, אבער שכל דארף מען האבן

בערל האקט עלמיר דאפן צוריק קומען

ביזט גערעכט, כ'געדענק א ערליכער קאנטראקטער האט מיר געזאגט דער ליין צווישן קוואליטי און עקסטער איז אזוי דין ז ס'איז כשר פאר א חלף, סאיז ממש הררים התליים בשערה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

נאך פאר איך ענדיג

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 31, 2019 1:14 pm

אבער, חס ושלום איך טו כלל נישט רעקאמענדירן צו רייסן און אויפצורייסן אויגן און צו לויפן צום טייערסטן, איך בין א גרויסער פראפאנענט פון שפארן און אכטונג געבן אויפן דאלער, פשוט איך צולייג אביסל די סוגיא, זאל דער עולם (די אינגווארג) יעצט זיך זעצן לערנען אבער שיעור עיון חברה!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 31, 2019 1:15 pm

איש האשכולות האט געשריבן:ס'איז ווערד יעדע פעני אריינצולייגען געהעריגע סטיעם (בעיסבאורד אדער רעדיעטער)

איך וואוין אין אזא דירה איך זעה נישט קיין שום פראבלעם, אפשר איז דא וואס עס שטערט די בלאזן פון די סטים, די ליפט קען זיין אפשר טריקן ווינטער

כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג מאי 31, 2019 1:41 pm

בבל האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ס'איז ווערד יעדע פעני אריינצולייגען געהעריגע סטיעם (בעיסבאורד אדער רעדיעטער)

איך וואוין אין אזא דירה איך זעה נישט קיין שום פראבלעם, אפשר איז דא וואס עס שטערט די בלאזן פון די סטים, די ליפט קען זיין אפשר טריקן ווינטער

אין מיין פאריגע דירה פלעג איך האבן סענטרעל סטיעם, און איך האב עס נישט געקענט פארטראגן ווינטער ווייל עס האט מיר געמאכט פארטרוקנט די הויט. יעצט האב איך קעסט איירן סטעים און עס איז א מחיה
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מאי 31, 2019 1:59 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:ס'איז ווערד יעדע פעני אריינצולייגען געהעריגע סטיעם (בעיסבאורד אדער רעדיעטער)

איך וואוין אין אזא דירה איך זעה נישט קיין שום פראבלעם, אפשר איז דא וואס עס שטערט די בלאזן פון די סטים, די ליפט קען זיין אפשר טריקן ווינטער

אין מיין פאריגע דירה פלעג איך האבן סענטרעל סטיעם, און איך האב עס נישט געקענט פארטראגן ווינטער ווייל עס האט מיר געמאכט פארטרוקנט די הויט. יעצט האב איך קעסט איירן סטעים און עס איז א מחיה

טריקענע ליפט איז איין זאך, ביי די עלעקטריסעטי צאלט מען איבער ביי די ענד אוו די געים, שוין אפאר מאל איבערצייגט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מאי 31, 2019 6:40 pm

ר' בערל, ס'איז א גרויסע חילוק צווישן סענטרעל סטים, און טיילס אויפן קאך פלאר, סענטרעל סטים איז ביי געוויסע א געזונט אומבאקוועמליכקייט, און א פלאר איז סך הכל שיין אדער שענער
. . . . . . .

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:03 pm

בבל האט געשריבן:איינער וואס קען זיך אויס האט מיר געזאגט אז עס איז מעגליך צי בויען פאר 80 $ א סקווער פיס
צי בויען אין אפסטעיט פאר די היימישע עולם לויט די היינטיגע סטאנדארד קאסט צווישן 120 און 150 א סקווער פיס, נאך פאר לוקסוס און עקסטערס
ס'איז דא א בילדער וואס האט שוין געבויט דירות פאר 80 דאלער א פיס, מען דארף פארקיקן אויף עטליכע סטענדארט' ס
וויאזוי מאכט ער עס
ער דיזיינט די פלען אז די דירה זאל זיין פיר עק נישט אריין ארויס
ער האט א מהלך ביי די פלען צי דארפן ניצן ווייניג צימענט - א בעיסמענט מיט געשפארטע צעמענט איז א דערהער אויף די גאנצע סטרוקטור וואס עס דארף האלטן און די גאנצע געביידע קאן זיין אויף הינערנע פוס
ער בויעט מיט פרעס וואד - דאס איז שוואך פאר א אידישע געביידע ואס ווערט גענוצט יעדן טאג פון יאהר און אגאנצען טאג
ער מאכט נישט די טראדיציאנעלע סטים, נאר עס קומט פון די דאך, פון די עיר קאנדישן דאקס - האמיר אמאל געוואוינט אין אזא דירה. עס איז גאר טרוקן און די היץ האלט זיך נישט. די ביל איז געווען ריזיג אין די ווינטער
ביי פלאמבינג דיזיינט ער די שטיבער אז מען זאל נישט דארפן ציען אזויפיל פייפס - א סטיעם האט א בעיסיק ווי עס זאל זיין. ביים שפארען איצט א פייפ, און נאכער וויל מען טוישען, איז עס שוין טייערער אוואו מען זאל עס האבען געצאלט די עקסטערע פאר טאללער פון אנפאנג
סטיקער פלאר אין קאך - געוואלדיג פאר א נישט אידישע קאך וואס ווערט גענוצט אין די וויקענדס און ווערט נישט אויסגעטרעטן אויף א טעגליכען פארנעם פון צופרי ביז ביינאכט
ביליגע ווינדא'ס - ביליג ביים בויען, און טייער נאך איינצעלנע יאהר וואס מען וועט עס שוין דארפען טוישען. סיי אין די ווינטער ווייל עס וועט אריינלאזען קעלט און די סטיעם וועט מער ארבעטן. און סיי אין די זוממער ווען עס וועט נישט האלטן די היץ אינדערויסען און די עירקאנדישאן וועט ארבעטן נאנ סטאפ מיט ריזיגע יוטיליטי ביללס
אא'' וו

מען דארף זיין גרייט זיך ציצימאכן די אויגן ביז מען ענדיגט בויען
עס איז הערליכע דירות באמת, אסאך רענטל דירות זענען סאך ערגער. אין עצי תמרים אין ק'' י האט מען געבויט עטוואס אזוי די 5 רומיגע

ווער עס האט איידיעס אין עצות עס זאל אויסקימען ביליג זאל אריינקומען

עס איז א פלאן פאר ביליגע געבוי, נישט קוואליטעט וואס א אידישע שטארק באנוצטע הויז און צוגעהערן דארף. דאס איז ביליג נאר ביים קויפן און טייער ביי יעדע זאך ווס מען גייט דארפן גאר נאנט נאכען זיך אריינציען
בוי זיך זעלבסט

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:55 pm

אין קרית יואל קען יעדער זעהן א געביידע אינמיטן בויען. נעבן רעצפעט /המספיק, מען בויעט מיט פרעס וואד
איך וואוין מיט סענטראל סטים עס איז נישט געפערליך( יא די הענד הויט קען טריקענען ווינטער)מיין יוטילעטי ביל איז נישט מורא'דיג
איך האב אליין געלייגט סטיקער טיילס( פאר זייער ביליג אין האם דיפאט, סאיז( זייער )שיין )אין מיין קאך עס האלט זיך שיין פאר 10 יאר.

סאיז זיכער אז עס איז בעסער גיטע אפגרעיטס אבער פריטה ופריטה מצרף לחשבון גדול מאוד

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יוני 02, 2019 12:04 am

איך זעה נישט ווי די קענסט מאכען ביליגער, סאטמאר לעיקוואד האט אויך געבויט מיט פרעססד וואד, און נישט געלייגט קיין קעסט אייראן סטים. סא עלימינירן די זאכן מאכט בהכרח נישט ביליג.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 12:57 am

דממה דקה האט געשריבן:איך זעה נישט ווי די קענסט מאכען ביליגער, סאטמאר לעיקוואד האט אויך געבויט מיט פרעססד וואד, און נישט געלייגט קיין קעסט אייראן סטים. סא עלימינירן די זאכן מאכט בהכרח נישט ביליג.

ששש דאס טאר מען נישט זאגן הויעך,דאס מיינט געבויעט ביליג און געבעטען טייער. ...

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » זונטאג יוני 02, 2019 1:18 am

יעדע פעני די שפארסט ביים בויען ביליג וועסטו צאלען דאלארס נאכדעם
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 02, 2019 1:33 am

מען רעדט דא פון בויען קוואליטי, אסאך אידן אין קרית יואל קענען מעיד זיין אז זיי צאלן געשוואלענע בילס פאר סטים ווייל די הויז איז נישט גוט געסיעלד - נאכן צאלן איבער 200 א סקווער פיס
און די זעלבע איז מיט אנדערע זאכן, איך האב נאך 2 יאר וואוינען אין מיין דירה געדארפט טוישן א עירקאנדישן מאשין, צום בילדער האט מען נישט געקענט רעדן, דער וואס האט אינסטאלירט די עירקאנדישן האט געגעבן זיין הערליכע סערוויס אז איך זאל אנרופן און זיך אויסטענה'ן פאר די 5 יעריגע וואראנטי און דא האט זיך געענדיגט די מעשה, און די זעלבע מיט די בוילער, אויף יעדע זאך האט מען א תירוץ אז ס'איז נישט געווען קיין גוטע שיפמענט, מ'נוצט דאס ביליגסטע וואס מ'קען, מ'שפארט זיך אויף שטותים, אבער פונעם סקווער פיס לאזט מען נישט אראפ קיין זיז כל שהוא
#בויט ביליג און צאלט טייער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 02, 2019 1:43 am

כ'ווייס פון איינער וואס האט געבויט פאר 15 יאר צוריק אין ק"י און געניצט די פלעסטיק פייפס פאר די סטים און במשך השנים שוין געהאט אפאר מאל וואס א קלעמפ האט געקרעקט און אנגעזייט א חורבן ווען די האלבע אויפגעפיקסטע בעסמענט איז געשווימען אין וואסער. מ'ברויך האבן א פלאמבער רייד עוועי, מוצאי שבת, חול המועד, שפעט ביינאכט וכו'. יענער וויל איבער מאכן די גאנצע סיסטעם און כ'דארף ענק נישט מסביר זיין פון וויפול געלט מ'רעדט דא.

#זיך געשפארט גאנצע 20 אלפים ביים בויען.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 02, 2019 1:50 am

nmi האט געשריבן:כ'ווייס פון איינער וואס האט געבויט פאר 15 יאר צוריק אין ק"י און געניצט די פלעסטיק פייפס פאר די סטים און במשך השנים שוין געהאט אפאר מאל וואס א קלעמפ האט געקרעקט און אנגעזייט א חורבן ווען די האלבע אויפגעפיקסטע בעסמענט איז געשווימען אין וואסער. מ'ברויך האבן א פלאמבער רייד עוועי, מוצאי שבת, חול המועד, שפעט ביינאכט וכו'. יענער וויל איבער מאכן די גאנצע סיסטעם און כ'דארף ענק נישט מסביר זיין פון וויפול געלט מ'רעדט דא.

#זיך געשפארט גאנצע 20 אלפים ביים בויען.

אלע הייזער בויעט מען היינט אזוי אין ק' י סאיז סטענדארט ליידער פלעסטיק פייפס פאר די סטים 2 קאליר פלעסטיק פייפס פאר קנאקטעט צי די סטים

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 02, 2019 2:00 am

יעצט זאג דו מיר צו מ'שפארט זיך א פעני אדער ס'קאסט אסאך מער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יוני 02, 2019 2:08 am

nmi האט געשריבן:

אין די סיטי נוצט מען שוין אויך pex pipes פאר סטיעם
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג יוני 02, 2019 2:10 am

איש האשכולות האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:כ'ווייס פון איינער וואס האט געבויט פאר 15 יאר צוריק אין ק"י און געניצט די פלעסטיק פייפס פאר די סטים און במשך השנים שוין געהאט אפאר מאל וואס א קלעמפ האט געקרעקט און אנגעזייט א חורבן ווען די האלבע אויפגעפיקסטע בעסמענט איז געשווימען אין וואסער. מ'ברויך האבן א פלאמבער רייד עוועי, מוצאי שבת, חול המועד, שפעט ביינאכט וכו'. יענער וויל איבער מאכן די גאנצע סיסטעם און כ'דארף ענק נישט מסביר זיין פון וויפול געלט מ'רעדט דא.

#זיך געשפארט גאנצע 20 אלפים ביים בויען.

אלע הייזער בויעט מען היינט אזוי אין ק' י סאיז סטענדארט ליידער פלעסטיק פייפס פאר די סטים 2 קאליר פלעסטיק פייפס פאר קנאקטעט צי די סטים

יעצט זאג דו מיר צו מ'שפארט זיך א פעני אדער ס'קאסט אסאך מער?

אין די סיטי נוצט מען שוין אויך pex pipes פאר סטיעם

איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן אין די סיטי. און ס'איז נישט ליגעל עס צו ניצן דא.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יוני 02, 2019 2:16 am

nmi האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:כ'ווייס פון איינער וואס האט געבויט פאר 15 יאר צוריק אין ק"י און געניצט די פלעסטיק פייפס פאר די סטים און במשך השנים שוין געהאט אפאר מאל וואס א קלעמפ האט געקרעקט און אנגעזייט א חורבן ווען די האלבע אויפגעפיקסטע בעסמענט איז געשווימען אין וואסער. מ'ברויך האבן א פלאמבער רייד עוועי, מוצאי שבת, חול המועד, שפעט ביינאכט וכו'. יענער וויל איבער מאכן די גאנצע סיסטעם און כ'דארף ענק נישט מסביר זיין פון וויפול געלט מ'רעדט דא.

#זיך געשפארט גאנצע 20 אלפים ביים בויען.

אלע הייזער בויעט מען היינט אזוי אין ק' י סאיז סטענדארט ליידער פלעסטיק פייפס פאר די סטים 2 קאליר פלעסטיק פייפס פאר קנאקטעט צי די סטים

יעצט זאג דו מיר צו מ'שפארט זיך א פעני אדער ס'קאסט אסאך מער?

אין די סיטי נוצט מען שוין אויך pex pipes פאר סטיעם

איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן אין די סיטי. און ס'איז נישט ליגעל עס צו ניצן דא.

כ'האב פאר אייך פריידיגע נייעס, אז ס'איז שוין געהעריג לעגאל אין די סיטי פאר סטים, פאר מער קענט איר קומען אין אישי.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט