אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס איר צושטאנד/מיינונג בנוגע ארויסמופן פון ברוקלין?

איך האב מיך שוין ב"ה אוועקגעצויגן פון שטאט
42
42%
איך פלאן אי"ה צו מופן בקרוב
12
12%
איך האף נאך צו קענען אוועקמופן, אבער ס'איז נאכנישט געקומען די צייט דערצו
9
9%
איך וואלט געוואלט מופן, אבער כ'האב נאכנישט געטראפן א געגנט וואס איז פאסיג פאר מיר
6
6%
איך וואלט געוואלט מופן, אבער ס'זעט מיר נישט אויס אז דאס וועט צושטאנד קומען, מאיזה סיבה שהיא
17
17%
איך בין אנטשלאסן צו בלייבן וואוינען אין שטאט, יהי' מה שיהי'
2
2%
איך בין ב"ה מסודר מיט אן אייגענע אדער ביליגע דירה אין שטאט, און עס פעלט מיר נישט אויס צו מופן
11
11%
 
סך הכול שטימען: 99

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

אייער מופן סטאטוס - אנקעטע

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 8:37 pm

מ'האט שוין גאר אסאך דעבאטירט און דיסקוטירט דעם נושא פון פארלאזן ברוקלין צוליב איר אויסטערלישע דירות מאנגל און אומדערטרעגליכע פרייזן, ובפרט יעצט נאכ'ן ערפאלגרייכן "VV עקספאו" פארגאנגענעם זונטאג. עס וואלט דעריבער געווען אינטערעסאנט צו זען וואו מ'האלט מיט'ן ציבור - להלכה און למעשה.

די אנקעטע איז פאר די וואס וואוינען - אדער האבן געוואוינט (נאך די חתונה) - אין ברוקלין.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » מיטוואך מאי 15, 2019 9:06 pm

לייג צו א אפציע אז איך האב א הויז/דירה אינדרויסן פון שטאט און האף צו מופן ווען עס וועט אויספעלן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 15, 2019 9:50 pm

דאס בערך איז די דריטע אפציע. אויב דארף מען אויסשמועסן יעדע "היכי תמצא" וואס קען זיך מאכן ביי א מענטש איז אין לדבר סוף.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך מאי 15, 2019 11:36 pm

איך האב מיך אוועקגעצויגן פון שטאט אבער מיינע קאסטן זענען מער ווי איך וואלט געצאלט אין א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג.

דערווייל איז נישטא קיין געהעריגע עפארדעבל אפציעס פאר א אינגערמאן וואס שטופט קוים דורך די וואך. #חזרה #ס'איז נישט קיין מאמעס פארטוך ס'איז עפעס מער סיריעס ווי דעם

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:48 am

להודיע האט געשריבן:איך האב מיך אוועקגעצויגן פון שטאט אבער מיינע קאסטן זענען מער ווי איך וואלט געצאלט אין א דריי בעדרום דירה אין וויליאמסבורג.

אריינגערעכנט די קעמפ/קאנטרי הוצאות?

אויך שרייבסטו נישט צו דו האסט געקויפט אדער געדונגען, און אין וועלכע שטאט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:55 am

געשטימט מיטן רוב אויף די ערשטע אפציע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:22 pm

געוועלט 5

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:59 pm

אינגאנצן %11 פלאנען צו מופן בקרוב? שוואכע רעזולט פונעם עקספאו
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:18 pm

אז 45% האבן שוין געמופט דאן איז געבליבן נאר 11% וואס וויל נאך מופן..

די אנקעטע איז א גוטע סעמפל איבער די קראנטקייט פון אייוועלט אנקעטעס.

קליין
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2016 7:02 pm

תגובהדורך קליין » פרייטאג מאי 17, 2019 4:53 pm

#1

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 17, 2019 5:09 pm

1#
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 19, 2019 12:44 am

כאפצעם האט געשריבן:אינגאנצן %11 פלאנען צו מופן בקרוב? שוואכע רעזולט פונעם עקספאו

פארקערט, קוים עטליכע טעג נאך די עקספאו און 45% האבן שוין געמופט!...
Innocent until proven Republican

אפשר פארקערט
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » זונטאג מאי 19, 2019 8:37 am

דעפרעסט האט געשריבן:אז 45% האבן שוין געמופט דאן איז געבליבן נאר 11% וואס וויל נאך מופן..

די אנקעטע איז א גוטע סעמפל איבער די קראנטקייט פון אייוועלט אנקעטעס.


יא די מצב האלט שוין ביי דעם אז מען שעמט זיך צי זאגען אז מען האלט נישט ביים מופן
פאר צוויי יאר צריק האט מען זיך געשעמט צי זאגען אז מען טראכט צי מופען

בלעכענער פנים
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג מאי 19, 2019 11:19 am

ווינדערליך 45% וואס דרייען זיך דא זענען פון די ארויסגעמופטע... :lol: :lol:
זעהט אויס אז ס'נישטא געהעריג וואס צו טאן אין די געגענטער ..
נוגע לענינינו לאמיר קוקען אביסל אויף די גוטע זייט מטבע די חברה זיצען אויפן טאראסע מיט א אויסערגעווענליכען רואיגקייט די גרינע ביימער מד' כנפות געבען צו צי די הערליכע פאנעראמע ,נאכן זיצען אזוי פאר א שטיק צייט כאפט מען א בליק אויפן וועלטעלע אין מ'גיבט א וועל ,משא''כ אונז זעמיר אזוי פאריאגט אין דעם שטאטישען הוהא קוים האט מען אפאר מוניט צו כאפען א בליקעלע ווער רעדט נאך פון וועלן.ע''כ אומרים בפסח שני.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 2 געסט