וואלן אין וואדבערי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

וואלן אין וואדבערי

תגובהדורך שמע בני מוסר » מאנטאג אפריל 08, 2019 7:02 pm

אין בעפארגרייטונג צו די קומענדיגע (off season) וואלן אינעם טאון אוו וואדבערי ווי עס וואוינען שוין כהיום הונדרעטער משפחות קע"ה אין נאך צענדליגער האבן שוין געקויפט אין קענען שוין שטימען ביי די לאקאלע וואלן, איז וויכטיג אז יעדער איינער מיט זיין ב"ב אין עלטערע קינדער זאלן זיך רעגערסטרירן צו שטימען נאך איידער עס ווערט צו נאהנט צו די עלעקשאנס אין עס וועט זיין צו שפעהט,
געדענקט! יעדע שטימע איז קריטיש וויכטיג בפרט אין א off season עלעקשאן ווי עס איז נישט דא קיין שטארקע טוירן-אויט ביי די אלגעמיינע וויילער,
בייגעלייגט איז א לינק ווי מען קען זיך רעגערסטרירן צו שטימען אין אראנדזש קאונטי,
https://www.ny.gov/services/register-vote
...To make money OVERNIGHT take a NIGHT SHIFT job

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:12 pm

ווער לויפט? וואס איז דער פלאן? אין וואדבארי שלאפן אויף סטענדביי שווערע טויזנטער גויאישע וויילער וואס מ'קען זיי גאנץ לייכט ערוועקן.

אלנפאלס איז וויכטיג צו זיין רעגיסטרירט און ארויסקומען שטימען אינעם וואל טאג.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

יודישער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » מאנטאג אפריל 08, 2019 9:51 pm

אז מרעדט שוין וואס איז די מצב אין וואדבערי איז דא דארט געהעריגע בתי מדרשים?

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

קאנדידאטן

תגובהדורך שמע בני מוסר » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:15 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ווער לויפט? וואס איז דער פלאן? אין וואדבארי שלאפן אויף סטענדביי שווערע טויזנטער גויאישע וויילער וואס מ'קען זיי גאנץ לייכט ערוועקן.

אלנפאלס איז וויכטיג צו זיין רעגיסטרירט און ארויסקומען שטימען אינעם וואל טאג.

עס לויפט פאר ווידעוויילונג אין מען דארף אים שטיצן, דער אמטירענדע טאון סופערווייזער Frank J. Palermo וואס איז א זעלטענע אוהב ישראל אין האט אויסגעשטרעקט א האנט פאר די חרדישע תושבי וואדבערי זיי ארויסצוהעלפן מיט סיי וואס, אין ממש פאריגע וואך האט ער געגעבן דעם אקעי פארצוזעצן מיטן אויפבוי פינעם קאנטרי האללאו עירוב וואס איז אפגעשטעלט געווארן ווען געוויסע עלעמענטן האבן געשטעלט שטרוילונגען אינעם וועג..
והשנית. די קומענדיגע עלעקשאנס זענען ווי גערופן off season עלעקשאנס וואס איז ווי באוויסט דא גאר א שוואכע טוירן-אויט,
...To make money OVERNIGHT take a NIGHT SHIFT job

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

בתי מדרשים אין וואדבערי

תגובהדורך שמע בני מוסר » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:30 am

יודישער האט געשריבן:אז מרעדט שוין וואס איז די מצב אין וואדבערי איז דא דארט געהעריגע בתי מדרשים?

עס זענען דא צען הערליכע בתי מדרשים לענגאויס וואדבערי,
זעה בייגעלייגט א לענגערע ארטיקל אינעם וואכנשריפט א שטיק צייט צוריק בנוגע דעם ענין
צוגעלייגטע
וואדבארי.png
בתי מדרשים אין וואדבערי
וואדבארי.png (480.52 KiB) געזעהן 379 מאל
...To make money OVERNIGHT take a NIGHT SHIFT job


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט