בלאט 1 פון 21

היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 1:14 pm
דורך דאבעליו
ווי ברייט געמאלדן אין די צייטונגען און אויף די גאסן, גייט פארקומען א היסטארישע האוזינג עקספאו אין וויליאמסבורג, גערופן די VV Expo ע"ש הפסוק ו'יסעו ו'יחנו, וואו עס וועט פארגעשטעלט ווערן "אלע" היימישע דעוועלאפמענטס וואס שטייען יעצט עוועילעבל פאר היימישע אידן אין אלע היימישע ישובים און געגנטער אינדרויסן פון וויליאמסבורג.

די עקספאו וועט פארקומען זונטאג פר' אמור, ולמס' May 12, אין "עדן פעלעס", ווען עס איז ערווארטעט א "פולע טאג פראגראם" מיט פאנעלן מיט עסקנים, דעוועלאפערס, מארטגעדזש בראוקערס, א.א.וו.

די עקספאו דינט פאר יעדער יחיד אין וויליאמסבורג וואס 'באטראכט די מעגליכקייט' איבערצולאזן וויליאמסבורג און זיך אוועקציען צו אן אנדערן אידישן געגנט. עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע אינפארמאציע וואס א מענטש קען נאר וועלן וויסן איבער יעדע געגנט, די פלענס, פרייזן, ענווייראמענט, און אלע דעטאלן וואס מען דארף וויסן דורכצופירן אזא פראצעדור.

אונטער דעם עקספאו שטייט די בארימטע ארגאניזאציע "קרן עזר", וואס שטייט און שרייט אז רוב פראבלעמען היינט אין וויליאמסבורג טרעפן זייער שורש אינעם "דירות קריזיס", וואס אסאך מענטשן קענען זיך נישט ערלויבן די הימל שרייענדע פרייזן וואס עס קאסט די סיטי-לייף.

כדי אנטיילצונעמען ביים עקספאו דארף מען זיין רעגיסטרירט פון פאראויס, און צאלן א מינימאלע סומע פון $15 א מענטש, אדער $20 א פארפאלק. (דאס קומט צו פארזיכערן אז עס זאל נישט זיין סתם אן אנלויף פון מענטשן, נאר זאל טאקע זיין דעזעגנירט בלויז פאר מענטשן וועלכע זענען ערנסט מיט'ן אוועקמופן.)

דא קענט איר זיך רעגיסטרירן צום עקספאו


אינעם פרעסע-ריליס פון די עקספאו-ארגאניזירער שרייבן זיי ווי פאלגענד:

ברוקלין נישט; וואו יא?



אויב איז נאך אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען א דעבאטע צו ברוקלין שטעלט צו אן עתיד פאר'ן שנעל-וואקסענדן ציבור חרד'ישע אידן; אויב האט מען אמאל בלויז געקענט קרעכצן אויף די ענגשאפט און הימל-שרייענדע הויכע רענט/מארטגעדזש קאסטן; אויב האט מען אמאל בלויז געקענט ווייטאגן אבער מ'האט גארנישט עכט געקענט טון אויף למעשה, שטייט מען שוין היינט ב"ה ביי אין נייע זמנים, די רעוואלוציע איז שוין געשען; יא! ס'איז שוין היינט דא לעזונגען! ס'איז שוין היינט דא א וועג ארויס; נייע אפציעס וואס מ'האט אמאל נישט געקענט זעהן אלס דורכפירבאר אדער רעאליסטיש.

אין די לעצטע פאר יאר האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אזויפיל נייע היימישע ישובים און געגנטער, וועלכע בליען ב"ה מיט אן אויסערגעווענליכע הצלחה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט קוראזשפולע משפחות וועלכע זענען אריינגעשפרינגען אין די פארשידענארטיגע מעגליכקייטן, און האבן אויפגעשטעלט בתי מדרשים, מוסדות התורה, און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א היימישע געגנט, און מען האט שוין בדרך כלל דורכגעשטיפט דעם כל התחלות קשות פאזע.

הונדערטער אדער זאגאר טויזנטער משפחות בליעה"ר פון ברוקלין האבן זיך במשך די לעצטע פאר יאר ארויסגעצויגן צו די אלע היימישע אידישע ישובים. ס'איז שוין היינט א נארמאלע ערשיינונג, אז מ'הייבט זיך אויף פון די קליינטשיגע לעכער און מ'מופט ארויס וואו ס'איז דא מער הרחבת הדעת און מער מעגליכקייטן פאר א נארמאלע פינאנציעלע לעבנסשטייגער.

די אלע משפחות וואס האבן למעשה זיך ארויסגעצויגן, כמעט אלע ווי איינער, רעדן צוריק מיט הנאה און צופרידנהייט אויפ'ן קלוגן באשלוס וואס זיי האבן געטון. דאס גאנצע לעבנסשטייגער האט זיך געטוישט פון א אנגעצויגענע אטמאספערע צו א רואיגע ליבליכע נארמאלע לעבנסשטייגער. די פרימארגן טוט אויפשיינען יעדן טאג, און נאכ'ן אפשיקן די זיסע נשמה׳לעך אין חדר און אין סקול אריין דערזעט מען זיך אין א רחבות׳דיגע דירה, מען האט מנוחת הנפש ברוחניות ובגשמיות, די קינדער קומען אהיים נאכמיטאג און האבן וואו צו פארברענגען, דער מאן קומט אהיים ביינאכט און מען קען אים רואיג אפווארטן און אויפנעמען ווי עס באדארף צו זיין. דער ראש המשפחה שפירט זיך פארלייכטערט אז אפילו נאכן צאלן די חודש׳ליכע רענט/מארגעדזש בלייבט ער נאך מיט אפאר דאלער אין טאש צום לעבן.

טרעפט אייער ווינקל!


די ערשטע כוואליע איז שוין פאריבער און יעצט זענען פאראן נאך טויזנטער משפחות וועלכע באטראכטן ערנסט די מעגליכקייט זיך ארויסצוציען, מען אנערקענט אז עס איז דא א ברייטע האריזאנט פון מעגליכקייטן און אפציעס, און מען איז ערנסט פאראינטערעסירט צו כאפן א בליק אויף די אויסוואלן און פאסן א באשליס.

די ערשטע פראגע וואס קומט אויפ'ן געדאנק פון רוב משפחות איז "וואו גייט מען?" וועלכע פלאץ איז די פאסיגסטע פאר מיין משפחה, וועלכער ישוב איז די מערסטע פראקטיש, מעגליך און אויספירבאר, און אין וועלכע געגנט וועט זיין די בעסטע עתיד צו מגדל זיין די משפחה בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות.

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער ענטפער איז "לא הרי זה כהרי זה". יעדער מענטש האט זיינע אומשטענדן און מצבים ארום, געוואנדן לויט זיין חסידות, משפחה, קרובים, פרנסה, יארגאנג, און נאך פילצאליגע פאקטארן. אסאך מענטשן האלטן זיך צוריק פון נעמען דעם קומענדיגן שריט צוליב די פילע ספיקות און שאלות וואס מען האט, און מען קען נישט מחליט זיין וואו עס איז די בעסטע פלאץ, און וואס איז באמת פאר די בעסטע טובה פון די אייגענע משפחה.

דער ענטפער פאר אט די משפחות קומט צו גיין מיט גרויסע טריט און וועט פרעזענטירט ווערן אויף א הערליכע און פראפעסיאנאלע פארנעם ביי דעם “VV Expo” וואס וועט פארקומען אין די זאלן פון "עדן פעלעס" קומענדיגן זונטאג אמור הבעל"ט, וואו עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע אינפארמאציע וואס קען נאר זיין נויטיג פאר איינעם וואס איז גרייט צו פארלאזן ברוקלין.

אין די צענדליגער "בוטס" לענגאויס דעם זאל וועלן אלע האוזיניג-דעוועלאפמענט פירמעס וועלכע שטעלן צו אן אפציע פאר היימישע אידן פארשטעלן זייער אויסוואל, פלענס, פרייזן, א.א.וו. און ווי אויך אלע נויטיגע אינפארמאציע איבער דעם ספעציפישן געגנט, כדי צו קענען מאכן אן אינפארמירטע החלטה.

דער עקספאו וועט זיך ציען דורכאויס א פולן טאג, און עס איז ערווארטעט שווערע טויזנטער ברוקלינער איינוואוינער, וועלכע וועלן אנטדעקן א וועלט פון מעגליכקייטן אינדרויסן פון דער שטאט, און בעז"ה צוטרעפן דעם אייגן ווינקל וואס איז צוגעפאסט פאר די משפחה.


מיר האפן אייך צו האלטן אפדעיטעד איבער די ווייטערדיגע פרטים.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:37 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וויאזוי איז שייך פארצושטעלן לעבעדיג מער ווי אויפ'ן פאפיר? גייט מען אראפברענגען די הייזער און פאסיליטיס קיין עדן פעלעס?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:43 pm
דורך אויפגעפרישט
ס'גייט זיין באסעס פון אלע געגענטער?

דירות עקספאו - VV EXPO

געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2019 4:54 pm
דורך שמע בני מוסר
א האוזינג עקספאו ווערט געפלאנט אין וויליאמסבורג צו פרעזענטירן אלע אפציעס פון געגענטער פאר די פילע משפחות וואס זוכן ארויסצומופען פון די רוישיגע שטאט

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 2:16 pm
דורך דאבעליו
.

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 2:17 pm
דורך דאבעליו
2

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 2:17 pm
דורך דאבעליו
3

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 2:17 pm
דורך דאבעליו
4

געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2019 8:10 pm
דורך אויפגעפרישט
וויפיל באטס וועט זיין?

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:14 pm
דורך משה בעלז
געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:44 pm
דורך צולייגער
דיין צווייטע שורה פארפולקאמט די ערשטע שורה. (די חלק פון נישט געבן קרעדיט פאר אייוועלט איז טאקע א געפערליכע חוצפה, אבער טעיקען אין קאנסידערעישן אז דאס איז א ביכל וועלכע איז געווארן אומגעשיקט צו די גאנצע שטאט אויף פאסט איז דאס אפשר יא געווען א ריכטיגע שריט)

עס איז זיכער אז נישט יעדער קען און דארף מופן, פון איינעם וועלכער האט זיבן קינדער צוועלף יאר נאך די חתונה און זיין ווייב האט קלענערע שוועסטערס וועלכע קומען כסדר צולייגן א האנט, ער האט וואוטשערס און סעקשאן 8 און האט עניוועי נישט גענוג אפילו פאר זיין עלטסטן קינדס בר מצוה, און כמובן גייט אים ארויסמופן נישט העלפן, ווייל צווישן די בענעפיטן און זיינע שוועגערינס העלפ גייט ער ענדיגן דעם חודש מיט די זעלבע אמאונט געלט און הרחבת הדעת. און מאידך גיסא א איד וועלכער האט גענוג געלט פאר א גרויסע אייגענע דירה, און האט א פלאן וויאזוי צו קויפן דירות פאר זיינע קינדער איז דאך ווייטער נישט קיין מציאה. אבער אפילו ביי די וועלכע עס וואלט יא געווען א סאלושן צו אן פראבלעם וואס זיי האבן, אויב אבער איז די מאמעס פארטוך טאקע די אפהאלט, איז לכאורה נישט פארהאן קיין שום סאלושן, און קיינער זוכט ח"ו נישט צו ריפלעיסן א מאמע לאוי"ש.

ביי אזוינע וועלכע האבן יא פייגלעך אין קאפ צו מופן, נאר קומען נישט אן צו טראכטן און באשלוסן / זענען אומקלאר אויב/וואו צו מופן / ווייסן נישט וואס די בענעפיטן און טשאלאנדזשעס איטליכער ישוב פארמאגט, איז פאקטיש ביז היינט נישט געווען קיין וואן סטאפ שאפ וואו צו קומען, זעהן, קאמפעירן, פרעגן קשיות און קלארשטעלן אויפריכטיגע ספיקות און זיך איבערצייגן אויב און וואו צו מופן.

נאך א וויכטיגע פאקטאר וועלכע איך האב אויפגעפאסט, ווען אן אגענט, בראקער אדער אפילו אן עסקן פאר א ספעציפישע ישוב אדער דעוועלאפמענט, איז משכנע א מענטש און לייגט פאר זיין קעיס, וועט ער נאטורליך באהאלטן חסרונות און אויפבלאזן מעלות, דער מענטש האט א סובקאנטשעס פילינג אז דאס איז די קעיס דא, און וועט אים אויפנעמען מיט סקעפטיציזם, און נישט נעמען זיינע רייד פאר ריעל. ווען עס קומען זיך צוזאם תחת קורת גג אחד פארשטייער און דעוועלאפער פון מערערע געגנטער, וועט יעדער פראבירן צו פארשטעלן זיין קעיס דאס בעסטע מעגליך, און וועט גלייכצייטיג אוימערקזאם מאכן יעדעם - שיינערהייט שטייצעך - אויף זיין אפאנענט ישוב'ס חסרונות, כמובן מיטן ארויסברענגען אז ער קעיטערט דעם ניעד און קיינער אנדערש נישט. דאס קען שאפן ביי מענטשן א געלעגנהייט צו האבן ריינע און אויפריכטיגע אינפארמאציע, סארווירט כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און אנהייבן מאכן א באשלוס אקארדינגלי. און אויב וועט ער זעהן אז סוף פסוק קומט ער אהן צו די מסקנא פון בלייבן אין ברוקלין, מה טוב ומה נעים, ווייסט ער כאטש אז ער טוט ריכטיג.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:49 pm
דורך סעטינגס
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

כ'האב געליינט די אויסגאבע, ס'קוקט אויס ווי זיי רעדן צו 1 קהילה נאר, אזא אויסגאבע פאסט פאר דער איד

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 3:34 pm
דורך רצון טוב
סעטינגס האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

כ'האב געליינט די אויסגאבע, ס'קוקט אויס ווי זיי רעדן צו 1 קהילה נאר, אזא אויסגאבע פאסט פאר דער איד

פארוואס רעדט עס נישט אויך צו א חסיד מהרא

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 3:37 pm
דורך רצון טוב
צולייגער האט געשריבן:
און מאידך גיסא א איד וועלכער האט גענוג געלט פאר א גרויסע אייגענע דירה, און האט א פלאן וויאזוי צו קויפן דירות פאר זיינע קינדער איז דאך ווייטער נישט קיין מציאה.


עס איז פאר זיי ערשט א מציאה
גייט פרעגט א איד א נגיד, וואס פארמאגט אסאך קרקע און נישט צופיל קעש, ווי איז אים לייכטער צו קויפן פאר די קינדער, אין ווילי אדער מחוץ לעיר.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:15 pm
דורך וויל נישט
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

ווי קען מען זעען די ביכל?

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:37 pm
דורך ר' יום טוב
עס איז אלעס געוואנדן אין די פשוטע פראגע; וויפיל דארף מען פארדינען - בריוח און גראדערהייט - צו קענען האדעווען א פאמיליע בעיר הבירה וויליאמסבורג לויטן היימישן תורה וגדולה סטאנדארט, זיי חתונה מאכן, און אויסלעבן לאורך ימים מתוך נחת דקדושה?

און וויפיל פראצענט פארדינען אזויפיל?

איי נישט יעדער קען פאקטיש אוועקמופן מחמת איזה סיבה שהוא. איך הער. אבער דאס איז די פראבלעם, נישט די ענטפער פארן פראבלעם.

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:51 am
דורך lebediger berel
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)


איך מיין אז איך בין דער בעלמחבר פון דעם נאמען, און עס איז נישט קאפירייט
ווי האט רבינו הקדוש געשריבן אין ויואל משה, אויב ס'וועט העלפן אפילו נאר פאר איין איד וכו'
בערלע מבארא פארק.....

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:07 pm
דורך רעסטאראנט
סעטינגס האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

כ'האב געליינט די אויסגאבע, ס'קוקט אויס ווי זיי רעדן צו 1 קהילה נאר, אזא אויסגאבע פאסט פאר דער איד


פארוואס זאגסטו אזוי ?

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:20 pm
דורך משה בעלז
lebediger berel האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)


איך מיין אז איך בין דער בעלמחבר פון דעם נאמען, און עס איז נישט קאפירייט
ווי האט רבינו הקדוש געשריבן אין ויואל משה, אויב ס'וועט העלפן אפילו נאר פאר איין איד וכו'
בערלע מבארא פארק.....

יא רבי בערל - גערעכט.
מיר האבן טאקע געטראכט פון אייך ביים ליינען דעם אויסגאבע...

(געהאט אפילו א קלער צו איר זענט נישט געוועהן די שרייבער פון יענעם ארטיקל)

געשריבן: דינסטאג אפריל 30, 2019 12:50 pm
דורך lebediger berel
משה בעלז האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)


איך מיין אז איך בין דער בעלמחבר פון דעם נאמען, און עס איז נישט קאפירייט
ווי האט רבינו הקדוש געשריבן אין ויואל משה, אויב ס'וועט העלפן אפילו נאר פאר איין איד וכו'
בערלע מבארא פארק.....

יא רבי בערל - גערעכט.
מיר האבן טאקע געטראכט פון אייך ביים ליינען דעם אויסגאבע...

(געהאט אפילו א קלער צו איר זענט נישט געוועהן די שרייבער פון יענעם ארטיקל)


ניין ב"ה
אבער
דער שרייבער האט געליינט מיינע ארטיקלען און אסאך גענאשט פון דארט גם ברוך יהי'

פראגראם פון עקספאוי?

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:31 am
דורך lebediger berel
ליסטע פון עקסיביטערס?
וויפיל אזייגער וועט מען רעדן?

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 4:55 pm
דורך טיכטיגער

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 8:54 pm
דורך Working
טיכטיגער האט געשריבן:https://www.arkmortgage.com/vvexpo?utm_campaign=VV%20Expo&utm_source=hs_automation&utm_medium=email&utm_content=72258066&_hsenc=p2ANqtz-__A68smempDdg5lAPg4VMlqazInf1Cjh_nHXXOUmo1GdRzleenMFIAFdzVpCZsoSFql3V_5Eih2_VAWp5OvWvWB2kcbg&_hsmi=72258066

קודם האבן זיי אלע דיינע אינפארמאציע, וואס איז זיכער איז זיכער...

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2019 9:10 pm
דורך כאפצעם
טיילווייזע ליסטע פון די רעדנער:
ר' יצחק אליקים שווארץ
ר' יונה כהן
ר' יואל פעלזן
ר' חיים יחזקאל ניימאן
ר' מנחם הארטמאן
ר' שלום משה עקשטיין
ר' יואל ליבערמאן
ר' יואל שרייבער
ר' יואל טובי רייך
ר' טבי ניימאן
ר' אליעזר קרויס
ר' שלום שרגא פאפלאנאש

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2019 12:38 am
דורך יונה
אין בעפארגרייטונגן צום גרויסן עקספאו איז ר' משה דייטש מנהל המוסד 'קרן עזר' געווען אויף א באזוך אין קרית יטב לב בלומינגבערג צו זעהן דאס פלאץ פון די נאנט, צען קען הערן א שמועס איבער דעם באזוך אויף מערכת סאטמאר
די נומער צו רופן איז:
718-831-7000
#115