היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 17, 2019 7:05 pm

פרנס היום האט געשריבן:פאר די וואס רעדן זיך אפ אז עס נישט דא קיין ביליגע רענטאל דירות פאר נידריגע פארדינערס

דא האט איר ריזיגע דירות שוין עדווערטייזד וואכן לאנג אן קיין רענטערס

דער פארלאנג פאר ביליגע דירות איז נישדא ,יעדער וויל וואינען אינטערן מאמעס פארטוך פאר ביליג רענט , דער מעין סטרים עולם איז נאכנישט רעדי צו גיין פאר ביליג



פאלטער נישט איין אז ס'דא וואס ווילן נישט גיין קיין דזשורסי סיטי?

דאס אנרופן מענטשן וואס ווילן מופן אבער האבן אישוס גארניש צו טוהן מיטן מאמען'ס פארטוך "מאמעס פארטוך פראבלעם", פראווד נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך האב געשריבן...

קוק אן הערליך, זיינע פוינטס זענען ארויסגעברענגט נארמאל, קיינעם נישט אראפגעריסן אדער נעמען געגעבן... א מחי' צו ליינען!

און די זעלבע דיסעגרי איך מיטן אנרופן מענטשן נעבעך'ס מיט אומבאהאלפענע... הגם אומבאהאלפן זענען זיי אין א געוויסן זי"ן, זיי זוכן הילף פון אנדערע, אבער פארוואס נעבעכס? אפשר ביסטו די נעבעך ווייל דו קענסט נישט עפארדן רענט אדער קויפן אין וויליאמסבורג? און די גרעסטע ראי איז אז זעלטן וואס רייכע אידן מופן אוועק... ס'טייטש יעדער וויל וואוינען אין וויליאמסבורג, דער וואס קענעס עפארדן בלייבט דא, און די נעבעכס מוזן נעבעך אוועקמופן...

אקעי, יעצט גייט מען אנהייבן דיבעיטן ווער סיז די נעבעך...

מיין פוינט איז, ברענג ארויס דיין קאנסעפט אן אראפרייסן אדער סטעריאוטייפן אנדערע, ווייל געווענליך די וואס זענען ביזי מיט אנדערע ווערן אנגעקוקט אומצופרידן פון זיך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג מאי 17, 2019 7:20 pm

סתם א פוינט וועגן די רייכע מופן נישט איז אז יעדע מענטש אפילו נישט עכט רייך אוינט היינט צוטאגס איינס אדער צוויי וועקעישעאן האומס אין לעיקוואד/מאנסי/קרית יואל און נאך איינס אין די מאונטענס

אין די רייכע פארברענגען אין זייערע צווייטע היימען באלד א האלבע יאר ...ודו"ק,דארף נישט קיין הסבר וואס דאס באדייט

אין אביסעל אריינגיין טיפער איז אזוי די עכטע סעלושען פאר די פראבלעם , איז אז חתן כלות זאלן מופן צו נייע געגענטער און צאלן טאפס 900 דאלאר רענט , דעמאלס וועט זיך דער אינגערמאן ביי די 30 קענען קויפן א אייגענע דירה אי"ה

דער 35 יעריגער אינגערמאן וואס בארגט אדער נעמט געלט בר מצוה צו מאכן קען נישט מופן אפילו נישט קיין זשערסי סיטי ווען ער איז broke מילד גערעדט

און טאקע אזוי ווי די זאגסט די דורעכשניטלעכע אינגערמאן ביי די 25 האט אויך נישט עכט 25 אלפים קעש צו מופן ,אבער גראדע קען ער דאס בארגן פארשטייט זיך טאמער האט ער שוין חובות איז צרות

פאר וואס איך כאפ אן 25 אלפים איז וועגן איך קען עטליכע אינגעלייט(פון שטאט ) וואס האבן געקויפט הייזער אין גלילות קרית יואל פאר 300 טויזענט , און מיט דאון פעימענט, קלאוזען און מופן און קליינע הצטרכות האט זיי עס געקאסט 25 אלפים פון זייער טאש אפשר 30 , (ליין נישט פון זייער טאש נאר געבארגט) גענומען א פירסט טיים האום בייער מארגעזש און זיי האבן ממש נאר געטוישט די קאונטערס פאר ביליג .

איך פארשטיי אז די גייסט זאגן אז נישט יעדער קען גיין קיין גלילות קרית יואל ,איך הער , איך גלייב אין אנדערע גלילות אביסעל ארויפציר קען מען אויך טרעפען אזאנע דיעלס פאר סטארטער האומס,לעבן מאנסי קען מען טרעפן , הילקרעסט האבן אינגעלייט געקויפט פאר גאר ביליג לעבן מאנסי א יאר צוויי צוריק

למעשה נישט לאנג צוריק נאר אפילו היינט על פי רוב, וואינען כמעט 90 פארצענט אינגעלייט ביי די דרייסיג יאר אלט אין קרית יואל אדער אפילו מאנסי אין די אייגענע הויז אן קיין מעשות

אמאל איז עס געווען נאך מער אז ממש יעדער אפילו שוואכע פארדינערס האט געוואינט אין זיין אייגענע ריזיגע דירה

וואס וויל איך צוקומען , אז די פראבלעם איז אז די אינגע שנה ראשונה אינגעלייט דארפן אנהויבן זייער לעבן ביליג צו קענען שפעטער צוקומען צו א דאך איבערן קאפ

סא די סעלושען איז מאמעס פארטוך קריזעס אז די חתן כלות אדער שנה ראשונה אינגעלייט אדער שנה שניה אינגעלייט(אפשר שנה שניה זענען זיי שוין אנגע'חובת"ט אין צו שפעט) זאלן מופן אויף עפפארדעבעל געגענטער , און ענטפער נישט אז סאיז נישדא , אין קרית יואל והגלילות, מאנסי והגלילות,סטעטען איילענד,לעיקוואד והגלילות,בלומינגבורג ,זשערסי סיטי ,מאנטיסעלא , איז דא לרחצה שפאט ביליגע חתן כלה דירות
(באלד שוין דא אין וויליאמסבורג בעיסמענט דירות פאר $1000.. :lol: עדווערטייזט יעדן טאג לרחצה ) , ווי פריער מען מופט אפילו פאר רענט קען מען נאכדעם קויפן , איך אליין קען אפאר אינגעלייט בערך 30 יאר אלט וואס האבן געמופט די פארגאנגענע יאר פאר רענט קיין קרית יואל, צו זיי גייען קענען קויפן בקרוב אדער אמאל ? ווייס איך נישט ,אדער מיז נישט זיין אפילו,אבער על כל פנים זיי וואינען ווי א מענטש און קענען קאווערן די רענט עטוואס , זיי זענען נישט דערשטיקט

יא דאס איז פאלג מיך א גאנג אז עס גייט זיין ווי ארץ ישראל אז חתן כלות מופן עמטליך אין פרישע געגענטער , אבער עס גייט געשען עניוועי איין טאג , און מען הערט היינט צוטאגס זייער זייער אפט אינגעלייט ממש שנה ראשונה אדער א יאר דערנאך וואס זיי מופן אוועק פון שטאט, פינעף יאר צוריק האט איינער וואס האט אוועקגעמופט פון שטאט געהייסן צווייטע קלאס .., זאכן טוישן זיך צוביסלעך וועגן פשוט עס מיז געשען

אז זיי הייבן אן זייער לעבן מיט 900 דאלאר רענט אדער אפילו 1100 וועט מעגליך זיין אז יעדער זאל האבן זייער אייגענע דירה מיט רחבות ווי אמאל אין קרית יואל אדער מאנסי

טאמער דאס הייסט נישט פארטוך קריזעס דעמאלס בעק איך אראפ
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום פרייטאג מאי 17, 2019 8:01 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 17, 2019 7:32 pm

זייער גוט! און איך קען א איד וואס שיקט זיינע קינדער וואוינען קיין ק"י גראד נאך די חתונה! ס'וואלט געווען א געוואלדיגע איידיע ווען מ'קענעס ווען איינפיהרן... שטייצעך אז נישט יעדער איז גרייט דערפאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מאי 19, 2019 3:41 pm

די #מאוומענט ארבעט
צוגעלייגטע
Screenshot_20190519-150551_WhatsApp-810x1665.jpg
Screenshot_20190519-150551_WhatsApp-810x1665.jpg (240.83 KiB) געזעהן 4261 מאל

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג מאי 19, 2019 3:42 pm

בילדער פון דעם עקספאו אין "א בליק". http://theahblick.com/?p=190186

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » זונטאג מאי 19, 2019 4:08 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די #מאוומענט ארבעט

לידועי בעלמא!!!
עס גייט שוין אהיים אפאר יאר...

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » מאנטאג מאי 20, 2019 11:20 am

הנהלת קרן עזר באדאנקט זיך פאר אלע עסקנים און פירמעס וועלכע האבן צוגעלייגט א פלייצע צום עקספא, און בס"ד געברענגט צום אויסטערלישן סוקסעס.
צוגעלייגטע
Thank you.jpeg
Thank you.jpeg (267.34 KiB) געזעהן 3932 מאל

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג מאי 20, 2019 11:57 am

ווייסט איינער די נעמען פון די אינגעלייט ביי די פאנעל?

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מיטוואך מאי 22, 2019 12:39 pm

װי קען למעשה הערן די דרשות און פאנעלן פאר א גוט יאר?

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 10:37 pm

יאפ! די עקספאו איז געווען א מעכטיגע סאקסעס!

פון ווי איך ווייס? ווייל אימפעריעל האט ארויפגעצויגן די פרייז פון א הויז אין אוק ענד וויין פון 2100 צו 2300 און היינט האלט עס שוין ביי 2500.

אידן, אויב ווילט איר נישט אז לעיקוואוד זאל אויסקוקן ביז צוויי דריי יאר ווי וויליאמסבורג און מאנסי ווי די בראוקערס האבן אן רחמנות ארויסגעטריבן די פרייזן ביז'ן הימל, לאמיר שוין יעצט אויפהייבן א וויי געשריי קעגן די מיקרי שער, אנשטאט עס רוקן אונטער די קארפעט. לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר!

ראו הוזהרתם!

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג מאי 26, 2019 10:40 pm

שמואל יאקאבאוויטש האט געשריבן:יאפ! די עקספאו איז געווען א מעכטיגע סאקסעס!

פון ווי איך ווייס? ווייל אימפעריעל האט ארויפגעצויגן די פרייז פון א הויז אין אוק ענד וויין פון 2100 צו 2300 און היינט האלט עס שוין ביי 2500.

אידן, אויב ווילט איר נישט אז לעיקוואוד זאל אויסקוקן ביז צוויי דריי יאר ווי וויליאמסבורג און מאנסי ווי די בראוקערס האבן אן רחמנות ארויסגעטריבן די פרייזן ביז'ן הימל, לאמיר שוין יעצט אויפהייבן א וויי געשריי קעגן די מיקרי שער, אנשטאט עס רוקן אונטער די קארפעט. לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר!

ראו הוזהרתם!

די רעדסט פון רענטאלס?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 10:41 pm

יא

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 26, 2019 11:01 pm

ברוך הבא.

אייער אויפברויז איז זייער שטארק בארעכטיגט, און מיר שפירן מיט אייער צער.

דזשאסט צו פארשטיין, ווען האבן זיי עס ארויפגערוקט צו 2300? און ווען / וויאזוי פונקטליך איז דאס ארויפגעפלויגן צו 2500? איז דאס געשעהן ביי די עקספא? אויך, איז נאך בכלל דא עוועיליבל דופלעקס רענטאלס אין אוק ענד וויין לעת עתה? ועוד והיא העיקר, די מאנאטליכע מארטגעדזש פעימענטס פאר אזא הויז איז 4 טויזנט טאלער, וויאזוי פונקטליך זאלן די היים אייגנטומער דעקן זייערע אויסגאבן פון 2500 רענט?

אין קעיס איר ווייסט נישט, טשעסטנאט, סטערלינג און שאטאו האבן רענטאלס עוועיליבל פאר בילכער. איך פארשטיי, איר קענט נישט זיין יאנטשי, איר מוזט דינגען א דירה צווישן די וואנעבי'ס וועלכע האבן מייקר השער געווען מיטן קויפן הייזער וועלכע זענען מיועד פארן ראשעקאל, נו גוט, קיין פראבלעם. ציילט'זשע ביטע אראן פינפאונצוואנציג בנימינ'דלעך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 11:05 pm

א וואך פאר די עקספא איז געווען עדווערטייזד אין די משא ומתן אוק און וויין (נישט די אימפעריעל עד). איך האב גערופן און זיי האבן געזאגט 2100. די זעלבע פרייז האט מיר געזאגט א לעיקוואודער איינוואוינער, און די זעלבע האט מיר ר' אברהם יעקב שטערן געזאגט ביי די עקספאו. ביי אימפעריעל באט ביי די עקספאו בין איך געווען שוין שפעט ביינאכט, און זיי האבן געזאגט די פרייז 2300. פאריגע וואך האב איך גערעדט מיט אן אימפעריעל בראוקער האט ער מיר געזאגט בזה"ל: אוק ענד וויין קאסט היינט 2500.

האב איך היינט גערעדט מיט א תושב פון אוק ענד וויין, און ער האט מיר באשטעטיגט אז אימפעריעל האט די מארקעט אין די האנט, וברצותו מרחיב וברצותו מקצר.

די וואס פארדינגען בעיסמענטס האבן דען נישט קיין מארגידזש צו צאלן? זייט ווען קויפט מען א הויז אז דער טענעט זאל דיר אלעס אויסצאלן?

מיקר זיין די שער איז אסור און רשעות אפגעזען פון ווי פענסי אדער יאנטשי די געגנט איז.

פארוואס דאס האט מיט די עקספאו איז פשוט. זיי האבן געזען אז עס ווערט א דימענד האבן זיי געהויבן די פרייזן.


עניוועי, דאס ארויפטרייבן די פרייזן גייט זיך נישט אפשטעלן ביי אוק ענד וויין, און אויב האסטו א חלום אז דיין געיגנט זאל בעתיד זיין א שפרודלדיגע חסידישע געיגנט זאלסטו בעסער יעצט צולייגן א פלייצע און עס באקעמפן, וויי אידער פייטן די וואס פרובירן עס צו פייטן.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 26, 2019 11:13 pm

אה, כ'זעה אז איר האט אן אדזשענדע.

קומט אריין קלאר מיט אייער אלטע ניק, קענען מיר געהעריג זעהן ווער עס פייט וועם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 11:24 pm

די דירה עדווערטייזד אין משא ומתן פאר 2300 איז שוין געווען צוכאפט נאך פאר די טינט האט זיך אויסגעטריקענט. (איך האב געקאלט.) און פארוואס דען נישט? אויב אימפעריעל בעט 2500, איז דאך 2300 א מציאה. די פאקט בלייבט אבער אז צוויי וואכן פריער איז אין די זעלבע משא ומתן געווען עדווערטייזד א אוק ענד וויין דופלעקס, און ווען איך האב גערופן האט מען געגעבן די פרייז 2100, און די זעלבע פרייז האט ר' אברהם יעקב שטערן געזאגט ביי די עקספאו (פרעג אים איבער).
דאס מיינט אז אימפעריעל'ס ארויפרוקן די פרייזן טרייבט אויך ארויף די פרייזן ביי די וואס פארדינגען אליין, און ביז געציילטע יאר האט מען אן איבערשפיל פון וויליאמסבורג און מאנסי.

די איינציגסטע פראגע וואס איך האב נישט געענטפערט איז אויב עס איז דא אוועילעבל דופלעקסעס אין אוק ענד וויין. איך ווייס נישט, אבער פאריגע וואך האט מיר דער בראוקער געענטפערט ווי געשריבן אויבן אז דאס גייט פאר 2500 (וואס מיינט לכאורה אז עס איז דא).
די פרייזן זענען געווארן ארויפגערוקט דורך די בראוקער וואס האט געזען אז די דימענד הייבט זיך, כמבואר לעיל.

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 11:28 pm

צולייגער האט געשריבן:אה, כ'זעה אז איר האט אן אדזשענדע.

קומט אריין קלאר מיט אייער אלטע ניק, קענען מיר געהעריג זעהן ווער עס פייט וועם.

מיין אגענדע איז אז די נאכט פון די עקספאו האב איך געהאט מחליט געווען ענדגילטיג אז איך גיי דינגען א דופלעקס אין אוק ענד וויין, אבער נאכן הערן די קוואוט פון די מיקרי שער איז עס העכער מיין יכולת.

אויב איז דאס אן אגענדע וואס שטערט אייך, קענט איר שוין לייגן שלאפן אייערע פלענער אויפ'ן עתיד פון די געיגנט.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 26, 2019 11:46 pm

צום קלארשטעלן: איך האב נישט אינוועסטעד אין לעיקוואוד והגלילות קיין איין איינציגן פיאסטער, און כ'האב נישט קיין שום פלענער.

צו עס איז א ווייטאג ווען אין א געגנט ווערט ארויפגעשרויפט די פרייזן? יא.

צו לעיקוואוד בכלליות האט א פעיר מארקעט? נישט אינגאנצן, אבער. דער אבער איז אז יעדע דעוועלאפמענט האט אייגענע פרייזן און גדרים, און ווען איינער וויל בלויז גיין אין איין געגנט - פאר ווהאטעווער די ריזן איז - קען ער האבן טענות בלויז אויף זיך אליין. איך גיי אן רעקארד אז אוק ענד וויין פאר א פשוט'ער אלגעמיינער פארדינער איז א קראנקע בעט, זייענדיג א געגנט וועלכע די ביימער זענען אויסגעהאקט געווארן על סמך פון פרייזן אין ברוקלין - בארא פארק, טו בי מאר ספעסיפיק - וועלכע האבן שוין געדראפט נאך בעפאר די ערשטע רונדע הייזער האבן געהאט א סי. אוו או.

און אז דו ווילסט רעדן פון אוק ענד וויין פרייזן געהייבעכץ, פארגעס ביטע נישט אז אין דעם זעלבן דעוועלאפמענט זענען פרייזן געווען 2250 מיט ווינציגער ווי א האלבע יאר צוריק, עס האט געטראסקעט נאך א שוואכע דימענד, און צוריק ארויפגעפלויגן אינעם פריים ספירה סעזאן ווען די פרישע מופער נעמען הייזער פאר זומער / נייעם לערן יאר.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

שמואל יאקאבאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:42 pm

תגובהדורך שמואל יאקאבאוויטש » זונטאג מאי 26, 2019 11:56 pm

יעצט אז דו האסט אויסגעפיגערט ווער איך בין קענסטו אויך באשטעטיגן אז איך האב שוין גערעדט מיט דיר בעבר וועגן לעיקוואוד, און אז מיין איינציגסטע אגענדע איז צו טרעפן א ביליגע דירה ווי צו וואוינען (נישט דוקא אין אוק ענד וויין).

זאגסט אז די פרייזן זענען נאך פסח צוריק ארויף צו פול פרייז? ערלעדיגט. אבער פארוואס עס ארויפטרייבן נאך העכער?

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

VV עקספאו הייבט אן ברענגן רעזולטאטן!

תגובהדורך פיינעלי » זונטאג יוני 02, 2019 3:08 pm

רעזולטאטן פונעם עקספאו איז עפעס וואס יעדע בראוקער און דעוועלאפער קען דיר באשטעטיגן, זיי האבן אנגעקניפט קאנטאקטן מיט פאטאענציאלע קונים, און האבן זיך ווי פארשטענדליך שוין פארבינדן מיט זיי נאכן עקספאו, און אסאך האבן עס שוין גענומען צום נעקסטם לעוול.
דאס אלעס איז לגבי די מוכרים.

איצטערט איז דא רעוועלוציענערע נייעס פאר די קונים, פאר אונזער זייט פון די מטבע, מענטשן כמוני וואס זוכן צו מופן אבער האבן נישט קיין אנונג בחייכון וביומיכון וואו, וואס, ווען. אונז האב מיר זיך שוין באקענט דערמיט ביים עקספא, ביי זייער באאט, דאן איז עס נאך געווען אין פראסעס.. אצינד איז עס שוין א מציאות!
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-06-02.jpeg
WhatsApp Image 2019-06-02.jpeg (111.53 KiB) געזעהן 2834 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 02, 2019 3:09 pm

דאס איז א רעזולטאט פון די עקספאו? מיין אנדערסטענדינג איז געווען אז זיי האבן אנגעדרייט די עקספאו... עפעס בין איך אףף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » זונטאג יוני 02, 2019 3:16 pm

קען איינער פליז PDF'ן אלע בלעטער פון דעם אשכול ביז אהער?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט