היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 10, 2019 1:12 pm

ניס קראכער האט געשריבן:נישט פארענפערט מיין פראגע

עס זעט אויס סאמהאו אז דער עולם האלט אז די עקספאו האט אזשענדעס , געהערט אויף די גאס אויך , זעט אויס אז די מארקעטינג איז נישט די בעסטע ארויסגעברענגט

די ענטפער איז קלאר אז נישט

יעדע בודקע פארקויפט זייער פראדוקט גענוי ווי יעדע טרעיד שאו אין די וועלט

ביזט שוין אמאל געווען ביי א ביזנעס טרעיד שאו? עס זעט אויס אז נישט , אויב יא דעמאלס דאס איז די זעלבע זאך גענוי ווי יעדע שוי

טאמער ביזטו נישט געווען ,דאן איז אביסעל שווער מסביר צו זיין ,אבער עס איז יעדער זיצט ביי זיין בודקע און ווייזט זיין פראדוקט פאר פאטענציעאלע קונים , טאמער די פראדוקט געפעלט דיר קניפסטו אן א קשר און מען עקסטשעינזד נומבערס מיט די פארקויפער און מען פארהאנדעלט נעקסטן טאג ווייטער מיט מער דעטאלען

עס רופט זיך האנדלען מיט וואנדלען
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג מאי 10, 2019 1:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » פרייטאג מאי 10, 2019 1:14 pm

ניס קראכער האט געשריבן:נישט פארענפערט מיין פראגע

איך וועל פרובירן צו ענטפערן קלארער, ס'דא פארשידענע ערליי באאטס. באאטס פון א דעוועלאפמענט וואס בויעט זיך אין מאנסי וועט יענער לכאורה מסביר זיין די מעלה פון וואוינען אין מאנסי בכלל און זיין דעוועלאפמענט בפרט. משא"כ א מאנסי בראוקער וועט דיר מסביר זין די מעלות פון מאנסי אין זשענעראל און דיר קענען העלפן טרעפן א הייזקע עניווער אין מאנסי לויט דיין געשמאק, די זעלבע מיט די ריעלטי גרופס.

ביי די פאנעלן וועט ווערן אויסגעשמועסט די געגנט אין זשענעראל.
נאך עפעס איז שווער? אויב יא קענסטו צו גיין דארט צו די אינפארמעישן סענטער און מוועט דיר בחפץ לב העלפן און צו ווייזן צו וועלכע באאט צו גיין וואס שטימט פאר דיר.

--
רעסטוראנט האקט, גוט געזאגט.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג מאי 10, 2019 1:20 pm

דאס האב איך געוואלט הערן, צו ס'גייט זיין איינער וואס גייט מיר זאן די מעלה פון וואוינען אין מאנסי/קר"י ווס דשערזי סיטי/לעיקוואד/בלומינגראוו וכדו'
וואס א דיוועלעפער אין קר"י/מאנסי האט צו פארקויפן בין איך בכלל נישט אינטערסירט צו הערן! איך וויל הערן די מעלות אין חסרונות-צוגלייך. דערפון, פינקט ווי איך וועל הערן די מעלות פון וואוינען אין בלומינבערג/וואדבערי דזשאנקשאן וכו' וכו'
יש"כ

פיינעלי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:02 pm

תגובהדורך פיינעלי » פרייטאג מאי 10, 2019 1:22 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דאס האב איך געוואלט הערן, צו ס'גייט זיין איינער וואס גייט מיר זאן די מעלה פון וואוינען אין מאנסי/קר"י ווס דשערזי סיטי/לעיקוואד/בלומינגראוו וכדו'

יש"כ


דאס וועט זיין ביי די 3:00 פאנעל.

ציפקע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » פרייטאג מאי 10, 2019 1:42 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:נישט פארענפערט מיין פראגע

עס זעט אויס סאמהאו אז דער עולם האלט אז די עקספאו האט אזשענדעס , געהערט אויף די גאס אויך , זעט אויס אז די מארקעטינג איז נישט די בעסטע ארויסגעברענגט

די ענטפער איז קלאר אז נישט

יעדע בודקע פארקויפט זייער פראדוקט גענוי ווי יעדע טרעיד שאו אין די וועלט

ביזט שוין אמאל געווען ביי א ביזנעס טרעיד שאו? עס זעט אויס אז נישט , אויב יא דעמאלס דאס איז די זעלבע זאך גענוי ווי יעדע שוי

טאמער ביזטו נישט געווען ,דאן איז אביסעל שווער מסביר צו זיין ,אבער עס איז יעדער זיצט ביי זיין בודקע און ווייזט זיין פראדוקט פאר פאטענציעאלע קונים , טאמער די פראדוקט געפעלט דיר קניפסטו אן א קשר און מען עקסטשעינזד נומבערס מיט די פארקויפער און מען פארהאנדעלט נעקסטן טאג ווייטער מיט מער דעטאלען

עס רופט זיך האנדלען מיט וואנדלען



די לעצט ערשינענע ליפלעטן שיינען נישט ווי קיין גרויס אויפריכטיגקייט צום ציבור, מיט ליפטערן פראמאשען מאטעריאל געאייגנט פאר די באצאלטע בלעטער אין דער איד וקצרתי במקום שאמרו להאריך.

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » פרייטאג מאי 10, 2019 2:38 pm

זייער אינטערעסאנט צוצוקוקן ווי געציילטע מענטשן קענען פשוט נישט באגרייפן די מורא'דיגע "איינזייטיגקייט" פון דעם גליון וואס איז יעצט ארויס געקומען צום עקספאו, וויל איך פרעגן:

מאי שנא איגרות הראשונות מאיגרות שניות?


וואו איז אייער וואונדער דעמאלס פארלוירן געגאנגען?

פארוואס ביי די ביכל וואס איז געווארן ארומגעשיקט חוה"מ אין די פאסט, און איז פארקויפט געווארן אלס אינסערט אין א מאגעזין אויף פסח, איך זע נישט וואו אייער וואונדער איז אויף יענעם ביכל, דארט האט איר גארנישט געזען אויפפאלנד?

ווי איך פארשטיי איז די נייע ביכעלע צו "אביסל" פארווישן די איגרות הראשונות. און ווער ס'האט געליינט יענעם ביכל און געהאט קשיות און וואונדער, וואונדערט זיך יעצט גארנישט.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

ציפקע
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » פרייטאג מאי 10, 2019 2:46 pm

טשיל, איך האלט נישט אז קרן עזר האט אגענדעס (אנדערש ווי טייל גייען ארום זאגן אז סאיז אלעס די נייע שכונת אין קרית יואל, בעיני איז עס א קאנספיראציע טעאריע), נאר ווי רעסטוראנט האט שוין אנגעדייט איז דא מענטשן וואס קלערן אז סאיז סתם אן אגענדע געטריבענע אוונט, איז ווי ס'קוקט מיר אויס איז נישט קרן עזר שולדיג נאר די אימעדזש איז צום פארדאנקען ווען מ'דארף זיך צושטעלן צו יעדנס קאמפלעקסן און קאפריזן אז די גאנצע מעסעדדזשינג פון דעם אוונט פארלירט די אנזען ווי אן אומאפהענגיגע איניציאטיוו ודוק כי קץרתי במקום שאמרו להאריך.

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » פרייטאג מאי 10, 2019 3:01 pm

יעדער פרובירט אוודאי ארויסצוברענגען זייער פוינט די שטערקסטע, וואס איז זייער נארמאל, ספעציעל מיט די היינטיגע איבערגעטריבענע מארקעטינג סטאנדארט, אין די זעלבע צייט איז אויך צום פארשטיין אז אזוינע וואס זענען געווארן שלעכט אראפגעמאלן אין אנהויב האט מען געדארפט אביסל ריאימבוירסן עס צו באלאנסירן, און ברענגען אביסל לעווערעדזש.

צוריק צום ענין, ווי רעסטאראנט און אנדערע האבן שוין גע'מסביר'ט, דאס איז א ביזנעס שאו און אפענע עקספאו, ווי יעדער קען פריי ארויסשטעלן זייערע פראדוקטן, און די אנפירער פון דעם איווענט גייען שטיין דארט מיט קיין וואפן צו קאנטראלירן און מאניפולירן דעם עולם, און פשוט אז עס בכלל נישט שייך.
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

john
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » פרייטאג מאי 10, 2019 3:03 pm

ציפקע האט געשריבן:טשיל, איך האלט נישט אז קרן עזר האט אגענדעס (אנדערש ווי טייל גייען ארום זאגן אז סאיז אלעס די נייע שכונת אין קרית יואל, בעיני איז עס א קאנספיראציע טעאריע), נאר ווי רעסטוראנט האט שוין אנגעדייט איז דא מענטשן וואס קלערן אז סאיז סתם אן אגענדע געטריבענע אוונט, איז ווי ס'קוקט מיר אויס איז נישט קרן עזר שולדיג נאר די אימעדזש איז צום פארדאנקען ווען מ'דארף זיך צושטעלן צו יעדנס קאמפלעקסן און קאפריזן אז די גאנצע מעסעדדזשינג פון דעם אוונט פארלירט די אנזען ווי אן אומאפהענגיגע איניציאטיוו ודוק כי קץרתי במקום שאמרו להאריך.

געהערט אז סגייט נישט זיין קיין איין דעוועלעפמענט פון קרית יואל

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג מאי 10, 2019 3:09 pm

סעטינגס האט געשריבן:
משה בעלז האט געשריבן:געליינט דעם אויסגאבע, כ'זעה נאכנישט ווי אזוי דאס קען מאכן מענטשן אוועקמאפן פון וויליאמסבורג.

(אגב, זיי נוצן דעם אויסדרוק "מאמע'ס פארטוך קריזיס" אהן געבן קרעדיט פאר אייוועלט.)

כ'האב געליינט די אויסגאבע, ס'קוקט אויס ווי זיי רעדן צו 1 קהילה נאר, אזא אויסגאבע פאסט פאר דער איד

די צווייטע בראשור איז עס נאך מער ווי די ערשטע, כ'האף אז אין יענע קהילה וועט כאטשיג ווערן א ערנסטע אויפוואכונג

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » פרייטאג מאי 10, 2019 3:50 pm

ווי קען מען זען די בראשור?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 10, 2019 3:52 pm

דער יושב ראש פון די אומפארטייאישע קרן עזר ארגאניזאציע
עס איז זעלבסט פאשטענדליך אז קעיס ביי קעיס איז נישט קיין נפקא מינה וואו דו שלאגסט כפרות
אבער
ווען עס קומט צו אזא זאך קלעשט עס און ער וואלט נישט געדארפט שיקן דעם ביכל מיטן נאמען קרן עזר איך וואלט נישט געגליכן ווען ער שרייבט בערל לעבעדיגער אבער לייבל לעבעדיגער וואלט זייער גוט געווען.
עס איז א מיספארזעעניש וואס קען זיך אלץ מאכן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 10, 2019 4:33 pm

רבי ר' בערל ווער ווי אייך ,איז דער וואס ברויך עס ווען אוועק מאכן מיט ביידע הענט , איר זענט דאך אייביג דער וואס זאגט אז אלעס איז גוט, ווילאנג מען העלפט אידן טרעפען א רחבות צו לעבן , מען ברויך טין און טין און אפילו נישט אויפטין ווי די רבי האט אונז געלערענט.. :lol:

הגם איך שלאג נישט כפרות ביי קרית יטב לב פארטיי בוטשער , האלט איך מיט דעם אלעם אז סאיז נישט קיין פראבלעם ,אבי מען מיינט צו העלפן אידן , איך זה באמת נישט די פראבלעם , נאכדערצו מיין פארטיי האט נישט קיין נייע שטעטל צו פראומאוטען און מיין פארטיי מענטשן מופן אין די מאסן עניוועי קיין קרית יואל אין גרויסן

אבער יעדער זאגט עניוועי זייער מיינונג דא , וועל איך זאכן מיינע צוויי סענט אויך , אז די בראשור גייט נישט העלפן פאר קרית יטב לב זילטש , און סאיז ליידער געווארפן אין מיסט שווערע הונדערטע אלפים פאר די סארט מארקעטינג וואס זיי פירן לטובת ריזאלטס, אפשר וויל די דעוועלעפער סתם האבן עקספענסעס אדער פאר טעקסעס פאר א לאסס, דאן איז א אנדערע מעשה , איין גוטע זאך איז אז א שיינע פאר אידן מאכן שיין פרנסה פון זייער מארקעטינג פון די לעצטע פאר יאר ב"ה , זיי דארפן א וואן אן וואן עפפראוטש ווי מען רופט עס , דארפן ארבעטען פערזענליך אויף זייערע מענטשן מויל צו מויל וועט אפשר העלפן , איך זה נישט וואס עדווערטייזמענטס ברענגט זיי

סתם שיינע עדס איז געמאלן וואסער

זיי ברויכן אפילערן דירעקט צו זייער אנשי שלומינו אין יעדע געגענט און מאכן מסיבות און אויפקלערונגען

אויך האלט איך האלט אז זייער עפפראוטש דארף זיין צו שלעפן זייער עולם פון מאנסי אדער קרית יואל וואס די מענטשן זענען שוין געוואינט צו א אפסטעיט סטייל לעבן עניוועי און ווילן האבן א רחבות'דיגע דירה פאר ביליג איז בלומענבורג א גוטע איידיע

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21477
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 10, 2019 6:08 pm

ווואף, פון וואס מ'קעניש אלס מאכן א טעמע...

כ' פארשטיי נישט די אישו דא, די עקספאו האט מיט קיינעם גארניש! יעדע באאט פאר זיך איז דארט זיך צו פראמאוטן, פארוואס ק"י האצעך נישט פראמאוטעד ווייסעך נישט, אבער מסתם האטעס מיט דעם אז דארט מופט דער עולם סייווי אין גרויסען...( גראדע הערעך אז ס'גייט יא זיין פארטרעטער פון אפאר דעוועלאפמענטס פון קר"י און ארום...)

די עקספאו ווערט אנגעפיהרט ביי קרן עזר, אן ארגענעזאציע וואס איז דינט ליידער נצרכים פון איבעראל, שט'קא'חילוק וואו מ'דאווענט...

אגב, מיין חבר" מינט קעפיטאל" גייט האבן א באאט, ווער ס'גייט אהין זאלעם שיקן א גריס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג מאי 10, 2019 6:14 pm

און ווער עס קומט אהין צו וויכי'ס חבר זאל מוחל זיין און אריינקומען טרינקען אביסל לימאנאדע ביינונז אין לייקוואוד'ע שטיבל. מען ברויך נישט איבערגעבן א גרוס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בבל
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 10, 2019 7:13 pm

איך זע אדווטייזט אין אז ק'' י דשענרעל אז mk גייט האבן 2 באדס 1 פאר אין ק'' י אין 1 פאר גללילות

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

קרית יואל אומגעגענט ביים עקספאו

תגובהדורך שמע בני מוסר » פרייטאג מאי 10, 2019 7:17 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווואף, פון וואס מ'קעניש אלס מאכן א טעמע...

כ' פארשטיי נישט די אישו דא, די עקספאו האט מיט קיינעם גארניש! יעדע באאט פאר זיך איז דארט זיך צו פראמאוטן, פארוואס ק"י האצעך נישט פראמאוטעד ווייסעך נישט, אבער מסתם האטעס מיט דעם אז דארט מופט דער עולם סייווי אין גרויסען...( גראדע הערעך אז ס'גייט יא זיין פארטרעטער פון אפאר דעוועלאפמענטס פון קר"י און ארום...)

די עקספאו ווערט אנגעפיהרט ביי קרן עזר, אן ארגענעזאציע וואס איז דינט ליידער נצרכים פון איבעראל, שט'קא'חילוק וואו מ'דאווענט...

אגב, מיין חבר" מינט קעפיטאל" גייט האבן א באאט, ווער ס'גייט אהין זאלעם שיקן א גריס...

פון בילדער וואס צירקולירן זעה איך אז קרית יאל אומגעגענט איז גארנישט אונטערשטעליג מיטן זיין פראומוטעד ביים עקספאו,
צווישן אנדערע איז שטארק מערקבאר די ראק ריעלטי באאט גלייך ביים אריינקומען ווי גרויסע שילדן שטעלן פאר א פולע ליסטע פון אלע געגענטער אינעם קרית יואל אומגעגענט ארויסברענגענדיג א שטארקע פוינט אז אנדערש ווי אלגעמיינע פארשטייער פון א ספעסיפישע דעוועלאפמענט אדער געגענט וואס וועלן שטופן זייער פרודוקט, אדער א בראוקער אין א געוויסע שכונה וועט טון דאס זעלביגע, שטעלן זיי פאר אלע אפציעס אינעם גלילות קרית יואל, קיימא לן פון צוועלעף געגענטער איינגעטיילט אין פיר טאונס, woodbury, Chester, Bloomingrove, Monroe, וואס איז גאר א שטארקע ענין אזוי אז מען האט אלע אפציעס אויפן טיש ווען מען איטערעסירט סיך אין גלילות קרית יואל,
צוגעלייגטע
IMG_20190510_191552.jpg
ראק ריעלטי באאט ביים VV EXPO
IMG_20190510_191552.jpg (449.17 KiB) געזעהן 1239 מאל
...To make money OVERNIGHT take a NIGHT SHIFT job

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש מאי 11, 2019 8:47 pm

צולייגער האט געשריבן:און ווער עס קומט אהין צו וויכי'ס חבר זאל מוחל זיין און אריינקומען טרינקען אביסל לימאנאדע ביינונז אין לייקוואוד'ע שטיבל. מען ברויך נישט איבערגעבן א גרוס.

צולייגערס חבר דארף נישט קיין גריס?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מוצ"ש מאי 11, 2019 10:03 pm

א גוט וואך

געהערט איבער שבת פון אן עסקן אז זיי הייבן אן אויסצולויפען פון פלאץ ספעציעל במשך די נאכמיטאג שעות, און צוגאב איז ערווארטעט אז מערערע מענטשן וועלן זיך דערמאנען און די לעצטע מינוט און וועלן אנקומען נאכמיטאג. על כן רעקאמענדירען זיי זייער שטארק אז מען זאל קומען אין די פריע שעות פון טאג.

אגב, נאכן זעהן די בילדער דא און נאכהערהענדיג פון עטליכע מענטשן זעהט אויס אז אסאך פון די באאטס זענען געווארן מאיעסטעטיש אהערגעשטעלט, דאס קען צוברענגן אז מענטשן זאלן זיך בלייבן דרייען אין זאל אסאך לענגער ווי די עסקנים האבן זיך מתחילה גערעכענט. איך האף אז די עסקנים זענען אנגעגרייט זיך צו ספראווענען מיט די פראבלעם און וועלן איינשטעלען א געוויסע סיסטעם אז מען זאל נישט קענען בלייבן צו לאנג אינעם זאל.

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

מאנטאג נאכן עקספו וואס ווייטער

תגובהדורך איך הער נישט » זונטאג מאי 12, 2019 12:13 am

געהערט יעצט שבת ערשטהיינטיג פון עטליכע אינגעלייט וואס זענען שטארק אינוואלווד אינעם עקספאו אז עס ווערט יעצט אהערגעשטעלט א פראפעסינאלע אפיס און וויליאמסבורג וואס שטיין צום דינסט דורכאויסן יאר פאר סיי ווער עס זיכט זיך אריינצוציען פון וויליאמסבורג מיט הילף פונעם החלטה איבערצוגיין אלע אפציעס ביז נאכן קלאוזן
לויט ווי איך פארשטיי וועט דער אפיס ארבעטן מיט דעוועלאפערס און בראוקערס פון אלע געגענטער

מער פרטים וועלן פארעפענטליך ווערן און די קימענדיגע וואכן

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מאי 12, 2019 12:16 am

עס האט נישט ממש מיט די עקספאו

פשוט צוויי אינגעלייט עפענען אויף א לאקאלע ריעל עסטעיט בראקעריזש סטאר פראנט אויף א הויפט גאס אין וויליאמסבורג ווי זיי וועלן בראקערן אלע ערליי דירות אין אלע געגענטער

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » זונטאג מאי 12, 2019 12:19 am

רעסטאראנט האט געשריבן:עס האט נישט ממש מיט די עקספאו

פשוט צוויי אינגעלייט עפענען אויף א לאקאלע ריעל עסטעיט בראקעריזש סטאר פראנט אויף א הויפט גאס אין וויליאמסבורג ווי זיי וועלן בראקערן אלע ערליי דירות אין אלע געגענטער

עס איז א תוצאה פונעם עקספאו און דער זעלבער גאנג מיטן סערווירן אלע אפציעס און סערוויסעס אינטער איין דאך
און די אינגעלייט זענען שטארק אינוואלווד אינעם עקספאו זעלבסט אויך

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג מאי 12, 2019 12:29 am

No Soliciting policy.

געהערט אז זיי גייען זיין זייער שטרענג ביים עקספא עס זאלן זיך נישט ארומדרייען קיין סעילסלייט -וואס האבן נישט קיין באאטס- און פראבירן פארקויפען זייערע ריעל עסטעיט אדער סערוויסעס. זיי האבן געדונגען ספעציעלע סעקיורעטי צו האלטן ארדענונג און זיי וועלן ארויסשיקען מענטשן אויב עס פעלט זיך אויס.

חזקי פרידמאן
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

תגובהדורך חזקי פרידמאן » זונטאג מאי 12, 2019 2:26 am

ווייסט איינער אויב builders וכדומה וועלן אויך זיין דארט?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מאי 12, 2019 2:45 am

איך הער נישט האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:עס האט נישט ממש מיט די עקספאו

פשוט צוויי אינגעלייט עפענען אויף א לאקאלע ריעל עסטעיט בראקעריזש סטאר פראנט אויף א הויפט גאס אין וויליאמסבורג ווי זיי וועלן בראקערן אלע ערליי דירות אין אלע געגענטער

עס איז א תוצאה פונעם עקספאו און דער זעלבער גאנג מיטן סערווירן אלע אפציעס און סערוויסעס אינטער איין דאך
און די אינגעלייט זענען שטארק אינוואלווד אינעם עקספאו זעלבסט אויך

גראדע נישט, זיי האבן פון אסאך פארדעם געקלערט פון די איידיע און פערצופאל איז די עקספאו אינטערגעקומען זענען זיי געווארן אינוואלווד

איך האב גערעדט מיט זיי נאך פון פארדעם געוויסע פרטים

דא האסטו זייער לאגא
צוגעלייגטע
Screenshot_20190512-101533_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190512-101533_WhatsApp.jpg (700.88 KiB) געזעהן 501 מאל
20190512_024541.jpg
20190512_024541.jpg (56.9 KiB) געזעהן 636 מאל
20190512_024101.jpg
20190512_024101.jpg (493.66 KiB) געזעהן 637 מאל
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מאי 12, 2019 10:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט