אין כל חדש האט געשריבן:פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:דיסקלעימיר: הבהרה: קלארשטעלונג:
ס׳דא אסאך מענטשן װאס קענען נישט מופן צוליב לעגיטימע סיבות, װי אױך איז דא מענטשן װאס מאכן א פאלשע פינאנציעלע חשבון צוליב מיסאינפארמעישן, אדער נישט נעמענדיג אין באטראכט די גאנצע פיקטשער (װי למשל די קומענדיגע 5-10 יאר) כ׳רעד נישט פון קײנעם פון זיי, כרעד נאר פון די דריטע קאטעגאריע, וכמו שביארתי.
1) איין זאך וואס איך האב ריעלייזד די ערשטע מאל וואס איך בין דארט געווען, וואס אסאך כאפן נישט, אז לעיקוואוד איז נישט מאנסי ק"י דזש. ס. ווילי ווי עס איז דא גאסן אויף גאסן פול מיט דירות, ניי לעיקוואוד איז בדרך כלל אויסגעשטעלט מיט דעוועלאפמענטס אויף א גרויסן שטח פון אפאר מייל.
2) אפגערעדט אז ניי לעיקוואוד מיט די באקאנטע עיר התורה איז בערך אזוי נאנט ווי ווילי צו ב"פ.
3) למעשה לענינינו, וויפיל דירות זענען עוועיליבל אין וואלקינג דיסטענס צו די סאטמארע ישובים? הייב איך נישט אן צו ווייסן און וועגן דעם האב איך געפרעגט, טאקע צו ווערן אויסגעקלארט אבער עד שבא "פשוט און פראסט" ולימד אז עס איז דא אסאך דירות זענען געפלויגן תגובות שלא מן הענין
4) יעצט ווען דו רעדסט פון אלע פעסיליטיס, לאמיר רעדן פון א היימישער סטאמארער ערליכער אינגערמאן וואס עסט נישט OU הכשרים און נישט וועד הכשרות דלעיקוואוד, נישט ווייל ער האלט אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן, אבער קומענדיג פון א היימישער סביבה דארף ער היימישע הכשרים, האט ער א בוטשער אין לעיקוואוד? א רעסטוראנט? מיט היימישע הכשרים
5) וויפיל געשעפטן קען זיין שטוב איינקויפן אן נוצן א קאר, קליידער געשעפטן, שוך געשעפטן, האוזוועיר, דרייגוד, איך בין נאכאמאל מבהיר, איך פרעג פשוט ווייל איך ווייס נישט, אבער דאס איז זיכער אז אפילו עס וואוינען היינט צוטאגס 2000 משפחות אין ניי לעיקוואוד מיינט דאס נישט אז אלע געשעפטן זענען דארט, ווייל דעם איינדרוק וואס איך האב איז אז 90% געשעפטן זענען קאנצענטרירט אין מאללס און פילע פון די מאלס זענען נישט אין נארמאלע וואלקינג דיסטענס
6) און צום לעצטן, לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן, אלעס איז געבעיסד אויסצושמועסן וואס וויכי האט אנגעהויבן אז די אלע וואס זענען פארנומען צו שרייען ווי געוואלדיג זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן זייט זיי האבן ארויסגעמופט פון ווילי, קוקט אים נישט אויס אזוי, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל/טאר/דארף נישט ארויסמופן
כ'האב הנאה אז דו פרעגסט אזוי צום פוינט, לאמיר שנעל דורכלויפן דיינע זעקס נקודות.
1) דאס איז נאר א מעלה, ווייל אזוי צושפרייט מען זיך און פרייזן פארן נישט ארויף ווי מצות. (פאקט: פרייזן אין ניי לעיקוואוד, וואו מען קען נישט בויען מער ווי איינס און אהאלב פאמיליע הייזער אויף א לאט, זענען געשטיגן אין די לעצטע דריי יאר מיט ווינציגער ווי צען פראצענט. אן אומדערהערטער נומער אין סיי וועלכע חרדי'שע עסטעבלישט שטאט)
2) גערעכט, אזוי נאנט ווי מאנסי טשאלנט טאפ צו טשעסטנאט רידזש. א שטייגער וועם גייט עס אן? און בד"וו, דאס איז טאקע די סיבה צו פוינט נומער 1, דארט זענען דירות פרייזן אין אלף השישי ווייל די ליטאים ווילן וואוינען נעבן ישיבה, אבער אין ניי שטאט / סאוט לעיק, זענען פרייזן סאך רואיגער, ווייל אז מען גייט שוין קען מען שוין גיין קיין דזשעקסאן אדער טאמס ריווער.
3) דו רעדסט פון רענטן, איא? רעדנדיג פון די נעקסטע פיר חדשים, ביזן נייעם שנת הלימודים אי"ה:
א) סאטמאר:
ראקוועל האט צען דירות עוועיליבל צו קויפן, פון 485 ביז 525. דינגען - איז לעת עתה נישט פארהאן קיין אויבערשטע שטאק צו דינגען פאר 1850, פארהאן איינס אדער צוויי וועלכע גייען ווערן עוועיליבל בקרוב, אבער דער עקספא האט פארזיכערט אז ס'איז דא א ליין מיט מענטשן וואס ווארטן דערויף... האלב-בעיסמענטס איז דא 4 אדער 5 שטיק עוועיליבל, פאר 850. ווי נאר עס וועלן אפגעקויפט ווערן די פארבליבענע צען הייזער אין ראקוועל, וועט דאס אי"ה צולייגן בעיסמענטס אויף די מאפע, און אפשר אויך איינס אדער צוויי אויבערשטע שטאקן - פון לענדלארדס וועלכע וועלן וואוינען אונטן פאר די ערשטע שטיק צייט, ווי עטליכע טוען אצינד.
ריווערוואוד פרייזן הייבן זיך אן פון 670 און ארויף, ריזיגע באלבאטישע הייזער. דארט גייט ווערן עוויליבל רענטלס גרעסערע 4 בעדרום בעיסמענטס (18 יוניטס זענען אין קאנטראקט) פאר ארום 1200 א חודש, דאס איז א פראדוקט וואס איז נישט פארהאן בדומה לו אויף די היימישע מארקעט אין די טריי סטעיט עריע, א ריזיגע 4 בעדרום דירה, זעכצן הונדערט סקווער פוס, פאר אזא פרייז. עס גייט זיין רעדי אריינצומופן ביז א חודש צוויי בעז"ה.
ב) אוק ענד וויין: האט א מבול פון הייזער צו פארקויפן, פון 600 און ארויף. רענטלס, איז דא סיי אויבערשטע שטאקן און סיי בעיסמענטס, היבש אסאך. דאס איז לכל הדעות וואקינג דיסטענס צו סאטמאר, עס נעמט מיר צו וואקן צוועלף מינוט, פאר מיין ב"ב מיט א קעריזש בערך 17 מינוט.
אויב רעדסטו פון די פיוטשער, איז פארהאן עטליכע דעוועלאפמענטס וועלכע זענען אין די מעיקינג, אריינגערעכנט מעיפלוואודס וועלכע איז פעסט אקטיוו, מען הייבט אן גיסן פאונדעישנס בקרוב דארט גייט זיין אוק ענד וויין סטייל (פון 580 און ארויף), ווענגלייך עס איז מארקעטעד פארן סאטמארן עולם. אבער א רייע דעוועלאפמענטס און פראדזשעקטס ליגן אויפן טיש - אריינגערעכנט מער עפפארדעבל פראיעקטן, און ווערט עוועיליבל לויט ווי מען זעהט א דימענד.
והעולה על כולנה, דער נייער טרענד צו אפקויפן הייזער אין טשעסטנאט און טשעסטערפיעלד/טשארמינג, וועלכע באדייט אז עס איז פארהאן א פרישע פלייץ פון הייזער וועלכע גייען אריבערגיין צום היימישן עולם אין די גאר נאנטע שכנות, אזוי נאנט ווי 1 און אהאלב מינוט שפאציר, פארן אומגלויבליכן פרייז פון 4 מאות און ארויף. עטליכע קלוגע אידן האבן שוין איינגעהאנדלט דארט.
4) אונז גייען זיין אפן - א אינגערמאן וועלכער עסט אין רעסטוראנטן איז לכאורה באקוועם מיט קרית יואל'ע פלייש, איא?! דאס איז דא ב"ה א שפע דא, סיי רויע און סיי אין טעיק-אוטס / רעסטוראנטס. אויב איינער וויל עסן 82 פלייש, וועט אי"ה בקרוב ממש האבן געברענגט די סחורה קיין לעיקוואוד, ווען מען וועט עפענען די בוטשער בשעטומ"צ. האפנטליך נאך בעפאר די ימים טובים.
5) יא, 90 פראצענט לעיקווואדע משפחות וואוינען נישט אין ניי שטאט / סאוט לעיק, און דעריבער געפינען זיך אין אלט שטאט 90 פראצענט געשעפטן.
וואקינג דיסטענס צו סאטמאר איז דא אזוי:
ריווער קאנקורס (איין מינוט וואק) [ווערט געעפנט אויף חודש סיון אי"ה]
קינדער קליידונג
פרויען און קינדער שוך
נאך עטליכע געשעפטן וועלכע האלטן עס פאר א סוד...
טשעסטנאט (דריי מינוט וואק):
קאנדאר (קינדער זאקעלעך, אפסקעיל כמובן)
פארמאסי
גלעזער סטאר
קינדער דאקטאר
סיגול סקווער (זיבן מינוט וואק):
NPGS סופערמארקעט
פאטא סטאר
פורניטשור סטאר
העלט-פוד סטאר
קיטשען סטאר
דענטיסט
דאלער דזשענערל (נישט קיין אידישע געשעפט, אבער פארמאגן אסאך האוזהאלד אייטעמס, און האט א מייסטנס אידישע קליענטעל)
האזשערי / דריי גודס
פרויען קליידער סטאר
קינדער קליידער סטאר
[דארט קומט באזונדער ארויף א פרישע בנין מיט געשעפטן, וועט זיין פארטיג אנהויב ווינטער אי"ה]
סופער סטאפ (גראסערי - אכט מינוט וואק)
טאדד פלאזא (ניין מינוט וואק)
הארדוועיר סטאר
קינדער שוך סטאר
קלאוזאוט קאנעקשנס
טוי סטאר
קינדער קליידונג
האזשערי / דרייגודס
קינדער דאקטאר
אורדזשענט קעיר
דענטיסט
עווערגרין (פופצן מינוט וואק)
וויין סטאר
הארוודעיר סטאר
גלעזער סטאר
עווערגרין סופערמארקעט
האזשערי / דרייגודס
ספרים סטאר
[דארט קומט ארויף נאך צען געשעפטן, ארייגערעכנט פרויען קליידונג והמסתעף, אלעס ברענטשעס פון ברוקלינע געשעפטן. וועט אי"ה זיין פארטיג אנהויב ווינטער]
דאס איז אויסער עטליכע מילכיגע און פליישיגע רעסטוראנטן און טעיקאוטס איבער די אלע א"ד מאללס, וועלכע כ'האב נישט אויסגערעכנט, נישט זייענדיג זיכער ווער עס עסט יענע הכשרים, צו נאר ביי מילכיג אדער פליישיג. אבער מדקדקים בכשרות האבן עטליכע געשעפטן וועלכע זיי קויפן יא פון, מאכנדיג זייער ריסוירטש אויף די אינדיווידואלע געשעפטן און זייערע אייגנטומער.
דאס איז אויסער די ריזן צאל געשעפטן אין אלטשטאט, צו וועלכע מען קען אנקומען מיט די לאקאלע באס, פאר איין טאלער א וועג.
6) איך האב אין מיין מופן דזשורני געהאט א לאנגע רייזע... און איך קען פארשטיין אז מען קען עס אזוי אנקוקן. אבער ווער עס קוקט מיט אן ערנטסן בליק, זעהט גלייך ווער עס מיינט ביזנעס, און ווער דרייט סתם א קאפ. מען קען ארויסגיין אויף א שבת אין סיי וועלכע פון די נייע געגנטער, און מיט א גוטן נאז קען מען זעהן ווער עס איז עכט צופרידן... און ניין, דאס חוזק מאכן פון ווילי קומט נישט פון אומצופרידנקייט, נאר ליבערשט פון א שלעכטע געפיהל וואס מאנכע האבן ווען מען באשולדיגט זיי אין נעמען אומרעאליסטישע שריט.
להערה בעלמא, קיינער רייסט נישט אראפ איינעם וועלכער קויפט א הויז אין וויליאמסבורג, אפגעזעהן צו ער האט געלט צו נישט, ווייל הלמאי, ער איז "סוקסעספול", ער האט געקויפט א הויז. ער איז שולדיג פאר קרובים וידידים אפאר מאה אלף און גייט דאס קיינמאל קענען באצאלן פארמאגנדיג מאנאטליכע פעימענטס פון 5 אלפים +?! באט הו קעירס, וויליאמסבורג איז דאך פארט וויליאמסבורג. ווען דער זעלבער גייט און קויפט א הויז דריי מאל אזוי גרויס פאר האלב די פרייז אין א שטאט ווי זיין אינדיווידאולע קוואליטי אוו לייף איז אין זיינע אויגן סאך בעסער, איז ער א נעבעך. און אויב איינער שינדט אים די הויט און ער וואגט זיך צו חוזק מאכן פון פארקינג, פארגעט אבאוט איט... ער איז אן אומצופרידענער, עפעס קוועטשט אים, מסתמא איז עס א דיזעסטער.
א גוטן טאג.