היסטארישע “VV Expo” אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

עוד הם מדברים
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 12:21 am

תגובהדורך עוד הם מדברים » מאנטאג מאי 13, 2019 8:26 am

איינער ווייסט אפשר וואס בלובערי אסטעיטס אין מאנסי גייט בעטן פאר א יוניט? און ווען ער זאגט אז עס גייט זיין פארטיק?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג מאי 13, 2019 9:06 am

איין וויכטיגע נקודה וואס עטליכע דרשנים האבן ארויסגעברענגט ביים פאנעל, אז מען דארף זייער וואטשן נישט צו שפרינגען עטליכע לעוועלס און כאפן א הויז צוליב ווערן פארבלענדעט פון די פאקט אז עס קומט אויס א דריטל די פרייז פון וויליאמסבורג פער סקווער פוס. למשל אז אין וויליאמסבורג וואלט ער געדארפט צאלן פאר א 1,500 סקווער פוס אפט איבער א מיליאן דאלאר, און אין שטאט פלוני קען ער באקומען א הויז פון איבער 3,000 סקווער פוס פאר בלויז 700k. דאס אז מען באקומט אסאך א גרעסערע הויז פאר א סאך וויניגער געלט מאכט עס נאך נישט פאר א עפארדעבעל אפשען פאר רוב מענטשן וואס זענען בכלל נישט אין די קאטאגאריע פאר א הויז אין אזא פרייס רעינדזש. די איבריגע סקווער פוס וואס מען באקומט קען מען נישט באטראכטען ווי אן איננוועסטמענט וואס מען האט געמאכט פאר ט מעגליכע ביליגע פרייז, פאר די פשוטע סיבה ווייל מען וואינט דאך און די הויז ממילא ברענגט די איבריגע 1,500 פוס נישט קיין שום ריווח.

נאר וואס דען, מען דארף זוכן א הויז וואס איז נאר אויף אביסל א העכערע דרגה, למשל מופן פון א צוויי בעדרום רענטעל און שטאט, צו א דריי פיר בעדרום רענטעל אינדרויסען פון שטאט, אדער איינער וואס האט נאר אביסל געלט אוועקגעלייגט צו קויפען, זאל זיך שאפן א starter home און בס"ד מיט די צייט קען מען זיך אביסל מער אפשפארן און זיך ערלויבען א גרעסערע הויז.

הגם די נקודה איז זייער פארשטענדליך מאכן אבער אסאך מענטשען די טעות און בארגען זיך אן שווערע געלטער צו מופן צו א ריזיגע הויז, נאכן מאכן די פאלשע חשבון אז כלפי וויליאמסבורג איז די הויז ממש א מציאה, אבער למעשה זעהט מען זיך שנעל מיט א גרויסע לאך וואס מען קען נישט דעקן.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג מאי 13, 2019 10:25 am

איך בין דארט געווען,
און אין מיין מאגערע עקספיריענס האט גרינוויל דזשוירזי סיטי געמאכט גאר א שטארקן איינדרוק.

דזשוירזי סיטי צייגט פאקטן ביים פאנעל וואס קיינער האט נישט.

* ביליגסטע שטייער.
* וואטשערס.
* מ׳קען האבן א טענענט פאר $1300 מאות.
* באטעם ליין: מערסטע אפארדעבל.

ביים פאנעל האט דזשורזי סיטי שטארק אויפגעוויזן אז פאר א איד וואס וויל פרייוועסי, ביליג, גרויס, א טעננענט

איז דזשורזי סיטי די ביליגסטע אפשען.

יכול
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

תגובהדורך יכול » מאנטאג מאי 13, 2019 10:34 am

ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.
אלטע ליינער, נייע שרייבער - שלום עליכם!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 13, 2019 10:36 am

יכול האט געשריבן:אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

ס'איז א פרי מארקעט, האסט גערעדט מיט אלע אנדערע עסקנים אינעם בוט און געזעהן די ריכטיגע סחורה אדער טאקע נאר צו דעם איינעם בראוקער (וואס איז ווי פארשטענדליך דא פאר זיין געלט)?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 13, 2019 10:37 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שמעלץ טאפ האט געשריבן:ס'האט אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגער סוקסעס פון אלע הינריכטן, וואס כ'האב ארויסגענומען איז אז אין מאנסי איז נישטא קיין אפשען פאר א מיטעל-קלאס פארדינער,פרייזן לויפן 800K+ פאר א 2500 ספ הויז.

מסתמא רעדסטו פון מאנסי אינמיטן די "שמעלץ טאפ"... אין די געגנטער ארום דארף צו זיין פריוואטע הייזער פאר ארום 500k -600k.

די טעקסעס זענען אין די געגענט פון 15 טויזענט און ארויף.

און וויפיל איז די טעקסעס אין וויליאמסבורג פאר די וואס די טעקס אבעיטעמענט איז שוין אפגעלאפן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג מאי 13, 2019 10:46 am

די שטייערן אין בלומינגבערג איז 12 אלפים
גרינוויל איז א דריטל דערפון.

בלומינגבערג האסטו נישט קיין פרייוועסי
נישט קיין וואטשערס
און נישט קיין אפשן פאר א טעננענט.

די זעלבע איז לעיקוואוד.

דאס ברענגט דראסטיש אראפ די באטעם ליין.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג מאי 13, 2019 10:48 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שמעלץ טאפ האט געשריבן:ס'האט אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגער סוקסעס פון אלע הינריכטן, וואס כ'האב ארויסגענומען איז אז אין מאנסי איז נישטא קיין אפשען פאר א מיטעל-קלאס פארדינער,פרייזן לויפן 800K+ פאר א 2500 ספ הויז.

מסתמא רעדסטו פון מאנסי אינמיטן די "שמעלץ טאפ"... אין די געגנטער ארום דארף צו זיין פריוואטע הייזער פאר ארום 500k -600k.

די טעקסעס זענען אין די געגענט פון 15 טויזענט און ארויף.

און וויפיל איז די טעקסעס אין וויליאמסבורג פאר די וואס די טעקס אבעיטעמענט איז שוין אפגעלאפן?

א הויז? בערך 4K, א קאנדא איז טאקע זייער טייער.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג מאי 13, 2019 10:52 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שמעלץ טאפ האט געשריבן:ס'האט אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגער סוקסעס פון אלע הינריכטן, וואס כ'האב ארויסגענומען איז אז אין מאנסי איז נישטא קיין אפשען פאר א מיטעל-קלאס פארדינער,פרייזן לויפן 800K+ פאר א 2500 ספ הויז.

מסתמא רעדסטו פון מאנסי אינמיטן די "שמעלץ טאפ"... אין די געגנטער ארום דארף צו זיין פריוואטע הייזער פאר ארום 500k -600k.

די טעקסעס זענען אין די געגענט פון 15 טויזענט און ארויף.

און וויפיל איז די טעקסעס אין וויליאמסבורג פאר די וואס די טעקס אבעיטעמענט איז שוין אפגעלאפן?

א הויז? בערך 4K, א קאנדא איז טאקע זייער טייער.

דאס איז וואס כ'וויל ארויסברענגען,
די טעקס אבעיטעמענט פון א גרויסע חלק קאנדאוס דאהי אין וויליאמסבורג איז שוין אפגעלאפן אדער לויפט אפ אין די קומענדיגע עטליכע יאר, וואס דאס באדייט אז די פראפערטי טעקס אין עני געגנט זאל נישט זייו קיין תירוץ און אן אפהאלט ארויסצוגיין פון וויליאמסבורג.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 13, 2019 10:55 am

ישוב הדעת האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שמעלץ טאפ האט געשריבן:ס'האט אויסגעקוקט ווי א געוואלדיגער סוקסעס פון אלע הינריכטן, וואס כ'האב ארויסגענומען איז אז אין מאנסי איז נישטא קיין אפשען פאר א מיטעל-קלאס פארדינער,פרייזן לויפן 800K+ פאר א 2500 ספ הויז.

מסתמא רעדסטו פון מאנסי אינמיטן די "שמעלץ טאפ"... אין די געגנטער ארום דארף צו זיין פריוואטע הייזער פאר ארום 500k -600k.

די טעקסעס זענען אין די געגענט פון 15 טויזענט און ארויף.

און וויפיל איז די טעקסעס אין וויליאמסבורג פאר די וואס די טעקס אבעיטעמענט איז שוין אפגעלאפן?

א הויז? בערך 4K, א קאנדא איז טאקע זייער טייער.

א קאנדא ווענדט זיך אין וולעכע געגענט, ס'איז בערך 8 אלפים ביז דאפעלט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 13, 2019 11:06 am

יכול האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

פארפאלן, איך זיך נישט ח"ו צו שטופן מענטשן בלייבן וואינען אין ווילי., פונקט פארקערט איך encourage מענטשן ארויסצומופן, אבער וואס קען מען טוען, אין די אלע געגנטער איז שוין עפ"ר דא די צווייטע לעוועל פון נחשונים, און די כלל אז חסידים טרייבן ארויף די פרייז איז שוין דא, יעדער האט געקענט קויפן דריי יאר צוריק, פאר א האלב מיליאן דאלאר מוזטו שוין גיין צו ווייניגער חסידישע געגנטער ווי למשל אין די גענט פון לעיקוואד: טאמס ריווער און זשעקסאן, דאנט ווארי אין א דריי פיר יאר העט עס שוין זיין סאך טייערער, פאר די ביליגסטע פרייזן מוז מען זיין פון די נחשונים, וואס אין רוב פון די געגנטער ביסטו שוין אינ'ם דריטע לעוועל.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

Blooming
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מאנטאג מאי 13, 2019 11:28 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:

דאס איז אפשר ווען די רעדסט פון די לעיקוואד זייט, ווי אגם פאר די פרייז באקומסטו א ברענד נייעה דירה מיט אלע פיטשיווקעס,
אבער ווען די קוקסט און בלומינג גראוו טאון אף מאנרא אדער און די וואדבערי געגענטער קענסט טרעפען שיינע הייזער פאר אונטער פיר מאות
און ווער רעד נאך פון בלומינגבורג ווי מען האט נעכטען געקענט זעהן פאר $100-$117
א סקווער פיס ברענד נייעה הייזער

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מאי 13, 2019 11:32 am

ווייזער האט געשריבן:די שטייערן אין בלומינגבערג איז 12 אלפים
גרינוויל איז א דריטל דערפון.

בלומינגבערג האסטו נישט קיין פרייוועסי
נישט קיין וואטשערס
און נישט קיין אפשן פאר א טעננענט.

די זעלבע איז לעיקוואוד.

דאס ברענגט דראסטיש אראפ די באטעם ליין.

די טעקס אין בלומינגבורג איז נישט 12 אלפים! די גאנצע געגנט געניסט פון א דירעקט ביליגע טעקס רעיט.
בלויז אין איין איינצעלנע קווארטל פון בלומינגבורג וואס רופט זיך "ווילידזש אוו טשעסנאט רידזש" דארט האבן די אנטיסעמיטן פון טאון ארויפגעריקט די טעקס שלא ביושר - נישט צו 12 אלפים נאר צו 13.5 אלפים - ס'איז יעצט אין קאורט, און בעז"ה וועט עס אראפגעריקט ווערן גאר בקרוב.

ס'בויען זיך יעצט אין בלומינגבורג נאך פארשידענע פראיעקטן, און קומען וואוינען אין בלומינגבורג מיינט נישט דוקא אין ווילידזש אוו טשעסנאט רידזש,
די געגנט איז גענוג גרויס, און מ'קען סיי אפקויפן אלטע הייזער פון גוים, און סיי ס'ווערן יעצט געבויעט פרישע הייזער פרייוואטע און נישט פרייוואטע.

לגבי טענענטס; כ'מיין אז רוב מענטשן וואס ווילן ארויסמופן פון שטאט זענען נישט אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און ווען ס'קומט צו קויפן א הויז קוקן זיי נישט צו מ'קען האבן א טענענט אדער נישט.

לגבי וואוטשער'ס; אקעי דא האסטו מיך געכאפט! כ'הייב ערענסט אן צו טראכטן פון דזשערזי סיטי...

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 13, 2019 11:37 am

Blooming האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
יכול האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

פארפאלן, איך זיך נישט ח"ו צו שטופן מענטשן בלייבן וואינען אין ווילי., פונקט פארקערט איך encourage מענטשן ארויסצומופן, אבער וואס קען מען טוען, אין די אלע געגנטער איז שוין עפ"ר דא די צווייטע לעוועל פון נחשונים, און די כלל אז חסידים טרייבן ארויף די פרייז איז שוין דא, יעדער האט געקענט קויפן דריי יאר צוריק, פאר א האלב מיליאן דאלאר מוזטו שוין גיין צו ווייניגער חסידישע געגנטער ווי למשל אין די גענט פון לעיקוואד: טאמס ריווער און זשעקסאן, דאנט ווארי אין א דריי פיר יאר העט עס שוין זיין סאך טייערער, פאר די ביליגסטע פרייזן מוז מען זיין פון די נחשונים, וואס אין רוב פון די געגנטער ביסטו שוין אינ'ם דריטע לעוועל.

דאס איז אפשר ווען די רעדסט פון די לעיקוואד זייט, ווי אגם פאר די פרייז באקומסטו א ברענד נייעה דירה מיט אלע פיטשיווקעס,
אבער ווען די קוקסט און בלומינג גראוו טאון אף מאנרא אדער און די וואדבערי געגענטער קענסט טרעפען שיינע הייזער פאר אונטער פיר מאות
און ווער רעד נאך פון בלומינגבורג ווי מען האט נעכטען געקענט זעהן פאר $100-$117
א סקווער פיס ברענד נייעה הייזער

וויפיל סקווער פיס איז א שטאק?
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

Blooming
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מאנטאג מאי 13, 2019 11:41 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
Blooming האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
יכול האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

פארפאלן, איך זיך נישט ח"ו צו שטופן מענטשן בלייבן וואינען אין ווילי., פונקט פארקערט איך encourage מענטשן ארויסצומופן, אבער וואס קען מען טוען, אין די אלע געגנטער איז שוין עפ"ר דא די צווייטע לעוועל פון נחשונים, און די כלל אז חסידים טרייבן ארויף די פרייז איז שוין דא, יעדער האט געקענט קויפן דריי יאר צוריק, פאר א האלב מיליאן דאלאר מוזטו שוין גיין צו ווייניגער חסידישע געגנטער ווי למשל אין די גענט פון לעיקוואד: טאמס ריווער און זשעקסאן, דאנט ווארי אין א דריי פיר יאר העט עס שוין זיין סאך טייערער, פאר די ביליגסטע פרייזן מוז מען זיין פון די נחשונים, וואס אין רוב פון די געגנטער ביסטו שוין אינ'ם דריטע לעוועל.

דאס איז אפשר ווען די רעדסט פון די לעיקוואד זייט, ווי אגם פאר די פרייז באקומסטו א ברענד נייעה דירה מיט אלע פיטשיווקעס,
אבער ווען די קוקסט און בלומינג גראוו טאון אף מאנרא אדער און די וואדבערי געגענטער קענסט טרעפען שיינע הייזער פאר אונטער פיר מאות
און ווער רעד נאך פון בלומינגבורג ווי מען האט נעכטען געקענט זעהן פאר $100-$117
א סקווער פיס ברענד נייעה הייזער

וויפיל סקווער פיס איז א שטאק?

הייזער פון ארום 2000 סקווער פיס נעט

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג מאי 13, 2019 11:47 am

איין גרויסע חידוש איז געווען ביים עקספאו ,וואס איז די ערשטע מאל געווען צו זען און הערן פון די נייע דעוועפלמענט וואס לעפלער בויעט אין מאנטיסעלא, פריוואטע און סעמי עטטעשטד הייזער

ער פארקויפט יעצט למשל סעמי עטטעשטד פריוואטע הייזער ברענד ניו 2200 סקווער פיס,1800 פון דעם אויפגעפיקסט, 400 סק. פיס גאראזש.
פאר $220,000 דאלאר !
יא איר הערט גוט
ווי כאב געהערט דארט פון די באאמטע ביים בוט ביינאכט, האט ער באקומען מער ליעדס פון מענטשן וואס זענען אינטערסירט דערינען וויפעל הייזער ער האט צו פארקויפן בכלל
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מאנטאג מאי 13, 2019 12:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג מאי 13, 2019 11:48 am

איש חמודות האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:די שטייערן אין בלומינגבערג איז 12 אלפים
גרינוויל איז א דריטל דערפון.

בלומינגבערג האסטו נישט קיין פרייוועסי
נישט קיין וואטשערס
און נישט קיין אפשן פאר א טעננענט.

די זעלבע איז לעיקוואוד.

דאס ברענגט דראסטיש אראפ די באטעם ליין.

די טעקס אין בלומינגבורג איז נישט 12 אלפים! די גאנצע געגנט געניסט פון א דירעקט ביליגע טעקס רעיט.
בלויז אין איין איינצעלנע קווארטל פון בלומינגבורג וואס רופט זיך "ווילידזש אוו טשעסנאט רידזש" דארט האבן די אנטיסעמיטן פון טאון ארויפגעריקט די טעקס שלא ביושר - נישט צו 12 אלפים נאר צו 13.5 אלפים - ס'איז יעצט אין קאורט, און בעז"ה וועט עס אראפגעריקט ווערן גאר בקרוב.

ס'בויען זיך יעצט אין בלומינגבורג נאך פארשידענע פראיעקטן, און קומען וואוינען אין בלומינגבורג מיינט נישט דוקא אין ווילידזש אוו טשעסנאט רידזש,
די געגנט איז גענוג גרויס, און מ'קען סיי אפקויפן אלטע הייזער פון גוים, און סיי ס'ווערן יעצט געבויעט פרישע הייזער פרייוואטע און נישט פרייוואטע.

לגבי טענענטס; כ'מיין אז רוב מענטשן וואס ווילן ארויסמופן פון שטאט זענען נישט אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און ווען ס'קומט צו קויפן א הויז קוקן זיי נישט צו מ'קען האבן א טענענט אדער נישט.

לגבי וואוטשער'ס; אקעי דא האסטו מיך געכאפט! כ'הייב ערענסט אן צו טראכטן פון דזשערזי סיטי...

איך האב דארט גערעעדט מיט א אינגערמאנטשיקל פון 26 יאר און ער האט געזאגט בקול רם, אז ער פארמאגט ב"ה א אייגענע שיינע דירה אין גרינוויל און האט א טעננענט אויך וואס העלפט אים באצאלן די קאסטן, און נאך דעם אלעם קומט אויס אז ער צאלט סך הכל בלויז 400 דאלאר מארטגעדזש א חודש.

מיר זענען געגאנגען באנאנעס.

נישטא נאך איין ישוב וואס קען דאס באווייזן כהיום.

אויב דו ווילסט יעצט מאכן דשאוקס, אקעי. די מייק איז דיינס.

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג מאי 13, 2019 11:51 am

א יונגערמאן בערגער האט געמאכט די נאמבערס דארט לעיני כל הקהל, און יעדער איז שטיין געבליבן.
ער האט אויפגווייזן "פען און פאפיר", שווארץ אויף ווייס" איז גרינוויל איז די מערסטע אפארדעבל.

מוזט אביסל סטראגלען פון אנהייב, אבער די מנוחה נאכדעם איז אין לשער.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג מאי 13, 2019 11:51 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
יכול האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, בין איך געגאנגען צום עקספאו צו זעהן די לינדען אפשענס, אבער אזוי ווי זיי זענען נישט געווען האב איך מיר ארומגעקוקט אויף די אנדערע דעוועלאפמענטס.
איך בין געווען ערשטוינט, אז בעת מען האט געמארקעט די עקספא ווי אן עפארדעבל אפשען ארויס פון וויליאמסבורג, איז כמעט נישט געווען עפעס וואס מקען קוקען דערויף אינטער א האלב מיליאן דאלער, חוץ בלומינגבערג וואס לענ"ד איז אויך טייער פאר אזא געגענט און נישט א פרייוועט הויז.
אפילו אין זשוירזי סיטי איז געווען א דיוועלעפער דארט וואס האט געמארקעט א נייע קאנדא פון איין שטאק אויף א צוויי שטאקיגע הויז פאר א האלב מיליאן דאלער! אין זשוירזי סיטי? קוקט אויס א היפש איבערגעטריבענע פרייז.

פארפאלן, איך זיך נישט ח"ו צו שטופן מענטשן בלייבן וואינען אין ווילי., פונקט פארקערט איך encourage מענטשן ארויסצומופן, אבער וואס קען מען טוען, אין די אלע געגנטער איז שוין עפ"ר דא די צווייטע לעוועל פון נחשונים, און די כלל אז חסידים טרייבן ארויף די פרייז איז שוין דא, יעדער האט געקענט קויפן דריי יאר צוריק, פאר א האלב מיליאן דאלאר מוזטו שוין גיין צו ווייניגער חסידישע געגנטער ווי למשל אין די גענט פון לעיקוואד: טאמס ריווער און זשעקסאן, דאנט ווארי אין א דריי פיר יאר העט עס שוין זיין סאך טייערער, פאר די ביליגסטע פרייזן מוז מען זיין פון די נחשונים, וואס אין רוב פון די געגנטער ביסטו שוין אינ'ם דריטע לעוועל.

איך האב געקויפט אין לעיקוואד א הויז פאר דריי יאר צוריק פאר פיר פיפציג, אקוראט די זעלבע סארט הייזער זענען איצט אוועליבל פאר פיר אכציג

די הייזער האבן א טענענט, און טעקס איז אינטער ניין אלפים

אויב קענסטו נישט קויפן, קענסטו דינגן, 850 פאר א אינטערשטע שטאק דריי בעדרום דרייצן הינדערט סק פס, און קענסט אוועקלייגן דאס איבריגע אז זאלסט קענעם קויפן שפעטער

סאיז דא אזוי פיל אפשענס, מען דארף נאר עפענען די אויגן און זעהן

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג מאי 13, 2019 11:54 am

ווייזער האט געשריבן:א יונגערמאן בערגער האט געמאכט די נאמבערס דארט לעיני כל הקהל, און יעדער איז שטיין געבליבן.
ער האט אויפגווייזן "פען און פאפיר", שווארץ אויף ווייס" איז גרינוויל איז די מערסטע אפארדעבל.

מוזט אביסל סטראגלען פון אנהייב, אבער די מנוחה נאכדעם איז אין לשער.

הונדערט פארצענט קיין איינער איז נישט מחולק מיט דעם, די איינציגסטע עפפארדעבעל האוזינג און ליווינג ביזדערווייל איז באמת זשערסי סיטי

לכאורה אויך די קומענדיג פאר פריוואטע פראזשעקטס אין בלומינגבורג אויך אבער עס איז קאנדאס און נישט פריוואטע אבער אן וואטשערס

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 13, 2019 12:13 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:רבי ר' בערל ווער ווי אייך ,איז דער וואס ברויך עס ווען אוועק מאכן מיט ביידע הענט , איר זענט דאך אייביג דער וואס זאגט אז אלעס איז גוט, ווילאנג מען העלפט אידן טרעפען א רחבות צו לעבן , מען ברויך טין און טין און אפילו נישט אויפטין ווי די רבי האט אונז געלערענט.. :lol:

הגם איך שלאג נישט כפרות ביי קרית יטב לב פארטיי בוטשער , האלט איך מיט דעם אלעם אז סאיז נישט קיין פראבלעם ,אבי מען מיינט צו העלפן אידן , איך זה באמת נישט די פראבלעם , נאכדערצו מיין פארטיי האט נישט קיין נייע שטעטל צו פראומאוטען און מיין פארטיי מענטשן מופן אין די מאסן עניוועי קיין קרית יואל אין גרויסן

אבער יעדער זאגט עניוועי זייער מיינונג דא , וועל איך זאכן מיינע צוויי סענט אויך , אז די בראשור גייט נישט העלפן פאר קרית יטב לב זילטש , און סאיז ליידער געווארפן אין מיסט שווערע הונדערטע אלפים פאר די סארט מארקעטינג וואס זיי פירן לטובת ריזאלטס, אפשר וויל די דעוועלעפער סתם האבן עקספענסעס אדער פאר טעקסעס פאר א לאסס, דאן איז א אנדערע מעשה , איין גוטע זאך איז אז א שיינע פאר אידן מאכן שיין פרנסה פון זייער מארקעטינג פון די לעצטע פאר יאר ב"ה , זיי דארפן א וואן אן וואן עפפראוטש ווי מען רופט עס , דארפן ארבעטען פערזענליך אויף זייערע מענטשן מויל צו מויל וועט אפשר העלפן , איך זה נישט וואס עדווערטייזמענטס ברענגט זיי

סתם שיינע עדס איז געמאלן וואסער

זיי ברויכן אפילערן דירעקט צו זייער אנשי שלומינו אין יעדע געגענט און מאכן מסיבות און אויפקלערונגען

אויך האלט איך האלט אז זייער עפפראוטש דארף זיין צו שלעפן זייער עולם פון מאנסי אדער קרית יואל וואס די מענטשן זענען שוין געוואינט צו א אפסטעיט סטייל לעבן עניוועי און ווילן האבן א רחבות'דיגע דירה פאר ביליג איז בלומענבורג א גוטע איידיע

איך רעד פון פונקט פארקערטע אישו, ר' משה פון קרן עזר דארף נישט ניצן זיין נאמען צו פראמאטן אזא אינערליכע פארטייאישע בראשור, איך האלט גראדע יא פון די בראשור וכו' איך האלט נאר אז ר' משה אלץ קרן עזר מנהל (נישט אין פריוואטן לעבן, כ'רעד אין פאבליק דאמעין) דארף האלטן א נייטראלע אויסקוק און נוצן פשוט א פענ-נאמען וכדו' ווען ער קאמפיינ'ט זייער חסיד'דיג געשטימט.
און דאס אלעס איז נישט לעיכובא דזשאסט להערה בעלמא אויף א זאך וואס זעט מיר אזוי אויס, און אויב ווילסט פארקערט זאל זיין פארקערט.
דיסקלעימער: כ'האב נאך נישט געליינט דעם אשכול ווייטער ווי דא ביי רעסטאראנטס תגובה, און כ'האב גראד געענטפערט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

משה עסקן
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 19, 2014 7:01 pm

תגובהדורך משה עסקן » מאנטאג מאי 13, 2019 12:21 pm

lebediger berel האט געשריבן:דיסקלעימער: כ'האב נאך נישט געליינט דעם אשכול ווייטער ווי דא ביי רעסטאראנטס תגובה, און כ'האב גראד געענטפערט.

ערעב בערל וויט די פול רעספעקט, עס וואלט בעסער געווען אז איר ליינט יא קודם די ווייטערדיגע תגובות.

ביז נעכטן צופרי איז געווען שייך צו דעבאטירן און חושש זיין אז איינער האט די אגענדעס, מ'בלעימט נישט קיינעם, און א וועלט ווי אונז לעב מיר היינט איז דא ווייניג מענטשן וואס טוען עפעס בלויז פאר די צכלית פונעם צוועק, האט מען פרובירט צו פאנטאזירן אז ס'איז געשטופט ביי די דעוועלאפמענט ביי יענע קהילה. אבער אלעס ביז נעכטן צופרי.

איינמאל די טאג האט זיך אנגעהויבן און דער עולם איז געגאנגען צום עקספא, האט מען זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די קאלירפולע צוזאמענארבעט פון אלע געגנגטער און כמעט אלע דעוועלאפמענט, און עס איז טאקע געוען אנועזנד דארט מענטשן פון אלע קהילות און אלע פראקציעס, סא די דיסקוסיע איז אווער.

דארף ווען האלטן נייטראל, נישט אויסקוקן, די אלע זאכן זענען א פארגאנגענהייט, דאס איז גוט געווען פאר ביז די עקספא. יעצט ברויך מען נאר זעהן אז דער עולם זאל עס נעמען א סטעפ ווייטער, וואס אין דעם רעב בערל קענט איר שפילן א גרויסע ראלע, איר זענט גוט אויסגעקאכט אין די דירות נושא, איז אדרבה, לאמער הערן פון אייך וויאזוי מ'נעמט די נעקסט סטעפ און מ'ציהט טאקע אפ פון די "מאמע פארטוך קריזיס".

קעדילעק
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » מאנטאג מאי 13, 2019 12:22 pm

מיינע איינדרוקען פון די עקספוי, פון א קעדילעק פענסטער וויא:

ס'איז געווען זייער שיין און גוט אהערגעשטעלט און אויסגעשטעלט, גענוג סטעף צו ארויסהעלפן ווען איינער האט געדארפט, אבער מ'האט כמעט נישט געדארפט, ס'איז געווען אזוי שיין און מסודר'דיג צוגעשטעלט, אז אפילו ווען ס'איז געווען שיין פול (רוב צייט ווען איך בין געווען איז געווען פיין פול) האט מען אלעס געקענט טרעפן גרינג.

ס'איז געווען זייער קיוט ווי מ'האט געקענט זען ווי יעדער האט אנדערע איידיעס און אויפטרעפן, איינער האט געהאט סליידס אדער רוקעדיגע סקרינס, בעת אנדערע האבן געהאט קאסטום געמאלענע האנטווערק אדער שיינע גרעפישע סיינס, גוטע פראמאושענס ווי לעטער אפענערס צו שניידן די בילס ביי אללסטעיט אינשורענס, אדער מינט קענדיס פאר מינט פאנדינג, פעדערס צו סיינען קאנקטראקטס ביי בלומינגבורג, און סחורה'נע בעגס פון ארק מארטגעזש, אנדערע האבן אויך געהאט צוגעגרייט שיין טועם צו זיין ווי מזונות און צובייס ביי בלאבעררי דעוועלאפמענט, א הייסע קאווע אויף א שיינע קאוטש ביי מאוומענט בראקערעזש, און שניידער'ס טשאקלעט ביי קעפיטעל אינספעקשענס.
אין מיינע אויגן איז געווען איינס פון די וויכטיגסטע זאכן צו האבן מענטשן מיט עטוואס כאריזמע מיט גוטע פיסקלעך, וואס דאס איז פון די וויכטיגסטע שליסלעך צו קאנווינסן מענטשן און העכערן די טשענסן פון ענדיגן א דיעל, נישט אלע האבן דאס געהאט ווי ס'דארף צו זיין, אבער ס'איז מער ווי ווייניגער געווארן געקאווערט איבעראל, כאטשיג אין געוויסערע בוטס האבן די רעפרעזענטאטן געהאט א צוהאקטע אידיש, אבער מ'האט פיין פארשטאנען די פוינט.

לעיקוואד איז געווען זייער שיין רעפריזענטעד מיט אפאר בוטס, אימפיריעל האט געהאט א גרויסע סטעף, און פיין אריינגעארבעט, זייער פראפעשענעל, געהאט אפאר גוטע אפשענס צו אפפערן, און געהאט א גרויסע טרעפיק, אזוי אויך די אנדערע לעיקוואדע בוטס, אפפערענדיג פון א רייע מיט דעוועלאפמענטס, ביז פרייוועט הייזער אין די גלילות פון לעיקוואד ווי טאמס ריווער און דשעקסען אנצייגנדיג די וואוקס און אויסשפרייטונג אין אלע זייטן, און די אינפלוקס פון חסידים אין און ארום די שטאט.

נעקסט דאר איז געווען אוק טרי פון די שמילאוויטש קאפל, די מרס ווי א געשליפענע בראקער האט אנגעוויזן פאר מיין ב"ב פיר נייע דעוועלאפמענטס אין בלומינגבורג פון אלע סייזעס דירות און קאנדאס און פרייוועט הייזער, גארנישט קיין שייכות מיט די גרויסע באקאנטע דעוועלאפמענט, געווען א נייעס און א חידוש.

גלילות קרית יואל האט געהאט אפאר בוטס, יעדער אויף זיין וועג שיין אהערגעשטעלט, אויך מיט מערערע אפשענס, פון בלומינג גראוו, סאוט בלומינג גראוו, האללאו האללאו, און נאך, און די מאסיווע אויספרייטונג פון די גלילות און און ארום פאלם טרי, סמיט גארדענס פון ר' יחזקאל בראך האט געמאכט א שיינע פרעזענטעישען, מיט געשמאקע סעילס לייט, גלייכצייטיג אנצייגנדיג אויף א לויפעדיגע סקרין ווי נאנט זיי זענען צו א ביהמ"ד און פונקטליך ווי ווייט פון טשעיס באנק און וועלעראו געז/עס סטעישען, וואדבערי ווילעס האט אהערגעברענגט זייער גאנצע שטעטל אויף א טאץ, א הערליכע ארבעט אין מיניטשער, מ'האט געקענט לייוו גיין הויז פיקינג מיט די פינגערס, קלייבן א הויז אדער לאט, און אפילו אריינפאקן דעם הייזקעלע אין טאש (אויב קיינער האט נישט געקוקט..).

זשערזי סיטי האט געהאט אפאר פיינע אפשענס, פון א עסקן וואס האט געאפפערט רענטעלס און אלטע הייזער, ביז א דעוועלאפער וואס האט געאפפערט פון א קאליר קעטעלאג הערליכע שיינע נייע דירות פאר אונטער 500 טויזענט.

בלומינגבורג איז געווען יוניק מיט צוויי בראקיזש קאמפעניס ארבעטן ברידעליך אין איין בוט, עקזיט ריעלטי מיט KM ריעלטי האבן געארבעט צזאמען, אויךך האבן זיי געהאט א סלייד שאו פון די טעגליכע לעבן אין שטעטל, איך האב געבעטן זיי זאלן מיך קאנווינסן כאטשיג אונז האלטן נישט ביי מופן דארטן, זיי האבן געמאכט גאנץ א גוטע ספיטש, און זאכליך געענטפערט אויף אלע קשיות וואס מיין ב"ב האט זיי געפרעגט, זיי זענען אויך געווען גאנץ ביזי טרעפיק, ווען איך האב געפרעגט פארוואס מ'קען נישט דארט קויפן פרייוועט הייזער, איז דארט צוגעשפריגנען א יונגערמאן, און געזאגט אז ער האט געקויפט פאר אונטער 200 טויזענט א פרייוועט הייזקע, און צוגעלייגט אביסל, און ער וואינט ווי א קעניג אויף א פרייוועט לאט.

די באלעבוס פון KM איז געזיצן אין די נעקסטע בוט און געאפפערט גלילות קרית יואל, קוקט אויס ווי ער האט געקענט יעדע שטרעכל פון קרית יואל און ארום אויסעווייניג, געענטפערט קורץ און שארף און צו די זאך, אין די ווינקל איז געזיצן די בילדערס פון בלובערי היל אין מאנסי, שוין נישט געווען די פרייזן וואס איך האב געהערט ביז אהין, אבער ס'איז פארט מאנסי, און מאנסי איז נישט בלומינגבורג און נישט לעיקוואד, אבער שיינע זאכן געאאפערט, זיי זענען אויך געווען גוט ביזי מיט העווי טרעפיק, די גרויסע סטעף האט זיך גוט אפגעגעבן מיט אלעמען.

מאנטיסעלא האט איבערראשט די עולם מיט א געהעריגע שיינע בוט, אפפערענדיג אלטע איבערגעמאכע הייזער אין פארשידענע סייזעס און קאלירן, און פארשפראכן אז די נייע מעדאו פארק דעוועלאפמענט וועט זיין שענער און היימליכער, זיי זאגן אז עס וואוינען שוין היינט דארט 60 משפחות, און וויזניצע חסידים הייבן אן ארויסמופן צו זיין נאנט צו זייער רבי פון קייעמישע, אויך סקווערע חסידים, הרב הנגיד ר' יצחק לעפלער וואס זאגט אז ער וואוינט אין בלומינגבורג און בויט די נייע הערליכע דעוועלאפמענט אויף פארק עוו מאנטיסעלא, איך האב נישט געסטאפט ביי אלע בוטן, ס'איז געווען נאך.

אויב דו ביסט געווען גרייט צו מאכן דיין מאוו רייט עוועי, האסטו דארט אויפ'ן פלאץ געקענט פאוסטן דיין הויז בחינם אויף די נייע אידישע וועבזייט זשואיש ריעל עסטעיט דאט קאם, וואס האבן געהאט א בוט דארט מיט א פארטעבל אפיס מיט קאמפיוטערס אויפגעסעט, אזוי האב איך געטרייט אין מיינע שעה צוויי אריינכאפן וואס איך האב געקענט, און ווען מיין געזינדל האט זיך געיאגט אהיים, האב איך גענייגט מיין אועער צו די פאנעל, געווען אר אינטרעסאנט, יעדער האט אין אפאר קורצע וועטער געמאכט זיין פוינט, און די אנפירער האבן עס באצוקערט און באזאלצן און צוגעגעבן פלעיווער צו די גאנצע הערליכע מצב, ס'איז געווען מאדנע אז די פלאץ פון לינדען איז געווען ליידיג, מיט די פאריתומ'טע טעוועלע אויפ'ן טיש און א אומגענוצטע מייקראפאן.

סוף דבר, איך בין ארויס מיט א זאק ידיעות, און גאר שטארק אימפרעסד.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 13, 2019 12:31 pm

משה עסקן האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דיסקלעימער: כ'האב נאך נישט געליינט דעם אשכול ווייטער ווי דא ביי רעסטאראנטס תגובה, און כ'האב גראד געענטפערט.

ערעב בערל וויט די פול רעספעקט, עס וואלט בעסער געווען אז איר ליינט יא קודם די ווייטערדיגע תגובות.

ביז נעכטן צופרי איז געווען שייך צו דעבאטירן און חושש זיין אז איינער האט די אגענדעס, מ'בלעימט נישט קיינעם, און א וועלט ווי אונז לעב מיר היינט איז דא ווייניג מענטשן וואס טוען עפעס בלויז פאר די צכלית פונעם צוועק, האט מען פרובירט צו פאנטאזירן אז ס'איז געשטופט ביי די דעוועלאפמענט ביי יענע קהילה. אבער אלעס ביז נעכטן צופרי.

איינמאל די טאג האט זיך אנגעהויבן און דער עולם איז געגאנגען צום עקספא, האט מען זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די קאלירפולע צוזאמענארבעט פון אלע געגנגטער און כמעט אלע דעוועלאפמענט, און עס איז טאקע געוען אנועזנד דארט מענטשן פון אלע קהילות און אלע פראקציעס, סא די דיסקוסיע איז אווער.

דארף ווען האלטן נייטראל, נישט אויסקוקן, די אלע זאכן זענען א פארגאנגענהייט, דאס איז גוט געווען פאר ביז די עקספא. יעצט ברויך מען נאר זעהן אז דער עולם זאל עס נעמען א סטעפ ווייטער, וואס אין דעם רעב בערל קענט איר שפילן א גרויסע ראלע, איר זענט גוט אויסגעקאכט אין די דירות נושא, איז אדרבה, לאמער הערן פון אייך וויאזוי מ'נעמט די נעקסט סטעפ און מ'ציהט טאקע אפ פון די "מאמע פארטוך קריזיס".

כ'האב פשוט געוואלט "קלאר שטעלן" מיין תגובה, און כ'האלט מיך ביי מיינס,
און כ'רעד דא באת צו אלע מענטשן פון אלע פארטייען צדדים וכו',
ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבן וועגן דירות דא אין אייוועלט ווען רוב אינגע שרייבערס זענען נאך געווען אין פיטעם האב איך געשריבן (נ"א געשריגן) דער דירות קריזיס דארף געהאנלט ווערן וואו הצלת נפשות, און פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'שרייט "הצלה" דארף מען נישט קוקן ווער ס'רופט די זעלבע זאך איז ביי די דירות קריזיס.
דעריבער, אזוי ווי ר' משה האט צו זיין פולע קרעדיט גענומען דעם שופר און שרייט וועגן דירות האט ער לויט מיין קליינע מיינונג געזאלט נוצן א אנדערע נאמען און נישט זיין/זיין ארגאניזאציע נאמען בשעת ווען ער האט געשריבן א אינערליכע ביכל צו בני קהלתו ואנשי שלומם של חסידתו, (און סאיז נאר מיין מיינונג) בשעת דער ביכל פאר זיך איז זייער א גוטע קלוגע אויסגעהאלטענע זאך, איך וועל מער נישט ענטפערן דערויף ווייל ס'קען זיין איך בין ראנג און ס'גייט מיך נישט אן, יבא הנס מכל מקום.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג מאי 13, 2019 12:34 pm

ווי איך פארשטיי איז לינדען נישט געקומען ווייל זיי האבן יעצט מער קונים ווי הייזער און זיי ווילן נישט סתם פאמפן זייער שטעטל ווייל עס וועט נאר ברענגען אז מענטשן זאלן אליין גיין קלאפן אויף טירן אדער ארומקאלן ליסטינגס, וואס דאס וועט דראסטיש הייבן די פרייזען.

איך ווייס נישט אויב זייער סטראטגיע איז גערעכט און ווי לאנג זיי וועלן פאקטיש זיך קענען האלטן דערצו

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט