שמועה: נייע אידישע שטעטל אין נוא דשערזי.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

שמועה: נייע אידישע שטעטל אין נוא דשערזי.

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:28 am

שמועה: נייע אידישע שטעטל אין נוא דשערזי.


היינט האב איך גערעדט צו א אינגערמאן אן ענערגישער עסקן וואס ארבעט די לעצטע פאר יאר אויף א לעזונג צו דעם דירות קריזיס, האט ער מיך מגלה געווען א פרישע אויפדעקונג, אז עטליכע עסקנים מיט די שטיצע פון עשירים נדיבי לב ארבעטן אויף די פיינעל פלענער.


ווי איך פארשטיי האנדעלט זיך עס פון געוועזענע קאמיוניטי דעוועלאפמענט, וואס איז געבויעט געווארן פאר א ספעציפישע קאמיוניטי, אבער צוליב פינאנציעלע פראבלעמען איז עס געבליבן שטעקן אינדערמיט, עס איז א גרויסע דעוועלאפמענט מיט 2 קאמיוניטי-הייזער, די הייזער זענען פארשידענע מאדעלן, און די סייזעס זענען בערך 1800-2000 סקווער פיס, +א בעיסמענט, און יעדע הויז האט קרוב צו א פערטל עיקר פראפערטי.


אין די פארהאנדלונגען האט מען אויסגעארבעט אז די דעוועלאפמענט זאל אריין געהעריג אינטער די שטאטראט, אזוי אראפנעמען די HOA, סיי די געלט דערפון, און סיי די לאגיסטישע חלקים דערפון, ווי שארן שניי וכדו',  די פארהאנדלונגען זענען אין די לעצטע פאזעס און מען האפט צו האבן אלעס אויסגעארבעט בקרוב ממש.


איך האב געפרעגט ווי שטאט איז, האט ער בשום אופן נישט געוואלט מגלה זיין, ער זאגט אז דאס איז א מיליטערישע סוד ביז די פארהאנדלונגען זענען פיינעל, אזויפיל האט ער מיר געזאגט אז די שטאט איז זייער אן אהערגעשטעלטער שטאט מיט שטאטישע סוער און וואסער און אלע סיטי סטייל צוגעהערן, און די געגנט איז א גיטע געגנט בערך א שעה פון די סיטי, אויך איז דא די NJ Transit באנען נישט ווייט פון די דעוועלאפמענט, אז טרעוול צו די סיטי וועט זיין גאר גרינג בעז"ה.


לויט די לאקאלע זאונינג קען מען צובויען צו אלע הייזער בערך 800 סקווער, נאך וואס די HOA וועט זיין אויפגעלעזט, וועלן די הייזער פאלן אינטער די לאקאלע זאונינג געזעצן.


אויסער וואס די פרייז וועט בע"ה זיין גאר ביליג בערך 230 טויזנט, האפט מען אויסצוארבעטן אז מען זאל נישט ברויכן קיין שום דאון-פעימענט און קלאוזינג קאסטן, נאר די אפיציעלע פרייז וועט זיין 250 טויזנט, און מען וועט מאכען א סעלערס קאנסעשאן פון 7.5 פראצענט, דהיינו א הנחה אויף פאפיר פון קרוב צו 20 טויזנט דאלער, דאס וועט קאווערן די דאון-פעימענט און די קלאוזינג קאסטן, אזוי אז מען וועט נישט מוזן אראפלייגן קיין שום דאון-פעימענט צו קויפן די הייזער, נאר מען קען איינגעבן א מארגעדש אויף 3 פראצענט דאון-פעימענט, און מען בלייבט מיט נאך 4.5 פאר די איבריגע קלאוזינג הוצאות.


אויף פראפערטי טעקס איז נאך נישטא קיין קלארקייט דערווייל, עס ווענדט זיך אין די פארהאנדלונגען לגבי די HOA, ארגינעל האט די דעוועלאפמענט געהאט א 15 יאר טעקס עבעיטמענט, אבער די חשש איז אז אויב מען לעזט אויף די HOA וועט מען פארלירן די טעקס עבעיטמענט, אבער ווי עס זאגן די עסקנים איז טעקס אין יענע געגנט איז בערך 6500 דאלער, און עס לוינט נאך אלץ די ספק פון פארלירן די טעקס עבעיטמענט אויף די ריווח פון נישט האבן אן HOA, און גרעסערע זאונינג מעגליכקייטן.


לגבי קהילות, דערווייל איז נישטא קיין פלענער אויפן טיש צו מען זאל ארבעטן מיט א ספעציפישע קהילה אדער גיין נייטראל, כנראה אז איינמאל די פלענער וועלן זיין פארטיג, וועט מען זיך ווענדן צו קהילות אויב זיי ווילן עס נעמען אינטער זייער שיץ וועט מען דאס טוהן.


לגבי מוסדות, איז דא א שטח אוועקגעלייגט פאר בנינים, און עס ווענדט זיך וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די פארהאנדלונגען מיט די קהילות, אויב א קהילה וויל עס איבערנעמען וועלן זיי באקומען די שטחים צו בויען דערויף, עס איז דערווייל נישטא קיין קלארע פלענער איבער מוסדות אין פאל עס וועט זיין א נייטראלע שטאט, נאר די איינוואוינער וועלן לכאורה מחליט זיין זייער עתיד.


צום האפן אלעס וועט זיך אויסארבעטן ווי גיפלאנט, און די שטאט וועט גאר בקרוב זיין אן עיר ואם בישראל לשם ולתפארת.

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:34 am

פון וויפיל הייזער רעדט מען דא? איז דא פלאץ צו ואקסן?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:35 am

און וויאזוי וועט מען אויסהאלטן די מוסדות?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:45 am

שמעקט ווי "קרית אברכים" ע"ה

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג אפריל 01, 2019 10:45 am

Wow
קוקט אויס וואו א זאך וואס קען זיך אויס ארבעטען.
פראפערטי אין ניו זשערסי איז זייער ביליג, איך וואונדער מיר שוין לאנג פארוואס ס'איז נישט דא צען אזוינע ישובים.

@דממה איך פארשטיי אז דו קענסט נישט רעדן צופיל, אבער אפשר קומסטו אריין מיט מער אינפארמאציע.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:24 am

דממה, זאג פאר דעם עסקן אז דו ווייסט וועלכע טאג עס איז היינט אויפן קאלאנדער..

Car Rental Expert
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

תגובהדורך Car Rental Expert » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:37 am

;l;p-
בר דעת האט געשריבן:דממה, זאג פאר דעם עסקן אז דו ווייסט וועלכע טאג עס איז היינט אויפן קאלאנדער..

יא שטימט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:38 am

בר דעת האט געשריבן:דממה, זאג פאר דעם עסקן אז דו ווייסט וועלכע טאג עס איז היינט אויפן קאלאנדער..

אדער קענסטו עס זאגן פאר דממה'ן...
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:42 am

צולייגער האט געשריבן:און וויאזוי וועט מען אויסהאלטן די מוסדות?

די זעלבע וועג וואס מוסדות התורה והחינוך ד'גרינוויל האלט זיך אויס.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:49 am

פומפדותא האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:און וויאזוי וועט מען אויסהאלטן די מוסדות?

די זעלבע וועג וואס מוסדות התורה והחינוך ד'גרינוויל האלט זיך אויס.

אין גרינוויל איז דא וואטשערס, רוב געגנטער האבן דאס נישט

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:55 am

פארוואס זאל מען נישט קענען באקומען די זעלבע וואוטשערס וואו גרינוויל? ס'איז אויך אין ניו זשערסי.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 01, 2019 11:57 am

פומפדותא האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט קענען באקומען די זעלבע וואוטשערס וואו גרינוויל?
ס'איז אויך אין ניו זשערסי.

א באמבע קשיא. קענסט פרעגן נאך מער, ס'דאך אויף די זעלבע קאנטינענט ווי וויליאמסבורג אויך

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:16 pm

@דריידל ביטע קיין רעטאריק.
דא געפונען זיך עדאלטס.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:24 pm

APRIL ONE

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:28 pm

אריין אין פארברענגען

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:31 pm

אין גאנץ ניי גערסי איז דא וואוטשערס.

אונזער חשוב'ער ניק @דממה איז דאכציך עמטליך קעגן דעם גאנצן רעיון ארויסצומאפן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:40 pm

דממה דקה האט געשריבן:שמועה: נייע אידישע שטעטל אין נוא דשערזי.


היינט האב איך גערעדט צו א אינגערמאן אן ענערגישער עסקן וואס ארבעט די לעצטע פאר יאר אויף א לעזונג צו דעם דירות קריזיס, האט ער מיך מגלה געווען א פרישע אויפדעקונג, אז עטליכע עסקנים מיט די שטיצע פון עשירים נדיבי לב ארבעטן אויף די פיינעל פלענער.


ווי איך פארשטיי האנדעלט זיך עס פון געוועזענע קאמיוניטי דעוועלאפמענט, וואס איז געבויעט געווארן פאר א ספעציפישע קאמיוניטי, אבער צוליב פינאנציעלע פראבלעמען איז עס געבליבן שטעקן אינדערמיט, עס איז א גרויסע דעוועלאפמענט מיט 2 קאמיוניטי-הייזער, די הייזער זענען פארשידענע מאדעלן, און די סייזעס זענען בערך 1800-2000 סקווער פיס, +א בעיסמענט, און יעדע הויז האט קרוב צו א פערטל עיקר פראפערטי.


אין די פארהאנדלונגען האט מען אויסגעארבעט אז די דעוועלאפמענט זאל אריין געהעריג אינטער די שטאטראט, אזוי אראפנעמען די HOA, סיי די געלט דערפון, און סיי די לאגיסטישע חלקים דערפון, ווי שארן שניי וכדו',  די פארהאנדלונגען זענען אין די לעצטע פאזעס און מען האפט צו האבן אלעס אויסגעארבעט בקרוב ממש.


איך האב געפרעגט ווי שטאט איז, האט ער בשום אופן נישט געוואלט מגלה זיין, ער זאגט אז דאס איז א מיליטערישע סוד ביז די פארהאנדלונגען זענען פיינעל, אזויפיל האט ער מיר געזאגט אז די שטאט איז זייער אן אהערגעשטעלטער שטאט מיט שטאטישע סוער און וואסער און אלע סיטי סטייל צוגעהערן, און די געגנט איז א גיטע געגנט בערך א שעה פון די סיטי, אויך איז דא די NJ Transit באנען נישט ווייט פון די דעוועלאפמענט, אז טרעוול צו די סיטי וועט זיין גאר גרינג בעז"ה.


לויט די לאקאלע זאונינג קען מען צובויען צו אלע הייזער בערך 800 סקווער, נאך וואס די HOA וועט זיין אויפגעלעזט, וועלן די הייזער פאלן אינטער די לאקאלע זאונינג געזעצן.


אויסער וואס די פרייז וועט בע"ה זיין גאר ביליג בערך 230 טויזנט, האפט מען אויסצוארבעטן אז מען זאל נישט ברויכן קיין שום דאון-פעימענט און קלאוזינג קאסטן, נאר די אפיציעלע פרייז וועט זיין 250 טויזנט, און מען וועט מאכען א סעלערס קאנסעשאן פון 7.5 פראצענט, דהיינו א הנחה אויף פאפיר פון קרוב צו 20 טויזנט דאלער, דאס וועט קאווערן די דאון-פעימענט און די קלאוזינג קאסטן, אזוי אז מען וועט נישט מוזן אראפלייגן קיין שום דאון-פעימענט צו קויפן די הייזער, נאר מען קען איינגעבן א מארגעדש אויף 3 פראצענט דאון-פעימענט, און מען בלייבט מיט נאך 4.5 פאר די איבריגע קלאוזינג הוצאות.


אויף פראפערטי טעקס איז נאך נישטא קיין קלארקייט דערווייל, עס ווענדט זיך אין די פארהאנדלונגען לגבי די HOA, ארגינעל האט די דעוועלאפמענט געהאט א 15 יאר טעקס עבעיטמענט, אבער די חשש איז אז אויב מען לעזט אויף די HOA וועט מען פארלירן די טעקס עבעיטמענט, אבער ווי עס זאגן די עסקנים איז טעקס אין יענע געגנט איז בערך 6500 דאלער, און עס לוינט נאך אלץ די ספק פון פארלירן די טעקס עבעיטמענט אויף די ריווח פון נישט האבן אן HOA, און גרעסערע זאונינג מעגליכקייטן.


לגבי קהילות, דערווייל איז נישטא קיין פלענער אויפן טיש צו מען זאל ארבעטן מיט א ספעציפישע קהילה אדער גיין נייטראל, כנראה אז איינמאל די פלענער וועלן זיין פארטיג, וועט מען זיך ווענדן צו קהילות אויב זיי ווילן עס נעמען אינטער זייער שיץ וועט מען דאס טוהן.


לגבי מוסדות, איז דא א שטח אוועקגעלייגט פאר בנינים, און עס ווענדט זיך וואס וועט זיך אויסלאזן מיט די פארהאנדלונגען מיט די קהילות, אויב א קהילה וויל עס איבערנעמען וועלן זיי באקומען די שטחים צו בויען דערויף, עס איז דערווייל נישטא קיין קלארע פלענער איבער מוסדות אין פאל עס וועט זיין א נייטראלע שטאט, נאר די איינוואוינער וועלן לכאורה מחליט זיין זייער עתיד.


צום האפן אלעס וועט זיך אויסארבעטן ווי גיפלאנט, און די שטאט וועט גאר בקרוב זיין אן עיר ואם בישראל לשם ולתפארת.


אויב אלעס וואס דו שרייבסט דא איז אמת אין קראנט און גוטע נייעס
אויב ליינסטו מיינע ארטיקלען און תגובות וועסטו זען אז כ'האב אלץ געשריגן אז מ'מוז טרעפן א געקראכטע זאך צו אפארדן די פרייז באמת
אבער
כדי דאס צו בויען און העלפן דארף מען נישט אראפרייסן אנדערע פראיעקטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:41 pm

צל עובר האט געשריבן:אין גאנץ ניי גערסי איז דא וואוטשערס.

אונזער חשוב'ער ניק @דממה איז דאכציך עמטליך קעגן דעם גאנצן רעיון ארויסצומאפן.


אבי גערעדט, אין לעיקוואד איז נישטא די זעלבע וואוטשערס וואו אין דזשערזי סיטי, כלל נישט זעלבע זאך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:43 pm

זוי האבעך געהערט אפאר יאר צוריק, אבער שטייצעך אז מיטן זיידן קריג איך מיר נישט נאר מיט הארד עווידענס.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:00 pm

lebediger berel האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין גאנץ ניי גערסי איז דא וואוטשערס.

אונזער חשוב'ער ניק @דממה איז דאכציך עמטליך קעגן דעם גאנצן רעיון ארויסצומאפן.


אבי גערעדט, אין לעיקוואד איז נישטא די זעלבע וואוטשערס וואו אין דזשערזי סיטי, כלל נישט זעלבע זאך.

איר האט פרוף אויף וואס איר זאגט? אדער איר קלערט סתם אזוי?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:00 pm

אין לעיקוואד איז נישט דא די סקול וואוטשערס פון וואס מען רעדט אז עס איז דא אין דזשערסי סיטי.
די וואוטשערס האט מען נאר געמאכט פאר Abbott districts וואס דאס מיינט ארימערע און שוואכערע דיסטריקטס, אין דעם איז אריינגערעכנט דזשערסי סיטי, לאנג ברענטש, פעסעיק.

משום איזה סיבה האבן די שטאטישע טאטעס נישט געוואלט לעיקוואד זאל זיין אריינגערעכנט.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:05 pm

ישר כח @לעיקוואד פאר די אינפארמאציע.

איך האב געטראפן א מאפע פון אלע Abbott District's
map_8_5.gif
map_8_5.gif (34.96 KiB) געזעהן 2934 מאל

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג אפריל 01, 2019 7:46 pm

ר' דממה:
אויב איז אמת דאן ביטע מעק עס די תגובה און שרייב עס איבער מארגן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:43 pm

למעשה, איז דאס געווען א וויץ פאר דעם ערשטן פון עפריל, אדער ס'איז אמת?

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דינסטאג אפריל 02, 2019 9:20 pm

אויב דאס איז נישט אמת זאל עס אריין גיין אין היימישע קרעטשמע...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט