דירות קאנטעסט *פלענער*

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

דירות קאנטעסט *פלענער*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

ווי ברייט אויסגעשמועסט אין די אנדערע אשכול, אלעס ארום די דירות קאנטעסט;

viewtopic.php?f=98&t=39203#p1883052

הייבן מיר בס"ד אן מיט די פאזע פון ארויסשטעלן די פאקטישע
פלענער וואס זענען אריינגעקומען דורך אימעיל [email protected]

איעדע פלאן וועט צוגעטיילט ווערן א נומבער, אזוי ארום וועט עס פארגרינגערן מיט די שטומען, וועלכע וועט ווערן אפגעגעבן אין א ספעציעלע אנקעטע אשכול וואס מיר וועלן עפענען ווי נאר אלע פלענער וועלן ווערן ארויפגעלייגט.

ביטע נישט אריינהאקן דא מיט קיין הגהות והערות כדי צו ערמעגליכען דאס ארויפלייגן אלע פלענער.

איר קענט נאך אריינשיקן אייערע פלענער ביז היינט ביינאכט און מיר וועלן עס דא ארויפשטעלן בס"ד. שיקט אן אימעיל צו [email protected]
און איר קענט נאך זיין די געווינער פונעם פארמעסט און גלייכצייטיג באקומען די $500.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 8:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1A

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס''ד

קודם צוויי נקודות.

1. ווי געשריבען און די פארשריפטן איז די קאנטעסט פאר אידן וואס ווילן מאפן, צו פארגרינגערן די פראסעס כדי צו פארשנעלערן דעם פאקט. און נישט וויאזוי צו מאכן מענטשן וואס האלטן (נאך נישט) דערביי צו מאפן.

2. מבשרי אחזה. אלץ איינער וואס האט ארויסגעמאפט צו איינע פון די נייע געגענטער וועל איך שרייבען לויט מיין (און וואס איך זעה ביי אנדערע פון דער נאנט) עקספיריענס, וואס עס וואלט זיך אויסגעפעלט כדי צו פארשנעלערן די פראסעס.

די שטער.

ווען א אינגערמאן מיט די בני בית מאכן אפ אז עס איז געקימען אוף אונז די גורל פון לך לך מארצך... אל הארץ אשר אראך. איז נישט דא דער וואס העלפט און טרעפן דעם הארץ אשר אראך. ווי הייבט מען אן... לויט מיין סעווינגס, לויט מיין באדטזשעט, לויט מיין דזשאב און געהאלט, זאל איך קיקען אויף אלטע געגענטער ווי מאנסי ק''י אדער גלילות אדער נייע געגענטער? זאל איך קויפן אדער דינגען? זאל איך קודם דינגען און נאכדעם קויפן? וואס פארא בענעפיטס איז דא פון דינגען קודם? אויב וויל איך קויפן, ווי הייב איך אן? ביים מארטגעטש בראקער אדער ריעל עיסטעט בראקער? נייע הויז אלטע הויז? וויפיל % מארטגעטש זאל איך נעמען? בין איך בכלל עלישזיבעל פאר א מארטגעטש? וואס דארף איך טון צו זיין עלישזיבעל? אזוי פליסן אריין א טאץ מיט קשיות וואס מען האט נישט געהעריגע תריצים, און מ'ווייסט נישט ווי אנצוהייבן, מילא הייבט מען בעסער נישט אן, און מ'בלייבט ווי מ'איז און (נישט) שלום על ישראל (ביז די נעקסטע אויסבראך).

די סעלאשן

נאכ'ן קלאר פארשטיין די פראבלעם, איז זייער פשוט די סעלאשן, עפענען א כללית'דיגע אפיס וואס זאל דינען אלץ עדווייס פאר סיי ווער עס וויל מאכן דעם לך לך מארצך, און זיי זאלן זאגן דעם אל הארץ אשר אראך. די עדווייזערס דארפ'ן האבן די בעיסיק נאלעדזש ווי אזוי א מארטגעזש ארבעט, און וואס מ'דארף טון צו ווערן עפראווד. און האבן א דעטעבעיס פון גיטע מארטגעזש בראקערס וואס זענען גרייט צו העלפן דעם ציבור. און דארפן וויסן בפרטיות קראנטע אינפארמעשאן פון א יעדן געגענט די מעלות און חסרונות, רעדן כסדר מיט ארויסגעמאפטע כדי צו הערן פירסט הענד די שוועריקייטן. און זיין אויסגעקאכט מיט יעדע געגענט די הלוך ילך וויאזוי מ'קויפט\דינגט דארט. מיט א ליסט פון אחריות'דיגע בראקער'ס פון די געגענט.

נאכדעם וואס די עדווייזערס וועלן האבן די אויבן דערמאנטע נאלעדשז, וועלן זיי זיך דארפן אריינלייגן און יענעם'ס שיך און זעהן דעם קלייענטס בעסטע אפציע., ווייל פאר יעדן איינעם איז עפעס אנדערש צוגעפאסט.

נאך א נקודה. די אפיס וועט נעמען רעוויא'ס אויף די מארטגעזש\ריעל עיסטעט בראקער פונעם קלייענט נאך'ן ענדיגן דעם פראסעס, כדי צו קענען ריכטיג צופאסן דעם ריכטיגען מארטגעזש\ריעל עיסטעט בראקער פאר קומענדיגע קלייענטן.

די עקזעקיושאן פלאן.

קודם דארף מען פארשטיין אז די אפיס דארף נישט זיין אפען מער ווי 2-3 מאל א וואך פאר 2-3 שעה ביינאכט, און מען קען ניצן פון א גיטהארציגע איד וואס ניצט נישט זיין אפיס ביינאכט און וויל אויפטון אויף דעם פראנט. מען וועט טשארזשען פונעם קלייענט א מינימאלע טשארזש השוה לכל נפש ביפאר דעם ערשטן זיצאנג כדי צו קענען דעקן א חלק פון די הוצאות, און אויך כדי די קלייענט זאל הארכן צום עדווייזער פעלט זיך אויס צו צאלן דערפאר, די איבריגע חלק וועט מען דעקן פון די $100,000.

הצלחה רבה.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 11:48 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1B

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בעז"ה

איך האב מיין הצעה געשריבן נאכן זיין א שיינע פאר יאר פין די ערשטע ארויסטאנצער צו גיין אין נייע געגנטער וואוינען איך טוה די פאלגענדע איידיע באשטעטיגן פין אייגענע עקספיריענס.

די עיקר פראבלעים איז די שטופ וואס פאדערט זיך צו טון די שריט פון זיך אוועקציען פון א פלאץ ווי מען איז ערצויגען געווארן, ובעיקר דארף די שטופ באקומען די פרויען וואס פון דארט וועט עס לייכט אנקומען צו אלעמען

די 100 אלפים ברויך אויף דריי חלקים צוטיילט ווערן וויאזוי צו לעזן די אישו אז מענטשן האבן נישט גענוגקוראזש

סטעפ 1]

30 אלפים פאר מארקעטינג קאמפעני צו שטארק מארקעטן ארום די קאמפעין.

סטעפ 2]

30 אלפים פאר אינגעלייט/פרויען וואס זענען שוין אריבער די פראסעס פון מופן זיי זאלן העלפן די קאמפיין, ובעיקר זאלן זיי העלפן "גרופירן עטליכע נשים אינאיינעם" לדוגמא חבר'טעס אדער משפחה קרובים צוזאמען זאלן זיך אויפהייבן און מופן, וואס דאס וועט פיל פארלייכטערן די פראצעדור, עס איז אינו דומה א מענטש וואס ספראוועט זיך אליין מיט א פרעמד מקון ווי עטליכע אינאיינעם וואס גייען דאס אריבער, נאך א וויכטיגע פונקט וואס מען זאל לייגן א שטארקע דגוש, אז יעדע נייע געגנט זאל האבן "א פארבינדונגס ארט" וואס ווער אימער ס'וויל עפעס וויסן עני זאך איבער ווי מען גייט צום דאקטאר שיך סטאר עני קלייניקיייט זאל דער פארבינדונגס ארט געבן דירעקציעס, דאס אלעס וועט פיל באקוועמער און לייכטער מאכן דאס איינגלידערן נייע איינוואינער אינעם נייעם געגנד.

סטעפ 3]

40 אלפים פאר א גרויסע מעמד דורך רבנים עסקנים וקהילות צו אויפרידערן דעת המון

" אבער אלע 3 סטעפס מארקעטינג/באצאלטע מענטשן/גרויסע מעמד זאלעס גיין מיט איין ציל און פאראייניגטע מהלך, נישט דער מארקעטער זאל גיין זיין דירעקשאן און די אסיפה א צווייטער דירעקציע און די עסקנים א אנדערע מהלך."
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 12:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1C

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

מען וואלט געדארפט לייגען א גרעסערע דגוש פאר די עלטערען אויך, נישט נאר פאר די קינדער.
פאר די קינדער זארגט מען זיך פאר מוסדות שפיל פלעצער וכדומה, די זעלבע ברויך מען מאכן פאר די עלטערען.

מען ברויך פארשטיין אז די עלטערען האבן נישט וואס צו טוהן איבערן טאג און ווי גרויס די דירה זאל זיין קען מען חס ושלום אראפ גיין פון גלייכען זינען.
אפילו די מענטשען וואס וואוינען אין &__________ איז דאס די גרעסטע פראבלעם פאר די היימישע מאמעס וואס דרייווען נישט.

וואס מען וואלט געברויכט

מען קען נישט יעדן טאג נעמען א קאר סערוויס און אוועק פארן
מען וואלט געברויכט מאכן אזוינע קומיניטי סענטער אזוי ווי שאפינג סענטערס וואס מען זאל קענען אריין קומען איבערן טאג טרעפען מענטשען, עקסרסייז פלעצער, דאקטורים, רעסטאראנטען, שמחה זאל וכדומה מען זאל האבן ווי צו גיין זיך אויסלופטערען.

ווען עס פאלט צו דער ווינטער אך און וויי פאר די איינזאמקייט ווי מען טרעפט זיך די רחבותדיגע דירה פארלירט די גאנצע שוויות ווערענדיג עלענד אליין איינזאם ווי און א מדבר ודי למבין.

און דער אלטער היים פלעגט מען בויען גרויסע שוהלן וואס דארט זענען זיך צוזאם געקומען די גאנצע שטעטעל מען האט געטראפן מענטשען שחרית מנחה מעריב
עס פלעגט זיין א מעין סטריט א מארק דאס איז נאך היינט און אלע קליינע שטעטלעך, דאס העלפט אז מען זאל סיך נישט טרעפן עלענד ווי א שטיין.

טב למיתב....
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 1:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1D

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

שלו' וברכה. איך וואוין אין _________________ שוין מער פון צוויי יאר ב"ה, און איך מיט מיין ב"ב האבן גאר גרויס הנאה און מיר דאנקן השי"ת אז איך האב געהאט די שכל צו טון דעם שריט. איך האב ב"ה א פיינע פרנסה אין שכינות, און די קינדער גייען אין חדר-סקול אלעס אויפן פלאץ, און יעדער איז העכסט צופרידן ב"ה, כן יעזור ה' להלאה.

אויף וויפיל איך האב שוין גערעדט צו אידן וואס האבן שטיבער מיט קינדער קיע"ה און קענען ניצן גרויסע שיינע דירות און זיי וואלטן ווען געמופט, האבן זיך אויסגעדריקט די פאלגענע מניעות.

1. די דזשאב, וואס מען האט מורא אז מען וועט נישט טרעפן.

2. מען האט מורא פאר'ן טויש אין לעבנס שטייגער, מען קען זיך פשוט נישט זען מופן אין עפעס א קליינע דארף. (דאס איז נישט פשט אז מען וויל האבן א 24 שעה גראסערי, נאר סתם דאס לעבנסשטייגער איז אזוי געוואוינט צו די שטאטישע בהלה, אז מען ווייסט נישט וויאזוי מען קען לעבן אן דעם).

3. גוטע מענטשן בארעדן דאס פלאץ פשוט וואס קענען נישט פארנעמען די הצלחה פון די נייע שטעט, קויפן זיך מצוות און רעדן אפ פאטענציעלע קויפערס.

4. מען גייט עס אמאל טון, און די אמאל קומט נישט אזוי שנעל. דאס איז ממש א מכת מדינה, פיל פיל מענטשן קענען דיר ענטפערן אז זיי זעען זיך אלס תושבים דארט, יא איין טאג גיי איך ארויסמופן, אבער "נאכנישט יעצט" יעצט איז אינמיטן ווינטער, מארגן איז זיין ווייב א יולדת, נעכטן האט ער דאך נאר געהאט 3 קינדער איז ער נאכנישט אזוי געדריקט, און נאך אביסל האט ער שוין א בחור און א 9טע קלאס מיידל וועם סוועט זייער שווער זיין די טויש, און ביי דעם בלייבט עס.

די לעזונג

אין מיינע אויגן איז די איינציגסטע עצה, רעדן דערפון אייביג און איבעראל אלס א נושא וואס איז נוגע דעם עתיד פון כלל ישראל.

לעת עתה זענען די וואס רעדן און פאמפען די שטעטלעך, בלויז די אייגענע אינוועסטירער און זייערע מארקעטינג קאמפעניס, אבער עס האט מיט אידישקייט גארנישט. דאס דארף מען טוישן!

לאמיר עפענען די אויגן. אונז חסידים האבן שטובער מיט קינדער קיע"ה, און ס'איז קלאר ווי דער טאג אז אין וויליאמסבורגער דירות קען מען כמעט נישט ערציען ערליכע קינדער נארמאל! אדער ווייל די עלטערן קענען נאר אפארדן פיצעלע דירות, אדער ווייל די טאטע דארף ארבעטן 24 שעה צו קענען דעקן א שיינע גרויסע דירה, און קען נישט זיין אינדערהיים מיט די קינדער.
שוין אפגערעדט פון וואס מען זעט זיך אלס דא צאם אין איין מינוט רח"ל.

לויט דעם איז מופן פשוט א חוב אויף יעדן טאטן, און עס איז גענוג א וויכטיגע אידישקייט זאך וואס יעדער רב, דיין, מורה דרך, רבי, מגיד שיעור, בעל דרשן דארף רעדן יעדן טאג וואך און אלעמאל ווען ער קען. מעורר זיין דעם ציבור אז ווער עס קען זאל זיך אויפהייבן און מופן. מען רעדט פון שמירת עינים און אלעס ארום, אבער פון מופן רעדט מען נישט.

הוא הדין צו די פרויען האטליינס, ווי "טל של תחי'" "קול בית רחל" וכדו' זאלן כסדר לאזן הערן די וויכטיגקייט פון ארויסמופן.
(פאר פרויען אויף האטליינס קען מען אויך געבן צו הערן אינטערוויאס מיט פרויען וואס האבן ארויסגעמופט ווי שטארק זיי זענען צופרידן, און בכלל דעם מצב פון די שטעטלעך. אבער דאס קען נאר זיין אויב עס ווערט א הייליגע נושא כנ"ל, ווילאנג עס איז קאנסידערט אלס מארקעטינג פאר א ביזנעס קען דאס נישט געשען.)

גלייכצייטיג דארף מען מחשיב זיין און ארויסהייבן יעדן אינדיווידיועל וואס האט גענומען דעם שריט און ארויסגעמופט (דאס שפיר איז גראדע יא גוט, ווען איך בין אין שטאט אויף שבת באקום איך חיזוק פון 90% ציבור)


פארוואס וועט דאס העלפן?

1. דזשאבס - איז דאך נישט קיין עכטע פראבלעם, מה' מצעדי גבר כוננו, און אויב איז פאר איינעם באשערט צו מופן האט שוין דער רבוש"ע צוגעגרייט זיין פרנסה דארט. מען דארף עס פשוט אויפקלערן פאר'ן עולם.

2. דער טויש אין לעבנס שטייגער - דאס דארפן די מנהיגי הדור, די רבנים דיינים ובעלי דרשנים אריינהאקן דעם ציבור אין קאפ אז מען מוז עס טון.

3. גוטע אידן - אין א מצב ווען מופן איז א הייליגע זאך, און רבנים ודיינים שטיצן עס, גגלייב איך נישט אז אזעלכע לשון הרע'ס קענען האבן צופיל השפעה.

4. שוין יעצט - כנ"ל, דאס איז די ארבעט פון די דיינים צו שטופן די אינגעלייט שוין צו טון צו דער זאך.


וויאזוי קען דאס געשען?

איך לערן אפ דעם מצב פארוואס טאקע רעדן נישט די דיינים פון די נושא קיין סאך, טאקע דערפאר ווייל זיי אליינס ווייסן נישט פונקטליך וואס טוט זיך אינדרויסן אין די שטעטלעך, ס'טייטש זיי ווייסן (מן הסתם) דעם מצב ביים ציבור דאהי, אבער ווייסן נישט ווי שטארק גוט און וויפיל מעלות די נייע געגענטער האבן יא, און אז עס זענען טאקע דא פרנסה אפציעס געהעריג, אז עס זענען טאקע דא שיינע מוסדות, און ערליכע משפחות וואוינען איבעראל, און אז זענען דא בתי מדרשים ומקוואות אין אלע פלעצער געהעריג. ווען זיי וואלטן געווען געהעריג אינפארמירט וואלט אנדערש געווען.

דארפן דעריבער אפאר גוטע אידן ארוממגיין צו די דיינים ובעלי דרשנים, און ארויסהייבן זייער התחייבות און זייער מעגליכקייט צו העלפן דעם ציבור אזוי גרינג.

די דיינים מוזן פארשטייט זיך נישט זאגן ביי דרשות "וואו" מען זאל מופן, וואס דאס איז פשוט אז יעדער איז געמאכט פון אן אנדערן טיפ, אבער לכל הפחות זאל מען ארויסברענגען די חשיבות דערפון.

זאל עס טאקע זיין מיט מזל וברכה, און לתועלת.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 1:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

מ'זאל מאכן א רעפערל פראגראם אז ווער ס'שיקט איינעם קויפן אינדערויסן באקומט 500$. למשל מ'קען טיילן ביזנעס קארד'ס מיט קאוד נאמבער ווען מ'קומט קויפן צום בראקער
אדער דינגען, [די קאסטימער וועט איבער געבן די נומבער פארן בראקער, און די בראקער וועט עס איבער געבן פאר די ארגענעזעשן] דעיס וועט מאכן אז דער עולם זאל זיין אינטערסירט אז זייער קרובים באקאנטע
זאלן ארויס מופן ווייל זיי פארדינען.

פארשטייט זיך פאר מאה אלף איז עס גענוג פאר 200 דיעלס
דעיס צו אייצופעדימען, נאכדעים וועט זיך עס אויסצאלן פון זיך אליינס (דורך די קאמישאן וואס די בראקער באקומט) און ס'קען נאך אנגעפירט ווערן דורך די ארגענעזאציא.

אדרעסירן די פאלגענדע 3 פונקטן

1. עס איז נישט דא גענוג אינטערעסע צו ארויס העלפען משפחות ארויס מופן.

2. געלט קען דעקן די ערשעט געלט וואס מען טיילט אויס, אדער קען מען איינטיילן א חלק פאר איינעם זאל עס צו טיילן עס זאל צו גיין בדרך כבוד, און קלאר זיך אויסנעמען די פרטים, אז מען זאל נישט ווערן אויסגעשפילט.

3. מען זאל מאכן א דעטא בעיס פון אלע בראקער'ס און מענטשן וואס שרייבן זיך איין אין רעפארל פארגראם, אין א פאנד (באנק אקאנט) פון ווי מען זאל דריקן און ארויס שיקן טשעקס איין מאל א דיעל גייט דורך.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1F

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

ביליגע ברענד ניו דירות, דאס איז די הויפט פיטש וואס קען שלעפען מענטשן!

א דירה פאר 300 אלפים, 25 אלפים דאון בערך מיט פירסט טיים האום בייער מיט די גרענט פאר קלאוזען.

פארשטייט זיך אז די טעקס דארף זיין ביליג נישט ווי __________ וואס קומט אויס טייער אויפן חודש.

מען דארף טארגעטען אינגעלייט ביז 5 אדער 6 יאר נאך די חתונה.

בכלליות פאר די פראבלעם פון מופן פעלט אויס דרשות און כינוסים אין וויליאמסבורג פאר די פרויען און באשרייבונגען אין אלע אויסגאבעס.

_____________ כעת איז צו טייער.

____________ האט נישט אויף א גאלדענע טאץ קיין שיינע נייע דירות.

מיט 100 אלפים קען מען אפשר אויפטין אז די עסקנים זאלן מאכן פעיראלל, און רעדן מיט בילדערס אדער פירערס פון ישובים אדער אינוועסטערס וואס זענען גרייט צו מאכן ווייניגער געלט און בויען גרויסע דעוועלעפמענטס, נישט אזאנע גרויסע דירות נאר א חלק נישט אויפגעפיקסט ווי א רויע בעיסמענט אדער בוידעם, אבער די פרייז צו קויפן ביליג און די חודש'ליכע פעימענטס ביליג.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 12:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1G

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

לעצם הענין, אזויווי איך זוך צו מופן, האב איך ערנסט אריינגעקוקט אין עטליכע פון די ישובים (איך האב זיך שוין אראפגעזעצט מיט איינוואוינער פון די ישובים דורכטון די נושא), ווי אויך האב איך גוט דורכגעטון די וויליאמסבורגער מארקעט, און כ'מיין אז איך האב א שטיקל ידיעה איבער וואס איז יא אדער נישט די פראבלעם, און דעריבער קען איך אפשר אויפקומען מיט א שטיקל געדאנק וואס די סעלושען זאל זיין. שטייצעך אז ווען מען האט ווען א בודזשעט פון א מיליאן דאלער וואלט געווען פיל בעסערע סעלושענס, און מיט א בודזשעט פון הונדערט מיליאן וואלט מען געקענט אויפטון נאכמער, אבער מען רעדט דאך דא פון א באגרעניצטע בודזשעט פון $100,000, און דעריבער וועלן מיר פרובירן ארויסצונעמען דאס מאקסימום דערפון.

איך האב געזען אז דער עולם האט ארויפגעברענגט אסאך גוטע פוינטס פון אלע זייטן, און טיילמאל איז דא קעגנזייטיגע מיינונגען וואס ביידע זענען גערעכט. איך וועל דעריבער צוערשט אויסשמועסן וואס איז דער מצב אויפן' 'פראנט', וואס איז 'נישט' די פראבלעם, דערנאך וואס איז יא די פראבלעם, וועלכע סעלושען איז נישט אויספירבאר מיט הונדערט אלפים, און וואס מען זאל לדעתי טוען מיט'ן געלט.

דער מצב כהיום

דער וויליאמסבורגער דירות מארקעט:

פאר בערך פינף יאר צוריק, ווען רוב פון די שטעטליך זענען נתייסד געווארן, איז דער מצב אין וויליאמסבורג געווען איום ונורא. מייקרי שער האבן ארויפגערוקט די פרייז פון צוויי בעדרום דירות צו $2,500 און אפי' העכער, און צוויי פיסיגע חיות המכונה דעוועלאפערס האבן אנגעהויבן בויען צוויי 'בעדרום' דירות אן קיין דיינינג רום און אלעס איז צוגאנגען ווי מצה וואסער. חרוב'ע בעיסמענטס זענען צוכאפט געווארן נאך פאר מען האט זיי אפי' געקענט עדווערטייזן.

היינט איז דער מצב אינגאנצן אנדערש. איך האב מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי א בעה"ב פון א הערליכע צוויי בעדרום דירה וואס מען דארף נישט אריינלייגן קיין פעני - ניטאמאל פעינטן אדער סקרעיפן - האט בע"כ געמוזט אראפרוקן די פרייז פון צוויי טויזנט צו ניינצן - און ס'נאכאלץ נישט פארדינגען, א שיינע צוויי בעדרום דירה אין צענטער פון ליע עוועניו האט דער בעה"ב מיר מודה געווען אז ער וועט נישט קענען באקומען וואס דער פריערדיגער טענענט האט געצאלט (צוויי טויזנט), און כ'מיין אז עס האט זיך למעשה פארדינגען פאר $1,700, איך האב מיטגעהאלטן ווי א גרויסע 2.5 בעדרום דירה מיט א גרויסע פארטש איז געגאנגען פאר $2,200, די אלע וואס האבן דיינינג-רומ-לאזע דירות ברעכן זיך קאפ ווייל קיינער וויל עס נישט דינגען, בקיצור: די פרייזן האבן געטראסקעט, די מארקעט איז פול געווארן מיט פרישע דירות (צו סיז דאמסי אדער אנדערע פריש-פארטיג-געווארענע בנינים, אדער צוליב די מאסן וואס מופן ארויס), און דער עולם רענטערס האבן א היבשן אויסוואל און רייסן זיך שוין נישט אזוי פאר א דירה.

דעת הקהל:

נאך עפעס וואס האט זיך געטוישט איז דער דעת הקהל איבער ארויסמופן. פאר פינף יאר צוריק האבן כמעט נאר ארויסגעמופט יוקלעך און לא יצלח'ס (עכ''פ אזוי האט מען געשמועסט), און ווייניג 'נארמאלע' מענטשן האבן גענומען אין באטראכט די מעגליכקייט ארויסצומופן. היינט איז ארויסמופן א נארמאלע ערשיינונג, און אסאך יונגעלייט (און איך רעד פון יונגע יונגעלייט עטליכע יאר נאך די חתונה וואס דארפן נאכנישט קיין ריזיגע דירות) קוקן ערנסט אריין אין די אפשענס (און אסאך טוען טאקע למעשה)

די אויסוואל:

איינער האט אויפגעברענגט די מעלה פון ____________ אז עס האט נישט קיין אייגענע מוסדות נאר מען פארט אריין קיין ____________. אנדערע האבן גע'טענה'ט פארקערט, אז די גרעסטע ישועה פאר ___________ איז געווען ווען זיי האבן אוועקגעשטעלט אייגענע מוסדות. און די אמת איז אז ביידע זענען גערעכט! מצד אחד זענען דא מענטשן וואס ווילן נאר ארויסמופן צו א פארטיגע שטעטל, און סיז זיי זייער וויכטיג ס'זאל דארט זיין אייגענע מוסדות. פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן וואס מאכן זיך די חשבון אז זיי מופן ארויס כדי אפצואטעמען פינאנציעל, נישט צו נעמען אויף זיך דעם פעקל פון אויסהאלטן פרישע מוסדות מיט אלע חבלי לידה. ווי אויך קען פאסירן ווי ס'האט פאסירט ביי מיר,אז איינס פון די ישובים וואס איך האב ערנסט גענומען אין באטראכט האט אייגענע מוסדות וועלכע זענען מיר נישט אזוי צום הארצן, און ווען זיי האבן ווען אנשטאט טראנספארטאציע צום נענטסטן עסטעבלישט ישוב וואלט איך זיך גרינגער אהינגעצויגן.

ענליכס איז געווען וואס האבן אגעמערקט אז דער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף נישט קיין גראז און לופט נאר ווילן ענדערש סיטי לייפסטייל, און אנדערע טענה'ן אז ס'נישט וואר נאר דער עולם זוכט יא גראז און ביימער.

די גוטע נייעס אין דעם הינזיכט איז, אז ס'שוין ב''ה דא אן אויסוואל פון ישובים, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס טעיסט, פאר יעדן לעוול אין רוחניות, מיט/אן אייגענע מוסדות, מיט/אן גראז און ביימער, וכו' וכו'. דאס מיינט אז די אלע זייטיגע פראבלעמען זענען שוין היינט נישט קיין שטער פאר ווער עס זוכט צו מופן. אודאי איז שייך ס'זאל זיין נאך מער, אבער אויב האט מען א באגרעניצטע בודזשעט פעלט נישט אויס צו אינוועסטירן אין די זאכן.


וואס איז נישט די פראבלעם:

דעת הקהל

1) עטליכע האבן דא געשריבן אז מען זאל נוצן די געלט אויפ א מאסיווע אויפקלערונס קאמפיין, בעיקר ביי די נשים. לדעתי איז א שאד די געלט. פאר פינף יאר צוריק וואלט דאס אפשר געווען די ריכטיגע זאך, אבער ווי געזאגט איז די מציאות הדברים אז די גאנצע בליק אויף ארויסמופן האט זיך געטוישט. ס'שוין דא היינט הונדערטער פארלעך וועלכע זענען גרייט ארויסצומופן אין די שטעטלעך, נאר זיי האבן פארשידענע סיבות פארוואס עס לוינט זיי נישט וכדומה. אודאי איז נאך דא וואס צו טוען אין דעם ענין, אבער אויב האט מען בלויז הונדערט אלפים איז ענדערש אויסצונוצן דאס געלט אויף מענטשן וועלכע זענען גרייט צו מופן און דארפן נאר א קליינעם 'פוש'.

נישטא די ריכטיגע שטעטל

2) די זעלבע איז מיט אלע עצות איבער בויען אזא סארט ישוב אדער אזי סארט שטעטל, עס איז היינט דא א ברייטע אויסוואל פון אלע סארט הייזער און אלע סארט קראודס, און עס איז דא ווער עס איז גרייט צו מופן צו די שטעטלעך. דעריבער איז א שאד צו נוצן די קארגע פאר דאלער אויף אזא ברייטע פראיעקט (חוץ מזה וואס עס קאסט פיל פיל מער ווי הונדערט טויזנט דאלער), ווען מען קען עס ענדערש נוצן גרינגער און פיל מער עפעקטיוו צו העלפן די וואס האבן זיך שוין צוגעפאסט א שטעטל צו מאכן די פאקטישע מאוו.


וואס איז יא די פראבלעם:

עטליכע האבן אויפגעברענגט פארשידענע פראבלעמען וואס האלטן צוריק מענטשן צו גיין, אבער בעיקר קומט כמעט אלעס צוריק צו איין זאך: געלט.

כדי דער עולם זאל פארשטיין וואס איך מיין, וועל איך מסביר זיין וואס האט פאסירט ווען איך האב זיך אראפגעזעצט מאכן די חשבון צו עס לוינט מיר צו מופן. איך האב שוין געמאכט דעם חשבון עטליכע מאל, ביי עטליכע געגנטער, און יעדעס מאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך פארדין גארנישט פינאנציעל.

א צייט צוריק האב איך גענומען אין באטראכט ____________. איך האב קאנטעקטעד א חבר מיינער, איינס פון די חשוב'ע תושבים וואס האבן א יד דארט אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט אים די חשבונות. מיין פלאן איז נישט געווען צו קויפן (סיי ווייל איך בין נאכנישט 100% איבערצייגט אין די עתיד פונ'ם ישוב, און סיי ווייל איך האב נישט קיין חשק זיך ענדגילטיג צו סעטלען אין אזא פאר'חמ'טן געגנט, ועוד), נאר מיין פלאן איז געווען צו דינגען פאר ביליג, און אזוי קענען אפשפארן במשך די יארן און עווענטועל קויפן אין א ישוב וואס איז מיר מער צום הארצן. איז מיר אויסגעקומען אז אויב מוף איך קיין ______________ וועל איך דארפן ארויסנעמען א קאר, און די הוצאות פון די קאר (ליעס, געז און טאל) וואלט אויסגעקומען א מינימום פון $600 א חודש. דער חבר האט מיר פארגעשלאגן אז עס זענען דא עטליכע וואס פארן אריין קיין ווילי יעדן טאג און נעמען גערן מיט, אבער אויף דעם אופן וואלט איך געמוזט אויפגעבן א זייטיגע אינקאם וואס ברענגט מיר... $600 דאלער א חודש. דאס מיינט אז אידער וועי וואלט איך דערלייגט כאטש $600 דאלער א חודש, וואס דאס מיינט אז די גאנצע דיפרענס צווישן וואס איך צאל אין ווילי מיט וואס איך וואלט געצאלט אין _____________ וואלט געווען א קנאפע הונדערטער, און דאס איז נאך פאר'ן צורעכענען די זייטיגע הוצאות וואס קומען צו מיט'ן וואוינען אויסער די שטאט.

די זעלבע איז מיט אנדערע ישובים וואו איך האב אריינגעקוקט; די רענט איז טאקע פיל ביליגער, אבער עס קומען צו אנדערע עקספענסעס אזוי אז מען פארדינט גארנישט פינאנציעל.

און די זעלבע האב איך געהערט פון אנדערע, אז ווען זיי האבן געמאכט די חשבון אויף פען און פאפיר האט זיך עס נישט געלוינט.

און איה"נ אז מען קען אין רוב ערטער טרעפן דזשאבס לאקעלי, איז עס אבער נישט גענוג ווען מען מאכט די פען און פאפיר חשבון צו מען זאל מופן אדער נישט.

לאמיר אצינד אויסרעכענען עטליכע סיבות וואס האלטן צוריק מענטשן פון מופן.

1) מען פארדינט גארנישט (אדער כמעט גארנישט). דאס איז לכאורה די עיקר פראבלעם ווי אויסגעשמועסט אויבן, אז אויב קומט צו די הוצאות פון א קאר, העכערע שכ"ל, שוואכער באצאלטע ארבעט וכדומה, פארדינט מען כמעט גארנישט פינאנציעל, איבערהויפט מיט די יעצטיגע מצב אין ווילי וואו די פרייזן פאר קלענערע דירות זענען גאר שטארק געפאלן. און איה"נ אז אין רוב נייע געגנטער קען מען פאר די געלט לעבן פיל מער בהרחבה, איז אבער די מציאות אז דאס אליינס רעדט נישט צו מענטשן (והא ראי', מענטשן וואוינען נאך אין ווילי...), און כ"ז מען פארדינט גארנישט פינאנציעל זענען מענטשן נישט אינטערעסירט.

2) דזשאבס. א מענטש וואס איז מסודר אין שטאט מיט א דזשאב, דארף זיך אים עכט לוינען אז ער זאל מחליט זיין אז ער מופט ארויס. און כאטש ווי טייל טענה'ן אז כמעט יעדער טרעפט א דזשאב אינ'ם נייעם ארט, איז עס פארט נישט די זעלבע ווי א לאנגיעריגע דזשאב מיט וואס מען איז מער ווייניגער סעקיורד, נעמענדיג אין באטראכט ווי לאנג עס קען דויערן ביז מען טרעפט א דזשאב וואס איז אמת'דיג צוגעפאסט. אפי' פינאנציעל גערעדט איז די סטאביליטעט פון אן עקזיסטירנדע דזשאב אויך ווערט אפאר דאלער.
אלזא, כדי א מענטש זאל נעמען אין באטראכט צו דראפן זיין דזשאב אויפ'ן חשבון פון אן אומבאוואוסטן צוקונפט, דארף זיין א שטארקע אינסענטיוו - א פינאנציעלע אינסענטיוו אויב מעגליך - אז עס זאל אים זיין ווערט צו נעמען די ריסק.

3) ווי איינער האט שוין אויסגעשמועסט, אפי' ווען מען האט שוין געמאכט די חשבון און געזען אז עס לוינט פינאנציעל, דארפן מענטשן א פוש וואס זאל זיי מאכן דעסיידן אז 'יעצט מוף איך!'


וואס איז 'נישט' די לעזונג

לאמיר אצינד אויסרעכענען עטליכע איידיעס וואס מען האט דא אויפגעברענגט, און פארוואס דאס איז נישט קיין אפשען.

1) ארויסברענגען א דיין/רב/רבי.
אויף דעם האט דער עולם שוין מעורר געווען אז עס קאסט פיל מער ווי הונדערט אלפים, שוין אפגערעדט אז מען וויל שטופן 'אלע' ישובים.

2) אפקויפן אסאך הייזער און זיי ווייטער פארקויפן פאר די זעלבע פרייז.
דאס איז גראדע נישט קיין שלעכטע געדאנק, אבער מיט הונדערט טויזנט דארלער וועט עס נישט אנקומען צו ווייט.

3) לייגן א גרויסע געוויכט אויף קויפערס.
עס איז אודאי א געווינטשענע זאך, אבער מיט דעם בודזשעט קען מען נישט אויפטון קיין סאך אין דעם הינזיכט. דעריבער איז מיין מיינונג אז מען זאל ארבעטן צו שטופן אז מער רענטערס זאלן ארויסמופן, וואס דאס וועט אויטאמאטיש ברענגען מער קויפערס וויסנדיג אז ס'דא מער שאנסן צו באקומען א טענענט.
(ווי מיר וועלן באלד זעהן איז אפשר יא דא עפעס וואס מ'קען טון אין דעם ריכטונג.)

4) רענט וואוטשער פאר א יאר, האט דאך שוין דער שרייבער פון דעם געדאנק אנגעוויזן אז עס פאדערט זיך פיל מער געלט.

5) אויפקלערונג קאמפיין, ווי געשריבן אויבן אז נישט דאס איז דער פראבלעם.

6) אויפשטעלן אן אפיס וואס זאל זיך אפגעבן מיט יעדן קעיס באזונדער זעהן וויאזוי מען קען ארויסהעלפן צו מאכן דאס מופן גרינגער אין ביליגער (איינער האט מיר דאס געזאגט פרייטאג).
אויפשטעלן אזא אפיס מיט צוויי ארבעטער וועט קאסטן כאטש א הונדערט אלפים די ערשטע יאר בלויז פאר רענט און וועידזשעס, טא וואס וועט די אפיס קענען טון אויב זיי האבן נישט קיין געלט מיט וואס צו טון די פאקטישע הילפס ארבעט?

און אצינד קומען מיר בעזר השם צום פלאן.


וואס קען יא זיין א שטיקל סעלושען

דעתי העניה איז, אויב האט מען א קאסע פון הונדערט טויזנט דאלער יעדן חודש, קען מען ארויסנעמען די מאקסימום דערפון מיט אזא מהלך: מען וועט אויפשטעלן א פראגראם וואס וועט צאלן א רענט וואוטשער פון פינף הונדערט דאלער פאר יעדן וואס מופט ארויס צו איינס פון די נייע געגנטער. די פראגראם עפנט זיך (לאמיר זאגן) מאי דעם ערשטן 2019 למספרם (וואס קומט אויס געציילטע טעג נאך פסח), און וועט בעזר השם לויפן א גאנצע יאר, ביז אפריל דעם דרייסיגסטן, 2020.

לאמיר אצינד אראפלייגן די גענויע פרטים פון דעם פראגראם, און דערנאך וועט מען אויסשמועסן די בענעפיטן דערפון.

סטעפ איינס:

אנגעהויבן מאי דעם ערשטן, וועט יעדער איד וואס וואוינט אין ברוקלין קענען אריינגעבן אן אפליקאציע צום עסקן וועלכער וועט זיין ממונה אויף דעם פראגראם. דער עסקן וועט אריינלייגן אלע אפליקאנטן אינ'ם קאמפיוטער לויט'ן סדר וויאזוי מען האט ערהאלטן די אפליקעישאנס, און אזויווי מען ווערט ארויפגעלייגט אויף די ליסטע וועט מען באקומען א נאטיפיקאציע אז די אפליקאציע איז אנגעקומען.

סטעפ צוויי:

נאכדעם וואס די אפליקעישאנס ווערן ערהאלטן ווער מען מעלדן פאר די ערשטע אכצן אפליקאנטן אז זייער אפליקעישאן איז אפראווד, און זיי זאלן אנהייבן זוכן א דירה.
דער עסקן וועט נאר אפראוון אפליקעישאנס לויט וויפיל געלט סיז דא אין די קאסע. דעריבער קען מען קודם נאר אפראוון א באגרעניצטע צאל אפליקאנטן, און אויב טייל וועלן ארויספאלן (ווי געשריבן ביי סטעפ דריי) און/אדער וועלן נישט מופן גלייך, וועט זיין נאך געלט, וועט דער עסקן קענען ווייטער אפראוון אפליקעישאנס. אויב וועט בלייבן לאמיר זאגן בלויז א טויזנטער אין די קאסע, קען דער עסקן אפראוון איינעם פאר בלויז צוויי חדשים, מיט א דין קדימה אויב קומט אריין נאך געלט.

סטעפ דריי:

אזויווי מען באקומט די מעלדונג אז די אפליקעישאן איז אפראווד, האט מען דרייסיג טעג צוריקצוקומען צום עסקן מיט א געסיינטע ליעס אין איינס פון די שטעטלעך. אויב קומט מען נישט ביז דרייסיג טעג מיט א ליעס, פארלירט מען גענצליך די רעכט צו געניסן פון דעם פראגראם .

סטעפ פיר:

נאכ'ן באשטעטיגן אז מען האט שוין א ליעס, וועט דער עסקן באשטימען א וואוטשער אויף יעדן חודש, פון ווען מען מופט פאקטיש ביז אפריל 2020. דאס טייטש אויב איינער ווערט אפראווד לאמיר זאגן מאי 20 2019, און ער ברענגט א ליעס יוני 15, אבער ער מופט פאקטיש אריין סעפטעמבער, וועט דער עסקן אוועקלייגן פאר אים וואוטשערס אויף סעפטעמבער, אקטאבער א.א.וו. ביז אפריל 2020.

דאס איז בערך די אויסשטעל פונ'ם פראגראם. לאמיר יעצט איבערגיין די בענעפיטן פון דעם פראגראם, וואסערע פראבלעמען קענען זיך מאכן און וויאזוי מען זאל עס באווארענען.

1) די הויפט פארדינסט איז אז עס ווען עס קומט צו מאכן די געלט חשבונות איז דא א שטארקע שטופ אויפ'ן וואגשאל וואס זאל מכריע זיין צו מופן.
פון וואו ווייס איך אז עס קען ארבעטן? ווייל ווען ___________________ האט עדווערטייזד אז זיי גיבן וואוטשערס פאר טייל פון די רענט, האט עס מיר געמאכט איבערקלערן מיין החלטה נישט אהינצוגיין. למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, אבער עס וועט זיכער געבן א שטופ פאר די מענטשן וואס האלטן ערנסט ביים מופן, צו נעמען דעם פאקטישן שריט.

2) עס וועט געבן אן אינסענטיוו פאר מענטשן עס צו טון 'שוין יעצט'. פאר מענטשן וואס זענען גרייט צו מופן נאר דארפן דעם לעצטן שטופ, וועט עס אודאי זיין א שטארקע שטופ וויסנדיג אז וואס א חודש פריער זיי מופן וועלן זיי שפארן נאך פינף הונדערט דאלער. דאס איז אייגנטליך די עיקר סיבה פארוואס מיר האבן אוועקגעשטעלט דעם פראגראם מיט אן אפלויף דאטום אנשטאט געבן פאר יעדעם פאר כך וכך חדשים, ווייל אזוי האט מען אן אינסענטיוו צו מופן וואס פריער.

3) אויב די אפראווטע מופן ארויס א חודש צוויי שפעטער, וועט די פראגראם האבן געלט פאר נאך אפליקאנטן.

4) איינס פון די סיבות פארוואס מענטשן האלטן זיך צוריק פון קויפן אין אזעלכע ערטער ווי למשל _______________, איז די שטארקע מעגליכקייט אז מען וועט נישט טרעפן א טענענט. די פראגראם וועט אביסל פארלייכטערן דעם פראבלעם דורכ'ן שטופן מער מענטשן צו מופן בתורת רענטערס, וואס דאס קען עווענטועל ברענגען מער קויפער.
(מען קען אפשר אויסשטעלן דעם פראגראם אז קויפער זאלן קענען באקומען די וואוטשער פאר די מארטגעדזש, אבער דאס דארף ווערן אויסגעארבעט.)

5) אזא פראגראם האט זעראו אווערהעד קאסטן. וויבאלד יעדער אן אויסנאם וואס איז גרייט צו מופן באקומט זיין וואוטשער לויט די רייע, שפארטדאס די קאסטן פון אן אפיס, קאנסאלטענטס, בוקקיפערס וכו'. אזויווי עס פאדערט נישט אזויפיל ארבעט (בלויז אריינלייגן די אינפא אין קאמפיוטער, איינמעלדן ווען מ'ווערט אפראווד, און טיילן די וואוטשערס), וועט נישט זיין שווער צו שאפן אן עסקן וואס זאל שטיין בראש גענצליך לשם מצוה. אפי' אדווערטייזמענט שפארט מען זיך, ווייל די נייעס איבער אזא פראגראם וועט זיך גאר שנעל פארשפרייטן פון מויל צו אויער, אייוועלט, וואטסעפ וכו'.
דאס מיינט אז די גאנצע געלט ממש וועט קענען גענוצט ווערן פאר'ן פראגראם.

6) איינמאל מען האט עסטעבלישט אזא פראגראם, אפי' אויב מען הייבט אן מיט הונדערט טויזנט, האט מען גרייט א סיסטעם אז אויב מענטשן וויל געבן געלט פאר דעם צוועק, קען מען מיט יעדן עקסטערן דאלער געבן נאך א קליינעם שטופ דורך ארויסהעלפן - כאטש טיילווייז - נאך א יונגערמאן ארויסמופן.

7) נאך א גרויסע מעלה האט אזא פראגראם אז עס שטופט אלע ישובים אייניג, און עס גיבט א שאנס פאר יעדן צו געניסן דערפון אינ'ם ישוב וואס איז אים די מערסטע צום הארצן. דאס ברענגט אויטאמאטיש ארויף די מעגליכקייט אז מענטשן זאלן זיך פאקטיש אנשליסן דערין און ארויסמופן.


אצינד לאמיר אויסשמועסן די פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און וויאזוי מען זאל עס באווארענען.

די ערשטע פראבלעם אויף וואס מען דארף חושש זיין איז, אז ווי נאר די נייעס איבער'ן פראגראם וועט ארויסגיין אין גאס, וועט יעדער מיט הענט און פיס שנעל אריינשיקן אן אפליקעישאן, כאטש זיי האלטן נישט באמת דערביי (קודם לאמיר עפלייען, נאכדעם וועט מען שוין זעהן...). דאס וועט ברענגען אז די ערשטע סלאטס וועלן ווערן פארכאפט דורך מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט עכט צו מופן, און דאס וועט סתם פארשלעפן דעם פראגראם ביי די וואס האלטן יא דערביי. ווי אויך וועט עס איבערשטרענגען דעם עסקן און די גאנצע פראגראם מיט אומנויטיגע ארבעט.

כדי דאס צו באווארענען, מוז מען מאכן א באשטימטע צייט ווי לאנג מען האט צו ברענגען א ליעס, און אויב פאלט מען דורך קען מען מער נישט באקומען די וואוטשער אדער עפלייען נאכאמאל. דאס וועט מאכן אז מענטשן וועלן נאר עפלייען ווען זיי האלטן ערנסט דערביי, ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן די מעגליכקייט עס צו נוצן ווען/אויב זיי וועלן טאקע וועלן מופן.

נאך א פראבלעם וואס קען זיך מאכן איז טראסט. מענטשן וועלן ווילן זיין זיכער אז אלעס ווערט געפירט בצדק וביושר.
היות די פראגראם איז זייער סטרעיטפארווארד, איז דאס נישט אזוי שווער צו באווארענען. מען וועט מאכן אז מען קען נאר אריינשיקן די אפליקעישאן דורך אימעיל אדער פעקס, און מען קען אויסשטעלן אז אלע אימעילס און פעקסעס זאלן אויך אנקומען צו א ועד פון בעלי בתים און רבנים, וועלכע וועלן קענען איבערקוקן די ליסטע צו יעדע צייט צו זעהן צו מען האט עס טאקע אויסגעשטעלט לויט די סדר ווי עס איז אנגעקומען, און צו מען האט נישט ארויסגעלאזט נעמען צוליב פריוואטע חשבונות וכדומה.

ביז אהער איז בערך מיין פלאן וואס מען זאל טון מיט'ן געלט. פארשטייט זיך אז מען קען עס אויסארבעטן נאך בעסער און נאך שענער, אבער פאר די בעיסיק אוטליין מיין איך איז דאס א פאסיגע פלאן.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 12:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1H

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

ס'קוקט מיר אויס אז דער עיקר פראבלעם איז די קאסטן פון די מופן. דהיינו, לא די וואס עס איז גענוג שווער די אלע ארומיגע זאכן, און מען פלאגט זיך גענוג צו דעקל דעם חודש אזוי אויך, ממילא האט מען פשוט נישט די פאר טויזענט דאללער וואס קאסט דאס זיך ארויסצוען, טראצדעם וואס מען ווייסט ביי זיך אז מ'קען נישט בלייבן אין שטאט, נישט במציאות.

די עצה פארדעם, ס'וועט זיין א גרויסע שטופ אז מען געט צושטייער א סכום מסוים פאר די מופן קאסטן.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום זונטאג מארטש 31, 2019 1:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1I

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

ב"ה

אין ארץ ישראל איז עס געווען א גרויסע סוקסעס אין נייע געגענטער דארף מען זעהן פארוואס.
פארשטייט זיך אז דארט איז איינגעפירט אז מקויפט. אין רבנים אין צייטונגען האבען א שטארקע השפעה.

אבער די התחלה ווי אזוי איז עס געווען;

מהאט געהאט לאנד פאר ביליג, בענק האבען געגעבען ביליג ראטע מיינאיך אין בויען פאר פרייזלעך אין מהאט געקענט געבען פלאץ פאר פאסילעטיס ווי ביהמ"ד מקווה געשעפטען.
סאו סאיז דא פארשלאפענע טאונס אדער געגענטער ארום ניו יארק ווי זיי ווילען אז די געגענט פאפלעשען זאל וואקסען אין מקען באקומען לאנד פין די שטאט אין א לאען פין באאמטע פאר ביליג.
סאו א דירה פאר 175k אדער ביליגער איז נישט קיין וויץ.

100 טויזענט זאל גיין פאר די ריסערטש אין אנטווקלונג פין די פלאן וואס איך האב געשריבען.

נאכמאל אז סאיז ביליג אין ניי דירות מיט א פלאץ פאר פאסילעטיס גייט דער עולם גיין גרינגערהייט.
עלטערען וועלען קענען קויפען פאר אלע קינדער דירות, נישט נאר פאר איינצעלנע.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום מאנטאג אפריל 01, 2019 1:17 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1J

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

ראשית כל, מופן צו א צווייטע שטאט אפילו אויב עס איז א כליל המעלות, איז פארבינדען מיט אסאך שוועריגקייטן, ספעציעל פאר איינער וואס האט א שטוב מיט קינדער. והשנית, די מציאות ווייזט קלאר אז אלע נייע געגענטער האבן פארשידענע פראבלעמען און חסרונות, קלענערע און גרעסערע, וואס קען באמת מאכן אז רוב נייע געגענטער זאלן נישט זיין געאייגענט פאר א גרויסע חלק פונעם ציבור. א טייל געגענטער וועלן טאקע נאר זיין פאסיג פארן ברייטען המון עם, נאר נאכדעם ווי עס וועלן שוין זיין דארט אסאך א גרעסערע צאל תושבים.

ווען א משפחה קלערט צו מופן צו א נייע געגענט, און זיי נעמען זיך זוכן א שטאט וואס זאל זיין באמת פאסיג פאר זייער יעצטיגע מצב, הייבן זיי תיכף אן צו הערן פון אלע פראבלעמען, א טייל דערפון קענען זיין אמת'ע חסרונות און א טייל זענען אויפגעבלאזן, אדער איז עפעס וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט זיי. ווידעראום די בענעפיטען וואס זיי קענען בס"ד געניסן ווען מען מופט אוועק און מען גייט צו א ספעציפישע געגענט (חוץ פון די געלט בענעפיטען) דאס הערט מען נישט אזוי שטארק, און עס איז שווער עס מצייר צו זיין און ממחיש זיין וויאזוי עס וועט אויסזעהן בפועל. דאס איז אויטאמטיש גורם אז מענטשן זענען נישט געהעריג שוקל אלע פרא'ס קעגן די קאנ'ס, פארשטייט זיך אז די רעזולטאט איז 98% א שב ואל תעשה. ענדערש וועט מען בלייבן מיט די יעצטיגע פעקל שוועריגקייטן צו וואס מען האט זיך שוין ליידער איינגעוואינט.
די סך הכל איז אז זיי האבן -מעגליך- אוועקשפאצירט פון א גלענצענדע opportunity, בלויז צוליב דעם פאקט וואס זיי האבן נישט געמאכט די פולע research.

להבדיל, איז עס ממש אין א ענליכע בחינה ווי דאס וואס מען זאגט נאך, אז אויב מען וואלט געקענט זעהן די גיהנום מיט די פליישיגע אויגען און די תאוות היצר און די עולם הזה וואלט מען געדארפט מעיין זיין אין א ספר וואס ליגט אין ספרים שראנק, וואלט קיינער נישט געהאט קיין בחירה אויף יא צו זינדיגען. ליידער איז עס אבער פארקערט, און די גאנצע עולם הזה האט מען פאר די אויגען, און פארן גיהנום דארף מען ארויסנעמען די ראשית חכמה פונעם ספרים שאנק.

אלזא, האבן מיר שוין ארויס וואס די פראבלעם איז, וואס איז יעצט די עצה?

די תירוץ איז גאנץ פשוט, א משפחה וואס זוכט באמת צו מופן פון שטאט דארף נענטער ברענגען צו די פליישיגע אויגען די בריאה משונה וואס רופט זיך נייע געגענט, און זיך געהעריג באקענען מיט אלע מעלות (און חסרונות) און אזוי ארום קענען פאסן א ריכטיגע באשלוס, יעדער איינער לויט זיין מצב.

דאס מיינט אויסדריקליך נישט, אז מען זאל ארויספארן אויף א זונטאג מיט א באס קיין__________, אדער מען זאל אריין סטאפן אויפן וועג צו די קעטסקילס קיין _____________. אפילו ארויספארן אויף א שבת אדער צוויי וועט אויך נישט העלפן קיין סאך, ווייל פאר מען געט זיך א דריי איז מען שוין אויפן וועג צוריק צום שטאט, צוריקקומענדיג מיט אסאך מער קשיות ווי תירוצים.

וואס יא?

מען דארף זיך קובע זיין לכה"פ א גאנצע וואך, איש וביתו מיט אלע קינדער, זיך אריינזעצן אין א געגענט וועלכע מען קאנסידערט, און זעהן פון די נאנט אלע פרטים און די גאנצע הלוך ילך. אויף די וואך איז מען נישט קיין אורח נאר א פולשטענדיגע תושב ווי אלע תושבים. די קינדער גייען אין די זעלבע מוסד ווי די אנדערע תושבים, מען קויפט איין אין די זעלבע געשעפטן, און מען דאווענט אין די בתי מדרשים פון די געגענט.

אין פראקטיק ווי אזוי מען מאכט עס איז ווי פאלגענד

אזא שטאט ווי ___________ אדער ____________ אדער אפילו ______________ עטליכע אונערס צוזאמען, זאלן איינרישן 15-20 הייזער מיט מטה כסא ושולחן, און פארדינגען פאר א מינימאלע סכום פון אונטער 1,000 א וואך, דייקא פאר אזאלכע וואס קלערן זיך צו באזעצן דארטן, און קומען מיט די גאנצע משפחה זיך צו באקענען מיט די פלאץ פאר א וואך צייט.

אויסצורישן א הויז פאר די צוועק דארף נישט קאסטן מער פון 10,000 און א גרויס חלק פון די הוצאות וועט צוריקומען פון די געלט וואס מען פארדינגט די הייזער.

עטליכע נקודות, מען דארף געבן פרעפרענץ פאר די וועלכע קומען אלץ א גרופע און דינגען עטליכע הייזער, למשל א גרופע געשוויסטער אדער עטליכע חברים וואס קומען צוזאמען.

אויך זאל מען נישט פארדינגען די הייזער (עכ"פ אלץ א חלק פון די פלאן) אויף די זומער וואכן ווען די עולם פארט ממילא אוועק פון די שטאט און די קינדער זענען אין קעמפ. ווייל דעמאלטס וועט זיין צופיל בעלנים וואס זענען נישט באמת דערביי און קומען נאר דארט אנשטאט די קעטסקילס. עס דארף זיין דווקא און א צייט וואס מען וואלט ווען געווען אין שטאט, און מען איז זיך קובע אונעם שטעטל נאר עס אויסצופראבירן.

לסיכום, די ציל פון די פלאן איז נישט אז יעדער וואס וועט אויספראבירן א געוויסע שטאט זאל עס נושא חן זיין אין זיינע אויגען און ער זאל פארקוקען אויף די חסרונות, נאר אז א געוויסע פראצענט (אפילו נאר 20% פון די וואס קומען פאר די טרייאוט) וואס פאר זיי איז די געגענט באמת צוגעפאסט, זאלן האבן א טשענס זיך צו באקענען מיט די געגענט פון די נאנט און אזוי ארום גריגער קענען פאסן א פאזיטיווע באשלוס.

תזכו למצוות און הצלחה רבה.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום מאנטאג אפריל 01, 2019 11:30 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1K

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

First of all sorry for not writing in yidish as I'm not
familiar with yidish typing.

This is a issue that has to be dealt with and I'm involved with for a long time and there is a lot of details involved to list in a short email.
But i will give you a few important points where we can start and have success.

Firstly it has to be a location that has place for expansion and is close to basic amenities and this is something the new community's don't take into consideration.
I actually have 2 solid areas that would work and I'm sure there are more. Secondly there is an issue of investors driving up the price. And the issue convincing people to change and move.

Without getting into more details and get to the point. We can't fix the world and change people we have to start with working girls that have some money saved and we need 150-200 of them and it can't be from 1 chasidus it has to be klali with a rav. And to be realistic this number is a low number because bh we have alot more of this number working girls at any given time and this will solve a lot of problems since there will be friends and helps with infrastructure for mosdos. (As done in Israel )

So to get to the point with $100000 we need for 80g hire an aggressive real estate agent or toigliche yingerman for half year to a year full time to map this areas and reserve 200 houses/ apartment's with down payments and the other 20g for marketing and it will work.

Again this is the tip of the iceberg. with the right vaad as people that have kids in shiduchim years and open minded this can and must be done.

I would like to elaborate a little more to explain myself.
Without mentioning any of the ideas that was put out.
The fact is that this problem and debates and ideas is going on for years if i may say and nothing happened yet.

To clarify a few facts what might be the reason. The people that have this problem we're not talking about someone that his parents or in laws are supporting in any way. We're talking about people that paid rent first month after their wedding.

At this point we can't call Monsey /Monroe /lakewood /Staten island affordable and the apartments being built are definitely not ma tovu ohalecha. and a lot of the new developments like bloomingburg and jersey city are not for everyone. We don't really have many choices were we can go.

Now we can blame a lot of reasons men/ women / jobs/ builder's investors / knowledge how and where to buy /moving cost etc. But the problem is still here and doesn't look like we have a quick fix or any real solution for the hamon am at this point. all ideas were discussed and reviewed many times.

But the minimum that we can and should do. not to be in the same situation in 5 years from now. It's easier to avoid the problem in the first place then to fix it once your in it. And we owe it to our children. Let's be the chuchem roeh es hanoled not the tzoek al sheavar.

This is a call for action.

There are a few nice areas with homes in the 200 range and we need the parents to encourage the children to start out an affordable life and not with $2000 rent and this is something we can do immediately we just need to get together parents that are willing to work on this and to do lemaseh.

Now i don't know if diros has 100g put away for this. If they don't we should get together and fund it for our future.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:22 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1L

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

בס"ד

עס איז מיר שווער צו טייפן, אבער איך וויל דאך הערן וואס דער עולם וועט זאגן צו מיין בליק אויפן נושא, וועל איך שרייבן בקיצור נמרץ.

דאס איז פשוט אז ווען מען איז יונג מופט זיך גרינג, און ווען מען איז 35-40 איז דאס זייער שווער, כאפט א שמועס מיט א אינגערמאן וואס דינגט א דירה פאר $2300 העסטו אויסגעפינען אז גאר אסאך זענען זייער באקוועם, נאר צוביסלעך וואס א יאר ווערט מער געדרוקט סיי אין טאש און סיי אין דירה, אבער דעמאלטס ארויסמופן איז א זייער שווער.

די סעלושען איז, גיין צו ״עכט״ ביליגע געגענטער, וואס א אינגערמאן נאך די חתונה זאל פילן אז ער פארדינט פון מופן, און עס איז נישטא דאס אין קיין איין נייער ישוב, (חוץ אפשר מאנטיסעלא)
איך קען יעצט אויסרעכענען עטליכע שטעטלעך וואס זענען טאקע ווייט פון ברוקלין אבער נאנט צו לעיקוואד און זענען עכט עפארדעבל, אז אלע האוזינג עקספענסעס אינקלאדינג טעקסעס אינשורענס זענען אונטער $1300 און איך רעד פון געגענטער וואס עס וואוינען נארמאלע גויים.

און איינמאל מען האט שוין באוויזן צו גיין קיין לינדען און זשערסי סיטי וואס זענען געווען אן ארץ לא זרועה, קאן מען שוין גיין אזוי ווייט אויך.

דאס איז טאקע אסאך שווערער פון אנהויב, אבער עס איז א דרך ארוכה וקצרה.

בקרוב אין ירושלים עיה״ק.
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום מאנטאג אפריל 01, 2019 12:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

1M

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

ב"ה

די פראבלעם:

א. וואו געזאגט איז פשוט די עולם דארף נאך א שטופ.

ב. נאך א חלק פון די פראבלעם איז אז א חלק פון די שטעטלאך איז נאר געאייגענט פאר איין חסידות\סארט וכו'. נישט קיין מיקס אזוי וואו מאנסי\וויליאמסבורג\איסט סייד\קראונהייטס וכדו' איז געוועהן אין די בראשית יארן.

די סאלושאן:

1. סיי לייגען א שטארקע דגוש אז די מוסדות\תושבים איינגעשטעלטע וכו' זאלען טראגען אן אומפארטייעישע עכ"פ אנשטעל.

2. מען זאל מאכען מארקעטינג וואס קאסט נישט אזוי פיל אבער קען ברענגען אסאך פאזיטיווע געפילען אין מאכן א ווינט. א דוגמא וואו בינגא מאכט א סעיל אויף שטריימלעך. וואס דאס אליינס וואס מען רעדט דערפון מאכט א מויראדיגע ווינט אז דאס איז ביליג, און מען רעדט פונם געשעפט אוטומאטיש ברענגט עס קונים.

א דוגמא פון א איידיע:

צאלען די ליעס פון די ערשטע צוויי יאר פאר די וואס מופט ביז א געוויסע דאטום. די אופטוה פון דעם איז פילפאכיג.

א. עס איז אביסעל אוט אוף די באקס, מענטשען וועלן רעדן דערפון.

ב. קאסט נישט אזוי פיל.

ג. וואו נישט וואו קען עס באמת געבן א שטופ פאר אסאך מענשן, ווייל א קאר קאסט געלט און סדא מענטשן וואס קענען זיך נישט ערלויבען, ממילא איז עס אויכט א שטיקעל שוחד.

ד. ס'איז דא מענשן וואס א קאר איז א געוואלדיגע ריע"ל בענעפיט ספעציעל ווען די שטאט פאדערט טרענספארטעישאן.

[ה. דאס העלפט אויכט דעווערסיפייען די תושבים אז א חלק זאלן זיין מיט קארס]

נאך א דוגמא פון א איידיע:
מאכן א דיעל מיט א מאווע"ר, אין אדווערטייזען אז פאר די חודש וועט די מאווע"ר אייך איינפאקען אין מאפ"ן גענצליך בחינם. די מעלות פון דעם:
א. עס איז א אייגנארטיגע איידיע וואס קען מאכען א רושם. ב. מען קען עס באקומען פאר עטוואס ביליגער דורך אדווערטייזען די מאווער וכו'. ג. עס קען באמת געבן א שטופ. ווייל עס מאכט באמת גרינגער.

נאך א דוגמא פון אן איידיע:
12 חדשים וואוטשערס פון טעקסי"ס בחנם [מיט א אמאונ"ט לימיט פער חודש.] די זעלבע מעלות וואו אויבן דערמאנט.

נאך א דוגמה פון א איידיע:
אויסצאלען איינמאל א חודש פאר 12 חדשים א האטעל מיט אש"ל מלא פאר שבת פון די שטאט פון וואו מען מאפט. עס האט א חלק פון די מעלות וואס מען האט דערמאנט אויבן. מען קען עס מאכן מיט א סלאגע"ן 'כל התחלות קשות' 'קשה עלי פרידתכם'.

מ'קען מאכען אז די קונה\רענטער זאל טשאזען וואס ער וויל.

מקען טרעפן נאך און נאך איידיעס אז מלייגט צו קאפ. די קאנצעפט איז פשוט עס דארף זיין: א. יוניק. ב. רעלעטיוו ביליג. ג. ממלא זיין א צורך וואס קען באמת געבן א שטופ. ד. עס זאל זיין א שטיקעל לוקזשערי וואס זאל ציען.

נישט דירעקט געלט וואס דאס מאכט נישט קיין רושם און איז נישט גענוג שוחד. אזוי וואו יעדער פארשטייט די טשייניז אוקשינס רייצען אהן מער ווי די געלט אסאך מאל.

לגבי די צווייטע חלק פון א מיק"ס איז שווערער. יתכן די איידיע דארף זיין אופערן אלגעמיינע מענשן וואס מווערט געוואהר אז עס רעדט צו זיי, פריוואטע אינסענטיווס, אז זיי זאלן קומען. עס איז כדי צו ספענדען מער געלט צייט און כח אז אויף 5 אומפארטייעישע אהנדרייערס\מפורסמים אהנדרייערס\מגידי שיעור וכו' וכדו' וואו אויף 20 אנדערע. איך וועל שרייבען צווי דוגמאות וואס איך מיין מפורסמים וואס איך גלייב נישט סשטערט זיי משרייבט זייער נאמען אבער איך מיין נישט דווקא זיי, נאר די קאנסעפט [דוגמא ממ"ב אדער הרב ל"ל]

הצלחה רבה
לעצט פארראכטן דורך דירות קאנטעסט אום מאנטאג אפריל 01, 2019 7:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

1N
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

1O
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

1P
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

1Q
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

1R
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

שפעטער אין טאג וועלן מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין ארויפצולייגן די פלענער וואס זענען אריינגעקומען.

אויב האט איר עפעס פלענער ביטע שיקט עס אריין ווי פריער צו [email protected]

איר קענט נאך זיין די געווינער פונעם פארמעסט און גלייכצייטיג באקומען די $500.

אי"ה מארגן וועלן מיר עפענען אן אנקעטע ווי מען וועט קענען שטומען אויף אלע פלענער.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

דערווייל האבן מיר ארויפגעלייגט 13 פלענער וואס זענען אריינגעקומען. עטליכע האבן געבעטען מיר זאלן נאך אביסל צו ווארטן מיט די אנקעטע ווייל זיי ווילן נאך אריינשיקן זייער פלענער.

אויב ווילט איר נאך אריינשיקן ביטע טוט עס ווי פריער. מיר ווילן ארויפלייגען די אנקעטע מארגען בערך 12:00 מיטאג.

שיקט אריין צו [email protected]

ותשועה ברוב יועץ
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

די קאנטעסט ענדיגט זיך אין...

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

פארשער האט געשריבן:די קאנטעסט ענדיגט זיך אין...



די קאנטעסט ענדיגט זיך נאכנישט, עס הייבט זיך ערשט יעצט אן.

די צייט אריינצוגעבן די פלענער לויפט אויס 12:00.

אי"ה אויף 1:00 וועלן מיר עפענען אן אנקעטע ווי מען וועט קענען שטומען פאר די בעסטע פלאן.
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

עס איז שוין פארמאכט? אדער מען קען נאך איינגעבן פלענער?
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

געבט אפ אייער שטימע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”