מיין טייער חבר | בלומינגבורג איז מציאות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מארטש 25, 2019 1:41 pm

צום קעפל:
דאס אז עס איז א מציאות זאגט נישט קיין סאך. די שאלה איז אויף וועלכע ריכטונג ס'פארט. איז די ארטיגע עולם צופרידן? איז עס בעסער ווי עקספעקטעט? שוואכער? איז דא א דעמענעד פאר נאך דירות?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מארטש 25, 2019 1:54 pm

דריידל האט געשריבן:צום קעפל:
דאס אז עס איז א מציאות זאגט נישט קיין סאך. די שאלה איז אויף וועלכע ריכטונג ס'פארט. איז די ארטיגע עולם צופרידן? איז עס בעסער ווי עקספעקטעט? שוואכער? איז דא א דעמענעד פאר נאך דירות?

כ'ווייס אז דו ערווארטסט נישט קיין תשובה, אבער איך וועל דאך ענטפערן:

ס'פארט אין גוטן ריכטונג.

דער ארטיגער עולם איז צופרידן.

ס'איז אסאך בעסער ווי די שווארצקוקער האבן עקספעקטעד. הגם ס'איז נאכנישט שלימות'דיג, ווייל חתונות קען מען נאכנישט מאכן דארט, און ס'איז נישט דא קיין סיידוואקס אויף ווינטערטאן.

און יא, ס'איז דא א דימענד פאר נאך דירות.

אייוועלט'ס צענזור איז א סוגיא פאר זיך.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:09 pm

קודם עטליכע פאקטן לויט ווי מ'הערט:

-די ארטיגע עולם איז שטארק צופרידן פונעם מקום

-עס האט די לעצטע 2 יאר כמעט נישט געוואקסן

-עס איז געווען די לעצטע יאר 2 פ"ר קאמפיינס, די ליעס טו ביי אפשען און די פאקטיש פראקטיש קאמפיין.

אויב ריכטיג איז שטעלט זיך די שאלה, ווי קען זיין אז נאך אזויפיל קאמפיינען זאל ממש נישט זיין קיינע קליענטן. די פלאץ אליין זעהט מען דאך האט פארשאפט לכתחילה א שיינעם עולם, איז וואס איז נאכדעם געשעהן?

איז קען זיין דאס אז ס'איז ארויפגעקומען נאך געגענטן זייט דעמאלטס, אדער דאס אז די פרייז איז ארויף (וואס כגלויב נישט, סאיז נישט אזא גרויסע אינקריעס) אדער קען זיין דאס אויסברייטערונג פון די גלילות קר"י וואס איז נאך נישט געווען ביים פתיחת בלומענגבורג.

וואס האלט דער עולם, און וויאזוי קען מען עס סאלוון?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:18 pm

כאפצעם האט געשריבן:וואס האלט דער עולם, און וויאזוי קען מען עס סאלוון?

NO WAY נישט דא

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:קודם עטליכע פאקטן לויט ווי מ'הערט:

-די ארטיגע עולם איז שטארק צופרידן פונעם מקום

-עס האט די לעצטע 2 יאר כמעט נישט געוואקסן

-עס איז געווען די לעצטע יאר 2 פ"ר קאמפיינס, די ליעס טו ביי אפשען און די פאקטיש פראקטיש קאמפיין.

אויב ריכטיג איז שטעלט זיך די שאלה, ווי קען זיין אז נאך אזויפיל קאמפיינען זאל ממש נישט זיין קיינע קליענטן. די פלאץ אליין זעהט מען דאך האט פארשאפט לכתחילה א שיינעם עולם, איז וואס איז נאכדעם געשעהן?

איז קען זיין דאס אז ס'איז ארויפגעקומען נאך געגענטן זייט דעמאלטס, אדער דאס אז די פרייז איז ארויף (וואס כגלויב נישט, סאיז נישט אזא גרויסע אינקריעס) אדער קען זיין דאס אויסברייטערונג פון די גלילות קר"י וואס איז נאך נישט געווען ביים פתיחת בלומענגבורג.

וואס האלט דער עולם, און וויאזוי קען מען עס סאלוון?


מיין אדווייז - און איך בין נישט דער גרעסטער עקספערט - מען דארף עס לאזן אז עס זאל נאטרליך ווייטער וואקסן און מען דארף עס נישט ווייטער אדווערטייזען, עס איז נישט דא קיין וועג אהין צו שלעפן נאך 300 משפחות, אבער אינדערצווישען זאל די גרויסע קהילה וואס בעקט עס זיכער מאכען אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, מען זאל אריינפאמפען דארט געלט אז די פעסילעטיס און די מוסודות זאלן זיין גוט אהער געשטעלט ברחניות ובגשמיות און די שטעטעל זאל באקומען א גיטע נאמען.

אין מיי אפניען איטס א ביג שעים אז ביי די לעצטע קאמפיין נאך מוהרי"י דרשה איז די קאמפיין געלאפן אז בלומינבורג האט א פלאן און פון היינט און ווייטער גייט זיך עס אליינס אויסהאלטען, מען האט עס נישט געטארט זאגען און בלומינבורג דארף נישט האבן קיין פלאן, עס איז די אחריות פון די ראשי קהילה אין וומסב"ג זיך אומצוקיקען און זיכער מאכען אז די שטעטעל בליעט און וואקסט און אריינגיסען דארט געלט וויפיל מען דארף, די נחשונים האבן נישט די געלט און די מעגליכקייט דערצו, אויב האט "די קהילה" און די "מנהיגים" געזאגט אז מען זאל אהין מופן און געשטיצט די אינגעלייט אז זיי זאלן דארט קויפן דירות, דאן זאלן זיי לייגען די בערזל ווי זייער מויל און אהין טראגען געלט, אדערווייז האבן זיי עובר געווען אויף "יעצנו רע - לפני עיוור לא תיתן מכשול".

אויב די קהילה און די מוסודת וועלן האבן געלט, די שטעטעל וועט האבן א מוצלח'דיגע נאמען, אויטעמאטיש וועלן מענטשן אהין מופן, און צובסליך וועט עס וואקסן.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:33 pm

איך האב נישט צופיל צייט צו ענטפערן יעדעם.

איך וויל נאר קלאר מאכן נאכאמאל די פינטל פארוואס איך האב דאס געעפענט און וואס איך וויל.

סך הכל:

בלומינגבורג איז א שטאט וואס איז הער טו סטעי, עס געפעלט דיר נישט דעמאלטס זיי שטיל! צוברעך נישט רייס נישט אראפ, די נעמסט אוועק פון דיין חבר די געלעגענהייט אויסצושמועסן זיינע נארמאלע שאלות, ווייל די פאליסי פון די הנהלה איז צו מעקן יעדע אגענדע געטריבענע תגובה און ווען די פאטשקעס גייט אלעס פליען!

[איך בעק נישט די הנהלה מיטן זיין אזוי שטרענג, אבער איך גלייב די הנהלה האט ריזענס לגבי דעים, די הנהלה איז א געמישאכטס פון מהר"א און מהר"יי סא מען קען נישט פשוט אננעמען א פרא בלומינגבורג פאליסי]


שוין גענוג!
סי יא אגעין עט מיי נעקסט טשענס!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:50 pm

און וואס איז שלעכט אויב עס וואקסט נישט? (איך מיין גאר שנעל). א שיינע שטעטל מיט אלעס וואס מען דארף. אפאר שילען, ביליג, וואס נאך דארף מען!!??
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 25, 2019 2:58 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:מיין אדווייז - און איך בין נישט דער גרעסטער עקספערט - מען דארף עס לאזן אז עס זאל נאטרליך ווייטער וואקסן און מען דארף עס נישט ווייטער אדווערטייזען, עס איז נישט דא קיין וועג אהין צו שלעפן נאך 300 משפחות, אבער אינדערצווישען זאל די גרויסע קהילה וואס בעקט עס זיכער מאכען אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, מען זאל אריינפאמפען דארט געלט אז די פעסילעטיס און די מוסודות זאלן זיין גוט אהער געשטעלט ברחניות ובגשמיות און די שטעטעל זאל באקומען א גיטע נאמען.

אין מיי אפניען איטס א ביג שעים אז ביי די לעצטע קאמפיין נאך מוהרי"י דרשה איז די קאמפיין געלאפן אז בלומינבורג האט א פלאן און פון היינט און ווייטער גייט זיך עס אליינס אויסהאלטען, מען האט עס נישט געטארט זאגען און בלומינבורג דארף נישט האבן קיין פלאן, עס איז די אחריות פון די ראשי קהילה אין וומסב"ג זיך אומצוקיקען און זיכער מאכען אז די שטעטעל בליעט און וואקסט און אריינגיסען דארט געלט וויפיל מען דארף, די נחשונים האבן נישט די געלט און די מעגליכקייט דערצו, אויב האט "די קהילה" און די "מנהיגים" געזאגט אז מען זאל אהין מופן און געשטיצט די אינגעלייט אז זיי זאלן דארט קויפן דירות, דאן זאלן זיי לייגען די בערזל ווי זייער מויל און אהין טראגען געלט, אדערווייז האבן זיי עובר געווען אויף "יעצנו רע - לפני עיוור לא תיתן מכשול".

אויב די קהילה און די מוסודת וועלן האבן געלט, די שטעטעל וועט האבן א מוצלח'דיגע נאמען, אויטעמאטיש וועלן מענטשן אהין מופן, און צובסליך וועט עס וואקסן.

ריכטיג עס איז טאקע נישט מעגליך צוצולייגן מער ווי קנאפע 50 משפחות אין די קומענדיג יאר ווייל דאס איז די מאקסימום דירות וואס זענען יעצט אוועליבעל...

די צעטלעך ביים קאמפיין האבן געזאגט אז עס איז דא א פלאן וויאזוי צו דעקן דעם באדזעט בעז"ה, עס איז אבער "נישט" געשטאנן אז מען גייט זיך אליינס אויסהאלטן, אזאך וואס איז לעת עתה בכלל נישט מעגליך און קיינער טראכט נישט אנדערש.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:10 pm

Kosher Travel האט געשריבן:און וואס איז שלעכט אויב עס וואקסט נישט? (איך מיין גאר שנעל). א שיינע שטעטל מיט אלעס וואס מען דארף. אפאר שילען, ביליג, וואס נאך דארף מען!!??

1) מען האט זיך דא אפגערעדט אז מיטן שרייבן נעגעטיוויטי אין די וועלט אריין מאכט מען אז ס'זאל נישט וואקסן, משמע אז עס שטערט זיי אויב עס וואקסט נישט.

2) מיר האבן שוין מערערע מאל זיך גע'טענה'ט איבער דעם נקודה, און כ'קען עס נאר איבער'חזר'ן. דער היינטיגער עולם גלייכט נישט דעם נאסטאלגישן טעיסט פון א שטעטל וואו עס איז דא ברויט מילך אייער און א שוהל, זיי דארפן א גאס אנגעפילט מיט משפחות, ס'זאל זיין גאר פרומע פון וועם צו קענען אונטערשמייכלען, היבש באלבאטיש וועם מען זאל קענען געפעלן, און אינביטווין וואס זענען דזשאסט לייק אס. די חברה זוכן א שוהל וואו צו אריינפאלן און כאפן א מנין שחרית וואס האלט ביי יהי כבוד, נאך א שוהל צו כאפן א מנחה מעריב פון 3 נאכמיטאג ביז אין אלף השישי אריין, א שוהל וואו צו זיצן באקוועם און זיך ארומוויקלען אין טלית און ברומען שבבבבחחח, נאך א שוהל וואו מען גייט עכט נאר אמאל אמאל ווייל ס'טויג נישט פאר די קינדער צו זעהן די באמעס, און א פיפטע ווארימע שוהל וואו מען גייט שבת שקלים זינגען אור פניך און יום הקדוש צו כל נדרי. מען וויל האבן טראנספארטעישן דאר טו דאר צום מוסד און דער באס זאל ניטאמאל סטאפן מער ווי 10 פוס אוועק פון זייער טיר. זיי דארפן א פארמאסיאפן ביז צוועלף ביינאכט, א גראסערי אפן 24 שעה, א לאנטשענעט, מילכיגע רעסטוראנט, א פלעינע דעלי און א סטעיקהאוז, אן אויסוואל פון סטארס צו קויפן יעדע סטייל און קאליר פון יעדן בגד מכף רגל ועד ראש, א דאקטאר און א אורדזשענט קעיר אפן ביז חצות הלילה. ווילאנג דאס וועט נישט זיין וועט מען נישט זיין צופרידן.

און דאס, זאגט זיידי בערי, איז דער קעטש 22 פון די נייע ישובים, דאס אהערצושטעלן מוז מען האבן משפחות (סיי אלס משפחות אמאונט און אויסוואל, און סיי אלס אויסצוהאלטן די געשעפטן און פעסיליטיס), און די משפחות ווילן נאר קומען אויב ס'איז דא די פעסיליטיס. נעם א משל מאנסי, יארן האט מאנסי געהייסן א צערוקגעשטאנענע יאנטשי שטאט, אבער צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן מסדר זיין מיט עמעניטיס, און היינט איז עס שוין גאר "בעסער" און "באלבאטיש" אז איינער קען זיך ערלויבן צו קויפן א הויז דארט.

בלומינגבורג האט געהאט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז מען האט געהאט דעם אכטן חלק שולחן הערוך ומוכן, און מען האט געקענט אנהויבן זיך מסדר זיין אויף זייער באזיס און צעביסלעך ווערן עטרעקטיוו, קפצה עליהם רוגזו של העי. דזשי., און האט אראפגעסלאוט דעם פראסעס מיט א שמוץ אריבער, מוז מען יעצט ווייטער איבערקומען די שוועריגקייטן און אנהייבן פון דאסניי ביז מען וועט בעז"ה עס מסדר זיין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:34 pm

משה יענקל האט געשריבן:ווייל די פאליסי פון די הנהלה איז צו מעקן יעדע אגענדע געטריבענע תגובה און ווען די פאטשקעס גייט אלעס פליען!

ווען אין ווי אויסער דא. ווערט די פאלעסי געניצט?

יונה
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:54 pm

עס ווערט דא אויך נישט גענוצט.

כ'שרייב שוין אויף דעם פארום כמעט 9 יאר, פון מיין ערפארונג ווערט נישט געמעקט אינעם בלומינגבערגע אשכול מער ווי אנדערע אשכולות.

למשל כ'בין גענוג אלט צו דענקן ווי גאנצע "אשכולות" איבער נייעס און קרישקלעך פון קרית יואל זענען פארלוירן געגאנן אויף א רוטינע פארנעם, ביז צוביסלעך האבן זיך די שרייבער אויסגעלערנט מער ווייניגער וואס עס געהערט דא און וואס נישט, בלומינגבערג איז נישט אנדערש.

און יא עס איז דא גאר אסאך נעגעטיווע אשכולות אויף אייוועלט סיי אין דעם אשכול און ווי אויך אינעם אנדערע בלומינגבערגע אשכול, ווי אויך איז דא פלענטי תגובות געשריבן מיט אגענדע'ס.

ווילאנג עס איז אין אנקלאנג מיט די אייוועלט סטאנדארט גייט עס אדורך.

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:51 pm

בלומינגבורג איז א מציאות? זיכער יא!
אלס איינער וואס איז שוין געווען דארט אסאך מאל, נאך פון די בראשית יארן ביז היינט צוטאגס, קען איך זאגן אז די פלאץ האט א גאלדענעם עתיד בעז"ה.
און בדרך אגב, עס קען געזאגט ווערן אז בלומינגבורג איז געווען די ערשטע נייע חרדיש'ע ישוב נאך די סיטי ברענעדיגן דירות פראבלעם. ברם יזכר אותו האיש לטוב ר' משה שמילאוויטש וואס הוא הגבר האט אריינגעזעצט אין אונזערע קעפ אז עס געשעהט נישט גארנישט ווען מען לאזט איבער די מאמעס פארטוך אין די סיטי.
די גלילות פון קרית יואל איז א דירעקטע תוצאה פון בלומינגבורג. ווער עס ווייסט..
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

פרנס היום
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:57 pm

[quote="lebediger berel"]קודם כל פארוואס האט מען געדארפט אן עקסטערע אשכול?
נאכדעם די פאלגענדע צוויי תגובות איז באמת דער קעטש 22 פונעם גאנצן דירות קריזיס סאלושען, צו בויען און צושטעלן דעם ריכטיגן פראדוקט קאסט מער וויפיל ס'איז באמת ווערט, ס'איז אביסל קאמפליצירט (פאר דעם האט נאך קיינער נישט געברענגט דעם ריכטיגן סאלושען) צו פארשטיין אבער דאס איז דער פאקט.(פאר דעם ווען כ'בין נאך נישט געווען קיין זיידע האב איך פרובירט צו טרעפן א באנקראטירטע פלאץ ווי איינער האט שוין אנגעזעצט אזוי קען מען האבן א טייערע פראדוקט פאר ביליג) אויב מ'קען נאך טרעפן אזאנס קען מען מצליח זיין.

רבי ר' בערל

איך ווייס פון א שטעטל אין אפסטעיט וואס האט א מקוה טהרה מיט אלע הידורים, פולן כשר'ע גראסערי , בתי מדרשים ,בנינים פאר מוסדות מיט מוסדות פאר כמעט אלע עיזשעס, בוטשער מיט א פיש סטאר , זיי האבן בערך 50 רעדי הייזער היינט אריינצומופן ,מיט א רעדי אינפעסטרוקטשער מיט עפפראווד פלענס מיט פערמיטס פאר נאך אפאר הונדערט הייזער שאוועל רעדי , זיי זיכן איינער זאל קויפן די דירות

פאר מער קומט אין אישי
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום מאנטאג מארטש 25, 2019 6:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:59 pm

פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berl האט געשריבן:קודם כל פארוואס האט מען געדארפט אן עקסטערע אשכול?
נאכדעם די פאלגענדע צוויי תגובות איז באמת דער קעטש 22 פונעם גאנצן דירות קריזיס סאלושען, צו בויען און צושטעלן דעם ריכטיגן פראדוקט קאסט מער וויפיל ס'איז באמת ווערט, ס'איז אביסל קאמפליצירט (פאר דעם האט נאך קיינער נישט געברענגט דעם ריכטיגן סאלושען) צו פארשטיין אבער דאס איז דער פאקט.(פאר דעם ווען כ'בין נאך נישט געווען קיין זיידע האב איך פרובירט צו טרעפן א באנקראטירטע פלאץ ווי איינער האט שוין אנגעזעצט אזוי קען מען האבן א טייערע פראדוקט פאר ביליג) אויב מ'קען נאך טרעפן אזאנס קען מען מצליח זיין.
קאנסלמאן האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:דער טענה אז די

אקעי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 25, 2019 7:33 pm

אלעס באשערט האט געשריבן:בלומינגבורג איז א מציאות? זיכער יא!

די גלילות פון קרית יואל איז א דירעקטע תוצאה פון בלומינגבורג. ווער עס ווייסט..

100%
אויב רעכנט מען אלע נאכפאלגען פון בלומינגבורג, האלט עס ביי נאנט צו 600.. עס וועט זיכער נאכפאלגן בעז"ה נאך 6000 און א טייל דערפון וועט גיין אין בלומינגבורג..

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מארטש 25, 2019 9:22 pm

פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:קודם כל פארוואס האט מען געדארפט אן עקסטערע אשכול?
נאכדעם די פאלגענדע צוויי תגובות איז באמת דער קעטש 22 פונעם גאנצן דירות קריזיס סאלושען, צו בויען און צושטעלן דעם ריכטיגן פראדוקט קאסט מער וויפיל ס'איז באמת ווערט, ס'איז אביסל קאמפליצירט (פאר דעם האט נאך קיינער נישט געברענגט דעם ריכטיגן סאלושען) צו פארשטיין אבער דאס איז דער פאקט.(פאר דעם ווען כ'בין נאך נישט געווען קיין זיידע האב איך פרובירט צו טרעפן א באנקראטירטע פלאץ ווי איינער האט שוין אנגעזעצט אזוי קען מען האבן א טייערע פראדוקט פאר ביליג) אויב מ'קען נאך טרעפן אזאנס קען מען מצליח זיין.

רבי ר' בערל

איך ווייס פון א שטעטל אין אפסטעיט וואס האט א מקוה טהרה מיט אלע הידורים, פולן כשר'ע גראסערי , בתי מדרשים ,בנינים פאר מוסדות מיט מוסדות פאר כמעט אלע עיזשעס, בוטשער מיט א פיש סטאר , זיי האבן בערך 50 רעדי הייזער היינט אריינצומופן ,מיט א רעדי אינפעסטרוקטשער מיט עפפראווד פלענס מיט פערמיטס פאר נאך אפאר הונדערט הייזער שאוועל רעדי , זיי זיכן איינער זאל קויפן די דירות

פאר מער קומט אין אישי

איין פרט קענסטו שרייבן אין פישי דארף נישט קיין אישי
וויפיל בעט ער פער דירה וואו גרויס איז עס? און וויפיל קאסט א דירה (נישט די זעלבע קוואליטי אבער א וואוינבארע דירה) אין די געגנט ארום?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פרנס היום
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » מאנטאג מארטש 25, 2019 9:34 pm

lebediger berel האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:קודם כל פארוואס האט מען געדארפט אן עקסטערע אשכול?
נאכדעם די פאלגענדע צוויי תגובות איז באמת דער קעטש 22 פונעם גאנצן דירות קריזיס סאלושען, צו בויען און צושטעלן דעם ריכטיגן פראדוקט קאסט מער וויפיל ס'איז באמת ווערט, ס'איז אביסל קאמפליצירט (פאר דעם האט נאך קיינער נישט געברענגט דעם ריכטיגן סאלושען) צו פארשטיין אבער דאס איז דער פאקט.(פאר דעם ווען כ'בין נאך נישט געווען קיין זיידע האב איך פרובירט צו טרעפן א באנקראטירטע פלאץ ווי איינער האט שוין אנגעזעצט אזוי קען מען האבן א טייערע פראדוקט פאר ביליג) אויב מ'קען נאך טרעפן אזאנס קען מען מצליח זיין.

רבי ר' בערל

איך ווייס פון א שטעטל אין אפסטעיט וואס האט א מקוה טהרה מיט אלע הידורים, פולן כשר'ע גראסערי , בתי מדרשים ,בנינים פאר מוסדות מיט מוסדות פאר כמעט אלע עיזשעס, בוטשער מיט א פיש סטאר , זיי האבן בערך 50 רעדי הייזער היינט אריינצומופן ,מיט א רעדי אינפעסטרוקטשער מיט עפפראווד פלענס מיט פערמיטס פאר נאך אפאר הונדערט הייזער שאוועל רעדי , זיי זיכן איינער זאל קויפן די דירות

פאר מער קומט אין אישי

איין פרט קענסטו שרייבן אין פישי דארף נישט קיין אישי
וויפיל בעט ער פער דירה וואו גרויס איז עס? און וויפיל קאסט א דירה (נישט די זעלבע קוואליטי אבער א וואוינבארע דירה) אין די געגנט ארום?


עס איז בערך 2800 סקווער פיס ברענד ניו
ער בעט בערך 300 אלפים
די זעלבע סארט ברענד ניו דירה ממש אין די געגענט איז נישדא , אבער הייזקעס אזאנע אלטע כאטקעס פארקויפן זיך פאר בערך 300 טויזענט, איך רעדט וואוינבאר .

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:09 pm

לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג מארטש 25, 2019 10:59 pm

הרב_שלום האט געשריבן:לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)


זאגסט גוט, קר"י בשעתו - אנפאנג די מ יארען - איז געשטאנען ערגער ווי בלומינבורג שטייט יעצט, און עס איז געראטוועט געווארען פון אינטערגאנג דורוך די ישיבה על קברו און דורוך די רבי זי"ע בעל ברך משה דארט זיין אין די זומער וואכען, אידן וואס קענענן היסטאריע דערציילען ווי די צוויי זאכען האט ממש אפגעראטעווט די שטעטעל פון אינטערגאנג מיטען כוח פונעם מיטעלען רבי זצ"ל, די ישיבה און זיין דארט זיין זומער האט געברענגט מענטשן, ארקענוג און געלט און דאס האט געמאכט די שטעטעל.

דא איז אבער דא א פראבלעם אז בלומינגבורג האט נישט קיין בית החיים צו מאכען א "ישיבה על קברו"

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג מארטש 25, 2019 11:28 pm

הרב_שלום האט געשריבן:לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)


#WOW

די בענעפיטן זענען פילפאכיג, און צוגאב קומט צו נאך 1,000 שטום בארעכטיגטע אין די טאון, עס איז ווערט אלע געלטער.

אויב שוין יא חלומ'ן, לאמיר עס שפינען ווייטער.
צוטיילען די ישיבה אויף 4 באזונדערע ישיבות, מיט א מעכטיגע קאמפאטישען איינס צום צווייטען.

געהעריגע דארמיטאריס מיט גרויסע שטחים ארום, די בחורים זאלן זיך קענען אויסבארדענען ווי עס דארף צו זיין.

נישט דארפן פארשפעטיגן און כאפן באסעס א האלבע טאג

וכו, וכו

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מארטש 25, 2019 11:35 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)


זאגסט גוט, קר"י בשעתו - אנפאנג די מ יארען - איז געשטאנען ערגער ווי בלומינבורג שטייט יעצט, און עס איז געראטוועט געווארען פון אינטערגאנג דורוך די ישיבה על קברו און דורוך די רבי זי"ע בעל ברך משה דארט זיין אין די זומער וואכען, אידן וואס קענענן היסטאריע דערציילען ווי די צוויי זאכען האט ממש אפגעראטעווט די שטעטעל פון אינטערגאנג מיטען כוח פונעם מיטעלען רבי זצ"ל, די ישיבה און זיין דארט זיין זומער האט געברענגט מענטשן, ארקענוג און געלט און דאס האט געמאכט די שטעטעל.

דא איז אבער דא א פראבלעם אז בלומינגבורג האט נישט קיין בית החיים צו מאכען א "ישיבה על קברו"

זייער אינטערעסאנט קאנסי, נאך קיינמאל נישט געהערט דעיס, אז די ישיבה האט ממש אוועקגעשטעלט ק''י. מאכט סענס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » דינסטאג מארטש 26, 2019 12:22 am

בר דעת האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)


#WOW

די בענעפיטן זענען פילפאכיג, און צוגאב קומט צו נאך 1,000 שטום בארעכטיגטע אין די טאון, עס איז ווערט אלע געלטער.

אויב שוין יא חלומ'ן, לאמיר עס שפינען ווייטער.
צוטיילען די ישיבה אויף 4 באזונדערע ישיבות, מיט א מעכטיגע קאמפאטישען איינס צום צווייטען.

געהעריגע דארמיטאריס מיט גרויסע שטחים ארום, די בחורים זאלן זיך קענען אויסבארדענען ווי עס דארף צו זיין.

נישט דארפן פארשפעטיגן און כאפן באסעס א האלבע טאג

וכו, וכו

ויקם דור חדש אשר לא ידע את וכו'

ברויך מען ארויסשלעפן די טעיפס פונעם מנהל שליט"א ביים גרינדגען די
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

עולם השקר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 10:48 pm

תגובהדורך עולם השקר » דינסטאג מארטש 26, 2019 1:38 am

אוי האסט מיר אויפגעפרישט א בלעטעל זכרונות

א בחור ברויך צו זען לי עוועניו און וויסן ווער עס מאכט חתונה אין ויואל משה...אוי יוי...געווען צייטן

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:29 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:לפענ"ד זאל מען אהין ציען קווינס ישיבה (מען פארקויפט די בנין אין קווינס און פאר די פרייז קען מען קויפען 3 בנינים אין מעמעקעטינג)
בלומינגבערג וועט באקומען נאך תושבים
די בחורים וועלן מער נישט דארפן האבן די הוצאה פון קעמפ
כ"ק אדמו"ר שליט"א וועט זיך געפונען דורך די זומער וואכען, מען וועט בויען א מאטעל פאר די וואס ווילען קומען פאר שבתים (דאס וועט אביסעל הייבן די עקענאמיע)


זאגסט גוט, קר"י בשעתו - אנפאנג די מ יארען - איז געשטאנען ערגער ווי בלומינבורג שטייט יעצט, און עס איז געראטוועט געווארען פון אינטערגאנג דורוך די ישיבה על קברו און דורוך די רבי זי"ע בעל ברך משה דארט זיין אין די זומער וואכען, אידן וואס קענענן היסטאריע דערציילען ווי די צוויי זאכען האט ממש אפגעראטעווט די שטעטעל פון אינטערגאנג מיטען כוח פונעם מיטעלען רבי זצ"ל, די ישיבה און זיין דארט זיין זומער האט געברענגט מענטשן, ארקענוג און געלט און דאס האט געמאכט די שטעטעל.

דא איז אבער דא א פראבלעם אז בלומינגבורג האט נישט קיין בית החיים צו מאכען א "ישיבה על קברו"

זייער אינטערעסאנט קאנסי, נאך קיינמאל נישט געהערט דעיס, אז די ישיבה האט ממש אוועקגעשטעלט ק''י. מאכט סענס.

איך ווייס נישט פין ווי ער נעמט די אימפארמאציע, מיר געדעקן גיט די מ' יארן ווי מ"ח מ"ט מיט סטרייקס פין די מלמדים, ווייל מען האט נישט באצאלט חדשים. אזוי אויך ווי מען האט געשפירט די ארימקיייט אינעם גאנצען שטעטל, למשל ווען עס האט גערעגט, איז אין ביהמ"ד הגדול געווען פיל מיט גארביזש קען'ס ווייל עס איז נישט געווען קיין געלט צי פיקסען די דאך, איך דערמאן מיר יעצט איין פרייטיג אינדערפרי קימענדיג אין ביהמ"ד צי גיין אין מקוה, איז געווען טינקל אין ר' אברהם יושע וו"ב ע"ה געשטאנען ביים טישל נעבן מקוה, מיט א OR ביל אז אויב איז נישטא די סכום געלט עפן זיי נישט צירוק די לעקטער.

בקיצור אין איין ווארט מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אזוי לאנג האט געדויערט

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 26, 2019 12:22 pm

מ'זאל אריבערברענגען וואס כ'האב שוין געשריבן 100 בלעטער צוריק
אין רצון צדיק (ר' ש"י געלבמאן - היסטורי' התייסדות קרית יואל) שטייט אז רביה"ק בעל ויואל משה - דברי יואל האט געוואלט א ישיבה אין שטעטל להצלחת השטעטל, ומי יבוא אחר המלך לגבי בלומינגבורג איך שלאג פאר שיעור ד'!
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Alexa [Bot], dim, אבי.גערעדט, אויפן שפיץ גאפל, רעסטאראנט און 7 געסט