מיין טייער חבר | בלומינגבורג איז מציאות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

Re: א גוטן

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 7:08 pm

מיינע תגובות סיי פאקטן ,סיי נייעס , סיי אויסשמועסן פאזיטיווע פונקטן , און הונדערטע אנדערע ניקס וואס שרייבן און פרעגן נארמאלע שאלות ווערט פארמעקט

הער אויף דאס טין , עס איז פשוט נישט עטיש און נישט שיין און זעט אויס ווי בבל (העלבראנס ) קולט

אני הקטן הדורוש בהצלחת בלומענבורג יצ"ו

If you can't take the heat get out of the kitchen

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

תגובהדורך פעמים להיפך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:11 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פעמים להיפך אום מאנטאג מארטש 25, 2019 11:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 7:15 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:פארוואס האט מען נאנישט גהערט קיין חתונה דארט?

ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין חתונה זאל דארט.

און דאס למשל האסטו געפרעגט ווייל דו האסט געוואלט וויסן. ריכטיג?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:21 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:פארוואס האט מען נאנישט גהערט קיין חתונה דארט?

ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין חתונה זאל דארט.

און דאס למשל האסטו געפרעגט ווייל דו האסט געוואלט וויסן. ריכטיג?

איך מיין צוזאגן אז עס איז נאכנישט קיין פארטיגע זאך

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:22 pm

גרעדע איך קוק ארויס אז ס'זאל ווערן מסודר אבער א פאקט איז אפאקט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 7:28 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:פארוואס האט מען נאנישט גהערט קיין חתונה דארט?

ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין חתונה זאל דארט.

און דאס למשל האסטו געפרעגט ווייל דו האסט געוואלט וויסן. ריכטיג?

איך מיין צוזאגן אז עס איז נאכנישט קיין פארטיגע זאך

און ווען ס'וועט זיין א חתונה זאל וועסטו זאגן אז ביז ס'איז נישטא קיין בית החיים איז עס נאכנישט פערטיג...

אגב, ווי לאנג האט געדויערט ביז ס'איז געווען די ערשטע חתונה אין קרית יואל?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:34 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חסידישער קאך האט געשריבן:פארוואס האט מען נאנישט גהערט קיין חתונה דארט?

ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין חתונה זאל דארט.

און דאס למשל האסטו געפרעגט ווייל דו האסט געוואלט וויסן. ריכטיג?

איך מיין צוזאגן אז עס איז נאכנישט קיין פארטיגע זאך

און ווען ס'וועט זיין א חתונה זאל וועסטו זאגן אז ביז ס'איז נישטא קיין בית החיים איז עס נאכנישט פערטיג...

אגב, ווי לאנג האט געדויערט ביז ס'איז געווען די ערשטע חתונה אין קרית יואל?

איין יאר

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:35 pm

און סאיז נאך טאקע נישט געווען קיין מציאות

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 7:35 pm

רבי איך רעפרעזענטיר נישט בלומינגבורג.

די פאקט איז אז די בעלי האגענדע. און בעלי נעגעטיוויטי האבן געווענדליך נישט מער פון פופציג תגובות און די האסט מער[/quote]

איז אזוי

מה נפשך; טאמער רעפעזענטירסטו נישט בלומענבורג פארוואס עפענסטו נייע אשכולות איבער בלומענבורג און פארענטפערטסט דא אייביג יעדע תגובה ? און טאמער טאקע די רעפזענטירסט נישט דאן הער אויף מאכן דא פאלטשע פראפאגאנדע און מארקעטינג און מאכן חרוב

און געב איבער ... פאר די וואס רעפענזיטירן יא די שטעטל אויפצוהערן צו מעקן דא יעדע פאר מינוט און עס לאזן נאטירלעך ווי יעדע אשכול אויף אייוועלט ווען מנהלים מעקן

די פאקט איז אז די בת היענה סטייל ווערטשאפט סיי דא אויפן וועלטעל און סיי בפועל אינעם שטעטל בעקפייערד

עס איז 2019 און זאכן וואס זענען פובליק גייט נישט העלפן בויען אדער חרוב מאכן טאמער מען מעקט א תגובה אויף אייוועלט

בכלל האב איך עס שוין געשריבן 20 מאל

די געלט אין אידיש צייט פון די מארקעטינג פון פאקטיש און פראקטיש און מארקעטינג דא אויפן וועלטעל און עפענען נייע אשכולות ווי למשל די אשכול איז אשאד די צייט געלט און מח און כח

קענסט מאכן א איווענט פאר פרויען און מענער עקסטערע מיט באמבאסטישע רעדנערס , אנשים מכובדים פון שטעטל און פון די קהלה אין ויואל משה זאל אין וויליאמסבורג און אין א זאל אין קרית יואל און אין מאנסי, ווי למשל לעיקוואד אינוועסטערס האט געטין און אזוי ווייטער, סתם לעבן ווי א בת היענה אז עדס העלפן אדער פאפן די וועלט אויף אייוועלט ווייסט אז די מענטשן לעבן נישט אין ריעליטי

נאכדעם און א מער ווארימע ספרינג טאג ווי נאך פסח פראקלעמירן א" זונטאג באזוך אין בלומענבורג" און אראפשטעלן 4 אדער 5 באסעס אין וויליאמסבורג און ארויסטראגען דעם עולם זען די שטעטל און פולן גאלאפ און א שיינע לאנטש אויפן פרייען הימעל אין גרינע גראז און ווייזן פאקטן , סתם פון באהאלטן פאקטן ברענגט נישט קיין מענטשן

סתם צובאהאלטען איז געווארן א פאקט וואס איך הער כסדר פון סתם מענטשן מיט א פשטות אז בלומענבורג איינוואינער איז עפעס א סעקט אדער א מין באשעפעניש , אין ראיליטי האט בלומענבורג זייער א פאני נאמען און אט די שפיל איז א שפילט מיט פייער, פארט ווייסטו נישט ווער די ניקים זענען, 90 פארצענט תגובות ווערן פארמעקט על לא דבר

איך רעדט פון חסידי מהר"יי דוקא , סתם מענטשן איז איבריג אפילו וואס זיי טראכטען וועגן עס איז נישט נוגע למעשה

בכלל טאקע דאס אז יעדער זאגט ער פארטרעט נישט און טיען מעשה ילדות אויף די אייגענע האנט איז זייער נישט גוט


עניוועי איך קוק ארויס אויף די הצלחה און איך מיין ענקער טובה

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג מארטש 24, 2019 7:43 pm

רעסטאראנט, איך הייער דיר פאר מיין מארקעטער, דו האסט אייזענע איידיעס, ערנסט גערעדט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עסן פאר אידן » זונטאג מארטש 24, 2019 7:45 pm

דאס איז אמת וואס @רעסטעראנט זאגט, מאכן א נסיעה פון עטליכע באסעס און מאכן אסיפות / דרשות פאר נשים באזינדערע וועט זיכער אסאך צוהעלפן פארויס גיין.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 7:49 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:רעסטאראנט, איך הייער דיר פאר מיין מארקעטער, דו האסט אייזענע איידיעס, ערנסט גערעדט.


דאס האט גארנישט מיט מארקעטינג

עס רופט זיך מציאות און רעיאליטי

קיין איין מענטש גייט נישט מופן קיין בלומענבורג כעת וועגן א עד , אפשר פינעף יאר צוריק

סאטמאר לעיקוואד האט כמעט נישט געהאט קיין עדס

יעצט ווי בלומענבורג שטייט אן זיך פאפן,דארפן זיי שווער ארבעטען צו קאנווינסען מענטשן אהין צו מופן , א עיווענט מיט דרשות וואס מענטשן זאלן אוועקגיין מיט אפענע מיילער, און פליען אין די לבנה ..., מארגעזש בראקערס וואס זאלן ווייזן שווארץ אויף ווייס אז פאר 25 אלפים קעש קענסטו וואינען אין דיי אייגענע רחבות'דיגע דירה

און דערנאך א טאג קיין בלומענבורג און ווייזן שווארץ אוייף ווייס די גאנצע שטעטל מיט יעדע פרט און דיטעלס

עס רופט זיך one on one marketing

סתם די טייערע בראושער וואס האט געקאסט שווערע אלפים די ווינטער וואלט געקענט דאס באצאלן
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מארטש 24, 2019 7:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 7:53 pm

עסן פאר אידן האט געשריבן:דאס איז אמת וואס @רעסטעראנט זאגט, מאכן א נסיעה פון עטליכע באסעס און מאכן אסיפות / דרשות פאר נשים באזינדערע וועט זיכער אסאך צוהעלפן פארויס גיין.


בלומענבורג האט כעת 50 דירות רעדי צו מופן

ווען זיי האבן אביסעל שכל אינוועסטען זיי אפילו א מיליאן אז די 50 דירות זאלן זיין באוואינט אויף פסח

חבל , גראדע הייסט אז עטליכע דירות זענען יא פארקויפט , אבער ווען די שכל רעדט פארקויפן זיי אינטערן טיש די דירות פאר אינטער 300 אלפים און פילן עס אן אייף פסח ,אנשטאט דעם ניצן אפאר אינגעלייט זייער שטארקע ענערזשי צו מעקן תגובות דא אויפן וועלטעל און באהאלטען סתם טעגליכע פאקטן.

אנשטאט דעם מאכן זיי עדס , עדס ברענגט נישט גארנישט ,מען ברויך גיין שלעפען אינגעלייט מיט צוואנגען און ארבעטען דערויף , לעיקוואד למשל האט געמאכט פאר וואכן לאנג ליל שישי פארברענגען ביי אינגעלייט אינדערהיים מיט טשולענט און קוגעל און געארבעט שווער צו ברענגען די קונים.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג מארטש 24, 2019 7:54 pm

@רעסטאראנט, נו פארוואס האלטסטו אז זיי האבן עס טאקע נישט געטון? עפעס א אלא מאי ווילסטי ציקימען, אלא מאי ווילן זיי עפעס באהאלטן? איי דאנט בעליוו, יעדער קען גיין קיקן, יעדער קען דארט אנקומען אויף א שבת.

ב.ד.וו. די מאנסי דיוועלעפמענטס האבן אויך געמאכט עדס אין ווילי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 8:01 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:@רעסטאראנט, נו פארוואס האלטסטו אז זיי האבן עס טאקע נישט געטון? עפעס א אלא מאי ווילסטי ציקימען, אלא מאי ווילן זיי עפעס באהאלטן? איי דאנט בעליוו, יעדער קען גיין קיקן, יעדער קען דארט אנקומען אויף א שבת.

ב.ד.וו. די מאנסי דיוועלעפמענטס האבן אויך געמאכט עדס אין ווילי.


אלה מאי , גארנישט ! די שטעטל לעבט אויף אייוועלט! זיי האבן עס קיינמאל געטין די אלע זאכן , זיי האבן א שטארקע פראבלעם באמת , אז די דעוועלעפערס מיט די אייוועלט מעקערס זענען צוויי באזונדערע וועלטען און וועגן דעם איז אלעס לופט , ביידע לעבן אין אנדערע לאלא לענד ווי מען רופט עס.

מאנסי קען מאכן עדס , עס איז אזוי ווי אלע דריי גלויבער קלאדינגס עדווערטייזן פאר קאמפיטאשען , אין מאנסי איז דא צענדליגע קאמפיטאשענס, קיין איין מענטש מופט נישט קיין מאנסי וועגן א עד , די עדס זענען פאר מענטשן וואס האבן א ווילן צו מופן קיין מאנסי עניוועי ,און קוקן צענדליגע דירות פאר זיי קויפן , עדווערטייזן זיי אז די זאלסט קויפן ביי זיי אנשטאט אנדערע

א עד העלפט נישט קיין מענטשן מופן אויף א נייע ישוב על פי רוב
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מארטש 24, 2019 8:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מארטש 24, 2019 8:03 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אוי געוואלד! האסט פארגעסן סהייסט קרית ייטב לב.

א דוגמא פון א בייסיגע תגובה אן קיין שום פשט.


גא"מ

די פשט איז פשוט, איך האב געוואלט אויפמערקזאם מאכן אז די נאמען קרית ייטב לב האט געמאכט פיל מער שאדן ווי גוטס, סהאט אריינגעביסן אין די געגנט.

סקוקט טאקע אויס א נארישע זאך אבער די זעלבע ריעזן פארוואס מאנכע פארלייגן זיך אין די לענג און די ברייט די נאמען קרית יטב לב זאל זיך איינגעסן, פאר די זעלבע ריעזן האט עס שאדן געמאכט פאר די הצלחה פון די געגנט, איך ווייס מגייט מעקן די תגובה, אבער דאס מאכט עס נאכנישט אויס אמת.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 24, 2019 8:34 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:@רעסטאראנט, נו פארוואס האלטסטו אז זיי האבן עס טאקע נישט געטון? עפעס א אלא מאי ווילסטי ציקימען, אלא מאי ווילן זיי עפעס באהאלטן? איי דאנט בעליוו, יעדער קען גיין קיקן, יעדער קען דארט אנקומען אויף א שבת.

ב.ד.וו. די מאנסי דיוועלעפמענטס האבן אויך געמאכט עדס אין ווילי.


ער וויל צוקומען אז עס איז זייער א גוטע פלאץ צו וואוינען. אבער דא עקא אז זייער PR סטרעטעדזשי איז שרעקליך בלינד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 8:39 pm

צל עובר האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:@רעסטאראנט, נו פארוואס האלטסטו אז זיי האבן עס טאקע נישט געטון? עפעס א אלא מאי ווילסטי ציקימען, אלא מאי ווילן זיי עפעס באהאלטן? איי דאנט בעליוו, יעדער קען גיין קיקן, יעדער קען דארט אנקומען אויף א שבת.

ב.ד.וו. די מאנסי דיוועלעפמענטס האבן אויך געמאכט עדס אין ווילי.


ער וויל צוקומען אז עס איז זייער א גוטע פלאץ צו וואוינען. אבער דא עקא אז זייער PR סטרעטעדזשי איז שרעקליך בלינד.


עס איז וואס עס איז !
It is what it is

איך בין ניטאמאל אריין צו עס איז גוט צו שלעכט

סתם באהאלטען פאקטן ,נישט קיין פאליטיק, סתם נייעס און אויסשמועסן ווי יעדע נייע שטעטעל אשכול דא ווייזט די קאפ אין וואנט ,פיערשאפט און מציאות איז עס אויך דא , און געט זייער א נעגעטיוו בליק און בעסער געזאגט ביי רוב מענטשן וועם איך פרעג זענען ניטאמאל אינטערסירט צו וויסן וואס דארט טוט זיך , עס איז אראפ פון די רעדאר און די סיבה וועגן עס זעט אויס ווי א פארשלאסענע קולט, סיי ברויכן זיך עפענען צום המון עם פערזענליך צו פאטענציאלע תושבים

קודם לעב אין ראיעליטי און דערנאך הייב אן טין

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

תגובהדורך פעמים להיפך » זונטאג מארטש 24, 2019 8:52 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פעמים להיפך אום מאנטאג מארטש 25, 2019 11:20 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג מארטש 24, 2019 9:02 pm

פעמים להיפך האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:@רעסטאראנט, נו פארוואס האלטסטו אז זיי האבן עס טאקע נישט געטון? עפעס א אלא מאי ווילסטי ציקימען, אלא מאי ווילן זיי עפעס באהאלטן? איי דאנט בעליוו, יעדער קען גיין קיקן, יעדער קען דארט אנקומען אויף א שבת.

ב.ד.וו. די מאנסי דיוועלעפמענטס האבן אויך געמאכט עדס אין ווילי.


ער וויל צוקומען אז עס איז זייער א גוטע פלאץ צו וואוינען. אבער דא עקא אז זייער PR סטרעטעדזשי איז שרעקליך בלינד.


עס איז וואס עס איז !
It is what it is

איך בין ניטאמאל אריין צו עס איז גוט צו שלעכט

סתם באהאלטען פאקטן ,נישט קיין פאליטיק, סתם נייעס און אויסשמועסן ווי יעדע נייע שטעטעל אשכול דא ווייזט די קאפ אין וואנט ,פיערשאפט און מציאות איז עס אויך דא , און געט זייער א נעגעטיוו בליק און בעסער געזאגט ביי רוב מענטשן וועם איך פרעג זענען ניטאמאל אינטערסירט צו וויסן וואס דארט טוט זיך , עס איז אראפ פון די רעדאר און די סיבה וועגן עס זעט אויס ווי א פארשלאסענע קולט, סיי ברויכן זיך עפענען צום המון עם פערזענליך צו פאטענציאלע תושבים

קודם לעב אין ראיעליטי און דערנאך הייב אן טין

רעסטאראנט :
אין מ'קען מיינען ווער עס איז די גאנצע אנדרייער דא.. סך הכל איז יונה מיט משה יאנקעל 2 ניקים מיט 1 גוף, וואס ליגט מיט געלט אין א דירה דארט אין איז אין פעין אז ער קען נישט פארקויפען אין מופען זייט ער אן חורבן פאר די גאנצע עתיד פון בלומינגבורג, ער שיסט זיך אליין אין די פוס



לא כן. סך הכל, אן אפיציעלע פארטיי ווארטזאגער.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 24, 2019 9:30 pm

וויזוי גייט נאר די מעשה, דער חזן איז אהיים געקומען אינגאנצן צוקלאפט אז דער ראש הקהל זאגט אז ער טויג אויף חרוסת, זאגט אים די ווייב עה וואס מאכסטו זיך צוטוהן פונעם ראש הקהל, דער ראש הקהל זאגט נאר וואס דער עולם זאגט... וד"ל.

הער משה יענקל, וואס מאכסטו זיך צו טוהן פון נעגעטיוו תגובות אויף אייוועלט, די תגובות שרייבן נאר וואס דעת הקהל איז...

בלומענבערג קען און וועט מצליח זיין ווען זיי וועלן זיך אריינלייגן און פארשטיין זייער פראדוקט, די מעלות און די חסרונות, און עס אוועקשטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ אין די מארקעט, פונקט ווי א היאנדעי פענציסטע קאר קען נישט ווערן געמארקעט פאר די פרייז פון א BMW, די אלע חסרונות וואס מענטשן רעדן זיך אפ מיינט נישט עס איז עק-וועלט, עס מיינט נישט אז דאס שטעטל מאכט זיך מארגן צו, סך הכל ווילן זיי קלאר שטעלן דעם פראספעקטיוו פון א פרייז שטאנדפונקט, און ווען די פרייז וואלט געווען ביליגער וואלט מען געקענט פארקיקן אויף דעם.

באקאנט די ווארט פון ר' שלום קאמינקער אז ער איז געפארן אויפן וואגן און די רעדער האבן זיך צובראכן, מיט צוויי קל וחומר'ס און צוויי גזירה שווה'ס, ווען מען רעדט פון סא קאלד נעגעטיוו תגובות, און די ענטפער איז בגדר קל וחומר מיט גזירה שווה, סך הכל ווערט נישט די קשיא פארענטפערט און די דעת הקהל טוישט זיך נישט.

דעם ווינטער איז געווען צוויי מארקעטינג סטראטעגיעס דורך בלומענבערג, די ערשטע איז געווען די lease option to buy, וואס יעדער וואס זיין קאפ איז קאנעקטעד מיטן חוט השדרה האט גלייך געכאפט אז דאס מאכט נישט קיין סענס, נישט די תגובות אויף אייוועלט האט אויפגעקלערט דעם ציבור, נאר די מגיבים אויף אייוועלט האבן נאכגעשריבן וואס די ציבור האט געזאגט.

די צווייטע סטראטעגיע האט זיך אנגעהויבן נאך די עי. דשי. האט עפראווט די סעיל פון די הייזער, און דער ניגון איז אז אין אפאר יאר ארום וועט עס זיין ווערט אסאך געלט.

די צד השווה פון ביידע קאמפיינס איז אז זיי פארשטייען אז די יעצטיגע פרייז איז צו הויעך, און אנשטאט צו זיך אראפזעצן און אויספיגערן ווי זייער פלאץ איז אויף די מארקעט האט מען געמאכט בת היענה סטייל קאמפיינס, מיט האפענונג אז מענטשן וועלן פאלן דערפאר.

יעצט האלט מען שוין ביי א געוויסע שטאפל אז מען אנערקענט אז עפעס איז נישט אזוי געשמירט, נאר מען רעדט זיך איין אז אייוועלט איז די פראבלעם, און די אמת איז אז אייוועלט איז די תיקון, פון דא וואלט א גיטער בר דעת געברויכט ארויסהאבן אביסל בעסער די בליק פון די גאס, און פארשטיין אז די תגובות זענען אן אפשפיגלונג פון די מיינונג פון די גאס.

לגבי די פרייז, נארמאלע אפסטעיט הייזער זענען בערך 1800-2000 סקווער פיס, און האבן פראפערטי פון א עיקר צו מער, די דעוועלאפמענט איז טאקע אביסל גרעסער הייזער, בערך 2600 סקווער פיס, און איז ברענד ניו, באט פון די אנדערע זייט האט עס נישט קיין פראפערטי, און אויך איז א גאר גרויסע חסרון די טייערע פראפערטי טעקס, ממילא לפי האמת דארף די ווערט פון די הייזער נישט זיין מער ווי עני הויז אין רורעל אפסטעיט.

נאר אנשטאט זיך אריינלייגן אין פארשטיין די אמת'ע ווערט פון די הייזער האט מען געלייגט א פרייז וואס איז איבערגעטריבן, און דערנאך זיכט מען ווער עס איז שולדיג אין דעם אז עס רירט זיך נישט.

זאגן אז אין וויליאמסבורג האט מען אויך נישט קיין פראפערטי, אדער אז אין אירמאנט איז די טעקס טייערער גייט קיינעם נישט קאנווינסן צו באצאלן מער, די קל וחומר מיט גזירה שווה גייט אין ערגעץ נישט טראגן, עדווערטייזן אז די פרייז גייט זיין העכער אין אפאר יאר ארום ארבעט אויך נישט פאר קיין ענד יוזער, דאס איז א מארקעטינג פאר אינוועסטארס, און אינוועסטארס האבן בעסערע אפציעס ווי דאס אויפן טיש.

און דער אמת איז אז אין אפאר יאר ארום וועט די פרייז טאקע ארויפגיין, און דעמאלטס וועט עס טאקע זיין ווערט אזויפיל, אבער דאס איז נאך וואס די ערשטע וועלן זיך פארקויפן פאר די מארקעט וועליו פון יעצט, אזוי וועט זיך בויען די פראדוקט, ביז עס וועט קומען צו די ווערט פון א גרויסע שטאט.

און נאכמער, אפאר יאר צוריק ביים גרינדונג פון דעם יישוב איז אפשר געווען מער ווערט פון היינט, נעמענדיג אין באטראכט אז קרית יואל איז געווען דערשטיקט, נישט געווען קיין גלילות, נישט געווען קיין בויערס לאט, און נישט ענעקסן, נישט קיין לעיקוואד, נישט קיין דשערזי-סיטי, ממילא איז דימענד געווען גרעסער.

לענינו don't shoot the messenger.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 24, 2019 9:55 pm

דממה דקה און רעסטאראנט איר זאגט גיט און איך קען מעיד זיין אז סאיז 100 פראצענט אמת אייערע ווערטער איך פלעג ארבעטן דארט און געגנט פאר א יאר צייט פלעג איך כסדר ארומגיין און שטעטל טרעפן מענטשן און מיטהאלטן די פארשריט און טאמער כהאב געוואגט צו זאגן מיין מיינונג אנדערש איז עס גלייך פארמעקט געווארן

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 24, 2019 10:31 pm

דער טענה אז די פרייז איז צו הויך איז אזוי אבסורד אז נאר. ווער עס האט נאר אמאל געטוהן אין ריעל עסטעיט / קאנסטראקשן, און קען די פרייזן פון די טריי סטעיט עריע, ווייסט אז קאנסטראקשן אליינס פאר א ניו קאנסטראקשן הויז, מיט א געהעריגע שיינע קאך, קאסט מינימום 80 טאלער א סקווער פוס, אויך נאר אין א דעוועלאפמענט וואס האט א ביליגע פרייז פאר קאנסטראקשן.

זאת אומרת: א 2600 סקווער פוס דירה קאסט פארן דעוועלאפער צו בויען מינימום 200 טויזנט דאלער. רעכן צו דאס געלט וואס האט אים געקאסט דער פראפערטי, דאס אהערשטעלן די פעסיליטיס און אלע צוגעהערן וואס ער האט יא געצאלט אנפאנג, די ליגעל פי'ס, דאס זיצן מיט געלט פאר אזוי לאנג, די מארקעטינג - וואס איינער דארף באצאלן - און דער פרייז פון דריי מאות פאר א הויז איז א שיבוש! אדרבה, טרעף עני דעוועלאפמענט מיט אזא סייז ניו קאנסטראקשן הויז, מיט פראפערטי אדער אן, אינעם גאנצן ראיאן ביז פיר שעה אוועק פון די סיטי, פאר אונטער 280 א הויז.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג מארטש 24, 2019 11:13 pm

גערעכט, אבער דער עולם גייט נישט פאר ניו קאנסטראקשאן..

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 11:21 pm

צולייגער האט געשריבן:דער טענה אז די פרייז איז צו הויך איז אזוי אבסורד אז נאר. ווער עס האט נאר אמאל געטוהן אין ריעל עסטעיט / קאנסטראקשן, און קען די פרייזן פון די טריי סטעיט עריע, ווייסט אז קאנסטראקשן אליינס פאר א ניו קאנסטראקשן הויז, מיט א געהעריגע שיינע קאך, קאסט מינימום 80 טאלער א סקווער פוס, אויך נאר אין א דעוועלאפמענט וואס האט א ביליגע פרייז פאר קאנסטראקשן.

זאת אומרת: א 2600 סקווער פוס דירה קאסט פארן דעוועלאפער צו בויען מינימום 200 טויזנט דאלער. רעכן צו דאס געלט וואס האט אים געקאסט דער פראפערטי, דאס אהערשטעלן די פעסיליטיס און אלע צוגעהערן וואס ער האט יא געצאלט אנפאנג, די ליגעל פי'ס, דאס זיצן מיט געלט פאר אזוי לאנג, די מארקעטינג - וואס איינער דארף באצאלן - און דער פרייז פון דריי מאות פאר א הויז איז א שיבוש! אדרבה, טרעף עני דעוועלאפמענט מיט אזא סייז ניו קאנסטראקשן הויז, מיט פראפערטי אדער אן, אינעם גאנצן ראיאן ביז פיר שעה אוועק פון די סיטי, פאר אונטער 280 א הויז.


איך האלט פונקט ווי דיר און עס איז 1000 פארצענט אמת און קיינער האט דא נישט גערעדט אנדערש

די פאקט איז אז טראגן אידן אין א מדבר ברויך עס זיין עפפארדעבעל און ליידער איז די טעקס טייער , א חלק פון די טייערקייט זענען די דעוועלעפערס זיך אליינס שילדיג א ער וויזוי עס זאל נישט זיין ווילאנג סוף חודש דארף דער אינגערמאן באצאלן 2800 א חודש איז עס נישט גענוג ביליג אז אידן זאלן לויפן אויף אלע פיר , קענסט וואינען אין קרית יואל אין א דירה פאר 2400 אדער אין בלומינגראוו אין א אייגענע הויז , חבל מען דארף פעיסען רעילאטי(גראדע ווען די אייוועלט מעקערס ארבעטען אריין אויף די טעקס אישו וואלט אפשר עס שוין ערגעץ געהאלטען) כאב געהערט אז מען טוט נישט אלעס אין די וועלט פאר די טעקס אישו אפילו יעצט, עניוועי קיינער זיכט נישט אראפצוקלאפען, עס איז פשוט נישט דא דארט די ריכטיגע חברה , און די וואס טיען נוצן עס אויס פאר נערישע פראפאגאנדע


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט