מיין טייער חבר | בלומינגבורג איז מציאות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

מיין טייער חבר | בלומינגבורג איז מציאות

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 4:11 pm

א גוטן מיין טייערע ידיד נ"י

איך האב שוין לאנג געוואלט נעמען דאס פעדער און האנט, און היינט איז געווען די טאג וואס איך טוה דאס בעז"ה.
כלפי מה דברים אמורים: דאס איז די נושא פון די נייע שטעטלעך בכלל און בלומינגבורג בפרט. די דערנעבענדיגע אשכול איבער בלומינגבורג איז קע"ה פון די לויפענדיגע אשכולות ולאידך גיסא די געמעקטע חלקים ביי די מנהלים צימער איז לכאורה אסאך לענגער. און דאס האב איך געוואלט אויסשמועסן.

יעדער דא ווייסט אז די מצב פון דירות און די עקזיסטינדערע ד' אמות איז פשוט במציאות אז עס איבערגעפילט און די ציבור האט זיך אנגעהויבן צוצוגעוויינען צו די מציאות פון ארויס מופן. און פאקט האבן שוין איבער טויזענט [ווייניג געזאגט] משפחות אוועק געמויפט פון זייער היים שטאט און געמופט צו עקזיסטירענדע און נייע געגענטער און די לעצטע פאר יאהר.

עס איז דא א שטער פון צוויי ערליי חברים.
א. די וואס מופן ארויס אדער אינוועסטירן און איין געגנט און ווילן די געגענט זאלן בליען, וועלן בארעדן דאס אנדערע געגנט או פראבירן שטענדיג אראפ צו רייסן דעם צווייטן, דאס איז ריין א שלעכטע גאנג, די איינציגע וועג פון בויען א געגנט איז דורך רעדן איבער די אייגענע מעלות און נישט איבער יענעם'ס חסרונות. ווי אויך איז דא איבער גענוג משפחות וואס גייען אי"ה מופן אין די קומענדיגע צען יאהר און ווען מען מופט ברענגט עס קאמפעטישען, איז פארוואס רעד איהם אפ פון מופן ווייל ער מופט ערגעץ אנדערש ווי די ווילסט? ווען זיין חבר וועט הערן אז ער האט געמופט וועט איהם עס שטופן צו נאך טוהן און קען זיין אז ער וועט מופן ווי די ווילסטץ

ב. די וואס וואוינען און שטאט און ווילן בלייבן און זייער קאמפארט זאנע אבער די מציאות פאטש איהם, אדער די ב"ב וויל נאך נישט מופן אדער סיי וואסערע אגענדע עס טרייבט איהם, און צו ערפילן זיין לאך און הארץ רייסט ער אראפ די אידן וואס האבן שוין געטוהן די קלוגע שריט, דאס איז ריין שלעכטע מדות, די סוף וועט זיין אז די וועסט נאר הנאה האבן פון די געגענטער, ווייל זייער מעגליך וועסטו נאך איין טאג זיך אויף הייבן און מופן, אדער וועלן דיינע קינדער אם ירצה השם זיך קענען ערלויבן צו וואוינען נארמאל דורך ארויסמופן. איז טראכט דיר איבער מיין טייערע פריינט פאר די לאכסט אפ פון א נייע געגענט אדער אויב די רעדסט צו דיין חבר וואס האט געמופט זיי איהם דאנקבאר און זיי איהם מחזק נישט ח"ו פארקערט

לגבי בלומינגבערג בפרטות,
עס איז נישט קיין סוד, אבער און פאקט זענען ליידער דא אסאך אגענדע געטריבענע וואס פראבירן אראפ צו רייסן דאס פלאץ ווען זיי האבן נאר א טשאנס, די געמעקטע תגובות זענען נאר עדות צו דעם, און 'יא' די הנהלה גייט אסאך מעקן, ווי נישט ווי עס זענען דא אינוועסטירער, קהילה, און נגידים וואס ליינען דא, און אז מען פאטשקעט ארום מאכסטו שאדן דיין ברודער און בלומינגבורג.
איז פרעג איך דיר מיין ברודער קענסטו נישט לאזן דיין געפילן איינגעהאלטן און לאזן די פלאץ וואקסן,?? די גייסט דאך איין טאג הנאה האבן דערפון איז וואלט געווען שיין ווען די העלפסט צו, ח"ו נישט פארקערט

און אויב די רעדסט דיר איין אז די וועסט אפהאלטן עפעס וויל איך דיר קלאר זאגן:

בלומינגבורג איז א פאקט!!

בלומינגבורג האט קע"ה ארום 150 משפחות און מערסטנטייל דערפון פלאנירען "נישט" אוועקצומופן!!

בלומינגבורג האט א בליענדע הערליך אוועק געשטעלטע מוסדות, קען זיין בגשמיות מיטשעט מען זיך אבער די חינוך איז קע"ה אויף די העכסטע שטאפעל!!

בלומינגבורג האט א פולשטענדיגע גראסערי, פלייש געשעפט, פיש געשעפט, הארדוועיר סטאר, און דאקטארס אפיס!!

בלומינגבורג האט פיר בתי מדרשים!!

בלומינגבורג שטעלט אהער א הערליכע דירה פאר א קינדער געבענשטע פאמיליע פאר די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט!!

בלומינגבורג האט יעצט 7 אינוועסטירער אחוץ די ערשטע אינוועסטירער וואס פלאנירן צו בויען פרישע דירות!!

וע"כ עס ווערט געבעקט דורך א גרויסע קהילה וואס לייגט זיך זייער שטארק אריין און די לעצטע שטיק צייט אז די שטעטל זאל זיך ריקן וואס שנעלער!!


איז בעט איך דיר פערזענליך ביטע טראכט דיר איבער צו זאלסט אנהאלטן דיין יעצטיגע גאנג, און הייב אן צו טראכטן פאזאטיוו, רעדט גוטס, שטער נישט א צווייטן און העלף צו צו די דירות פראבלעים.

א דאנק!!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 4:19 pm

גוט געזאגט משה יענקל!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » זונטאג מארטש 24, 2019 4:38 pm

זייער קלאר אריינגעקומען!
נאך א נקודה מענטשען פרעגן איינעם וואס וואוינט דארט, דו ביזט דארט פאר סעקשאן 8? אה, נע, דו גייסט אוועקגיין פון דארט און א יאר..., מיט אזא מאך מיט די הענט... איך ווייס קלאר יא יא דו גייסט אוועק גיין פון דארט...
עס איז בכלל נישט אזוי, וויפל מענטשען פון בלומינגבערג וואס האבן באקומען סעקשאן 8 און זיי זענען נאך אלץ דארט.... נאר אזוי ווי משה יענקל זאגט דעיס זענען אלע מענטשען וואס ווילן אהינגיין אבער איינער האלט זיי אפ , הייבן זיי אן צו רעדן אזעלכע טפשות שאין כדגמתן...
איינער וואס וואוינט דארט זעהט א מוראדיגע עתיד פאר די פלאץ אייגנטליך נישט קיין עתיד נאר א מציאות וואס עס איז שוין דא
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג מארטש 24, 2019 5:00 pm

שיין באשריבן.

איך האב קיינמאהל נישט פארשטאנען דאס האקן, דאס פראבירן זיך בארואיגן מיטן בלייבן אין בארא פארק (וכו'), מיטן האקן אויף א נייע ישוב.
און אוודאי נישט האקן אויף איין ישוב, אז מיין ישוב זאל גיין בעסער.

פאר איינער וואס ליגט אין די נושא פון "נייע היימישע חסידישע ישוב" פאר די לעצטע צוואנציג יאהר, איז שווער צו גלייבן אז, ב"ה, יא, עס איז א מציאות.

און כלל ישראל דארף בלומענבורג! און נאך אזאלכע. א נייע געגענט, גאר ווייט פון שטאט (איך קוק עס אהן ווי א מעלה), מיט א קהלה וואס שטיצט די נייע מוסדות. קען נישט זיין בעסער. שיינע גרויסע "--->>> ביליגע <<<---" דירות.

עס איז אויך די מציאות היינט אז אסאך אינגעלייט מאכן פרנסה אין די מאונטענס א גאנץ יאהר. צו איז דאס א וועירהויז אין מידעלטאון, צו א האטעל אין סאוט פאלסבורג.

כן יעזור השי"ת.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 24, 2019 5:09 pm

פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל

אוועטאר
יעקב פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
לאקאציע: פיאנגיענג, צפון קרעא

תגובהדורך יעקב פריינד » זונטאג מארטש 24, 2019 5:10 pm

Kosher Travel האט געשריבן:שיין באשריבן.

איך האב קיינמאהל נישט פארשטאנען דאס האקן, דאס פראבירן זיך בארואיגן מיטן בלייבן אין בארא פארק (וכו'), מיטן האקן אויף א נייע ישוב.
און אוודאי נישט האקן אויף איין ישוב, אז מיין ישוב זאל גיין בעסער.

פאר איינער וואס ליגט אין די נושא פון "נייע היימישע חסידישע ישוב" פאר די לעצטע צוואנציג יאהר, איז שווער צו גלייבן אז, ב"ה, יא, עס איז א מציאות.

און כלל ישראל דארף בלומענבורג! און נאך אזאלכע. א נייע געגענט, גאר ווייט פון שטאט (איך קוק עס אהן ווי א מעלה), מיט א קהלה וואס שטיצט די נייע מוסדות. קען נישט זיין בעסער. שיינע גרויסע "--->>> ביליגע <<<---" דירות.

עס איז אויך די מציאות היינט אז אסאך אינגעלייט מאכן פרנסה אין די מאונטענס א גאנץ יאהר. צו איז דאס א וועירהויז אין מידעלטאון, צו א האטעל אין סאוט פאלסבורג.

כן יעזור השי"ת.

איך וויל מוסיף זיין אויף דעיס וואס דו האסט געזאגט ווען פרנסות, איך קען נישט קיינעם וואס וואיונט אין בלומינגבערג און ער וויל ארבעטן אז ער זאל נישט האבן געטראפן א גוט באצאלטע דזשאב צו אין מידעלטאון, מאונרא, אדער מאנסי, אא"וו, יעדער האט געטראפן שנעל א מעכטיגע דזשאב!!

עס איז דא פראוו אויף דעים אדרבא פרעגטס ענק נאך!!!
Never give a man a job that doesn't belong to him

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג מארטש 24, 2019 5:10 pm

אוי געוואלד! האסט פארגעסן סהייסט קרית ייטב לב.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 5:14 pm

נו שוין האט געשריבן:אוי געוואלד! האסט פארגעסן סהייסט קרית ייטב לב.

א דוגמא פון א בייסיגע תגובה אן קיין שום פשט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג מארטש 24, 2019 5:20 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:אוי געוואלד! האסט פארגעסן סהייסט קרית ייטב לב.

א דוגמא פון א בייסיגע תגובה אן קיין שום פשט.


גא"מ

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג מארטש 24, 2019 6:34 pm

יעקב פריינד האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שיין באשריבן.

איך האב קיינמאהל נישט פארשטאנען דאס האקן, דאס פראבירן זיך בארואיגן מיטן בלייבן אין בארא פארק (וכו'), מיטן האקן אויף א נייע ישוב.
און אוודאי נישט האקן אויף איין ישוב, אז מיין ישוב זאל גיין בעסער.

פאר איינער וואס ליגט אין די נושא פון "נייע היימישע חסידישע ישוב" פאר די לעצטע צוואנציג יאהר, איז שווער צו גלייבן אז, ב"ה, יא, עס איז א מציאות.

און כלל ישראל דארף בלומענבורג! און נאך אזאלכע. א נייע געגענט, גאר ווייט פון שטאט (איך קוק עס אהן ווי א מעלה), מיט א קהלה וואס שטיצט די נייע מוסדות. קען נישט זיין בעסער. שיינע גרויסע "--->>> ביליגע <<<---" דירות.

עס איז אויך די מציאות היינט אז אסאך אינגעלייט מאכן פרנסה אין די מאונטענס א גאנץ יאהר. צו איז דאס א וועירהויז אין מידעלטאון, צו א האטעל אין סאוט פאלסבורג.

כן יעזור השי"ת.

איך וויל מוסיף זיין אויף דעיס וואס דו האסט געזאגט ווען פרנסות, איך קען נישט קיינעם וואס וואיונט אין בלומינגבערג און ער וויל ארבעטן אז ער זאל נישט האבן געטראפן א גוט באצאלטע דזשאב צו אין מידעלטאון, מאונרא, אדער מאנסי, אא"וו, יעדער האט געטראפן שנעל א מעכטיגע דזשאב!!

עס איז דא פראוו אויף דעים אדרבא פרעגטס ענק נאך!!!

;l;p-

פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

בלומינגבורג א קריה מיט מעלות אין אויך.... חסרו.....

תגובהדורך פעמים להיפך » זונטאג מארטש 24, 2019 6:40 pm

.
לעצט פאראכטן דורך פעמים להיפך אום מאנטאג מארטש 25, 2019 11:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג מארטש 24, 2019 6:40 pm

משה יענקל האט געשריבן:
בלומינגבורג איז א פאקט!!
בלומינגבורג האט קע"ה ארום 150 משפחות און מערסטנטייל דערפון פלאנירען "נישט" אוועקצומופן!!
בלומינגבורג האט א בליענדע הערליך אוועק געשטעלטע מוסדות, קען זיין בגשמיות מיטשעט מען זיך אבער די חינוך איז קע"ה אויף די העכסטע שטאפעל!!
בלומינגבורג האט א פולשטענדיגע גראסערי, פלייש געשעפט, פיש געשעפט, הארדוועיר סטאר, און דאקטארס אפיס!!
בלומינגבורג האט פיר בתי מדרשים!!
בלומינגבורג שטעלט אהער א הערליכע דירה פאר א קינדער געבענשטע פאמיליע פאר די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט!!
בלומינגבורג האט יעצט 7 אינוועסטירער אחוץ די ערשטע אינוועסטירער וואס פלאנירן צו בויען פרישע דירות!!
וע"כ עס ווערט געבעקט דורך א גרויסע קהילה וואס לייגט זיך זייער שטארק אריין און די לעצטע שטיק צייט אז די שטעטל זאל זיך ריקן וואס שנעלער!!




ס'איז אלדינג אמת, די פראגע איז נאר צו פון 150 ביז 300 קוקט אויך אויס די זעלבע אדורכגאנג ווי ביז היינט אדער עס האט א בעסערע אויסקוק, אויב די זעלבע ווי ביז היינט דאן איז עס גאר גאר א שווערע מציאות.

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

תגובהדורך ווילעךיא » זונטאג מארטש 24, 2019 6:47 pm

פארוואס די וואס האבן קושיות, זענען נייע פרישע מגיבים??? פרא זענען טויזענט צוויי טויזענט תגובות אלט... קעגן זענען צען תגובות אלט???

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 24, 2019 6:50 pm

פאלגנד איז וואס איך האב פריער געשריבן פאר עמיצן אין אישי:

פלוני אין אישי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:גוט געזאגט משה יענקל!

גוט געזאגט?!
סארא רשעות עס שטעקט אין אזא ארטיקל! לא יאומן כי יסופר!

נאר דא די צוויי מעגליכקייטן פארוואס איינער זאל שרייבן א נעגאטיווע מיינונג?! א מענטש מעג נישט האבן געמאכט א מאטעמאטישע חשבון וואס זאל איהם ברענגען צו א נעגאטיווע קאנקלוזשן?! און אז עס איז איהם יא אזוי אויסגעקומען, מעג ער דאס נמשט שרייבן אויף אייוועלט? ווייל דו משה יענקל ביזט קאפ-אין-וואנט פרא בלומינגבורג???

און מען דארף און גייט (נביאות?) עס מעקן ווייל וואס??? זאג איבער נאכאמאל. מיר זענען דא צו שמועסן און אויסשמועסן וואס מיר ווילן אדער שטופן בלומינגבורג צו הצלחה?

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד פון עפעס אנדערש ווי דו, און פון וואס ער רעדט ווייס איך נישט.

פארהאן אסאך ניקס וואס קענען מאיזה סיבה שהיא נישט זען די הצלחה פונעם פלאץ און זיי קומען אפיר יעדן טאג מיט פרישע מעשיות און לאזונגען - און מיט פרישע ניקס, אראפצורייסן דעם פלאץ על לא דבר, און דער צייט ווען מערסטנס פון די איינוואוינער זעלבסט, סיי דא אין סיי אין ריעל לייף, זענען מער-ווייניגער צופרידן, און זענען נישט אינטערעסירט מען זאל זיך אפרעדן אין זייער נאמען.

עכ"פ די "גוטהארציגע" אידן וועלכע האבן רחמנות אויף די "נעבעכדיגע" איינוואוינער זענען געווענליך אזעלכע וואס קענען אדער נישט דערהייבן די הצלחה פון בב"ג, אדער האבן זיי די זינלאזע תאוה פון סקעפטיזם. אויב נישט דאס איז די סיבה ברויכן זיי פארשטיין אז זייער דרויסנדיגע מיינונג איז בטל קעגן די מיינונג פון די איינוואוינער וועלכע זעען און זענען שוקל די מעלות קעגן די חסרונות פון אינעווייניג. (אדרבה, ווען די קריטיקירער זאלן ווען זיין איינוואוינער וואס האסן חרטה פאר'ן מופן וואלטן זייערע תגובות געהאט עפעס א צוועק, נישט עובר צו זיין אויף לפני עוור).

און דער אמת איז, אז די הצלחה ווענדט זיך אין א געוויסן זין אין דעם טאן מיט וועלכע מ'רעדט דערפון, און צופיל נעגאטיוויטי קען טאקע ברענגען פראבלעמען, און דאס ביסטו דאך אודאי מודה אז דער שטעטל איז א וויכטיגע זאך און עס דארף זיך ווען אויסארבעטן.

לעומת זה זענען טאקע דא פון די עקסטרעם פרא בב"ג ניקס וואס יעדע ווארט וואס ס'דאכט זיך זיי אז איינער האט געטראכט צו מיינען צו זאגן וכו' נעמט זיי ארויס פון די כלים, זיי ברויכן טאקע וויסן אז ס'לוינט זיי נישט פראקטיש, פשוט ווייל ווען מ'פארשווייגט יעדן וואס רעדט - נאך דערצו זאכן וואס זענען ידוע - זעט אויס אז ס'איז דא וואס צו באהאלטן, און מ'ברענגט זיך נאר אליין אונטער דערמיט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 6:51 pm

דברים אלו האט געשריבן:פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל


גא"מ

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 6:54 pm

דברים אלו האט געשריבן:פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל

טאקע דאס איז וואס באדערט מיר.
פארוואס דאס געשעהט איז ווייל ווען איינער פרעגט עפעס נארמאל כאפען זיך ארויף דערויף די בעלי האגענדדע און ווען די מעקערס קומען פליעט אלעס

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 6:57 pm

פעמים להיפך האט געשריבן:ביסט הייליג גערעכט אויב וואלט איי וועלט געווען א באצאלטע פלאטפארמע פון די אינוועסטארס וואס האבן נאר אינטערעס אין פארקויפען דירות,
אבער אין אמתן אריין איז איי וועלט א ווי ראדני פאליש, אין דארט וועט מ'שמועסט קען מען אדורך רעדן די מעלות ווי אויך די איי וועלט געאסערטע ווארט ואסור הייסט חסרונות!!
מענטשען זענען בהמות אבער נישט אזאלעכע וואס טייל מיינען


איר זענט הייליג אומגערעכט.
אייוועלט אייז היינט אזוי ווי א געקלעבטע צעטל און בית המדרש. אדער א שמועסל אונעם מאמענט

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג מארטש 24, 2019 7:00 pm

משה יענקל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל

טאקע דאס איז וואס באדערט מיר.
פארוואס דאס געשעהט איז ווייל ווען איינער פרעגט עפעס נארמאל כאפען זיך ארויף דערויף די בעלי האגענדדע און ווען די מעקערס קומען פליעט אלעס

אינטערסאנט פארוואס און לעיקוואד זשערסי סיטי בלומינגגרוב וכ'ו וואווינען נישט אזויפיל בעלי אגענדע

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 7:00 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
בלומינגבורג איז א פאקט!!
בלומינגבורג האט קע"ה ארום 150 משפחות און מערסטנטייל דערפון פלאנירען "נישט" אוועקצומופן!!
בלומינגבורג האט א בליענדע הערליך אוועק געשטעלטע מוסדות, קען זיין בגשמיות מיטשעט מען זיך אבער די חינוך איז קע"ה אויף די העכסטע שטאפעל!!
בלומינגבורג האט א פולשטענדיגע גראסערי, פלייש געשעפט, פיש געשעפט, הארדוועיר סטאר, און דאקטארס אפיס!!
בלומינגבורג האט פיר בתי מדרשים!!
בלומינגבורג שטעלט אהער א הערליכע דירה פאר א קינדער געבענשטע פאמיליע פאר די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט!!
בלומינגבורג האט יעצט 7 אינוועסטירער אחוץ די ערשטע אינוועסטירער וואס פלאנירן צו בויען פרישע דירות!!
וע"כ עס ווערט געבעקט דורך א גרויסע קהילה וואס לייגט זיך זייער שטארק אריין און די לעצטע שטיק צייט אז די שטעטל זאל זיך ריקן וואס שנעלער!!




ס'איז אלדינג אמת, די פראגע איז נאר צו פון 150 ביז 300 קוקט אויך אויס די זעלבע אדורכגאנג ווי ביז היינט אדער עס האט א בעסערע אויסקוק, אויב די זעלבע ווי ביז היינט דאן איז עס גאר גאר א שווערע מציאות.

קיין נביאות קען מען נישט זאגען.

אבער די קערענדלעך זענען שון איינגעפלאנצט און האפענטליך וועט בקרוב זיין שיינע פירות

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 24, 2019 7:01 pm

משה יענקל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל

טאקע דאס איז וואס באדערט מיר.
פארוואס דאס געשעהט איז ווייל ווען איינער פרעגט עפעס נארמאל כאפען זיך ארויף דערויף די בעלי האגענדדע און ווען די מעקערס קומען פליעט אלעס


הרב משה יענקעל ווען די ווייסט ווער איך בין וואלסטו נישט אנגענומען מיינע תגובות מיט נעגעטיוויטי

באהאלטען זאכן וואס די גאנצע גאס שמועסט איז יצא שכרו בהפסידו

אין מאכט עס אויסזעהן ווי א פארשלאסענע קולט מיט גראטעס פארשלאסן פאר די המון עם ,און עס איז נישט א פובליק שטעטל , אויב איז עס נישט פובליק ,דאן נעמט אראפ די אשכול פון בלומענבורג פון אייוועלט , טאמער איז עס פובליק דאן לאזט עס אויסשמועסן סתם נייעס אפילו עס איז נישט בעטעמט פונקט ווי אנדערע נייע געגענטער

ווי עס זעט אויס האט א ניק ביי ענק א שליסעל צו מעקן דא תגובות , און אז ער וויל קען ער מעקן נאר די שלעכטע ,

סתם צו זאגן א גראבע ליגענט וואס יעדער האלט מיט שוין יארן ווי יעדע פיצי נייעס אדער אויסשמועסן ווערט געמעקט יעדע פאר מינוט איז זייער קינדעריש
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מארטש 24, 2019 7:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 7:02 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאלגנד איז וואס איך האב פריער געשריבן פאר עמיצן אין אישי:

פלוני אין אישי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:גוט געזאגט משה יענקל!

גוט געזאגט?!
סארא רשעות עס שטעקט אין אזא ארטיקל! לא יאומן כי יסופר!

נאר דא די צוויי מעגליכקייטן פארוואס איינער זאל שרייבן א נעגאטיווע מיינונג?! א מענטש מעג נישט האבן געמאכט א מאטעמאטישע חשבון וואס זאל איהם ברענגען צו א נעגאטיווע קאנקלוזשן?! און אז עס איז איהם יא אזוי אויסגעקומען, מעג ער דאס נמשט שרייבן אויף אייוועלט? ווייל דו משה יענקל ביזט קאפ-אין-וואנט פרא בלומינגבורג???

און מען דארף און גייט (נביאות?) עס מעקן ווייל וואס??? זאג איבער נאכאמאל. מיר זענען דא צו שמועסן און אויסשמועסן וואס מיר ווילן אדער שטופן בלומינגבורג צו הצלחה?

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך רעד פון עפעס אנדערש ווי דו, און פון וואס ער רעדט ווייס איך נישט.

פארהאן אסאך ניקס וואס קענען מאיזה סיבה שהיא נישט זען די הצלחה פונעם פלאץ און זיי קומען אפיר יעדן טאג מיט פרישע מעשיות און לאזונגען - און מיט פרישע ניקס, אראפצורייסן דעם פלאץ על לא דבר, און דער צייט ווען מערסטנס פון די איינוואוינער זעלבסט, סיי דא אין סיי אין ריעל לייף, זענען מער-ווייניגער צופרידן, און זענען נישט אינטערעסירט מען זאל זיך אפרעדן אין זייער נאמען.

עכ"פ די "גוטהארציגע" אידן וועלכע האבן רחמנות אויף די "נעבעכדיגע" איינוואוינער זענען געווענליך אזעלכע וואס קענען אדער נישט דערהייבן די הצלחה פון בב"ג, אדער האבן זיי די זינלאזע תאוה פון סקעפטיזם. אויב נישט דאס איז די סיבה ברויכן זיי פארשטיין אז זייער דרויסנדיגע מיינונג איז בטל קעגן די מיינונג פון די איינוואוינער וועלכע זעען און זענען שוקל די מעלות קעגן די חסרונות פון אינעווייניג. (אדרבה, ווען די קריטיקירער זאלן ווען זיין איינוואוינער וואס האסן חרטה פאר'ן מופן וואלטן זייערע תגובות געהאט עפעס א צוועק, נישט עובר צו זיין אויף לפני עוור).

און דער אמת איז, אז די הצלחה ווענדט זיך אין א געוויסן זין אין דעם טאן מיט וועלכע מ'רעדט דערפון, און צופיל נעגאטיוויטי קען טאקע ברענגען פראבלעמען, און דאס ביסטו דאך אודאי מודה אז דער שטעטל איז א וויכטיגע זאך און עס דארף זיך ווען אויסארבעטן.

לעומת זה זענען טאקע דא פון די עקסטרעם פרא בב"ג ניקס וואס יעדע ווארט וואס ס'דאכט זיך זיי אז איינער האט געטראכט צו מיינען צו זאגן וכו' נעמט זיי ארויס פון די כלים, זיי ברויכן טאקע וויסן אז ס'לוינט זיי נישט פראקטיש, פשוט ווייל ווען מ'פארשווייגט יעדן וואס רעדט - נאך דערצו זאכן וואס זענען ידוע - זעט אויס אז ס'איז דא וואס צו באהאלטן, און מ'ברענגט זיך נאר אליין אונטער דערמיט.


זייער גוט געשריבען.

משה יענקל אייז נישט בלינד פרא בלומינגבורג
משה יענקל האט שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט זאכן וואס זענען אינעם מנהלים צומער
אבער א גביל איז דא

חינוך הטהור בארהב
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » זונטאג מארטש 24, 2019 7:04 pm

משה יענקל האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:בלומינגבורג איז א פאקט!!
בלומינגבורג האט קע"ה ארום 150 משפחות און מערסטנטייל דערפון פלאנירען "נישט" אוועקצומופן!!
בלומינגבורג האט א בליענדע הערליך אוועק געשטעלטע מוסדות, קען זיין בגשמיות מיטשעט מען זיך אבער די חינוך איז קע"ה אויף די העכסטע שטאפעל!!
בלומינגבורג האט א פולשטענדיגע גראסערי, פלייש געשעפט, פיש געשעפט, הארדוועיר סטאר, און דאקטארס אפיס!!
בלומינגבורג האט פיר בתי מדרשים!!
בלומינגבורג שטעלט אהער א הערליכע דירה פאר א קינדער געבענשטע פאמיליע פאר די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט!!
בלומינגבורג האט יעצט 7 אינוועסטירער אחוץ די ערשטע אינוועסטירער וואס פלאנירן צו בויען פרישע דירות!!
וע"כ עס ווערט געבעקט דורך א גרויסע קהילה וואס לייגט זיך זייער שטארק אריין און די לעצטע שטיק צייט אז די שטעטל זאל זיך ריקן וואס שנעלער!!

ס'איז אלדינג אמת, די פראגע איז נאר צו פון 150 ביז 300 קוקט אויך אויס די זעלבע אדורכגאנג ווי ביז היינט אדער עס האט א בעסערע אויסקוק, אויב די זעלבע ווי ביז היינט דאן איז עס גאר גאר א שווערע מציאות.

קיין נביאות קען מען נישט זאגען.


אבער די קערענדלעך זענען שון איינגעפלאנצט און האפענטליך וועט בקרוב זיין שיינע פירות


לאמיר הערן וואס איז די קערנדלעך, און וועלכע זענען פירות
עס איז בסוד אדער יעדער קען דאס מיטהאלטן, טיילט מיט די פרטים מיטן ציבור.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 7:05 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פון מעקן כסדר סיי וואספארא לעגיטימע פראגע קומט מען און ערגעץ נישט אן איך האב גארנישט אקעגן בלומינגבורג פונקט פארקערט איך קען די פלאץ פון די. נאנט איך בין שוין דארט געווען צענדליגע מאל

טאקע דאס איז וואס באדערט מיר.
פארוואס דאס געשעהט איז ווייל ווען איינער פרעגט עפעס נארמאל כאפען זיך ארויף דערויף די בעלי האגענדדע און ווען די מעקערס קומען פליעט אלעס


הרב משה יענקעל ווען די ווייסט ווער איך בין וואלסטו נישט אנגענומען מיינע תגובות מיט נעגעטיוויטי

באהאלטען זאכן וואס די גאנצע דאס שמועסט איז יצא שכרו בהפסידו

אין מאכט עס אויסזעהן ווי א פארשלאסענע קולט מיט גראטעס און עס איז נישט א פובליק שטעטל , אויב איז עס נישט פובליק דאס נעמט אראפ די אשכול פון בלומענבורג פון אייוועלט , טאמער איז עס פובליק דאס לאזט עס אויסשמועסן

ווי עס זעט אויס האט יונה אדער א אנדערע ניק ביי ענק א שליסעל צו מעקן דא תגובות , און אז ער וויל מען ער מען נאר די שלעכטע

סתם צו זאגן א גראבע ליגענט וואס יעדער האלט מיט שוין יארן ווי יעדע פיצי נייעס אדער אויסשמועסן ווערט געמעקט יעדע פאר מינוט איז זייער קינדעריש


רבי איך רעפרעזענטיר נישט בלומינגבורג.

די פאקט איז אז די בעלי האגענדע. און בעלי נעגעטיוויטי האבן געווענדליך נישט מער פון פופציג תגובות און די האסט מער

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 24, 2019 7:07 pm

פארוואס האט מען נאנישט גהערט קיין חתונה דארט?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג מארטש 24, 2019 7:08 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:בלומינגבורג איז א פאקט!!
בלומינגבורג האט קע"ה ארום 150 משפחות און מערסטנטייל דערפון פלאנירען "נישט" אוועקצומופן!!
בלומינגבורג האט א בליענדע הערליך אוועק געשטעלטע מוסדות, קען זיין בגשמיות מיטשעט מען זיך אבער די חינוך איז קע"ה אויף די העכסטע שטאפעל!!
בלומינגבורג האט א פולשטענדיגע גראסערי, פלייש געשעפט, פיש געשעפט, הארדוועיר סטאר, און דאקטארס אפיס!!
בלומינגבורג האט פיר בתי מדרשים!!
בלומינגבורג שטעלט אהער א הערליכע דירה פאר א קינדער געבענשטע פאמיליע פאר די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט!!
בלומינגבורג האט יעצט 7 אינוועסטירער אחוץ די ערשטע אינוועסטירער וואס פלאנירן צו בויען פרישע דירות!!
וע"כ עס ווערט געבעקט דורך א גרויסע קהילה וואס לייגט זיך זייער שטארק אריין און די לעצטע שטיק צייט אז די שטעטל זאל זיך ריקן וואס שנעלער!!

ס'איז אלדינג אמת, די פראגע איז נאר צו פון 150 ביז 300 קוקט אויך אויס די זעלבע אדורכגאנג ווי ביז היינט אדער עס האט א בעסערע אויסקוק, אויב די זעלבע ווי ביז היינט דאן איז עס גאר גאר א שווערע מציאות.

קיין נביאות קען מען נישט זאגען.


אבער די קערענדלעך זענען שון איינגעפלאנצט און האפענטליך וועט בקרוב זיין שיינע פירות


לאמיר הערן וואס איז די קערנדלעך, און וועלכע זענען פירות
עס איז בסוד אדער יעדער קען דאס מיטהאלטן, טיילט מיט די פרטים מיטן ציבור.


זייער פשוט!
די פלאץ איז שיין אהערגעשטעלט מיט א שיינעם ציבור און פעסיליטיס. און אז מען קען פארקויפן דירות וועט עס אם ירצה השם ווערן פארקויפט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט