נייע ישובים איז עס גיט פאר יעדן? - מיין עקספיריענס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 10, 2019 4:56 pm

מער ווייניגער האט מען שוין בארירט אלע נקודות, איך וועל עס סאמערייזן וויאזוי איך קוק עס אן.

צום ערשט, האבן מיר באמת מיטגעפיהל מיט אייך, מיר פארשטייען דעם שוועריגקייט אין אזא מצב ווען מען פילט זיך ווי מען קען אפילו נישט גיין זיך באנעבעכן ווייל מען איז דאך סוקסעספול, הלמאי, מען האט זאגאר געקויפט א הויז. עס איז שווער, און הקב"ה זאל אייך העלפן איר זאלט שנעל און גרינג זיך קענען ערהוילן און ארויסקריכן פונעם פלאנטער.

צו אייער עצם געשיכטע, זעה איך דא א קאמבינאציע וואס שטימט מיר נישט אויבנאויף, צווישן נישט קענען טרעפן א גוטן דזשאב לאקאל און נישט קענען באקומען מתנות פון פעטער שמואל מיט א שטוב מיט קינדער (לויט ווי איר זאגט אז עס קאסט מיט 7 מאות מער שכר לימוד א חודש), אבער מאידך גיסא אויך נישט ווערן אפראווט פאר א 90 פראצענט מארטגעדש, שטימט מיר עפעס נישט, און ממילא קען איך נישט קאמענטירן ווייל איך מיסס זיכער א שטיקל אינפארמאציע.

מערערע האבן שוין קאמענטירט אז די קאמפעריסן פון קויפן ווס. דינגען איז נישט קאמפערעבל בכלל, ווען מען קויפט א הויז אין וויליאמסבורג וואלט דער מצב געווען קאטאסטראפאל נאך בעפאר דעם ערשטן מאנאט מארטגעזש פעימענטס. מען רעדט פון מינימום צוויי מאות דאון פעימענט, א מאה שאר ירקות, בראקערידזש און קלאזינג קאסטס און אפגרעידס, און נאכער 4 און אהאלב ביז 5 אלפים מאנאטליכע מארטגעזש / טעקס / אינשורענס / מעינטענענס.

וואס יא, דער יעצנו רע פון אזוינע וועלכע האבן נישט גענומען אין קאנסידערעישן אייער עכטע פינאנציעלע מצב (וועלכע קוקט אויס צו האבן געווען היבש איבערגעשאצט), אזוינע וועלכע האבן אייך געשטופט און געבראקערט (סיי די ריעל עסטעיט בראקער און סיי די מארטגעדזש בראקער) צו קויפן א הויז וועלכע זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז איר גייט נישט קענען אפארדן, איז ווירקליך אן עוון פלילי און זיי קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה.

די גרעסטע און סוקסעספולסטע דירעקט טו קאנסומער ביזנעסער זאגן אלע אז זיי רעדן נישט צו דעם קאסטומער צו קויפן עפעס וואס ער קען זיך עכט נישט עפארדן, הגם ער האט די מעגליכקייט עס צו טוהן מיט די היינטיגע איזי קרעדיט עפאכע, עס איז נישט קיין טובה פאר זיי אליין אויכנישט, ווען דער מארקעט ווערט אומבאלאנסירט אנגעהיצט און בעקפייערט זיי מיאוס.

ווען עס קומט צו א ריעל עסטעיט אינוועסטמענט, וועט א מארטגעזש בראקער טוהן וואס ער קען אייך צו אפראווען, ווייל אין ערגסטן פאל ח"ו וועט איר לאזן ס'הייזקע פאלן און פטור אן עסק. דאס אריינשמירן א פריימערי רעזידענס מארטגעזש פאר א מענטש ווען מען ווייסט אז יענער גייט עס נישט אפארדן איז נישט קיין שום טובה, ניטאמאל אויף שארט טערם. ווען אין אונזער פאל וואלט איינער געזאגט פאר מר. כפרה "אינגערמאן, עס איז נישט פאר דיר, דו גייסט דאס נישט קענען באצאלן אין א יאר פון יעצט" וואלט ער אים געטוהן די גרעסטע טובה אויף דער וועלט, און ברוב הימים, אין א צוויי דריי יאר פון דאן וואלט מר. כפרה געהאט די מעגליכקייט אליינס צו קויפן ערגעצוואו, און וואלט אן צווייפל צוריקגעגאנגען צו דעם האנעסט און גראדן מארטגעזש בראקער, וועלכע ער וואלט געוואוסט טוט וואס ער קען צו פארזיכערן לייטישע מארטגעדזשעס פאר לייטישע פעימענט פלענס. ודי בזה למבין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג מארטש 10, 2019 5:18 pm

נייע ישובים איז (איעדער הויז אין איעדע ישוב) גוט פאר יעדן?

א הילכיגער ניין!!!

דער באשאפער זאל דיר בענטשן מיט כל טוב, און זאלסט דיר בקרוב קענען ארויסזעהן פון דיין פראבלעם.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 10, 2019 5:26 pm

צולייגער האט געשריבן:צו אייער עצם געשיכטע, זעה איך דא א קאמבינאציע וואס שטימט מיר נישט אויבנאויף, צווישן נישט קענען טרעפן א גוטן דזשאב לאקאל און נישט קענען באקומען מתנות פון פעטער שמואל מיט א שטוב מיט קינדער (לויט ווי איר זאגט אז עס קאסט מיט 7 מאות מער שכר לימוד א חודש), אבער מאידך גיסא אויך נישט ווערן אפראווט פאר א 90 פראצענט מארטגעדש, שטימט מיר עפעס נישט, און ממילא קען איך נישט קאמענטירן ווייל איך מיסס זיכער א שטיקל אינפארמאציע.

וואס אזוי נישט צו פארשטיין? אנע טענענט מוז ער קענען צייגן ס'גאנצע קאווערידזש פון אינקאם. מיט א גרויסן מארטגעדזש קען עס זיין צו ווייניג.

בנוגע בראוקערס, איך וואלט נישט געלייגט אזויפיל תמימות אין זיי..
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 10, 2019 5:40 pm

די ביוראקראטישע פראצעדורן פון מארטגעדזש אפראוועל קען איך אויך גוט, איך כאפ נישט דעם סענעריא ווי א אינגערמאן האט באמת געמאכט גענוג געלט און נישט געקענט קריגן קיין מעדיקעיד טראץ וואס ער האט א שטוב מיט 5-6 קינדער, יא געקענט ווערן אפראווט פאר א מארטגעדזש, אבער נישט גענוג אויף צו ווערן אפראווט פאר א 90 פראצענט מארטגעזש. ווי געזאגט, מסתמא פעלט א שטיקל פאזל וואס מאכט קלארער וויאזוי מען האט אים אריינגעדרייט אין א שלעכט געשעפט.

איך קוועסטשן נישט ח"ו די מעשה, און איך קען יא זעהן ווי איינער האט גענומען אן אומשולדיגן אינגערמאן אויף א רייד, אבער עס איז נישט קיין נחלת הכלל די מעשה, זיכער נישט צו לערנען א לעסאן ווילאנג מען קען עס נישט פעקט טשעקן..
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 10, 2019 6:45 pm

צולייגער האט געשריבן:די ביוראקראטישע פראצעדורן פון מארטגעדזש אפראוועל קען איך אויך גוט, איך כאפ נישט דעם סענעריא ווי א אינגערמאן האט באמת געמאכט גענוג געלט און נישט געקענט קריגן קיין מעדיקעיד טראץ וואס ער האט א שטוב מיט 5-6 קינדער, יא געקענט ווערן אפראווט פאר א מארטגעדזש, אבער נישט גענוג אויף צו ווערן אפראווט פאר א 90 פראצענט מארטגעזש. ווי געזאגט, מסתמא פעלט א שטיקל פאזל .

לאמיר מאכן א סינעריא ווי א %90 לאון וועט אים קאסטן א $3000 מארטגעדזש, $1,200 טעקס/אינשורענס =$4200.

מוז ער האבן אינקאם פון $8,400 א חודש. אפילו ער מאכט נאר נאענט דערצו קען ער קיין מעדיקעיד נישט קריגן.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג מארטש 10, 2019 6:50 pm

כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 10, 2019 7:10 pm

פאקטען האט געשריבן:כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן

אין וואדבארי זשאנקשען הייבט ער דארט אן, אין טאמס ריווער, ריווערוואוד, אוק ענד וויין צאלט מען געהעריג די פרייזן.

און אפילו אין א ביליגע געגענט, לאמיר זאגן זיין מארטגעדזש/טעקס/אינשורענס איז $3000, ברויך ער מאכן $6000, דהיינו $72,000 יערליך.

מעדיקעיד האוזהאולד פון 6 איז מאקסימום אינקאם $50,000.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 7:15 pm

א משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט 1500 א וואך איז נישט עלידשעבל פאר מעדיקעיד.

די פעדעראלע פאווערטי לעוועל פאריאר איז געווען 38 טויזנט, מעדיקעיד עסענטשעלס איז ביז דאפלט, ד.מ. אז ביי 76 טויזנט איז ער שוין נישט עלידשעבל פאר קיין מעדיקעיד בכלל.

אויב זיין אינקאם איז 80 טויזנט דאלער, און דעבט טו אינקאם רעשיא 45 פראצענט, קען די מארגעדש מיט די טעקס מיט די פי.עמ.איי. און זיין קאר לאון צוזאמען, נישט זיין מער פון $3000

אויב טעקס איז 1000, און זיין קאר 400, בלייבט 1600 פאר מארגעדש, קלעקט פאר 350 טויזנט דאלער מארגעדש.

אזוי זעהט מיר אויס אויבערפלעכליך.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 7:17 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן

אין וואדבארי זשאנקשען הייבט ער דארט אן, אין טאמס ריווער, ריווערוואוד, אוק ענד וויין צאלט מען געהעריג די פרייזן.

און אפילו אין א ביליגע געגענט, לאמיר זאגן זיין מארטגעדזש/טעקס/אינשורענס איז $3000, ברויך ער מאכן $6000, דהיינו $72,000 יערליך.

מעדיקעיד האוזהאולד פון 6 איז מאקסימום אינקאם $50,000.

וואדבערי זשאנקשען הייבט אן ביי 550k

און ער רעדט קלאר אז ער האט געדארפט אריינלייגן געלט אין די הויז

ווי עס זעט אויס היפש טייער באצאלט און געדארפט אריינלייגן

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 7:24 pm

לויט מיין חשבון אויב ער האט געקויפט אין בלומינג-גראוו, אדער אירמאנט פאר 450 טויזנט, איז ער נישט געווען עלידשעבל פאר א מארטגעדזש מער פון 350 טויזנט, אויב ארבעט ער אין בי ענד עיטש למשל, פיט ער אריין פונקטליך אין די דעסקריפציע וואס ער האט אראפגעשטעלט.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 10, 2019 7:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן

אין וואדבארי זשאנקשען הייבט ער דארט אן, אין טאמס ריווער, ריווערוואוד, אוק ענד וויין צאלט מען געהעריג די פרייזן.

און אפילו אין א ביליגע געגענט, לאמיר זאגן זיין מארטגעדזש/טעקס/אינשורענס איז $3000, ברויך ער מאכן $6000, דהיינו $72,000 יערליך.

מעדיקעיד האוזהאולד פון 6 איז מאקסימום אינקאם $50,000.

72000 קען מען האבן מעדיקעיד איסענטשלס ווי דממה דקה זאגט.

אויב רעדט מען טאקע פון לעיקוואוד, היקארי פיינס האט בכלל נישט קיין בעיסמענט, ריווערוואוד און אוק + וויין קומען מיט א אויפגעפיקסטע בעיסמענט, און יא, סאררי טו טעלל, אבער דאס זענען הונדערט פראצענט נישט עפפארדעבל פאר איינעם וואס פארדינט אונטער א מאה. סאו בלייבט עס ביי דעם אז ער האט געקויפט א הויז וואס ער קען נישט עפפארדן, ווען ער וואלט געקענט קויפן פאר ביליגער. טאקע א יעצנו רע.

דממה דקה האט געשריבן:א משפחה פון 5 קינדער וואס פארדינט 1500 א וואך איז נישט עלידשעבל פאר מעדיקעיד.

די פעדעראלע פאווערטי לעוועל פאריאר איז געווען 38 טויזנט, מעדיקעיד עסענטשעלס איז ביז דאפלט, ד.מ. אז ביי 76 טויזנט איז ער שוין נישט עלידשעבל פאר קיין מעדיקעיד בכלל.

אויב זיין אינקאם איז 80 טויזנט דאלער, און דעבט טו אינקאם רעשיא 45 פראצענט, קען די מארגעדש מיט די טעקס מיט די פי.עמ.איי. און זיין קאר לאון צוזאמען, נישט זיין מער פון $3000

אויב טעקס איז 1000, און זיין קאר 400, בלייבט 1600 פאר מארגעדש, קלעקט פאר 350 טויזנט דאלער מארגעדש.

אזוי זעהט מיר אויס אויבערפלעכליך.

פון דיינע נומערן זעה איך אז ער האט א מאנאטליכע באצאלדונג פון 2600, מיט די שכ"ל געפ און קאר עקספענסעס איז ווייטער ביי 4000, נו פארוואס זאגט ער אז ווילי 4000 איז בעסער? ווייל ער האט א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט? און ער האט אפילו א רענטאל וואס איז פארדינגען האלב פון די צייט און ברענגט נאך אפאר אלפים א יאר?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 7:33 pm

דממה דקה האט געשריבן:לויט מיין חשבון אויב ער האט געקויפט אין בלומינג-גראוו, אדער אירמאנט פאר 450 טויזנט, איז ער נישט געווען עלידשעבל פאר א מארטגעדזש מער פון 350 טויזנט, אויב ארבעט ער אין בי ענד עיטש למשל, פיט ער אריין פונקטליך אין די דעסקריפציע וואס ער האט אראפגעשטעלט.

בלומינגראוו קען ער נישט פארדינגען

אויף דערווייל האט נאך קיינער נישט פארדינגען און זיכער נישט אז מענטשן קויפן על דעת צו פארדינגען און רעכענען עס פאר אינקאם

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 10, 2019 7:41 pm

היקארי פיינס קומט קלאר נישט מיט א בעיסמענט צי פארדינגען. יא, איך ווייס אז עטליכע זענען געווארן פארנערט דארט, אבער נישט מיט די בעיסמענט חלק.
פון דעם וואס ער שרייבט 750 פאר די בעיסמענט קוקט אויך נישט אויס ווי ער רעדט פון אוק ענד וויין, וואס דארט גייט די בעיסמענטס פאר 12-13 און עס איז נישט אזוי שווער צי טרעפן א טענענט.
עס קוקט קלאר אויס ווי ער רעדט פון ראקוועל אדער בעלזא וואס דארט גייען די בעיסמענט פאר בערך 750 און עס איז טאקע שווער יעצט מיט טענענטס.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 7:44 pm

לעיקוואד האט געשריבן:היקארי פיינס קומט קלאר נישט מיט א בעיסמענט צי פארדינגען. יא, איך ווייס אז עטליכע זענען געווארן פארנערט דארט, אבער נישט מיט די בעיסמענט חלק.
פון דעם וואס ער שרייבט 750 פאר די בעיסמענט קוקט אויך נישט אויס ווי ער רעדט פון אוק ענד וויין, וואס דארט גייט די בעיסמענטס פאר 12-13 און עס איז נישט אזוי שווער צי טרעפן א טענענט.
עס קוקט קלאר אויס ווי ער רעדט פון ראקוועל אדער בעלזא וואס דארט גייען די בעיסמענט פאר בערך 750 און עס איז טאקע שווער יעצט מיט טענענטס.

אדער סטעטען איילענד אדער מאנסי והגלילות

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 7:45 pm

צולייגער האט געשריבן:פון דיינע נומערן זעה איך אז ער האט א מאנאטליכע באצאלדונג פון 2600, מיט די שכ"ל געפ און קאר עקספענסעס איז ווייטער ביי 4000, נו פארוואס זאגט ער אז ווילי 4000 איז בעסער? ווייל ער האט א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט? און ער האט אפילו א רענטאל וואס איז פארדינגען האלב פון די צייט און ברענגט נאך אפאר אלפים א יאר?

ערשטענס, האט אראפגעשטעלט $1700 פלאס עקספענסעס, 2600 מיט 1700 איז 4300 א חודש, סא 4000 אין וויליאמסבורג וואלט געווען 300 דאלאר ביליגער יעדן חודש.

צווייטנס, אפשר פארדינט ער 100 טויזנט יערליך, און זיין מארגעדש איז 500 טויזנט, און ער האט געקויפט אין לעיקוואד פאר 600 טויזנט, און זיין פעימענט איז 3500 א חודש, פלאס די 1700 האלט ער שוין ביי 5200 א חודש, איך האב סך הכל געשטעלט איין סינעריא, פשוט צו ווייזן אז וואס ער זאגט איז מסתבר, יעדע בי & עיטש ארבעטער אויב איז ער א גראדע מענטש פיט ער די דיסקריפציע.

דריטנס, עס זעהט אויס ווי די חובות דריקט אים מער ווי די חודש'ליכע עקספענסעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 10, 2019 7:48 pm

צולייגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן

אין וואדבארי זשאנקשען הייבט ער דארט אן, אין טאמס ריווער, ריווערוואוד, אוק ענד וויין צאלט מען געהעריג די פרייזן.

און אפילו אין א ביליגע געגענט, לאמיר זאגן זיין מארטגעדזש/טעקס/אינשורענס איז $3000, ברויך ער מאכן $6000, דהיינו $72,000 יערליך.

מעדיקעיד האוזהאולד פון 6 איז מאקסימום אינקאם $50,000.

72000 קען מען האבן מעדיקעיד איסענטשלס ווי דממה דקה זאגט.

אויב רעדט מען טאקע פון לעיקוואוד, היקארי פיינס האט בכלל נישט קיין בעיסמענט, ריווערוואוד און אוק + וויין קומען מיט א אויפגעפיקסטע בעיסמענט, און יא, סאררי טו טעלל, אבער דאס זענען הונדערט פראצענט נישט עפפארדעבל פאר איינעם וואס פארדינט אונטער א מאה. סאו בלייבט עס ביי דעם אז ער האט געקויפט א הויז וואס ער קען נישט עפפארדן, ווען ער וואלט געקענט קויפן פאר ביליגער. טאקע א יעצנו רע.

כ'האלט נישט ס'איז יעצנו רע, דאס פארלירן וואוטשערס פון קרוב צו אן אלף זעהט מיר אויס זיין לאך פון וואס די האבן נישט געוויסט.

אן דעם ברעיקד ער בערך איוון מיט א $4000 רענטל אפארטמענט אין ווילי, און כ'זעה אפילו נישט די פארגלייך פון האבן אן אייגענעם הויז ווי א מלך (און אפצאלן נאך 30 יאר) ווי צו וואינען אויף די חסד פונעם וויליער לענדלער אויפן 4טן שטאק פאר טאפ פרייס.

וואוטשערס קען מען היינט דאכצעך האבן אין סטעטן איילענד, גרינוויל, און לינדן, אפילו גרינגער ווי אין שטאט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 10, 2019 8:01 pm

דממה דקה האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:פון דיינע נומערן זעה איך אז ער האט א מאנאטליכע באצאלדונג פון 2600, מיט די שכ"ל געפ און קאר עקספענסעס איז ווייטער ביי 4000, נו פארוואס זאגט ער אז ווילי 4000 איז בעסער? ווייל ער האט א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט? און ער האט אפילו א רענטאל וואס איז פארדינגען האלב פון די צייט און ברענגט נאך אפאר אלפים א יאר?

ערשטענס, האט אראפגעשטעלט $1700 פלאס עקספענסעס, 2600 מיט 1700 איז 4300 א חודש, סא 4000 אין וויליאמסבורג וואלט געווען 300 דאלאר ביליגער יעדן חודש.

צווייטנס, אפשר פארדינט ער 100 טויזנט יערליך, און זיין מארגעדש איז 500 טויזנט, און ער האט געקויפט אין לעיקוואד פאר 600 טויזנט, און זיין פעימענט איז 3500 א חודש, פלאס די 1700 האלט ער שוין ביי 5200 א חודש, איך האב סך הכל געשטעלט איין סינעריא, פשוט צו ווייזן אז וואס ער זאגט איז מסתבר, יעדע בי & עיטש ארבעטער אויב איז ער א גראדע מענטש פיט ער די דיסקריפציע.

דריטנס, עס זעהט אויס ווי די חובות דריקט אים מער ווי די חודש'ליכע עקספענסעס.

מאכט סענס וואס דו זאגסט, קומען מיר ווייטער צוריק אז ער האט געקויפט פאר טייער ווען ער קען ווען קויפן פאר ביליגער.

און דער מעין פוינט, אז די חובות דרוקן אים, וואס פונקטליך האט ער געמיינט? ווען די אלע וועלכע האבן אים צוגעזאגט אז ס'ווארט אים אפ גאלדענע גליקן העטן אים טאקע געבארגט, וואס וואלט בעסער געווען? ער וואלט עס נאך אלס געברויכט באצאלן... הדרן לדינא, אז דאס איז געווען א טעות מעיקרא צו קויפן א הויז, ווען לויט זיין אינקאם ברויך ער דינגען. קומט בכלל נישט אריין דא דאס ארויסמופן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מארטש 10, 2019 8:03 pm

כאפצעם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאקטען האט געשריבן:כאפצעם, 3000 קומט די הויז פרייז אויס 650,000 געווענליכע מענטשן אין די נייע ישובים רעדן נישט פון די פרייזן

אין וואדבארי זשאנקשען הייבט ער דארט אן, אין טאמס ריווער, ריווערוואוד, אוק ענד וויין צאלט מען געהעריג די פרייזן.

און אפילו אין א ביליגע געגענט, לאמיר זאגן זיין מארטגעדזש/טעקס/אינשורענס איז $3000, ברויך ער מאכן $6000, דהיינו $72,000 יערליך.

מעדיקעיד האוזהאולד פון 6 איז מאקסימום אינקאם $50,000.

72000 קען מען האבן מעדיקעיד איסענטשלס ווי דממה דקה זאגט.

אויב רעדט מען טאקע פון לעיקוואוד, היקארי פיינס האט בכלל נישט קיין בעיסמענט, ריווערוואוד און אוק + וויין קומען מיט א אויפגעפיקסטע בעיסמענט, און יא, סאררי טו טעלל, אבער דאס זענען הונדערט פראצענט נישט עפפארדעבל פאר איינעם וואס פארדינט אונטער א מאה. סאו בלייבט עס ביי דעם אז ער האט געקויפט א הויז וואס ער קען נישט עפפארדן, ווען ער וואלט געקענט קויפן פאר ביליגער. טאקע א יעצנו רע.

כ'האלט נישט ס'איז יעצנו רע, דאס פארלירן וואוטשערס פון קרוב צו אן אלף זעהט מיר אויס זיין לאך פון וואס די האבן נישט געוויסט.

אן דעם ברעיקד ער בערך איוון מיט א $4000 רענטל אפארטמענט אין ווילי, און כ'זעה אפילו נישט די פארגלייך פון האבן אן אייגענעם הויז ווי א מלך (און אפצאלן נאך 30 יאר) ווי צו וואינען אויף די חסד פונעם וויליער לענדלער אויפן 4טן שטאק פאר טאפ פרייס.

וואוטשערס קען מען היינט דאכצעך האבן אין סטעטן איילענד, גרינוויל, און לינדן, אפילו גרינגער ווי אין שטאט.

ער האט קיין וואוטשערס נישט פארלוירן, ווארום ער האט נישט געניסט פונעם רייכן פעטער ווי אויבן געשמועסט.

דיין פוינט אז ווען ער ברעיקט איוון מיטן וואוינען פאר רענט אין ווילי איז נאך אלס בעסער צו קויפן און האבן אן אייגן קרקע, איז 101 פראצענט אמת.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 8:06 pm

צולייגער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:פון דיינע נומערן זעה איך אז ער האט א מאנאטליכע באצאלדונג פון 2600, מיט די שכ"ל געפ און קאר עקספענסעס איז ווייטער ביי 4000, נו פארוואס זאגט ער אז ווילי 4000 איז בעסער? ווייל ער האט א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט? און ער האט אפילו א רענטאל וואס איז פארדינגען האלב פון די צייט און ברענגט נאך אפאר אלפים א יאר?

ערשטענס, האט אראפגעשטעלט $1700 פלאס עקספענסעס, 2600 מיט 1700 איז 4300 א חודש, סא 4000 אין וויליאמסבורג וואלט געווען 300 דאלאר ביליגער יעדן חודש.

צווייטנס, אפשר פארדינט ער 100 טויזנט יערליך, און זיין מארגעדש איז 500 טויזנט, און ער האט געקויפט אין לעיקוואד פאר 600 טויזנט, און זיין פעימענט איז 3500 א חודש, פלאס די 1700 האלט ער שוין ביי 5200 א חודש, איך האב סך הכל געשטעלט איין סינעריא, פשוט צו ווייזן אז וואס ער זאגט איז מסתבר, יעדע בי & עיטש ארבעטער אויב איז ער א גראדע מענטש פיט ער די דיסקריפציע.

דריטנס, עס זעהט אויס ווי די חובות דריקט אים מער ווי די חודש'ליכע עקספענסעס.

מאכט סענס וואס דו זאגסט, קומען מיר ווייטער צוריק אז ער האט געקויפט פאר טייער ווען ער קען ווען קויפן פאר ביליגער.

און דער מעין פוינט, אז די חובות דרוקן אים, וואס פונקטליך האט ער געמיינט? ווען די אלע וועלכע האבן אים צוגעזאגט אז ס'ווארט אים אפ גאלדענע גליקן העטן אים טאקע געבארגט, וואס וואלט בעסער געווען? ער וואלט עס נאך אלס געברויכט באצאלן... הדרן לדינא, אז דאס איז געווען א טעות מעיקרא צו קויפן א הויז, ווען לויט זיין אינקאם ברויך ער דינגען. קומט בכלל נישט אריין דא דאס ארויסמופן.

ער קען ווען קויפן א ביליגע הייזקע אין בלומינגראוו / גלילות קרית יואל אדער טאמס ריווער , אדער א קאנדא אין קרית יואל אדער לכאורה מאנסי אויך גרינגערהייט , אפגערעדט א הייזקע אין זשערסי סיטי אדער לינדען אדער א דירה אין בלומענבורג

די ווארט איז אז א טייערע הויז נישט, הגם זיין הויז קען זיין איז פשוט , נאר טייער פאר זיין טאש

די איינציגסטע זאך וואס וואונדערט אז ער רעדט פון נייע ישובים ,מאכט מיר נייגעריג

אדרבה טאמער מיינט די פותח האשכול תועלת זאל ער אוודאי אריינקומען און פארענטפערן אלע פראגעס און טאקע זאגן וואס וואלט ווען כדאי געווען
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג מארטש 10, 2019 8:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 8:07 pm

צולייגער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:פון דיינע נומערן זעה איך אז ער האט א מאנאטליכע באצאלדונג פון 2600, מיט די שכ"ל געפ און קאר עקספענסעס איז ווייטער ביי 4000, נו פארוואס זאגט ער אז ווילי 4000 איז בעסער? ווייל ער האט א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט? און ער האט אפילו א רענטאל וואס איז פארדינגען האלב פון די צייט און ברענגט נאך אפאר אלפים א יאר?

ערשטענס, האט אראפגעשטעלט $1700 פלאס עקספענסעס, 2600 מיט 1700 איז 4300 א חודש, סא 4000 אין וויליאמסבורג וואלט געווען 300 דאלאר ביליגער יעדן חודש.

צווייטנס, אפשר פארדינט ער 100 טויזנט יערליך, און זיין מארגעדש איז 500 טויזנט, און ער האט געקויפט אין לעיקוואד פאר 600 טויזנט, און זיין פעימענט איז 3500 א חודש, פלאס די 1700 האלט ער שוין ביי 5200 א חודש, איך האב סך הכל געשטעלט איין סינעריא, פשוט צו ווייזן אז וואס ער זאגט איז מסתבר, יעדע בי & עיטש ארבעטער אויב איז ער א גראדע מענטש פיט ער די דיסקריפציע.

דריטנס, עס זעהט אויס ווי די חובות דריקט אים מער ווי די חודש'ליכע עקספענסעס.

מאכט סענס וואס דו זאגסט, קומען מיר ווייטער צוריק אז ער האט געקויפט פאר טייער ווען ער קען ווען קויפן פאר ביליגער.

און דער מעין פוינט, אז די חובות דרוקן אים, וואס פונקטליך האט ער געמיינט? ווען די אלע וועלכע האבן אים צוגעזאגט אז ס'ווארט אים אפ גאלדענע גליקן העטן אים טאקע געבארגט, וואס וואלט בעסער געווען? ער וואלט עס נאך אלס געברויכט באצאלן... הדרן לדינא, אז דאס איז געווען א טעות מעיקרא צו קויפן א הויז, ווען לויט זיין אינקאם ברויך ער דינגען. קומט בכלל נישט אריין דא דאס ארויסמופן.

אט דאס האט ער געשריבן, אז ער האט געמאכט א טעות, און ער וויל אז אנדערע זאלן פארשטיין אז מען דארף מאכן אלע חשבונות פאר מען שפרינגט.

וויפיל איך נעם דערווייל ארויס אז איך וועל טראכטן 2 מאל פאר איך וועל איינעם פארהאלטן פארוואס ער מופט נישט.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 8:14 pm

אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 8:17 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 10, 2019 8:30 pm

דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 10, 2019 8:34 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

אין לעיקוואד קענסטו האבן א 4-5 בעדרום פלאס פלעי רום און ספרים שטוב פאר 17/18 הונדערט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 10, 2019 8:35 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:אבער פארהאלטען פאר וואס ער מופט נישט פאר רענט און וואינען ווי א מענטש פאר ביליגער רענט האט נישט קיין תירוץ על פי רוב

למשל, וויפיל קאסט רענט פאר א גרויסע דירה אין מאנסי, אדער לעיקוואד, בלומיגבורג, בלומינג-גראוו, דשערזי-סיטי.

אלעס בערך פאר א פיר בעדרום
מאנסי דירה 2300
לעיקוואד דירה 2300
בלומינבורג דירה 2000
בלומינגראוו נאר דא הייזער 2400
זשערסי סיטי 1500

סא, מאנסי, לעיקוואד, און בלומינג-גראוו, אויב קומט צו 1700 דאלער עקספענסעס, איז עס 4000 דאלער.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, אויפן שפיץ גאפל, רעסטאראנט און 14 געסט