*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:55 pm

צל עובר האט געשריבן:
שרייב ווערק האט געשריבן:האט איינער באמערקט אז רוב מארקעטינג קאמפיינ'ס ארויסצוברענגען מענטשן גייען בערך אזוי: "אין די נייע געגענט קען מען באקומען א דירה וואס איז פיר מאל אזוי גרויס ווי אייער דירה וויליאמסבורג און איז נאך ארומגענומען מיט גראז און ביימער מיט קלארע לופט מיט גענוג און נאך פארקינג פאר האלב די פרייז".

די פראבלעם איז אז די אלע מענטשן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג טראץ די טייערע ריעל עסטעיט טוען עס ווייל זיי האבן ליב דעם סארט לעבן, און ס'איז נאריש צו פרובירן אויפצוקלערן מענטשן פארוואס זיי זאלן אנהייבן צו ליב האבן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן יעצט ליב.

ע"כ דארף מען אנשטאט צו בויען געגענטער און מסביר זיין פאר'ן עולם ווי אנדערש ס'איז פון די שטאט און ווי נישט געשמאק ס'איז צו וואוינען אין די שטאט, דארף מען בויען געגענטער וואס ענדלען ווי מער צו די שטאט, און זאגן פאר'ן עולם: "אונז פארשטייען ווי געשמאק די שטאט איז פאר ענק אז ענק זאלן זיין גרייט צו צאלן אסאך מער, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, און אז די נייע געגענט איז נאר א טראפקעלע אנדערש פון די שטאט ווען די חילוק אין פרייז איז גאר גרויס לוינט זיך צו פארקוקן אויף די מינדערוויכטיגע חילוקים ווען ס'מאכט אזא חילוק."

איי עגרי, והיינו טעמא ד'דזשערסי סיטי.

יאך האלט אז מען וואלט געברויכט מאכן וויליאמסבורגע סטייל דעוועלאפמענטס, אביסל גרעסערע דירות, אביסל קלענערע בילדינגס, נעבן עני עקזיסטירנדע דרויסנדע געגענט. אדער אין דזשערסי סיטי אדער ארום טאקע. פאר די מענטשן וואס ווילן קויפן גרייט פון דעוועלאפערס.

איי טאטעלי דיסעגרי, וויליאמסבורגער מענטשען זענען נישט משיגע, און זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט אין וויליאמסבורג סטייל דיוועלעפמענט, זיי ווילן וואינען אין וויליאמסבורג, און וויבאלד אין וויליאמסבורג איז נאר דאס דא צו באקומען וואינט מען אזוי, סא אין דמיון שטעלט מען זיך פאר אז ווען מען גייט אוועקמופן גייט מען האבן 10,000 סקווער פיס הויז, מיט אזא 5 עיקר פראפערטי, און דערווייל ווען מען גייט קיקן אלע שטעטליך מאכט מען זיך א פשוטע חשבון אז פאר די חזיריי קען מען בלייבן אין וויליאמסבורג.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג מארטש 12, 2019 3:59 pm

@בערעל החי

געמיינט האב איך 40 מינוט אין ראש אויער/אין די צייט וואס די קינדער גייען אין חדר.

עניבאדי אין ווילי וואס שיקט אין די קלענערע מוסדות פארן א טייל קינדער ארום 45 יעדע ראוט.

אונטערשטע שורה איך ווייס אויך אז א פערפקעט סעלושען איז נישט דא, אבער במציאות זעה איך אז די גלילות פון ק"י אדער מאנסי ווי קיין איד האט נישט געוואוינט 10 יאר צוריק (עכ"פ אויף א קליינעם פארנעם) דארף מען נישט נאכלויפן קיינעם זאל זיך אהינציען, און ס'איז לכתחילהדיגע אפציע, און מ'דארף נישט מארקעטן אדער גיין נאך געלט פאר זיי אין ברוקלין.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:23 pm

דממה דקה האט געשריבן:איי טאטעלי דיסעגרי, וויליאמסבורגער מענטשען זענען נישט משיגע, און זיי זענען בכלל נישט אינטערסירט אין וויליאמסבורג סטייל דיוועלעפמענט, זיי ווילן וואינען אין וויליאמסבורג, און וויבאלד אין וויליאמסבורג איז נאר דאס דא צו באקומען וואינט מען אזוי, סא אין דמיון שטעלט מען זיך פאר אז ווען מען גייט אוועקמופן גייט מען האבן 10,000 סקווער פיס הויז, מיט אזא 5 עיקר פראפערטי, און דערווייל ווען מען גייט קיקן אלע שטעטליך מאכט מען זיך א פשוטע חשבון אז פאר די חזיריי קען מען בלייבן אין וויליאמסבורג.

כמעט קיינער מאכט נישט קיין חשבון, ווייל ווען מען רעכנט פענע און פאפיר קומט יעדער אינדיווידואל אויס בעסער ביים ארויסמאפן. מען זאגט פשוט א תירוץ אז מען קען נישט מופן ווייל פאר די חזיר'יי וכו'.

ולשבר את האוזן, אסאך פון די וועלכע קויפן א הויז (אפילו אין די נייע ישובים) האבן אויכנישט געמאכט קיין חשבון, חשבון איז אן ארטיקל וועלכע פארמאגט נישט קיין ארט ביי א גרויסן טייל פון דעם היימישן עולם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:44 pm

צולייגער האט געשריבן:

סא לשיטתך, פארוואס טאקע מופט דער עולם נישט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:52 pm

El Rushbo האט געשריבן:@בערעל החי

געמיינט האב איך 40 מינוט אין ראש אויער/אין די צייט וואס די קינדער גייען אין חדר.

עניבאדי אין ווילי וואס שיקט אין די קלענערע מוסדות פארן א טייל קינדער ארום 45 יעדע ראוט.

אונטערשטע שורה איך ווייס אויך אז א פערפקעט סעלושען איז נישט דא, אבער במציאות זעה איך אז די גלילות פון ק"י אדער מאנסי ווי קיין איד האט נישט געוואוינט 10 יאר צוריק (עכ"פ אויף א קליינעם פארנעם) דארף מען נישט נאכלויפן קיינעם זאל זיך אהינציען, און ס'איז לכתחילהדיגע אפציע, און מ'דארף נישט מארקעטן אדער גיין נאך געלט פאר זיי אין ברוקלין.

די פאר ערשטע וואס האבן געמופט קיין בלומינגראוו און האבן גענומען א שטארקע ריסק די האבן אפשר געכאפט א גוטן דיעל און מ'קען אפשר אזוי לעבן באקוועם (פאר איינעם וואס קומט פון שטאט) אבער אלע גלילות'ער אפציעס יעצט אויפן טיש זענען זייער זייער בדיעבד ווען מ'נעמט "אלעס" אין באטראכט
איך שמועס דאס כסדר איבער מיט מיינע קינדער וואס זענען פאקטיש אין די מארקעט, און קומען פון בארא פארק.
יעדע געגנט האט זיך זיינע מעלות מיט זיינע חסרונות, און איינער וואס זוכט אלעס אינאיינעם וועט עס קיינמאל נישט טרעפן.
הלואי זאל זיך מאכן נאך גוטע אפציעס ארום קרית יואל און מאנסי אדער אין קרית יואל און מאנסי איז אויך גוט אויב מאכט זיך גוטע אפציעס, אבער דארט וועט בדרך הטבע קיינאמל נישט זיין מער אונטער צוויי הונדערט צוויי הונדערט פופציג א סקווער פיס און מאנכע זוכן עס נאך
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:14 pm

שרייב ווערק האט געשריבן:האט איינער באמערקט אז רוב מארקעטינג קאמפיינ'ס ארויסצוברענגען מענטשן גייען בערך אזוי: "אין די נייע געגענט קען מען באקומען א דירה וואס איז פיר מאל אזוי גרויס ווי אייער דירה וויליאמסבורג און איז נאך ארומגענומען מיט גראז און ביימער מיט קלארע לופט מיט גענוג און נאך פארקינג פאר האלב די פרייז".

די פראבלעם איז אז די אלע מענטשן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג טראץ די טייערע ריעל עסטעיט טוען עס ווייל זיי האבן ליב דעם סארט לעבן, און ס'איז נאריש צו פרובירן אויפצוקלערן מענטשן פארוואס זיי זאלן אנהייבן צו ליב האבן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן יעצט ליב.

ע"כ דארף מען אנשטאט צו בויען געגענטער און מסביר זיין פאר'ן עולם ווי אנדערש ס'איז פון די שטאט און ווי נישט געשמאק ס'איז צו וואוינען אין די שטאט, דארף מען בויען געגענטער וואס ענדלען ווי מער צו די שטאט, און זאגן פאר'ן עולם: "אונז פארשטייען ווי געשמאק די שטאט איז פאר ענק אז ענק זאלן זיין גרייט צו צאלן אסאך מער, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, און אז די נייע געגענט איז נאר א טראפקעלע אנדערש פון די שטאט ווען די חילוק אין פרייז איז גאר גרויס לוינט זיך צו פארקוקן אויף די מינדערוויכטיגע חילוקים ווען ס'מאכט אזא חילוק."

יש ויש. אסאך ווילן טאקע דווקא וואינען סיטי סטייל לייף ובפרט אזעלכע וואס דרייוון נישט און דארפן אלעס ביי די האנט ובכללם א מנינים צענטער 20 שעה א טאג פאר שחרית מנחה, מעריב. אנדערע ווידער האבן יא ליב צו וואינען אין א שטילע רואיגע פלאץ מיט פריוואטקייט.

לדעתי דארף מען לייגן די גרעסטע דגוש ארויסצוברענגן די מעלה פון קויפן אן אייגענע דירה ווערסעס בלייבן אין שטאט אין דינגן ווייל ס'נישט אפארדעבל.

איך קען אזויפיל מענטשן בני חמישים וואס רייסן זיך די האר פון קאפ פארוואס זיי האבן נישט געקויפט עפעס יארן פריער. טאמער קען מען נישט אפארדן אין די סיטי זאל מען גיין דארט ווי ס'ביליגער צו קויפן און אפילו טאמער שפארט מען זיך גארנישט אויף די מינוט איז עס א מורא'דיגע סעיווינגס פאר שפעטער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:25 am

צולייגער האט געשריבן:
כמעט קיינער מאכט נישט קיין חשבון, ווייל ווען מען רעכנט פענע און פאפיר קומט יעדער אינדיווידואל אויס בעסער ביים ארויסמאפן.
חשבון איז אן ארטיקל וועלכע פארמאגט נישט קיין ארט ביי א גרויסן טייל פון דעם היימישן עולם.

נישט אמת אסאך אירע מאכן יא א חשבון אין סקומט זיי אויס ביליגער אין ברוקלין ווי זיי האבן וואטשערס פלאס די די אכטער אין זיי האבן א 4 בעדרום דירה מיט א קליינע כשרע סוכה מיט א פיצי סטארידזש (אונטער די סטער קעיס ווי די לענדלארד האט נישט געקענט מאכן פאר א אפיס).טשאזן זיי צי בלייבן שכנים מיט די כלבים וואס גיין הכנות צווישן איין אידישע בילדינג אין די אנדרע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:38 am

maybeeynot האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
כמעט קיינער מאכט נישט קיין חשבון, ווייל ווען מען רעכנט פענע און פאפיר קומט יעדער אינדיווידואל אויס בעסער ביים ארויסמאפן.
חשבון איז אן ארטיקל וועלכע פארמאגט נישט קיין ארט ביי א גרויסן טייל פון דעם היימישן עולם.

נישט אמת אסאך אירע מאכן יא א חשבון אין סקומט זיי אויס ביליגער אין ברוקלין ווי זיי האבן וואטשערס פלאס די די אכטער אין זיי האבן א 4 בעדרום דירה מיט א קליינע כשרע סוכה מיט א פיצי סטארידזש (אונטער די סטער קעיס ווי די לענדלארד האט נישט געקענט מאכן פאר א אפיס).טשאזן זיי צי בלייבן שכנים מיט די כלבים וואס גיין הכנות צווישן איין אידישע בילדינג אין די אנדרע

זיי האבן דעם אכטער? גוד לאק פאר דעם. זייער שעיר וועט אבער נאכאלץ אויסקומען ביליגער אין די נייע ישובים + וואס גאנץ זיכער אז זיי קענען קויפן אן אייגן הייזקע. שטארק מעגליך אז דער חילוק וועט אפמאכן דעם דיפרענץ פאר די וואוטשערס אויך.

די כלבים וויהייסטעס איז ווייטער נישט קיין מעטטער אוו חשבון, איטס עי מעטטער אוו טעיסט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:27 am

צולייגער האט געשריבן:

זיי האבן דעם אכטער? גוד לאק פאר דעם. זייער שעיר וועט אבער נאכאלץ אויסקומען ביליגער אין די נייע ישובים + וואס גאנץ זיכער אז זיי קענען קויפן אן אייגן הייזקע. שטארק מעגליך אז דער חילוק וועט אפמאכן דעם דיפרענץ פאר די וואוטשערס אויך. אויב האט מען א שטוב מיט קינדער צי שיקן אין מוסד בין איך נישט אזוי זיכער. בפרט אויב וויל ער נאר מופן צי א געגענט וואס איז שוין עסטעבלעשט ווי די הייזער קאסטן שוין מער

די כלבים וויהייסטעס איז ווייטער נישט קיין מעטטער אוו חשבון, איטס עי מעטטער אוו טעיסט. איך האב עס נישט געשריבן פאר א + פארקערט איך האב עס ציגעלייגט צי די ליסטע אויף חסרונות. איך האב נאר געמיינט ארויס ברענגען אז וויבאלד ער איז מער ווייניגער געסעטעלט מיט די אלע בענעפיטין אין ער ווייסט אז דארט וועט ער פארלירן א חלק רוקט ער זיך נישט ארויס [/quote]

דאנט געט מי ראנג אז איך האלט סאיז א גוטע חשבון אין ספעשעל אויב מלייגט אריין אין חשבון אפאר יאר אהעד ווען א חלק קינדער וועלן שוין נישט באקומען קיין וואטשערס. אין מוועט דארפן אריין נעמען א טאכטער צי קומפעטען למז"ט אין מוועט נישט האבן ווי. נאר וויבאלד מ'וואוינט אין א קליינע הויז האט מען נישט גרויסע קאלקילעטער תי מאכן אזא גרויסע חשבון. בלייבט מין אין שטאט. דעס איז זאכן וואס איך האב געהערט פון אינגעלייט.
סא איך האף אז אונז זעמער שוין אויף איין פעידזש
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:58 am

ווען דו האסט מיר דערמאנט פון די דאגיס זענמיר גראד געווען אויף איין פעידזש...

דו האסט זייער גוט ריפרעיזד וואס כ'האב געזאגט, און דבר זו אינה צריכה לפנים אז חשבון מיינט נישט די נעקסטע צוויי חדשים. מען מוז נישט פלאנען אויף ריטייערמענט עידזש אויב ס'איז צו שווער, אבער מען מעג טראכטן אויף די נעקסטע פינף ביז צען יאר. און וועגן די וואוטשערס איז וויכטיג צו באמערקן אז מיטן שפארן קעמפ (און ביי טייל אויך קאנטרי) עקספענסעס ווערט דער שכר לימוד געפ היפש קלענער.

וועגן הרחבת הדעת וואס מען האט אין די גרויסע הייזער קען איך צולייגן עטליכע זאכן וועלכע מען קען מרויח זיין דערפון פיינענשילי אומדיירעקט, אבער וויבאלד מען הייבט אן אריינטרעטן אין דעם הרחבת הדעת אישו קומט מען אן צו די קאנווערסעישן ווי וויכטיג עס איז צו קענען גיין צו יעדע וואכנאכט, האבן א גראסערי אפן 24 שעה, און א מנין מעריב 3 אזייגער ביינאכט, סאו וויל איך נישט אריינגיין אין דעם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אן צו נעמען א שטעלונג אין די אנגייענדע שמועס - וואס כ'האב שוין אסאך טינט פארגאסן איבער דעם

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:49 am

איך וויל אויפמערקזאם מאכן אז ביי אסאך איז נישט די שאלה צו "ס'לוינט" די שאלה איז צו "מ'קען"
און דאס איז גאר א אנדערע סארט חשבון, ווייל ס'איז קלאר אז ס'לוינט בעצם צו שפארן פאר די עלטער, אבער א שטוב מיט צען קינדער און דער טאטע ברענגט קוים אהיים פאר ברויט, און אויף פוטער דארף מען שנארן, קען מען נישט רעדן פון אוועק לייגן
ואידך פירושא היא זיל גמור
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:06 pm

איך וויל דא קומען היינט מיט אפאר פאקטן....

1. רובא דרובא אידישע קינדער פון וויליאמסבורג ווילן ענדערש די אפסטעיט ליפט גראז און ביימער ווי די וויליאמסבורגער פאלושן,
והא ראי זיי צאלן אוועק איעדן זימער 10-20 אלפים פאר קאנטרי און א גרויס חלק פון זיי האבן באמת א דירה סרוחה דארטן, אבער זיי גייען נאך אלס פאר אביסל נאטור וואס מזעהט נישט פאר די אויגן די 10 חדשים וואס מ'איז נישט און אפסטעיט,

2. א געוואלד פון אחב"י פון וויליאמסבורג העטן שוין פון לאנג געהאט אוועק געמופט פון וויליאמסורג ווען נישט די [b]"פיער פרעשו"ר"
[/b]
3. כדי ער זאל טאקע ארויס מופן מיז ער האבן א גיטן תירוץ פאר די מענטשן פון וועם ער האט דעיס פיער פרעשור וועגן דעים מיז אים דאס דער מארקעטער אויך צישטעלן ווייל ער וועט נישט גיין אנדעים תירוץ פאר זיינע פיער פרעשוריסטן,

4. בנוסף להנ"ל קיין איינער האט נאכנישט מחליט געווען פון בלויז א מארקעטינג קאמפיין אז ער וויל מופן,
ווען דער מארקעטער קימט קאמפיינען אז מענטשן זאלן ארויס מופן ווייסט ער אויך אז ער גייט דא נישט קאנווינסן מענטשן צי טוישן זייער וואיון ארט פון א שיינעם קאמפעין הי איס נאט דעעט קרעיזי ער פארענטפערט דעים אינגערמאן וואס וויל מופן פאר זיינע פיער פרעשוריסטן און גיבט אריין דעם שאינו יודע לשאול את פתך לו א תירוץ פאר זיינע פרענטס איך\ער איז נישט אזא לאזער אויב ער מופט ארויס פון וויליאמסבורג ער גייט דארט האבן גיטע זאכן ער איז א מעכטיגער KTM דארטן אויך ער איז נישט א גרויסער גארנישט ווען ער מופט, יעצט אינגערמאן די ווילסט דאך מופן די שטריקל ארום דיין האלז ווערט נאר טייטער און טייטער נאדער א תירוץ פאר דיינע סוי קאללד פרענט"ס און קום ארויס וואוינען מיט הרחבת הדעת אזוי ווי די חלומסט שוין די לעצטע פאר יאר,

ובזה יצאתי ידי חובתי מתן לכחם ויחכם עוד

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:56 pm

בעזרת הבורא האט געשריבן:איך וויל דא קומען היינט מיט אפאר פאקטן....

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:03 pm

וואס איז די עצה פאר די פיער פרעשור?

איך מיין אז די עיקר 'פיער פרעשור' איז ביי די פרויען.

ס'איז ממש נישט צו פארשטיין ווי אזוי פרויען קענען זעהן זייער מאן בלוטיגן פאר פרנסה, פשוט צו דעקן די חודש, צומאל דארף די מאן בארגן פון רעכל צו מעכיל, און זיי ווילן נאך אלץ נישט מופן...

ווי אזוי קען מאכן די פרויען זאלן טוהן די ריכטיגע זאך? האלטן און איין זאגן דרשות?

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 2:34 pm

בעזרת הבורא האט געשריבן:איך וויל דא קומען היינט מיט אפאר פאקטן....

1. רובא דרובא אידישע קינדער פון וויליאמסבורג ווילן ענדערש די אפסטעיט ליפט גראז און ביימער ווי די וויליאמסבורגער פאלושן,
והא ראי זיי צאלן אוועק איעדן זימער 10-20 אלפים פאר קאנטרי און א גרויס חלק פון זיי האבן באמת א דירה סרוחה דארטן, אבער זיי גייען נאך אלס פאר אביסל נאטור וואס מזעהט נישט פאר די אויגן די 10 חדשים וואס מ'איז נישט און אפסטעיט,

2. א געוואלד פון אחב"י פון וויליאמסבורג העטן שוין פון לאנג געהאט אוועק געמופט פון וויליאמסורג ווען נישט די [b]"פיער פרעשו"ר"
[/b]
3. כדי ער זאל טאקע ארויס מופן מיז ער האבן א גיטן תירוץ פאר די מענטשן פון וועם ער האט דעיס פיער פרעשור וועגן דעים מיז אים דאס דער מארקעטער אויך צישטעלן ווייל ער וועט נישט גיין אנדעים תירוץ פאר זיינע פיער פרעשוריסטן,

4. בנוסף להנ"ל קיין איינער האט נאכנישט מחליט געווען פון בלויז א מארקעטינג קאמפיין אז ער וויל מופן,
ווען דער מארקעטער קימט קאמפיינען אז מענטשן זאלן ארויס מופן ווייסט ער אויך אז ער גייט דא נישט קאנווינסן מענטשן צי טוישן זייער וואיון ארט פון א שיינעם קאמפעין הי איס נאט דעעט קרעיזי ער פארענטפערט דעים אינגערמאן וואס וויל מופן פאר זיינע פיער פרעשוריסטן און גיבט אריין דעם שאינו יודע לשאול את פתך לו א תירוץ פאר זיינע פרענטס איך\ער איז נישט אזא לאזער אויב ער מופט ארויס פון וויליאמסבורג ער גייט דארט האבן גיטע זאכן ער איז א מעכטיגער KTM דארטן אויך ער איז נישט א גרויסער גארנישט ווען ער מופט, יעצט אינגערמאן די ווילסט דאך מופן די שטריקל ארום דיין האלז ווערט נאר טייטער און טייטער נאדער א תירוץ פאר דיינע סוי קאללד פרענט"ס און קום ארויס וואוינען מיט הרחבת הדעת אזוי ווי די חלומסט שוין די לעצטע פאר יאר,

ובזה יצאתי ידי חובתי מתן לכחם ויחכם עוד

ריעלי, טיפע הבנה, סא די האלטסט אז 15 טויזנט משפחות וואינען אין וויליאמסבורג פאר די איינע סיבה פיער פרעשור.

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מיטוואך מארטש 13, 2019 3:16 pm

א פאר טויזענט זיכער.

האסט נאך א סיבה פארוואס די 15 טויזענט מופן נישט?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מארטש 13, 2019 3:40 pm

די פוינט פון זומער הייזער האסטו פארגעסן, א ריזיגע פארצענט זענען אויסער זומער , זענען זיי אויך אין די מאונטענס שבתים אינמיטן יאר און געוויסע סוכות ,שבועות , עס קומט אויס אז בערך א פערטעל יאר וויקענדס ספענט מען אין די בערג אדער זייער אסאך האבן הייזער אין קרית יואל והגלילות אדער מאנסי והגלילות און גייען דארט אסאך , אפגערעדט פון נגידים וואס ספענדען האלב יאר שבתים אינדרויסן פון שטאט שוין נאכן האבן עטוואס גרויסע דירות

סא אפסטעיט איז נישט שלעכט נאר פשוט די טויש און טיען וואס יענער האלט אפ

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך מארטש 13, 2019 3:57 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די פוינט פון זומער הייזער האסטו פארגעסן, א ריזיגע פארצענט זענען אויסער זומער , זענען זיי אויך אין די מאונטענס שבתים אינמיטן יאר און געוויסע סוכות ,שבועות , עס קומט אויס אז בערך א פערטעל יאר וויקענדס ספענט מען אין די בערג אדער זייער אסאך האבן הייזער אין קרית יואל והגלילות אדער מאנסי והגלילות און גייען דארט אסאך , אפגערעדט פון נגידים וואס ספענדען האלב יאר שבתים אינדרויסן פון שטאט שוין נאכן האבן עטוואס גרויסע דירות

סא אפסטעיט איז נישט שלעכט נאר פשוט די טויש און טיען וואס יענער האלט אפ

דאכט זיך אז די וואס האבן די זומער הייזער און ספענדן דערויף א פערטל יאר, זענען די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט די טייערקייט פון וומסב"ג

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 4:09 pm

דודהמלך האט געשריבן:א פאר טויזענט זיכער.

האסט נאך א סיבה פארוואס די 15 טויזענט מופן נישט?

דו וואינסט אין וויליאמסבורג? דו האסט געוואינט אין וויליאמסבורג?, שוין אמאל געהערט פון חן מקום על יושביו. גוגל עס...

וויליאמסבורג האט א שלל מיט מעלות, הן אין אידישקייט, הן אין באקוועמליכקייט, ווי אלע סערוויסעס זענען נאנט צו דער האנט, און עוועילעבל אלע צייטן פון טאג.

קיין איין אנדערע שטאט קאמפערט נישט צו וויליאמסבורג.

איי ס'איז טייער, איי סאיז קליין און צוקוועטשט, טאקע אמת, באט די אלטערנאטיוו איז נישט אזויפיל גרעסער, און נישט אזויפיל ביליגער, אז טויזנטער מענטשן זעהן עס נישט פאר קיין אלטערנאטיוו, און מארקעטינג וועט נישט העלפן נאר אויב די פראדוקט האט אזעלכע מעלות איבערצואוועגן די חסרונות, דערווייל איז די פראדוקט נישט פארהאן.

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מיטוואך מארטש 13, 2019 4:43 pm

יא, איך וואין אין וויליאמסבורג.

וויליאמסבורג האט 'נאר' א שלל מיט מעלות איב מ'קען עס עפארדן. אויב נישט איז מען בכלל נישט דאהי, מ'איז אין גאר אן אנדערע וועלט.

ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט בכלל נישט וואס גאר אסאך מענטשען גייען אדורך ...
זאל דיר דער בוכ"ע דיר ווייטער באגליקן, און אויפלעכטן די אלע וואס דארפן ישועות.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מארטש 13, 2019 4:57 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:די פוינט פון זומער הייזער האסטו פארגעסן, א ריזיגע פארצענט זענען אויסער זומער , זענען זיי אויך אין די מאונטענס שבתים אינמיטן יאר און געוויסע סוכות ,שבועות , עס קומט אויס אז בערך א פערטעל יאר וויקענדס ספענט מען אין די בערג אדער זייער אסאך האבן הייזער אין קרית יואל והגלילות אדער מאנסי והגלילות און גייען דארט אסאך , אפגערעדט פון נגידים וואס ספענדען האלב יאר שבתים אינדרויסן פון שטאט שוין נאכן האבן עטוואס גרויסע דירות

סא אפסטעיט איז נישט שלעכט נאר פשוט די טויש און טיען וואס יענער האלט אפ

דאכט זיך אז די וואס האבן די זומער הייזער און ספענדן דערויף א פערטל יאר, זענען די וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט די טייערקייט פון וומסב"ג

You'd be surprised

איך קען עטליכע וואס גייען אין קאנטרי ימים טובים ווייל אין ווילי וואינען זיי אויפ'ן צענטן שטאק און ס' שווער צו גיין ארויף און אראפ אזויפל מאל. אדער האבן זיי סתם נישט ווי צו מאכן א סוכה. בכלל זענען דא אסאך וואס האבן זימער הייזער און אין שטאט צאלן זיי רענט ווייל זיי קענען נישט אפארדן צו קויפן

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:14 pm

דודהמלך האט געשריבן:יא, איך וואין אין וויליאמסבורג.

וויליאמסבורג האט 'נאר' א שלל מיט מעלות איב מ'קען עס עפארדן. אויב נישט איז מען בכלל נישט דאהי, מ'איז אין גאר אן אנדערע וועלט.

ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט בכלל נישט וואס גאר אסאך מענטשען גייען אדורך ...
זאל דיר דער בוכ"ע דיר ווייטער באגליקן, און אויפלעכטן די אלע וואס דארפן ישועות.

איך פארשטיי גאר גיט וואס מענטשן גייען דורך, די לעצטע וואך האבן עטליכע דא ערווענט אז ערגעץ אנדערש איז נישט ביליגער, נאר בפשטות אסאך טייערער.

דא האסטו אביסל חומר למחשבה
צוגעלייגטע
williamsburg vs lakewood.PNG
williamsburg vs lakewood.PNG (55.63 KiB) געזעהן 746 מאל

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:10 pm

דממה דקה האט געשריבן:
דודהמלך האט געשריבן:יא, איך וואין אין וויליאמסבורג.

וויליאמסבורג האט 'נאר' א שלל מיט מעלות איב מ'קען עס עפארדן. אויב נישט איז מען בכלל נישט דאהי, מ'איז אין גאר אן אנדערע וועלט.

ס'קוקט אויס ווי די פארשטייסט בכלל נישט וואס גאר אסאך מענטשען גייען אדורך ...
זאל דיר דער בוכ"ע דיר ווייטער באגליקן, און אויפלעכטן די אלע וואס דארפן ישועות.

איך פארשטיי גאר גיט וואס מענטשן גייען דורך, די לעצטע וואך האבן עטליכע דא ערווענט אז ערגעץ אנדערש איז נישט ביליגער, נאר בפשטות אסאך טייערער.

דא האסטו אביסל חומר למחשבה

ס'קען זיין אז עס נישט אזויפיל ביליגער, אבער באקומסט א נערמאלע רחבותדיגע דירה קענסט לעבן ווי א מענטש.

אין די אלע וואס זענען פארנומען דא אויסרימען וויליאמסבורג מיט אירע געוואלדיגע מעלות האבן "נעבעך" נישט קיין אנונג וואס ס'מיינט א נערמאל לעבן אין א נערמאלע דירה.

ס'איז נעבעך געווארן אז די שטאט מיט די מעלות איז געווארן די עיקר, אין די דירה אין א נערמאל לעבן האט מען געלייגט אין א זייט.
ווער קוקט דען אויף די נארישע דירה ,עפעס א קליינעקייט, מ'וואוינט אין וויליאמסבורג.... ווער דארף מער.

קענסט נעמען אלע וויליאמסבורגע מעלות אין עס ווארפן אין גארביטש, אויב קומט עס אויפן חשבון פון א "מענטשליכע" דירה.

פארגעסט נישט אונז זעמיר מענטשן, אין נישט קיין בעלי חיים.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:23 pm

די 15 טויזנט נעבעכדיגע משפחות פארשטייען אנדערש פון דיר, וואס קען מען טוהן נעבעכדיג איז נעבעכדיג.

למעשה איז נישט קיין אלטערנאטיוו פאר אונז נעבעכדיג, ווען עס וועט זיין אמתדיגע רחבות, פאר אמתדיג ביליג, אין א דיסענט פלאץ, וועסטו האבן געניג קונים, און נישט דארפן קראצן די קאפ צו טרעפן מארקעטינג מיטלן.

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:30 pm

איך דערשרעק מיך נישט פונעם נומבער 15 טויזענט, ס'קען זיין אפי' 100 טויזענט. משוגע בלייבט משוגע.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course און 6 געסט