*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:01 am

יש בו האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
ארויסברענגען א דיין קאסט עטליסט א הויז

קוק איבער מיין תגובה, נאכדעם שרייב איבער
+ עטליכע יאר וועידזשעס

דאס זאל ווערן באצאלט דורך די קהילה וואס ער ווערט רב, אפשר קען מען עס איינטיילן אז איין חלק זאל ווערן באצאלט דורך די לאקעל הנהלת הקהילה, און די איבריגע זאל באצאלן די הנהלת הקהילה פון די הויפטקווארטירן

געליינט נאך בעפאר.

אין איין ווארט, א דיין וואס האט א הויז - וועט געווענליך נישט ארויסקומען, אויסער אויב ער קריגט א ריזן בענעפיט. וועידזשעס איז עפעס וואס קאסט סאך מער ווי א מאה, אפגעזעהן ווער עס צאלט עס. און פארשטענדליך אז א דיין וואס קריגט לעת עתה שוין דעם וועידזש - און ממילא וועט עס נישט קאסטן א מאה מער - וועט אויף קיין פאל נישט אוועקגיין.

נ.ב. מיר האבן שוין אויספראבירט דעם עצה אויף למעשה, און אונזער ערפארונג האט געוויזן דאס וואס איך שרייב.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:18 am

בעפאר מ׳מאכט דעם עצות קאנטעסט, מיינעך איז בענעפישל צו מאכן א פראבלעם קאנטעסט...

די אלע וואס האלטן זיך צירוק פון מאפן זאלן אריינקומען און ארויסברענגן וואס האלט זיי אפ פון מאכן דעם שריט
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:34 am

דריידל האט געשריבן:די גרויסע רבי'ס דארפן זיך ארויסציען וועלן זאכן זיך ריקן גאר שנעל


אגרי 100%, צוויי דריי גרויסע רבי'ס זאלן זיך אליינס ארויסציען, און נישט ווארטן אז אלעס זאל זיין 100 פראצענט גרייט, דעמאלט וועט עס פארן זייער זייער שנעל, אזוי ווי הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט געטוהן אין שיכון סקווירא, און הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געטוהן אין קרית יואל, און אויך ווי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל האט געטוהן ווען ער האט געוואלט מופן קיין מאנסי.

און אגב, נאך א זאך וואס מען קען זיך לערנען וויאזוי מען האט דעמאלט געטוהן (לגבי סקווירא און וויזניץ ווייס איך נישט וויאזוי עס איז געגאנגען, אבער אין קרית יואל איז דאס קלאר אזוי געווען) מען האט אפגעקויפט דעמאלט הייזער פון גוים און עס פארקויפט ווייטער פאר בערך די זעלבע פרייז ווי מען האט עס געקויפט פונעם גוי, די זעלבע זאך ביים בויען די נייע הייזער האט מען געהיטן אויף די פרייזן ווי ווייט מעגליך נישט ארויפצוגיין (אויב איך געדענק גוט, האט געדויערט אין קרית יואל א גוטע צוואנציג דרייסיג יאר ביז די פרייזן זענען ערנסט ארויף).
ולענינינו, אויב וועלן זיך אפאר עסקנים-נגידים אריינלייגן דערין, און אנשטאט מאכן טיי אווענטס וכו' יעדע נאכט זאל מען טוהן למעשה אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א אייגענעם שטיקל דאך איבערן קאפ פאר א ביליגן-פארהעלטמעסיגן פרייז וועלן זיך זאכן רוקן אסאך שנעלער ווי יעצט (און אויטאמאטיש וועט מען שוין אויך קענען טראכטן פון אוועקלייגן אפאר דאלער אויף חתונה מאכן וכו', במקום אלע טיי אווענטס), ווייל למעשה איז יעצט נאר דא אינוועסטארס וואס זיי זענען דא פאר ביזנעס און ארויסצופרעסן דעם דאלער פון די מענטשן, אויב אזוי פארוואס זאלן מענטשן זיך אהינציען ווען עטליכע יאר ארום (ווען מען וועט זעהן אז עס האט זיך אויסגעארבעט) וועלן די פרייזן ארויפפארן מיט אזא אימפעט, און עס וועט ווייטער נישט זיין מעגליך צוצוקומען צו א נארמאלן דירה פאר א געהעריגן פרייז?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 12:11 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז דער עיקר צוריקהאלט, וואס לאזט נישט דעם עולם מופן?

Confidence!

ווי ריכטיג די זאגסט. אסאך האבן מורא צו מופן צו די נייע ישובים ווייל מה יאמרו הבריות, פארוואס מופט ער נישט קיין מאנסי אדער בלומינגראוו? מוז זיין ער קען נישט אפארדן, וואסארא שלימזל. און פארדעם זיצט מען אין ברוקלין און מ'גראבט זיך אליין טיפער אין גריב מיט קיין פענח געלט אפגעשפארט פאר חתונה מאכן די קינדער און נישט האבענדיג קיין הויז אויף וואס ארויסצונעמען אן הלואה

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:52 pm

איין סיבה.
וואס נאך?
וויפיל פראצענט האלטן זיך אפ וועגן די סיבה?
. . . . . . .

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:06 pm

ס'איז פארהאן אסאך יונגעלייט וואס ווילן באמת מופן, אבער ס'שטופט זיך כסדר אפ, פשוט ווייל ס'איז שווער מחליט צו זיין 'איך גיי עס יעצט טון!'. די לעזונג דערצו וואלט געווען ווען דאס מופן זאל מיטקומען מיט א גלענצנדע אפפער וואס לויפט אפ נאך א קורצע תקופה, צ.ב. א רענט וואוטשער פאר א יאר פאר די וועלכע מופן ארויס ביז זמן פלוני. דאס איז אבער עפעס וואס שלעפט אריין פיל מער ווי $100,000.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

חינוך הטהור בארהב
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:18 pm

פאר הינדערט טויזענט טאלער זאל מען הייערן א גיטע מארקעטינג שטאב, און זיך באציען מיט די פראפאגאנדע 'בלויז' צו די עזרת נשים, מאכן גרויסע אסיפות, געלונגענע רעדנער זאלן פאר זיי אויפטרעטן.
ביז א קורצע תקופה וועלן די שטאטישע גאסן אויסקוקען ווי סיגעיט.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:29 pm

צו דעם האבן מיר געוואלט צוקומען, סליגט לכאורה ביי די עזרת נשים אין די הענט....
. . . . . . .

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איך פארשטיי נישט פונקטליך

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:45 pm

איינער וויל מנדב זיין הונדערט טויזנט פאר דעם צוועק, אדער דו מיינסט צו פאנדרעיזן?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 2:56 pm

און פאר מ'גייט ווייטער, איך מיין אז ס'איז מער א מצב פון א שטילשטאנד ווי א נישט געמופעכץ, מענטשן וואס האלטן ווען ביים מופן ווילן זען מה יוולד יום, וואס גייט זיך אויסארבעטן,
איך זע דא אין בארא פארק, אלע וואס זענען נישט שטארק צוגעבינד צום פלאץ (כ'מיין בעיסיקלי באבוב) ריקן זיך זייער שנעל אוועק פון דא, די מוסדות דא וואקסן כמעט נישט פראצענטועל. בעלזא און כלל חסידי צב"ש אידן וואס גייען קיין ראכמיסטריווקא וכו' מופן אין די מאסן קיין לעיקוואד.
איינ'ס פון די אינטערעסאנטע פענאמאנען'ס איז אז אין בארא פארק דארף עס שטימען סיי מיט די מאנס ארבעט סיי מיט די פרויס ארבעט ווייל רוב פרויען ארבעטן דא אפילו מיט צוויי דריי קינדער. (אה, דיין שכן נישט) אבער אפאר בעלזא שכנים האבן מיר געזאגט אז זייער ווייב האט געקענט אויפהערן ארבעטן צוליב די ביליגערע לעבן און דירה קאסט אין לעיקוואד.
המשך יבא
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 3:25 pm

צולייגער האט געשריבן: זה אומר, פון איין צד איז טאקע אמת אז מיט ווינציגער מענטשן אויפאמאל קען מען זיך ספראווען מיט די פראבלעמען בעסער און הענדלען אישוס עז דעי ערייז, און פון די צווייטע זייט, מיט ווייניגער מענטשן איז במציאות ווייניגער צוגעשטעלט, ווייל מען קען זיך גרינגער אן אצה געבן און דער עולם וואס איז פאקטיש דארט פארלאנגט נישט אזוי סאך.

פון די צווייטע זייט, די מענטשן וואס קומען קוקן און האבן נישט דעם קאפ און מח צו אריינגיין אין עפעס וואס סובקאנטשעסלי האבן זיי א 5 פראצענט שאנס אז ס'עט נישט סוקסידן, און זיי זעהן אז עס וואקסט עפעס נישט אזוי שנעל, און די זאכן וועלכע די תושבים האבן זיך פיין אן עצה געגעבן דעראן פארשטייען זיי נישט וויאזוי מען קען אפילו לעבן אזוי, און דער ארויסמופעכץ קריגט א סטענדסטיל.

וואס יא?! מען ברויך זיכער מאכן צו נעמען עדווענטעדש פון די גוטע חלק און אדרעסירן די קליינליכע פראבלעמען ווען עס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך, און כאטש פארזיכערן אז מען נוצט אויס דעם בענעפיט פון א שטייטע וואוקס צו די מאקסימום.


כבוד הרב צולייגער, קודם כל איז שיין צו זעהן אייער פאזיטיווקייט - גארנישט אזא צולייגער.
האבעך נאר געוואלט מוסיף זיין נאך א מחשבה, אפשר דארף מ'מאכן א קאמפיין צו דערמאנען מ'עולם ווי אזוי מ'האט געלעבט ערשט נישט פאר לאנג, דהיינו כ'געדענק נאך ווען וומסב"ג האט נישט געהאט קיין איין סטאר אפען נאך 12 ביינאכט, מ'האט גענומען כלים פון הארדוועיר סטאר צו א כלים מקוה אא"וו.
ס'איז דא מענטשן וואס ציען זיך נישט ארויס ווייל ס'איז נישט דא א שעטנז לאבאטארי, הוט סטאר וכדו', און מ'קען דאך נישט אן דעם, ממילא איז פשוט כדאי צו דערמאנען מ'עולם אז מ'קען אזוי אויך אנגיין

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:17 pm

איך וועל ניצן א משל פון איין פרישע געגענט ווי עס וואקסט אויף הייווען פאר א דוגמא .

אבער די נמשל און די מוסר השכל וואס מען קען ארויסלערנען דערפון פאר אנדערע געגענטער, זאלן די שרייבערס דא ארויסברענגן פארוואס יענע שטעטעל איז אזוי קיין עין הרע געוואקסען אזוי שנעל אן קיין פאמפע ניטאמאל דא אויף אייוועלט

די געגענט סטעטען איילענד , עס איז טאקע נישט געווען קיין ארץ לא זרועה, עס איז עטוואס געווען דארט הצטרכות וואס סתם א איד ברויך גענוג אנצוהייבן צו קענען פירן דארט א אידיש לעבן,אבער עס איז נישט ווי לעיקוואד אויך נישט, למעשה אין לעיקוואד האסטו אלעס דארט אויפן פלאץ.

טויזענטער קינדער פארן יעדען טאג א ווייטע שטרעקע פון און צו די מוסדות קיין בארא פארק, איך מיין כמעט יעדע גרויסע מוסד אין בארא פארק האט א באס יעדן טאג וואס טראגט אין ברענגט זייערע קינדער פון אין צו סטעטען איילענד קיין בארא פארק , נישט אז די ישוב האט אייגענע באסעס צו פירן די קינדער וואס פירט אריין אין גרויסע עקספענסעס (ווי זשערסי סיטי אדער לינדען האבן)

עס איז נישט דא נאכאלס קיין גרויסע שיינע גראסערי עד היום הזה , אפגערעדט פון אנדערע געשעפטן

און מיט דעם אלעם וואינען דארט בערך טויזענט חסידישע משפחות פון אלע קרייזען און שיכטען , שוין דא באלד צען שטיבעלעך פון אנגענומענע גרויסע קהלות , און כל ערליי דרגות פון אינגעלייט פון חאניאק'עס ביז די אנדערע עק חסידיש.. , [איך שרייב די פוינט וועגן איך האלט אז דאס איז אויך איינע פון די סיבות וואס איך האלט פריוואט פארוואס עס איז אזוי געוואקסען שנעל ,אן אריינגיין אין די דיטעילס צו אנדערע יישובים קענען עס נאכטין צו נישט ,(איך האלט פערזענליך אז יא ) אבער איך ווייס ערשטע האנטיג פון עטליכע נייע געגענטער ווי מען האט אפגעהאלטען זייער אסאך אינגעלייט צו קומען אהין , סתם וועגן א קרומע נאז אויך נישט , און די אלע מיטשענען זיך נאך יעצט מיט תושבים, איך האלט אז ווילאנג די ביזט א נייע געגענט קענסטו זיך נישט וועלן און מאכן א סעלעקציע , קודם לאז יעדעם קומען ,צו האבן וואס מער מענטשן , בכלל א קאלירפול עולם גלייכן מער מענטשן און דערנאך וועסטו ווערן שטרענג אדער פילטערן די ציבור, אדער פשוט העלפן די אינגעלייט וואס די האלטסט אז זענען נישט לויט דיין דרגא , וואס רובה דרובה ברויכן הילף פשוט , שוין צו ווייט פארקראכן]

אבער העולה על כולנה אז סטעטען איילענד איז זייער טייער און מיט דעם אלעם איז עס אזוי געוואקסען .

נאך א שטארקע נקודה למחשבה פאר די וואס ווייסן נישט אז א ריזיגע פארצענט פון מופערס זענען רענטערס אין סטעטען איילענד

אן קיין רב אדער רבי וואס האט גענומען אחריות ,אן קיין שום עדווערטייזמענטס אדער מארקעטינג ,אן קיין דינערס און גא פאנד מי קאמפיינס .

לאמיר הערן וואס די עולם האלט וואס קען מען ארויסלערנען דערפון פאר אנדערע מקומות

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 8:39 pm

אין איין ווארט, סטעטן איילענד איז פאר בארא פארק וואס גלילות איז פאר קרית יואל

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 9:04 pm

Silent האט געשריבן:אין איין ווארט, סטעטן איילענד איז פאר בארא פארק וואס גלילות איז פאר קרית יואל


פיסכעלאגיש אפשר יא , אין די מציאות נישט !
סטעטען איילענד איז די גלילות קיין בארא פארק ,ווי די זאלסט אפשר זאגן אז בלומענבורג איז גלילות קיין קרית יואל , אדער זשערסי סיטי קיין וויליאמסבורג,
אלע דריי נעמט בערך א האלבע שעה צו פארן
זשערסי סיטי > וויליאמסבורג
סטעטען איילענד > בארא פארק
בלומענבורג > קרית יואל


עס איז אזוי ווי די זאגסט אז קענזיגטאן אדער בענסענהורסט ווי 63 ביי 21 לעבן בארא פארק איז גלילות בארא פארק , גלילות קרית יואל קען מען וואקן ,א געגענט וואס איז וואלקינג דיסטענס איז נישט קיין גלילות נאר א עקסטענשאן ,ווי ניי וויליאמסבורג אדער בעד סטיי ווי הארט סטריט און ווערנאן ,קעסקעיד איז נישט קיין גלילות וויליאמסבורג נאר אויסגעברייטערט

סטעטען איילענד נעמט על פי רוב א גוטע האלבע שעה צו פארן קיין בארא פארק לכל הפחות און נישט וואלקינג דיסטענס
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 10:24 pm

מאנכע געבן דא עצות אז עסקנים זאלן עוסק זיין אין פארשידענע מארקעטינג טעקניקס

לעניית דעתי איז אסאאך בעסער נגידים/אישי הציבור לאזן די זאך לויפן, זאלן זיי שטיין אין דער זייט און לאזן די ציבור מחליט זיין וואס זיי ווילן, לכאורה די אלע וואס האבן געמופט אין דזשערסי סיטי אדער בלומינגראוו ווילן דייקא נישט איינער זאל זיי הייסן וואס, ווי, וויאזוי און וואספארא סארט דירות צו קויפן/דינגן.

לדוגמא איינער עצהט מזאל אפקויפן הייזער, די וואס וואונען אפרישיעטן נישט אז סקומט א נגיד און קויפט אפ הייזער און דערנאך פארקויפן ווייטער, קיינער ברויך דאס נישט, אז נגידים זאלן אויף א געוויסע וועג קאנטראלירן די נייע סעלפ מעיד געגענטער. (אל תמות כדרך שמת פלוני...).

ווער איז דאס
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:36 pm

אלעס האט א פרייז
ווילאנג בלומנגראוו איז געווען פרייזלעך האט מען געקויפט
סהאט זיך פארהאנקערט ווען די פרייז ארויף
דער ציבור איז פולקאם גרייט ציגיין אבער נישט מזאל רייטען אויף זיי
לעקוואד איז אויך די פרייז ארויף מיט דעם ריק זיך עס ווייל בייקומסט עפעס פריש אין שיין צי געשטעלט

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:48 pm

דריידל האט געשריבן:די גרויסע רבי'ס דארפן זיך ארויסציען וועלן זאכן זיך ריקן גאר שנעל

איך האלט אויך אזוי, אדער ווי למשל בעלז האט געטאן אין לעיקוואד וואס אפאר הינדערט יונגעלייט זענען צוזאמען ארויס געפארן צו א נייע געגנט אין בויען דארט מוסדות

ווער איז דאס
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » פרייטאג מארטש 08, 2019 12:07 am

גאפל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:די גרויסע רבי'ס דארפן זיך ארויסציען וועלן זאכן זיך ריקן גאר שנעל

איך האלט אויך אזוי, אדער ווי למשל בעלז האט געטאן אין לעיקוואד וואס אפאר הינדערט יונגעלייט זענען צוזאמען ארויס געפארן צו א נייע געגנט אין בויען דארט מוסדות


וואס איז געווען די פרייזען פאר א דירה

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » פרייטאג מארטש 08, 2019 1:12 am

So many ideas floating around here, it will be interesting to see how many of these will be properly presented and make it to the contest, so the public can vote on it.

It's also ironic to watch how one person is convinced that a certain approach is crucial for success, at the same time others are convinced that an exact opposite approach must be taken in order to succeed. For example;
having investors and developers involved or keep them out of it completely,
having Rabunim leading the effort or let it be a grassroots movement,
Building all new facilities such as Mosdos on premises or rather plug in to the closest Yiddish neighborhood.

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » פרייטאג מארטש 08, 2019 1:34 am

ווער איז דאס האט געשריבן:אלעס האט א פרייז
ווילאנג בלומנגראוו איז געווען פרייזלעך האט מען געקויפט
סהאט זיך פארהאנקערט ווען די פרייז ארויף
דער ציבור איז פולקאם גרייט ציגיין אבער נישט מזאל רייטען אויף זיי
לעקוואד איז אויך די פרייז ארויף מיט דעם ריק זיך עס ווייל בייקומסט עפעס פריש אין שיין צי געשטעלט


די זאך מיט בלומינגראוו איז אז די גוטע און גרויסע הייזער איז שוין נישדא קיין סך , און די וואס יא בעטן די גוים אסאך , די קלענערע קליינע אלטע כאטקעס איז פשוט נישט ווערט , קענסט באקומען אין די פרישע 5 געגענטער ארום קרית יואל וואס איז צוגעקומען די לעצטע 12 חדשים אסאך בעסערע דיעלס

והשנית אידעלעך קלאוזען יעדן טאג אין בלומינגראוו מיט דעם אלעם וועגן זייער אסאך ווילן דוקא גיין און א עסטעבלישט געגענט און צאלן אביסעל מער

וועגן ניי ביזטו גערעכט און טאקע וועגן דעם צאלט מען אין מאנסי איבער טייערע פרייזן אין און קרית יואל

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » פרייטאג מארטש 08, 2019 1:52 am

אפשר זאל מרת לעזער קרויס מאכן שיעורים פאר די עזרת נשים...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג מארטש 08, 2019 11:18 am

נו שוין האט געשריבן:מאנכע געבן דא עצות אז עסקנים זאלן עוסק זיין אין פארשידענע מארקעטינג טעקניקס

לעניית דעתי איז אסאאך בעסער נגידים/אישי הציבור לאזן די זאך לויפן, זאלן זיי שטיין אין דער זייט און לאזן די ציבור מחליט זיין וואס זיי ווילן, לכאורה די אלע וואס האבן געמופט אין דזשערסי סיטי אדער בלומינגראוו ווילן דייקא נישט איינער זאל זיי הייסן וואס, ווי, וויאזוי און וואספארא סארט דירות צו קויפן/דינגן.

לדוגמא איינער עצהט מזאל אפקויפן הייזער, די וואס וואונען אפרישיעטן נישט אז סקומט א נגיד און קויפט אפ הייזער און דערנאך פארקויפן ווייטער, קיינער ברויך דאס נישט, אז נגידים זאלן אויף א געוויסע וועג קאנטראלירן די נייע סעלפ מעיד געגענטער. (אל תמות כדרך שמת פלוני...).


לכאורה האסטו מיך נישט גוט פארשטאנען, איך האב קודם מקדים געווען אז עטליכע גרויסע רבי'ס זאלן זיך ארויסציען, און דערנאך אויב מען גייט אויף דעם מהלך פון קויפן פון גויים אסאך אויפאמאל און פארקויפן פאר ביליג קען מען זייער מצליח זיין, ווייל די מענטשן האבן וואס צו קויפן פאר ביליג, און די סיבה פארוואס זיי קומען וואוינען אויף דעם פלאץ איז וועגן דעם רבי'ן וכדומה, און נישט נאר וועגן די הייזער.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג מארטש 10, 2019 10:33 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואס איז דער עיקר צוריקהאלט, וואס לאזט נישט דעם עולם מופן?


That's the Million dollar question!
There is certainly not one magical answer, but a mix of several factors.

In my opinion, In order for a family to make a move and settle in a new town, they must have one of the following 3 (or 4) Great's:

#1. Great Need.
For example, a family being evicted and they can't find even a semi decent house in their current community. Or a family living in a 2 bedroom apartment with 6+ children. Of course that's only the case if they are honest enough not to commit to a new lease that they can't afford. There are many other examples of Great need, some of them can even make a family move overnight to another country, such as Canada or Brazil, vd"l.

#2. Great Pleaseure.
This is the case when you can clearly see (without any brainwashing) that in almost all aspect of life, the living condition will be better in the new town. This includes but not limited to: Job security, Nice and comfortable house, Easily accessible Mosdos and Shuls, Accessible shopping, Good friends and social circle, etc, etc. Unfortunately, for a lot of people in our community, the fear of degrading their immaginatory social status, takes away their pride, and diminishes the Great pleasure they stand to benefit by moving to a new Town.

#3 Great Mind and Courage.
Simply said, everyone knows that's it's in their family's best interest to move out of town, even if they are currently comfortable and not desperate to move. It takes a lot of courage and a great mind to do something drastic NOW when the major benefit will only be in the coming years.

The way I see it, most people that have a Great Need already moved out of the city or are in the final stages of doing so. Unfortunately, as time passes more and more people fall in to this category and they will start making plans to move, without any pursuasion by someone else.

Same is is true with people of Great Mind and Courage, most of them have either moved already or in the process of doing it. As more and more people leave the city, it makes it easier for the rest of us (with not such great minds) to make the right calculations and it will also require less courage.

So what needs to be done in order to cause a mass migration? Will reserve that for the plan that I will submit at the contest and maybe earn myself $500.

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 10, 2019 12:06 pm

איין נקודה, וואס איך זעה אסאך דערמאנען נישט.
איינע פון די שוורעסטע זאכן אין לעיקוואד פאר סאטמאר איז די ענין פון מוסדות פאר גרויסע קינדער.
בעלזא האט נישט געהאט די פראבלעם, די פאקט איז בעלזא אינגעלייט האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון מופן צוליב מוסדות נאר האבן געשיקט אין עקזיסטירענדע מוסדות פון לעיקוואד, אזוי האבן זיי געקענט שיקן א דיין אן קיין פראבלעם.
זיי האבן נאר געעפנט מוסדות לויט די פארלאנג, און אזוי האבן זיי זיך נישט אזוי געמוטשעט.
מיין פארשלאג איז, צי ארבעטען אויף אינגעלייט וואס זייער עלטסטע קינד איז נישט מער ווי 3 יאר, פאר די איז סאך גרינגער צי קומען דא פאר רענט.
די פראבלעם איז נאר אז די זענען דערווייל קאמפארטעבל אין וויליאמסבורג, און ווען מען זעט זיך דערשטיקט אין שטאט, האבן רוב משפחות שוין א שטוב מיט קינדער און עס איז שוין דא אסאך אנדערע שוועריקייטן צו מופן

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 10, 2019 12:09 pm

א בקשה צו @בר דעת און נאך.

אייוועלט איז א סייט אויף דער אידישער שפראך. אויב קענט איר זיך נישט האלטן דערצו, דאן שרייבט בעסער נישט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנעטענע קיגעל און 8 געסט