*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

PDF פון די דירות קאנטעסט

תגובהדורך דירות קאנטעסט » זונטאג מארטש 17, 2019 7:52 pm

בייגעלייגט איז א PDF פון די דירות קאנטעסט אינפארמאציע.
אריינצושיקן אייער געדאנק אדער פאר הערות, שיקט א אימעיל צו DirosContest@gmail.com.

ותשועה ברוב יועץ
בשם השם נעשה ונצליח.
צוגעלייגטע
Diros Contest.pdf
(71.23 KiB) דאונלאודעד 99 מאל

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג מארטש 19, 2019 6:14 pm

קרן עזר פאריעקט
צוגעלייגטע
Screenshot_20190319-175226_Drive.jpg
Screenshot_20190319-175226_Drive.jpg (466.91 KiB) געזעהן 1397 מאל

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מאנטאג מארטש 25, 2019 1:50 am

ווי לאנג האט מען נאך ארייצוגעבן?

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

תגובהדורך דירות קאנטעסט » דינסטאג מארטש 26, 2019 10:56 am

לשאלת הרבים, מיר האפן אי"ה צו שליסן די פאזע פונעם קאנטעסט קומענדיגע זונטאג. דערנאך וועלן מיר עס מסדר זיין און ארויפלייגן אן אנקעטע.

שיקט אריין אייער געדאנקן צו DirosContest@gmail.com

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג מארטש 29, 2019 3:54 pm

איך האף אז ס'קומען אריין עפעס גוטע פלענער אז נישט וועל איך מיך עגבערן פארוואס איך האב גארנישט אריינגעשיקט אפשר וואלט איך נאך געוואונען...

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מארטש 31, 2019 5:32 am

הקדמה:
צו ערשט וויל איך באשטעטיגן אז יאך האב געזען דעם קאנווערט מיט פופציגערס אין וויכי'ס בוזעם טאש.

לעצם הענין, אזויווי איך זוך צו מופן, האב איך ערנסט אריינגעקוקט אין עטליכע פון די ישובים (איך האב זיך שוין אראפגעזעצט מיט איינוואוינער פון די ישובים דורכטון די נושא), ווי אויך האב איך גוט דורכגעטון די וויליאמסבורגער מארקעט, און כ'מיין אז איך האב א שטיקל ידיעה איבער וואס איז יא אדער נישט די פראבלעם, און דעריבער קען איך אפשר אויפקומען מיט א שטיקל געדאנק וואס די סעלושען זאל זיין. שטייצעך אז ווען מען האט ווען א בודזשעט פון א מיליאן דאלער וואלט געווען פיל בעסערע סעלושענס, און מיט א בודזשעט פון הונדערט מיליאן וואלט מען געקענט אויפטון נאכמער, אבער מען רעדט דאך דא פון א באגרעניצטע בודזשעט פון $100,000, און דעריבער וועלן מיר פרובירן ארויסצונעמען דאס מאקסימום דערפון.

איבערבליקנדיג דעם אשכול האב איך געזען אז דער עולם האט ארויפגעברענגט אסאך גוטע פוינטס פון אלע זייטן, און טיילמאל איז דא קעגנזייטיגע מיינונגען וואס ביידע זענען גערעכט. איך וועל דעריבער צוערשט אויסשמועסן וואס איז דער מצב אויפן' 'פראנט', וואס איז 'נישט' די פראבלעם, דערנאך וואס איז יא די פראבלעם, וועלכע סעלושען איז נישט אויספירבאר מיט הונדערט אלפים, און וואס מען זאל לדעתי טוען מיט'ן געלט.

דער מצב כהיום

דער וויליאמסבורגער דירות מארקעט:
פאר בערך פינף יאר צוריק, ווען רוב פון די שטעטליך זענען נתייסד געווארן, איז דער מצב אין וויליאמסבורג געווען איום ונורא. מייקרי שער האבן ארויפגערוקט די פרייז פון צוויי בעדרום דירות צו $2,500 און אפי' העכער, און צוויי פיסיגע חיות המכונה דעוועלאפערס האבן אנגעהויבן בויען צוויי 'בעדרום' דירות אן קיין דיינינג רום און אלעס איז צוגאנגען ווי מצה וואסער. חרוב'ע בעיסמענטס זענען צוכאפט געווארן נאך פאר מען האט זיי אפי' געקענט עדווערטייזן.

היינט איז דער מצב אינגאנצן אנדערש. איך האב מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי א בעה"ב פון א הערליכע צוויי בעדרום דירה וואס מען דארף נישט אריינלייגן קיין פעני - ניטאמאל פעינטן אדער סקרעיפן - האט בע"כ געמוזט אראפרוקן די פרייז פון צוויי טויזנט צו ניינצן - און ס'נאכאלץ נישט פארדינגען, א שיינע צוויי בעדרום דירה אין צענטער פון ליע עוועניו האט דער בעה"ב מיר מודה געווען אז ער וועט נישט קענען באקומען וואס דער פריערדיגער טענענט האט געצאלט (צוויי טויזנט), און כ'מיין אז עס האט זיך למעשה פארדינגען פאר $1,700, איך האב מיטגעהאלטן ווי א גרויסע 2.5 בעדרום דירה מיט א גרויסע פארטש איז געגאנגען פאר $2,200, די אלע וואס האבן דיינינג-רומ-לאזע דירות ברעכן זיך קאפ ווייל קיינער וויל עס נישט דינגען, בקיצור: די פרייזן האבן געטראסקעט, די מארקעט איז פול געווארן מיט פרישע דירות (צו סיז דאמסי אדער אנדערע פריש-פארטיג-געווארענע בנינים, אדער צוליב די מאסן וואס מופן ארויס), און דער עולם רענטערס האבן א היבשן אויסוואל און רייסן זיך שוין נישט אזוי פאר א דירה.

דעת הקהל:
נאך עפעס וואס האט זיך געטוישט איז דער דעת הקהל איבער ארויסמופן. פאר פינף יאר צוריק האבן כמעט נאר ארויסגעמופט יוקלעך און לא יצלח'ס (עכ''פ אזוי האט מען געשמועסט), און ווייניג 'נארמאלע' מענטשן האבן גענומען אין באטראכט די מעגליכקייט ארויסצומופן. היינט איז ארויסמופן א נארמאלע ערשיינונג, און אסאך יונגעלייט (און איך רעד פון יונגע יונגעלייט עטליכע יאר נאך די חתונה וואס דארפן נאכנישט קיין ריזיגע דירות) קוקן ערנסט אריין אין די אפשענס (און אסאך טוען טאקע למעשה)

די אויסוואל:
איינער האט אויפגעברענגט אויבן די מעלה פון סטעטען איילענד אז עס האט נישט קיין אייגענע מוסדות נאר מען פארט אריין קיין בארא פארק. אנדערע האבן גע'טענה'ט פארקערט, אז די גרעסטע ישועה פאר בלומינגבורג איז געווען ווען זיי האבן אוועקגעשטעלט אייגענע מוסדות. און די אמת איז אז ביידע זענען גערעכט! מצד אחד זענען דא מענטשן וואס ווילן נאר ארויסמופן צו א פארטיגע שטעטל, און סיז זיי זייער וויכטיג ס'זאל דארט זיין אייגענע מוסדות. פון די אנדערע זייט איז דא מענטשן וואס מאכן זיך די חשבון אז זיי מופן ארויס כדי אפצואטעמען פינאנציעל, נישט צו נעמען אויף זיך דעם פעקל פון אויסהאלטן פרישע מוסדות מיט אלע חבלי לידה. ווי אויך קען פאסירן ווי ס'האט פאסירט ביי מיר,אז איינס פון די ישובים וואס איך האב ערנסט גענומען אין באטראכט האט אייגענע מוסדות וועלכע זענען מיר נישט אזוי צום הארצן, און ווען זיי האבן ווען אנשטאט טראנספארטאציע צום נענטסטן עסטעבלישט ישוב וואלט איך זיך גרינגער אהינגעצויגן.

ענליכס איז געווען וואס האבן אגעמערקט אז דער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף נישט קיין גראז און לופט נאר ווילן ענדערש סיטי לייפסטייל, און אנדערע טענה'ן אז ס'נישט וואר נאר דער עולם זוכט יא גראז און ביימער.

די גוטע נייעס אין דעם הינזיכט איז, אז ס'שוין ב''ה דא אן אויסוואל פון ישובים, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס טעיסט, פאר יעדן לעוול אין רוחניות, מיט/אן אייגענע מוסדות, מיט/אן גראז און ביימער, וכו' וכו'. דאס מיינט אז די אלע זייטיגע פראבלעמען זענען שוין היינט נישט קיין שטער פאר ווער עס זוכט צו מופן. אודאי איז שייך ס'זאל זיין נאך מער, אבער אויב האט מען א באגרעניצטע בודזשעט פעלט נישט אויס צו אינוועסטירן אין די זאכן.

וואס איז נישט די פראבלעם:

דעת הקהל
1) עטליכע האבן דא געשריבן אז מען זאל נוצן די געלט אויפ א מאסיווע אויפקלערונס קאמפיין, בעיקר ביי די נשים. לדעתי איז א שאד די געלט. פאר פינף יאר צוריק וואלט דאס אפשר געווען די ריכטיגע זאך, אבער ווי געזאגט איז די מציאות הדברים אז די גאנצע בליק אויף ארויסמופן האט זיך געטוישט. ס'שוין דא היינט הונדערטער פארלעך וועלכע זענען גרייט ארויסצומופן אין די שטעטלעך, נאר זיי האבן פארשידענע סיבות פארוואס עס לוינט זיי נישט וכדומה. אודאי איז נאך דא וואס צו טוען אין דעם ענין, אבער אויב האט מען בלויז הונדערט אלפים איז ענדערש אויסצונוצן דאס געלט אויף מענטשן וועלכע זענען גרייט צו מופן און דארפן נאר א קליינעם 'פוש'.

נישטא די ריכטיגע שטעטל
2) די זעלבע איז מיט אלע עצות איבער בויען אזא סארט ישוב אדער אזי סארט שטעטל, עס איז היינט דא א ברייטע אויסוואל פון אלע סארט הייזער און אלע סארט קראודס, און עס איז דא ווער עס איז גרייט צו מופן צו די שטעטלעך. דעריבער איז א שאד צו נוצן די קארגע פאר דאלער אויף אזא ברייטע פראיעקט (חוץ מזה וואס עס קאסט פיל פיל מער ווי הונדערט טויזנט דאלער), ווען מען קען עס ענדערש נוצן גרינגער און פיל מער עפעקטיוו צו העלפן די וואס האבן זיך שוין צוגעפאסט א שטעטל צו מאכן די פאקטישע מאוו.

וואס איז יא די פראבלעם:

עטליכע האבן אויפגעברענגט פארשידענע פראבלעמען וואס האלטן צוריק מענטשן צו גיין, אבער בעיקר קומט כמעט אלעס צוריק צו איין זאך: געלט.

כדי דער עולם זאל פארשטיין וואס איך מיין, וועל איך מסביר זיין וואס האט פאסירט ווען איך האב זיך אראפגעזעצט מאכן די חשבון צו עס לוינט מיר צו מופן. איך האב שוין געמאכט דעם חשבון עטליכע מאל, ביי עטליכע געגנטער, און יעדעס מאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך פארדין גארנישט פינאנציעל.

א צייט צוריק האב איך גענומען אין באטראכט דשערזי סיטי. איך האב קאנטעקטעד איינס פון די חשוב'ע אייוועלט ניקס וואס האבן א יד דארט אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט אים די חשבונות. מיין פלאן איז נישט געווען צו קויפן (סיי ווייל איך בין נאכנישט 100% איבערצייגט אין די עתיד פונ'ם ישוב, און סיי ווייל איך האב נישט קיין חשק זיך ענדגילטיג צו סעטלען אין אזא פאר'חמ'טן געגנט, ועוד), נאר מיין פלאן איז געווען צו דינגען פאר ביליג, און אזוי קענען אפשפארן במשך די יארן און עווענטועל קויפן אין א ישוב וואס איז מיר מער צום הארצן. איז מיר אויסגעקומען אז אויב מוף איך קיין דזשערזי סיטי וועל איך דארפן ארויסנעמען א קאר, און די הוצאות פון די קאר (ליעס, געז און טאל) וואלט אויסגעקומען א מינימום פון $600 א חודש. דער דזשערזי סיטיער האט מיר פארגעשלאגן אז עס זענען דא עטליכע וואס פארן אריין קיין ווילי יעדן טאג און נעמען גערן מיט, אבער אויף דעם אופן וואלט איך געמוזט אויפגעבן א זייטיגע אינקאם וואס ברענגט מיר... $600 דאלער א חודש. דאס מיינט אז אידער וועי וואלט איך דערלייגט כאטש $600 דאלער א חודש, וואס דאס מיינט אז די גאנצע דיפרענס צווישן וואס איך צאל אין ווילי מיט וואס איך וואלט געצאלט אין דזשערזי וואלט געווען א קנאפע הונדערטער, און דאס איז נאך פאר'ן צורעכענען די זייטיגע הוצאות וואס קומען צו מיט'ן וואוינען אויסער די שטאט.

די זעלבע איז מיט אנדערע ישובים וואו איך האב אריינגעקוקט; די רענט איז טאקע פיל ביליגער, אבער עס קומען צו אנדערע עקספענסעס אזוי אז מען פארדינט גארנישט פינאנציעל.

און די זעלבע האב איך געהערט פון אנדערע, אז ווען זיי האבן געמאכט די חשבון אויף פען און פאפיר האט זיך עס נישט געלוינט.

און איה"נ אז מען קען אין רוב ערטער טרעפן דזשאבס לאקעלי, איז עס אבער נישט גענוג ווען מען מאכט די פען און פאפיר חשבון צו מען זאל מופן אדער נישט.

לאמיר אצינד אויסרעכענען עטליכע סיבות וואס האלטן צוריק מענטשן פון מופן.

1) מען פארדינט גארנישט (אדער כמעט גארנישט). דאס איז לכאורה די עיקר פראבלעם ווי אויסגעשמועסט אויבן, אז אויב קומט צו די הוצאות פון א קאר, העכערע שכ"ל, שוואכער באצאלטע ארבעט וכדומה, פארדינט מען כמעט גארנישט פינאנציעל, איבערהויפט מיט די יעצטיגע מצב אין ווילי וואו די פרייזן פאר קלענערע דירות זענען גאר שטארק געפאלן. און איה"נ אז אין רוב נייע געגנטער קען מען פאר די געלט לעבן פיל מער בהרחבה, איז אבער די מציאות אז דאס אליינס רעדט נישט צו מענטשן (והא ראי', מענטשן וואוינען נאך אין ווילי...), און כ"ז מען פארדינט גארנישט פינאנציעל זענען מענטשן נישט אינטערעסירט.

2) דזשאבס. א מענטש וואס איז מסודר אין שטאט מיט א דזשאב, דארף זיך אים עכט לוינען אז ער זאל מחליט זיין אז ער מופט ארויס. און כאטש ווי טייל טענה'ן אז כמעט יעדער טרעפט א דזשאב אינ'ם נייעם ארט, איז עס פארט נישט די זעלבע ווי א לאנגיעריגע דזשאב מיט וואס מען איז מער ווייניגער סעקיורד, נעמענדיג אין באטראכט ווי לאנג עס קען דויערן ביז מען טרעפט א דזשאב וואס איז אמת'דיג צוגעפאסט. אפי' פינאנציעל גערעדט איז די סטאביליטעט פון אן עקזיסטירנדע דזשאב אויך ווערט אפאר דאלער.
אלזא, כדי א מענטש זאל נעמען אין באטראכט צו דראפן זיין דזשאב אויפ'ן חשבון פון אן אומבאוואוסטן צוקונפט, דארף זיין א שטארקע אינסענטיוו - א פינאנציעלע אינסענטיוו אויב מעגליך - אז עס זאל אים זיין ווערט צו נעמען די ריסק.

3) ווי איינער האט שוין אויסגעשמועסט, אפי' ווען מען האט שוין געמאכט די חשבון און געזען אז עס לוינט פינאנציעל, דארפן מענטשן א פוש וואס זאל זיי מאכן דעסיידן אז 'יעצט מוף איך!'

וואס איז 'נישט' די לעזונג

לאמיר אצינד אויסרעכענען עטליכע איידיעס וואס מען האט דא אויפגעברענגט, און פארוואס דאס איז נישט קיין אפשען.

1) ארויסברענגען א דיין/רב/רבי.
אויף דעם האט דער עולם שוין מעורר געווען אז עס קאסט פיל מער ווי הונדערט אלפים, שוין אפגערעדט אז מען וויל שטופן 'אלע' ישובים.

2) אפקויפן אסאך הייזער און זיי ווייטער פארקויפן פאר די זעלבע פרייז.
דאס איז גראדע נישט קיין שלעכטע געדאנק, אבער מיט הונדערט טויזנט דארלער וועט עס נישט אנקומען צו ווייט.

3) לייגן א גרויסע געוויכט אויף קויפערס.
עס איז אודאי א געווינטשענע זאך, אבער מיט דעם בודזשעט קען מען נישט אויפטון קיין סאך אין דעם הינזיכט. דעריבער איז מיין מיינונג אז מען זאל ארבעטן צו שטופן אז מער רענטערס זאלן ארויסמופן, וואס דאס וועט אויטאמאטיש ברענגען מער קויפערס וויסנדיג אז ס'דא מער שאנסן צו באקומען א טענענט.
(ווי מיר וועלן באלד זעהן איז אפשר יא דא עפעס וואס מ'קען טון אין דעם ריכטונג.)

4) רענט וואוטשער פאר א יאר, האט דאך שוין דער שרייבער פון דעם געדאנק אנגעוויזן אז עס פאדערט זיך פיל מער געלט.

5) אויפקלערונג קאמפיין, ווי געשריבן אויבן אז נישט דאס איז דער פראבלעם.

6) אויפשטעלן אן אפיס וואס זאל זיך אפגעבן מיט יעדן קעיס באזונדער זעהן וויאזוי מען קען ארויסהעלפן צו מאכן דאס מופן גרינגער אין ביליגער (איינער האט מיר דאס געזאגט פרייטאג).
אויפשטעלן אזא אפיס מיט צוויי ארבעטער וועט קאסטן כאטש א הונדערט אלפים די ערשטע יאר בלויז פאר רענט און וועידזשעס, טא וואס וועט די אפיס קענען טון אויב זיי האבן נישט קיין געלט מיט וואס צו טון די פאקטישע הילפס ארבעט?

און אצינד קומען מיר בעזר השם צום פלאן.

וואס קען יא זיין א שטיקל סעלושען

דעתי העניה איז, אויב האט מען א קאסע פון הונדערט טויזנט דאלער יעדן חודש, קען מען ארויסנעמען די מאקסימום דערפון מיט אזא מהלך: מען וועט אויפשטעלן א פראגראם וואס וועט צאלן א רענט וואוטשער פון פינף הונדערט דאלער פאר יעדן וואס מופט ארויס צו איינס פון די נייע געגנטער. די פראגראם עפנט זיך (לאמיר זאגן) מאי דעם ערשטן 2019 למספרם (וואס קומט אויס געציילטע טעג נאך פסח), און וועט בעזר השם לויפן א גאנצע יאר, ביז אפריל דעם דרייסיגסטן, 2020.

לאמיר אצינד אראפלייגן די גענויע פרטים פון דעם פראגראם, און דערנאך וועט מען אויסשמועסן די בענעפיטן דערפון.

סטעפ איינס:
אנגעהויבן מאי דעם ערשטן, וועט יעדער איד וואס וואוינט אין ברוקלין קענען אריינגעבן אן אפליקאציע צום עסקן וועלכער וועט זיין ממונה אויף דעם פראגראם. דער עסקן וועט אריינלייגן אלע אפליקאנטן אינ'ם קאמפיוטער לויט'ן סדר וויאזוי מען האט ערהאלטן די אפליקעישאנס, און אזויווי מען ווערט ארויפגעלייגט אויף די ליסטע וועט מען באקומען א נאטיפיקאציע אז די אפליקאציע איז אנגעקומען.

סטעפ צוויי:
נאכדעם וואס די אפליקעישאנס ווערן ערהאלטן ווער מען מעלדן פאר די ערשטע אכצן אפליקאנטן אז זייער אפליקעישאן איז אפראווד, און זיי זאלן אנהייבן זוכן א דירה.
דער עסקן וועט נאר אפראוון אפליקעישאנס לויט וויפיל געלט סיז דא אין די קאסע. דעריבער קען מען קודם נאר אפראוון א באגרעניצטע צאל אפליקאנטן, און אויב טייל וועלן ארויספאלן (ווי געשריבן ביי סטעפ דריי) און/אדער וועלן נישט מופן גלייך, וועט זיין נאך געלט, וועט דער עסקן קענען ווייטער אפראוון אפליקעישאנס. אויב וועט בלייבן לאמיר זאגן בלויז א טויזנטער אין די קאסע, קען דער עסקן אפראוון איינעם פאר בלויז צוויי חדשים, מיט א דין קדימה אויב קומט אריין נאך געלט.

סטעפ דריי:
אזויווי מען באקומט די מעלדונג אז די אפליקעישאן איז אפראווד, האט מען דרייסיג טעג צוריקצוקומען צום עסקן מיט א געסיינטע ליעס אין איינס פון די שטעטלעך. אויב קומט מען נישט ביז דרייסיג טעג מיט א ליעס, פארלירט מען גענצליך די רעכט צו געניסן פון דעם פראגראם .

סטעפ פיר:
נאכ'ן באשטעטיגן אז מען האט שוין א ליעס, וועט דער עסקן באשטימען א וואוטשער אויף יעדן חודש, פון ווען מען מופט פאקטיש ביז אפריל 2020. דאס טייטש אויב איינער ווערט אפראווד לאמיר זאגן מאי 20 2019, און ער ברענגט א ליעס יוני 15, אבער ער מופט פאקטיש אריין סעפטעמבער, וועט דער עסקן אוועקלייגן פאר אים וואוטשערס אויף סעפטעמבער, אקטאבער א.א.וו. ביז אפריל 2020.

דאס איז בערך די אויסשטעל פונ'ם פראגראם. לאמיר יעצט איבערגיין די בענעפיטן פון דעם פראגראם, וואסערע פראבלעמען קענען זיך מאכן און וויאזוי מען זאל עס באווארענען.

1) די הויפט פארדינסט איז אז עס ווען עס קומט צו מאכן די געלט חשבונות איז דא א שטארקע שטופ אויפ'ן וואגשאל וואס זאל מכריע זיין צו מופן.
פון וואו ווייס איך אז עס קען ארבעטן? ווייל ווען דזשערזי סיטי האט עדווערטייזד אז זיי גיבן וואוטשערס פאר טייל פון די רענט, האט עס מיר געמאכט איבערקלערן מיין החלטה נישט אהינצוגיין. למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, אבער עס וועט זיכער געבן א שטופ פאר די מענטשן וואס האלטן ערנסט ביים מופן, צו נעמען דעם פאקטישן שריט.

2) עס וועט געבן אן אינסענטיוו פאר מענטשן עס צו טון 'שוין יעצט'. פאר מענטשן וואס זענען גרייט צו מופן נאר דארפן דעם לעצטן שטופ, וועט עס אודאי זיין א שטארקע שטופ וויסנדיג אז וואס א חודש פריער זיי מופן וועלן זיי שפארן נאך פינף הונדערט דאלער. דאס איז אייגנטליך די עיקר סיבה פארוואס מיר האבן אוועקגעשטעלט דעם פראגראם מיט אן אפלויף דאטום אנשטאט געבן פאר יעדעם פאר כך וכך חדשים, ווייל אזוי האט מען אן אינסענטיוו צו מופן וואס פריער.

3) אויב די אפראווטע מופן ארויס א חודש צוויי שפעטער, וועט די פראגראם האבן געלט פאר נאך אפליקאנטן.

4) איינס פון די סיבות פארוואס מענטשן האלטן זיך צוריק פון קויפן אין אזעלכע ערטער ווי למשל לעיקוואוד, איז די שטארקע מעגליכקייט אז מען וועט נישט טרעפן א טענענט. די פראגראם וועט אביסל פארלייכטערן דעם פראבלעם דורכ'ן שטופן מער מענטשן צו מופן בתורת רענטערס, וואס דאס קען עווענטועל ברענגען מער קויפער.
(מען קען אפשר אויסשטעלן דעם פראגראם אז קויפער זאלן קענען באקומען די וואוטשער פאר די מארטגעדזש, אבער דאס דארף ווערן אויסגעארבעט.)

5) אזא פראגראם האט זעראו אווערהעד קאסטן. וויבאלד יעדער אן אויסנאם וואס איז גרייט צו מופן באקומט זיין וואוטשער לויט די רייע, שפארטדאס די קאסטן פון אן אפיס, קאנסאלטענטס, בוקקיפערס וכו'. אזויווי עס פאדערט נישט אזויפיל ארבעט (בלויז אריינלייגן די אינפא אין קאמפיוטער, איינמעלדן ווען מ'ווערט אפראווד, און טיילן די וואוטשערס), וועט נישט זיין שווער צו שאפן אן עסקן וואס זאל שטיין בראש גענצליך לשם מצוה. אפי' אדווערטייזמענט שפארט מען זיך, ווייל די נייעס איבער אזא פראגראם וועט זיך גאר שנעל פארשפרייטן פון מויל צו אויער, אייוועלט, וואטסעפ וכו'.
דאס מיינט אז די גאנצע געלט ממש וועט קענען גענוצט ווערן פאר'ן פראגראם.

6) איינמאל מען האט עסטעבלישט אזא פראגראם, אפי' אויב מען הייבט אן מיט הונדערט טויזנט, האט מען גרייט א סיסטעם אז אויב מענטשן וויל געבן געלט פאר דעם צוועק, קען מען מיט יעדן עקסטערן דאלער געבן נאך א קליינעם שטופ דורך ארויסהעלפן - כאטש טיילווייז - נאך א יונגערמאן ארויסמופן.

7) נאך א גרויסע מעלה האט אזא פראגראם אז עס שטופט אלע ישובים אייניג, און עס גיבט א שאנס פאר יעדן צו געניסן דערפון אינ'ם ישוב וואס איז אים די מערסטע צום הארצן. דאס ברענגט אויטאמאטיש ארויף די מעגליכקייט אז מענטשן זאלן זיך פאקטיש אנשליסן דערין און ארויסמופן.

אצינד לאמיר אויסשמועסן די פראבלעמען וואס קענען זיך מאכן, און וויאזוי מען זאל עס באווארענען.

די ערשטע פראבלעם אויף וואס מען דארף חושש זיין איז, אז ווי נאר די נייעס איבער'ן פראגראם וועט ארויסגיין אין גאס, וועט יעדער מיט הענט און פיס שנעל אריינשיקן אן אפליקעישאן, כאטש זיי האלטן נישט באמת דערביי (קודם לאמיר עפלייען, נאכדעם וועט מען שוין זעהן...). דאס וועט ברענגען אז די ערשטע סלאטס וועלן ווערן פארכאפט דורך מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט עכט צו מופן, און דאס וועט סתם פארשלעפן דעם פראגראם ביי די וואס האלטן יא דערביי. ווי אויך וועט עס איבערשטרענגען דעם עסקן און די גאנצע פראגראם מיט אומנויטיגע ארבעט.
כדי דאס צו באווארענען, מוז מען מאכן א באשטימטע צייט ווי לאנג מען האט צו ברענגען א ליעס, און אויב פאלט מען דורך קען מען מער נישט באקומען די וואוטשער אדער עפלייען נאכאמאל. דאס וועט מאכן אז מענטשן וועלן נאר עפלייען ווען זיי האלטן ערנסט דערביי, ווייל אויב נישט וועלן זיי פארלירן די מעגליכקייט עס צו נוצן ווען/אויב זיי וועלן טאקע וועלן מופן.

נאך א פראבלעם וואס קען זיך מאכן איז טראסט. מענטשן וועלן ווילן זיין זיכער אז אלעס ווערט געפירט בצדק וביושר.
היות די פראגראם איז זייער סטרעיטפארווארד, איז דאס נישט אזוי שווער צו באווארענען. מען וועט מאכן אז מען קען נאר אריינשיקן די אפליקעישאן דורך אימעיך אדער פעקס, און מען קען אויסשטעלן אז אלע אימעילס און פעקסעס זאלן אויך אנקומען צו א ועד פון בעלי בתים און רבנים, וועלכע וועלן קענען איבערקוקן די ליסטע צו יעדע צייט צו זעהן צו מען האט עס טאקע אויסגעשטעלט לויט די סדר ווי עס איז אנגעקומען, און צו מען האט נישט ארויסגעלאזט נעמען צוליב פריוואטע חשבונות וכדומה.

ביז אהער איז בערך מיין פלאן וואס מען זאל טון מיט'ן געלט. פארשטייט זיך אז מען קען עס אויסארבעטן נאך בעסער און נאך שענער, אבער פאר די בעיסיק אוטליין מיין איך איז דאס א פאסיגע פלאן.

---------

אגב, אויב איינער ווייסט פון א לייטישע צוויי בעדרום דירה אין ב"פ אדער ווילי פאר א נארמאלע פרייז, זאל מען זיך ביטע ווענדן צו מיר אינישי.
Innocent until proven Republican

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

תגובהדורך דירות קאנטעסט » זונטאג מארטש 31, 2019 8:17 am

א גרויסע יישר כוח פאר אלע וואס האבן שוין אריינגעשיקט זייערע פלענער. מיר האבן געפענט א באזונדערע אשכול ווי מיר וועלן בס"ד ארויפלייגען אלע פלענער וואס זענען אריינגעקומען.

איר קענט נאך אריינשיקן אייערע פלענער ביז היינט ביינאכט און מיר וועלן עס ארויפשטעלן בס"ד. שיקט אן אימעיל צו DirosContest@gmail.com

איר קענט נאך זיין די געווינער פונעם פארמעסט און גלייכצייטיג באקומען די $500.

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 31, 2019 12:36 pm

Think and Thank האט געשריבן:הקדמה:

גאנץ א גוטע פלאן, אבער עטליכע הערות.
קענסט מאכן א וואוטשער פאר ווייניגער, היות עס איז נאר א שטופ, מוזטו נישט געבן אזוי סאך, ווייל דאס איז געמאכט פאר איינער וואס טראכט שוין צו מופן און ער דארף נאר א שטופ, איז גענוג ווייניגער.
די דעסטינאציע זאל נאר מעגן זיין צי א געגנט וואס האט נישט קיין אייגענע דירות קריזיס נישט צי א געגענט ווי מאנסי אדער קרית יואל אפילו גלילות פון ביידע דארף נישט קיין חיזוק.

געבן א דין קדימה פאר בלומינגבערג, דזשערסי סיטי אדער לינדען וואס דארט דארף מען מער חיזוק, קען זיין מען קען עס צוזאם שטעלן מיט יעזורו פראגראם און געבן פאר די שטעט מער געלט פאר די וואוטשערס און עס זאל קומען מיט די הילף פון אן עסקן פון די געגענט.
אדער אויב עס מאכט זיך אן עסקן וואס וויל העלפן אויפבויען א נייע געגנט וואס וועט זיין א ישועה פאר דורות.

לעיקוואד דארף עכט נישט היינט מער קיין חיזוק ביים חסידישע המון עם, דער עולם קומט אין די מאסן די לעצטע פאר יאר און אלעס איז דא צוגעשטעלט. נאר ביי די סאטמארע קרייז קען מען נוצן חיזוק.
אפילו יעצט אויף די מאמענט איז דא גענוג דירות צו דינגען אין לעיקוואד, איז עס אבער א שטאט ווי עס איז געווען א רענטאל קריזיס פאר עטליכע יאר צוריק און ווי עס קוקט אויס איז די מארקעט געסעטלט און עס גייט שוין צוריק ארויף צוביסלעך.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מארטש 31, 2019 3:31 pm

לעיקוואד האט געשריבן:גאנץ א גוטע פלאן, אבער עטליכע הערות.
קענסט מאכן א וואוטשער פאר ווייניגער, היות עס איז נאר א שטופ, מוזטו נישט געבן אזוי סאך, ווייל דאס איז געמאכט פאר איינער וואס טראכט שוין צו מופן און ער דארף נאר א שטופ, איז גענוג ווייניגער.

כדי עס זאל געבן די ריכטיגע שטופ דארף עס זיין א סאבסטענשעל סכום. איבערהויפט ווען מען נעמט אין באטראכט אז אסאך פון די וואס ווילן מופן טוען עס נישט פשוט וויבאלד זיי פארדינען כמעט גארנישט, דעריבער אויב לייגט מען צו פינף הונדערט גאלער א חודש צום איקוועיזשאן טוישט עס די גאנצע בילד. צוויי הונדערט דאלער איז נישט גענוג צו מאכן אן ערנסטן חילוק, און סיז נישט גענוג א שטארקע שטופ.
(אודאי וואלט געווען נאך בעסער ווען מען קען געבן נאך מער, אבער מיט אזא באגרעניצטע בודזשעט איז דאס די מאקסימום וואס מען קען געבן, און פון די אנדערע זייט איז עס די מינימום וואס מען קען געבן עס זאל עכט אויסמאכן.)

לעיקוואד האט געשריבן:די דעסטינאציע זאל נאר מעגן זיין צי א געגנט וואס האט נישט קיין אייגענע דירות קריזיס נישט צי א געגענט ווי מאנסי אדער קרית יואל אפילו גלילות פון ביידע דארף נישט קיין חיזוק.

געבן א דין קדימה פאר בלומינגבערג, דזשערסי סיטי אדער לינדען וואס דארט דארף מען מער חיזוק, קען זיין מען קען עס צוזאם שטעלן מיט יעזורו פראגראם און געבן פאר די שטעט מער געלט פאר די וואוטשערס און עס זאל קומען מיט די הילף פון אן עסקן פון די געגענט.
אדער אויב עס מאכט זיך אן עסקן וואס וויל העלפן אויפבויען א נייע געגנט וואס וועט זיין א ישועה פאר דורות.

פארשטייט זיך אז היות די עיקר ציל איז צו בויען די נייע שטעטלעך, וועלן נאר די וואס מופן צו די נייע שטעטלעך קוואליפיצירן פאר דעם פראגראם.

לעיקוואד האט געשריבן:לעיקוואד דארף עכט נישט היינט מער קיין חיזוק ביים חסידישע המון עם, דער עולם קומט אין די מאסן די לעצטע פאר יאר און אלעס איז דא צוגעשטעלט. נאר ביי די סאטמארע קרייז קען מען נוצן חיזוק.
אפילו יעצט אויף די מאמענט איז דא גענוג דירות צו דינגען אין לעיקוואד, איז עס אבער א שטאט ווי עס איז געווען א רענטאל קריזיס פאר עטליכע יאר צוריק און ווי עס קוקט אויס איז די מארקעט געסעטלט און עס גייט שוין צוריק ארויף צוביסלעך.

גראדע איז דא סאאאך מער רענטעל דירות אין לעיקוואוד ווי רענטערס. סיי וויאזוי איז לעיקוואוד א ריזיגע, אוועקגעשטעלטע שטאט און וועט לכאורה נישט קוואליפיצירן פאר דעם פראיעקט.
Innocent until proven Republican

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » זונטאג מארטש 31, 2019 5:10 pm

אויב איינער פארדינדט נישט גארנישט פון מופן און ער איז העפי מיט א קליינע דירה און די סיטואציע אין ברוקלין, און ער פלאנט צו בלייבן א רענטער אייביג אדער זיך צו פארחובותן צו קויפן איז נישט אינטערסאנט זיי צו אינסענטיווייזען צו מופן און עס וועט לכאורה נישט העלפן די אינסענטיוו.
עס דארף זיין אן אינסענטיוו פאר די וואס האלטן עכט דערביי, און אויך צי א גרויסע אינסענטיוו איז נישט גוט עיין ערך בל... ווען מען האט געגעבן אומזינסט/זייער ביליג דירות פאר די נחשונים האט עס געשלעפט א טייפ קליענטעל.
לעיקוואד דארף א שטופ פאר די עכטע סאטמארע אינגערמאן וואס האלט צוויי דריי יאר נאך די חתונה. עס וועט טאקע זיין שווער צי אינפארסן פארוועם יא און פארוועם נישט, אבער דאס איז נישט קיין גאווערמענט פראגרעם וואס טאר נישט דיסקרימענעטען.
לעיקוואד האט ביזדערווייל גענוג דירות פאר רענט, אבער דאס וועט נישט צי לאנג אנהאלטן. עס איז א סייקל. איך אליינס האב שוין מיטגעהאלטן 2 סייקעלס. יעדע פאר יאר איז א פרישע סייקל.
ווידעראום אויב די פראגראם איז נאר פאר דזשערסי סיטי, איז דאך שוין געווען אן ענליכע פראגראם פאר רענטערס.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 31, 2019 5:15 pm

Think and Thank האט געשריבן:הקדמה:

אגב, אויב איינער ווייסט פון א לייטישע צוויי בעדרום דירה אין ב"פ אדער ווילי פאר א נארמאלע פרייז, זאל מען זיך ביטע ווענדן צו מיר אינישי.

א 2.5 בעדרום דירה פאר $2200 איז גוט? די שרייבסט דרך אז עס דא לרחצה ביליגע דירות אפגערעדט פון צוויי בעדרומס? ביטע קלאר אויס דיינע ווערטער וועגן עס זעט אויס ווי ליצנות דיין גאנצע תגובה מיט די לעצטע אגב...

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מארטש 31, 2019 10:02 pm

אדרבה ואדרבה! א 2.5 איז דאס וואס איך זוך!
און מיט דעם וועט פארענטפערט ווערן דיין צווייטע קשיא...
(בלית ברירה וואלט איך גענומען א צוויי בעדרום, אבער לכתחילה זוך איך אביסל גרעסער, אדער א בארא פארקער סייז צוויי בעדרום.)
Innocent until proven Republican

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 31, 2019 10:06 pm

Think and Thank האט געשריבן:אדרבה ואדרבה! א 2.5 איז דאס וואס איך זוך!
און מיט דעם וועט פארענטפערט ווערן דיין צווייטע קשיא...
(בלית ברירה וואלט איך גענומען א צוויי בעדרום, אבער לכתחילה זוך איך אביסל גרעסער, אדער א בארא פארקער סייז צוויי בעדרום.)

וויפעל איז דיין בוזשעט?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג מארטש 31, 2019 10:10 pm

Think and Thank האט געשריבן:
איך האב מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי א בעה"ב פון א הערליכע צוויי בעדרום דירה וואס מען דארף נישט אריינלייגן קיין פעני - ניטאמאל פעינטן אדער סקרעיפן - האט בע"כ געמוזט אראפרוקן די פרייז פון צוויי טויזנט צו ניינצן - און ס'נאכאלץ נישט פארדינגען,

איך זיך גראדע א דירה פאר א נאנטער קרוב מיינע , וואס איז די חסרונות פון די דירה אדער פארוואס שמעקט עס נישט פאר אייך?

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מארטש 31, 2019 10:13 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר וואכן ווי א בעה"ב פון א הערליכע צוויי בעדרום דירה וואס מען דארף נישט אריינלייגן קיין פעני - ניטאמאל פעינטן אדער סקרעיפן - האט בע"כ געמוזט אראפרוקן די פרייז פון צוויי טויזנט צו ניינצן - און ס'נאכאלץ נישט פארדינגען,

איך זיך גראדע א דירה פאר א נאנטער קרוב מיינע , וואס איז די חסרונות פון די דירה אדער פארוואס שמעקט עס נישט פאר אייך?

קומינישי
Innocent until proven Republican

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מארטש 31, 2019 10:48 pm

Think and Thank האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:די דעסטינאציע זאל נאר מעגן זיין צי א געגנט וואס האט נישט קיין אייגענע דירות קריזיס נישט צי א געגענט ווי מאנסי אדער קרית יואל אפילו גלילות פון ביידע דארף נישט קיין חיזוק.

געבן א דין קדימה פאר בלומינגבערג, דזשערסי סיטי אדער לינדען וואס דארט דארף מען מער חיזוק, קען זיין מען קען עס צוזאם שטעלן מיט יעזורו פראגראם און געבן פאר די שטעט מער געלט פאר די וואוטשערס און עס זאל קומען מיט די הילף פון אן עסקן פון די געגענט.
אדער אויב עס מאכט זיך אן עסקן וואס וויל העלפן אויפבויען א נייע געגנט וואס וועט זיין א ישועה פאר דורות.

פארשטייט זיך אז היות די עיקר ציל איז צו בויען די נייע שטעטלעך, וועלן נאר די וואס מופן צו די נייע שטעטלעך קוואליפיצירן פאר דעם פראגראם.

מיט דעם פוינט ערלויב איך מיך צו דיסעגריען. דער עיקר ציל איז נישט צו בויען די נייע שטעטלעך, נאר אויסצולייזן דעם עולם פון זייערע זעלבסט געבויטע תפיסות.

די א.ג. דירות קריזיס אין קרית יואל און אין מאנסי, איז רעלאטיוו צו ברוקלין א רעטונגס ברעט, און מ'דארף העלפן אויך די וועלכע טוען משום איזה סיבה שהיא נישט געפינען קיינע פון די נייע געגנטער אלס פאסיג, אבער ווילן דאך נישט צאלן קיין $4000 רענט פאר א פינף רומיגע כאטקע אונטער'ן שאטן פון מאריכוואנע בלעטער.
לעצט פאראכטן דורך קלאָצקאָפּ אום מאנטאג אפריל 01, 2019 10:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

aklutzkup@gmail.com

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

תגובהדורך דירות קאנטעסט » מאנטאג אפריל 01, 2019 12:07 am

די פלענער זענען שוין ארויפגעלייגט געווארן דא:

viewtopic.php?f=98&t=39353#p1897308

אי"ה מארגן מיטאג וועט מען ארויפלייגן די אנקעטע און די עולם וועט שטומען פאר די בעסטע פלאן. די געווינער וועט אהיימגיין מיט $500.
איר קענט נאך אריינשיקן אייער פלאן ביז מארגן אינדערפרי.

diroscontest@gmail.com

אוועטאר
א גוטע ניק
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:12 pm

שטימען קען מען שוין אויכט?
גרייט אייך צו א גרויסע מזל טוב ווינטשן! פאר ווערן שר חמישים ומאתים! נאך 79 תגובות

דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

געבט אפ אייער שטימע

תגובהדורך דירות קאנטעסט » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:21 pm

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט