*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:48 pm

די גרעסטע זשוק איז אז מסתם בערך 10 טויזענט משפחות האבן אוועקגעמופט די לעצטע 30 יאר פון וויליאמסבורג און בארא פארק קיין מאנסי און מאנרא

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 6:55 pm

איז דאך גיט, נישטא מער קיין דירות קריזיס.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 13, 2019 7:58 pm

ר' דממה דיינע נומערן זענען זייער נישט פעיר אין מיין אפיניען. וויזוי זאגט די וועלט: נומערן זאגן טאקע נישט קיין ליגענט אבער מען קען זאגן אסאך ליגענט מיט נומערן.

די פערטש פרייז איז מיט 500 טויזענט דאלער מער ווי מחוץ לעיר, דאס געלט דארף ערגעץ ארויסגיין פון דעם איד'ס קעשענע.. אה די דאונפעימענט איז א פערטל מיליאן דאלער און ניטאמאל רעכנסטו עס אריין אין די חודש'ליכע הוצאות. פון ווי זאל א דורכשניטליכע יונגערמאן וואס קריגט וואוטשער [=זייער זייער נידריגע פארדינער] שאפן אזויפיל געלט?! אין בעסטן פאל קען ער שאפן אפאר הלוואות און עס אפצאלן יעדע חודש צוביסלעך, דארף מען עס זיכער צורעכנן אלץ א באלטיגע עקספענס.
ווייטער די טעקס עבעדמענטס, דאס איז נישט דא אויף אלע בילדונגס, קעסקעד למשל קומט נאך ארויף אלץ אזא בנין וואס צאלט פילע פרייז [קען זיין עס איז נאך אינעם פראסעס פון ווערן עקזעמט] און אפי' ווי יא איז עס אפט נאר פאר 10 אדער 15 יאר, וואס איז נישט אזוי סאך, אגב מען באקומט נישט די גאנצע 15 יאר אומזינסט, ביי די 12'טע יאר דארף מען שוין אנהויבן באצאלן צוביסלעך מער און מער. די ערשטע איינוואוינער פון ניי-ווילאמסבורג טרעפן זיך שוין מיט שיינע טעקס ביל'ס היינט!

קאר סערוויס\טאל\קאר\געז וכו' נעמט איר אן פאר א פשטות אז ס'איז אין וויליאמסבורג נישט דא און ערגעץ אנדערש יא, עס איז בכלל נישט אזוי דער פאקט. וויליאמסבורג איז איבערגעפילט מיט קאר'ס אלע האבן איזי-פעס טעגס דערויף. איז דאס אלעס פון לעקוואד'ע אידן?

זעלבע איז מיט וואוטשער'ס וויפיל פראצענט עלטערן האבן וואוטשער'ס אין שטאט, מער ספעציפיש וויפיל אידן וואס קענען זיך דערזעהן מיט א אייגענע ווימ"ס דירה האבן נישט קיין קאר און יא וואטשער'ס.. אז מ'זאל עס קענען רעכנן ווען מען רעדט צו א ציבור.

עפעס שטימט נישט דא די גאנצע קאמבינעשן... כ'זאג נישט אז ס'איז נישט דא אויסנאמען למשל איינער מיט רייכע עלטערן וואס צאלן אים די דאונפעימענט און מינימאלע עקספענסעס, אזא איינער איז בארעכטיגט צו וואוטשער'ס און קענען זיך ערלויבן דעם שפיל. נישט פון זיי רעדט מען אבער. מען רעדט פון א נחלת הכלל וואס א געווענליכע ארבעטס יונגערמאן קען קלערן דערפון.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:04 pm

איך האב נישט געשריבן וואוטשערס, איך האב געשריבן אז דיפרענץ אין שכר לימוד איז 100 דאלער א קינד פער חודש, און דאס איז א פאקט וואס עטליכע האבן דא ערווענט.
(די מוסד האט רעכט צו בעטן מער, למעשה איז עס א קליינע מוסד מיט ווייניג קינדער פער קלאס, עס קאווערט זיך אזוי אויך נישט)

אדרבה אויב ווילסט רעכענען וואוטשערס, איז עס נאך 1200 דאלער אין דיפרענץ

סא איך רעד פונעם שיינע פארדינער, די 100 טויזנט פלאס ארבעטער.

לגבי די דאון פעימענט, מען קען נישט ווען עס קומט צו וויליאמסבורג מאכן אן עסק פון דאונ-פעימענט, און אין לעיקוואד צו מאכען די אויגן, סא לאמיר זאגן אז עס איז געבארגט, און עס צוטיילן אויף א פעימענט פלען פער חודש, ביי בײדע שטייצעך.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:33 pm

כ'פארשטיי טאקע נישט די גאנצע מופעריי, לייגטס אראפ א האלב מיליאן און צאלטס פעניס מארטגעדזש.

פאקט איין אלע שטעטלעך.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2425
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:59 pm

אה כ'האב געמיינט אין שטאט רעכנסטו גארנישט שכר לימוד צוליב די וואוטשער'ס.

וועגן די דאון פעימענט פארשטיי איך נישט וואס איר שרייבט בכלל. אדרבה אפשר זענט איר מיר מסביר וויזוי מען געט אזא לייג אראפ א פערטל מיליאן דאלער אן עס רעכנן אינעם באדזעט. לאמיר זאגן מ'שאפט א פרי-לאון פאר 5 יאר, קומט עס אויס $4,166 עקסטערע פער חודש. קאמפער דעס צו הונדערט אלפים צוטיילט אויף 5 יאר איז עס בלויז נאך $1,666, דאכט זיך אז דאס טוישט גאר שטארק דעם גאנצן בילד.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:10 am

דממה דקה האט געשריבן:איך פארשטיי גאר גיט וואס מענטשן גייען דורך, די לעצטע וואך האבן עטליכע דא ערווענט אז ערגעץ אנדערש איז נישט ביליגער, נאר בפשטות אסאך טייערער.

דא האסטו אביסל חומר למחשבה
IMG-20190313-WA0064.jpg
IMG-20190313-WA0064.jpg (132.19 KiB) געזעהן 640 מאל




ערעב איד. אייער חשבון איז פאלש.

א. די down payment אין לעיקוואד האסטו גערעכנט א 80% וואס מען קען גיין סאך ווייניגער (נאך דערצו אויב בוסטו א פירסט טיים בייער)

ב.
וויפיל סקווער פיס מען באקימט אין לעיקוואד האסטו נישט געשריבן, מען באקימט דאפלט פין וואס די באקימסט אין קעסקעד פאר א מעלוינע.

ג. קאר עקספענס איז דא אין וויליאמסבורג אויך (ממיז נישט? אין לעיקוואד אויך נישט, סדא היינט א ערך פין 30 אינגעלייט אין ראקוועל אן קארס)

ד. געז אין טאול איז נאר אויב די פארסט אריין יעדן טאג, א וויליאמסבורגע אינגערמאן וואס ארבעט אין אפסטעט אדער ערגעץ אין נאו דשערסי האט די זעלבע עקספענס.

ה. פארקינג טיקעטס עקזיסטירט נישט אין לעיקוואד, אין ברוקלין יא

ו. קאר סערוויס, אנטשולדיגט אבער קעסקעד איז אינדערויסן פין וויליאמסבורג אין ווען מען דארף ערגעץ אנקומען נעמט מען אויך גענוג קאר סערוויס. אין לעיקוואד אין די סאטמערער געגנט וואס די רעדסט, איז דא כמעט יעדע סארט געשעפט walking distance, אז נישט איז דא פאר 1$ א שאטעל וואס נעמט דיר ארום אין די גאנצע שטאט.

ז. דאס אז גראסערי איז סאך ביליגער אין לעיקוואד דערמאנסטו נישט

סדא נאך אסאך וואס מקען שרייבן אבער איך וועל קיינמאל פארטיג ווערן, ווי אסאך האבן שוין געשריבן אין ווי איך אליין האב געזען איז אז די אידן וואס משום איזה סיבה קענען זיי נישט מאפן, וועלן אלס אויפקומען מיט חשבונות פארוואס צו בלייבן אין שטאט.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:51 am

לאז געמאכט האט געשריבן:אה כ'האב געמיינט אין שטאט רעכנסטו גארנישט שכר לימוד צוליב די וואוטשער'ס.

וועגן די דאון פעימענט פארשטיי איך נישט וואס איר שרייבט בכלל. אדרבה אפשר זענט איר מיר מסביר וויזוי מען געט אזא לייג אראפ א פערטל מיליאן דאלער אן עס רעכנן אינעם באדזעט. לאמיר זאגן מ'שאפט א פרי-לאון פאר 5 יאר, קומט עס אויס $4,166 עקסטערע פער חודש. קאמפער דעס צו הונדערט אלפים צוטיילט אויף 5 יאר איז עס בלויז נאך $1,666, דאכט זיך אז דאס טוישט גאר שטארק דעם גאנצן בילד.


סא די חשבון שטימט בעסער?
צוגעלייגטע
williamsburg vs lakewood2.PNG
williamsburg vs lakewood2.PNG (59.43 KiB) געזעהן 597 מאל

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:25 am

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך פארשטיי גאר גיט וואס מענטשן גייען דורך, די לעצטע וואך האבן עטליכע דא ערווענט אז ערגעץ אנדערש איז נישט ביליגער, נאר בפשטות אסאך טייערער.

דא האסטו אביסל חומר למחשבה
IMG-20190313-WA0064.jpg




ערעב איד. אייער חשבון איז פאלש.

א. די down payment אין לעיקוואד האסטו גערעכנט א 80% וואס מען קען גיין סאך ווייניגער (נאך דערצו אויב בוסטו א פירסט טיים בייער)
אה קיי, וועל מיר איבער מאכן די חשבון בעיסט אויף 90% מארטגעדש, באט פארגעס נישט אז דאן קימט צו א PMI אויסער דעם וואס די לאון ווערט העכער מיט 10 פראצענט

ב. וויפיל סקווער פיס מען באקימט אין לעיקוואד האסטו נישט געשריבן, מען באקימט דאפלט פין וואס די באקימסט אין קעסקעד פאר א מעלוינע.
2500 סקווער פיס אין די דירה, און נאך 1250 אין די בעיסמענט, באט אויב מען פארדינגט נישט די בעיסמענט איז די חשבון פארפארן, מיטן פארלירן אינקאם.
ג. קאר עקספענס איז דא אין וויליאמסבורג אויך (ממיז נישט? אין לעיקוואד אויך נישט, סדא היינט א ערך פין 30 אינגעלייט אין ראקוועל אן קארס)
זיי ארבעטן די אינגעלייט? כולל אינגעלייט?
ד. געז אין טאול איז נאר אויב די פארסט אריין יעדן טאג, א וויליאמסבורגע אינגערמאן וואס ארבעט אין אפסטעט אדער ערגעץ אין נאו דשערסי האט די זעלבע עקספענס.
ווער עס ארבעט אין נו דשערזי אדער אפסטעיט איז טאקע די חשבון אנדערש.
ה. פארקינג טיקעטס עקזיסטירט נישט אין לעיקוואד, אין ברוקלין יא
אמת, אויב האט מען נישט קיין קאר באקומט מען נישט קיין טיקעטס
ו. קאר סערוויס, אנטשולדיגט אבער קעסקעד איז אינדערויסן פין וויליאמסבורג אין ווען מען דארף ערגעץ אנקומען נעמט מען אויך גענוג קאר סערוויס. אין לעיקוואד אין די סאטמערער געגנט וואס די רעדסט, איז דא כמעט יעדע סארט געשעפט walking distance, אז נישט איז דא פאר 1$ א שאטעל וואס נעמט דיר ארום אין די גאנצע שטאט.
פארשטייסט אז ווען א קינד פארשפעטיגט א באס קען מען נישט ווארטן אויף קיין שאטל, און סאיז דא געניג און נאך זאכן וואס זענען נישט נאנט ווי דאקטורים וכו'
ז. דאס אז גראסערי איז סאך ביליגער אין לעיקוואד דערמאנסטו נישט
די ביליגע פרייזן קימט מיט א פרייז פון אליינס גיין אין סופערמארקעט, פארשווענדן אפאר שעה, און דערנאך אלעס אליינס אהיים שלעפן.
אויך האב איך נישט גערעכנט אז יעדע שמחה (אדער סתם שיינע שבתים) אריין פארן אין שטאט, און קאסט אויך געלט פאר טרעוול און בעיבי סיטער.

סדא נאך אסאך וואס מקען שרייבן אבער איך וועל קיינמאל פארטיג ווערן, ווי אסאך האבן שוין געשריבן אין ווי איך אליין האב געזען איז אז די אידן וואס משום איזה סיבה קענען זיי נישט מאפן, וועלן אלס אויפקומען מיט חשבונות פארוואס צו בלייבן אין שטאט.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 10:55 am

דממה דקה האט געשריבן:א. די down payment אין לעיקוואד האסטו גערעכנט א 80% וואס מען קען גיין סאך ווייניגער (נאך דערצו אויב בוסטו א פירסט טיים בייער)
אה קיי, וועל מיר איבער מאכן די חשבון בעיסט אויף 90% מארטגעדש, באט פארגעס נישט אז דאן קימט צו א PMI אויסער דעם וואס די לאון ווערט העכער מיט 10 פראצענט
צוגעלייגטע
williamsburg vs lakewood3.PNG
williamsburg vs lakewood3.PNG (62.6 KiB) געזעהן 561 מאל

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:01 am

און אז מען האלט שוין דא, מיין איך אז איך האב שוין געלעזט דעם קריזיס, אהער מיט די 500 טאלער.

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:43 am

דודהמלך האט געשריבן:וואס איז די עצה פאר די פיער פרעשור?

איך מיין אז די עיקר 'פיער פרעשור' איז ביי די פרויען.

ס'איז ממש נישט צו פארשטיין ווי אזוי פרויען קענען זעהן זייער מאן בלוטיגן פאר פרנסה, פשוט צו דעקן די חודש, צומאל דארף די מאן בארגן פון רעכל צו מעכיל, און זיי ווילן נאך אלץ נישט מופן...

ווי אזוי קען מאכן די פרויען זאלן טוהן די ריכטיגע זאך? האלטן און איין זאגן דרשות?

א ריזיגע חלק איז טאקע ביי די פרויען און מיט רעכט פאר דעים איז זי א פרוי א מקבל, אבער ליידער איז א JOMBO חלק ביי דימענער אויך, און א חלק פון די מענער ניצן אויס די ווייבערס פיער פרעשור פאר זיך דהיינו איך וויל טאקע מופן אבער מיין ווייב וויל נישט, ס'נאר אינטערסאנט ווי הינדרעט אנדערע זאכן וואס דיין ווייב וויל נישט טוסטי יא ווייל די ווילסט יא,
יעצט אויב איז עס טאקע נאר די פרוי איז מיט א ריכטיגע ציגאנג און אן אמתדיגע גאנצע שלו' בית קען מען עס זייער פשוט פועלען ביי איר, אויב שפירט זי אן אמתדיגע נאנטשאפט פון אים אין זי איז קאנווינסד אז דא שטייט א אינגערמאן וואס טראכט 99% פון טאג פון מיר און 1% פון זיך וועט עס לכאורה נישט זיין א אפהאלט, ווייל אזא מאן [ נאכאמאל אויב ער ליידט נישט פון די פיער פרעשור] געבט אריין א מוראדיגע שטארקייט פאר א פרוי צי טון אלעס פאר אים ווייל זי פארשטייט אז ער מיינט איר מיט אלעם וואס ער טוט א גאנץ לעבן,

ס'איז א האקעלע נקודה כ'האב עס בארירט אויפן שפיץ גאפל איך קען מיר פארשטעלן אז אסאך וועלן עס נישט פארשטיין אויף זיי האב איך באמת מיטלייד אבער פאר ווער עס פארשטייט עס יא האף איך אז מ'קען עפעס ארויסנעמען דערפון,

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:46 am

דממה דקה האט געשריבן:
בעזרת הבורא האט געשריבן:איך וויל דא קומען היינט מיט אפאר פאקטן....

1. רובא דרובא אידישע קינדער פון וויליאמסבורג ווילן ענדערש די אפסטעיט ליפט גראז און ביימער ווי די וויליאמסבורגער פאלושן,
והא ראי זיי צאלן אוועק איעדן זימער 10-20 אלפים פאר קאנטרי און א גרויס חלק פון זיי האבן באמת א דירה סרוחה דארטן, אבער זיי גייען נאך אלס פאר אביסל נאטור וואס מזעהט נישט פאר די אויגן די 10 חדשים וואס מ'איז נישט און אפסטעיט,

2. א געוואלד פון אחב"י פון וויליאמסבורג העטן שוין פון לאנג געהאט אוועק געמופט פון וויליאמסורג ווען נישט די [b]"פיער פרעשו"ר"
[/b]
3. כדי ער זאל טאקע ארויס מופן מיז ער האבן א גיטן תירוץ פאר די מענטשן פון וועם ער האט דעיס פיער פרעשור וועגן דעים מיז אים דאס דער מארקעטער אויך צישטעלן ווייל ער וועט נישט גיין אנדעים תירוץ פאר זיינע פיער פרעשוריסטן,

4. בנוסף להנ"ל קיין איינער האט נאכנישט מחליט געווען פון בלויז א מארקעטינג קאמפיין אז ער וויל מופן,
ווען דער מארקעטער קימט קאמפיינען אז מענטשן זאלן ארויס מופן ווייסט ער אויך אז ער גייט דא נישט קאנווינסן מענטשן צי טוישן זייער וואיון ארט פון א שיינעם קאמפעין הי איס נאט דעעט קרעיזי ער פארענטפערט דעים אינגערמאן וואס וויל מופן פאר זיינע פיער פרעשוריסטן און גיבט אריין דעם שאינו יודע לשאול את פתך לו א תירוץ פאר זיינע פרענטס איך\ער איז נישט אזא לאזער אויב ער מופט ארויס פון וויליאמסבורג ער גייט דארט האבן גיטע זאכן ער איז א מעכטיגער KTM דארטן אויך ער איז נישט א גרויסער גארנישט ווען ער מופט, יעצט אינגערמאן די ווילסט דאך מופן די שטריקל ארום דיין האלז ווערט נאר טייטער און טייטער נאדער א תירוץ פאר דיינע סוי קאללד פרענט"ס און קום ארויס וואוינען מיט הרחבת הדעת אזוי ווי די חלומסט שוין די לעצטע פאר יאר,

ובזה יצאתי ידי חובתי מתן לכחם ויחכם עוד

ריעלי, טיפע הבנה, סא די האלטסט אז 15 טויזנט משפחות וואינען אין וויליאמסבורג פאר די איינע סיבה פיער פרעשור.


א ריזיגע חלק פון זיי, ספעציעל די אינגעלייט, און ספעציעל וואס האבן נישט קיין איבריגען קוואדער ווייל אלעס גייט צי באצאלן זיין מארטגעדזש............
זיין מארטגעדזש מיינט זיין לענדלארס ווער חלומט פון א אייגענע

אוועטאר
בעזרת הבורא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:35 pm

תגובהדורך בעזרת הבורא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:46 am

.........

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:07 pm

@דממה, יעצט מאך דעם חשבון מיט א פערטל מילאן דאון פעימענט ערגעץ אנדערש.

אין דזשורסי סיטי און בלומינגבורג, וואלט מען געצאלט דוכציך היפש היפש ווייניג מארגיטש א חודש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:40 pm

צל עובר האט געשריבן:@דממה, יעצט מאך דעם חשבון מיט א פערטל מילאן דאון פעימענט ערגעץ אנדערש.

אין דזשורסי סיטי און בלומינגבורג, וואלט מען געצאלט דוכציך היפש היפש ווייניג מארגיטש א חודש.

איך קען נישט די פרייזן דארט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:29 pm

דממה דקה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@דממה, יעצט מאך דעם חשבון מיט א פערטל מילאן דאון פעימענט ערגעץ אנדערש.

אין דזשורסי סיטי און בלומינגבורג, וואלט מען געצאלט דוכציך היפש היפש ווייניג מארגיטש א חודש.

איך קען נישט די פרייזן דארט

איך ווייס נישט וועגן שכר לימוד אין בלומינגבורג, אבער דאס איז א שטיקל חשבון
צוגעלייגטע
williamsburg vs lakewood vs bloomingburg.PNG
williamsburg vs lakewood vs bloomingburg.PNG (69.28 KiB) געזעהן 477 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:33 pm

איך פרעג דיר וואס וועט זיין אויב דו רענסט א פערטל מיליאן דאון פעימענט ערגעץ אנדערש ווי וויליאמסבורג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דירות קאנטעסט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 11:50 pm

דער דירות קאנטעסט ווערט געעפנט פאר'ן ציבור היינט נאכט 7:00

תגובהדורך דירות קאנטעסט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:03 pm

בס"ד

א וואך איז פארלאפן זינט מיר האבן געמאלדן וועגן דעם קאנטעסט און ב"ה די רעאקציע פון דעם ציבור איז געווען זייער פאזיטיוו. יעצט זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז א גאר חשוב'ער ניק וואס איז באליבט ביי יעדן האט אנגענומען די פאזיציע פון האלטן די $500 ביז עס וועט איבערגעגעבן ווערן פאר'ן געווינער פון דעם פארמעסט, ער וועט אריינקומען דא באשטעטיגן ווי נאר ער וועט ערהאלטן די געלט בעזרת השם אין די קומענדיגע פאר שעה.

אלזא דער פארמעסט ווערט באלד געעפנט אריינצושיקן די געדאנקען, לאמיר דא יעצט פארשטעלן די פרטים.

דער ציל פון דעם פארמעסט איז אויפצוקומען מיט געדאנקען וויאזוי צו פאשרנעלערן די וואוקס פון די נייע ישובים מחוץ לעיר ווי דזשערזי סיטי, לינדען, מאנטיסעלא, לעיקוואד, בלומינגבערג, וכו'

יעדע פלאן דארף אדרעסירן די פאלגענדע 3 פונקטן:
1) וואס איז דער הויפט שטער אדער שטערונגען וואס האלט צוריק מענטשן וואס זענען באמת אינטערעסירט זיך ארויסצוציען אין איינער פון די נייע ישובים מחוץ לעיר פון עס פאקטיש אויספירן למעשה?
2) וואס קען געטון ווערן אויף א ציבור'ישן פארנעם דורך עסקנים וכדומה (וואס ווערן באצאלט פאר זייער ארבעט) מיט א בודזשעט פון ביז $100,000 אוועקצונעמען דעם שטער אדער שטערונגען און מאכן דאס מופן לוינבאר און אויספירבאר?
3) ערקלער בפרטיות וואס זענען די סטעפס וואס דארפן געטון ווער כדי אויסצופירן פונקט 2# .

ביים אויסארבעטן דעם פלאן שטעלט אייך פאר ווי עס איז פארהאן א גביר וואס איז גרייט צו געבן $100,000 פאר דעם צוועק פון ארויסהעלפן אז עס זאל זיך לוינען פאר אידן ארויסצומופן און עס זאל זיין אויספירבאר, ער וויל אבער האבן א קלארן דעטאלירטן פלאן וואס מען וועט טון מיט די געלט און וויאזוי עס וועט עררייכן דעם ציל און איר דארפט מאכן דעם 'פיטש' און אים פארשטעלן שריפטליך אן איבערצייגענדן פלאן. (נישט אז עס איז טאקע פארהאן אזא גביר נאר אויף אזא קלארן דעטאלירטן און איבערצייגענדן אופן זאל עס געשריבן ווערן).

פראבירט צו שרייבן בקיצור.

די פלענער זאל מען אריינשיקן צו DirosContest@gmail.com (ביטע נישט שיקן אין אישי), מען דארף נישט האבן קיין אייוועלט ניק אריינצושיקן א פלאן.

אין בערך א וואך ארום וועלן מיר אי"ה ארויסלייגן אלע פלענער אין א באזונדערן אשכול, יעדעס פלאן וועט באקומען א נומער און מיר וועלן עפענען א באזונדערן וואלן אשכול מיט א לינק צו די פלענער וואו מען וועט וועלן פאר דעם פלאן נומער וואס מען האלט איז די בעסטע. דער געווינער פון די וואלן וועט באקומען די $500.
נו, וואס ווארט איר? געגאנגען!

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:11 pm

ס'איז דא וואס צו טוען?
אוודאי איז דא, אסאך אופנים, מ'האט שוין גערעדט אין גערעדט. איינע פון די זאכן וואס א גרויסע עולם שרייט איז אז די רבנים ועסקני הקהילה זאלן רעדן אין שרייען צום ציבור איבער די מצב אין זען אז דער עולם זאל טוען למעשה
אונזער קהילה האט יעצט צוזאם גענומען די דור וואס ברויך זיין די וועג ווייזערס פון מופן אין נייע ישובים
מ'האט זיי צוזאם גענומען פאר גאר גאר א הייליגע צוועק, אבער וואס געפינט זיך גאר גאר ווייט אוועק, אנשטאט זיי צוזאם נעמען אין אויפשטורעמען מיט'ן מצב וואס גייט פאר לגבי די דירות אין זיי באויפטראגן צו נעמען די לייצעס אין די הענט אין ארויס מופן

אא"כ האב איך געהויבן הענט אז פון די הויעכע פענסטער זאל מען באמת זוכן אין שטארק קאמפיינען דער עולם זאל מופן

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 3:16 pm

דממה דקה האט געשריבן:
ברעחדך קאפ האט געשריבן:
IMG-20190313-WA0064.jpg




וויפיל סקווער פיס מען באקימט אין לעיקוואד האסטו נישט געשריבן, מען באקימט דאפלט פין וואס די באקימסט אין קעסקעד פאר א מעלוינע.
2500 סקווער פיס אין די דירה, און נאך 1250 אין די בעיסמענט, באט אויב מען פארדינגט נישט די בעיסמענט איז די חשבון פארפארן, מיטן פארלירן אינקאם.
נאך אלס, אפילו אן די בעסמענט באקימסטו נאך אלס סאך מער פאר דיין געלט (+פארקינג)

קאר עקספענס איז דא אין וויליאמסבורג אויך (ממיז נישט? אין לעיקוואד אויך נישט, סדא היינט א ערך פין 30 אינגעלייט אין ראקוועל אן קארס)
זיי ארבעטן די אינגעלייט? כולל אינגעלייט?
לויט דיין חשבון אז מרעדט פין א טאטע פין 6 קינדער רעדט מען געוונדליך פין איינעם מיט א קאר, אין יא סאיז דא ארבעטס אינגעלייט אין ראקוועל אן קארס.

געז אין טאול איז נאר אויב די פארסט אריין יעדן טאג, א וויליאמסבורגע אינגערמאן וואס ארבעט אין אפסטעט אדער ערגעץ אין נאו דשערסי האט די זעלבע עקספענס.
ווער עס ארבעט אין נו דשערזי אדער אפסטעיט איז טאקע די חשבון אנדערש.
דאס מיינט אז דיין חשבון איז געמאכט נאר אויב מארבעט אין וויליאמסבורג?

פארקינג טיקעטס עקזיסטירט נישט אין לעיקוואד, אין ברוקלין יא
אמת, אויב האט מען נישט קיין קאר באקומט מען נישט קיין טיקעטס.
האב איך שוין געענטפערט אז לויט דיין חשבון אז מהאט 6 קינדער נערמאל האט מען אויך א קאר.

קאר סערוויס, אנטשולדיגט אבער קעסקעד איז אינדערויסן פין וויליאמסבורג אין ווען מען דארף ערגעץ אנקומען נעמט מען אויך גענוג קאר סערוויס. אין לעיקוואד אין די סאטמערער געגנט וואס די רעדסט, איז דא כמעט יעדע סארט געשעפט walking distance, אז נישט איז דא פאר 1$ א שאטעל וואס נעמט דיר ארום אין די גאנצע שטאט.
פארשטייסט אז ווען א קינד פארשפעטיגט א באס קען מען נישט ווארטן אויף קיין שאטל, און סאיז דא געניג און נאך זאכן וואס זענען נישט נאנט ווי דאקטורים וכו'
זעיט אויס אז איר קענק זיך נישט אזוי גיט אויס אין די געגנט אבער סאיז דא א קינדער דאקטער, ציין, אויגן, פיס, דאקטורים. walking distance, עס עפענט זיך יעצט אפילו א ערדשענט קער אין די געגנט.
אין ווען א קינד פארשפעטיגט די באס אין קעסקעד דארף מעון נישט קיין קאר?

דאס אז גראסערי איז סאך ביליגער אין לעיקוואד דערמאנסטו נישט
די ביליגע פרייזן קימט מיט א פרייז פון אליינס גיין אין סופערמארקעט, פארשווענדן אפאר שעה, און דערנאך אלעס אליינס אהיים שלעפן.
אלע 3 גראסריס דארט אין די געגנט דעליווערן
סדא נאך אסאך וואס מקען שרייבן אבער איך וועל קיינמאל פארטיג ווערן, ווי אסאך האבן שוין געשריבן אין ווי איך אליין האב געזען איז אז די אידן וואס משום איזה סיבה קענען זיי נישט מאפן, וועלן אלס אויפקומען מיט חשבונות פארוואס צו בלייבן אין שטאט.
[/quote]

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 5:17 pm

בלומענגבורג הייזער האבן א בעימענט (פאר רענטלס)?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 5:44 pm

ניין

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:03 pm

אקעי, ווי דער עולם האט שוין מעורר געווען דא איז די א.ד. טשארט היבש מיסליעדינג וואס קאמפעירט עפעלס צו טשאקלעט, דהיינו א ווילי הויז נאכן אראפלייגן א פערטל מיליאן דאלאר צו א לעיקוואדער הויז וואס קאסט האלב די פרייז אבער מ'לייגט אראפ סאך ווייניגער, איז צו מאכן א קאמפעריסאן לויט די ביידנ'ס מאנאטליכע מארטגעדזש איז הימל און ערד.

סאו יעצט ברענג איך א טשארט וואס קאמפעירט דעם פולן לאון פון אלע שטעט וואס איז אצינד ביים היימישן עולם אויפן טיש.

אין ווילי האביך געמאכט 2 אפציעס, א קליינע הויז (קעסקעיד וכו') און אויך צום ריכטיגן קאמפעריבל וואס איז די זעלבע סייז הויז ווי אינדרויסן, וואס כמדומה איז עס איבעראל אין די געגענט פון 2,500 ס"ף. (לעיקוואוד 2,600, בלומינבורג 2,300, זשערזי סיטי 2,500 + 1,300 פארן טענענט).

בלומינגבורג און לעיקוואוד איז א סטרעיט פארווערד ענטפער איבער די פרייז ווייל ס'איז דאך א דעוועלאפמענט, זשערזי סיטי און וויליאמסבורג ווי מ'קען קויפן אלע סייזעס האביך געלייגט די זעלבע אמאונט ס"ף ווי די אנדערע און די פרייזן לויט די ארטיגע מארקעט פרייז פער פיסל.

די מארטגעדזש איז איבעראל %90 ווייל דאס איז די סטאנדארט אין די נייע שטעטלעך איז האמיר עס קאמפעירט אויף דעם אופן. הגם אין ווילי וועלן רוב מענטשן נישט קוואליפייען פאר אזא גרויסן לאון און וועלן זיך אנחובת'ן פארן דאון פעימענט אבער צו מאכן א ריכטיגע עפל צו עפל קאמפעריסאן האמיר אלעס געמאכט אייניג להבנת החילוק. כ'קען העכסטענס מאכן אן עקסטערע טשארט סתם די רעאליסטישע סינעריאס יעדע שטאט באזונדער וואס מענטשן טוען און וואס ס'קאסט.

לאזטס וויסן עני הערות אדער טעותים און מ'וועל מיר עס אפדעיטן.
צוגעלייגטע
1552600805375_HOUSES.png
1552600805375_HOUSES.png (35.22 KiB) געזעהן 321 מאל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:43 pm

כאפצעם דיין טשארט איז געוואלדיג! דאס דארף זיין די ערשטע זאך וואס מען דארף טוהן פארן דיסיידען ווי צו מופן, קודם דארף מען וויסן די נאמבערס בערך וואס אלעס דארף קאסטן. פארשטייט זיך אז מען דארף אויך באטראכטן אסאך אנדערע פאקטארן.

לעצם הטשארט, עס דארף נאך אסאך אפדעיטס, ווי למשל חלק פון די קאר און געז, קאר סערוויס הוצאות.

איך מיין עס וואלט געווען כדאי צו עפענען א נייע אשכול פאר א פולקאמע קאמפעריסען פון אלע געגענטער, אויב מעגליך צולייגן אנדערע געגענטער, סטעטן איילענד, בלומינגראוו, לינדען, מאנטיסעלא.
לעצט פאראכטן דורך בר דעת אום דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone און 8 געסט