*אפדעיטעד* $500 באלוינונג פאר ווער עס וועט לייזן דעם דירות קריזיס.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צולייגער האט געשריבן:צום פותח האשכול:

אויב מיינט איר עס ערנסט, דאן שכרכם הרבה מאוד. יעדעס ביסל וואס ווערט געטאן אין דעם הינזיכט שטופט דעם וואגן נאכאביסל, און איז א געוואלדיגע זאך. אויב מיינט איר עס צו טשעלענדשן איינעם און ווייזן אז מען קען עכט נישט גארנישט טוהן אונטער א רעדל צוויי, דאן אני מעכם בכל צער וצער...

צו די אידן וועלכע האבן ארויסגעוויזן ווארימקייט און געגעבן עצות:

אין איין ווארט: מען רעדט פון זאכן וואס מען קען טאן מיט א בודזשעט פון לכל היותר א מאה אלף, און עפעס וואס וועט מיט דעם ווערן געשטופט דאס ארויסמאפעריי גאר שטארק.

דעט סעד
אן עקספא אויף אן עפעקטיווער אופן קאסט עטליסט דריי פיר מאות

די גוטע נייעס קרן עזר פלאנט א גרויסער עקספא אין די נאנטע וואכן. אין הארץ פון ווילי.
[/color]

ארויסברענגען א דיין קאסט עטליסט א הויז + עטליכע יאר וועידזשעס
ארויסברענגען אן אדמו"ר קאסט אפאר מיליאן...

ווען די רבי וואלט נאר געוואלט. קען ער דארט זיין אויף פסח. ער האט דאך אבער א שיינע דירה... ס'איז א מסירת נפש וואס מ'קען נישט פארלאנגען.
א יאר רענט פריי אין א אפיס בילדינג קאסט פאר איטש ביזנעס מער ווי א מאה (B&H איז נישט גרייט - אפגעזעהן ווי שטארק זיי מוטשען זיך מיט ארבעטער - צו צאלן פאר די פלארענס ארבעטער די קאסט אוו ליווינג פון א אידישע משפחה, מאן דכר שמי' פון צאלן רענט פאר אנדערע)
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א בקשה צו @בר דעת און נאך.

אייוועלט איז א סייט אויף דער אידישער שפראך. אויב קענט איר זיך נישט האלטן דערצו, דאן שרייבט בעסער נישט.


מצטרף. כוויל זייער ליינען בר דעת'נס ענטפער, אבער כדי צו ליינען א ענגלישע פאר שורות, דארף מען א איבריגע פאר רואיגע קאנצעטרירטע מינוטן, וואס וויכטיגערע זאכן באקומען נישט.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א בקשה צו @בר דעת און נאך.

אייוועלט איז א סייט אויף דער אידישער שפראך. אויב קענט איר זיך נישט האלטן דערצו, דאן שרייבט בעסער נישט.

בר דעת האט געשריבן א Great post אפילו ס'איז אין ענגליש אבער ביטע בר דעת האנדל זיך איין א אידישע שליסל-ברעט אז יעדער זאל קענען הנאה האבן פון דיינע תגובות.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

פארשער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א בקשה צו @בר דעת און נאך.

אייוועלט איז א סייט אויף דער אידישער שפראך. אויב קענט איר זיך נישט האלטן דערצו, דאן שרייבט בעסער נישט.

בר דעת האט געשריבן א Great post אפילו ס'איז אין ענגליש אבער ביטע בר דעת האנדל זיך איין א אידישע שליסל-ברעט אז יעדער זאל קענען הנאה האבן פון דיינע תגובות.

ווען איינער שרייבט אזא גיטע ענגליש וואס ליינט זיך גרינג ווי בר דעת קען ער שרייבן ענגליש אויך.
אוואדאי אז ער קען זאל ער שרייבן אידיש אבער אויב נישט זאל ער זיך נישט צוריקהאלטן פין שרייבן.
דירות קאנטעסט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דירות קאנטעסט »

מיר האפן אי"ה צו שרייבן א אפדעיט שפעטער ביינאכט אדער מארגן.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אזוי וויל איך האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:א בקשה צו @בר דעת און נאך.

אייוועלט איז א סייט אויף דער אידישער שפראך. אויב קענט איר זיך נישט האלטן דערצו, דאן שרייבט בעסער נישט.

בר דעת האט געשריבן א Great post אפילו ס'איז אין ענגליש אבער ביטע בר דעת האנדל זיך איין א אידישע שליסל-ברעט אז יעדער זאל קענען הנאה האבן פון דיינע תגובות.

ווען איינער שרייבט אזא גיטע ענגליש וואס ליינט זיך גרינג ווי בר דעת קען ער שרייבן ענגליש אויך.
אוואדאי אז ער קען זאל ער שרייבן אידיש אבער אויב נישט זאל ער זיך נישט צוריקהאלטן פין שרייבן.


טעסטינג, אופס, אויספראבירינדיג..

אין קורצן וואס איך האב געשריבן פריער אין ענגליש.
כדי א היימישע משפחה זאל זיך זיך ארויסציען פון זייער הויז אין די סיטי און מופן צו איינע פון די נייע ישובים דארף זיין איינע פון די דריי זאכן אויף א שטארקע פארנעם.

#1 א גאר שטארקע געברויך
צ.ב.ש מען האלט זיי ביים ארויסווארפן פון זייער יעצטיגע דירה, אדער זיי זענען גאר שטארק צוקוועטשט אין זייער יעצטיגה דירה און זיי מוזן בהכרח מופן. פארשטייט זיך אז מען רעדט פון א משפחה וואס זיי זענען ארענטליך און ווילן זיך נישט אונטערנעמען א נייע ליעס וואס זיי קענען נישט באצאלן.

#2 גאר שטארקע באלדיגע בענעפיטן
דאס מיינט צוזאגן אז מען ווייסט קלאר אז בס"ד אין א אנדערע ישוב וועט ער האבן אלע אדער כמעט אלע באקוועמליכקייטן וואס ער האט יעצט אין שטאט, און אין צוגאב וועט ער קענען האבן א גרעסערע דירה אדער גאר קויפן א הויז פאר א גוטע פרייז.
איינע פון די בענעפיטן און באקוועמליכקייט וואס א גרויס חלק פון אונזער ציבור מוז ליידער האבן, איז די די אזוי גערופענע איינגרעדטע סטאטוס וואס מען האט ביי משפחה אדער חברים. טאמער איז דא א צל ספק אז זייער דרגא וועט אראפגיין בעיני הבריות ביים מופן צו א ספעציפישע געגענט וועט די געגענט אראפגיין פון די ליסטע תיכף ומיד.

#3 שטארקע קוראזש און א געזונטע לאגיק.
אין קורצן, כמעט יעדער ווייסט אז פאר די לאנג טוירם איז בעסער פאר זיין משפחה און פאר זיינע קינדער זיך ארויסצוצוען צו איינע פון די נייע געגענטער, מען דארף אבער האבן א שטארקע נאטור און א דורכגעטראכטע מחשבה צו נעמען א סטעפ וואס אויף די מינוט איז עס פארבינדען מיט אסאך שוועריגקייטן און אוועקקוקן אויף אסאך יעצטיגע באקוועמליכקייטן, אלעס כדי מען זאל שפעטער האבן שטארקע בענעפיטן.

לדעתי, די אלע וואס האבן א גאר שטארקע Need האבן זיך שוין ארויס געצויגן אדער האלטן זיי שוין כמעט דארט.

די זעלבע איז מיט די שטארקע מענטשן וואס זענען ערענסטע בעלי מחשבה, האבן שוין א גרויס חלק פון זיי גענומען די מוט און געטוען למעשה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פאר הונדערט טויזנט דאלער וואלט איך איינגעקויפט אסאך גאזאלין און מעטשעס, און אנגעהויבן האלטן אויג ווען מענטשן זענען נישט אינדערהיים...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

רעסטאראנט האט געשריבן:איך וועל ניצן א משל פון איין פרישע געגענט ווי עס וואקסט אויף הייווען פאר א דוגמא .

אבער די נמשל און די מוסר השכל וואס מען קען ארויסלערנען דערפון פאר אנדערע געגענטער, זאלן די שרייבערס דא ארויסברענגן פארוואס יענע שטעטעל איז אזוי קיין עין הרע געוואקסען אזוי שנעל אן קיין פאמפע ניטאמאל דא אויף אייוועלט

די געגענט סטעטען איילענד , עס איז טאקע נישט געווען קיין ארץ לא זרועה, עס איז עטוואס געווען דארט הצטרכות וואס סתם א איד ברויך גענוג אנצוהייבן צו קענען פירן דארט א אידיש לעבן,אבער עס איז נישט ווי לעיקוואד אויך נישט, למעשה אין לעיקוואד האסטו אלעס דארט אויפן פלאץ.

טויזענטער קינדער פארן יעדען טאג א ווייטע שטרעקע פון און צו די מוסדות קיין בארא פארק, איך מיין כמעט יעדע גרויסע מוסד אין בארא פארק האט א באס יעדן טאג וואס טראגט אין ברענגט זייערע קינדער פון אין צו סטעטען איילענד קיין בארא פארק , נישט אז די ישוב האט אייגענע באסעס צו פירן די קינדער וואס פירט אריין אין גרויסע עקספענסעס (ווי זשערסי סיטי אדער לינדען האבן)

עס איז נישט דא נאכאלס קיין גרויסע שיינע גראסערי עד היום הזה , אפגערעדט פון אנדערע געשעפטן

און מיט דעם אלעם וואינען דארט בערך טויזענט חסידישע משפחות פון אלע קרייזען און שיכטען , שוין דא באלד צען שטיבעלעך פון אנגענומענע גרויסע קהלות , און כל ערליי דרגות פון אינגעלייט פון חאניאק'עס ביז די אנדערע עק חסידיש.. , [איך שרייב די פוינט וועגן איך האלט אז דאס איז אויך איינע פון די סיבות וואס איך האלט פריוואט פארוואס עס איז אזוי געוואקסען שנעל ,אן אריינגיין אין די דיטעילס צו אנדערע יישובים קענען עס נאכטין צו נישט ,(איך האלט פערזענליך אז יא ) אבער איך ווייס ערשטע האנטיג פון עטליכע נייע געגענטער ווי מען האט אפגעהאלטען זייער אסאך אינגעלייט צו קומען אהין , סתם וועגן א קרומע נאז אויך נישט , און די אלע מיטשענען זיך נאך יעצט מיט תושבים, איך האלט אז ווילאנג די ביזט א נייע געגענט קענסטו זיך נישט וועלן און מאכן א סעלעקציע , קודם לאז יעדעם קומען ,צו האבן וואס מער מענטשן , בכלל א קאלירפול עולם גלייכן מער מענטשן און דערנאך וועסטו ווערן שטרענג אדער פילטערן די ציבור, אדער פשוט העלפן די אינגעלייט וואס די האלטסט אז זענען נישט לויט דיין דרגא , וואס רובה דרובה ברויכן הילף פשוט , שוין צו ווייט פארקראכן]

אבער העולה על כולנה אז סטעטען איילענד איז זייער טייער און מיט דעם אלעם איז עס אזוי געוואקסען .

נאך א שטארקע נקודה למחשבה פאר די וואס ווייסן נישט אז א ריזיגע פארצענט פון מופערס זענען רענטערס אין סטעטען איילענד

אן קיין רב אדער רבי וואס האט גענומען אחריות ,אן קיין שום עדווערטייזמענטס אדער מארקעטינג ,אן קיין דינערס און גא פאנד מי קאמפיינס .

לאמיר הערן וואס די עולם האלט וואס קען מען ארויסלערנען דערפון פאר אנדערע מקומות

היות דער עולם האט זיך נישט אנגערופן אפשר זאגסט אונז דעם נמשל? חוץ אויב דו סעיווסט עס פאר די קאנטעסט.
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איך האב נישט די נמשל

עס איז א שטארקע קשיא , נומבער איינס פשוט עס איז באשערט און עס האט א ברכה , ווי געוויסע אנדערע געגענטער וואס מיטשענען זיך שוין יארן און אלעס גייט מיט די פיס אראפ

צווייטענס אז מען האט נישט געבויעט פון אנפאנג און אפילו יעצט א אידישע אינפעסטרוקטער ווי גראסערי,מקוה,בתי מדרשים,מוסדות
וואס דאס איז לכאורה א שטארקע סיבה פארוואס עס וואקסט

איי די קשיא איז פארוואס זאלן מענטשן גיין אויף א פלאץ אן גארנישט

ווייס איך נישט , אבער דאס וואס געוויסע געגענטער שטעלט מען אדער מען פרובירט אלעס צוצושטעלן און מען פרובירט צו פעמפערן , וועלן נישט מענטשן קיינמאל זיין צופרידן און קיינמאל זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס און בלייבט א בעבי

כאב עס גראדע געשריבן מסתמא אפאר יאר צוריק און א געוויסע נייע יושב אשכול אז פעמפערן איז נישט קיין תועלת

און מען מיז אויך איינזעצן בעל כרכך אז די סארט מענטשן וואס זענען געגאנגען קיין סטעטען איילענד אפילו עס איז א מיש פון צענדליגע חסידות'ן פון פרום חסידיש ביז די אנדערע עק אז עס נישט קיין געספוילטע מענטשן ווי א שטארקע וויליאמסבורגע ציבור איז

הגם עס איז דא א עפעס א פארצענט פון וויליאמסבורג אויך
, איז עס נאכאלס א אנדערע קלאס מענטשן, די וויליאמסבורגע קלאס איז שווער פארפאלען, פון בארא פארק האבן געמופט מסתמא באלד 2 טויזענט משפחות קיין לעיקוואד

דאס שמועס איך אויס הויעך , אבער סאיז זיכער אז די הנהלות פון די נייע ישובים דארפן דאס דורעכגיין פארוואס דארט איז עס אזוי געוואקסען שנעל

די חלק אז אלע סארטען מענטשן פארשטייט זיך אליינס האט אויך געמאכט די נומבערס גרויס , אין עטליכע פון די נייע ישובים ווייס איך ערשט האנטיגע פון אסאך פעלער ווי מען האט געמאכט ענק אדער פארשיקט מענטשן שוין נאכן וואינען

בקיצור סטעטען איילענד איז משיגע טייער קעגן די אלע געגענטער און עס האט די מערסטע תושבים אן קיין שום פאמפע און קאוועריזש
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום מאנטאג מארטש 11, 2019 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דעמאנונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אמאל האב איך אפגעשרין לאנגע אשכולותן און ארטיקלען וועגן דירות קריזיס און לעזונגען דערצו
כ'ווייס אפילו נישטוואו אין אייוועלט ס'ליגט יעצט אסאך איז נוגע אויך יעצט און געהער אין דעם אשכול
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זוכט ביי דיינע תגובות, לייגט אריין שליסל ווערטער וואס איר האלט איר האט גענוצט, יאך טו אזוי.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

@רעסטאראנט.

דזשערסי סיטי האט נישט קיין מאמע וואס פעמפערט עס און ס'מוטשעט זיך אויך היבש.

די אמתע חילוק איז דאס עפענען מוסדות וכו' אויב זאל מען ווען קענען טראגן די קינדער ערגעץ אנדערש מיט עקזעסטירענדע מוסדות וואלט מען געשפארט א ים מיט קאפוויי און ס'וואלט אטראקטירט מער מענטשען, עי' לינדען ניו דש.
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

רעסטאראנט האט געשריבן:איך האב נישט די נמשל

עס איז א שטארקע קשיא , נומבער איינס פשוט עס איז באשערט און עס האט א ברכה , ווי געוויסע אנדערע געגענטער וואס מיטשענען זיך שוין יארן און אלעס גייט מיט די פיס אראפ

צווייטענס אז מען האט נישט געבויעט פון אנפאנג און אפילו יעצט א אידישע אינפעסטרוקטער ווי גראסערי,מקוה,בתי מדרשים,מוסדות
וואס דאס איז לכאורה א שטארקע סיבה פארוואס עס וואקסט

איי די קשיא איז פארוואס זאלן מענטשן גיין אויף א פלאץ אן גארנישט

ווייס איך נישט , אבער דאס וואס געוויסע געגענטער שטעלט מען אדער מען פרובירט אלעס צוצושטעלן און מען פרובירט צו פעמפערן , וועלן נישט מענטשן קיינמאל זיין צופרידן און קיינמאל זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס און בלייבט א בעבי

כאב עס גראדע געשריבן מסתמא אפאר יאר צוריק און א געוויסע נייע יושב אשכול אז פעמפערן איז נישט קיין תועלת

און מען מיז אויך איינזעצן בעל כרכך אז די סארט מענטשן וואס זענען געגאנגען קיין סטעטען איילענד אפילו עס איז א מיש פון צענדליגע חסידות'ן פון פרום חסידיש ביז די אנדערע עק אז עס נישט קיין געספוילטע מענטשן ווי א שטארקע וויליאמסבורגע ציבור איז

הגם עס איז דא א עפעס א פארצענט פון וויליאמסבורג אויך
, איז עס נאכאלס א אנדערע קלאס מענטשן, די וויליאמסבורגע קלאס איז שווער פארפאלען, פון בארא פארק האבן געמופט מסתמא באלד 2 טויזענט משפחות קיין לעיקוואד

דאס שמועס איך אויס הויעך , אבער סאיז זיכער אז די הנהלות פון די נייע ישובים דארפן דאס דורעכגיין פארוואס דארט איז עס אזוי געוואקסען שנעל

די חלק אז אלע סארטען מענטשן פארשטייט זיך אליינס האט אויך געמאכט די נומבערס גרויס , אין עטליכע פון די נייע ישובים ווייס איך ערשט האנטיגע פון אסאך פעלער ווי מען האט געמאכט ענק אדער פארשיקט מענטשן שוין נאכן וואינען

בקיצור סטעטען איילענד איז משיגע טייער קעגן די אלע געגענטער און עס האט די מערסטע תושבים אן קיין שום פאמפע און קאוועריזש


גוט ארויסגעברענגט
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3774
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

El Rushbo האט געשריבן:@רעסטאראנט.

דזשערסי סיטי האט נישט קיין מאמע וואס פעמפערט עס און ס'מוטשעט זיך אויך היבש.

די אמתע חילוק איז דאס עפענען מוסדות וכו' אויב זאל מען ווען קענען טראגן די קינדער ערגעץ אנדערש מיט עקזעסטירענדע מוסדות וואלט מען געשפארט א ים מיט קאפוויי און ס'וואלט אטראקטירט מער מענטשען, עי' לינדען ניו דש.

איר האט א שטיקל אירטום כמדומה לי. לינדען - אפגעזעהן ווי סוקסעספול עס היייסט אצינד - האט געקריגן איר ערשטע חסיד'ישע משפחה חשון תשע"ח, און האלט אצינד, זיבעצן מאנאטן שפעטער, ביי עטליכע און צוואנציג משפחות. דזשערסי סיטי האט ביי זיבעצן מאנאטן זינט דעם ערשטן מאווינג טראק געהאלטן ביי 49 משפחות. וליתר דיוק, לינדען פלאנט אויך ערנסט צו עפענען מוסדות. איז ווילט איר זאגן אז דאס עפענען מוסדות האלט צוריק מענטשן פון זיך אריבערציען?

און סתם אזוי טו סעט די רעקארד, דאס וואס מען רעדט אז סטעטן איילענד האט טויזנט חסיד'ישע משפחות, אין א שמועס צווישן הרב משה מאיר ווייס שליט"א פון סטעטן איילענד מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ער געזאגט אז עס וואוינען שוין דארט 400 משפחות (בחצר הקודש, פ' פקודי תשע"ט).
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:@רעסטאראנט.

דזשערסי סיטי האט נישט קיין מאמע וואס פעמפערט עס און ס'מוטשעט זיך אויך היבש.

די אמתע חילוק איז דאס עפענען מוסדות וכו' אויב זאל מען ווען קענען טראגן די קינדער ערגעץ אנדערש מיט עקזעסטירענדע מוסדות וואלט מען געשפארט א ים מיט קאפוויי און ס'וואלט אטראקטירט מער מענטשען, עי' לינדען ניו דש.


כפארשטיי כלל נישט וואס דו זאגסט, דזשערזי סיטי האלט שוין כמעט ביי 100 "וואס וואוינען" ווען לינדן האלט ביי ארום פופצן, וואס הייסט אטראקירט מער מענטשן?
אויך איז ד.ס. כלל נישט די פראדוקט פון לינדען, ז.ס. איז סאך מער שטאטיש, סאך מער פאר'חמ'ט. ס'האט צוויי גרויסע מעלות, ביליג און מוסדות, אויך איז עס נאנט, אבער לינדען איז נאנט צו אנדערע פלעצער סאו ווענדט זיך ווי מ'קוקט לגבי נאנטקייט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

אסביר דברי.

אויב וואלטן איינע פון די אפציעס געווען גענוג נאנט צו די שטאט פון ווי דו זוכסט צו מופן (30-40 מינוט דרייוו אונטער געווענליכע טראפיק אומשטענדן), אז דיין קינד'ס מוסד קען שיקן א באס אים אויפפיקן שפארסטו א גרויס חלק פון די חבלי לידה וואס פיאנירן דארפן מיטמאכן.

פון די שווערסטע חלקים פון מופן איז, טוישן מוסד פאר קינדער, און נאכדערצו אז די אלע מוסדות אין די נייע שטעטלעך גייען -ווי ערווארטעט- דורך חבלי לידה, וואס מאכט די מצב uncertain און discouraged מענטשען פון זיך אהינציען.

חוץ פון דעם וואס דאס שנארן וואלט געקענט זיין פאר א גרויס ביהמ"ד, מקוה אד"ג קהלישע פונקציעס וואס וואלט עסטעבלישט דאס פלאץ און צוגעצויגן מענטשען צו זיך.
איינמאל מ'פארמאגט שוין גענוג קינדער צו קענען עפענען אייגענע מוסדות וועט עס שוין גיין סאך גרינגער.

די בעסטע דוגמא פאר דעם איז די גלילות פון ק"י

נאך א זאך וואס איז אפשר אביסל סענסעטיוו אבער זייער וויכטיג, ווען מ'הייבט אן א שטעטל, הייבט מען נישט אן מיט אזא קאסטבארע פראיעקט ווי א כולל אבריכים, די אינגע קהילה קען זיך קוים ערלויבן אויפצוהאלטן דאס אייגענע ביהמ"ד מקוה וכו'
אין בלומינגבורג פארשטיי איך אז דער אינוועסטאר האט עס אויפגעהאלטן מיט די האפענונג צו צוציען קונים, אבער איך מיין נישט זיי ספעציעל איך רעד בכלליות.
@צולייגער וואס איז דאס 'אירטום'?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3774
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

El Rushbo האט געשריבן:@צולייגער וואס איז דאס 'אירטום'?

אירטום באדייט "טעות"
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב ווערק
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב ווערק »

האט איינער באמערקט אז רוב מארקעטינג קאמפיינ'ס ארויסצוברענגען מענטשן גייען בערך אזוי: "אין די נייע געגענט קען מען באקומען א דירה וואס איז פיר מאל אזוי גרויס ווי אייער דירה וויליאמסבורג און איז נאך ארומגענומען מיט גראז און ביימער מיט קלארע לופט מיט גענוג און נאך פארקינג פאר האלב די פרייז".

די פראבלעם איז אז די אלע מענטשן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג טראץ די טייערע ריעל עסטעיט טוען עס ווייל זיי האבן ליב דעם סארט לעבן, און ס'איז נאריש צו פרובירן אויפצוקלערן מענטשן פארוואס זיי זאלן אנהייבן צו ליב האבן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן יעצט ליב.

ע"כ דארף מען אנשטאט צו בויען געגענטער און מסביר זיין פאר'ן עולם ווי אנדערש ס'איז פון די שטאט און ווי נישט געשמאק ס'איז צו וואוינען אין די שטאט, דארף מען בויען געגענטער וואס ענדלען ווי מער צו די שטאט, און זאגן פאר'ן עולם: "אונז פארשטייען ווי געשמאק די שטאט איז פאר ענק אז ענק זאלן זיין גרייט צו צאלן אסאך מער, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, און אז די נייע געגענט איז נאר א טראפקעלע אנדערש פון די שטאט ווען די חילוק אין פרייז איז גאר גרויס לוינט זיך צו פארקוקן אויף די מינדערוויכטיגע חילוקים ווען ס'מאכט אזא חילוק."
קעגן עסקנים שרייט מען, צו עסקנים וויינט מען.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

El Rushbo האט געשריבן:אסביר דברי.

אויב וואלטן איינע פון די אפציעס געווען גענוג נאנט צו די שטאט פון ווי דו זוכסט צו מופן (30-40 מינוט דרייוו אונטער געווענליכע טראפיק אומשטענדן), אז דיין קינד'ס מוסד קען שיקן א באס אים אויפפיקן שפארסטו א גרויס חלק פון די חבלי לידה וואס פיאנירן דארפן מיטמאכן.

פון די שווערסטע חלקים פון מופן איז, טוישן מוסד פאר קינדער, און נאכדערצו אז די אלע מוסדות אין די נייע שטעטלעך גייען -ווי ערווארטעט- דורך חבלי לידה, וואס מאכט די מצב uncertain און discouraged מענטשען פון זיך אהינציען.

חוץ פון דעם וואס דאס שנארן וואלט געקענט זיין פאר א גרויס ביהמ"ד, מקוה אד"ג קהלישע פונקציעס וואס וואלט עסטעבלישט דאס פלאץ און צוגעצויגן מענטשען צו זיך.
איינמאל מ'פארמאגט שוין גענוג קינדער צו קענען עפענען אייגענע מוסדות וועט עס שוין גיין סאך גרינגער.

די בעסטע דוגמא פאר דעם איז די גלילות פון ק"י

נאך א זאך וואס איז אפשר אביסל סענסעטיוו אבער זייער וויכטיג, ווען מ'הייבט אן א שטעטל, הייבט מען נישט אן מיט אזא קאסטבארע פראיעקט ווי א כולל אבריכים, די אינגע קהילה קען זיך קוים ערלויבן אויפצוהאלטן דאס אייגענע ביהמ"ד מקוה וכו'
אין בלומינגבורג פארשטיי איך אז דער אינוועסטאר האט עס אויפגעהאלטן מיט די האפענונג צו צוציען קונים, אבער איך מיין נישט זיי ספעציעל איך רעד בכלליות.
@צולייגער וואס איז דאס 'אירטום'?


אני הקטן וואלט קיינמאל געמופט און דערנאך געשיקט מיין קינד לערנען צו א פלאץ ווי מ'דארף פארן פערציג מינוט וועג אין געווענליכע טרעפיק, דאס מיינט ראש אוערס כאטשיק א שעה פלאס אויפן ראוד אליין צוויי מאל א טאג, און אויב איז דא עפעס א שפעטיגונג וכו' ? שמחה וכדו',
בכלל די אלע זאכן איז שוין אויסגעשמועסט געווארן יארן צוריק אין וועלטל דא.
ס'איז קלאר אז די פערפעקט סאלושען איז נישט געקומען, און דער סוד איז אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין.
אלזא,
יעדער דארף קוקן וואס איז אים די וויכטיגסטע.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צולייגער האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:@רעסטאראנט.

דזשערסי סיטי האט נישט קיין מאמע וואס פעמפערט עס און ס'מוטשעט זיך אויך היבש.

די אמתע חילוק איז דאס עפענען מוסדות וכו' אויב זאל מען ווען קענען טראגן די קינדער ערגעץ אנדערש מיט עקזעסטירענדע מוסדות וואלט מען געשפארט א ים מיט קאפוויי און ס'וואלט אטראקטירט מער מענטשען, עי' לינדען ניו דש.

איר האט א שטיקל אירטום כמדומה לי. לינדען - אפגעזעהן ווי סוקסעספול עס היייסט אצינד - האט געקריגן איר ערשטע חסיד'ישע משפחה חשון תשע"ח, און האלט אצינד, זיבעצן מאנאטן שפעטער, ביי עטליכע און צוואנציג משפחות. דזשערסי סיטי האט ביי זיבעצן מאנאטן זינט דעם ערשטן מאווינג טראק געהאלטן ביי 49 משפחות. וליתר דיוק, לינדען פלאנט אויך ערנסט צו עפענען מוסדות. איז ווילט איר זאגן אז דאס עפענען מוסדות האלט צוריק מענטשן פון זיך אריבערציען?

און סתם אזוי טו סעט די רעקארד, דאס וואס מען רעדט אז סטעטן איילענד האט טויזנט חסיד'ישע משפחות, אין א שמועס צווישן הרב משה מאיר ווייס שליט"א פון סטעטן איילענד מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ער געזאגט אז עס וואוינען שוין דארט 400 משפחות (בחצר הקודש, פ' פקודי תשע"ט).


און בכלל וואס ס'הייסט חסיד'יש ביי ר' משה מאיר ווייס (יאך קען אים פערזענליך) הייסט כלל נישט חסיד'יש ביים דורכשניטליכן איד וואס דו זעסט אויפן בילד ביים דז. ס. דינער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שרייב ווערק האט געשריבן:האט איינער באמערקט אז רוב מארקעטינג קאמפיינ'ס ארויסצוברענגען מענטשן גייען בערך אזוי: "אין די נייע געגענט קען מען באקומען א דירה וואס איז פיר מאל אזוי גרויס ווי אייער דירה וויליאמסבורג און איז נאך ארומגענומען מיט גראז און ביימער מיט קלארע לופט מיט גענוג און נאך פארקינג פאר האלב די פרייז".

די פראבלעם איז אז די אלע מענטשן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג טראץ די טייערע ריעל עסטעיט טוען עס ווייל זיי האבן ליב דעם סארט לעבן, און ס'איז נאריש צו פרובירן אויפצוקלערן מענטשן פארוואס זיי זאלן אנהייבן צו ליב האבן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן יעצט ליב.

ע"כ דארף מען אנשטאט צו בויען געגענטער און מסביר זיין פאר'ן עולם ווי אנדערש ס'איז פון די שטאט און ווי נישט געשמאק ס'איז צו וואוינען אין די שטאט, דארף מען בויען געגענטער וואס ענדלען ווי מער צו די שטאט, און זאגן פאר'ן עולם: "אונז פארשטייען ווי געשמאק די שטאט איז פאר ענק אז ענק זאלן זיין גרייט צו צאלן אסאך מער, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, און אז די נייע געגענט איז נאר א טראפקעלע אנדערש פון די שטאט ווען די חילוק אין פרייז איז גאר גרויס לוינט זיך צו פארקוקן אויף די מינדערוויכטיגע חילוקים ווען ס'מאכט אזא חילוק."


איי עגרי, והיינו טעמא ד'דזשערסי סיטי.

יאך האלט אז מען וואלט געברויכט מאכן וויליאמסבורגע סטייל דעוועלאפמענטס, אביסל גרעסערע דירות, אביסל קלענערע בילדינגס, נעבן עני עקזיסטירנדע דרויסנדע געגענט. אדער אין דזשערסי סיטי אדער ארום טאקע. פאר די מענטשן וואס ווילן קויפן גרייט פון דעוועלאפערס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שרייב ווערק האט געשריבן:האט איינער באמערקט אז רוב מארקעטינג קאמפיינ'ס ארויסצוברענגען מענטשן גייען בערך אזוי: "אין די נייע געגענט קען מען באקומען א דירה וואס איז פיר מאל אזוי גרויס ווי אייער דירה וויליאמסבורג און איז נאך ארומגענומען מיט גראז און ביימער מיט קלארע לופט מיט גענוג און נאך פארקינג פאר האלב די פרייז".

די פראבלעם איז אז די אלע מענטשן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג טראץ די טייערע ריעל עסטעיט טוען עס ווייל זיי האבן ליב דעם סארט לעבן, און ס'איז נאריש צו פרובירן אויפצוקלערן מענטשן פארוואס זיי זאלן אנהייבן צו ליב האבן עפעס אנדערש פון וואס זיי האבן יעצט ליב.

ע"כ דארף מען אנשטאט צו בויען געגענטער און מסביר זיין פאר'ן עולם ווי אנדערש ס'איז פון די שטאט און ווי נישט געשמאק ס'איז צו וואוינען אין די שטאט, דארף מען בויען געגענטער וואס ענדלען ווי מער צו די שטאט, און זאגן פאר'ן עולם: "אונז פארשטייען ווי געשמאק די שטאט איז פאר ענק אז ענק זאלן זיין גרייט צו צאלן אסאך מער, אבער אז מ'קען זיך עס נישט ערלויבן, און אז די נייע געגענט איז נאר א טראפקעלע אנדערש פון די שטאט ווען די חילוק אין פרייז איז גאר גרויס לוינט זיך צו פארקוקן אויף די מינדערוויכטיגע חילוקים ווען ס'מאכט אזא חילוק."

דאס איז פונקטליך דזושערזי סיטי, נאר אביסל מער בני חמ'דיג און אסאך ביליגער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3774
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

lebediger berel האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:און סתם אזוי טו סעט די רעקארד, דאס וואס מען רעדט אז סטעטן איילענד האט טויזנט חסיד'ישע משפחות, אין א שמועס צווישן הרב משה מאיר ווייס שליט"א פון סטעטן איילענד מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ער געזאגט אז עס וואוינען שוין דארט 400 משפחות (בחצר הקודש, פ' פקודי תשע"ט).


און בכלל וואס ס'הייסט חסיד'יש ביי ר' משה מאיר ווייס (יאך קען אים פערזענליך) הייסט כלל נישט חסיד'יש ביים דורכשניטליכן איד וואס דו זעסט אויפן בילד ביים דז. ס. דינער

דערקענט זיך אז זיידי'קא דאווענט אין 53... דא האט איר אן אויסצוג פון דעם שמועס צווישן האדמו"ר מסקווירא מיט זיין פלומעניק דער רב פון די 53 קהלה אין וומס"ב, אן איידעם ביים 53 רב.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (31.54 KiB) געזען 1691 מאל
געשטימט פאר ראשעק הול
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

רעסטאראנט האט געשריבן:איך האב נישט די נמשל

עס איז א שטארקע קשיא , נומבער איינס פשוט עס איז באשערט און עס האט א ברכה , ווי געוויסע אנדערע געגענטער וואס מיטשענען זיך שוין יארן און אלעס גייט מיט די פיס אראפ

צווייטענס אז מען האט נישט געבויעט פון אנפאנג און אפילו יעצט א אידישע אינפעסטרוקטער ווי גראסערי,מקוה,בתי מדרשים,מוסדות
וואס דאס איז לכאורה א שטארקע סיבה פארוואס עס וואקסט

איי די קשיא איז פארוואס זאלן מענטשן גיין אויף א פלאץ אן גארנישט

ווייס איך נישט , אבער דאס וואס געוויסע געגענטער שטעלט מען אדער מען פרובירט אלעס צוצושטעלן און מען פרובירט צו פעמפערן , וועלן נישט מענטשן קיינמאל זיין צופרידן און קיינמאל זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס און בלייבט א בעבי

כאב עס גראדע געשריבן מסתמא אפאר יאר צוריק און א געוויסע נייע יושב אשכול אז פעמפערן איז נישט קיין תועלת

און מען מיז אויך איינזעצן בעל כרכך אז די סארט מענטשן וואס זענען געגאנגען קיין סטעטען איילענד אפילו עס איז א מיש פון צענדליגע חסידות'ן פון פרום חסידיש ביז די אנדערע עק אז עס נישט קיין געספוילטע מענטשן ווי א שטארקע וויליאמסבורגע ציבור איז

הגם עס איז דא א עפעס א פארצענט פון וויליאמסבורג אויך
, איז עס נאכאלס א אנדערע קלאס מענטשן, די וויליאמסבורגע קלאס איז שווער פארפאלען, פון בארא פארק האבן געמופט מסתמא באלד 2 טויזענט משפחות קיין לעיקוואד

דאס שמועס איך אויס הויעך , אבער סאיז זיכער אז די הנהלות פון די נייע ישובים דארפן דאס דורעכגיין פארוואס דארט איז עס אזוי געוואקסען שנעל

די חלק אז אלע סארטען מענטשן פארשטייט זיך אליינס האט אויך געמאכט די נומבערס גרויס , אין עטליכע פון די נייע ישובים ווייס איך ערשט האנטיגע פון אסאך פעלער ווי מען האט געמאכט ענק אדער פארשיקט מענטשן שוין נאכן וואינען

בקיצור סטעטען איילענד איז משיגע טייער קעגן די אלע געגענטער און עס האט די מערסטע תושבים אן קיין שום פאמפע און קאוועריזש



האב איך גערעדט מיט מיין קאזען די וואך וואס האט געמופט קיין סטעטן איילענד און זאגט מיר אז סטעטן איילענד וואוינען בערך פיר הונדערט משפחות. נישט צוויי טויזענט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אינטערעסאנט.
ס'זעט אויס אז דער רבי (מ'סקוירא) האט נישט געכאפט דעם קוועטש וואס זיין נעפיו, (אזוי אויך איך האב גע)מיינט
מיינעך צו זאגן אז מיר וואלטן גערופן חסידיש (לגבי וועלן אלץ שכנים למשל נאר זעלכע וואס די בני בית דרייווט נישט, וואלטן רעספעקטירט בית רחל תקנות ביי מיידלעך, אינגלעך צווישן זיך רעדן נאר אידיש וכו')
הרב ווייס וואלט דאס גערופן פעסט חסידי'ש אויב דוקא מיטן שטריימל און אידענע דוקא מיט שייטל נישט אייגענע האר וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”