דינער הראשונה דזשערסי סיטי ג׳ פקודי קאנטינענטאל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:07 pm


יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:10 pm

ניייעס און אפדעיטס
צוגעלייגטע
Dvar_Yoim_2_25_19-2.jpg
Dvar_Yoim_2_25_19-2.jpg (406.79 KiB) געזעהן 1208 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 4:14 pm

מאָמענטום ביי יהדות וויליאַמסבורג וואַקסט:
״זשורנאַל דעדליין״ צום היסטאָרישן מעמד ״העיר על תלה״, ווען ״וויליאַמסבורג״ וועט דעמאָנסטרירן ברודערליכקייט פאַר ״זשערסי סיטי״ ווערט פאַרלענגערט
דינער דאַטום:
דינסטאָג פּקודי אין קאנטינענטאל — אַ דינער וואס וויליאמסבורג האט נאכנישט געזען!
זשורנאל דעדליין דאַטום:
דאָנערשטאָג ויקהל — אַ פלייץ פון באַגריסונגען פאַר וויליאַמסבורג׳ס בעלי הצדקה!

אַלע קהלות, אַלע שיכטן, אַלע קרייזן, וואָס בילדן די ״ירושלים ד׳אַמעריקע״ מאָביליזירט צו ״בויען אַן עתיד״ פאַר אונז אַליין!

באַרימטע נדיבים המפוארים, העושים והמעשים, וועלן באַערט ווערן:
הרה״ח ר׳ מיכל הכהן סאנדער הי״ו, הרה״ח ר׳ שלמה הערש קארפּען הי״ו, הרה״ח ר׳ משה הערש דייטש הי״ו, הרה״ח ר׳ שמעון ישראל פּערלמוטער הי״ו

ווי נאָך קיינמאָל בעפאָר:
דראַמאַטישע פאָרשטעלונג ״דאָס אידישע לעבן אין גרינוויל, זשערסי סיטי״ וועט פּרעזענטירט ווערן מיט לעבעדיגע קאָלירן!


[b]וויליאַמסבורג.
— אין צוזאַמענהאַנג מיט׳ן היסטאָרישן מעמד ״העיר על תלה״ וואָס טוט ערווארטן די שטאָט וויליאמסבורג, דעם קומענדיגן ״דינסטאג פּקודי״, ווען די עיר גדולה לאלקים וועט זיך צונויפזאמלען, אויף אן ערשטמאליגן היסטאָרישן פאַרנעם, צו פונדאמענטירן די מוסדות התורה והחינוך פון ״גרינוויל, זשערסי סיטי״, ווערט געמאָלדן אַז דער ״זשורנאַל דעדליין״ איז פארלענגערט געוואָרן.

״דינסטאג פקודי״, דער דאַטום איז שוין רעגיסטרירט אין וויליאַמסבורג אַלס אַ היסטארישע נאכט וואס מ׳קען נישט פארפּאסן. אַ נאכט וואס גייט אפּצייכענען היסטאָריע, און אויך גלייכצייטיג ״שרייבן היסטאָריע״, מיט׳ן פאַרזיכערן דעם פאָרזעצנדן סוקסעס פון אַ מעכטיגע רעוואָלוציע וואָס האָט אַהערגעשטעלט אויף ניו יארק׳ס אידישע מאַפּע אַ דערפאָלגרייכע נייע אידישע שטאָט, בעזרת ה׳.


וויליאַמסבורג ״קאָכט און לעבט״ מיט ״העיר על תלה״!
דער ״זשערסי סיטי דינער״ איז ״דאס געשפּרעך פון טאָג״ אין וויליאמסבורג. מ׳הערט ״פון הינטער די קויליסן״ אז ס׳קומט א דינער ווי נאך קיינמאל בעפאָר!
״דינסטאָג פּקודי״ גייט געשאַפן ווערן היסטאריע אין וויליאמסבורג!
עס גייט זיין א זעלטנהייט, אַ צוזאמקום פון ״אלע וויליאמסבורגער קהלות״, אלע שיכטן און אלע קרייזן, ווייל יעדער ווייסט די וויכטיגקייט, יעדער ״לעבט מיט דעם״, און יעדער ווארט שוין לאנג אויף די געלעגנהייט צו קענען סאלידאזירן מיט זשערסי סיטי.
ס׳נישטאָ נאך א שטאט ווי וויליאמסבורג, וואס פארשטיייט אזוי גוט, וואס באגרייפט אזוי קלאר, וואס באַנעמט אזוי דייטליך, וואָס דאָס מיינט אַ ״דירות קריזיס״, און וואָס אַ היסטארישע ישועה ס׳איז פאר די דורות, אַז ״גרינוויל״ איז שוין ״על תלה בנוי׳״!



״דינסטאָג פּקודי״ — דער טאָג ווען וויליאמסבורג וועט זיך צונויפקומען צו א היסטארישן מעמד!
אָט איז שוין בלויז כמעט ״איין וואָך פאַרבליבן״ — בעוד שבוע אחד!

בלילה ההיא, דינסטאָג פּקודי, וועט די שטאָט שטראָמען אויף א היסטארישן פארנעם, ווי נאך קיינמאל פריער, ביי אט דעם מעמד האדיר ״העיר על תלה״, וואו מ׳וועט אין פולסטן זינען פון וואָרט ״פאַרפעסטיגן די שטאָט״, וואָס איז שוין געבויעט, אָבער מ׳מוז עס פונדאַמענטירן, מ׳מוז עס אונטערבעטן, מ׳מוז עס פינאנצירן, מ׳מוז עס פונדאַמענטירן, אז ס׳זאל פארבלייבן פעלזן-פעסט עקזיסטירן!

עס קומט אי״ה אַ ״היסטארישער פּראגראם״ וואס קיינער אין די שטאט וועט נישט וועלן פארפּאסן. עס גייט זיין אַ מאורע וואָס גייט צונויפנעמען די שטאט מיט אַן ״אחדות״ וואָס איז נאָך ביז היינט נישט געווען! די גדולי העסקנים, די דינאמישע אנשי הפּעולה,פון אלע קהלות, זענען שוין איינגעשפּאנט, יעדער איז פאַראייניגט פאַר׳ן סוקסעס.

מיט בלויז ״איין וואָך פאַרבליבן״ זענען שוין די מאַסיווע צוגרייטונגען אַריין אין די סאַמע לעצטע שטאפּלען און העכסטע אָקטאַוון! ס׳לעבט און ס׳פיבערט, די עסקנים פון זשערסי סיטי זענען טאָג-טעגליך אויף מיטינגען — דורכ׳ן קורצן וועג, אלס דער נאָענטסטער פון די נייע ישובים קיין וויליאמסבורג — מיט די עסקני הקהלות ד׳וויליאַמסבורג, וואו מ׳ארבעט אויס די דעטאַלן, און מ׳טוט פאָרברייטן אַ מעמד אדיר אשר כמוה לא נהיית, ווען וויליאמסבורג וועט אי״ה אַרויסצייגן אירע פּרעכטיגע קאָלירן ווי נאָך קיינמאָל בעפאָר.

בעוד שבוע אחד: ס׳קומט אַ היסטאָרישער מעמד! אַלע קהלות, אַלע קרייזן!

דינסטאָג פּקודי • העיר על תלה בנוי׳ • קאנטינענטאל!



ווי נאָך קיינמאָל בעפאָר:
דראַמאַטישע פאָרשטעלונג ״דאָס אידישע לעבן אין גרינוויל, זשערסי סיטי״ וועט פּרעזענטירט ווערן מיט לעבעדיגע קאָלירן!


״וויאזוי קוקט אויס דאס אידישע לעבן אין זשערסי סיטי״?
״איז טאַקע דאָ דאָרט פולשטענדיגע מוסדות התורה״?
״איז דאָ מלמדים? טיטשערס? אַ מנהל? פּרינציפּעלס? זענען די קינדער צופרידן? איז דאָ באָסעס? איז דאס אלעס רעאַליטעט?״
אט דאס זענען טייל פון די פראגן וואס פילע ווילן וויסן און פאַרשטיין. ס׳לאזט זיך זיי גארנישט גלייבן, ווי אין געציילטע יארן, איז אין אַ ווילד-פרעמד פּלאץ אויסגעשטיגן אַן עיר גדולה לאלקים, מיט ״אלע״ צוגעהערן, מיט פולשטענדיגע מוסדות התורה והחינוך!
אַצינד, גייען קומען די ענטפערס! אָבער ענטפערס!
אין אַ דראמאטישע ערשטמאליגע פאָרשטעלונג, וואס אנטשפּרעכט צו באגייסטערן וויליאמסבורג, וועט וויליאמסבורג ״הערן און זען״ וואָס טוט זיך אין זשערסי סיטי.
און וואָס זיי וועלן דערביי מיטהאַלטן, גייט זיי באַצויבערן, איבערנעמען, אַנטציקן, און דערנאך פארוואנדעלט ווערן אין דאָס געשפּרעך פון טאָג ביי יונג און אַלט.
עס קומט איבערראַשונגען, וויליאמסבורג!


איינמאָליגע געלעגנהייט פאַרברייטערט:

צוליב מאַסיווע ״עדס איבערפלוס״ פאַר די ״בוני העיר״: זשורנאַל דעדליין פאַרלענגערט ביז דאָנערשטאָג ויקהל!

בוני העיר: הרה״ח ר׳ מיכל הכהן סאנדער הי״ו, הרה״ח ר׳ שלמה הערש קארפּען הי״ו, הרה״ח ר׳ משה הערש דייטש הי״ו, הרה״ח ר׳ שמעון ישראל פּערלמוטער הי״ו — נזר אב השנה: מוה״ר יואל רייך הי״ו, מוה״ר יחזקאל דייטש הי״ו


ווי שוין פּראמינענט באריכטעט אין די פארגאנגענע וואָכן, איז אַ ״הויכפּונקט״ פון דעם מעמד צו באַערן און באגריסן די לעגענדארע און בארימטע עסקנים ואישי הציבור, נדיבים בעם נגידים ושועים, עושים ומעשים, המה הגבורים אַלס די ״בוני העיר״.

דאס זענען די נגידים החשובים המפורסמים, פארי נדיבי העיר, נכבדי הקהלות, הלוא המה: הרה"ח מוה”ר מיכל הכהן סאנדער הי'’ו ,הרה"ח מוה"ר שלמה הערש קארפּען הי’'ו, הרה"ח מוה”ר משה הערש דייטש הי’'ו, הרה”ח ר׳ שמעון ישראל פּערלמוטטער הי״ו, ארבעה צריכים להודות, כי להם נאה, כי להם יאה, להתעטר בנזר שיר שפרה להם, זייער וואויל-בארימטע באערונג, אלס די "בוני העיר".

יעדער פון די אויסגעקליבענע אנשי שם באזונדער, אין זיין טעריטאריע פון נדיבות, פון עסקנות, צייכענט זיך אויס מיט אומשאצבארע באמיאונגען און אויפטוען, סיי אין געביט פון 'עושה', סיי אין הינזיכט פון 'מעשה'; זייענדיג באקאנט אלס נדיבים ועסקנים גם יחד, ריכטיגע אישי הציבור אין פולן זין פון ווארט, אידן וועלכע זענען זיך מקריב בדמי"ם תרתי משמע פאַר כל דבר שבקדושה.

דער ״קלימאַקס״ פון אָט די באַערונג וועט אַרויסקומען צום אויבערפלאַך אין דעם פּראַכטפולן ״בוני העיר״ זשורנאַל וואָס וועט ערשיינען מיט אַ זעלטענעם כבוד און פּראַכט צו דעם היסטאָרישן מעמד. דאָרט, צווישן די גאָלדענע זשורנאַל-בלעטער, וועט וויליאַמסבורג, מיט אירע איינוואוינער און אירע מוסדות התורה וארגוני הצדקה והחסד, אויסרופן איר אומגעהויערע און אומשאצבארע הכרת הטוב פאַר די טייערע אידן ומצדיקי את הרבים!

בנוסף צו די וויליאמסבורגער אנשי החסד ונדיבי הלב וועלכע וועלן באערט ווערן במקהלות עם, וועט ״זשערסי סיטי״ אויך ארויסשטעלן אירע אייגענע עסקנים נמרצים, מיט׳ן פּאסיגן נזר ״אב השנה״.

הלוא המה די באקאנטע אנשי חסד, באקאנט מיט זייערע שפּרודלדיגע פּעולות טובות לכל דורש ומבקש, ה״ה מוה״ר יואל רייך הי״ו און מוה״ר יחזקאל דייטש הי״ו, וועלכע זענען נודעים לשבח ולתהלה ביי אלע זייערע יודעים ומכירים אַלס ״בעלי צדקה וחסד״ וואָס געבן זיך אוועק בכל נימי נפשם למען הכלל והפּרט.

ווירקליך האָט דאָס געברענגט אַן אויסטערלישע נאָכפראַגע, און מיט יעדן פאַרבייגייענדן טאָג, וואַקסן די צאָל ״עדס״ וואָס שטראמען אריין צום ״זשורנאַל״.

אומצאליגע מוסדות, יחידים, ארגאניזאציעס, סיי אין ניו יארק סיי אין ארץ ישראל און אַנדערע שטעט און לענדער, רופן אַריין איבערצוגעבן זייערע ״עדס״ און באגריסונגען, אויסצודריקן שעצע און שטיצע פאַר הני גבורי חיל עושי דברו, וועמען זיי זענען שולדיג ״אַזויפיל״ הכרת הטוב.

אַצינד, קומט די מעלדונג, אַז דער ״דעדליין״ איז פארלענגערט געוואָרן, אין ליכט פון דעם איבערפלוס פון פארלאנגען פון ״אַזויפיל״ יחידים און ארגאניזאציעס, און דער נייער דאַטום איז באַשטימט געוואָרן אויף ביז קומענדיגן ״דאָנערשטאָג ויקהל״.

מער וועט עס נישט פאַרלענגערט ווערן, אלזא כאפּט אריין! מאכט זיכער אז אייער עד ערשיינט מיט פּראַכט!

איבערצוגעבן באַגריסונגען און ״עדס״ רופט אין אָפיס:
201-350-5225#103
אָדער אין בליץ-פּאָסט צו dinner@mosdosog.org

אני מבין
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:29 pm

תגובהדורך אני מבין » מיטוואך פאברואר 27, 2019 8:11 pm

קוק מיר ארויס מיטן אויבערשטן הילף, עס זאל זיין מיט הצלחה!

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:56 pm

הזמנה פרטית
צוגעלייגטע
01 Posters 4 (1).jpg
01 Posters 4 (1).jpg (600.7 KiB) געזעהן 1070 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 9:59 pm

מכתב קודש
צוגעלייגטע
Letter GV 1722 (1).jpg
Letter GV 1722 (1).jpg (410.14 KiB) געזעהן 1066 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:03 pm

באשרייבונג פון די פארגאנגענע וואך
צוגעלייגטע
גליון תשא (1).jpg
גליון תשא (1).jpg (170.46 KiB) געזעהן 1062 מאל
גליון תשא 2.jpg
גליון תשא 2.jpg (285.78 KiB) געזעהן 1062 מאל
גליון תשא 3.jpg
גליון תשא 3.jpg (195.59 KiB) געזעהן 1062 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:06 pm

נואם הכבוד
צוגעלייגטע
פאפלענאש.jpg
פאפלענאש.jpg (285.58 KiB) געזעהן 1057 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מיטוואך פאברואר 27, 2019 10:09 pm

באשרייבונג פון די וואך
צוגעלייגטע
ויקהל.jpg
ויקהל.jpg (137.01 KiB) געזעהן 1054 מאל
ויקהל1.jpg
ויקהל1.jpg (233.58 KiB) געזעהן 1054 מאל
ויקהל2.jpg
ויקהל2.jpg (562.17 KiB) געזעהן 1054 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:31 am

אפדעיטס
צוגעלייגטע
01 Posters 11x17_Page_3.jpg
01 Posters 11x17_Page_3.jpg (277.69 KiB) געזעהן 938 מאל
01 Posters 11x17_Page_2.jpg
01 Posters 11x17_Page_2.jpg (412.5 KiB) געזעהן 938 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » פרייטאג מארטש 01, 2019 12:33 am

אפדעיט
צוגעלייגטע
01 Posters 11x17_Page_4.jpg
01 Posters 11x17_Page_4.jpg (533.7 KiB) געזעהן 938 מאל

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:08 am

א חידוש בעולם ה׳גראפיק׳ס!
אנטשולדיגט מיר פארן אריינהאקן, פשוט זייער הנאה געהאט דערפון...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:28 am

ווער מאכט די שיינע גראפיקס?
און ווער איז דער מארקעטינג דא?

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך רינדעכיג » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:38 am

Staubers Office - Marketing
Article Image - Graphics
ווען זיי ארבעטן צוזאמען רופן זיי זיך - Dawn Team
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 6:14 pm

די ילדי תשב''ר פון די הייליגע מוסדות שליסן זיך אן מיט קעס און כלים צונויפברענגען די סוקסעם פונעם דינער
צוגעלייגטע
העיר - פ' ויקהל - קינדער.jpg
העיר - פ' ויקהל - קינדער.jpg (330 KiB) געזעהן 695 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

10 קשיות

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 6:17 pm

דער עולם ווארט מיט שפאננוג רבבות אלפי ישראל הכונו הכונו
צוגעלייגטע
10 קשיות_Page_2.jpg
10 קשיות_Page_2.jpg (203.07 KiB) געזעהן 689 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:45 pm

pפערזענליכע הזמנה פון הרב בנציון פייערווערקער
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_01.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_01.jpg (79.06 KiB) געזעהן 626 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:46 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה נפתלי הירצקא יאקאבאוויטש
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_03.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_03.jpg (79.86 KiB) געזעהן 625 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:47 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה חיים מרדכי פייערווערקער
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_02.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_02.jpg (79.46 KiB) געזעהן 626 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:47 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה מיכל סאנדער
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_05.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_05.jpg (78.55 KiB) געזעהן 624 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:48 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה יוסף יעקב קאהן
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_04.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_04.jpg (78.73 KiB) געזעהן 623 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:49 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה משה הערש דייטש
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_06.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_06.jpg (78.93 KiB) געזעהן 620 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:50 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה שמעון ישראל פערלמוטטער
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_07.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_07.jpg (79.81 KiB) געזעהן 620 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:50 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה שלמה הערש קארפען
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_08.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_08.jpg (79.28 KiB) געזעהן 619 מאל

יהיה מה שיהיה
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:22 pm

תגובהדורך יהיה מה שיהיה » מאנטאג מארטש 04, 2019 7:51 pm

פערזענליכע הזמנה פון מו''ה חיים בער מייזעלס
צוגעלייגטע
02 Inv Private 3.5x8_Page_09.jpg
02 Inv Private 3.5x8_Page_09.jpg (78.8 KiB) געזעהן 620 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט