פרוכט ביימער ביים בויען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:21 am

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט

איך זע אז אויף 7 גארפילד איז דא פריכט ביימער
אויב פלאנט איר צי קויפען דארט א דירה
אלט א אויג צי מען רייסט נישט אויס די פריכט ביימער
אויב איינער זעיט ערגעץ ווי מען בויט אז עס איז דא א פריכט בוים
וואלט געווען א גיטע זאך צי מעלדן
ישר כח


הענגט אין בתי מדרשים היינט
צוגעלייגטע
20190225_022012-766x1215.jpg
20190225_022012-766x1215.jpg (250.18 KiB) געזעהן 2659 מאל

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 25, 2019 8:31 am

אינטערסאנט דארט שטייט נאך די גאנצע הויז, און אויף 7 גארפילד זענען שוין די ביימער ארומגעגראבן.....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג פאברואר 25, 2019 8:35 am

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט

איך זע אז אויף 7 גארפילד איז דא פריכט ביימער
אויב פלאנט איר צי קויפען דארט א דירה
אלט א אויג צי מען רייסט נישט אויס די פריכט ביימער
אויב איינער זעיט ערגעץ ווי מען בויט אז עס איז דא א פריכט בוים
וואלט געווען א גיטע זאך צי מעלדן
ישר כח

איינער האט געהאלטן א אויג אויף שכונת ויואל משה? א שטח פון 70 עיקערס איז אויסגעפלאסטערעט געווארן אן קיין איין פרוכט בוים, ממש סיעתא דשמיע.. כוחו של אותו דעוועלאפער.

אזוי גייט עס, די פאר נעבעכדיגע לאטס ווערן געקוקט מיט 700 מעגניפיייאינג פאר גלעזער, און די ריזיגע דעוועלאפמענטס (א שטייגער ווי ענקלעיוו) האבן די אימיוניטי.

מנחם הלוי
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2018 10:30 am

תגובהדורך מנחם הלוי » מאנטאג פאברואר 25, 2019 9:10 am

די שאלה איז אויב א בוים וואס פראדאצירט שוין נישט קיין פירות האט אויך די זעלבע דין, סיי ביי 7 גארפילד אין סיי ביי 8 איהעל האט מען שוין נישט געזעהן קיין געצייטיגטע פרוכט די לעצטע פאר יאר, וואס צוליב די אפגעשוואכטע ערד פין די געגענט האט די ביימער מער נישט פראדאצירט קיין פירות,

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:12 am

נו שוין האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט

איך זע אז אויף 7 גארפילד איז דא פריכט ביימער
אויב פלאנט איר צי קויפען דארט א דירה
אלט א אויג צי מען רייסט נישט אויס די פריכט ביימער
אויב איינער זעיט ערגעץ ווי מען בויט אז עס איז דא א פריכט בוים
וואלט געווען א גיטע זאך צי מעלדן
ישר כח

איינער האט געהאלטן א אויג אויף שכונת ויואל משה? א שטח פון 70 עיקערס איז אויסגעפלאסטערעט געווארן אן קיין איין פרוכט בוים, ממש סיעתא דשמיע.. כוחו של אותו דעוועלאפער.

אזוי גייט עס, די פאר נעבעכדיגע לאטס ווערן געקוקט מיט 700 מעגניפיייאינג פאר גלעזער, און די ריזיגע דעוועלאפמענטס (א שטייגער ווי ענקלעיוו) האבן די אימיוניטי.

אמת. אבער אין ספק מוציא מידי ודאי. מען דארף טאקע האבן עקסטרע סייעתא דשמיא נישט אריינצופאלן מיט אזוינע הייזער. מען דארף נישט פארציילן, עז איז א דבר ידוע ומפורסם אבער ביודעי ומכירי קאמינא איבער א בנין אין קרית יואל וואס "יעדער" וואס האט דארט געוואוינט האט מיטגעמאכט א פעקל ל"ע ביז מען איז דערגאנגען אז דארט איז געווען א פרוכט בוים. און די בעל הבית מוטשעט זיך טאקע עס צו פארקויפן. עס איז נישט קיין קינדער שפיל.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:16 am

אלעס באשערט האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט

איך זע אז אויף 7 גארפילד איז דא פריכט ביימער
אויב פלאנט איר צי קויפען דארט א דירה
אלט א אויג צי מען רייסט נישט אויס די פריכט ביימער
אויב איינער זעיט ערגעץ ווי מען בויט אז עס איז דא א פריכט בוים
וואלט געווען א גיטע זאך צי מעלדן
ישר כח

איינער האט געהאלטן א אויג אויף שכונת ויואל משה? א שטח פון 70 עיקערס איז אויסגעפלאסטערעט געווארן אן קיין איין פרוכט בוים, ממש סיעתא דשמיע.. כוחו של אותו דעוועלאפער.

אזוי גייט עס, די פאר נעבעכדיגע לאטס ווערן געקוקט מיט 700 מעגניפיייאינג פאר גלעזער, און די ריזיגע דעוועלאפמענטס (א שטייגער ווי ענקלעיוו) האבן די אימיוניטי.

אמת. אבער אין ספק מוציא מידי ודאי. מען דארף טאקע האבן עקסטרע סייעתא דשמיא נישט אריינצופאלן מיט אזוינע הייזער. מען דארף נישט פארציילן, עז איז א דבר ידוע ומפורסם אבער ביודעי ומכירי קאמינא איבער א בנין אין קרית יואל וואס "יעדער" וואס האט דארט געוואוינט האט מיטגעמאכט א פעקל ל"ע ביז מען איז דערגאנגען אז דארט איז געווען א פרוכט בוים. און די בעל הבית מוטשעט זיך טאקע עס צו פארקויפן. עס איז נישט קיין קינדער שפיל.

ביי וועם ווערט די ספק? ביי אונז קליינע קונים? און וואס איז די הלכה ווען דער דוועלאפער מאכט צו שטארק די אויגן? האט עס אויך א כלל פון ספק? דאן איז 70 תירוצים פארוואס מדארף נישט חייש זיין.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:31 am

מנחם הלוי האט געשריבן:די שאלה איז אויב א בוים וואס פראדאצירט שוין נישט קיין פירות האט אויך די זעלבע דין, סיי ביי 7 גארפילד אין סיי ביי 8 איהעל האט מען שוין נישט געזעהן קיין געצייטיגטע פרוכט די לעצטע פאר יאר, וואס צוליב די אפגעשוואכטע ערד פין די געגענט האט די ביימער מער נישט פראדאצירט קיין פירות,

כ'האב שוין גערעדט צו אפאר דיינים און קיינער האט מיר נישט געגעבן א היתר זיך צו שפילן דערמיט. די איינציגסטע היתר וואס כ'האב באקומען איז צו טרימען ביימער וואס גיבן נישט ארויס קיין מאכל בני אדם that's all
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:43 am

נו שוין האט געשריבן:
אלעס באשערט האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:[

אזוי גייט עס, די פאר נעבעכדיגע לאטס ווערן געקוקט מיט 700 מעגניפיייאינג פאר גלעזער, און די ריזיגע דעוועלאפמענטס (א שטייגער ווי ענקלעיוו) האבן די אימיוניטי.

אמת. אבער אין ספק מוציא מידי ודאי. מען דארף טאקע האבן עקסטרע סייעתא דשמיא נישט אריינצופאלן מיט אזוינע הייזער. מען דארף נישט פארציילן, עז איז א דבר ידוע ומפורסם אבער ביודעי ומכירי קאמינא איבער א בנין אין קרית יואל וואס "יעדער" וואס האט דארט געוואוינט האט מיטגעמאכט א פעקל ל"ע ביז מען איז דערגאנגען אז דארט איז געווען א פרוכט בוים. און די בעל הבית מוטשעט זיך טאקע עס צו פארקויפן. עס איז נישט קיין קינדער שפיל.

ביי וועם ווערט די ספק? ביי אונז קליינע קונים? און וואס איז די הלכה ווען דער דוועלאפער מאכט צו שטארק די אויגן? האט עס אויך א כלל פון ספק? דאן איז 70 תירוצים פארוואס מדארף נישט חייש זיין.

געמיינט צו זאגן אז די ספק וואס מיר קונים האבן, (נישט קיין חילוק אויב עס איז א ספק צוליב די השתקה פון די מוכרים ווי פארשטענדליך) נעמט נישט אוועק די "ודאי" וואס אונזערע אויגן זעען אין הארץ פון קרית יואל. פארפאלן עס איז טאקע נישט גרינג צו בויען דארט ווי יעדער דרייט זיך...
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:49 am

ביי אונז אין ווילי איז דא פארשידענע וועגן וויזוי מ'גיט זיך אן עיצה. איינע פון די זאכן זענען אז מ'נעמט א גוי און מ'פארקויפט אים די פראפערטי פאר טייערער. למשל ס'איז ווערד א מעלוינע פארקויפט מען עס פארן גוי פאר 1.2M (מ'פארקויפט עס פאר טייערער ווייל אויב דו פארקויפסט עס אים פארן פרייז וויפול ס'איז ווערד וועט ער עס גיין פארקויפן פאר א צווייטן פאר טייערער... וועגן דעם פארקויפט מען עס אים פאר אזא פרייז וואס קיינער וועט עס נישט ווילן אפקויפן פון אים) און מ'זאגט אים אז מ'דארף עס צוריק אן די ביימער (קען זיין אז מ'קען אים אפילו ארויסזאגן בפירוש ער זאל ארויסנעמען די פירות בוים) און נאכדעם קויפן מען עס צוריק אפ פון אים און מ'גיט אים צו עפעס צו לייזן.

פארשטייצעך אז א יעדע זאך וואס מ'טוט ברויך עס זיין אדורך גערעדט מיט א מורא הוראה מובהק וואס קען זיך אויס אין דעי נושא
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:33 am

Builder האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט
הענגט אין בתי מדרשים היינט


עפעס א רשע'לע האט זיך געטראפן א מצווה,

מען בויעט איבעראל טויזענטער דירות און יעדער איז זיך פיין מסדר וואס יא אדער נישט צו קויפן, יעדער האט זיינע דיינים ורבנים וועם צו פרעגן, סאום האו האט דא איינער באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט און ראטעווען כלל ישראל, אזא צעטיל איז משרשו מידות מגינות. אדער א מחלוקה ביהיינד.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:40 am

קאנסילמאן האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט
הענגט אין בתי מדרשים היינט


עפעס א ר.. האט זיך געטראפן א מצווה,

מען בויעט איבעראל טויזענטער דירות און יעדער איז זיך פיין מסדר וואס יא אדער נישט צו קויפן, יעדער האט זיינע דיינים ורבנים וועם צו פרעגן, סאום האו האט דא איינער באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט און ראטעווען כלל ישראל, אזא צעטיל איז משרשו מידות מגינות. אדער א מחלוקה ביהיינד.

אויך געטראכט אזוי. גיט ארויסגעברענגט

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:54 am

[*]
קאנסילמאן האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט
הענגט אין בתי מדרשים היינט


עפעס א רשע'לע האט זיך געטראפן א מצווה,

מען בויעט איבעראל טויזענטער דירות און יעדער איז זיך פיין מסדר וואס יא אדער נישט צו קויפן, יעדער האט זיינע דיינים ורבנים וועם צו פרעגן, סאום האו האט דא איינער באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט און ראטעווען כלל ישראל, אזא צעטיל איז משרשו מידות מגינות. אדער א מחלוקה ביהיינד.


גערעכט הענגען צעטליך אין ביהמ"ד איז טאקע אביסעל אבער נאך אלטץ וואלט ווען געדארפט זיין עפעס א וועג מענטשן זאלען וויסען
קיק גיט די פסק פין רעבין זי"ע
עס איז מותר להלכה מען מעג עס טין
אבער מיין טאטע איז געשטאנען ווייט פין די זאכען

אבער איינער וואס וויל זיך וואטשען פין די סכנה
דארף זיין א וועג ער זאל עס קענען טשעקן
עפשר וואלט מען ווען געדאפט מאכען א מעפ פין אלע פריכט ביימער

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג פאברואר 25, 2019 12:00 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
Builder האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:פריכט ביימער אלערט
הענגט אין בתי מדרשים היינט


עפעס א רשע'לע האט זיך געטראפן א מצווה,

מען בויעט איבעראל טויזענטער דירות און יעדער איז זיך פיין מסדר וואס יא אדער נישט צו קויפן, יעדער האט זיינע דיינים ורבנים וועם צו פרעגן, סאום האו האט דא איינער באשלאסן צו נעמען די זאך אין די הענט און ראטעווען כלל ישראל, אזא צעטיל איז משרשו מידות מגינות. אדער א מחלוקה ביהיינד.

לייק קאנסילמאן, גוט ארויס געברענגט.
ווילסט מעורר זיין גיי צו רבנים!
מען בויט איין דעוואמפענט נאכן צווייטן איבעראל, וואס ווילסטו?
מעורר זיין...
אה.. יש ב"ה רבני בישראל
הענגען צעטלעך איז לכאורה אומפארגינערישקייט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:01 pm

הענגען צעטלעך איז לכאורה אומפארגינערישקייט[/quote]
נאך דערצי ווען ער רעכענט אויס נאר איין פלאץ עס איז העכט מיס
נישט אינזער דרך

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:27 pm

מנחם הלוי האט געשריבן:די שאלה איז אויב א בוים וואס פראדאצירט שוין נישט קיין פירות האט אויך די זעלבע דין, סיי ביי 7 גארפילד אין סיי ביי 8 איהעל האט מען שוין נישט געזעהן קיין געצייטיגטע פרוכט די לעצטע פאר יאר, וואס צוליב די אפגעשוואכטע ערד פין די געגענט האט די ביימער מער נישט פראדאצירט קיין פירות,


לאמיר אייך פארציילן א מעשה וואס כ'האב מיט מיינע אויגן געזען, ס'איז געווען א בוים וואס איז שוין געווען טויט א שיינע פאר יאר, א חלק פונעם בוים איז געליגן אויף א דערנעבנדיגע בנין, אבער דעם רבי'ן וועם מ'האט געפרעגט, - פון די גאר גרויסע בדורינו - צי מ'מעג עס אוועקנעמען, האט בשום אופן נישט געלאזט, מ'האט כסדר געמוטשעט יעדעס מאל עפעס האט זיך געמאכט, ס'איז געפאלן א שטיקל, ס'איז שוין טויט אזוי לאנג, והוא באחת בשום אופן....

און א שיינעם טאג איז ארויסגעוואקסן, פונעם טויטן שטאם, א נייע בוים.....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:38 pm

געהערט אז ר' מאיר יענקל אינדיג האט געזאגט פאר עמיצן וואס האט גענומען א דירה ביי אים און געוואר געווארן שפעטער אז מען האט איבערגעפלאנצט א פירות בוים, אז ער קען אים ווייזן די קליפ וואס ער האט אפגעכאפט בשעת'ן אריבערפירן להלכה פינקטליך די גאנצע פראצעדור, און ער האט געזאגט אז ער האט די הסכמה פון חשובע מורי הוראה (איך געדענק נישט די נעמען)

יעצט להלכה איז דאס אויסגעהאלטן, למעשה זענען דא וואס זענען חושש,

קענסטו יעצט דאמאנסטרירן אנטקעגן די וואס ווילן נישט חושש זיין אויף דעם וויבאלד זיי זיכן מיט לעכט אראפ צולייגן זייער געזונדל'ס פעקל ביינער??
איך כאפ נישט די אויבנדערמאנטע צעטל בכלל, וואס איז די מטרה דערפון? אן אדווערטייזמענט צו מופן צו די גלילות?

איינער פון דא וואס האט געפרעגט וועגן פרוכט ביימער איז עס נוגע למעשה?? עס וועט זיין גוט, איר זוכט יעצט א דירה? אלעס באשערט? נו שוין? דאו פרעגט אייער מורה הוראה, וואס איז דאס שפילן אויף אנדערע נעבעכדיגע געפילן וואס פרייען זיך זיי האבן געטראפן א דירה?

(במאמר המסגר, איך ווייס נישט אויב רבינו הק' וואלט פריוואט געהייסן א מענטש ארויסצומופן להגלילות ווייל דא טרעפט ער נאר מיט א ארויסגענומענע פרוכט בוים, אבער אפי' אויב האלטסטו אז יא, דאן מופט געזונטערהייט וואס ווילסטו פון אונז?)

אנטשילדיגט פארן גיין פערזענדליך, איך קען פשוט נישט זעהן ווי מען זוכט מיט לעכט צו פארערגערן די דירות צושטאנד מיט כל מיני איסורים (?!)

לעניית דעתי זאל מען איבערפלאנצן אלע פרוכט ביימער פון גאנץ קרית יואל, זאלן מענטשן האבן ווי צו וואוינען, און ווער עס וויל חייש זיין זאל טאקע נישט קויפן, קענסט האבן טענות אויף דעם פריוואטן מענטש וואס האט געטוהן אלעס אויסגעהאלטן להלכה? לאמיר זעהן דו ביסט אויסגעהאלטן אלעס להלכה, נאכדעם וועלן מיר זיך נעמען אויף חששים.

א גוטן מועד

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:51 pm

זייער גיט ארויסגעברענגט דיין ווייטאג
אבער מיר טיט וויי אז מען רייסט ביימער אין מען מאכט א שווייג כאלי לא היה עס איז א שפיל מיט לעבען
ווער עס וויל מעג עס טין אבער זאג
ווילסט מיר זאגן אז עס איז נישט געווען קיין איינציג בוים אין שכינות ויאל משה
איך פארשטיי אז ער גייט עס נישט אויסשרייען אין די גאס אז דא איז געווען א בוים אין עפשר איז טאקע נישט געווען
אין קיין אייינציג בוים אויף יחזקאל בראךס לאט אין קייןן איין בוים איף לעמבערג אין אזוי ווייטער
ער קען זאגן אזוי מאיר יענקל האט געטין אין טבריא אין זאגן איך בין געגאנגען צי א קאנפני וואס האט עס געטן להלכה

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 1:59 pm

איך שטיי אין וואונדער מיר
איז עס די ערשטע מאל וואס מבויעט אין קר"י?
קיינמאל הא מען נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פרוכט ביימער? וואס איז יעצט ארויסגעשווימען די פראבלעם
גייט מיר נישט אין קאפ אריין
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:11 pm

ניס קראכער האט געשריבן:איך שטיי אין וואונדער מיר
איז עס די ערשטע מאל וואס מבויעט אין קר"י?
קיינמאל הא מען נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פרוכט ביימער? וואס איז יעצט ארויסגעשווימען די פראבלעם
גייט מיר נישט אין קאפ אריין

;l;p-

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:12 pm

מען דארף דערגיין ווער ס'האט איינגעפלאנצץ די לעצטע פאר חדשים די אלע פירות ביימער...

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:19 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:זייער גיט ארויסגעברענגט דיין ווייטאג
אבער מיר טיט וויי אז מען רייסט ביימער אין מען מאכט א שווייג כאלי לא היה עס איז א שפיל מיט לעבען
ווער עס וויל מעג עס טין אבער זאג
ווילסט מיר זאגן אז עס איז נישט געווען קיין איינציג בוים אין שכינות ויאל משה
איך פארשטיי אז ער גייט עס נישט אויסשרייען אין די גאס אז דא איז געווען א בוים אין עפשר איז טאקע נישט געווען
אין קיין אייינציג בוים אויף יחזקאל בראךס לאט אין קייןן איין בוים איף לעמבערג אין אזוי ווייטער
ער קען זאגן אזוי מאיר יענקל האט געטין אין טבריא אין זאגן איך בין געגאנגען צי א קאנפני וואס האט עס געטן להלכה


איז עס דיר נוגע למעשה? אויב נישט וואס ווילסטו?
טוט דיר נאר וויי ווען מען שפילט זיך מיט חששות, אדער טוט דיר 'אויך' וויי ווען מען שפילט זיך מיט איסורים אין דיין פריוואטן לעבן?

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:34 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:זייער גיט ארויסגעברענגט דיין ווייטאג
אבער מיר טיט וויי אז מען רייסט ביימער אין מען מאכט א שווייג כאלי לא היה עס איז א שפיל מיט לעבען
ווער עס וויל מעג עס טין אבער זאג
ווילסט מיר זאגן אז עס איז נישט געווען קיין איינציג בוים אין שכינות ויאל משה
איך פארשטיי אז ער גייט עס נישט אויסשרייען אין די גאס אז דא איז געווען א בוים אין עפשר איז טאקע נישט געווען
אין קיין אייינציג בוים אויף יחזקאל בראךס לאט אין קייןן איין בוים איף לעמבערג אין אזוי ווייטער
ער קען זאגן אזוי מאיר יענקל האט געטין אין טבריא אין זאגן איך בין געגאנגען צי א קאנפני וואס האט עס געטן להלכה


איז עס דיר נוגע למעשה? אויב נישט וואס ווילסטו?
טוט דיר נאר וויי ווען מען שפילט זיך מיט חששות, אדער טוט דיר 'אויך' וויי ווען מען שפילט זיך מיט איסורים אין דיין פריוואטן לעבן?

איך כאפט נישט פינקטליך וואס די פרעגסט איך וועל עס איבער קלערן
אין איך ווועל דיר ענפערן אויב עס טיט מיר וויי ווען מען שפילט זיך מיט איסורים אין מיין פריוואטן לעבן
אויב באדערט אייך אזוי שטארק וואס איך שרייבט דא אויף איי וועלד
בעיט איך אייך איבער
אין איך האב נישט געלייגט צעטליך אין ביהמ"ד

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:40 pm

א גאנצע סוטעמאכע אין "טאון אוו (פאלם) טרי"...
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

עס וועט זיין גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:08 pm

קענסט די מעשה מיט נאפאליען
ער האט געזען א גריפע אידען קיקען אויף די לבנה צי מחדש זיין
האט ער געזאגט ער זעיט אז די אידען זענען פארנימען מיט די לבנה מיינט עס אז דא גייט זיי אלעס גיט
מען זארגט זיך וואס טיט זיך אויף די לבנה

ב"ה

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:18 pm

ניס קראכער האט געשריבן:איך שטיי אין וואונדער מיר
איז עס די ערשטע מאל וואס מבויעט אין קר"י?
קיינמאל הא מען נישט געהאט קיין פראבלעם מיט פרוכט ביימער? וואס איז יעצט ארויסגעשווימען די פראבלעם
גייט מיר נישט אין קאפ אריין


ליידער נישט.
עס האט זיך טאקע נישט גוט גע'ענדיקט.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די דיבעיט. עס איז אבער דא היבש אנגעוויטאגטע משפחות וואס זענען תולה זייערע צרות אויף די נושא.

ביטע פרעג דיך (נישט) נאך.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט