פרוכט ביימער ביים בויען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » פרייטאג מארטש 22, 2019 2:35 pm

במילא אויב ביי איינעם האט מען אויך נישט אזוי שטארק מקפיד געוועזן אויף צוואת ר' יהודא החסיד ווי אין סקווירא, און ער איז נאכאלס געגאנגען צו א דעת תוה פרעגן פונקטליכע אינסטרוקציע'ס וויאזוי צו רוקן א פרוכט בוים, האט ער געטוהן כל מה שבידו לעשות, און ער הייסט נאך נישט איינער וואס איז בהול על ממונו, און איז עובר אויף איסורים און האט בלוט אויף זיינע הענט.

איך ווייס נישט אויב איינער ווייסט, הונדערטער חולי ישראל ליגן אין שפיטעלער, זיי האבן נישט גערוקט קיין פרוכט בוים, האבן נישט קיין עין הרע, האבן נישט גערעדט ביים דאווענען, זענען שוין געווען אין מירון, געגעבן ח"י רוטל משקה, און אפי' מנדב געווען טשיז דעלקעלך אום ר' ישעי'לעס יארצייט, און יא, מאנכע האבן אפי' געספאנסערט תהלים כולל מיט כולל חצות.

ס'איז דא נאך עבירות אויך, די תורה באשטייט פון תרי"ג מצות, רוב דערפון זענען לא תעשה'ס, און פונקט וואס דיר באדערט מוז זיין אז צוליב דעם ליידט יענער?

הלואי זאלן אלע אידן זיין אזוי אפגעהיטן מיט די שבע מצות בני נח ווי א ספק ספיקה צוואת ר' יהודא החסיד.

ונהפך ונהפך, ונהפך ונהפך, ונהפך הוא, איי איי איי....

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג מארטש 22, 2019 5:39 pm

אבער עס איז א חושן משפט פראבלעם עס צו בהאלטען אז עס איז א חסרון ביי א קונה אפילו אז ער האט געטון לויט א דיין

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מארטש 22, 2019 6:36 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:אבער עס איז א חושן משפט פראבלעם עס צו בהאלטען אז עס איז א חסרון ביי א קונה אפילו אז ער האט געטון לויט א דיין

נישט אמת.

עס וועט זיין גיט
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג מארטש 25, 2019 3:53 pm

איך זע אז אויף עיקערס נעבען לעבערג לאסט מען איבער בערג
אויב איז עס וועגן פריכט ביימער איז א שיינע זאך פין אים

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג מארטש 25, 2019 7:14 pm

הענדימען האט געשריבן:כ'מיין אז די בוים איז שוין טויט


דער בוים איז שוין לאאאאאנג אפגעשטארבן.
עס אז דא ערגעץ א בילד ווי עס הענגט אויפן בוים אפאר כאלאטלעך או היטלעך


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, בילדער און 11 געסט