געריבענער סוחר האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:מיר ברויכן נישט קיינע אינוועסטארס. מיר האבן שוין דא איינמאל געשריבן די גאנצע עקאנאמישער חשבון וויאזוי דער מציאות פון אינוועסטירער טרייבן בלויז ארויף די פרייזן, און מיר זענען גרייט דאס ווידעראמאל צו דעבאטירן.
אדרבה קום אריין. איך האב אסאך ארבעטערס אין די קאמעניסטישע פיליפין אין זיי שיקן מיר פיקטשערס וויזוי זיי וואונען דארט, סא שרעק ציקוקן, און דארט איז טאקע נישטא די מציאות פון אינוועסטארס.
זייער חשוב. איז לאמיר טאקע אנהויבן מיט די פיליפין. וויפיל קאסט דארט א פראפערטי? כ'מיין אז כמעט זערא. אבער מיר מוזן נישט גיין ביז די פיליפין. ס'איז אפשר נישט אזא פעיר צוגלייך, ווייל דארט איז די עקאנאמיע אין דזשענעראל פיל נידריגער ווי דא און דערפאר וועסטו נישט טרעפן קיין אינוועסטירער בכלל. מיין פוינט איז אבער נישט אז עס זאל גענצליך נישט זיין קיין אינוועסטירער, יעדע זאך דארף האבן אן אינוועסטירער, גענוי ווי ברויט דארף האבן א בעקער וואס ער איז אייגענטליך דער אינוועסטירער, און תפילין דארף א סופר וואס ער איז דער אינוועסטירער אין זיין פאך. מען דארף אבער אכט געבן עס זאל נישט ווערן קיין "באבל" אינוועסטירער און פליפער ווי ס'מאכט זיך אין די היימישע מארקעט.
לאמיר נעמען קרית יואל מיט עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, ווען א לייטישע דירה האט געקאסט בערך 100 אלפים. יא, עס זענען געווען אינוועסטירער. אבער נישט שפעקולאנטן. עס זענען אפשר דערפאר געווען ווינציגער דירות צו דינגען וויבאלד עס איז ב"ה נישט געווען קיין אינוועסטירער אין רענטאלס, אבער דער עולם האט געקויפט! א בילדער איז נישט געווען דער רייכסטער איד אין שטאט. ער איז געווען א קאנטראקטער פון פאך אויס וואס האט זיך אפטמאל היבש געמוטשעט. א לאט האט כמעט נישט געקאסט קעגן היינט, מען האט נישט געברויכט קאנסטראקשאן לאונס, מיט די דאון פעימענטס און אפאר טאללער צו אינוועסטירן האבן זיך זאכן גערוקט פאראויס.
עס איז אויך פאראן א צאל פאקטארן פארוואס דאס עצם בויען איז דאן געווען פיל ביליגער ווי היינט, אויסער אינפלאציע. אז מען מאכט א טיפערן חשבון קומט ארויס אז די בוי-קאסטן פון א 40 פאמיליע געביידע איז פיל פיל מער - פער סקווער פוס - ווי די קאסטן פון א 4 ביז 6 פאמיליע געביידע. עס איז אויך נישט געווען א מנין היימישע ביזנעס עקזעקעטיוון אינוואלווד וואס האבן געלעקט א ביינדל פון יעדע פראיעקט. א דירה איז געווען א לאקאלע סערוויס געברויך, און עס איז נאכנישט געווען דאן די איידיע עס צו מאכן פאבליק.