נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

נייע עפאכע: ברייטע דירות סופליי אין קרית יואל

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:44 pm

באטראכטנדיג א דערנעבנדיגער אשכול מיטן נאמען 'דירות קריזיס אין קרית יואל' וואס איז געלאפן די לעצטע פאר יאר, נאכדעם וואס קרית יואל איז אריבער א שווערע תקופה פון ענגשאפט אויפן געביט פון א באגנוגענדע סופליי פון דירות, קלער איך אז עס איז נישט מער רעכט, אז כהיום יום, ווען די נייע טאון אוו פאלם טרי איז א געשעענער פאקט, און פרישע צוויי הונדערט עיקרס זענען שוין היינט א טייל פון די שטאט קרית יואל, איז צייט צו האבן א פאזיטיווער אשכול מיט באריכטן איבער די נייע עפאכע פון א ברייטע סופליי פון דירות אין קרית יואל.

וכדי שלא תהא ביאה ריקנית, וועל איך אנהויבן מיט די כלליות'דיגע מאסיווע פראיעקטן פון איבער פיר טויזנט (!) דירות וואס ווערן יעצט געבויעט, און רפשר קענען אנדערע ליינער און קאמענטירער אריינפילן די גענטי דעטאלן פון דירות פער דעוועלאפמענט און סטאטוס פונעם פראיעקט, ווי אויך אויב איז פארהאן נאך גרעסערע און קלענערע דעוועלאפמענטס וואס קומען ארויף אין קרית יואל.

פאלגענד איז די ליסטע:
1. שכונת ויואל משה
2. עיקרס ענקלעיוו
3. המספיק - בעיקרטאון
4. ר"א וויינבערגער - קאונטי רוט 105
5. פארעסט קארנער מאונטעין - בראך/פר"מ
6. עיקרס ראוד נעבן לימבערג - בראך/ווצ"ב - ר"י שווארץ
7. ד.א. ווידער/פארעסט - אויש/ווצ"ב


כי עתה הרחיב ה' לנו

Don't worry
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » פרייטאג פאברואר 08, 2019 2:54 pm

נאך א מזל די דירות תקנות זענען נישט דורך. ווען די תקנות גייען ווען דורך וואלט ווען לפענ"ד קיינמאל נישט געווארן די גרויסע סופליי.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:01 pm

פארוואס?
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:06 pm

ב'' ה
האב איך געזען ביי דורן א טעלעפאן ביך פין אלע סאטמארע ישיבות. פין אלע שטעט ביידע סאטמאר ישיבה קטנה ישיבה גדולה איבער 5.000 בחורים דאס איז בלויז ישיבות וואס ריפן זיך מיטן נאמען סאטמאר 5 טויזענט בחורים גייען חתונה האבן די קימעדיגע 5 יאר
נאכדעם איז דא נאך הינדעטער ישיבות אין נוי יארק מיט נאך טויזנטער בחורים.
וויליאמסבורג און בארא פארק אין מאנסי האט נישט קיין פלאץ. בלייבט איבער גלילות מאנסי. ק'י. גלילות ק' 'י. לעקיוואד. גלילות לעקיוואד אין סאלווען קאנטי
לעצט פאראכטן דורך בבל אום פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Don't worry
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:09 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:פארוואס?


קיינער וואלט נישט געבּויט ווען מלאזט אים נישט מאכן קיין געלד

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:31 pm

אזוי?! מוואלט נישט געמאכט קיין געלט? אדער מוואלט נישט געמאכט וויפיל מ'וויל מאכן??

בד"וו מ'דארף מיר גיין שמועסן אינדערויסן, דער אשכול איז נישט פארדעם געמאכט
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:38 pm

וואס מיינט "דירות סופליי"?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 4:02 pm

nmi האט געשריבן:וואס מיינט "דירות סופליי"?
ס'איז א מין פרוכט
וואס מיינט '' mmi''?

סופליי make (something needed or wanted) available to someone; provide מאַכן (עפּעס דארף אָדער געוואלט) פאַראַנען צו עמעצער; צושטעלן
פארקערט ווי ווייניג. לרחצה סזאל זיך גיסן סאיז מער ווי מען דארף

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 7:36 pm

מיללער האט געשריבן:באטראכטנדיג א דערנעבנדיגער אשכול מיטן נאמען 'דירות קריזיס אין קרית יואל' וואס איז געלאפן די לעצטע פאר יאר, נאכדעם וואס קרית יואל איז אריבער א שווערע תקופה פון ענגשאפט אויפן געביט פון א באגנוגענדע סופליי פון דירות, קלער איך אז עס איז נישט מער רעכט, אז כהיום יום, ווען די נייע טאון אוו פאלם טרי איז א געשעענער פאקט, און פרישע צוויי הונדערט עיקרס זענען שוין היינט א טייל פון די שטאט קרית יואל, איז צייט צו האבן א םאזיטיווער אשכול מיט באריכטן איבער די נייע עפאכע פון א ברייטע סופליי פון דירות אין קרית יואל.

וכדי שלא תהא ביאה ריקנית, וועל איך אנהויבן מיט די כלליות'דיגע מאסיווע פראיעקטן פון איבער פיר טויזנט (!) דירות וואס ווערן יעצט געבויעט, און רפשר קענען אנדערע ליינער און קאמענטירער אריינפילן די גענטי דעטאלן פון דירות פער דעוועלאפמענט און סטאטוס פונעם פראיעקט, ווי אויך אויב איז פארהאן נאך גרעסערע און קלענערע דעוועלאפמענטס וואס קומען ארויף אין קרית יואל.

פאלגענד איז די ליסטע:
1. שכונת ויואל משה
2. עיקרס ענקלעיוו
3. המספיק - בעיקרטאון
4. ר"א וויינבערגער - קאונטי רוט 105
5. פארעסט קארנער מאונטעין - בראך/פר"מ
6. עיקרס ראוד נעבן לימבערג - בראך/ווצ"ב - ר"י שווארץ
7. ד.א. ווידער/פארעסט - אויש/ווצ"ב


כי עתה הרחיב ה' לנו


יאפ ב"ה עס איז דא א שפע פון דירות וואס בויען זיך ב"ה אדער גייען אי"ה געבויעט ווערן אין די נעקסטע פאר יאר אבער די פרייזן זענען ווייט פון השווה לכל נפש ,איבערהויפט פאר עווריזש יונגעלייט

1. שכונת ויואל משה
האלט אינמיטן -די סעילסמאן האט מיר לעצטע וואך געזאגט אז עס האלט ביי $219 א סקווער פיס און די וואס קויפן יעצט גייט נעמען לכל הפחות 3 יאר

2. עיקרס ענקלעיוו
נאכנישט אנגעהויבן ,סעילסמאן זאגט עס גייט נעמען לכל הפחות 2 א האלב יאר פון היינט - אויך זאגט ער אז עס הייבט זיך אן ביי $250 א סקווער פיס און ארויף און יעצט פארקויפן זיי נאר 100 דירות

3. המספיק - בעיקרטאון
יעצט אנגעהויבן און מען בויעט רענטעלס וואס איז גוטע נייעס וועגן עס הערשט א מאנגאל, ווייסט איינער וויפעל דירות דארט קומט??

4. ר"א וויינבערגער - קאונטי רוט 105
איני יודע ווען און וויפעל און וואס דארט קומט, שמועות האבן געזאגט אז אהרן וויינבערגער גייט צום סוף נישט בויען דארט

5. פארעסט קארנער מאונטעין - בראך/פר"מ
נאך אין די פלענער קומט א גרויסע דעוועפלאפמענט אנגעהויבן פון $285 א סקווער פיס פון $750 אלפים א דירה בערך , און א חלק ווערט פארקויפט בלויז לאטס ,א פערטעל עיקער פאר א רעדל(א מעלאונע)

6. עיקרס ראוד נעבן לימבערג - בראך/ווצ"ב - ר"י שווארץ
אנגעהויבן די ארבעט ,אני יודע וויפעל דארט קומט צוזאמען, די פרייזן זענען היפש הויעך און מען דארף אראפ לייגן א גרויסע דיפאזיטס

7. ד.א. ווידער/פארעסט - אויש/ווצ"ב
נאכנישט אנגעהויבן- הייב זיך אן $285 א סקווער פיס

למעשה פאר די נעקסטע 2 אדער 3 יאר איז נישטא גארנישט רעדי צו קויפן ,נאר אריינצולייגן געלט פאר בילדערס פאר 0 פערסענט אינטערעסט פאר אפאר יאר ,און פאר טייערע דירות וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלען

נישט אז איך האב א עצה אדער סעלושען פאר די פראבלעם ,אבער עס אינטרעסאנט צו זען צו מענטשן גייען קויפן פאר די הויכע פרייזן אדער פרייזן וועלן פאלן ביז גאר

די מארקעט אין די גלילות קרית יואל האט געכאפט א ערענסטע שאקעל און פרייזן פאלן מער צו א שטיבעל מארקעט , מעט זען צו עס וועט עפעקטען אינעווייניג אין שטעטעל אויך אדער עס איז גענצליך א אנדערע מארקעט , אזוי ביני ובינך וואינען אינדרויסן 500 משפחות ,עס איז א ריזיגע נומבער וואס 3 יאר צוריק האט זיך קיינער עס נישט גע'חלום'ט

האט איר שוין געהערט א געלט מעשה אויך , א גוטע וואך מיט אסאך השפעות טובות
לעצט פאראכטן דורך moneyMINDED אום מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:31 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:45 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך אנהויבן מיט די כלליות'דיגע מאסיווע פראיעקטן פון איבער פיר טויזנט
פאלגענד איז די ליסטע

ישר כוח פאר הרב''מיללער'' אין מיסטער '' moneyMINDED '' פארן אריינקימען אזוי קלאר איבער די פרייליכע אנטוויקלונגען האפענטליך וועט זיך די פרייזן אראפ לאזן אדער עטליס נישט ארויפגיין

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 8:59 pm

אגב יעצט האלט אינמיטן ווערן גענדיגט עטליכע( קלענערע) דוועלפמענס
קודם האט מען דשאסט אריין געמופט אין ווייניארד קרעסטיר
פארעסט נאך 84 אנקעגן ר'יחזקאל בראך' ס לאט.
ביי זקנים
טבריה
2 אויף פילמער אינטער בית מרדכי ת'' ת
שווימערס הייזער
קוויקוועי נעבן ר'משה אליעזר ניימאנ' ס הויז
סאטמער דרייוו נעבן ר'יצחק אייזיק גליק
נאך עטליכע פיצי אויף 7 אדער 9סאטמער דרייוו
3 ליזענסק אין סקאנימאנק קארנער מרדכי שעהר
דעיס דערמאן איך מיך אויף די מניט קלענערע אין קרית יואל וואס האלט אין שפעטערע פאזעזס

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:45 pm

יעצט מוצ"ש איז אנגעקומען א בריוו פון ר' שמואל שלמה קויפמאן אין די בולעטין, וואו ער עצה'ט פאטענשאל דירה קויפערס צו זיין אויפריכטיג מיט זייער טאש ווען זיי קויפן דירות, און דערפאר ענדערש גיין צו שכינת ויואל משה.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:47 pm

בבל האט געשריבן:אגב יעצט האלט אינמיטן ווערן גענדיגט עטליכע( קלענערע) דוועלפמענס
קודם האט מען דשאסט אריין געמופט אין ווייניארד קרעסטיר
פארעסט נאך 84 אנקעגן ר'יחזקאל בראך' ס לאט.
ביי זקנים
טבריה
2 אויף פילמער אינטער בית מרדכי ת'' ת
שווימערס הייזער
קוויקוועי נעבן ר'משה אליעזר ניימאנ' ס הויז
סאטמער דרייוו נעבן ר'יצחק אייזיק גליק
נאך עטליכע פיצי אויף 7 אדער 9סאטמער דרייוו
3 ליזענסק אין סקאנימאנק קארנער מרדכי שעהר
דעיס דערמאן איך מיך אויף די מניט קלענערע אין קרית יואל וואס האלט אין שפעטערע פאזעזס

איך ווייסט אז די לעצטע 5 יאר טרייסט מען זיך אויף די 1 ווייניארד פראיעקט, ביטע דערמאן דאס נישט נאכאמאל!
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 9:57 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:יעצט מוצ"ש איז אנגעקומען א בריוו פון ר' שמואל שלמה קויפמאן אין די בולעטין, וואו ער עצה'ט פאטענשאל דירה קויפערס צו זיין אויפריכטיג מיט זייער טאש ווען זיי קויפן דירות, און דערפאר ענדערש גיין צו שכינת ויואל משה.
צוגעלייגטע
IMG-20190209-WA0010.jpg
IMG-20190209-WA0010.jpg (250.78 KiB) געזעהן 3886 מאל
IMG-20190209-WA0011.jpg
IMG-20190209-WA0011.jpg (250.45 KiB) געזעהן 3886 מאל

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:25 pm

לויט ווי מאני מיינדעד ברענגט אראפ אויבן, ווי די פרייזן לויפן, קען מען זיך בגנוגן מיטן ערשטן אשכול, דירות קריזיס און ק"י,

אויך מיר געלעזט....
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מוצ"ש פאברואר 09, 2019 10:33 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:יעצט מוצ"ש איז אנגעקומען א בריוו פון ר' שמואל שלמה קויפמאן אין די בולעטין, וואו ער עצה'ט פאטענשאל דירה קויפערס צו זיין אויפריכטיג מיט זייער טאש ווען זיי קויפן דירות, און דערפאר ענדערש גיין צו שכינת ויואל משה.

דאס שמעקט נישט גוט

210 א סקווער פיס איז א פארגאנגענהייט , די סעילס מאן האט מיר לעצטע וואך געזאגט $219 א סקווער פיס, און עס דארף געדויערן לכל הפחות 3 יאר , אין מיינע אויגן שמעקט עס ווי די בעל בתים זיכן א וועג פון ארויסשטיפן ווי מער קאנטראקטס(0percent interest loans ) פאר שכונת ויואל משה

און בכלל רעדט ער פון יעצט קויפן, עס איז נישדא ווי צו קויפן יעצט, יעדע דעוועפלמענט רעדט מען יעצט פון בערך 3 יאר פון יעצט

די נעקסטע פערטיגע דעוועפלמענט איז די ערשטע חלק פון שכונת ויואל משה, וואס גייט האבן גענומען בעזרת השם אויב זאכן פארן גוט ,א גוטע איבער 3 יאר פון דיפאזיטס , סא איך ווייס נישט וועם ער מאכט צום נער ,אדער וואס פונקטליך ער וויל , אין מיינע אויגן פון א עסקן זאל הייסן מענטשן אריינלייגן 75 אדער 100 אלפים פאר 3 יאר, איז אבסורד און בכלל נישט בגדר אנושי אז דאס דארף צו הייסן א אויפטי גאר , שיין האט מען זיך דערלעבט אז דאס איז גאר גוטע עדווייס

איי עם סארי , דאס איז ריין ליצנות

טאמער עס איז א עדווערטייזמענט בין איך אים דן לכף זכות

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:37 am

מיללער האט געשריבן:כי עתה הרחיב ה' לנו

גאר פאזאטיוו!!! ב''ה אז דאס הייליג שטעטעל וואס די רבי זצ''ל האט אויפגעבויעט בשארית כוחותיו גייט בעז''ה און קומענדיגע פאר יאר כמעט געדאפלט ווערן מיט הייזער, און פארשטייט זיך משפוחת תלמידי וחסידי סאטמאר פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס גייען זיך אי''ה אריינציען אין די פריש געבויעטע ביידקעלעך.

לגבי די וואס זארגן זיך וועגן די פרייז, עס איז ב''ה דא א שפע ביי אברכי תלמידי סאטמאר, און דער עולם קען זיך היינט ערלויבן צי באצאלן פריים פרייז פאר א אייגן הייזקע.

גיב נאר א קוק אויף די פילע אנליין צדקה אקציעס, און קוק וואספארא טייער געליסטע קארס אויסגעשטאט מיט לעדערנע בענקלעך וואס יעדער צוציקעל דרייווט היינט, קוק אויף די פלייש שניידעריי ביי וואך נאכטס, און קוק אויף די טושלענט ביי קידישים. פונקט ביי הייזער ווערט א ויצעקו? אינגערמאן דער ק''ק וואס צאלט דיינע טייערע קארס און שמחות וועט אויך באצאלן פריים פרייז פאר א דירה און פריים עריע.

א לעכטיגע וואך מיט אלע השפעות און הויפענעס מיט גרינס פאר יעדער איינער.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:44 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כי עתה הרחיב ה' לנו

גאר פאזאטיוו!!! ב''ה אז דאס הייליג שטעטעל וואס די רבי זצ''ל האט אויפגעבויעט בשארית כוחותיו גייט בעז''ה און קומענדיגע פאר יאר כמעט געדאפלט ווערן מיט הייזער, און פארשטייט זיך משפוחת תלמידי וחסידי סאטמאר פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס גייען זיך אי''ה אריינציען אין די פריש געבויעטע ביידקעלעך.

לגבי די וואס זארגן זיך וועגן די פרייז, עס איז ב''ה דא א שפע ביי אברכי תלמידי סאטמאר, און דער עולם קען זיך היינט ערלויבן צי באצאלן פריים פרייז פאר א אייגן הייזקע.

גיב נאר א קוק אויף די פילע אנליין צדקה אקציעס, און קוק וואספארא טייער געליסטע קארס אויסגעשטאט מיט לעדערנע בענקלעך וואס יעדער צוציקעל דרייווט היינט, קוק אויף די פלייש שניידעריי ביי וואך נאכטס, און קוק אויף די טושלענט ביי קידישים. פונקט ביי הייזער ווערט א ויצעקו? אינגערמאן דער ק''ק וואס צאלט דיינע טייערע קארס און שמחות וועט אויך באצאלן פריים פרייז פאר א דירה און פריים עריע.

א לעכטיגע וואך מיט אלע השפעות און הויפענעס מיט גרינס פאר יעדער איינער.

איך בין נישט קיין קרית יואלער, איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן, באט תירוץ פון אנדערע אויסברענגעריי איז א פארפוילטע תירוץ וואס פארשידענע עביוזערס נוצן ווען ווען עס קומט זיי אויס גיט, אין פאקט זענען רוב וואך נאכט'ס באשיידן, און רוב מענטשן רייסן זיך נישט אויף, אמת די חברה אויפרייסערס מאכן אסאך נויז, אבער זיי זענען נאך אלץ א מיעוט, און ווען מען ניצט דאס אלץ א תירוץ צו רייסן טאשן איז עס א גרויסע רשעות, איך רעד צו קרית יואל באט איך מיין וויליאמסבורג, וד"ל.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:48 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כי עתה הרחיב ה' לנו

גאר פאזאטיוו!!! ב''ה אז דאס הייליג שטעטעל וואס די רבי זצ''ל האט אויפגעבויעט בשארית כוחותיו גייט בעז''ה און קומענדיגע פאר יאר כמעט געדאפלט ווערן מיט הייזער, און פארשטייט זיך משפוחת תלמידי וחסידי סאטמאר פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס גייען זיך אי''ה אריינציען אין די פריש געבויעטע ביידקעלעך.

לגבי די וואס זארגן זיך וועגן די פרייז, עס איז ב''ה דא א שפע ביי אברכי תלמידי סאטמאר, און דער עולם קען זיך היינט ערלויבן צי באצאלן פריים פרייז פאר א אייגן הייזקע.

גיב נאר א קוק אויף די פילע אנליין צדקה אקציעס, און קוק וואספארא טייער געליסטע קארס אויסגעשטאט מיט לעדערנע בענקלעך וואס יעדער צוציקעל דרייווט היינט, קוק אויף די פלייש שניידעריי ביי וואך נאכטס, און קוק אויף די טושלענט ביי קידישים. פונקט ביי הייזער ווערט א ויצעקו? אינגערמאן דער ק''ק וואס צאלט דיינע טייערע קארס און שמחות וועט אויך באצאלן פריים פרייז פאר א דירה און פריים עריע.

א לעכטיגע וואך מיט אלע השפעות און הויפענעס מיט גרינס פאר יעדער איינער.

כ'האב געפרעגט 2 יודן וואס האבן געטוען דו "קליגע" שריט פון זיך ארויס צוען קיין קרית יואל צו מ'שפארט זיך טאקע געלט. ביידע האבן מיר געענטפערט אז פון די געלט וואס זיי שפארן זיך פון די דירה קומט צו מער עקספענסעס פון דעי זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט... זיי האבן דארט מער פעיר פרעשער ווי אין די סיטי. ויהי )לשון צער) לפלא
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:54 am

דממה דקה האט געשריבן:איך בין נישט קיין קרית יואלער, איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן, באט תירוץ פון אנדערע אויסברענגעריי איז א פארפוילטע תירוץ וואס פארשידענע עביוזערס נוצן ווען ווען עס קומט זיי אויס גיט, אין פאקט זענען רוב וואך נאכט'ס באשיידן, און רוב מענטשן רייסן זיך נישט אויף, אמת די חברה אויפרייסערס מאכן אסאך נויז, אבער זיי זענען נאך אלץ א מיעוט, און ווען מען ניצט דאס אלץ א תירוץ צו רייסן טאשן איז עס א גרויסע רשעות, איך רעד צו קרית יואל באט איך מיין וויליאמסבורג, וד"ל.

עס איז דא מער ווי א מיעוט עכ''פ אין אפסטעיט וואס דרייווען עבאוו עוורידש געליסטע קארס, וואס דעיס זעהט מען. דו ווייסט וואס קאסט היינט אפילו אן אדעסי א חודש? איך זעה דער עולם געט זיך אן עצה.

איך פערסאנעל האלט אויך אז יעדער זאל קויפן לויט זיין טאש, אבער פון די אנדערע זייט אז מען בויעט 4000 דירות איז עס פאזעטיוו אפגעזעהן וויפיל עס קאסט.
אגב איך האב עס נישט געמיינט אינגאנצען ערנסט, פשוט ס'קוועטשט מיר נאך די טשולענט פונעם טייערען קידוש היינט אין מיין בעסמעדרעש :grin:
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום זונטאג פאברואר 10, 2019 12:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג פאברואר 10, 2019 12:57 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:כי עתה הרחיב ה' לנו

גאר פאזאטיוו!!! ב''ה אז דאס הייליג שטעטעל וואס די רבי זצ''ל האט אויפגעבויעט בשארית כוחותיו גייט בעז''ה און קומענדיגע פאר יאר כמעט געדאפלט ווערן מיט הייזער, און פארשטייט זיך משפוחת תלמידי וחסידי סאטמאר פון אלע שיכטן און קרייזן, וואס גייען זיך אי''ה אריינציען אין די פריש געבויעטע ביידקעלעך.

לגבי די וואס זארגן זיך וועגן די פרייז, עס איז ב''ה דא א שפע ביי אברכי תלמידי סאטמאר, און דער עולם קען זיך היינט ערלויבן צי באצאלן פריים פרייז פאר א אייגן הייזקע.

גיב נאר א קוק אויף די פילע אנליין צדקה אקציעס, און קוק וואספארא טייער געליסטע קארס אויסגעשטאט מיט לעדערנע בענקלעך וואס יעדער צוציקעל דרייווט היינט, קוק אויף די פלייש שניידעריי ביי וואך נאכטס, און קוק אויף די טושלענט ביי קידישים. פונקט ביי הייזער ווערט א ויצעקו? אינגערמאן דער ק''ק וואס צאלט דיינע טייערע קארס און שמחות וועט אויך באצאלן פריים פרייז פאר א דירה און פריים עריע.

א לעכטיגע וואך מיט אלע השפעות און הויפענעס מיט גרינס פאר יעדער איינער.


טאמער וואינסטו אין קרית יואל כאפ דיר אריבער קיין בלומינגראוו און זאג מיר וואסערע קארס די עולם דרייווט דארט

עס איז מיר אויסגעקומען איין פרימארגן צו דאווענען אין זשמיגראד אין בלומינגראוו , רוב קארס געווען אלטע זשעלאפיס ... איין רייסער טאקע א בראוקער דארט מיט א טייערע קאר , גאר באשיידען

און טאקע וועסט קוקן גוט אין וויליאמסבורג וועסטו זען אז די צוצוקעס מיט די לינקלאן נעוועגעיטערס זענען שילדיג רענט אפאר חדשים פון איבער 20 אלפים מיודעי מעיקרי קאמינא , זיי צאלן 4 אלפים א חודש רענט .. און טאקע וועגן די סיבה בויען אינוועסטערס נאר 2 בעדרום דירות, וועגן די רענט זאמעלט זיך אסאך שנעלער אן ווען עס איז גרעסער איז צרות בערעגסאז

וואקסט שוין אויף, די וואס דרייווען די טייערע קארס על פי רוב ...ני שוין ... יעדען טאג הער איך פון נאך אזוי גערופענע עשירים אז זיי וואינען פאר רענט אין ווילי ..עניוועי

למעשה די עווריזש אינגעלייט זענען די קונים פון דירות אין קרית יואל

די רייסערס פרובירן צו לויפן אין וואדבערי זשאנקשען אדער ערגעץ אנדערש ווי

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:00 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך בין נישט קיין קרית יואלער, איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן, באט תירוץ פון אנדערע אויסברענגעריי איז א פארפוילטע תירוץ וואס פארשידענע עביוזערס נוצן ווען ווען עס קומט זיי אויס גיט, אין פאקט זענען רוב וואך נאכט'ס באשיידן, און רוב מענטשן רייסן זיך נישט אויף, אמת די חברה אויפרייסערס מאכן אסאך נויז, אבער זיי זענען נאך אלץ א מיעוט, און ווען מען ניצט דאס אלץ א תירוץ צו רייסן טאשן איז עס א גרויסע רשעות, איך רעד צו קרית יואל באט איך מיין וויליאמסבורג, וד"ל.

עס איז דא מער ווי א מיעוט עכ''פ אין אפסטעיט וואס דרייווען עבאוו עוורידש געליסטע קארס, וואס דעיס זעהט מען. דו ווייסט וואס קאסט היינט אפילו אן אדעסי א חודש? איך זעה דער עולם געט זיך אן עצה.

איך פערסאנעל האלט אויך אז יעדער זאל קויפן לויט זיין טאש, אבער פון די אנדערע זייט אז מען בויעט 4000 דירות איז עס פאזעטיוו אפגעזעהן וויפיל עס קאסט.
אגב איך האב עס נישט געמיינט אינגאנצען ערנסט, פשוט ס'קוועטשט מיר נאך די טשולענט פונעם טייערען קידוש היינט אין מיין בעסמעדרעש :grin:


אין קרית יואל קען מען אין רוב בתי מדרשים נישט געבן קיין טשולענט ניטאמאל קיין הערינג

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:04 am

רעסטאראנט האט געשריבן:אין קרית יואל קען מען אין רוב בתי מדרשים נישט געבן קיין טשולענט ניטאמאל קיין הערינג

איך וואון נישט אין ק''י אבער איך פאר פון צייט צי צייט און די קארס אויף די ראוד איז נישט קיין ביליגע, און בלומיגראווער אידן קענען זיך טאקע נישט ערלויבן קיין טייערע קארס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:07 am

טרעף איך לעצטע וואך מיין חבר מיט א נייע ביליגע קאר ,פרעג איך אים וואס איז געשען מיט די נעוועגעיטער? זאגט ער איז געקומען צום שכל , ער קלאוזט בשעה טובה ומוצלחת אויף א נייע הויז אין מאנסי, זאגט ער וועט צאלן ענדערשער א מארגיזש פאר א אייגענע הויז ווי טייערע קאר , ער האט געצאלט 15 מאות א חודש פאר די לינקלאן נעוועגעיטער , אנשטאט דעם צאלט ער יעצט 300 פאר א קאר אין דאס איבריגע פאר א הויז

ער זאגט מיר עס איז צייט אויפצוהערן שפילן עושר מען ברויך קענען באצאלן די ביללס

סתם איין דוגמא פאר אינטערסאנטקייט , אבער וועסט קוקן וועסטו זען אז רוב פון די פרישע צוצוקעס האבן נישט קיין אייגענע דירה

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:09 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:איך בין נישט קיין קרית יואלער, איך ווייס נישט צו איך מעג אריינרעדן, באט תירוץ פון אנדערע אויסברענגעריי איז א פארפוילטע תירוץ וואס פארשידענע עביוזערס נוצן ווען ווען עס קומט זיי אויס גיט, אין פאקט זענען רוב וואך נאכט'ס באשיידן, און רוב מענטשן רייסן זיך נישט אויף, אמת די חברה אויפרייסערס מאכן אסאך נויז, אבער זיי זענען נאך אלץ א מיעוט, און ווען מען ניצט דאס אלץ א תירוץ צו רייסן טאשן איז עס א גרויסע רשעות, איך רעד צו קרית יואל באט איך מיין וויליאמסבורג, וד"ל.

עס איז דא מער ווי א מיעוט עכ''פ אין אפסטעיט וואס דרייווען עבאוו עוורידש געליסטע קארס, וואס דעיס זעהט מען. דו ווייסט וואס קאסט היינט אפילו אן אדעסי א חודש? איך זעה דער עולם געט זיך אן עצה.

איך פערסאנעל האלט אויך אז יעדער זאל קויפן לויט זיין טאש, אבער פון די אנדערע זייט אז מען בויעט 4000 דירות איז עס פאזעטיוו אפגעזעהן וויפיל עס קאסט.
אגב איך האב עס נישט געמיינט אינגאנצען ערנסט, פשוט ס'קוועטשט מיר נאך די טשולענט פונעם טייערען קידוש היינט אין מיין בעסמעדרעש :grin:


די רעדסט פונעם קידוש אין עטרת יואל ...?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט