איך בין קיינמאל נישט געוועהן אין קענווי איילענד.
איך פארשטיי אז עס איז דא א ריזיגע קאמפוס דארט, וואס האט: א היכל ביהמ״ד קענווי איילענד, די ת״ת קענווי איילענד, א שמחה זאל, ישיבה גדולה לוצערן, ועוד.
קען מיר איינער קלאר מאכן וואס איז וואס.
דאס מיינט, איך פרעג, אין וועלכע היכל איז געוועהן די הכנסת ס״ת? אין וועלכע היכל איז געוועהן די דינער? אין וועלכע היכל איז געוועהן די חומש סעודה?
--------
Photo Number 1
הכנסת ס״ת ישיבה גדולה לוצערן - קענווי איילענד
Photo Number 2
דינער לטובת ק״ק קענווי איילענד
Photo Number 3
חומש סעודה ת״ת קענווי איילענד
נייעס און קרישקעלעך פון קענווי איילענד (ענגלאנד)
-
- שר מאה
- תגובות: 217
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm
moishy56 האט געשריבן:העלישע פייער ברענט אין בנין פון ישיבת לוצערן - קענווי איילענד
viewtopic.php?p=2061583#p2061583
די ישיבה האט א צייטווייליגע היכל ביהמ״ד?
וואס זענען די פלענער פאר די עתיד?
געלט איז דאך דא ב״ה..
moishy56 האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:העלישע פייער ברענט אין בנין פון ישיבת לוצערן - קענווי איילענד
viewtopic.php?p=2061583#p2061583
די ישיבה האט א צייטווייליגע היכל ביהמ״ד?
וואס זענען די פלענער פאר די עתיד?
געלט איז דאך דא ב״ה..
יעצט באקומען אין אישי א ערשט-האנטיגע באריכט
--
יא, די ישיבה האט א צייטווייליגע היכל ביהמ״ד, אין די אלטע חדר אוכל.
די הנהלת ישיבת לוצערן איז געזיצן מיט די הנהלת המוסדות קענווי איילענד איבער די צוקומפט פון ישיבת לוצערן.
לויט וואו מען שמועסט, איז די יעצטיגע פלאן אז גייט מען אראפ האקן די גאנצע בנין הישיבה, אויך די נישט פארברענטע חלק, און אויפבויען א גענצלעך נייע צוויי שטאקעדיגע בנין. די שטח וועט זיין 800 סקווער מעטער.
לויט די נייע פלענער וועט די ישיבה אריבער פירן די היכל ביהמ״ד און די חדר אוכל אויף צייטווייליג צו די שטאטישע ביהמ״ד און חדר שני. און די שטאטישע ביהמ״ד גייט זיך אריין ציען צום גרויסע היכל (Gym - וואו די גרויסע דינער איז געווען).
ד"א, איז דאס זיך אריין ציען צום גרויסע היכל אן אלטען פלאן נאכדעם וואס די שטאטישע ביהמ״ד איז לעצטענס שוין פול יעדען שב"ק עד אפס מקום.
געלט איז דא ב״ה.. אבער נישט געניג פאר א נייע בנין.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 959
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון קענווי איילענד (ענגלאנד)
חברה הצלה האט זיך דעי וואך אפיציעל געעפענט מיט עלעוו יונגעלייט, וואס זענען גרייט רינגס ארום די זייגער צו העלפן יודן על כל צרה שלא תבא, און מזאל זיי אוודאי נוצן נאר אויף שמחות.
צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט