נייעס און קרישקעלעך פון קענווי איילענד (ענגלאנד)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

נייעס און קרישקעלעך פון קענווי איילענד (ענגלאנד)

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג ינואר 27, 2019 8:17 am

התייסדות הקהילה

די שטאט איז באזעצט געווארן דורך היימישע יודן און שנת תשע"ז לפ"ק, דורך יונגעלייט פון די דערנעבנדיגע שטאט לאנדאן וואס איז שוין אביסל אומפאסיג פאר אונזערע היימישע יונגעלייטלעך, צוליב די טייערע דירות פרייזן וואס איז כסדר מוסיף והולך.

סהאט א ת"ת, א מיידל סקול, און אלע אנדערע פונקציעס ווי יעדע קהילה בישראל. אזוי אויך איז לוצערן'ע ישיבה דארט סטאנציאנירט.

די מספר איינוואוינער גייט כסדר ארויף, די עולם איז זייער צופרידן דארט ב"ה, אודאי האט עס נאך ענינים ווי סדארף וואקסן, אבער זה העיר הקטן גדול יהיה אי"ה באיכות ובכמות.

דיין ומו"ץ

זומער תשע"ח איז נתמנה געווארן מטעם הקהילה א דיין ומו"ץ הרה"ג ר' ישראל מאיר פאללאק שליט"א. ויה"ר שאל יצא מכשול מתח"י.

ווער סהאט א פעדער קען מוסיף זיין
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » זונטאג ינואר 27, 2019 10:23 am

וויפל משפחות וואוינען דארט?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג ינואר 27, 2019 11:56 am

מוסדות האט א בנשיאות?

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:20 am

כמדומה איבער 55 משפחות! אדער אפילו מער יעצט
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג ינואר 28, 2019 8:20 am

בעקיטשע האט געשריבן:וויפל משפחות וואוינען דארט?


תשרי תשע"ט, איז שוין געוועהן ‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎‎ 53 משפחות אין 'קענוי איילענד'.

דא האסטו די ליסטע פון תשרי תשע"ט
viewtopic.php?p=1759854#p1759854

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג פאברואר 01, 2019 6:22 am

אסיפה פאר נשים אין קענווי איילענד

ladies speech in cnvey.JPG
ladies speech in cnvey.JPG (90.63 KiB) געזעהן 1228 מאל

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 7:20 am

הערליכע מלוה דמלכא און אסיפה כללית בק"ק קענווי איילענד

פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת תרומה איז אפגעראכטען געווארען דעם צענטראלען 'גענעראל פארזאמלונג' אינאיינעם מיט א הערליכען מלוה מלכה פאר אלע תושבי קהלה קדושה קענווי איילענד אין שפיץ פון די רבני הקהלה וועלכע האבען באשיינט די אויווען אן צווישען זיי: הגאון רבי ישראל מאיר פאללאק שליט"א דומ"ץ הקהלה, הגאון רבי אשר מרדכי ערלאנגער שליט"א, הגאון רבי משה ארי' ראזענבערגער שליט"א, הגאון רבי אברהם חיים גאלדמאן שליט"א רב ביהמ"ד בשכונת לאנג ראוד, הגאון רבי אנשיל היילפרין שליט"א ראה"כ וויזניץ ומרבני ועד העירוב דקהלת קענווי, הגאון רבי שמואל פרענקל מב"ח שליט"א ר"מ בישיבת תו"ח לונדון, ובראשם די חשובע נואם הכבוד הגאון הגדול רבי אליעזר שלמה בענעדיקט שליט"א מרביץ תורה ור"מ בלונדון.

ספעציעל האבען זיך משתתף געווען די הנהלה און די עסקני המוסדות צווישען זיי הרה"ח הנגיד המרומם מוה"ר יהושע חיים שטערנליכט שליט"א, הרה"ח ר' יעקב פריעדמאן שליט"א הרה"ח ר' אברהם הכהן שפיטצער שליט"א, הרה"ח ר' בעריש לויפער שליט"א, הרה"ח ר' מרדכי בענעדיקט שליט"א, הרה"ג ר' יוסף בענעדיקט שליט"א, הרה"ח ר' מרדכי יעקב בערגער שליט"א און הרה"ח ר' יואל דייטש שליט"א וואס איז לעצטענס גאר שטארק אקטיוו און שטייט בראש ההנהלה אין לאנדאן, און הרה"ח ר' שלמה הערש שטויבער און הרה"ח ר' משולם ראזענבערג שליט"א און נאך.

די סעודה איז ארגנאזירט געווארן דורך הרב ר' יואל גראססבערגער הי"ו אינאיינעם מיט די חברי הנהלת הקהלה והמוסדות אין קענווי איילענד וועלכע האבען זיך אוועקגעגעבען אין די לעצטע פאר וואכען מסדר צו זיין אלעס זאל זיין צוגעשטעלט מיט א אנגעפילטען פראגראם ווי מען האט אויסגענוצט די געלעגנהייט מיטצוטיילען פארן חשובען ציבור תושבי העיר די פעולות הקהלה והמוסדות.

ביים באשטימטן זמן האט זיך דער נאנט צו 100 באטייליגטע זיך געוואשען צום שיינעם סעודה ווי מען האט פארברענגט באחדות און מען האט געשמועסט בסיפורי צדיקים, און געזינגען זמירות באגלייט מיט פידל געשפילט דורך הרה"ח ר' פנחס ווייסמאן שליט"א וואס האט מהנה געווען דעם ציבור.

איינגעלייטעט דעם מסיבה האט דער חשובע יושב ראש הרה"ח ר' אברהם יהושע קרויס שליט"א חבר הנהלה וממייסדי הקהלה וואס האט מיט קורצע ווערטער באגריסט די באטייליגטע און באדאנקט די רבנים און חברי הקהלה פון לאנדאן וואס האבען זיך מטריח געווען אריבערצוקומען צום מלוה דמלכא ובראשם דער נואם הכבוד הגאון ר' אליעזר שלמה בענעדיקט שליט"א און עקסטערע באגריסט דער מייסד און פטרון הקהלה הרה"ח הנה"מ ר' יהושע חיים שטערנליכט שליט"א און אויסגערופען איינער פון די חשובע עסקני הקהלה הרה"ח ר' שמחה עליאס שליט"א מרביץ תורה בק"ק קענווי איילענד צו איבערגעבן דער דבר הקהלה.

נאכן איבערגעבן אין קורצען דער ציל פונעם מלוה מלכה, נאכדעם וואס דער שטאט שטייט שוין איבער צוויי יאר און טראץ וואס די מייסדים האבען זיך געטרויערט אריינצושפרינגען אין אזא אונטערנעמונג פון מייסד זיין אזא שיינע שטאט און קהלה, האט זיך גאר שטארק אויסגעפעלט פילע פרישע כוחות און אין די לעצטע וואכען האבען זיך די חברי הנהלה אינשפיץ פון הרה"ח ר' יואל דייטש שליט"א זיך אריינגעלייגט בלב ונפש מטכס עצה צו זיין ארויסצוהעלפען די ביז יעצטיגע עסקנים.

דערביי האט ער געמאלדען א רייע פון פרישע פעולות וואס זענען געטון געווארען ווי מ'האט אוועגעשטעלט די מוסדות עקסטער פון די קהלה, יעדער מיט א באזונדערע אחראי און הנהלה. אויך האט ער געמאלדען די התמנות פין הרה"ח ר' יואל קרויס וואס וועט שטיין צו די האנט פון די מנהל גשמי הרה"ח ר' סנדר גראס הי"ו. ווי אויך האט ער אויסגערומט לשבח די ארגענאזעציס וואס האבען זיך אוועקגעשטעלט ווי ועד העירוב, אבות ובנים, חברת תהלים, צרכי שבת, און חברת קביעין ללימוד התורה ברבים און נאך, אויך האט ער געמאלדען טאקע די נייע חברי הועד פאר די ביהמ"ד וועלכע וועלן שטיין גרייט צו הערן הערות און מיטהעלפען מיט די גבאים און הנהגת הביהמ"ד.

דאן האט גענומען דאס ווארט דער חשובע נואם הכבוד הגאון ר' אליעזר בענעדיקט שליט"א אנגעהויבען מיט הקדמות פון מדרשים און מאמרי חז"ל וספרים הק' איבער דער חשיבות פון מייסד זיין א ביהמ"ד און א קהלה, און די יסודות וואס עס פעלט זיך אויס און בעיקר איבער דער פליכט און אחריות וואס עס ליגט אויף יעדע יחיד מיטצוארבייטן מיט וואס ער קען נאר און זען אז עס זאל זיך טאקע אוועקשטעלן א ערליך שטעטל.

צום שלוס האט הרה"ח ר' יואל דייטש שליט"א געבענטש און דער עולם איז אהיימגעגאנגען מיט פיל חיזוק און האפען עס זאל ווייטער בליען די קהלה לשם ולתפארת.

unnamed.jpg
unnamed.jpg (714.07 KiB) געזעהן 1063 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » מיטוואך פאברואר 20, 2019 2:43 am

DzoQVeuUUAAUEoZ.jpg
DzoQVeuUUAAUEoZ.jpg (130.31 KiB) געזעהן 923 מאל

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

תגובהדורך אכטונג אכטונג » זונטאג פאברואר 24, 2019 2:51 pm

איז וואר אז מיר וועלען זוכה זיין א וואך בצילא דמהימנותא פונעם רבי'ן מוהרש''ב שליט''א?

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג מארטש 31, 2019 9:09 am

בן האד׳ מסקווירא, 2 וואכן צוריק אין קענווי איילענד

twersky in canvey.JPG
twersky in canvey.JPG (134.51 KiB) געזעהן 426 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 7 געסט