טעקס ראטע אין קרית יואל אין קאנטראסט צו די גלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

Blooming
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:18 pm

צל עובר האט געשריבן:אויף א 64 טויזענט דאלער דירה.


וואס און שטעטעל וואלט מען געצאלט פאר די דירה. $275.000

פרעג די וואס האבען געקויפט די בעיסמענטס און ליזענסק אדער קארלסבורג

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:42 pm

ווי גרויס איז די דירה? ווי אלט איזעס?
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:29 pm

See what I found on #Zillow!
https://www.zillow.com/homedetails/25-M ... 2086_zpid/
מציאה רבה! ביליג טעקסעס

די נקודה
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

תגובהדורך די נקודה » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 8:34 am

מיללער האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
אבי איינער קאמפערט שוין בינגא שטריימליך צו מיללערס - ירא הקהל וישפוט

איך האב נישט קיין געדולד נאכצוגיין יעדע שקר דא, נאר להורות אז אפי' דער וואס לייגט א קאפי פון א טעקס-בילל האט אויך וואס צו באהאלטן (שוין אפגערעדט אז אין די גלילות איז נישטא קיין רעדע פון קיין אינקאם פון טענענטס אדער לעגאלע אפיסעס ווי אין קרית יואל, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך)


שרייבסט מיט אזא ברייטקייט “אין די גלילות איז נישטא קיין רעדע פון קיין אינקאם פון טענענטס אדער לעגאלע אפיסעס ווי אין קרית יואל”

המממ... גראדע איז יא דא דערין גאנץ א פיינע רעדע עס האט גאר א שטארקע פאטענציאלע עתיד אז דאס אלעס וועט זיך טוישן, יעדע הויז אין בלומינג גראוו וועט קענען בויען פיינע עקסטענשאנס אויפן לאט, יעדער וועט קענען אויפפיקסן די אונטערשטע שטאק פאר דירות פאר טענענטס, אפיסעס, והמסתעף, גארנישט אנדערש ווי אין די געדעכטע מאנסי כהיום, אבער מער היימישער און געשמאקער.

עס וועט זיך שוין איינמאל האבן אויסגעצאלט דאס קויפן צייטליך דארטן. (לכאורה אין וואודבארי ווילאס וועט אויכעט מסודר ווערן דער חלק און יעדע הויז וועט האבן א פיינעם אינקאם פון בעיסמענט. נאר דארטן איז אביסל שווערער דאס צו קענען ״אויסשוויצן״ בעת בלומינג גראוו איז פיל מער מאסגעבנד און נענטער צום ריאליטי כידוע ליודעים).

דאכט זיך אז די אפגעשראקענע ״הויכע טעקסעס״ וועלן נבלע ווערן דורכן חודש׳ליכן אינקאם פונעם טענענט וועלכע וועט נאך איבערלאזן גענוג צו דעקן א חלק ניכר פונעם סעקאנד מארגעדזש אויכעט... מ׳וועט האבן כמעט דעם גאנצן האויזינג ביל אויסגעצאלט בעת די וואן-טרעק-מיינדעד קרית יואלע פאטריאטן וועלן ליידער בלוטיגן צו דעקן די 600-700 טויזנט דאלערדיגע דירות אויף זייער פעקל חובות אן קיין שום אינקאם מן הצד, (אין וויליאמסבורג פאר דעם פרייז איז מען כאטשיג אין שטאט, וואס די געגנט האט באמת א שטארקע וועליו, די דירה איז פון בריק, שטארק און פעסט פאר לאנגע יארן, פיינע עלעוועיטארס, וכו׳ בעת אין קרית יואל צאלט מען פאר אביסל שידראק און פארקעי און 9 פוס לופט רעכט, העכער דעם דארף מען מיטהאלטן דאס פלאשן פונעם אייבירשטן שכן וד״ל), און זיך טרייסטן מיטן פאלשן ביליגן טעקס ראטע וואס דערמיט טוט מען פארשווענקן די מוחות פונעם ציבור (אין תוך גערעדט, וואלט טעקס געווען טייער אין קרית יואל וואלט דאך קיינער נישט געקויפט מער קיין דירות דארטן, עס מוז זיין ביליג, וד״ל און די וויליאמסבורג טעקס אבעטמענטס יוכיח).

ואגב, בנוגע דאס אויבן דערמאנטע, מיר רעדן פון נישט אזוי לאנג ארום לכאורה, מעגליך ווען די ערשטע תושבים פון שכונת ויואל משה וועלן בס״ד קענען אנהייבן זאגן ויהי נועם ז׳ פעמים ישר והפך און חמשה חומשי תורה פאר די דירות וואו זיי האבן אראפגעלייגט און איינגעשפארט א גוטע מאה אלף פאר קרוב צו פינף יאר, און דער וואס האט בו בעת געקויפט אין די פריוואטע הייזער וועט דאנקען דעם חונן לאדן דעת פאר זיין גוטע דעסיזשאן בע״ה (וועלמיר צוווארטן ביז שנת תשפ״ב צו זעהן די עדס, אה, מ׳הייבט שוין אן אריינצומופן, און מיר וואונטשן באמת הצלחה פאר יעדן לויט זיין יכולת, פיזיש אדער גייסטיש, קען מען דאך נאר טוהן וואס מען קען, מ׳דארף פארשטיין און דערהייבן, די בני בית דארף מיטגיין, וכו״, אבער נישט זיך לאזן פארפירן מיט פאלשע נומערן...)

דעריבער נעמט דאס ״אויכעט״ אין חשבון בנוגע די טעקס ראטעס. עס איז פיל טיפער ווי אויבערפלעכליך...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:38 am

גא'מ @די נקודה, איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען קויפן דירות אויף די 4טע שטאק אנע עלעוועיטער, ממש סגייט אין מיין קאפ נישט אריין.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:54 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:גא'מ @די נקודה, איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען קויפן דירות אויף די 4טע שטאק אנע עלעוועיטער, ממש סגייט אין מיין קאפ נישט אריין.


איר האט אים א צווייטן אויסוואל?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:28 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גא'מ @די נקודה, איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען קויפן דירות אויף די 4טע שטאק אנע עלעוועיטער, ממש סגייט אין מיין קאפ נישט אריין.


איר האט אים א צווייטן אויסוואל?

די ערשטע צוויי שטאק פון אלע בילדינגס, די 3ריטע און 4רטע וואלט זיך נישט געדארפט פארקויפן פון מיין פוינט אוו וויוא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:07 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:גא'מ @די נקודה, איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען קויפן דירות אויף די 4טע שטאק אנע עלעוועיטער, ממש סגייט אין מיין קאפ נישט אריין.


איר האט אים א צווייטן אויסוואל?

די ערשטע צוויי שטאק פון אלע בילדינגס, די 3ריטע און 4רטע וואלט זיך נישט געדארפט פארקויפן פון מיין פוינט אוו וויוא.

לויט ווי איך האב געהערט וויס נישט אויב סאיז אמת ... זענען טאקע רוב די דירות נאר אינוועסטערס.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 4:04 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:גא'מ @די נקודה, איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מענטשען קענען קויפן דירות אויף די 4טע שטאק אנע עלעוועיטער, ממש סגייט אין מיין קאפ נישט אריין.


האסט שוין אמאל געהערט פון א בוידעם? ווען די האסט א בוידעם קענסטו דיך פאר אפאר טאלער אויסשפרייטן און וואוינען אין א 3 טויזנט סקווער פוס דירה, און וואס טוט זיך מיט א געבויטע סוכה? רוב טאפ פלארס קומען מיט א געפרעימטע צימער גרייט אריינצולייגן דעם לופט סיסטעם און היידא די האסט א פיינע געבויעטע סוכה, און וואס טוט זיך מיט אביסל מנוחה און רוהיגקייט און נישט דארפן הערן קולות און טאנצערייען העכער דיין קאפ,

אני הקטן בין טאקע לאקי צו האבן א עלעוועיטער (וואס קאסט מעינטענענס 10 טאלער א חודש, נישט ווי די וואס האבן דא געשריבן אז עס קאסט א מאיענטעק, און ברוך השם עס ארבעט אייביג און מאכט נישט קיין פראבלעמען, הגם עס איז נישט פון סיטי קוואַליטעט), און איך וואוין און א 2400 סקווער פוס דירה פּלאָס א נאנט צו טויזענט סקווער פוס בוידעם, אבער איך רעקאמאנדיר פאר ווער עס פרעגט מיר צו נעמען א טאפ פלאר אפילו אן א עלעוועיטער אויב עס קומט מיט א לייטישע בוידעם, מיינע אונטערשטע שכינים קאמפלעינען שוין אז די הויז איז צו קליין ווייל זיי האבן נישט ווי צו האלטן קיין זאכן, די סטארעזש וואס די בילדערס געבן היינט איז א שטיק ליצנות, 2 שטאק אראפ ביים אנדערן עק פונעם בנין, ממילא איז א בוידעם א היבשע נעסעסעטי,

איי די טרעפ? עס איז נישט עק וועלט, מען געוויינט זיך צו, מען לערנט זיך אויס ווי זיך אפצושטעלן פאר 10 סעקונדעס און אזוי קומט מען אן אויבן בשלום.

ווער עס האט מער פראגן קיין מיר פרעגן אין אישי

איך ווינדער זיך אבער פאר די וואס נעמען א דריטע שטאק וואס האט אלע חסרונות אבער כמעט נישט קיין מעלות, גראדע זאגט מיר איינער וואס האט געקויפט ביי ויואל משה, אז ער האט גענומען א טאפ פלאר ביי די גוטע געגנט נאנט צום שטעטל, אבער זיין ווייב וויל אראפגיין נידריגער ווייל ס'איז צו הויעך, זאגט מען אים אז אלעס אין די געגנט איז שוין פארקויפט חוץ די דריטע שטאקן, פון דעם קען ער האבן וויפיל ער וויל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג יוני 04, 2019 1:46 pm

זוכענדיג די ציפערן וויפיל די האדסאן פוינט איינוואוינער אין וואודבערי דזשאנקשאן צאלן, זע איך אז עפעס שטימט נישט, ביי אסאך הייזער שטייט אז זיי צאלן א שיבוש, 15 הונדערט דאלער וכדומה.

קען איינער מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט, פארוואס אויף דעם וועבזייטל שטייט ביי געוויסע די געהעריגע ציפערן וואס מען צאלט דארט, און ביי געוויסע שטייט קליינע נומערן, וואס שטימט נישט מיט די געגנט?
קוק דא פאר סקול דיסטריקט טעקס דארט http://www.infotaxonline.com/PropList.aspx

און דא פאר ווילעדזש און טאון טעקס דארט https://egov.basgov.com/woodbury/

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג יוני 18, 2019 9:10 pm

דער "הקרי" אויסגאבע מעלדט פראמינענט איבער דעם "היסטארישן פרעצעדענט" און "שאבלאנער רוטין" אז אין קרית יואל איז די טעקס ווייטער אזויווי פארדעם, מען האט נישט געהעכערט גארנישט די טעקסעס פאר די איינוואוינער.

עס איז א באזונדערע פרייד אז היי יאר איז די נישט-העכערן אנגעקומען עטוואס גרינגער פאר דעם ק''י ווילעדזש, נאכדעם וואס מען פארמאגט אצינד אויך די טעקסעס פון די טאון. ביז אצינד, פלעגן ק''י איינוואוינער צאלן די טעקסעס פאר די טאון אוו מאנראו. אצינד מיט דעם טאון אוו פאלם טרי פליסט דאס געלט אריין אין די פאלם טרי קאסע, וואס דאס איז די קרית יואל פירערשאפט.

מען געדענקט ווי די טאון האט געעגבערט איבער דעם מיליאן דאללער וואס וועט אויפהערן צו פליסן אין זייער ריכטונג, אצינד בלייבט דאס אין די קרית יואל קאסע, צו נוצן פאר אלע נויטיגע פארריכטונגען און פארבעסערונגען אין די שטאט קרית יואל זעלבסט.

אויך איז באגריסונס ווערט דער שריט אז די פאלם טרי טאון האט ארויסגעלייגט אפען די טעקסעס אויפן אינטערנעט, אזויווי רוב מוניציפאליטעטן טוען. אזויווי עס איז פובליק אינפארמאציע, איז גרינגער פאר די שטאב אז מען רופט זיי נישט פרעגן די אינפארמאציע (וואס מען דארף דאס וויסן ביי מארטגעדזשעס, און אנדערע אפיציעלע און פינאנציעלע זאכן און טראנזאקציעס) נאר יעדער קען גרינג צוקומען דערצו אויפן אינטערנעט.

ביזדערווייל איז די טעקס אינפארמאציע פונעם קרית יואל סקול דיסטריקט, און אזוי אויך פונעם קרית יואל ווילעדזש נאך אלץ נישט אויפן אינטערנעט, מען האפט אז דאס וועט אויך בקרוב ארויסגעלייגט ווערן אזוי אז ס'וועט גרינגער זיין פאר די שטאב און פאר די וואס דארפן צוקומען דערצו. אזוי אויך וועט מען בעסער קענען פארגלייכן די טעקס ראטעס אין אלט קרית יואל, אין פארגלייך צו דעם נייעם ישוב אין די געגנטער ארום, און מאכן דעם ריכטיגן באשלוס ווען ס'קומט צו קויפן באדן און הייזער פאר די פאמילע.

פאר די וואס וואונדערן זיך איבער דעם ערבוביא אין דעם טאון אוו פאלם טרי/ווילעדזש אוו קרית יואל, צו ס'איין זאך אדער נישט, וואס זענען ד ווילעדזש'ס פליכטן און וואס באלאנגט פאר די טאון, לויט די אפיציעלע מודעות ווען דער פאלם טרי איז געווארן א פאקט, איז דאס בלויז אויף פאפיר, דאס הייסט מען שטעלט נישט עכט אויף קיין גאנצן טאון אפאראט וואס וועט אריינציען אין אוצרות מיט געלטער (און מען געדענקט נאך אז גאווערנאר קאומאו וויל איינצוימען די אויסגאבן, אז מער מוניציפאליטעטן זאלן זיך צוזאמשטעלן צו שפארן געלט, און אין אויסטויש באקומט מען פארשידענען פראגראמען און בענעפיטן פון די סטעיט אין אלבאני) נאר עס איז בלויז א פאפירענער טאון מיט די מינימאלע לעגאלע סטרוקטורן, גענוג אויף צו איינקאסירן די שטייערן און אנדערע אויפגאבעס וואס בלויז א טאון קען טון, אבער נישט מער אוזוי מען זאל נישט דארפן איבערצאלן אומזינסט. דאס איז פארשטאנען געווארן פון די אפיציעלע מודעות ביים שאפן דעם פאלם טרי.

נאך איין זאך וואס מען ווארט צו פארריכטן, איז אין דעם קאונטי וועבזייטל. דאס איז א קאונטי אישו, וואס דארטן אויפן וועבזייטל ווי אלע לאנד רעקארדס זענען אפען פארן פובליק, איז אין קרית יואל נישט פארהאן די סעיל אינפארמעישאן, דאס הייסט מען זעהט נישט דעם סכום פאר וויפיל די הייזער זענען געקויפט געווארן. אויב עימיצער האט אן השפעה אויפן הויעכגעשעצן קאונטי עקזעקיוטיוו סטיווען ניהאז, זאל ביטע פארלאנגען מען זאל דאס אויך קענען זעהן. אפשר וואלט כדאי געווען אנצורופן - פארשטייט זיך מיט שיינעם און מאכן א קידוש השם - דעם קאונטי לעגיסלאטור פון קרית יואל פאר אריבער דרייסיג יאר מייקל עימאו, און אים בעטן אויב ער קען עפעס טון דערוועגן.

אזוי בויעט זיך ווייטער דעם רבינ'ס שטאט, וואס היינט איז עס אויס דארף, אויס ווילעדזש, נאר א געהעריגע שטאט!

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יוני 18, 2019 10:34 pm

נישטא ווער סזאל לאכן... ברענג מיר די נומבערס וויפיל פרישע שטייער צאלער סאיז צוגעקומען היי יאר

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 18, 2019 10:40 pm

וויפיל שטייער צאלער, אלס איינקונפט. דאן לאמיר זעהן צו די אויסגאבען זיינען געוואקסען פערצענטואל מיט די אייננאמעס
האמיר דאס שוין איינמאל ערווענט. די 10 צו 15 אלפים אין שטייער אין די גלילות (פאר דעם גוי) דעקט אויך די שכר לימוד פאר אלע קינדער. ספארטס, געימס און אויספלוגען זיינען אויך אריינגערעכנט. און פאר דעם האט ער געווענליך א פריוואטע לאט, וואס פאר אזא סייז פריוואטע לאט אין שטעטל, דוכעט זיך מיר איז פיל טייערער אוואו אין די גלילות
בוי זיך זעלבסט

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג יוני 18, 2019 11:34 pm

צו געזונט האט געשריבן:וויפיל שטייער צאלער, אלס איינקונפט. דאן לאמיר זעהן צו די אויסגאבען זיינען געוואקסען פערצענטואל מיט די אייננאמעס
האמיר דאס שוין איינמאל ערווענט. די 10 צו 15 אלפים אין שטייער אין די גלילות (פאר דעם גוי) דעקט אויך די שכר לימוד פאר אלע קינדער. ספארטס, געימס און אויספלוגען זיינען אויך אריינגערעכנט. און פאר דעם האט ער געווענליך א פריוואטע לאט, וואס פאר אזא סייז פריוואטע לאט אין שטעטל, דוכעט זיך מיר איז פיל טייערער אוואו אין די גלילות

ס'ווערט גראדע ארויסגעברענגט אינעם הקרי באריכט

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יוני 18, 2019 11:42 pm

לא לנו האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:וויפיל שטייער צאלער, אלס איינקונפט. דאן לאמיר זעהן צו די אויסגאבען זיינען געוואקסען פערצענטואל מיט די אייננאמעס
האמיר דאס שוין איינמאל ערווענט. די 10 צו 15 אלפים אין שטייער אין די גלילות (פאר דעם גוי) דעקט אויך די שכר לימוד פאר אלע קינדער. ספארטס, געימס און אויספלוגען זיינען אויך אריינגערעכנט. און פאר דעם האט ער געווענליך א פריוואטע לאט, וואס פאר אזא סייז פריוואטע לאט אין שטעטל, דוכעט זיך מיר איז פיל טייערער אוואו אין די גלילות

ס'ווערט גראדע ארויסגעברענגט אינעם הקרי באריכט

סא ביסטו אויך מודה אז אין די באטאם ליין זענען ביידע ראטעס אייניג

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג יוני 18, 2019 11:46 pm

קרייסלער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:וויפיל שטייער צאלער, אלס איינקונפט. דאן לאמיר זעהן צו די אויסגאבען זיינען געוואקסען פערצענטואל מיט די אייננאמעס
האמיר דאס שוין איינמאל ערווענט. די 10 צו 15 אלפים אין שטייער אין די גלילות (פאר דעם גוי) דעקט אויך די שכר לימוד פאר אלע קינדער. ספארטס, געימס און אויספלוגען זיינען אויך אריינגערעכנט. און פאר דעם האט ער געווענליך א פריוואטע לאט, וואס פאר אזא סייז פריוואטע לאט אין שטעטל, דוכעט זיך מיר איז פיל טייערער אוואו אין די גלילות

ס'ווערט גראדע ארויסגעברענגט אינעם הקרי באריכט

סא ביסטו אויך מודה אז אין די באטאם ליין זענען ביידע ראטעס אייניג

וועלכע ביידע? כ'האב סך הכל צוגעצייכנט א מראה מקום
כ'לאז די טענה'רייען אנגיין

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך יוני 19, 2019 9:50 am

קרייסלער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:וויפיל שטייער צאלער, אלס איינקונפט. דאן לאמיר זעהן צו די אויסגאבען זיינען געוואקסען פערצענטואל מיט די אייננאמעס
האמיר דאס שוין איינמאל ערווענט. די 10 צו 15 אלפים אין שטייער אין די גלילות (פאר דעם גוי) דעקט אויך די שכר לימוד פאר אלע קינדער. ספארטס, געימס און אויספלוגען זיינען אויך אריינגערעכנט. און פאר דעם האט ער געווענליך א פריוואטע לאט, וואס פאר אזא סייז פריוואטע לאט אין שטעטל, דוכעט זיך מיר איז פיל טייערער אוואו אין די גלילות

ס'ווערט גראדע ארויסגעברענגט אינעם הקרי באריכט

סא ביסטו אויך מודה אז אין די באטאם ליין זענען ביידע ראטעס אייניג

מעגליך אז ביידע ראטעס זענען אייניג (נישט אז איך ווייס), א ביליגע שטריימל מיט א טייערע שטריימל זענען אויך אייניג די ראטעס, פאר א טייערע באקומסטו מער.
למעשה קענען זיך רוב עולם נישט ערלויבן צו אויפהאלטן אזא גרויסע לאט וואס קאסטן אזויפיל טעקסעס,
אוואו אין די גלילות קען מען בויען אזא גרויסע קאנדא מיט 15-20 משפחות ווי אין קרית יואל הבירה, אז די טעקס זאל אויסקומען ביליג (ביליג מיינט 200 א חודש!)

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך יוני 19, 2019 5:50 pm

עס איז אמת אז טעקס אין ק"י איז זייער נידריג, אבער וואס באקומסטו פאר דעם?
נישט קיין הויף פאר די קינדער צו שפילן, א קליינעם פארטש וואו מען קען קוים מאכן א סוכה, סיידן א פארקינג פאר א קאר (אויב מען האט)
וואו זאלן זיך די קינדער שפילן? אין רוח החיים פארק...

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך יוני 19, 2019 5:55 pm

הייסט בלומינגבורג שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 30, 2019 5:58 pm


אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג יולי 01, 2019 10:02 pm

סיז מסודר האט געשריבן:הייסט בלומינגבורג שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?

ןואס קומט דא אריין בלומינגבורג?

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג יולי 01, 2019 10:05 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:הייסט בלומינגבורג שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?

ןואס קומט דא אריין בלומינגבורג?

סארי. כהאב געמיינט צו זאגן בלומינגראוו
אויב האסט נישט אליינס פארשטאנען
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מאנטאג יולי 01, 2019 10:56 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:הייסט בלומינגראוו שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?


ניין, בלומינג גראוו שטעלט דיר צו א וואסער סיסטעם, איינס אין דער וועלט, און די טעקסעס זענען נאך אלץ ביליגער פון קרית יואל אויב מען רעכנט די טעקס פער עיקר וכו'..
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג יולי 02, 2019 12:48 am

עמקות שלמה האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:הייסט בלומינגראוו שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?


ניין, בלומינג גראוו שטעלט דיר צו א וואסער סיסטעם, איינס אין דער וועלט, און די טעקסעס זענען נאך אלץ ביליגער פון קרית יואל אויב מען רעכנט די טעקס פער עיקר וכו'..

אבער דארפסט באצאלן שווערע געלטער פאר טראנספארטעישן פאר די קינדער אנשטאט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג יולי 02, 2019 9:02 am

עמקות שלמה האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:הייסט בלומינגראוו שטעלט דיר צו מיט די טעקס געלטער פארטשעס מיט הויפן צו שפילן?


ניין, בלומינג גראוו שטעלט דיר צו א וואסער סיסטעם, איינס אין דער וועלט, און די טעקסעס זענען נאך אלץ ביליגער פון קרית יואל אויב מען רעכנט די טעקס פער עיקר וכו'..


ווי שוין ערווענט עטליכע מאל, קען זיין אז די טעקס ראטע פער עיקר איז ביליגער ווי אין קרית יואל הקטן, אבער איך קען ארויסנעמען אסאך ווייניגער פער עיקר אין קר"י רבתי ברענגענדיג דערמיט אז מען זאל זיך נישט קענען ערלויבן צו באצאלן דעם ביל סוף חודש/יאר.

דאס איז פונקט ווי ווען איך קען מיך נישט ערלויבן צו באצאלן א באטל גרעיפ דזשוס ווייל איך האב נאר פיר דאלער, קויפט מען א קעיס וואס קומט אויס פער באטל פיר דאלער, ווער גייט באצאלן פאר די איבריגע פינף באטלעך?

איך וואלט געטוישט קעפל, צו "באטל ווס. קעיס", אמער סתם עמך אידן קומט נאך אלס אויס ביליגער צו וואוינען אין קר"י (אלס טעקסעס אויס אליינס) ווי אין רבתי.

אגב אז מען רעדט שוין, וואס הייסט א וואסער סיסטעם איינס אין די וועלט?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חלה לכבוד שבת און 7 געסט