תגובהדורך די נקודה » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:19 am
וואוינען אין די פראדזשעקטס אין וויליאמסבורג איז אויך אסאך אסאך ביליגער ווי וואוינען אין א נארמאלע בראוינסטיין הויז, מען צאלט נישט אין די פראדזשקעטס קיין עלעקטעריק ביללס, רענט איז ממש 300 א חודש, וכולהו, וועט איינער דאס קאמפערן אמאל צו א נארמאלע געשמאקע פריוואטע הויז? ניין. לא זו אף זו, רוב עולם היינט ברעכט פון די פראדזשעקטס לייף סטייל, כאטשיג אונזערע עלטערן זעעכן דארטן אויפגעצויגן געווארן.
מען רעדט דא אין קרית יואל פון בויען פאר מענטשן אנגעשטויסענע דעוועלאפמענטס, פרייזן פון די הייזער זענען בכלל נישט ביליג, בעסער געזאגט גוט טייער, ממילא איז געקומען די הקרי׳ בארואיגן די מענטשן און פארטושן א קאפ אז סקול טעקס צאלט מען זייער ביליג.
די פראבלעם איז נאר געווען אז דער עולם ברעכט שוין פון די פראדזשעקטס סטייל, ספעציעל ווען עס איז בכלל נישט ביליג אויך נישט צו קויפן, און פארדעם זעט מען אזא שטארקע מאוומענט ביי מענטשן ארויסצומופן, אפילו עס קאסט זיי מער סקול טעקס. דער אמת איז אבער, אז מיט א ניכטערן בליק איז אפילו נישט טייערער צו וואוינען אין בלומינג גראוו ווי אין שטעטל ווען מרעכנט אריין אלע נומבערס, למעשה קען מען נאך אלץ קויפן הייזער פאר 350-400 טויזנט איבערפיקסן איז צווישן 50-75 און ס׳איז נאך אלץ ביליגער ווי די קאנדא, און מ׳קען איבער ארויסבויען נאך עקסטענשאנס, מיט די צייט לייגן א טענענט אונטן, און מ׳האט קוואלעטי און לייף וואס מ׳האט נישט אין א קאנדא.
דאס איז געווען די גאנצע שמועס דא, און איך זעה נאך אלץ נישט קיין איןנפארשטענדליכע סיבה ״פיינענשאלי״ צו קויפן א קאנדא, האלטן די געלט איינגעשפארט אפאר יאר, וכולהו, נאר אז מען האט מורא אדער מען וויל נישט ארויסצוגיין, אבער נישט ווייל ס׳איז ביליגער צו קויפן אין שטעטל. און נאכמאל, ענטפער מיר נישט אז טעקס איז ביליגער, ווייל די חודשליכע מארגעדזש און גמח״ן און מעינטענעס וואס מען צאלט קומט נישט אויס אזויפיל ביליגער. די גאנצע זאך איז א טרוקענע ״פיינענשאלי״ דיבעיט.
און ברענג נישט פון וואודבארי וואס יעדער ווייסט אז ס׳איז טייער, די מענטשן האבן נאך אלץ געוואלט גיין דארטן, אבער בלומינג גראוו איז פיל ביליגער, און האט זייער ביליגע ווילידזש טעקס. קען איינער זאגן וויפיל וועלעדזש טעקס, וואסער און גארבידזש טעקס, מען צאלט צווישן די צוויי מוניציפילאטעטן?