טעקס ראטע אין קרית יואל אין קאנטראסט צו די גלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

טעקס ראטע אין קרית יואל אין קאנטראסט צו די גלילות

תגובהדורך אפענע וועלט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:48 am

איינער האט גע'ארבערט אווערטיים און ער רייבט זיך דאס בייכל אז ער האט אהערגעשטעלט אן ארטיקל מיט טשארטס און נאמבערס וואס דארף כלו'מרפרשט ווייזן אז אין סקול דיסטריקטס ארום קרית יואל צאלט מען טייערער ווי אין אי קרית יואל סקול דיסטריקט סקול טעקס.
למעשה, האט דער ארויסגעבער זיך אליין געשאסן אין די פיס און די ארטיקל האט א פארקערטע אפעקט,
יעצט הייבן מענשט אן ארויסצונעמן דעם קאלקולעטער און זיי לייגן אריין די פשוטע נאמבערס און עס שטעלט זיך ארויס אז אין קרית יואל סקול דיסטריקט איז די טייערסטע טעקס רעיט.
די סיבה פארוואס אין קרית איז די קעש אמואנט וואס א מענטש צאלט טאטעל ביליגער ווי ערגעץ אנדערשט האט צוטוען ווייל עס איז קאנדאס און די אססעסד וועליו זייער נידריג (אפילו פאר פריוואטע הייזער. ווען עס איז דא איין צוויי פריוואטע הייזער אויף א גאס פון 200 קאנדא יוניטס איז עס באמת ווייניגער ווערדט, ווייל דער אייוואוינער האט באמת א שוואכערע לייפסטייל)
די הקריה ארטיקל קאמפעירט מילגרוים צו בונדלעך. זאלסטו קאמפעירן עפעלס טו עפעלס, א געהעריגע פריוואטע הויז אויף א האלבער אדער מער עיקער איז עס נישט ביליגער נאר טייערער. די רעיט פון 67/1000 איז זייער טייער פאר די גאנצע געגענט, קען זיין די טייערסטע.
אויב זאלסטו נעמען און באטראכט וויפיל נייע הייזער עס קומען אלס צו און וויפיל טעקסעס אינקאם עס קומט צו, וואלטן תושבי קרית יואל שוין געקענט זיין עלזשיבל פאר א ריפאנד אנשטאט א העכערונג.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:58 am

אפענע וועלט האט געשריבן:איינער האט גע'ארבערט אווערטיים און ער רייבט זיך דאס בייכל אז ער האט אהערגעשטעלט אן ארטיקל מיט טשארטס און נאמבערס וואס דארף כלו'מרפרשט ווייזן אז אין סקול דיסטריקטס ארום קרית יואל צאלט מען טייערער ווי אין אי קרית יואל סקול דיסטריקט סקול טעקס.

די פאקט איז, אז די דירות וואס זענען געווארן אנעקסירט, גייט זייער טעקס אראפ.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:50 am

פארגלייכן עפל צו עפל אין די קאנטעקסט, הייסט וואס קאסט פאר א משפחה צו וואונען אין קרית יואל ווס. וואונען אינדרויסן פון קרית יואל, מענטשן קוקען אויף די 'באדעם ליין' בלע"ז, און דאס האט די טשארט געזאלט צושטעלן, פאר אחריות'דיגע ראשי המשפחה איידער מ'פאסט א באשלוס פון קויפן און זיך ציען אין א נייע דירה, האט ער צוגעשטעלט די ציפערן.

פאר וועם אסעסד וועליו שפילט א ראלע, האט ער דאס אויך צוגעשטעלט, אזוי ארום איז יעדער צופרידן.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:14 pm

עס איז ממש א חוזק דאס צו פארגלייכן, ווען אין ק"י באקומט מען היינט צוטאגס (אויסער א דירה מיט מערערע שטיבער), א קליינע פארטש, און 6 שטאקיגע הייזער אָן א עלעוועיטער, און קיין שום פלאץ פאר קינדער זיך צו שפילן (סיידן איר ווילט "פארן" ביז רוח החיים פארק...
אודאי איז עס ביליגער, אז מען צעטיילט די פראפערטי צווישן 20-30 איינוואוינער.
די אידן וואס מופן קיין בלומינגראוו ווייסן אז עס קאסט זיי מער, זיי ווילן אבער די סארט רואיג לעבן, און טאקע פאר דעם קומען זיי ארויס פון שטאט.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:04 pm

איך זעה נישט פונקטליך אין וואס סאיז דא זיך צו טעהנען דא,
עס איז דא צוויי שיטות: איינס איז די וואכנשריפט וואס אירע ליינער און אנהענגער זאגן אז סאיז טייער די טעקסעס, און איינס איז די הקרי און אירע ליינער וואס האלטן אז סאיז ביליג. והבוחר יבחר...
וואס איז זיכער איז, באטעם ליין איז א דירה אין קרית יואל ביליגער די טעקסעס, און נאך א זאך וואס איז זיכער אז די טעקסעס האבן זיך נישט געהויבן %, משא"כ אין אנדערער מקומות אין די גלילות וואו עס הייבט זיך יאר יערליך.

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:11 pm

נאך אזאך נישט פארגעסן אז קרית יואל האט נישט קיין סקול פאר די קינדער (איך רעד נישט פאר שוואכע קינדער)

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:15 pm

זענט איר פון דעם טעגלאש: טעקס איז דראסטיש נידריגער

שלאגט איר כפרות קעגן איבער: די אססעסמענט איז פיל העכער, ס'ניטאמאל דא א סקול.

שטערט ענק טאקע א אשכול מיט די ווארט ק''י אינעם קעפל?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:17 pm

פינחס האט געשריבן:נאך אזאך נישט פארגעסן אז קרית יואל האט נישט קיין סקול פאר די קינדער (איך רעד נישט פאר שוואכע קינדער)

דאס איז ווייטער בשיטת הוואכנשריפט, אויסצורעכענען לויט עססעסט וועליו, און אויב די נישט אידן קענען דארט גיין אין סקול....
האלאוי!!!!! מרעדט פאר דיר, איד, ווען די וואוינסט אין בלומינגראוו/וואדבערי, און די האסט גארנישט פון זיער סקול, וואס איז דיר מער ווערט? והבוחר יבחר.

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:45 pm

רויט האט געשריבן:
פינחס האט געשריבן:נאך אזאך נישט פארגעסן אז קרית יואל האט נישט קיין סקול פאר די קינדער (איך רעד נישט פאר שוואכע קינדער)

דאס איז ווייטער בשיטת הוואכנשריפט, אויסצורעכענען לויט עססעסט וועליו, און אויב די נישט אידן קענען דארט גיין אין סקול....
האלאוי!!!!! מרעדט פאר דיר, איד, ווען די וואוינסט אין בלומינגראוו/וואדבערי, און די האסט גארנישט פון זיער סקול, וואס איז דיר מער ווערט? והבוחר יבחר.

גערעכט איך האב נישט געזאגט אז מען צאלט מער סך הכל אז עס איז נישט דא קיין סקול
אין אסאך מקמות אין די פאראייניגטע שטאטן רעדט מען זיך אפ אדער האט מען א געוויסע טענה אויף די גאווערמענט עס מיינט נישט אז מען מיז זיין א אנדערע קהילה

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:51 pm

איך האב נישט געליינט די ארטיקעל אבער פונעם טשארט האב איך פארשטאנען אז די עיקר נקודה איז אז אין אלע געגענטער האבן זיך געהויבן די טעקסעס אבער נישט אין קרית יואל.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:03 pm

פאר די וואס ווילן באמת וויסן:

עס איז טאקע אזוי אין די לאקאלע מארקעט ובפרט אין די היימישע, אז א סינגל פאמיליע הויז מיט א לאט איז ווערט פי כמה ווי א קאנדאמיניום, טיילמאל מיטן חשבון אז מען וועט מיט די יארן קענען ארויפבויען מערערע דירות אויפן שטח ארום. אבער אין די וועלט פון 'מארקעט וועליו אסעסמענט' רעכנט מען א גאר אנדערע פארמולא, וועלכע רעכנט זיך טאקע מיט וויפיל ליידיג שטח עס איז דא ארום, אדער צו די הויז איז פרייוואט. אבער די עיקר פאקטאר אויף וואס די 'אסעסט וועליו' איז באזירט, איז וויפיל אין סך הכל סקווער פוס די היים באזיצט. ד.ה. די גרויסקייט פון די פלאר סייז אין די הויז אינעווייניג, און אויך די סעיל פרייז פון הייזער אין די געגנט. (נישט אז זיי רעכענען דאס אלס זייער פול מארקעט וועליו, אבער זיי רעכענען זיך דערמיט.)

עס איז אפשר געווען א טעות פון די הקריה צו נעמען בלויז פרייוואטע הייזער אלס אן עקזעמפל. עס איז אבער נער'יש פון די איינזייטיגע 'מאוו-אן אקטיוויסטן' צו סעלעברירן דערויף. מעגליך אז די הקריה האט דאס געטאן ווייל אזוי ווי די קרית יואל'ע קאנדא'ס באשטייען בעיקר פון גרעסערע הייזער געאייגנט פאר גרויסע משפחות, און ס'איז גאר שווער צו געפינען אין די דרויסענדע געגנטער קאנדא הייזער מיט די זעלבע גרויסע צאל סקווער פוס צו קענען פארגלייכן, וויבאלד דארט זענען די קאנדא הייזער גאר קליין. דעריבער האבן זיי זיך געמוזט באנוצן אלס ביישפילן מיט ענליכע 'פרייוואטע הייזער' וועלכע זענען שוין באזיצט מיט אידישע אייגענטומער. איך קען אבער ברענגען גענוג און נאך ביישפילן אין מאנרא און בלומינג גראוו פון קלענערע קאנדא הייזער, וועלכע צאלן 2-3 מאל די טעקס ווי אן ענליכע סייז קאנדא אין קר"י.

אזוי אויך איז ווערט אנצוצייגן, אז אין געוויסע בלומינג-גראוו געגנטער ביי וועלכע זיי האבן אנגעצייכנט אז זיי צאלן אן עוורידזש פון 'בלויז' $6,000 סקול טעקס, זענען די הייזער גאר קליין, ממש באנגעלאו כאטקעס, פיל קלענער ווי דער דורכשניטליכער דירה אין די קארלסבורג גאס וועלכע די הקריה האט געברענגט אלס א ביישפיל פון קרית יואל וועלכע צאלט בלויז ארום $1,900 אין סקול טעקס. און פאר א ענליכע סייז דירה אין בלומינג-גראוו צאלט מען ארום $7,500 שוין אפגערעדט פון אנדערע געגנטער ווי עס איז $12,000 אדער נאך מער.

און צו דער וואס האלט אז קרית יואל טעקס איז נישט ביליג, א פשוט'ע פראגע:
היי יאר האט אן עווערידזש 8 רומיגע דירה אין קר"י געצאלט 1800 סקול טעקס. (עס איז געפאלן מיט %10 די לעצטע 4 יאר)
וויפיל צאלט מען פאר א 8 רומיגע דירה אין מאנסי/איסט-ראמאפא? איך וואלט געווען איבעראשט אויב ס'איז ווינציגער ווי דאפלט. (זיי האלטן אויך נישט אויף קיין פאבליק סקול פאר 75 פראצענט פון זייערע קינדער)

דעריבער איז מיר קלאר אז אויב איז געווארן דערפון א דעבאטע, איז דאס אין די לאנג-ראן א געווינס פארן הקריה עסטאבלישמענט.
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:25 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:און צו דער וואס האלט אז קרית יואל טעקס איז נישט ביליג, א פשוט'ע פראגע:
היי יאר האט אן עווערידזש 8 רומיגע דירה אין קר"י געצאלט 1800 סקול טעקס. (עס איז געפאלן מיט %10 די לעצטע 4 יאר)
וויפיל צאלט מען פאר א 8 רומיגע דירה אין מאנסי/איסט-ראמאפא? איך וואלט געווען איבעראשט אויב ס'איז ווינציגער ווי דאפלט. (זיי האלטן אויך נישט אויף קיין פאבליק סקול פאר 85 פראצענט פון זייערע קינדער)

דארט איז עס אבער געבעיסט אויף די פאקט אז זיי האבען א פאבליק סקול סיסטעם צוצושטעלן פרייע לימודים פאר ווער עס וויל נאר. רעכן אראפ אין איסט רעמעפא זייער סקול באדזשעט און רעכן אויס צו די פרייזן וואלטן געווען העכער אדער נידעריקער
בוי זיך זעלבסט

פינחס
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:30 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די וואס ווילן באמת וויסן:

וויפיל צאלט מען פאר א 8 רומיגע דירה אין מאנסי/איסט-ראמאפא? איך וואלט געווען איבעראשט אויב ס'איז ווינציגער ווי דאפלט. (זיי האלטן אויך נישט אויף קיין פאבליק סקול פאר 75 פראצענט פון זייערע קינדער)

דעריבער איז מיר קלאר אז אויב איז געווארן דערפון א דעבאטע, איז דאס אין די לאנג-ראן א געווינס פארן הקריה עסטאבלישמענט.

איך פארשטיי טאקע נישט מאנסי ווי נאך איז דא אזא פלאץ וואס א ריזן חלק ניצט נישט די סקול אין עס איז אזוי טייער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:43 pm

צו געזונט האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:און צו דער וואס האלט אז קרית יואל טעקס איז נישט ביליג, א פשוט'ע פראגע:
היי יאר האט אן עווערידזש 8 רומיגע דירה אין קר"י געצאלט 1800 סקול טעקס. (עס איז געפאלן מיט %10 די לעצטע 4 יאר)
וויפיל צאלט מען פאר א 8 רומיגע דירה אין מאנסי/איסט-ראמאפא? איך וואלט געווען איבעראשט אויב ס'איז ווינציגער ווי דאפלט. (זיי האלטן אויך נישט אויף קיין פאבליק סקול פאר 85 פראצענט פון זייערע קינדער)

דארט איז עס אבער געבעיסט אויף די פאקט אז זיי האבען א פאבליק סקול סיסטעם צוצושטעלן פרייע לימודים פאר ווער עס וויל נאר. רעכן אראפ אין איסט רעמעפא זייער סקול באדזשעט און רעכן אויס צו די פרייזן וואלטן געווען העכער אדער נידעריקער

איך האב עס פאראכטן צו %75 קינדער אין איסט-ראמאפא, איך האב נישט דעם גענויעם ציפער אויף די מינוט.
אבער אין א געוויסן זין, קען מען זאגן אז ווי מער קינדער אין פאבליק סקול, אלס א גרעסערע אינקאם אין סטעיט פאנדינג איז דאס פארן דיסטריקט. דאס טענה'ן דאך די היימישע איסט-ראמאפאו באורד, אז זיי באקומען גאר ווייניג סטעיט פאנדינג צוליב די קליינע ענראולמענט, און דערפאר ברויכן זיי צו העכערן טעקסעס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:49 pm

רויט האט געשריבן:איך זעה נישט פונקטליך אין וואס סאיז דא זיך צו טעהנען דא,
עס איז דא צוויי שיטות: איינס איז די וואכנשריפט וואס אירע ליינער און אנהענגער זאגן אז סאיז טייער די טעקסעס, און איינס איז די הקרי און אירע ליינער וואס האלטן אז סאיז ביליג. והבוחר יבחר...
וואס איז זיכער איז, באטעם ליין איז א דירה אין קרית יואל ביליגער די טעקסעס, און נאך א זאך וואס איז זיכער אז די טעקסעס האבן זיך נישט געהויבן %, משא"כ אין אנדערער מקומות אין די גלילות וואו עס הייבט זיך יאר יערליך.

אין וואכנשריפט איז געווען א בריוו ווי איינער איז משבח די סערוויס פון א דעוועלאפמענט אין שטעטל, און עס שטייט דארט די ביליגע טעקס אלס איינס פון די מעלות קעגן די גלילות, פון די אנדערע מעלות איז אז עס איז וואקינג דיסטענס סיי צו עצי תמרים און סיי צו ברך משה און סיי צו גארפיעלד.

נאכאמאל, דאס איז פון וואכנשריפט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 5:53 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר די וואס ווילן באמת וויסן:

עס איז טאקע אזוי אין די לאקאלע מארקעט ובפרט אין די היימישע, אז א סינגל פאמיליע הויז מיט א לאט איז ווערט פי כמה ווי א קאנדאמיניום, טיילמאל מיטן חשבון אז מען וועט מיט די יארן קענען ארויפבויען מערערע דירות אויפן שטח ארום. אבער אין די וועלט פון 'מארקעט וועליו אסעסמענט' רעכנט מען א גאר אנדערע פארמולא, וועלכע רעכנט זיך טאקע מיט וויפיל ליידיג שטח עס איז דא ארום, אדער צו די הויז איז פרייוואט. אבער די עיקר פאקטאר אויף וואס די 'אסעסט וועליו' איז באזירט, איז וויפיל אין סך הכל סקווער פוס די היים באזיצט. ד.ה. די גרויסקייט פון די פלאר סייז אין די הויז אינעווייניג, און אויך די סעיל פרייז פון הייזער אין די געגנט. (נישט אז זיי רעכענען דאס אלס זייער פול מארקעט וועליו, אבער זיי רעכענען זיך דערמיט.)

עס איז אפשר געווען א טעות פון די הקריה צו נעמען בלויז פרייוואטע הייזער אלס אן עקזעמפל. עס איז אבער נער'יש פון די איינזייטיגע 'מאוו-אן אקטיוויסטן' צו סעלעברירן דערויף. מעגליך אז די הקריה האט דאס געטאן ווייל אזוי ווי די קרית יואל'ע קאנדא'ס באשטייען בעיקר פון גרעסערע הייזער געאייגנט פאר גרויסע משפחות, און ס'איז גאר שווער צו געפינען אין די דרויסענדע געגנטער קאנדא הייזער מיט די זעלבע גרויסע צאל סקווער פוס צו קענען פארגלייכן, וויבאלד דארט זענען די קאנדא הייזער גאר קליין. דעריבער האבן זיי זיך געמוזט באנוצן אלס ביישפילן מיט ענליכע 'פרייוואטע הייזער' וועלכע זענען שוין באזיצט מיט אידישע אייגענטומער. איך קען אבער ברענגען גענוג און נאך ביישפילן אין מאנרא און בלומינג גראוו פון קלענערע קאנדא הייזער, וועלכע צאלן 2-3 מאל די טעקס ווי אן ענליכע סייז קאנדא אין קר"י.

אזוי אויך איז ווערט אנצוצייגן, אז אין געוויסע בלומינג-גראוו געגנטער ביי וועלכע זיי האבן אנגעצייכנט אז זיי צאלן אן עוורידזש פון 'בלויז' $6,000 סקול טעקס, זענען די הייזער גאר קליין, ממש באנגעלאו כאטקעס, פיל קלענער ווי דער דורכשניטליכער דירה אין די קארלסבורג גאס וועלכע די הקריה האט געברענגט אלס א ביישפיל פון קרית יואל וועלכע צאלט בלויז ארום $1,900 אין סקול טעקס. און פאר א ענליכע סייז דירה אין בלומינג-גראוו צאלט מען ארום $7,500 שוין אפגערעדט פון אנדערע געגנטער ווי עס איז $12,000 אדער נאך מער.

און צו דער וואס האלט אז קרית יואל טעקס איז נישט ביליג, א פשוט'ע פראגע:
היי יאר האט אן עווערידזש 8 רומיגע דירה אין קר"י געצאלט 1800 סקול טעקס. (עס איז געפאלן מיט %10 די לעצטע 4 יאר)
וויפיל צאלט מען פאר א 8 רומיגע דירה אין מאנסי/איסט-ראמאפא? איך וואלט געווען איבעראשט אויב ס'איז ווינציגער ווי דאפלט. (זיי האלטן אויך נישט אויף קיין פאבליק סקול פאר 75 פראצענט פון זייערע קינדער)

דעריבער איז מיר קלאר אז אויב איז געווארן דערפון א דעבאטע, איז דאס אין די לאנג-ראן א געווינס פארן הקריה עסטאבלישמענט.

הלואי וואלט מאנסי געווען אין די געגענט פון בלויז דאפעלט.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אשל
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:23 pm

תגובהדורך אשל » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 12:34 pm

גאסט עדיטאריאל
אין פון די הקרי׳ טעקס ביילאגע ליסטע פארגאנגענעם חודש תשרי תשע״ט

וועלמיר אנהייבן מיט א משל:

א איד קומט אריין אין שטריימל געשעפט און האנדלט זיך איין א הערליכער שיינער צויבערהאפטיגער עכט לעבעדיגער שטריימל ער באצאלט ערליך די 5-6-7 טויזנט רייניש ער ווייסט אז ער באקומט דערפאר די גאנצע ווערט, עס לוינט זיך יעדע דאלער אריינצולייגן דערין, זיין שטריימל וועט ער ענדזשויען פאר יארן לאנג, עס וועט זיין א מלוכה אויף זיין קאפ, לשם ולתפארת, א מלכות, א יופי, א פראכט.

פארשטייט זיך נישט יעדער איז אזא מבין, און נישט יעדער דארף ער עס, נישט יעדער קען עס קויפן, צו מ׳פארגינט זיך נישט, צו מ׳האט נישט דאס געלט, צו ס׳פאסט אים נאכנישט, מ׳וועט קוקן אביסל צו שטארק אויף אים אז ער פארגינט זיך אזא לוקסוס, צו די טאטע אדער די שווער זענען פון אלטן דור און גייען נישט דערפאר, וכולהו.

קומט אצינד צו גיין בינגא און שטעלט ארויס שטריימלעך פאר בלויז א נישטיגע 500, דארט קומט יעדער אריין און טרייט זיך אן א שטריימל מכל הבא ליד, פיט יא פיט נישט, הויך, ברייט, שמאל, צופלויגן, נישט קיין חילוק, מ׳דארף נישט קיין עיזשענטס, סעילמאן׳ס, מ׳גייט צום רעדזשיסטער, מ׳באצאלט 500 און געגאנגען ווייטער.

נו, איינער וואס דארף א מינימאלע רעגן שטריימל מילא, ער האט נישט קיין ברירה, אדרבה, יעדער פארשטייט אז ס׳איז בכלל נישט די זעלבע פראדוקט וואס יענער האט. און פארטיג.

שטעלט אייך אצינד פאר רבותי, כל זמן בינגא גיט ביליג און יעדער פארשטייט אז דו באקומסט וואס דו צאלסט (ווי מען זאגט אין ענגליש י״ו גא״ט ווא״ט י״ו פעי״ד פא״ר) איז אלעס פיין און וואויל.

אויב אבער וועט אצינד קומען צו גיין דער בינגא און וועט ארויסשטעלן פלאקאטן, און זיך לאזן הערן אונטערצורייסן די טייערע שטריימלעך, הלמאי ביי אים באקומט מען ממש די זעלבע זאך, אדער גאר נאך בעסער פאר אסאך ביליגער, ווער רעדט נאך אז די טייערע שטריימלעך וועלן שטייגן מיט א 300 דאלער, וועט ער וועלן אויפווייזן אז זיין פרייז איז גארנישט ארויף, וואספארא פנים וועט ער טראגן? וועט ער נישט אויסקוקן ווי א גרויסע לאזער, ווי א נאר אויפן מארק? וואס קאמפערסטו עפל צו ראזשינקע? ס׳איז בכלל נישט די זעלבע אייטעם, אדרבה, פאר דעם טייערן אייטעם וואלסטו געבעטן דאס זעלבע, אדער גאר מער, ווייל בינגא וואלט דיר נאר פארקויפט 3 זיבן טויזנט דאלערדיגע שטריימלעך אויף אמאל... אלעס גייט דאך אדער ביליג אדער באלק...

ס׳איז איבריג יעדעס ווארט. עד כאן המשל. (כ׳האף מיסטער בינגא וועט פארשטיין אז ס׳איז נאר א משל, העכסטנס א שטיקל מארקעטינג פאר זיינע ביליגע שטריימלעך...)

אצינד וועלן מיר קומען צום פינטל.

ווייסט איינער וויפיל א פריוואטע הויז אויף אוהעל קארט צאלט טעקס פאר די סקול דיסטריקט אוו די ווילעדזש אוו קרית יואל? 12,000 און 14,000 און 16,000 בערך ארויף און אראפ, שיינע הויכע נומבערס, דוק ותשכח. די פריוואטע הייזער אין די וויליעדזש באצאלן טבין ותקילין טעקסעס, נאך עני טיים אזוי טייער ווי אין וואדבארי, וואס איז די העכסטע טעקסעס.

איי וויאזוי קען דאס זיין? עולם גולם ווייסט אז מען צאלט דא זייער ביליג? יא, אין די קארלסבורג באלק בינגא הייזער צאלט מען בינגא שטריימלעך פרייזן טעקסעס, און פאר געשמאקע גרויסע פריוואטע הייזער מיט א דריטל צו א האלבע עיקער לאנד צאלט מען געהעריג טעקס.

אויף קארלסבורג קען מען נישט ארויסבויען א עקסטענשאן קיינמאל, קוים א סוכה אין די מצומצומ׳דיגע פארטש, ווען די משפחה וואקסט בלייבט מען מיט וואס מען האט.

אויף קארלסבורג איז קיין פארקינג נישטא פאר אלע איינוואוינער עקסטער, ס׳איז כל הקודם זכה, כמעט ווי אין די סיטי, (איין מעלה, אלטערנייט פארקינג איז דארט סוספענדעט...)

אויף קארלסבורג צאלט יעדער איינער א באצאלונג יעדן חודש פאר די קאנדא, האט איינער אמאל געקלערט אז דאס איז אפאר טויזנט דאלער א יאר, אזא סארט שטילע טעקס...

אויף קארלסבורג הערט מען דעם שכן וואקן יעדע טריט פון אויבן און פון אונטן, מימינו ומשמאלו, (פון די פארטשעס וועלן מיר ניטאמאל רעדן).

אויף קארלסבורג קענען נישט די קינדער שפילן רואיג אן די מאמעס אויפזיכט, ס׳איז א ביזי גאס ווי קארן פארן, קיין גראז פארהאנען... קיין עלעוועיטאר פארהאנען... קיין פרייוועסי פארהאנען... קיין סאלער צו שפארן טעקס פארהאנען... קיין סווימינג פול פאר די קינדער פארהאנען... קיין גראסערי אויף די גאס פארהאנען... קוים א שול באקומען...

די חוצפה פון דרוקן אין א אפיציעל צייטונג די גענויע אדרעסן און סכום פון טעקס וואס יעדער פריוואטער מענטש באצאלט, איז אומדערהערט (אנהער״ט א״וו). וואלט די וועלעדזש אויך ארויסגעגעבן די פובליק רעקארד (וואס יעדער וואס פארשטייט צו די זאכן קען דאס סייווי נאכקוקן נאר מ׳דארף זיך נאר אויסלערנען ווי צו קוקן...) וויפיל גאווערמענט פאנדיג די ווילעדזש טוט באקומען? די בודזשעט און די געהאלטער ווי דאס געלט גייט דארט פאר אלע באאמטע? די פאנדיג וואס די מוסדות טוט באקומען? די טשעקס וואס פריוואטע יחידים טוען דורכדרייען? אלעס איז היינט פובליק רעקארד, אבער יעדער פארשטייט אז מען טוט דאס נישט.

אזא פרעכע מוח אויסוואשונג באדארף מען טאקע צו מאכן? צו פרעידיגן ביים ציבור קעלבן צו בלייבן אין הייליגן שטעטל און חלילה נישט און ארויסגיין וואוינען ״אינדרויסן״... מען וויל ״אונז״ פשוט העלפן, מען ווייל ״אונז״ שפארן אונזערע טעקסעס, וויייל ״אינדרויסן״ באצאלט מען זייער טייער טעקס. בו בעת ווען יעדע דירה ״אינדרויסן״ שוין נאכן אריינלייגן געלט האלט מען נאך אלץ ביי צווישן הונדערט פופציג און צוויי הונדערט אלפים ביליגער ווי ״אינעווייניג״ מיטן ביליגן טעקס, בינגא שטריימל, אריינגעשטופט צווישן הונדערטער משפחות אונטער איין אטעם, נוסח לעמבערג, פראג, קערעסטיר, געטאו סטייל.

אין קארלסבורג צאלט מען ביליג טעקס ? דארט האט די ווילעדזש שוין פארדינט פופציג אלפים נאך פארן אנהייבן, א קיימא לן פון צוואנציג יאר רעגולער טעקס!! און דאס האט מען גאר באצאלט פון פאראויס!! געצאלט פאר א עכטע מייעסטעטישע שטריימל און אהיימגעוואקט מיט א 500 בינגא שטריימל, הזאת נעמי? פאקטס כאטש איין, פארדעם קומט מען נעמען 500 פריוואטע מענטשן׳ס אדרעסן און טעקס אינפארמעישאן און דאס דרוקן אין א אפיציעלע צייטונג? ווען די רעקארד וואלט דאס געטוהן וואלט מען שטיל געווען?

שוין אפגערעדט פון דעם אז די 500 משפחות וואס מען האט ארויפגעלייגט איז שטארק אונטערגעליסטעט, בעקדעיטעט אפאר חדשים צוריק, עס וואוינען שוין ״אינדרויסן״ פיל מער, (טאקע אן סעווען ספרינגס...), ועל כולם עס איז נישט מער ״ווי א צענטל״ פון וואס עס קומט!! עס יאווען זיך יעצט אין די דאזיגע חדשים שווערערע הונדערטער הונדערטער דירות אין דעוואלאפמענטס, און אין פריוואט, ביז א יאר-צוויי-דריי וועלן וואוינען אינדרויסן פון שטעטל באלד 2000 משפחות, און ביז צען יאר וועט זיין 5000 צו 6000 טויזנט בלויז ״אינדרויסן״ אליינס, און זיי ווייסן דאס, זיי פארלירן די פאוער, די וואויטס, די געלט, פרייזן פון דירות שאקלען זיך, די ביזנעס צענטער פארדינגט זיך נישט אזוי פוגלדיג, ועל כולם מ׳פארלירט די קאנטראל אויפן ציבור, וויל מען האלטן די קעלבן אינעם שטאל, קיינער זאל נישט ארויסגיין אויפן פעלד, איי דארט איז דא גענוג צו עסן, ניין, בלייבן אין שטייג און עסן שטרוי וואס מען פיטערט.

עס פעלט נאך אויס מסביר צו זיין די חילוקים פון די באטעמקייט און געשמאקייט דאס רואיגקייט פון וואוינען ״אינדרויסן״ איש תחת גפנו ותחת תאינו, אידישלעך און מענטשליך אויסגעהאלטן ברוחניות און בגשמיות, מיט א אויסוואל פון שולן און מקוואות, די קוואלעטי באסעס פירן די קינדער צו ״אלע מוסדות״, קיינעם גייט נישט אן וואו מ׳שיקט, וואס מ׳שיקט, מ׳קען מחנך זיין די קינדער רואיגערהייט, מ׳שניידט זיך די גראז, מ׳שארט זיך די שניי, מ׳לעבט ווי א איד, און מ׳באצאלט וואס א יעדער איד באצאלט. קיינער צאלט נישט ביליגער אפילו אין קארלסבורג, דאס געלט גייט נאר אונטער א אנדערן שלייער.

אלזא ביטע הערט אויף פירן א מערכה מיטן ארויסמופן, עס האט טאקע געהאט זייער א שיינעם שלייער, אבער יעדער האט פארשטאנען אייער ווייטאג. פארפאלן. מיר האבן גארנישט אנטקעגן אייך, אבער ס׳איז נייע צייטן, מיר וועלן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. און ביטע לייגט נישט ארויס אין פובליק פריוואטע מענטשן׳ס נכסים, ס׳איז פשוט נישט קיין שיינע זאך. וד״ל.

ס׳איז דא הייזער צו קויפן איבעראל, ס׳איז א מורא׳דיגע גוטע געלעגנהייט במשך דעם ווינטער צו כאפן גוטע דיעלס, מ׳דארף נישט ווארטן אויפן זוממער.

רבותי, מופט ארויס ״אינדרויסן״, קויפט אייך א הייזקע, באצאלט אייער טעקס, און ענדזשויעט אייער שיינעם עכטן שטריימל זיצנדיג שבת נאכמיטאג אויף אייער פראפערטי מיט א אור החיים הק׳, מיט די משפחה, אה, אפילו די ווינטער, די שניי, די מחזה הוד איז דאך אזוי געשמאק, מעין עולם הבא יום שבת מנוחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 12:39 pm

פארוואס האט אויסגעפעלט צו מאכן א נייע ניק פארדעם?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:01 pm

ווייל די אנדערע ניק איז א באקאנטער פי.אר. איינגעשטעלטער שרייבערל ביי עטליכע בראקער..
ערנסט גערעדט, די אינפארמאציע אויף וואס די "רענט" איז באזירט איז נישט ריכטיג. דער מציאות איז ווי מיר האבן אויבן געשריבן, אז א 'קאנדא' אין קרית יואל צאלט ווינציגער ווי האלב פון א 'קאנדא' אין די ענליכע גרויסקייט אינדרויסן. און די זעלבע איז מיט א פרייוואטע הויז.

איך ווייס נישט וואס די ציל פון די הקריה איז, קען זיין אז זיי האבן אן אגענדע, אבער ס'נישט קיין נפקא מינא. זיי האבן דאך בלויז געשריבן טרוקענע פאקטישע ציפערן. יעדער קען פון דא און ווייטער ציען צו א קאנקלושען.

אבער די וועלכע ווילן מיך צורעדן מיט אלע מיני תרוצים פ"וו ס'לוינט מיר אויפצוקומען מיט פרישע 15 אלפים פער יאר פאר טעקס און מעינטענענס, די האבן נישט קיין שום אגענדע... הערעך.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:34 pm

איר האט ראנג ארויס געהאט דעם ארטיקל אין הקריה פון אנפאג ביזן סוף
די גאנצע דיון איז נישט לגבי די פרייז פונעם טעקס די דיון איז לגבי דאס אז ביי אנדערע פלעצער איז עס ארויף קעגן אין ווילעדזש איז עס אראפ
מיין סקול טעקס איז פאריאר געווען 1900 און היי יאר איז עס 1700 מה שאין כן אין די גלילות האב איך א קרוב וואס פאר יאר האט ער געצאלט 15000 און היי יאר 18000,

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:33 pm

יומטי איז גערעכט מיט דעם אז א קאנדא אין קעי דשעי איז ווייניגער ווי האלב פון א קאנדא אין מאנסי, איך שעים מיך צי אויסזאגן וויפיל אונז צאלן.
אבער א פרייוועט הויז אין ווילעדש וו'ס אינדערויסן קען איך דעך נאכטשעקן, אונזער גאסט האט געשריבן אז א פרייוועט הויז אויף איהעל צאלט פון 12 און ארויף קען עס איינער פראווען, פארלייקענען, א נישט וועל איך עס נאכטשעקן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

צדקה קאסע
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:01 pm

דא קען מען נאכקוקען טעקס רעקארדס פון Orange county

צדקה קאסע
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:04 pm

אבער כ'מיין ס'אינקלואד נישט קיין סקול טעקס

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:56 pm

אין בלומינגבערג - אין א דירה די סייז פון קרית יואל - אן קיין שום שטחים, - צאלט מען 5 מאל מער געלט טעקס.

אין לעיקוואוד - סאטמארע ישוב - אין א דירה די סייז פון קרית יואל - אן קיין שום שטחים - צאלט מען 3 מאל מער געלט טעקס.

בינגאו שטריימלעך פאר מיללער פרייזן!!!

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:57 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:יומטי איז גערעכט מיט דעם אז א קאנדא אין קעי דשעי איז ווייניגער ווי האלב פון א קאנדא אין מאנסי, איך שעים מיך צי אויסזאגן וויפיל אונז צאלן.
אבער א פרייוועט הויז אין ווילעדש וו'ס אינדערויסן קען איך דעך נאכטשעקן, אונזער גאסט האט געשריבן אז א פרייוועט הויז אויף איהעל צאלט פון 12 און ארויף קען עס איינער פראווען, פארלייקענען, א נישט וועל איך עס נאכטשעקן.

האב'ך נישט געליינט זיין גאנצע ארטיקעל, אבער צו דיין פראגע אויב אַ פרייועט הויז אויף איהעל צאלט איבער צוועלף אלפים, קען איך דיר מעיד זיין אז יא.
מיר אוינען איטליכע פון די סארט הייזער אין ק"י ב"ה. די טעקס איז אבער זייער אַ ביטערע מציאות.
צוועלף ביז פערצען אלפים איז די נארמאלע טאטעל טעקס ראטע פאר א פריוואטע הויז אין קרית יואל

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט