פראפערטי טעקס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

פראפערטי טעקס

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג יולי 24, 2018 7:11 pm

איש האשכולות האט געשריבן:טעקס איז נישט מעגליך פאראויס צוזאגן,

טאמער די אססעסער שטייט אויף אויפן לינקע זייט, און ער שאצט די הייזער בלויז לויטן סעיל פרייז דאן איז צרות ווי א בארג.. ע"ע בלומינגבורג


איך ווייס אז ס'דארף נישט זיין דוקא אין טשעסטער אשכול, נאר ס'איז מענין לענין באותו קנין ובנין, נער הייתי גם זקנתי, כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי פראפערטי טעקס ארבעט, כ'האלט ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט נישט נאר פאר מיר נאר פאר אלע וואס טוען עסקנות אינעם ענין פון דירות ישובים וכו' - פון מיר איז שוין נאר געבליבן א אייוועלט שרייבער - אבער דער אינגער דור, די פרישע חברה וואלטן דאס געדארפט געהעריג פארשטיין,
א. וויאזוי ארבעט אסעסמענט
ב. וועלכע רעגירונג (קאונטי, טאון, ווילידזש, סקול טעקס, וכו' והמסתעף) קען אלץ טעקסען
ג. וואס איז די עצות אויב מ'פאלט אריין ביי זיי
ד. וואס איז די הסבר אז קרית יואל איז ביליגער, איז עס א ביליגע טעקס רעיט, א ביליגע אסעסמענט?
ה. וויאזוי קען מען עס נאכמאכן ערגעץ אנדערש?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 25, 2018 2:34 pm

lebediger berel האט געשריבן:ב. וועלכע רעגירונג (קאונטי, טאון, ווילידזש, סקול טעקס, וכו' והמסתעף) קען אלץ טעקסען
ג. וואס איז די עצות אויב מ'פאלט אריין ביי זיי
ד. וואס איז די הסבר אז קרית יואל איז ביליגער, איז עס א ביליגע טעקס רעיט, א ביליגע אסעסמענט?
ה. וויאזוי קען מען עס נאכמאכן ערגעץ אנדערש?


ב. אלע קענען און טון ארויפלייגן שטייער. חוץ דעם איז דא פארשידענע שטייערן ספעציעל פאר די וואוינן אין א געוויסע 'דיסטריקט'. למשל א "פייער דיסטריקט" אז אלע וואס וואוינען פון דא ביז אהין ווערן סערווירט פון דעם פייער קאמפעני און צאלן דערויף א ספעציעלע שטייער. אויפן זעלבן שטייגער איז דא לייטונג דיסטריקטס פאר סטריט לייטס, סאוער דיסטריקט ועוד.

ג. נישט דא קיין עצה. אין א געוויסע סקול דיסטריקט האט מען אריינגעריקט אידן אויף די באורד אראפצודריקן די באדזעט פון די סקול, צו קענען נידערן די שטייערן. עס האט אבער געמאכט גאר גרויסע טראבל ואכמ"ל.

ד. די גרעסטע חלק פון די טעקס [כמעט די גאנצע] גייט פאר די סקול דיסטריקט. היות קרית יואל האט א אייגענע סקול דיסטריקט און כמעט אלע קינדער אין דעם דיסטריקט לערנן אין פרייוועט סקול'ס, קומט אויס אז זייערע אויסגאבן זענען נידריג איז די טעקס נידריג. סימפל מעטה.

ה. די קרית יואל סקול דיסטריקט איז געווארן ערמעגליכט דורך א ספעציעלע געזעץ אין אלבעני [דריי מאל האבן די געריכטן גע'פסל'ט די געזעץ, נאר די פערדע ווערסיע איז געבליבן] די געזעץ איז געשריבן געווארן אויף אן אופן אנדערע זאלן עס נישט קענען נאכמאכן. די ערשטע ווערסיע'ס פונעם געזעץ האט איינגעשלאסן טאקע נאר קרית יואל, דאס האט דער העכסטע געריכט צונישט געמאכט, אבער אפי' די פיינעל געזעץ טוט אויך שטארק באגרעניצן אנדערע פון עס נאכמאכן. עס פארלאנגט די שטאט זאל האבן לכה"פ 10 טויזענט נפשות [אויסצושליסן די קליינע שטעטלך] אבער נישט מער ווי 100 טויזענט [אויסצושליסן די גרויסע שטעט].

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 25, 2018 3:17 pm

יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 25, 2018 3:19 pm

lebediger berel האט געשריבן:יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף

למשל אויב וויל איך מאכן א שטעטל אין מאונטענדעיל - איך נוץ עס נאר אלץ משל - וויאזוי קען איך האבן א אהנונג וואס די טעקס גייט זיין, און וויאזוי קען מען עפעס טון ס'זאל זיין נידעריג
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יולי 25, 2018 3:25 pm

lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף

למשל אויב וויל איך מאכן א שטעטל אין מאונטענדעיל - איך נוץ עס נאר אלץ משל - וויאזוי קען איך האבן א אהנונג וואס די טעקס גייט זיין, און וויאזוי קען מען עפעס טון ס'זאל זיין נידעריג


אויבן אויף קענסטו זעהן דא https://taxfoundation.org/how-high-are- ... our-state/

אויפן גאס גייט עס אז די ווילסט קויפן א הויז זאגט דיך די ברויקער וויפיל עס גייט זיין טעקס
[קעסט עס אויכט זעהן אויף זיללא ZILLOW]

אססעמענט קען מען פייטען מען דארף אויפנעמען אן אפרעזער
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 25, 2018 8:14 pm

lebediger berel האט געשריבן:יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף

אסעסמענט איז שוין א שטיקל אריכות... גאר אין קורצן ארבעט עס אז איינמאל א יאר טוט אן עסעסער באשטימען די ווערד פון אלע דירות, עס זענען דא פארשידענע געזעצן וויזוי דאס מוז געמאכט ווערן, כ'וועל אויסרעכנן צוויי דערפון.
- אלע הייזער פון א געוויסע סארט, מוזן ווערן געשאצט אויפן זעלבן שטייגער, דער אסעסער קען נישט באשליסן אויף יעדע הויז וויזוי ער וויל עס רעכנן, למשל אלע קאנדאוס מוזן ווערן גערעכנט אויף איין פארמולע, אלע סינגל הייזער אויף איינס א.א.וו.
- מען טאר נישט טוישן די אסעסמענט פון בלויז געוויסע הייזער סתם אזוי (חוץ אויב מען האט עס איבערגעבויט וכדו'), אויב וויל מען טוישן די ווערד סתם אזוי מוז מען טוישן "אלע" הייזער פון די סארט אין די גאנצן געגענט.

נאכדעם וואס דער אסעסער באשטימט די פרייזן טוט ער ארויסלייגן א ליסטע אנליין פון אלע שאצונגן, די אייגנטומער האבן א חודש צייט אריינצוגעבן טענות אויף זייערע שאצונגן, ביים סוף פונעם חודש לייגט דער אסעסער ארויף די פיינעל ליסטע פון פרייזן. אויב די קאמיסיע האט נישט אנגענומען די טענה, האבן די אייגנטומער נאך 2 חדשים צייט אריינצוגעבן א פעטישן אין געריכט [עס מוז גיין אויף דעם אופן, אויב האט אן אייגנטומער נישט אריינגעגעבן פריער א טענה, וועט עס דער געריכט נישט אננעמען (ק"י האט יעצט א שטרייט מיט וואדבערי איבער די טעקס אויף די פייפליין, דער געריכט האט עס ארויסגעווארפן ווייל ס'איז נישט געווען אריינגעגעבן צו די קאמיסיע בעפאר צייטליך, עס איז יעצט אינעם עפפעלעט געריכט)].

ווען דער פראצעדור איז פארטיג הייבן די טעקס קאלעקטאר'ס אן צו נוצן דעם ליסטע פאר זייערע טעקסעס. דאס ארבעט אז זיי נעמען דעם טאטעל ווערד פון אלע שטחים אין זייער דיסטריקט און לייגן ארויף דערויף א סכום געלט פער טויזענט ווערד, למשל די ווילדש אוו בלומינגבערג רעכנט 7.8 דאלער פער טויזענט, אויב א דירה איז געשאצט אויף 10 טויזענט איז די טעקס אויף דעם 10X7.8= $78 פער יאר. וכן על זו הדרך טון אלע באשטייערן דעם ציבור.

קומט אויס אז ס'ווענד זיך "נישט" אלעס אינעם אסעסער, עס ווענד זיך אויך אסאך אין די טעקס רעיטס, למשל אויב א געגענט האט ביליגע עסעסמענט און הויכע ראטע'ס, קען מען צאלן מער ווי א געגענט מיט טייערע עסעסמענט און ביליגע ראטע'ס.. סא מען דארף האבן ביידע און עס גייט אויך אפט צוזאמען.

דהיינו סוף סוף דארף די גאווערמענט דעקן זייער באדזעט, ווי געזאגט רעכנן זיי אויס די טאטל עסעסמענט ווערד און אויף דעם בויען זיי, אויב איז דער טאטעל א שיינע סומע, קענען זיי לייגן א קלענערע ראטע און דאך אריינקריגן גענוג געלט אין די קאסע, משא"כ אויב איז די טאטעל ווייניג דארף די ראטע זיין העכער [די סטעיט באגרעניצט מיט וויפיל מען קען העכערן אויף אמאל, אבער דאס איז די סיסטעם מער ווייניגער].

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 25, 2018 8:17 pm

lebediger berel האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:יונה שכח פאר דיין הערליכע הסברים אבער וויאזוי ארבעט די אסעסמענט און די טעקסעישאן דערויף

למשל אויב וויל איך מאכן א שטעטל אין מאונטענדעיל - איך נוץ עס נאר אלץ משל - וויאזוי קען איך האבן א אהנונג וואס די טעקס גייט זיין, און וויאזוי קען מען עפעס טון ס'זאל זיין נידעריג

די טעקס ראטע קענסטו זעהן אנליין, און וויסן וויזוי דורכשניטליכע הייזער פון די סארט וואס די ווילסט בויען קען מען אויך דורך קוקן אויף אנדערע ענליכע הייזער אין די געגענט.

אבער עס איז נישט גארענטירט אזוי צו בלייבן, די ראטע הייבן זיך כסדר און די אסעסמענט קען זיך אויך טוישן. אדער דורך טוישן אלע ענליכע הייזער אין די געגענט אדער דורך זאגן אז דיינס איז נישט ענליך...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך יולי 25, 2018 8:32 pm

שכח יונה, מער ווייניגער ווייס איך שוין וואס איך ווייס נישט, נאך א פראגע, וועמענס אויטאריטי איז אסעסמענט, ווילידזש, טאון אדער קאונטי, איך פארשטיי אז ס'איז דא א איבערגעגעבעכץ אבער ווער דארף איבערגעבן ? בעסער געזאגט ווער איז בעל הבית דערויף
בד"וו
איך וואויט יונה פאר מעיאר אף בלומינגבורג , דיס גיי נאויס וואט הי טאקס אבעוט - הי אנדערסטענדס דיס אישוס
אויב מעיאר איז שוין פארנומען לכה"פ ווילידזש קלוירק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך יולי 25, 2018 10:40 pm

lebediger berel האט געשריבן:שכח יונה, מער ווייניגער ווייס איך שוין וואס איך ווייס נישט, נאך א פראגע, וועמענס אויטאריטי איז אסעסמענט, ווילידזש, טאון אדער קאונטי, איך פארשטיי אז ס'איז דא א איבערגעגעבעכץ אבער ווער דארף איבערגעבן ? בעסער געזאגט ווער איז בעל הבית דערויף
בד"וו
איך וואויט יונה פאר מעיאר אף בלומינגבורג , דיס גיי נאויס וואט הי טאקס אבעוט - הי אנדערסטענדס דיס אישוס
אויב מעיאר איז שוין פארנומען לכה"פ ווילידזש קלוירק

יישר כח פאר די ווארימע אינדארסמענט.. ב"ה ס'דא א פיינע מעיאר יר"ה ער איז שוין לאנגע יארן אינוואלווד אין גאווערמענט [געווען קאנסילמאן אין די טאון אוו מעמעקעטינג, טשיערמאן פון די פלעיניג באורד אין בלומינגבערג לאנגע יארן, און איז נאך אלץ א קאמישענער אינעם בלומינגבערג פייער דיסטריקט] און דינט געטריי אלע תושבים צוגלייך.

א ווילידש קען אליינס האבן א עסעסאר, אבער בדרך כלל האבן נאר די טאון'ס אן עסעסמענט אפיס און אלע אנדערע נוצן דעס. אבער אפי' דארט ווי די ווילידש האט יא אן אייגענע עסעסער איז עס נאר לגבי די ווילידש טעקסעס, די אנדערע [טאון, סקול וכו'] זענן נישט מחיוב דאס אנצונעמען און קענען אליינס איבערשאצן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:53 am

בעצם וואלט געקענט זיין א ישועה אין מאנסי אז מען זאל אריינלייגן רוב גוים אין א אנדערע סקול דיסטריקט, אבער דאס גייט שוין אריין אין אמונות ודעות אויב מען מעג האבן א סקול דיסטריקט.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:54 am

איך האב קיינמאל נישט געהערט אז קרית יואל סקול דיסטריקט קען מען נישט מאכן ביי איבער 100,000 מענטשן, וואס וועט מען טון ווען קרית יואל וועט גרייכן די נאמבער?
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

יונה
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:03 am

צל עובר האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט אז קרית יואל סקול דיסטריקט קען מען נישט מאכן ביי איבער 100,000 מענטשן, וואס וועט מען טון ווען קרית יואל וועט גרייכן די נאמבער?

קרית יואל האט שוין א סקול זיי דארפן עס נישט מאכן. די געזעץ איז נאר פאר א דיסטריקט וואָס וויל זיך אפטיילן (עס איז געמאכט געווארן אזוי ווייל יארן צוריק איז געווען דער סדר אז יעדע געגענט האט געהאט א אייגענע סקול סיסטעם, דאָס האט געהאט גרויסע פראבלעמען און געקאסט אסאך מער געלט, האט די סטעיט דעמאלט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין געלט צאמצושטעלן ווי מער קלענערע דיסטריקטס אין איין גרויסע. ולכן ביים ווילן גיבן רשות פאר ק''י זיך אפצוטיילן האבן זיי אריינגעלייגט די תנאים צו מאכן זיכער אז אנדערע מאכן נישט נאך און מ'העט זיך זעהן צוריק צום אלטן פראבלעם)

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:07 am

שכח פארן מסביר'ן.
קאראנעוויירוס איז היפש מער טויטליך ווי די פלו פאר דעם וואס ווערט אנגעשטעקט, און היפש מער קאנטעידזשעס ווי איבאלע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג יולי 30, 2018 11:09 am

לגבי בילךיגע טעקסעס כאפט א בליק אויף פענסילוועניע - געגנטער אונטער צוויי שעה פון ברוקלין וואו מ'צאלט 0 פראפערטי טעקסעס..

[אקעי, נישט 0.. 30 דאלאר א יאר..]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 30, 2018 11:28 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי בילךיגע טעקסעס כאפט א בליק אויף פענסילוועניע - געגנטער אונטער צוויי שעה פון ברוקלין וואו מ'צאלט 0 פראפערטי טעקסעס..

[אקעי, נישט 0.. 30 דאלאר א יאר..]

אדרבה לייג א לינק צו זילא, אדער שרייב די אדרעסס, אפשר טאקע
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
מייזל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2015 12:08 pm

תגובהדורך מייזל » מאנטאג יולי 30, 2018 11:34 am

צל עובר האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט אז קרית יואל סקול דיסטריקט קען מען נישט מאכן ביי איבער 100,000 מענטשן, וואס וועט מען טון ווען קרית יואל וועט גרייכן די נאמבער?

They will be a town by then

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 30, 2018 11:39 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי בילךיגע טעקסעס כאפט א בליק אויף פענסילוועניע - געגנטער אונטער צוויי שעה פון ברוקלין וואו מ'צאלט 0 פראפערטי טעקסעס..

[אקעי, נישט 0.. 30 דאלאר א יאר..]

אדרבה לייג א לינק צו זילא, אדער שרייב די אדרעסס, אפשר טאקע

דאס זענען געגנטער וואס די ווילסט ניטאמאל זעהן אויף א בילד, אפגערעדט פון דורכפארן מיט א געפאנצערטע טרעקל,
אדרבא כאפ א בליק ...
2644 W Sterner St,
Philadelphia, PA 19132
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 30, 2018 11:41 am

1908 N Taylor St,
Philadelphia, PA 19121
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 30, 2018 11:43 am

איש האשכולות האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי בילךיגע טעקסעס כאפט א בליק אויף פענסילוועניע - געגנטער אונטער צוויי שעה פון ברוקלין וואו מ'צאלט 0 פראפערטי טעקסעס..

[אקעי, נישט 0.. 30 דאלאר א יאר..]

אדרבה לייג א לינק צו זילא, אדער שרייב די אדרעסס, אפשר טאקע

דאס זענען געגנטער וואס די ווילסט ניטאמאל זעהן אויף א בילד, אפגערעדט פון דורכפארן מיט א געפאנצערטע טרעקל,
אדרבא כאפ א בליק ...
2644 W Sterner St,
Philadelphia, PA 19132
איש האשכולות האט געשריבן:.


ס'איז נישט אזא בער, אין אמעריקא איז דא אסאך עס הייסט גאסט שטעט, אזוי ווי דיטרויט וועגן די קאר אינדעסטרי איז אינטערגעגאנגען
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 30, 2018 11:43 am

אדרבה זיך די אליינס, פילטער עס אז ס'זאל קאסטן נאר ביז 50K, און קוק די רעזולטאטן...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 30, 2018 11:46 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:לגבי בילךיגע טעקסעס כאפט א בליק אויף פענסילוועניע - געגנטער אונטער צוויי שעה פון ברוקלין וואו מ'צאלט 0 פראפערטי טעקסעס..

[אקעי, נישט 0.. 30 דאלאר א יאר..]

אדרבה לייג א לינק צו זילא, אדער שרייב די אדרעסס, אפשר טאקע

דאס זענען געגנטער וואס די ווילסט ניטאמאל זעהן אויף א בילד, אפגערעדט פון דורכפארן מיט א געפאנצערטע טרעקל,
אדרבא כאפ א בליק ...
2644 W Sterner St,
Philadelphia, PA 19132
איש האשכולות האט געשריבן:.


ס'איז נישט אזא בער, אין אמעריקא איז דא אסאך עס הייסט גאסט שטעט, אזוי ווי דיטרויט וועגן די קאר אינדעסטרי איז אינטערגעגאנגען

דאס רופט זיך נישט ghost town, דאס רופט זיך "היי קריים עריע", פונקט ווי קעמדען, ניו דשערסי, פונקט ווי טרענטאן, ניו דשערסי, ועוד ועוד..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג יולי 30, 2018 11:49 am

איך ווייס למשל אין קליוולאנד איז נישט אזוי, ועוד ס'איז דא סטעיטס וואס איז סתם נידריג די רעיט פון פראפעטי-טעקס
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג יולי 30, 2018 12:41 pm

https://www.zillow.com/de/
קיק אין די קליינע סטעיט דענוויר 3 שעה פין דא נעם א הויז אין קיק ביי פרייז אין טעקס היסטאריע עס איז כמעט 10 מאל ביליגער ווי ני יארק

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג יולי 30, 2018 5:15 pm

ווער האט געבעטן קוקן אין פילאדעלפיע?

נעם למשל אלענטאן פענסילוועניע

https://www.zillow.com/homes/for_sale/A ... ect/12_zm/
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג יולי 30, 2018 5:38 pm

אין קינגסטאן פענסילוועניע וואס איז אונטער סקרענטאן וואוינען טאקע 50-60 ליובאוויטשע משפחות אין ריזיגע הייזער מיט פרוטות טעקס.

מען דארף אבער וויסן אז די הייזער זענען פון די פריע 1900'ס און מען דארף זיין גרייט צו וואוינען אין א הויז וואס שמעקט פון אלטקייט?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט