קרית יואל - דעוועלאפמענטס אין נייע אנעקסירטע שטחים

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

הארץ
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

תגובהדורך הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 6:53 pm

צל עובר האט געשריבן:
הארץ האט געשריבן:ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס


שעמסטו טאקע נישט אין איין תגובה צו ברענגן די טייערסטע הויז אין קרית יואל אויף סאטמאר דרייוו, און א צווייטע א וואן בעדרום וואן בעטה דירה אינדרויסן?

זאג מיר נישט אז אינדרויסן א הויז, אינסייד א דירה, ווייל די שמועס יעצט איז, "ביליגער ווערסוס טייערער".

אנטשולדיגט איך האב אייך נישט געמיינט פערזענליך אדער אייער קאמפאני וויי צו טון, אדרבא עס איז געזונט זיך אמאל ארויסצוגעבן לאז עס ארויס אינגאנצן, שרייב "שעם זיך" געהעריג אין גרויסע רויטע באלד ווערטער וכדו' מען וועט אייך פארשטיין

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:08 pm

הארץ האט געשריבן:ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס

אהער מיט די #נאן סענס הייזל.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:46 pm

איך בין נישט דא קיינעם אויפציווייזען איבערציווייזען אינטערציווייזען איבערצייגען און אינטערצייגען ,
איך האב סתם געמאכט מיין פוינט אז כהיום יום איז מער נישט דא קיין גיטע גרויסע הייזער ארום קר"י פאר א גיטע פרייז, עס האט נאך קיינער נישט געלייגט קיין לינק אז עס איז יא דא, איטס סימפל, ווייל עס איז מער נישט דא, יעצט קען מען שוין נאר קויפן די שמות, אדער פאר גאר גאר טייער.

מען רעדט פון הייזער ארןם 25 הונדערט סקווער פוס, נישט עלטער פון 20 יאר, פאר נישט מער ווי 425K אזוינע הייזער איז מער נישט דא ארום קר"י, פיניטא.

פאר גאר טייער איז דא, מיט הויכע טעקס, און א קליינע קאך.

אדרבה. איינער זאל ברענגן א לינק אז עס איז יא דא

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:50 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איך בין נישט דא קיינעם אויפציווייזען איבערציווייזען אינטערציווייזען איבערצייגען און אינטערצייגען ,
איך האב סתם געמאכט מיין פוינט אז כהיום יום איז מער נישט דא קיין גיטע גרויסע הייזער ארום קר"י פאר א גיטע פרייז, עס האט נאך קיינער נישט געלייגט קיין לינק אז עס איז יא דא, איטס סימפל, ווייל עס איז מער נישט דא, יעצט קען מען שוין נאר קויפן די שמות, אדער פאר גאר גאר טייער.

מען רעדט פון הייזער ארןם 25 הונדערט סקווער פוס, נישט עלטער פון 20 יאר, פאר נישט מער ווי 425K אזוינע הייזער איז מער נישט דא ארום קר"י, פיניטא.

פאר גאר טייער איז דא, מיט הויכע טעקס, און א קליינע קאך.

אדרבה. איינער זאל ברענגן א לינק אז עס איז יא א.



איך בין נישט דא קיינעם אויפציווייזען איבערציווייזען אינטערציווייזען איבערצייגען און אינטערצייגען ,
איך האב סתם געמאכט מיין פוינט אז כהיום יום איז מער נישט דא קיין גיטע גרויסע דירות אין קרית יואל פאר א גיטע פרייז, עס האט נאך קיינער נישט געלייגט קיין לינק אז עס איז יא דא, איטס סימפל, ווייל עס איז מער נישט דא, יעצט קען מען שוין נאר קויפן די שמות, אדער פאר גאר גאר טייער.

מען רעדט פון דירות ארום 25 הונדערט סקווער פוס, נישט עלטער פון 20 יאר, פאר נישט מער ווי 420 טויזענט אזוינע דירות איז מער נישט דא אין קרית יואל, פינטעל

פאר גאר טייער איז דא, מיט הויכע טעקס, און א קליינע קאך.

אדרבה. איינער זאל ברענגן א לינק אז עס איז יא דא
אין אישי איז אויך גוט
בראקעריזש באצאלט

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 7:58 pm

איך האב יעצט גערעדט מיט איינער וואס האט געקויפט אויף קררלסבורג א דירה 2200 פיס פאר 420 טויזענט א דריטע שטאק. פריוואטע אריינגאנג גאר גיט געבויט הערליכע דירה

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:03 pm

אט אזוי האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט איינער וואס האט געקויפט אויף קררלסבורג א דירה 2200 פיס פאר 420 טויזענט א דריטע שטאק. פריוואטע אריינגאנג גאר גיט געבויט הערליכע דירה

יעצט געקויפט ? נאך דא יעצט דירות צו קויפן אויף קארלסבורג

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:12 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט איינער וואס האט געקויפט אויף קררלסבורג א דירה 2200 פיס פאר 420 טויזענט א דריטע שטאק. פריוואטע אריינגאנג גאר גיט געבויט הערליכע דירה

יעצט געקויפט ? נאך דא יעצט דירות צו קויפן אויף קארלסבורג

ווייניגער ווי 2 יאר צוריק

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:13 pm

אט אזוי האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:איך האב יעצט גערעדט מיט איינער וואס האט געקויפט אויף קררלסבורג א דירה 2200 פיס פאר 420 טויזענט א דריטע שטאק. פריוואטע אריינגאנג גאר גיט געבויט הערליכע דירה

יעצט געקויפט ? נאך דא יעצט דירות צו קויפן אויף קארלסבורג

ווייניגער ווי 2 יאר צוריק

:lol: :lol: :lol:

הארץ
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

תגובהדורך הארץ » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:20 pm

]
קאנסילמאן האט געשריבן:איך בין נישט דא קיינעם אויפציווייזען איבערציווייזען אינטערציווייזען איבערצייגען און אינטערצייגען ,
איך האב סתם געמאכט מיין פוינט אז כהיום יום איז מער נישט דא קיין גיטע גרויסע הייזער ארום קר"י פאר א גיטע פרייז, עס האט נאך קיינער נישט געלייגט קיין לינק אז עס איז יא דא, איטס סימפל, ווייל עס איז מער נישט דא, יעצט קען מען שוין נאר קויפן די שמות, אדער פאר גאר גאר טייער.

מען רעדט פון הייזער ארןם 25 הונדערט סקווער פוס, נישט עלטער פון 20 יאר, פאר נישט מער ווי 425K אזוינע הייזער איז מער נישט דא ארום קר"י, פיניטא.

פאר גאר טייער איז דא, מיט הויכע טעקס, און א קליינע קאך.

אדרבה. איינער זאל ברענגן א לינק אז עס איז יא דא

נאדט אייך א הויז אין די געגנט ווי אידן קויפן יעצט אפאר מינוט פון היילענד לעיקס און עפל היל
Screenshot_20181220-201418.jpg
Screenshot_20181220-201418.jpg (152.85 KiB) געזעהן 1248 מאל
צוגעלייגטע
Screenshot_20181220-201418.jpg
Screenshot_20181220-201418.jpg (152.85 KiB) געזעהן 1248 מאל

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:29 pm

שכוח, עס איז נישט ממש פונקטליך וואס איך האב געזיכט, אבער עט-ליסט עפעס נאנט איז אפיר געקומען.

יעצט קען שוין ווייטער שרייבען אז אין די גלילות איז ביליגער מיט אסאך אפשענס צו קויפן,

טענקס

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 8:46 pm

די הויז איז געווען א steal of a deal
עס איז אין קאנטראקט אינטער 300 טויזענט !!

עס איז אין בעק פון וואדבערי זשאנקשען
צוגעלייגטע
Screenshot_20181220-203531_Samsung Internet-810x1665.jpg
Screenshot_20181220-203531_Samsung Internet-810x1665.jpg (221.91 KiB) געזעהן 1216 מאל
Screenshot_20181220-203550_Samsung Internet.jpg
Screenshot_20181220-203550_Samsung Internet.jpg (342.7 KiB) געזעהן 1216 מאל

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:14 am

הרב קאנסילמאן ביטע געט נישט אויף א אזוי שנעל...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:18 am

אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:22 am

שמאלציג האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:
צום לעצט, איך האב דא רעאגירט נאך פיר בלאט ווי מען האט אטאקירט א יחיד א בילדער


אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?

הונטדערטער אדער גאר טויזענטער אידן וואס שפארן זיך אפ א דאלער נאך א דאלער יארן לאנג, און ווארטן שוין אויף זייער גליקליכע מינוט צו קענען האבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ, קומען צו מיט די אייגענע אויגן ווי זייער יארן לאנגע חלום פליעט אוועק כחלום יעוף, זיי האבן נישט די געלעגענהייט וואס זייערע עלטערן האבן געהאט אין זייערע יארן, נעמליך א דירה, לויטן נארמאלן פרייז מיט א נארמאלע דאון פעימענט.
די דאזיגע אידן ווערן אטאקירט טעגליך! און נישט אויף אייוועלט, נאר 24/7 ווי זיי גייען און שטייען זענען זיי די אטאקירטע.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
טויזענטער עלטערן מאכן נאס די קישענעס ביינאכט, ווען וועט שוין מיין קינד צוקומען צו א לייטישע דירה וואס ער קען זיך עפארדען, זיי ווערן טעגליך אטאקירט.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
אידן וואס וואלטן ווען געדארפט ארבעטן לטובת הציבור, נישט קיין חילוק פון וועלעכע זיי טעגלאש וואסער, באדען זיך אין מיליאנען און טוען גארניטש צו העלפן די ארימע ברידער וואס לעכצעט נאך א דאך איבערן קאפ, זיי זענען די אטאקירער,

די קאפ איז שוין אזוי פארדרייט היינט אז ווען איינער זאגט אויס דעם אמת אז עס איז היינט נישט דא א נארמאלע דירה צו קויפן אין די הייליגע שטעלטל וואס די רבי ז''ל האט אויפגעשטעלט בדם לבבו, הייסט דאס אטאקירט, ניין, דאס הייסט נישט אטאקירט, דאס הייסט ארויסגעשריגן דעם אמת וואס עס טוט וויי.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
א איד קומט אהיים נאך א טאג ארבעט און האט נישט זיין הרחבת הדעת ווי אראפ צו לייגן זיין אויסגעמיטשעטע זעקל ביינער, ער ווערט יעדן איינציגן טאג אטאקירט.

[i]אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?[/i]
אידן וואלטן געדארט זיין ביזי טאג אין נאכט ווי נאך קען מען העלפן זיך ארויסצוען צי די גלילות, צו העלפן אינגעלייט מיט א דאך איבערן קאפ, אנשטאט דעם גייט מען פארשפרייטן כל מיני לגיונות אלעס נאך וואס עס לוינט זיך לויט די אג'ענדע, דאס הייסט אטאקירט.
אידן וואלטן געדארפט לויפן גיסן געלט פאר מקוואות און שולן אין די גלילות, כדי נאך אינגעלייט זאלן האבן א דאך איבער'ן קאפ, דאס נישט טוען הייסט אטאקירט.

דעוועלאפערס וואס בויען הייזער לויטן געשמאק פאר אידן פון די סיטי, און זיי צילן צו מארקעטן צו זיי, דאס הייסט אטאקירט די אידן פון קרית יואל,
אידן וואס האבן געשפיגן שווייס און בלוט אלע יארן 'צו העלפן' בויען כבוד בית סאטמאר, און דאס צאלט מען זיי צוריק, דאס הייסט אטאקירט.


דעריבער הויעכגעשעצטער קאנסילמאן בעפאר איר באשליסט צו רעדן צו די אטאקירער ביטע איבערטראכטן ווער אטאקירט וועמען.


ב"ה עס איז נאך דא אידן וואס האבן די קאפ אויפן פלאץ
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

הארץ
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

תגובהדורך הארץ » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 5:58 am

שכל'דיג האט געשריבן:
שמאלציג האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:אידן וואלטן געדארט זיין ביזי טאג אין נאכט ווי נאך קען מען העלפן זיך ארויסצוען צי די גלילות, צו העלפן אינגעלייט מיט א דאך איבערן קאפ, אנשטאט דעם גייט מען פארשפרייטן כל מיני לגיונות אלעס נאך וואס עס לוינט זיך לויט די אג'ענדע, דאס הייסט אטאקירט.
אידן וואלטן געדארפט לויפן גיסן געלט פאר מקוואות און שולן אין די גלילות, כדי נאך אינגעלייט זאלן האבן א דאך איבער'ן קאפ, דאס נישט טוען הייסט אטאקירט.

ב"ה עס איז נאך דא אידן וואס האבן די קאפ אויפן פלאץ

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובהדורך קרעטשמע מאן » פרייטאג דעצמבער 21, 2018 1:11 pm

איך קען אפילו נישט ליינען אלעס דא. אבער יעדער איז מלא טענות אויף די דירות פרייזן. און יעדער האט רעכט, א דירה קאסט אסאך געלט און סקומט נישט צופיס.

אבער אראפרייסן דעם בויער? דעוועלעפאר?

יא, סיז קלאר אז ער איז נישטא לשם מצוה. ער איז דא צו מאכן געלט. פונקט ווי דו און איך, אין אונזער ביזנעס. אבער לויט וויפיל מצאלט היינט פאר פראפערטי און וויפיל קאנסטראקשאן גייט ארויף יאהר יעהרליך דארף יעדער זעהן דעם ביטערן מציאות. קויפן א דירה איז א טייערע מעשה! און אז דער דעוועלעפאר זאל וועלן בויען דארף ער מאכן געלט.

איך גלייך נישט צו שרייבן קיין נעמען. אבער איין דעוועלעפאר האט געקויפט א ריזן פראפערטי בערך 20 יאר צוריק פאר 3 צו 4 מיליון דאללער. ווען ער גייט פארקויפן דירות גייט ער בעטן א דאללער ביליגער ווי דער דעוועלעפאר וואס האט געקויפט א פראפערטי 2 חדשים צוריק פאר 150 מאל די פרייז??

איך קען נישט קיין איין דעוועלעפאר וואס בויעט כהיום יום וואס האט געכאפט די פראפערטי פאר א מציאה. זיי צאלן אלע דאס מערסטע וואס מהאט זיי געקענט בעטן. 

און איך האב נישט קיין טענות. יעדער פראבירט צו בעטן די מאקסימום וואס מקען. 

ווען די לייענער, האסט יעצט א הויז צו פארקויפן, פשוט ווייל די ווילסט קויפן א גרעסערע, גייסטו ארויסגיין אויף די מארקעט הערן די פרייז, און גלייך ארויסלייגן דיין הויז מיט עטליכע ראניש מער, ווייל אויב דאס איז די פרייז, אפשר קען איך באקומען אביסל מער.. קיינער פון ענק בעטן נישט אביסל ביליגער פאר אייער דירה ווייל איר ווילט זיין מיסטער נייס גיי, אדער ווייל א אינגערמאן ווארט שוין יארן צו האבן א לייטישע דאך איבערן קאפ, טא, וועל איך אים ארויסהעלפן. איך קען נאך נישט אזא איד. און פארלאנגט דאס נישט פון אנדערע. 

אבער אפילו זיין נייס גיי. דער בויער האט געקויפט א פראפערטי פאר די וועלטס געלט, ער קען נישט בעטן ביליג, בויען שיין, אפילו ער וויל! נישט ווען ער קויפט היינט א פראפערטי.

די פרייזן גייען ארויף. לייען עס איבער. און קומענדיגע יאר, אויב אידן האבן קינדער און מגייט בויען נאך, גייט דאס קאסטן נאך מער. סיז די מציאות.

לויפט און קויפט...

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג דעצמבער 23, 2018 9:23 am

דער בילדער מעג צאלן ביליאון דאלער פאר די פראפערטי אבער פארנארן דעם קונה - א 2100 ספ הויז צופארקויפן אלס א 2600 ספ הויז איז ריכטיגע אונאה, פארדעם איז דא א בית דין/קארט סיסטעם וואס קען קעיר נעמען, אבער מיר ווייסן דאך אלע, סאיז גרינגער צו שרייבן אויף אייוועלט ווי צו גיין צו דין תורה.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:25 am

איך הער צוריק פון עטליכע אין די מארקעט צו קויפן אז מען גייט אביסל צו ווארטן און מען יאגט זיך נישט צו גיבן דיפאזיט. אפילו די וועלכע האבן שיין געלט און קענען זיך ערלויבן, האלטן אז צאלן +700 פאר א קאנדא איז ווייט נישט רעאליסטיש.

צו די וועלכע קאמפיינען דא אזוי שטארק פאר די גלילות: לעניות דעתי הויבט עס אן בעקפייערן. מענטשן זענען היינט גענוג קלוג אליינס צו מאכן א באשלוס, און דארפן נישט צוקומען צו קיין שום אויפקלערונגען. מיטן אראפשטעלן איינזייטיג אזוי אגרעסיוו און פערזענליך אז א דירה אין קר"י איז גארנישט ווערט קעגן א דירה אינדרויסן, האט איר גענוי די זעלבע פנים ווי די מאמענט ענקלעיוו ארטיקל, מיטן אויסנאם אז דארט איז אומאפיציעל דיסקלוזט געווארן אז ס'איז אן עד פארן דעוועלאפער... עס מאכט אייך אביסל אויסזען ווי די קלאסיפייד וואס לויפט שוין א יאר פון עפעס א "ווילדע מציאה" הויז אין פאלסבורג, אבער וואונדערליך אז קיינער כאפט דאס נישט...

און באמת קען איך א היבשע צאל בעלבאטישע אינגעלייט וואס נאכן אדורכטאן די אפציעס ווילן זיי בשום אופן נישט קויפן אינדרויסן, איך גיי נישט אריין אין קיין סיבות, ווייל עס זענען פאראן מערערע פארשטענדליכע, און לאו דוקא פונעם פיינאנציעלן שטאנדפונקט. אין צוגאב נעמט א גלילות קאמפיין אראפ די פרעשור פון דעוועלאפער אין קר"י נישט צו הייבן פרייזן. ווארום "מוזט נישט קויפן ביי מיר, איך האב נעכטן געליינט אין צייטונג אז אינדרויסן כאפט דער עולם מציאות"... וענקלעיוו יוכיח.

אוודאי איז פאראן מאנכע פארוועם די גלילות האט מער ווערט, און פאר זיי איז געווען גאר א גוטע זאך זינט די אפציע איז געשאפן געווארן. עס האט אפשר אויך געהאלפן אביסל סטאביליזירן די עצם דירות מארקעט פאר א קורצע צייט, אבער עס קוקט דערווייל אויס ווי א מינאריטעט, און כלל נישט קיין "סעלושן".
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 23, 2018 10:48 am

ר' יונט'ל, שטארקע נקודות.

גלילות איז זייער א ברייטע טערמין, לא הרי וואודבורי ווילאס כהרי בלומינגראוו, ולא הרי היילענד לעיק עסטעיטס כהרי העלף האלאו, הצד השוה שבהן אז עס איז נישט קיין פאראייניגטע כח פון פארטיגע דירות השוים לכל נפש, נאר הויז ביי הויז גייט אריבער מיד ליד ביז א היימישע משפחה באזעצט זיך אין איר.

למאי נפק"מ, לכאורה אזא דעוועלאפמענט ווי דאס וואס ווערט געבויעט ביים פאסט אפיס, אדער עווענטועל די טשעסטער פראיעקט און אולי די בלומינגראוו לעיק-ענן פראפערטי, ווען דאס גייט ארויס אויפן מארקעט, קען דאס שטארק אפעקטירן די קרית יואל דירות מארקעט ואכמ"ל.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:06 am

ר יום טוב וואס איז געווארן צום סוף סאיז 2100 ספ אדער 2600 ספ ?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:41 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איך הער צוריק פון עטליכע אין די מארקעט צו קויפן אז מען גייט אביסל צו ווארטן און מען יאגט זיך נישט צו גיבן דיפאזיט. אפילו די וועלכע האבן שיין געלט און קענען זיך ערלויבן, האלטן אז צאלן +700 פאר א קאנדא איז ווייט נישט רעאליסטיש.

צו די וועלכע קאמפיינען דא אזוי שטארק פאר די גלילות: לעניות דעתי הויבט עס אן בעקפייערן. מענטשן זענען היינט גענוג קלוג אליינס צו מאכן א באשלוס, און דארפן נישט צוקומען צו קיין שום אויפקלערונגען. מיטן אראפשטעלן איינזייטיג אזוי אגרעסיוו און פערזענליך אז א דירה אין קר"י איז גארנישט ווערט קעגן א דירה אינדרויסן, האט איר גענוי די זעלבע פנים ווי די מאמענט ענקלעיוו ארטיקל, מיטן אויסנאם אז דארט איז אומאפיציעל דיסקלוזט געווארן אז ס'איז אן עד פארן דעוועלאפער... עס מאכט אייך אביסל אויסזען ווי די קלאסיפייד וואס לויפט שוין א יאר פון עפעס א "ווילדע מציאה" הויז אין פאלסבורג, אבער וואונדערליך אז קיינער כאפט דאס נישט...

און באמת קען איך א היבשע צאל בעלבאטישע אינגעלייט וואס נאכן אדורכטאן די אפציעס ווילן זיי בשום אופן נישט קויפן אינדרויסן, איך גיי נישט אריין אין קיין סיבות, ווייל עס זענען פאראן מערערע פארשטענדליכע, און לאו דוקא פונעם פיינאנציעלן שטאנדפונקט. אין צוגאב נעמט א גלילות קאמפיין אראפ די פרעשור פון דעוועלאפער אין קר"י נישט צו הייבן פרייזן. ווארום "מוזט נישט קויפן ביי מיר, איך האב נעכטן געליינט אין צייטונג אז אינדרויסן כאפט דער עולם מציאות"... וענקלעיוו יוכיח.

אוודאי איז פאראן מאנכע פארוועם די גלילות האט מער ווערט, און פאר זיי איז געווען גאר א גוטע זאך זינט די אפציע איז געשאפן געווארן. עס האט אפשר אויך געהאלפן אביסל סטאביליזירן די עצם דירות מארקעט פאר א קורצע צייט, אבער עס קוקט דערווייל אויס ווי א מינאריטעט, און כלל נישט קיין "סעלושן".

שטארקע נקודה, די אזויפיל מסביר זיין די מעלות פון גלילות ווייזט אז עפעס ליגט דארט באגראבן, איך האב משפחה וואס האט געקויפט דארט גאנץ אנהייב און ער איז זייער צופרידן, אבער זעט אויס אז נישט אין אלע גלילות איז מען צופרידן און זעט אויס אז איינער שטייט סטאק מיט אינוועסטמענטס, אנדערש האט נישט קיין פשט די כסדר'דיגע קאמפיין פאר גלילות בזמן ווען אין קרית יואל גופא איז סיי ווי נישטא צו קויפן קיין לייטישע דירה פאר א געהעריגע פרייז אין געגנט.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:45 am

אט אזוי האט געשריבן:ר יום טוב וואס איז געווארן צום סוף סאיז 2100 ספ אדער 2600 ספ ?

פון צוויי קונים וואס זענען געזיצן מיט די דעוועלאפער פאריגע וואך האב איך געהערט אז זיי האבן עטוואס צוריקגעטרעטן מיטן קלאר זאגן אז די סקווער פוס איז - אנדערש ווי אין ברך משה - נכלל די דרויסענדע ווענט און די פארטש. הגם עס איז נאך אלץ נישט קיין 2600, עס איז בערך 2450.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » זונטאג דעצמבער 23, 2018 11:56 am

מי יודע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך הער צוריק פון עטליכע אין די מארקעט צו קויפן אז מען גייט אביסל צו ווארטן און מען יאגט זיך נישט צו גיבן דיפאזיט. אפילו די וועלכע האבן שיין געלט און קענען זיך ערלויבן, האלטן אז צאלן +700 פאר א קאנדא איז ווייט נישט רעאליסטיש.

צו די וועלכע קאמפיינען דא אזוי שטארק פאר די גלילות: לעניות דעתי הויבט עס אן בעקפייערן. מענטשן זענען היינט גענוג קלוג אליינס צו מאכן א באשלוס, און דארפן נישט צוקומען צו קיין שום אויפקלערונגען. מיטן אראפשטעלן איינזייטיג אזוי אגרעסיוו און פערזענליך אז א דירה אין קר"י איז גארנישט ווערט קעגן א דירה אינדרויסן, האט איר גענוי די זעלבע פנים ווי די מאמענט ענקלעיוו ארטיקל, מיטן אויסנאם אז דארט איז אומאפיציעל דיסקלוזט געווארן אז ס'איז אן עד פארן דעוועלאפער... עס מאכט אייך אביסל אויסזען ווי די קלאסיפייד וואס לויפט שוין א יאר פון עפעס א "ווילדע מציאה" הויז אין פאלסבורג, אבער וואונדערליך אז קיינער כאפט דאס נישט...

און באמת קען איך א היבשע צאל בעלבאטישע אינגעלייט וואס נאכן אדורכטאן די אפציעס ווילן זיי בשום אופן נישט קויפן אינדרויסן, איך גיי נישט אריין אין קיין סיבות, ווייל עס זענען פאראן מערערע פארשטענדליכע, און לאו דוקא פונעם פיינאנציעלן שטאנדפונקט. אין צוגאב נעמט א גלילות קאמפיין אראפ די פרעשור פון דעוועלאפער אין קר"י נישט צו הייבן פרייזן. ווארום "מוזט נישט קויפן ביי מיר, איך האב נעכטן געליינט אין צייטונג אז אינדרויסן כאפט דער עולם מציאות"... וענקלעיוו יוכיח.

אוודאי איז פאראן מאנכע פארוועם די גלילות האט מער ווערט, און פאר זיי איז געווען גאר א גוטע זאך זינט די אפציע איז געשאפן געווארן. עס האט אפשר אויך געהאלפן אביסל סטאביליזירן די עצם דירות מארקעט פאר א קורצע צייט, אבער עס קוקט דערווייל אויס ווי א מינאריטעט, און כלל נישט קיין "סעלושן".

שטארקע נקודה, די אזויפיל מסביר זיין די מעלות פון גלילות ווייזט אז עפעס ליגט דארט באגראבן, איך האב משפחה וואס האט געקויפט דארט גאנץ אנהייב און ער איז זייער צופרידן, אבער זעט אויס אז נישט אין אלע גלילות איז מען צופרידן און זעט אויס אז איינער שטייט סטאק מיט אינוועסטמענטס, אנדערש האט נישט קיין פשט די כסדר'דיגע קאמפיין פאר גלילות בזמן ווען אין קרית יואל גופא איז סיי ווי נישטא צו קויפן קיין לייטישע דירה פאר א געהעריגע פרייז אין געגנט.


נארישקייטן, פונקט אזויווי א ברוקלינער איד פארשטייט נישט וויאזוי מ' קען וואוינען באקוועם אין אפסטעט. מ'ברויך זיי האקן אין בראקן אין קאפ אז די נאז העט זייניש אראפאלען ווען זיי מאפן אוועק, און די קאמפעין ארבעט צוביסלעך ברוך השם,
אקוראט אזוי ברויך מען טוהן מיט די קליין קעפפעלדיגע שטעטלדיגע אידן וואס קארטשען זיך איין אינעם קרית יואלער עירוב און וועלן נישט גיין קיין טריט ארויסציר פון די באשיצינג פונעם פארטוך פונעם מיני באס. ברויך מען קאמפיינען צו עפענען א פתח של מחט אין די מוחות אז דאס לעבן גייט אן הערליך שיין און מ'קען זיך באכישעם שיין מסדר זיין בהרחוות הדעת לעכטיגע פראפערטיס זויבערערע גאסן ברוח ובגשם
שבעה מי יודע!?

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:03 pm

ערעב זיבל
ס'וועג פון טראכטן צו יא ארויס מופן אין גלילות צו נישט
ווענד זיך גאר שטארק אין ווי מ'קויפט פלייש!
ופשוט הוא

אשאד אז זיידי בערל לבית לעבעדיגער ס'תגובה איז אנטרינען געווארן פון דא פאריגע וואך. ווי ער האט עס שיין אויסגעשמועסט
חבל!

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג דעצמבער 23, 2018 12:11 pm

@מיללער @יום טוב, קיינער קאמפיינט נישט פאר גלילות, די זאך פארט פון זיך אליין ווי א גלאפירטע באן, סהאט זיך גארנישט אפגעשטעלט, קיינער איז ניטאמאל אינטערעסירט אויפצוקלערן, מהאט דא פשוט אויסגעשמועסט אז סאיז א שאד די ערגבענישן אויף די בילדערס.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט