קרית יואל - דעוועלאפמענטס אין נייע אנעקסירטע שטחים

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

קאנסילמאן האט געשריבן:
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:enclave #301 - נישט געלונגען אזוי קלאר די ציפערן ווי איך האב עס ביי מיר.

https://www.ivelt.com/forum/download/fi ... &id=197373


דאס איז א אכט רומיגע דירה? וויפעל קאסט אזאנס ?

638k
+ 50k for the attic

מען באקומט די בוידעם אויפגעפיקסטערהייט פאר פופציג טויזענט?!

אויב יא, איז עס זייער א גיטע דיעל


דא האסטו א דירה פאר 700 טויזענט, וואס פרעגסטו ווי?
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאלציג »

קאנסילמאן האט געשריבן:
צום לעצט, איך האב דא רעאגירט נאך פיר בלאט ווי מען האט אטאקירט א יחיד א בילדער


אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?

הונטדערטער אדער גאר טויזענטער אידן וואס שפארן זיך אפ א דאלער נאך א דאלער יארן לאנג, און ווארטן שוין אויף זייער גליקליכע מינוט צו קענען האבן אן אייגענע דאך איבערן קאפ, קומען צו מיט די אייגענע אויגן ווי זייער יארן לאנגע חלום פליעט אוועק כחלום יעוף, זיי האבן נישט די געלעגענהייט וואס זייערע עלטערן האבן געהאט אין זייערע יארן, נעמליך א דירה, לויטן נארמאלן פרייז מיט א נארמאלע דאון פעימענט.
די דאזיגע אידן ווערן אטאקירט טעגליך! און נישט אויף אייוועלט, נאר 24/7 ווי זיי גייען און שטייען זענען זיי די אטאקירטע.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
טויזענטער עלטערן מאכן נאס די קישענעס ביינאכט, ווען וועט שוין מיין קינד צוקומען צו א לייטישע דירה וואס ער קען זיך עפארדען, זיי ווערן טעגליך אטאקירט.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
אידן וואס וואלטן ווען געדארפט ארבעטן לטובת הציבור, נישט קיין חילוק פון וועלעכע זיי טעגלאש וואסער, באדען זיך אין מיליאנען און טוען גארניטש צו העלפן די ארימע ברידער וואס לעכצעט נאך א דאך איבערן קאפ, זיי זענען די אטאקירער,

די קאפ איז שוין אזוי פארדרייט היינט אז ווען איינער זאגט אויס דעם אמת אז עס איז היינט נישט דא א נארמאלע דירה צו קויפן אין די הייליגע שטעלטל וואס די רבי ז''ל האט אויפגעשטעלט בדם לבבו, הייסט דאס אטאקירט, ניין, דאס הייסט נישט אטאקירט, דאס הייסט ארויסגעשריגן דעם אמת וואס עס טוט וויי.

אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?
א איד קומט אהיים נאך א טאג ארבעט און האט נישט זיין הרחבת הדעת ווי אראפ צו לייגן זיין אויסגעמיטשעטע זעקל ביינער, ער ווערט יעדן איינציגן טאג אטאקירט.

[i]אטאקירט, אטאקירט ? ווער אטאקירט? ווער אטאקירט וועמען, און ווער ווערט אטאקירט פון וועמען?[/i]
אידן וואלטן געדארט זיין ביזי טאג אין נאכט ווי נאך קען מען העלפן זיך ארויסצוען צי די גלילות, צו העלפן אינגעלייט מיט א דאך איבערן קאפ, אנשטאט דעם גייט מען פארשפרייטן כל מיני לגיונות אלעס נאך וואס עס לוינט זיך לויט די אג'ענדע, דאס הייסט אטאקירט.
אידן וואלטן געדארפט לויפן גיסן געלט פאר מקוואות און שולן אין די גלילות, כדי נאך אינגעלייט זאלן האבן א דאך איבער'ן קאפ, דאס נישט טוען הייסט אטאקירט.

דעוועלאפערס וואס בויען הייזער לויטן געשמאק פאר אידן פון די סיטי, און זיי צילן צו מארקעטן צו זיי, דאס הייסט אטאקירט די אידן פון קרית יואל,
אידן וואס האבן געשפיגן שווייס און בלוט אלע יארן 'צו העלפן' בויען כבוד בית סאטמאר, און דאס צאלט מען זיי צוריק, דאס הייסט אטאקירט.

דעריבער הויעכגעשעצטער קאנסילמאן בעפאר איר באשליסט צו רעדן צו די אטאקירער ביטע איבערטראכטן ווער אטאקירט וועמען.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K
אטעטשמענטס
compare.PNG
compare.PNG (25.8 KiB) געזען 2623 מאל
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שיינע ארבייט.

טעקס אין קר"י איז ביליגער, בערך 400 א חודש. קאונדא און גראז איז מיינעך אינדרויסן מער. (נישט אז ס'דא דארט א קאנדא, נאר די עקפענסעס פון א קאנדא דא ווי מעינטענענס, איז ביי א פרייוועט הויז העכער אן א קאנדא.
שוק הימין
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוק הימין »

אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K
אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K


א דאון פעימענט אין קרית יואל איז 50k
די טייערעסטע גרעסטע הייזער קומען אפשר אן צו דיין נומבער
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

ר' יום טוב האט געשריבן:שיינע ארבייט.

טעקס אין קר"י איז ביליגער, בערך 400 א חודש. קאונדא און גראז איז מיינעך אינדרויסן מער. (נישט אז ס'דא דארט א קאנדא, נאר די עקפענסעס פון א קאנדא דא ווי מעינטענענס, איז ביי א פרייוועט הויז העכער אן א קאנדא.


ער רעדט ספעציפיש פון די הויז אין וואדבערי זשאנקשען וואס דארט איז עס 120 א חודש אינקלודעט שניידען גראז און קערן שניי
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

שוק הימין האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K
אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K


א דאון פעימענט אין קרית יואל איז 50k
די טייערעסטע גרעסטע הייזער קומען אפשר אן צו דיין נומבער


עס איז נישדא אזא זאך ווי א דירה אין קרית יואל אינטער 100 אלפים דאון פעימענט היינטיגע צייטן

אפשר רעדסטו פון דיפאזיט
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

שוק הימין האט געשריבן:א דאון פעימענט אין קרית יואל איז 50k
די טייערעסטע גרעסטע הייזער קומען אפשר אן צו דיין נומבער


לאמיר אנהייבן מיט די נומערן ביי אונז אין אלט מאנרא.

שכונת ויואל משה:
א 3/4 בעדרום דירה (גוט פאר 4 קינדער) איז 50 אלפים 0 אינטרעסט הלואה פאר 3 יאר.
א 5/6 בעדרום דירה (נארמאל) איז 75 אלפים 0 אינטרעסט הלואה פאר 3 יארץ
כעת איז דאס די ביליגסטע אויפן מארקעט, עס האט זיך אנגעהויבן ביי 200 א ס"פ (תקנות...) און האלט שוין נענטער צו 230 א ס"פ.

די עיקערס/לעמבערג דעוועלאפמענט:
וויל איך נישט רעדן.

ר' יחזקאל בראך:
איז נישט אויף די מארקעט מיט קיין פלענס.

ענקלעיוו עיקערס בעיקערטאון:
150 אלפים דעפאזיט 0 אינטרעסט הלואה פאר מינומום עטליכע יאר.
די ערשטע פרייז יעצט אויפן מארקעט איז 249 א ס"פ, און יעדע באקוועמליכקייט האט א FEE.
(גראדע לדעתי איז דאס ווערט פאר פארמעגליכע אידן, צוליב די גוטע עקספיריענס וואס די קונים האבן געהאט מיט די בילדער).

די גלילות איז בדרך כלל א 100 אלפים אדער ווייניגער ווענדט זיך אין די קאנדישאן פון די הויז, דאס איז נישט קיין הלואה פאר א אומקלארע שטר, מיט אנלימיטעד צייט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

למעשה א אינגערמאן פון די ארבעטער קלאס וואס קויפט א דירה אויף די אייגענע האנט אן קיין הילף פון קיינעם, איז זיכער גרינגער צי קויפן א הויז לאמיר זאגן פאר 400k, וואס אפילו ער דארף אריינלייגן א, לאמיר רעדן ברייט, א פיפציגער, נעמט ער אין באטראכט ווי א גרויסע מארטגעטש ער קען באקימען לויט זיין אינקאם, וואס אויף דעים מאכט די סעיל פרייז אסאך אויס.

אגב, לעצטענס האב איך אסאך זיך ארום געקיקט, גראדע נישט אין ק''י נאר אין מאנסי, רובא דרובא וואס קויפן טייערע קאנדאוס האבן הילף פון עלטערן, אדער... אנגעבארגט מכף רגל ועד ראש. עשירים בויען פריוואטע הייזער, אבער די מידעל קלעס קען זיך דעיס נישט עפארדען, נישט קיין חילוק צי קאנסילמאן טרעפט יא אדער נישט, איך האב געקיקט פאר מיין קרוב פאריאר זימער אין גלילות פון ק''י 4 הייזער אינטער 400k, און גראדע דארף מען דארט נישט אריינלייגן קיןן סאך געלט.

פארוואס זאג איך עס, ווייל איך בין אויך ארויס אפאר גאסן פון מאנסי אפאר יאר צירוק, ווייל דעיס האב איך דעמאלטס געקענט עפארדען, און ווען יעדער טוט דעיס וואלט קיינער זיך נישט גערעגט אויף דעוועלעפארס, און ער וועט נישט נאס מאכן קיינעמס קישן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K

לייק דיין טשארט, דארפסט אבער צילייגן טעקסיס פאר די פרויען, אידערויסן קאסט עס עטוואס מער.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער פון 500K

לייק דיין טשארט, דארפסט אבער צילייגן טעקסיס פאר די פרויען, אידערויסן קאסט עס עטוואס מער.

ווי אויכט ביי אלט מאנרא דארף מען צילייגען די באגעבא(בי).
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שמאלציג האט געשריבן:אידן וואס וואלטן ווען געדארפט ארבעטן לטובת הציבור, נישט קיין חילוק פון וועלעכע זיי טעגלאש וואסער, באדען זיך אין מיליאנען און טוען גארניטש צו העלפן די ארימע ברידער וואס לעכצעט נאך א דאך איבערן קאפ, זיי זענען די אטאקירער,
[/b]

וואס הייסט אידן וואס וואלטן ווען געדארפט ארבייטן לטובת הציבור, עס איז דא א משפחת עסקנעמאוויטש וואס די מיטגלידער פין יענע משפחה זענען מחיוב צו טון לטובת הציבור
די שרייסט פארפירסט אז די מצב באדערט דיך שאף אפאר טאללער קויף א לאט בוי אין פארקויף פאר א מינימים פראפיט, איינער איז דיר עפעס שולדיג,
איך גיי נישט אריין צו מען מעג מייקר זיין די שער און צו עס הייסט מייקר השער איך באצי מיר צו די טענה ער וואלט געדארט טוען לטובת הציבור וואס עפעס די דארפסט טוען קיינער איז דיר גארנישט שילדיג
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

אלט מאנרא האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:לייק דיין טשארט, דארפסט אבער צילייגן טעקסיס פאר די פרויען, אידערויסן קאסט עס עטוואס מער.

ווי אויכט ביי אלט מאנרא דארף מען צילייגען די באגעבא(בי).

יא יא ''אלט מאנרא'' :grin:
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

שכל'דיג האט געשריבן:ווי מען האט פריער געשמיסט, בעטן קען מען ווי לאנג מען צאלט
אז מען קויפט נישט קען מען נישט בעטן...
אמאל ווען די איינציגסטע פלאץ צו קויפן איז געווען אין ק"י האט מען געקענט האבן טענות אויפן בילדער פארן ארויפשרויפן די פרייזן בסך הכל ווייל מיר דארפן צוקומען צו אים,טיט ער וואס ער וויל.

this is not an open market all developers are all tied together to manipulate the prices with the... the buyers are also entitled to get together and talk about the wrong doing and it will be very fairly if there is a movement and the buyers are getting together not to buy under a certain price
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער
compare.PNG
compare.PNG (25.8 KiB) געזען 2426 מאל
פון 500K


פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים,

1) קאנדאו אין וו"דש קאווערט נאר די מעין ראוד מענטענעיס און שניי שארען, אלעס איבריג צאלט די בעה"ב עקסטער, כולל הויז אינשורנוס (אין קר"י איז עס יא אויפן קאנדאו), גראז, און דרייוועי שני שארען, דאס אלעס איז נאך עטליכע מאות א חודש.

2) די סייז דירה אין קר"י (23 הונדערט סקווער פוס) קאסט בערך פינף מאות, נישט 650 ווי די שארט זאגט.

3)די ספעסיפיק הויז פונעם טשארט קאסט 515 קעי, נישט 500 קעי ווי די שארט זאגט.

4) צו מאכען פאר די הויז א ביליגע סטאדערט אידישע קאך איז ווייניגסטענס נאך צען אלפים.

באדעם ליין, די הויז גייט קאסטען פארן בעה"ב גוט איבער פיר טויזענט דאלער א חודש....! און דאס אלעס אין אן מענטעניס.

לסיכום, איינער האט א לינק צו א גלילות הויז פון 25 הונדערט סקווער פיס, נישט עלטער פון צוואנציג יאר, פאר די פרייז פון בערך 400 קעי?! 420 פרייז איז אויך גוט.

גלילות האט זייער אסאך מעלות, גאר אסאך מעלות, אבער עס איז נישט ביליגער ווי קר"י
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

פאר די וואס גלייכן עכטע פאקטן:און פאר וועם די אמת איז אינטרעסאנט
א משל: א פרייוועט הויז אין בלומינגראוו 2100 סקווער פוס, פלאס א גאראדזש, סטארעדזש א האלבן עיקער, פינעף בעדרומס, פרייז $450,000 טעקסעס $9,800
איך בעט ענק: איך הער די זעלבע ווערטער איבער און איבער פון די זעלבע חברה די זעלביגע וואס זאגן עס אין ביהמ"ד די זעלבע ווערטער הער איך דא (אנדערע ניקס אבער די זעלבע חברה, איך זעה דאס פון די ניגונים וואס טוישן זיך מיט'ן זמן ווי למשל: אז די בראוקערס נער'ן אריין דער עולם וואס ווייסן נישט וואס עס ווארט זיי אפ, משא"כ אין ווילידזדש, אדער ווי שלעכט עס איז צו וואונען אינדרויסען מ-ע-י-נ-ט-ע-נ-ע-נ-ס) ווי גלייך דאס איז מממש עק וועלט) מען צאלט בערך $40 צו שניידן די גראז פאר א עיקער אדער א האלב און מען שנייד צווי מאל א חודש.

ברענג די טייערסטע הויז און וואודבערי ווילאס און די ביליגסטע הויז קאנדא אין שטעטל מען אפשר עפעס מאכן, לאמיר ענדערש קוקן #פאקטן:
זעה די נומערן אטאטשירט:
אטעטשמענטס
compare.gif
compare.gif (85.22 KiB) געזען 2080 מאל
לעצט פארראכטן דורך הארץ אום דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

קאנסילמאן האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:אויב איז נאך דא איינער וואס וויל באמת קאמפעירן נאמבערס און אלעס ארום דא האט איר א קאמפעריסן טשארט, אדרבא מאכט אייער ריסורטש.
די הויז אינדרויסן פון קר''י רעדט מען פון וואס איך האב אויבן געברענגט, קענסט עס מן הסתם האבן פאר ביליגער
compare.PNG
פון 500K


פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים,

1) קאנדאו אין וו"דש קאווערט נאר די מעין ראוד מענטענעיס און שניי שארען, אלעס איבריג צאלט די בעה"ב עקסטער, כולל הויז אינשורנוס (אין קר"י איז עס יא אויפן קאנדאו), גראז, און דרייוועי שני שארען, דאס אלעס איז נאך עטליכע מאות א חודש.

2) די סייז דירה אין קר"י (23 הונדערט סקווער פוס) קאסט בערך פינף מאות, נישט 650 ווי די שארט זאגט.

3)די ספעסיפיק הויז פונעם טשארט קאסט 515 קעי, נישט 500 קעי ווי די שארט זאגט.

4) צו מאכען פאר די הויז א ביליגע סטאדערט אידישע קאך איז ווייניגסטענס נאך צען אלפים.

באדעם ליין, די הויז גייט קאסטען פארן בעה"ב גוט איבער פיר טויזענט דאלער א חודש....! און דאס אלעס אין אן מענטעניס.

לסיכום, איינער האט א לינק צו א גלילות הויז פון 25 הונדערט סקווער פיס, נישט עלטער פון צוואנציג יאר, פאר די פרייז פון בערך 400 קעי?! 420 פרייז איז אויך גוט.

גלילות האט זייער אסאך מעלות, גאר אסאך מעלות, אבער עס איז נישט ביליגער ווי קר"י


פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים,

1) קאנדאו אין וו"דש קאווערט נאר די מעין ראוד מענטענעיס און שניי שארען, אלעס איבריג צאלט די בעה"ב עקסטער, כולל הויז אינשורנוס (אין קר"י איז עס יא אויפן קאנדאו), גראז, און דרייוועי שני שארען, דאס אלעס איז נאך עטליכע מאות א חודש.

Hoa אין וואדבערי זשאנקשען
קאסט $107 א חודש אינקלודעט שניי שארן די דרייוועיס און שניידען די גראז ,ווי שוין געווארן דערמאנט עטליכע מאל , און די בעה"ב דארף "גארנישט" צאלן עקסטער, אינשורענס באצאלט יעדע קאנדא אייגענטומער אויך , און עס איז נישט אפאר הונדערט דאלאר מער ווי געשריבן



2) די סייז דירה אין קר"י (23 הונדערט סקווער פוס) קאסט בערך פינף מאות, נישט 650 ווי די שארט זאגט.

א דירה וואס איז נאכנישט פערטיג נישט די און נישט ער קען וויסן די פונקליכע פרייז פאר טעקס באמת, אבער טעקס גייט אויך אויף די פרייז ווי מען צאלט און פאר א 700 טויזענט דאלארדיגע דירה איז קרוב אל השכל צו באצאלן די פרייז טעקס


3)די ספעסיפיק הויז פונעם טשארט קאסט 515 קעי, נישט 500 קעי ווי די שארט זאגט.

א הויז אין די גלילות איז נעגאושעבעל , 15 אלפים אראפ קענסטו עס זיכער באקומען , איך בין זיכער אז די ווילסט עס באמת קויפן , קענסטו עס קויפן פאר אינטער 500 טויזענט, טאקע גוט צו וויסן טאמער די זיכסט צו קויפן א הויז אין די גלילות אז יעדע הויז איז לכתחילה געפרייזט אינקלודעט אראפצוהאנדלען

4) צו מאכען פאר די הויז א ביליגע סטאדערט אידישע קאך איז ווייניגסטענס נאך צען אלפים.

די קאך דארף נאר א סינק וואס קאסט אפאר הונדערט דאלאר צום מערסטענס, רוב אידן אין די גלילות האבן נישט געלייגט קיין נייע קאך נאר גע'כשר'ט על פי הוראת זייערע דיינים, אין די קאך האט א טייערע קאך מיט טייערער קעבניטס און גראניט קאונטערס ,נישט ביליגע פארמייקא

באדעם ליין, די הויז גייט קאסטען פארן בעה"ב גוט איבער פיר טויזענט דאלער א חודש....! און דאס אלעס אין אן מענטעניס.

באדעם ליין שטייט אין די טשארט אז פאר 50 אלפים ווייניגער דאון פעימענט קעש ארויס פון טאש און ביליגער פער חודש ,וואינסטו אין דירה מלוכה א שפאן אוועק פון קרית יואל מיט א סאטמארע דיין מיט א מקוה מיט די השגחה פון קרית יואל קהל און די זעלבע מוסדות און עס איז ביליגער

לסיכום, איינער האט א לינק צו א גלילות הויז פון 25 הונדערט סקווער פיס, נישט עלטער פון צוואנציג יאר, פאר די פרייז פון בערך 400 קעי?! 420 פרייז איז אויך גוט.

לסיכום איז די דירה וואס אונז רעדט מיר נישט קיין 2500 סקווער פיס באמת , אין די 2500 סקווער פיס איז אינקלודעט קאממאן ספעיס,ווענט, פארטש , האללועי , סטארעזש

אין די הויז פון וואס אונז רעדט מיר איז 2500 סקווער פיס ליווינג ספעיס פלאס אפאר הונדערט סקווער פיס פארטש פלאס אפאר הונדערט סקווער פיס 2 קאר גאראזש פלאסאפאר הונדערט סקווער פיס נישט אויפגעפיקסטע בעיסמענט פלאס סטארעזש

סא אונז רעדט מיר פון א הויז 3500 סקווער פיס וואס קאסט 50 אלפים ווייניגער דאון פעימענט פון טאש ביים קויפן אין ביליגער יעדע חודש פאר א פריוואטע דירה מלוכה

ווס. א דירה מיט נאך 9 משפחות 2500 סקווער פיס פאר 50 אלפים מער דאון פעימענט פון טאש מיט מער פער חודש

מען דארף פשוט קענען רעכענען

פאר וועם די אמת איז רעלעווענט בעיני השמש האט איר די פרטים
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים,

1) קאנדאו אין וו"דש קאווערט נאר די מעין ראוד מענטענעיס און שניי שארען, אלעס איבריג צאלט די בעה"ב עקסטער, כולל הויז אינשורנוס (אין קר"י איז עס יא אויפן קאנדאו), גראז, און דרייוועי שני שארען, דאס אלעס איז נאך עטליכע מאות א חודש.
עטליכע מאות א חודש: עס קאסט 900 א יאר אינשורענס און 40 מערסטנס א חודש אנדערע זאכן פרעג דיר בעסער נאך
[/color]
2) די סייז דירה אין קר"י (23 הונדערט סקווער פוס) קאסט בערך פינף מאות, נישט 650 ווי די שארט זאגט.

3)די ספעסיפיק הויז פונעם טשארט קאסט 515 קעי, נישט 500 קעי ווי די שארט זאגט.
זע בילד וויפיל עס קאסט אין קרית יואל, איר קענט עס יעצט האבן.
4) צו מאכען פאר די הויז א ביליגע סטאדערט אידישע קאך איז ווייניגסטענס נאך צען אלפים.

באדעם ליין, די הויז גייט קאסטען פארן בעה"ב גוט איבער פיר טויזענט דאלער א חודש....! און דאס אלעס אין אן מענטעניס.

פיר טויזנט פארוואס נישט 6?

לסיכום, איינער האט א לינק צו א גלילות הויז פון 25 הונדערט סקווער פיס, נישט עלטער פון צוואנציג יאר, פאר די פרייז פון בערך 400 קעי?! 420 פרייז איז אויך גוט.

איך האב ארויפגעלייגט א הויז טאטאל רענאווירט נייע עלעקטריק פלאמבינג פרעימינג קאך פענסטסערס טרין פארטש און וואס נישט קוקו מיט דיין אויגן
גלילות האט זייער אסאך מעלות, גאר אסאך מעלות, אבער עס איז נישט ביליגער ווי קר"י
אטעטשמענטס
kj1.PNG
kj1.PNG (485.01 KiB) געזען 2034 מאל
kj.PNG
kj.PNG (452.81 KiB) געזען 2034 מאל
kj2.PNG
kj2.PNG (594.93 KiB) געזען 2034 מאל
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים:
דאס איז א ליסטע פון דירות וואס זענען פארקויפט געווארן אין קרית יואל די לעצטע פאר חדשים #פאקטן
אטעטשמענטס
list-of-sold.jpg
list-of-sold.jpg (129.76 KiB) געזען 2022 מאל
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס
אטעטשמענטס
tanager.jpg
tanager.jpg (58.83 KiB) געזען 2007 מאל
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

.
לעצט פארראכטן דורך הארץ אום דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

פארוועם די אמת איז אינטערסאנט וויל איך צולייגען די עטליכע פרטים:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

לסיכום, איינער האט א לינק צו אינגערלייט וואס מופן צוריק אין שטעטל אין די מאסן ווייל גלילות איז אומאויסהאלטבאר (קרעדיט מאמענט - קרית ויואל משה ארטיקל)
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

הארץ האט געשריבן:ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס

קאנדאו פי איז דארט $450 א חודש
הארץ
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ »

חלה האט געשריבן:
הארץ האט געשריבן:ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס

קאנדאו פי איז דארט $450 א חודש

מען רעדט דאך יעצט פאר וועם די אמת איז אינטרעסאנט!
פון דעם רעד איך דאך, איר זעט דאך אז איך ווייז פאקטן מיט פרוף, פארוואס קומען ווידער מיט ליגנט,
די גרעסערע קאנדא''ס זענען $337 די קלענערע זענען ווייניגער, איך קען נישט אויף די מינוט זען,
אטעטשמענטס
HOA.PNG
HOA.PNG (9.46 KiB) געזען 1969 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הארץ האט געשריבן:ווי אויך האלט מען אין איין הערן פון די קאמפאני די זעלבע נאנסענס קאמפעריסענס צו קאמפעירן קאנדאס צו הייזער אין בלומינגראוו ניתי אנן וניחזי וויפיל קאסט טעקסעס פאר א קאנדא אין בלומינג גראוו דאס האט קיינער נאכנישט געברענגט - קאם אן #נאן סענס


שעמסטו טאקע נישט אין איין תגובה צו ברענגן די טייערסטע הויז אין קרית יואל אויף סאטמאר דרייוו, און א צווייטע א וואן בעדרום וואן בעטה דירה אינדרויסן?

זאג מיר נישט אז אינדרויסן א הויז, אינסייד א דירה, ווייל די שמועס יעצט איז, "ביליגער ווערסוס טייערער".
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”