בלאט 2 פון 10

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 4:16 pm
דורך דעת יחידאה
משה יענקל האט געשריבן:די בימה איז אן אינטערעסאנטע צוזאמשטעל פון פארמייקע.
וויאויך איז עס פארמאכט פון אלע זייטן אנדערש ווי געווענליך ווען עס אז דא א געיט

עס איז דארף אויסצוזעהו אזוי ווי דער בית המדרש פונעם אמרי חיים זי"ע אין בני ברק

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 8:51 pm
דורך שתקן
דעת יחידאה האט געשריבן:פרישע בילדער פונעם גרויסען ביה"מ (60x60) אין שטעטעל. אין די לעצטע 3 וואכן איז די בית המדרש געווען איבערגעפולט יעדן שבת, מיט צענדליגער געסט פון איבער ניו יארק וואס קומען צופארן אויף שבת צום רבי'ן שליט"א (די בחורים פון די ישיבה זענען נישט ערלויבט צו קומען אין שטעטל אויף שבת, כרצונו פונעם רבי'ן ז"ל:
Screenshot (135).png

Screenshot (134).png

כרצונו פון רבי׳ן שליט״א פון קייאמישא כצ״ל

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 9:30 pm
דורך lebediger berel
שמעתי אז מ'קען הערן א שיינע באריכט אויף ק"מ איבער גיבערס ביטע געבן אינפא

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 9:45 pm
דורך דעת יחידאה
שתקן האט געשריבן:
דעת יחידאה האט געשריבן:פרישע בילדער פונעם גרויסען ביה"מ (60x60) אין שטעטעל. אין די לעצטע 3 וואכן איז די בית המדרש געווען איבערגעפולט יעדן שבת, מיט צענדליגער געסט פון איבער ניו יארק וואס קומען צופארן אויף שבת צום רבי'ן שליט"א (די בחורים פון די ישיבה זענען נישט ערלויבט צו קומען אין שטעטל אויף שבת, כרצונו פונעם רבי'ן ז"ל:
Screenshot (135).png

Screenshot (134).png

כרצונו פון רבי׳ן שליט״א פון קייאמישא כצ״ל

זיין רצון איז איינצוהאלטען די תקנות פון רבי'ן זי"ע בנוגע האלטן די בחורים אפגעטיילט פון שיכון.

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 1:39 pm
דורך פארבינדן
lebediger berel האט געשריבן:שמעתי אז מ'קען הערן א שיינע באריכט אויף ק"מ איבער גיבערס ביטע געבן אינפא

8 דערנאך 0 פון די מעין מעניו

געשריבן: מאנטאג אפריל 30, 2018 7:23 pm
דורך lebediger berel
פארבינדן האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:שמעתי אז מ'קען הערן א שיינע באריכט אויף ק"מ איבער גיבערס ביטע געבן אינפא

8 דערנאך 0 פון די מעין מעניו

כ'האב עס אויסגעהערט, הערליכע פוינטס, מעגליך אנאליז וועט נאכפאלגן

עטרת שלמה חתונה זאל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 5:18 pm
דורך רעסטאראנט
קומט אריין גאר שטארקע נייעס בזמן שמחתינו

דאס איז מוראדיג ברעכענדיגע נייעס בעולם נייע ישובים

א חתונה זאל אין די מאונטעס פאר 6 טויזענט דאלאר א חתונה אינקלודעט ביידע מחותנים

3 טויזענט דאלאר א צד

אין די ראלי האטעל

די ערשטע חתונה קומט פאר און געציילטע וואכן

און די צווייטע און חודש אדר

ופרצת ימה וקדמה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 2:48 am
דורך דריידל
כ'בין דארט געווען פאריגע וואך און געזעהן אז ס'בויעט זיך א נייע הויז אין שטעטל, אויף גאלד טערעס. כ'האב געהערט אז מ'ארבעט פיבערהאפטיג צו באקומען פערמיטס פאר נאך הייזער.

די טעראסע פארנט פון בית מדרש האט מען אויך שיין איבערגעבויעט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2019 7:06 am
דורך עולם השקר
איך זע קיינער האט נאכנישט דערמאנט דא דערוועגן,
הער איך אז מען האלט אט אט ביים באקומען ענדגילטיגע עפפראוועלס ב"ה פאר פרישע 92 דירות מטעם הקהילה ,

און אויסער דעם האלט א צווייטע פריוואטע דעוועלעפער מיטן באקומען עפפראוועלס אי"ה אין די נעקסטע פאר חדשים פאר פרישע 260 פריוואטע טאון הייזער ממש נעקסט פון שטעטל

דאס איז גאר רירענדע נייעס פאר די גאנצע עתיד פון די מאונטענס אנטוויקלונג פאר גאנץ יעריגע איינוואינער לאו דוקא פאר חסידי וויזשניץ

כן ירבו וכן יפרוץ

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2019 8:52 am
דורך בר דעת
Wow!

גאר שטארקע נייעס, עפעס מער דיטעילס?

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:20 am
דורך אסדר לסעודתא
די דירות נעבן שטעטל באלאנגט אויך פאר וויזניץ? למשל זייערע תקנות וועלן חל זיין דארט אויך? אויב נישט איז עס א שיינע שריט פון זיי צו לאזן פרעמדע בויען און וואוינען הארט נעבן זיי. ממנו ילמדו.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2019 10:04 am
דורך lebediger berel
עולם השקר האט געשריבן:איך זע קיינער האט נאכנישט דערמאנט דא דערוועגן,
הער איך אז מען האלט אט אט ביים באקומען ענדגילטיגע עפפראוועלס ב"ה פאר פרישע 92 דירות מטעם הקהילה ,

און אויסער דעם האלט א צווייטע פריוואטע דעוועלעפער מיטן באקומען עפפראוועלס אי"ה אין די נעקסטע פאר חדשים פאר פרישע 260 פריוואטע טאון הייזער ממש נעקסט פון שטעטל

דאס איז גאר רירענדע נייעס פאר די גאנצע עתיד פון די מאונטענס אנטוויקלונג פאר גאנץ יעריגע איינוואינער לאו דוקא פאר חסידי וויזשניץ

כן ירבו וכן יפרוץ

עס איז צייט איינמאל פאר אלעמאל אין אלע אשכולות אין דעם אפטיילונג אפצושטעלן דעם "אט אט ביים באקומען" גערעדעכץ, סאיז אדער יא אדער נישט, בכלל איז רוב מאל לטובת הענין בעסער נישט צו רעדן פאר סאיז פיינעל פיינעל פיינעל, מקען קיינמאל נישט וויסן ווער סוועט רעדן דערפון ווי מ'עדארף נישט און מ'וויל נישט מ'זאל ארום רעדן דערפון דארט. אזוי איז דערפשטוטער מציאות
הכו"ח זיידי

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2019 9:56 pm
דורך פארשער
עולם השקר האט געשריבן:
און אויסער דעם האלט א צווייטע פריוואטע דעוועלעפער מיטן באקומען עפפראוועלס אי"ה אין די נעקסטע פאר חדשים פאר פרישע 260 פריוואטע טאון הייזער ממש נעקסט פון שטעטל

דאס איז גאר רירענדע נייעס פאר די גאנצע עתיד פון די מאונטענס אנטוויקלונג פאר גאנץ יעריגע איינוואינער לאו דוקא פאר חסידי וויזשניץ

כן ירבו וכן יפרוץ

איז דאס די פארק עוועניו דעוועלאפמענט אין מאנטיסעלא אדער א באזונדערע זאך?

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 3:02 pm
דורך יהוסף קרויס
גרויס פרייד הערשט ביי כלל חסידי וויזניץ איבער די היסטארישע דורכברוך וואס איז נעכטן צושטאנד געקומען מיט גרויס סייעתא דשמיא, ווען נאך לענגערע מוטשענישן און עגמת נפש איז ענדליך באשטעטיגט געווארן די אפראוועל פון צובויען שלב ב' אין קרית וויזניץ קייאמישע. די לעצטע יארן הערשט א שטארקע דירות קריזיס אין קרית וויזניץ קייאמישע, נאך וואס די ארטיגע טאון באאמטע האבן נישט געוואלט ארויסגעבן קיין פרישע בוי פערמיטן אינעם שטעטל, די לעצטע צוויי דריי יאר האבן די עסקנים העפטיג געארבעט צו באקומען די אפראוועל'ס פאר א פרישע דעוועלאפמענט אין שטעטל, און נעכטן נאכמיטאג איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ענדליך באשטעטיגט געווארן די פערמיטן, און די פונקטליכע פלענער איבער די הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט מען שוין אנהייבן די אינפאסטראקטער פאר א פרישע דעוועלאפמענט, וואס וועט ענהאלטן קרוב צו הונדערט פרישע דירות פאר חסידי וויזניץ.

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:40 pm
דורך חמרא טבא
עעעעענדליך!!

ממש צו שטוינען וואס עס ווערט פון די קעטסקילס די לעצטע צוויי דריי יאר

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:59 pm
דורך נא_שכל
חמרא טבא האט געשריבן:עעעעענדליך!!

ממש צו שטוינען וואס עס ווערט פון די קעטסקילס די לעצטע צוויי דריי יאר

מ'גייט אריינקומען פון די קעטסקילס פאר עטליכע קאלטע וואכן, פאר וואקאציע, און שוין...

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2021 2:39 pm
דורך פארנדיג
יהוסף קרויס האט געשריבן:גרויס פרייד הערשט ביי כלל חסידי וויזניץ איבער די היסטארישע דורכברוך וואס איז נעכטן צושטאנד געקומען מיט גרויס סייעתא דשמיא, ווען נאך לענגערע מוטשענישן און עגמת נפש איז ענדליך באשטעטיגט געווארן די אפראוועל פון צובויען שלב ב' אין קרית וויזניץ קייאמישע. די לעצטע יארן הערשט א שטארקע דירות קריזיס אין קרית וויזניץ קייאמישע, נאך וואס די ארטיגע טאון באאמטע האבן נישט געוואלט ארויסגעבן קיין פרישע בוי פערמיטן אינעם שטעטל, די לעצטע צוויי דריי יאר האבן די עסקנים העפטיג געארבעט צו באקומען די אפראוועל'ס פאר א פרישע דעוועלאפמענט אין שטעטל, און נעכטן נאכמיטאג איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ענדליך באשטעטיגט געווארן די פערמיטן, און די פונקטליכע פלענער איבער די הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט מען שוין אנהייבן די אינפאסטראקטער פאר א פרישע דעוועלאפמענט, וואס וועט ענהאלטן קרוב צו הונדערט פרישע דירות פאר חסידי וויזניץ.

א פרייליכע אפדעיט פון קרית וויזניץ-קייאמישא, דער טאון אינדזשעניר, הויפט שטערער פון ס'ווייטערדיגע בויען, איז געפלויגן ווי טשאלנט שריים דינסטאג. חסדי ד'!

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2021 2:57 pm
דורך פאטעטא קוגל
פארנדיג האט געשריבן:

וואס הייסט געפלויגן?
פארוואס?

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג מארטש 01, 2021 2:58 pm
דורך שירו לו
פאטעטא קוגל האט געשריבן:

כ'הער אז ס'איז דארט הויעך יו"ט, אויפן בילדינג פון די טאון הענגט א "סטאפ ארדער", העפטיגע קלאגעס קעגן די טאון.

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: דינסטאג מארטש 02, 2021 7:35 pm
דורך Tomorrow
שירו לו האט געשריבן:

טרייב נישט איבער, ער איז נישט געפלויגן צוליב וואס מ'האט אים געלאזט לופטערן, ער איז פשוט געווען אינוואלווד אין אן אינוועסטיגעישאן איו אן אנדערן טאון וואו ער האט געפליעד גילטי אויף א מיסדעמינאר, במילא האט ער אויף רעזיינט פון די טאון. עס וועט לכאורה זייו א טובה פארן שטעטל אבער ס'איז נישט מוכרח ווייל עס וועט זיך ווענדן ווער עס נעמט אים איבער. ס'איז דא ערגערע ווי אים.....

ס'איז נישט דא קיין שום קלאגע אקעגן די טאון.

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מיטוואך מארטש 03, 2021 12:38 pm
דורך maybeeynot
פארנדיג האט געשריבן:א פרייליכע אפדעיט פון קרית וויזניץ-קייאמישא, דער טאון אינדזשעניר, הויפט שטערער פון ס'ווייטערדיגע בויען, איז געפלויגן ווי טשאלנט שריים דינסטאג. חסדי ד'!

גאנץ שפעט איך ווייס פון פלעצער ווי די טשאלנט שיירים" פליט שוין זונטאג.....

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 2:58 pm
דורך עס איז מיר גיט
יהוסף קרויס האט געשריבן:גרויס פרייד הערשט ביי כלל חסידי וויזניץ איבער די היסטארישע דורכברוך וואס איז נעכטן צושטאנד געקומען מיט גרויס סייעתא דשמיא, ווען נאך לענגערע מוטשענישן און עגמת נפש איז ענדליך באשטעטיגט געווארן די אפראוועל פון צובויען שלב ב' אין קרית וויזניץ קייאמישע. די לעצטע יארן הערשט א שטארקע דירות קריזיס אין קרית וויזניץ קייאמישע, נאך וואס די ארטיגע טאון באאמטע האבן נישט געוואלט ארויסגעבן קיין פרישע בוי פערמיטן אינעם שטעטל, די לעצטע צוויי דריי יאר האבן די עסקנים העפטיג געארבעט צו באקומען די אפראוועל'ס פאר א פרישע דעוועלאפמענט אין שטעטל, און נעכטן נאכמיטאג איז מיט גרויס סייעתא דשמיא ענדליך באשטעטיגט געווארן די פערמיטן, און די פונקטליכע פלענער איבער די הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די קומענדיגע טעג וועט מען שוין אנהייבן די אינפאסטראקטער פאר א פרישע דעוועלאפמענט, וואס וועט ענהאלטן קרוב צו הונדערט פרישע דירות פאר חסידי וויזניץ.

וואס איז געווארען מיט דעם, ווען הייבט מען אן די אינפאסטראקטער?

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 4:10 pm
דורך אחת ואחת
אז מען רעדט שוין, קומען נאך פאר חתונות אין ראלי האטעל, די שאלה איז צו איך הער שוין נישט ווייל עס איז שוין געווארן א רוטין, אדער שוין נישטא אזוי אפט?

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 4:32 pm
דורך שירו לו
און אז מ'רעדט שוין
מוסדות וויזניץ קייאמישע האט היינט געשלאסן מקח מיט מוסדות וויזניץ מאנסי, אפקויפענדיג די גאנצע בניני הישיבה והמסתעף, אלע שטחים ארום וכו'
נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה בבית האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, מיט די באטטילייגונג פון 30 - 40 גבירים, אויפן ארט איז צאמגעשטעלט געווארן איבער צוויי רעדלעך, און אצינד איז די מקח געשלאסן געווארן

Re: קרית וויזניץ - קייאמישע לעיק, ניו יארק (גיבערס)

געשריבן: מאנטאג יוני 21, 2021 5:04 pm
דורך אור
שירו לו האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין
מוסדות וויזניץ קייאמישע האט היינט געשלאסן מקח מיט מוסדות וויזניץ מאנסי, אפקויפענדיג די גאנצע בניני הישיבה והמסתעף, אלע שטחים ארום וכו'
נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה בבית האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע, מיט די באטטילייגונג פון 30 - 40 גבירים, אויפן ארט איז צאמגעשטעלט געווארן איבער צוויי רעדלעך, און אצינד איז די מקח געשלאסן געווארן

וויפיל געלט איז די מקח ?