דעת הקהל #6 וועלעכע פון די נייע 6 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ועלעכע פון די נייע 6 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

בלומינגבורג
43
23%
סטעטען איילענד
5
3%
זשערזי סיטי
38
20%
לעיקוואד
19
10%
לינדען
13
7%
טשעסטער
8
4%
אלע 6
49
26%
קיין איינס נישט
11
6%
 
סך הכל שטימען: 186

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

דעת הקהל #6 וועלעכע פון די נייע 6 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פאר פונקט 2 יאר צוריק האב איך ארויפגעלייגט דעם ערשטען מאל די אייוועלט אנקעטע די פראגע וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן????
viewtopic.php?f=98&t=29179

אבער גאר אסך האט זיך שוין געריקט זייט דעמאלס, בלומינגבורג האלט שוין ביי 110-120 משפחות. רוב פון די 200 משפחות פון וואס גערעדט דעמאלס אלס די טרעשהאלד וואס מיינט אויסארבעטן, זשערסי סיטי האלט ביי 65-70 משפחות. און לעיקוואד האט מען שוין אריינגעמופט. סטעטען איילענד הער איך האלט שוין ערגעץ 200-300, און אין לינדען וואוינט מען שוין, אויך איז צוגעקומען א זעקסטע שטעטל וואס איז אונטער דעוועלאפמענט: טשעסטער.

איך פערזענליך גיי ניסלעך פאר לינדען. אזוי שיינע הערליכע געגענט, ריזיגע הייזער, נישט ווייט, נארמאלע שכנים. אבער צום וויכטיגסטען איז עס שוין דער צווייטער שטעטעל וואס עפענט זיך אן קיין דעוועלאפער, סתם פון א מנין צוויי אידן. איך שאץ פאר אז ביז 5 יאר וועט זיין לכל הפחות נאך 5 אזאלכע זשערסי סיטי/לינדען סטייל שטעטלעך און פילייכט נאך מער, און מיט דעם וועטיס דער דירות קריזיס פאר די קומענדיגע גענעראציעס זיין א.... פארגאנגענהייט.



(בלומינג גראוו/קאנטרי האלאו, עירמאנט/טשעסטנאט ריזש האב איך נישט אריינגעלייגט וויבאלד זיי זענען וואס זענען עקסטענשאנס פון עקזיסטירענדע יישובים.)

-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
פון יאנאווער 2016
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עס איז דא כמה וכמה אשכולות איבער דעם ענין פון שטעטלעך. אויף יעדעם שטעטעל איז דא מיימינים ומשמאילים, מענטשען וואס האלטן אז עס גייט זיך אויסארבעטען, און אנדערע וואס טענהן אז עס גייט זיין א דורכפאל. נו, די גרינגסטע וועג ווי אזוי עס מברר צו זיין, איז דורך מאכן אן אנקעטע דא אויף אייוועלט.

עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע דריי", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט די צוויי יא און איינס נישט.

די אנקעטע האט גארנישט צו טוען וואס איר אליינס פלאנט צו טוען, און צו איר פלאנט בכלל צו מופן.

איך האב נישט אריינגעלייגט די שטעטלעך וואס זענען נאך אין פלאנירונג שטאפל אדער וואס זענען א חלק פון עקזיסטירענדע יישובים (טשעסטער, יאנקערס, בלומינגראוו וכדומה)
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אזוי אויך קענט איר דא מגיב זיין פארוואס איר האלט איין שטעטעל איז בעסער ווי די אנדערע.

די אשכול איז נישט פארמשכונט צו קיין ספעציפישען יישוב, מילא קענט איר זיך ערלויבן צו שרייבן. פארשטייטזעך אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן עפ"י תורה, ותקנת המקום.
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

פארוואס נישט קענען וועלן פאר מער ווי איינס? עס איז אלעס, גארנישט, אדער נאר איינס?
איך האלט למשל אז סטעיטן אייסלענד גייט זיך (איז שוין) אויסגעארבעט. ווי אויך לינדען גייט גיין לכאורה זייער שנעל צילוב איר פילע מעלות, ווי אויך אז עס רעד צו א גרויסע קלייענטעל; די בארא פארקע מער היימשער עולם.
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

מיין מיינוג. בלומענבערג איז ביז פאר 2 3 חדשים צוריק געגאנגען די בעסטע וואס קען נאר גיין ד.מ. סאיז דא דארט מוסדות התורה. געשעפטען בתי מדרשים אבער זייט די עולם האט האט אנגעפאנגען ארויסצומופען און די גלולות פון ק"י איז די מופען קיין בלומענבערג אסאך שוואכער געווארען. קען איך נישט פאראויס זאגען וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזען
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

זכאי האט געשריבן:פארוואס נישט קענען וועלן פאר מער ווי איינס? עס איז אלעס, גארנישט, אדער נאר איינס?
איך האלט למשל אז סטעיטן אייסלענד גייט זיך (איז שוין) אויסגעארבעט. ווי אויך לינדען גייט גיין לכאורה זייער שנעל צילוב איר פילע מעלות, ווי אויך אז עס רעד צו א גרויסע קלייענטעל; די בארא פארקע מער היימשער עולם.

שטימען פאר מער ווי איינס מאכט די אנקעטע אויסגאנג נישט קלאר. (איינער וואס שטימט פאר 5 אפציעס באקומט מער וואג ווי איינער וואס האט געשטימט פאר איין אפציע).

אבער... אדרבה אז איר האלט צווי יא און דריי נישט און איר קענט עס מסביר זיין, שרייבטס עס אין א תגובה.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

מיין מיינונג
סטעטן איילענד איז שוין אויסגעארבעט בה
בלומינגבורג היפש נעבעכדיג און שוואכע אויסזיכטן פאר פערמענאנטע תושבים אן סעקשן 8
לעיקוואוד קוים אפאר חדשים פארט זייער גיט דערווייל קיין איינציגער סעקשן 8טער
זשערסי סיטי גייט שוואכער ווי געראכטן אבער סגייט זיך אויסארבעטן בעזה צוליב די הונדערטער יודן וואס אוינען שוין דירות דארט
לינדען בינעך נישט א נביא...
טשעסטער איז נאך דערווייל א חלום
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

איך האלט אז לעקוואד בעלאנגט נישט אין דעי אנקעטע, וואס איז שייך אז סזאל זיך נישט אויסארבעטן?
עס איז אינמיטן א באוואוינטע שטאט
בן ישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2016 2:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ישי »

אזוי וויל איך האט געשריבן:איך האלט אז לעקוואד בעלאנגט נישט אין דעי אנקעטע, וואס איז שייך אז סזאל זיך נישט אויסארבעטן?
עס איז אינמיטן א באוואוינטע שטאט

גענוי גא"ם
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18238
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אזוי וויל איך האט געשריבן:איך האלט אז לעקוואד בעלאנגט נישט אין דעי אנקעטע, וואס איז שייך אז סזאל זיך נישט אויסארבעטן?
עס איז אינמיטן א באוואוינטע שטאט

ווי כ'פארשטיי רעדט ער פון די נייע סאטמארע געגענט

עס איז 'שוין' א סוקסעס, אבער עס האט גראדע נישט זייער אסאך ווי זיך צו פארשפרייטן, איז אויב למשל לינדען אדער זשערזי סיטי ווערט אין עטליכע יאר א גרויסע באוואינטע שטאט איז די שאלה צו די לעיקוואדער עולם וועט זיך אפשר ווילן אהינריקן
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געוואוט פאר "קיין איינס נישט", זינט איך פארשטיי נישט וואס איז דער גדר פון "וועט זיך אויסארבעטן".
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אז איר פארשטייט נישט, לאזט אייער שטימע אינדרויסן..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

לדעתי הייבט נישט אן צו מאכן סענס די פאקט אז מען קען נישט וועלן פאר מער ווי איינס

כהאב געשטימט אויף ״ קיין איינס נישט״ אפשר אזוי העט די פותח האשכול זיך כאפן אז עס מאכט נישט קיין סענס

••••••••••••••••
כהאלט שוין לאנג אז די מנהלים דארפן מער קאנטראלירן דאס עפענען אשכוליות וואו פתריות נאכן רעגען און בפרט די אנקעטע אשכולס דארף האבן א ספעציעלע שמירה און דארף ווערן איבערגעקוקט פארן ווערן פאבלעצירט
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 2:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

צולייגער האט געשריבן:געוואוט פאר "קיין איינס נישט", זינט איך פארשטיי נישט וואס איז דער גדר פון "וועט זיך אויסארבעטן".

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

צולייגער האט געשריבן:געוואוט פאר "קיין איינס נישט", זינט איך פארשטיי נישט וואס איז דער גדר פון "וועט זיך אויסארבעטן".


בדרך אפשר קען זיין אז די שאלה איז ווי איינער זאל פרעגן, אויב מוף איך צו די שטאט / שטעטל וועל איך הייסן קהל'ס נאר אדער וועט מען מיך אנקוקן ווי א העלד?
וועט זיך א נארמאלע וויליאמסבורגער אינגערמאן וועלן משדך זיין מיט מיר אדער נישט?

אויב דאס איז די קשיא דאן איז פאר אזא איינעם די תירוץ אז ניין, ער זאל טאקע בלייבן אין ברוקלין, ווייל מיט די פאני מהלך המחשבה באלאנגט ער טאקע אין ברוקלין. אפילו ער וועט יא מופן וועט ער נאר האבן די יציאה ממצרים, אבער נישט די יציאת מצרים.

נ. ב. איך מיין נישט קיינעם נאר מיר אליינס.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

סאו אויב יוניאן סיטי האט ניינציג איינוואוינער נאך פערציג יאר, און קיין דירות זענען נישטא דארטן אפילו אויב מען זוכט, הייסט דאס א סעמי-סוקסעס, פארוואס מוז לינדען האבן צוויי הונדערט משפחות ביז דריי יאר צו הייסן א סוקסעס?

לענינינו, ווי עס איז מסתמא באוואוסט פאר אלע וועלכע פאלגן נאך דעם ישוב העולם פארום, בין איך ב"ה פון די גליקליכע תושבים אין גרינוויל, און כ'בין שוין ב"ה דורך אסאך פון די שוועריגקייטן מיט וואס יעדער תושב דערזעהט זיך ביים מופ צו א נייעם ישוב, קען איך בלויז זאגן אז דער סוקסעס פון א ישוב איז אינגאנצן אנדערש אין די אויגן פון א דרויסנדיגער וועלכער באטראכט עס מיט נייגעריגע און / אדער קנאה'דיגע בליקן, ווי עס איז אין די אוין פון א תושב.

רוב שוועריגקייטן וואס מען מיינט אז מען וועט האבן, ווערן ווי א זייפן בלאז איינמאל מען וואוינט דארט, און די כל התחלות קשות שוועריגקייטן מיט וואס מען ספראוועט זיך די ערשטע דריי / פיר חדשים זענען אזוינע וואס מען האט נישט גע'חלומ'ט דערפון, און מען קען עס ניטאמאל מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט אין דעם סטעידזש, עס איז מער גייסטיש ווי בפועל.

זייענדיג אביסל בתוך הענינים ביי אונז אין שטאט, און זייענדיג נאנט מיט עטליכע וועלכע זענען ביים רודער אין אנדערע ישובים, זעהן מיר אז סדנא דארעא חד היא, און די שליסלען צו הצלחה בעז"ה זענען מער ווייניגער די זעלבע איבעראל, דאס איז זיכער: עס ווענדט זיך "נישט" (אין די אויגן פון די תושבים און די עסקנים) אין דעם פונקטליכן מספר משפחות. עס ווענדט זיך צו עס איז דא ווער עס איז גרייט צו שוויצן דערפאר, און דרייען מיט די שווערע מיליאנען דאלארן וואס עס קאסט צו אנהייבן א נייעם ישוב וועלכע איז א האלבע שעה אוועק - אן טרעפיק - פון אן אנדערן ישוב.
געשטימט פאר ראשעק הול
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב געשטימט פאר אלע זעקס, הגם טשעסטער ווייסעך נישט, ווייל דאס איז די נענסטע צו וואס איך האלט אז אלע אנדערע פינעף גייען/ האבן זיך אויסגעארבעט.

איך האלט אז אסאך מענטשן באמערקן נישט די אלע זעקס אפשן, ווייל עס איז ביים ענדע, כ'מיין אז עס וואלט געדארפט האבן מער ווי בלויז 22% , אדער קען זיין אז איינער וואס האלט אז נאר פיר פינעף גייען זיך אויסארבעטן שטימט פאר די וואס ער האלט אז עס האט די גרעסטע טשענסעס, אנשטאט פאר אלע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לעיקוואד ווייסעך נישט אויב עס גייט האבן ביז דריי יאר 200 משפחות , אבער לפענ"ד הייסט עס שוין יעצט אויסגעארבעט, וויבאלד עס איז בעצם נאר א געגענט אין לעיקוואד, איז שוין דא גענוג מענטשן פאר אלע סערוויסעס, עקסטער מיינעך אז די לעיקוואדע עולם האט זייער א גוטע נאמען און עס שאט שוין נישט פאר שידוכים דאס אז מאיז א לעיקוואדער. (כ'רעד נישט אלס די ווייטקייט נאר אלס וויזוי מקוקט עס אן)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אט אזוי האט געשריבן:מיין מיינונג
סטעטן איילענד איז שוין אויסגעארבעט בה
בלומינגבורג היפש נעבעכדיג און שוואכע אויסזיכטן פאר פערמענאנטע תושבים אן סעקשן 8
לעיקוואוד קוים אפאר חדשים פארט זייער גיט דערווייל קיין איינציגער סעקשן 8טער
זשערסי סיטי גייט שוואכער ווי געראכטן אבער סגייט זיך אויסארבעטן בעזה צוליב די הונדערטער יודן וואס אוינען שוין דירות דארט
לינדען בינעך נישט א נביא...
טשעסטער איז נאך דערווייל א חלום


איר שאצט זייער איבער די "בלויז פארן אכטער" פראצענט אין בלומינגבורג, פרעגסט אייך נאך ביי די ארטיגע אידן.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

צוקער זיס האט געשריבן: זייט די עולם האט האט אנגעפאנגען ארויסצומופען און די גלולות פון ק"י איז די מופען קיין בלומענבערג אסאך שוואכער געווארען. קען איך נישט פאראויס זאגען וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזען

מאיזה סיבה לאזט נישט היימישער אינגערמאן דא רעדן פין די גרויסע וואוקס פון די עקסטענשאנס.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי הייבט נישט אן צו מאכן סענס די פאקט אז מען קען נישט וועלן פאר מער ווי איינס


גא"מ. איך וועל נישט דא, וויבאלד איך האלט אז מער ווי איינס פון די שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן, עס איז נישטא די אפציע צו וועלן מער ווי איינס.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

צל עובר האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:מיין מיינונג
סטעטן איילענד איז שוין אויסגעארבעט בה
בלומינגבורג היפש נעבעכדיג און שוואכע אויסזיכטן פאר פערמענאנטע תושבים אן סעקשן 8
לעיקוואוד קוים אפאר חדשים פארט זייער גיט דערווייל קיין איינציגער סעקשן 8טער
זשערסי סיטי גייט שוואכער ווי געראכטן אבער סגייט זיך אויסארבעטן בעזה צוליב די הונדערטער יודן וואס אוינען שוין דירות דארט
לינדען בינעך נישט א נביא...
טשעסטער איז נאך דערווייל א חלום


איר שאצט זייער איבער די "בלויז פארן אכטער" פראצענט אין בלומינגבורג, פרעגסט אייך נאך ביי די ארטיגע אידן.

איך קען בלומינגבורג פון די נאנט
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אט אזוי איך גלייב נישט אז די קענסט בלומינגבערג פון דער נאענט ווייל טאמער יא וואלסטו אזוי נישט גערעדט, בלומינגבערג איז נאר אויפ'ן וועג ארויף, טאקע שטייטער ווי געראכטן, אבער חוץ אכטער'ס (וואס גרויס טייל בלייבן שוין) זענען דא צענדליגער משפחות וואס האבן גארנישט מיט קיין אכטער, זיי האבן נאר מיט'ן איינציגער, ה' אחד ושמו אחד, און זיי וואוינען דארט מיט אזא זיכערקייט און זיסקייט.

מען האט געזאגט א יאר צוריק אז עס גייט אויך אינטערגיין למעשה איז עס גאר שטארק ארויפגעשפרינגען זייט פאריאר, אסאך משפחות האבן אריינגעמופט דארט די יאר, און די זעלבע זאך גייט ווייטער געשעהן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

לעצטנס הערט מען נישט פון מענטשען וואס מופען
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איינער קען אויסשמועסן די טעקסעס דיפערענצן צווישן בלומינגבערג, דשז. ס., סטעטן איילענד וכו', און די עתיד פון די טעקסעס
כ'האלט אז דא ליגט א גרויסע שליסל
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

איך וועל נישט דא וויבאלד איך בין נישט קיין נביא
און נישט קיין קינד פון א נביא
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”